געווען אַ מאָל אַ רוסישער גוי מיטן נאָמען סערגיי פּראָקודין־גאָרסקי. אַ קלוגער גוי איז ער געוועזן, האָט ער זיך אַ טראַכט געטאָן: אַזוי ווי ער ווייס דאָך אַז אַלע פאַרבן און שאַטירונגען וואָס די מענטשליכע אויג קאָן באַנעמען זײנען צוזאַמענגעשטעלט פון דרײ גרונטקאָלירן, הייסט עס, אַז אויב ער וועט מאַכן דרײ נאָכאַנאַנדיקע פאָטאָגראַפיעס פון איין בילד, נאָר אַרויפשטעלן אויפן פאָטאָ־אַפּאַראַט באַ יעדערן פון זיי אַן אַנדער פילטער וואָס וועט אַרויספילטערן איינעם פון די גרונטקאָלירן, וועט זיך דערפון – דורכן צונויפגאָס פון די דרײ פאָטאָגראַפיעס – באַקומען אַ קאָלירטער בילד.
אַזוי האָט עס געזאָלט אַרבעטן (ניט וואָס איך פאַרשטיי פּונקט ווי אַזוי מען האָט עס צונויפגעגאָסן וכו', אָבער דאָ איז אַ בײשפּיל פון די נעגאַטיוון):
אומר ועושה, ער איז אַרומגעפאָרן די גאַנצע רוסישע אימפּעריע, און פאָטאָגראַפירט פאַרשיידענע בילדער וואָס ער האָט אָנגעטראָפן. ער איז געוועזן פון די ערשטע זיך צו פּאָרען מיט קאָלירטע פאָטאָגראַפיעס. צום באַדויערן, בסיבת דער באָלשעוויסטישער רעוואָלוציע, ווייס מען ניט וואו רוב די בילדער זײנען אַהינגעקומען. אָבער אַ היפּש ביסל איז אונז פאָרט געבליבן, און דאָ וועל איך אַרויפשטעלן די בילדער וואָס איך האָב געטראָפן פון אידן.
אַ בוכאַרישער מלמד אין סאַמאַרקאַנד לערנט מיט קינדער (באַמערקט די פיאות באַם אינגל אויף לינקס) לערך 1905-1915.
פנחס קאַרלינסקי, 84 יאָר אַלט, 66 יאָר אין דינסט, אויפזעער פון טשערניגאָווער וואַסער־אויסגאָס:
(ער האָט אויכעט אַ בילד פון אַ בוכאַרישער אידישער מיידל ערגעץ וואו, איך קאָן עס ניט טרעפן איצטער).
אַ זעלבסט פּאָרטרעט פון פּראָקודין־גאָרסקי'ן:
סערגיי פּראָקודין־גאָרסקי
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 216
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 23, 2020 9:26 pm
- האט שוין געלייקט: 95 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 389 מאל
ריכטיג האט געשריבן:ווי איך פארשטיי האט ער ארויפגעקלעבט דריי קאלירטע נעגעטיווס איינס אויף די צווייטע בעפארן נעמען די בילד.
און איך פאַרשטיי נאָכאַלץ ניט ווי דאָס אַרבעט
ניט געפערליך, איך האָב גרעסערע דאגות.
דערווײלע, אַחוץ די צוויי אויבנגעבראַכטע בילדער (און דעם בילד פון דער בוכאַרישער אידישער מיידל וועלכן איך קאָן איצט ניט געפינען) האָב איך ניט געפונען נאָך אידישע בילדער. אָבער וויבאַלד עס שטייט דאָך בפירוש אין דעם אונטערקעפּל פון דעם פאָרום „אידישע און וועלטליכע היסטאָריע”, וועל איך אַרויפשטעלן אַנדערע אינטערעסאַנטע פאָטאָגראַפיעס זײנע.
אַ רוסישע משפחה:
מוכאַמאַד אַלים כאַן, דער לעצטער בוכאַרישער עמיר (1911):
אַרבעטער באַם באַקאַלסקי אײזן־גרוב (1910):
אַ תפיסה אין בוכאַראַ (1907):
דער באַוואוסטער רוסישער שרײבער לעוו טאָלסטאָי (1908):
בקשר מיטן לעצטן בילד, אָט איז אַ בריוו וואָס פּראָקודין־גאָרסקי האָט געשריבן טאָלסטאָי'ן:
איך האָב ערשט דעוועלאָפּט אַ פאָטאָגראַפיע וואָס אימיצער (איך געדענק ניט זײן נאָמען) האָט אײך פאָטאָגראַפירט. עס איז אַרויסגעקומען זייער שוואַך – משמעות אַז דער וואָס האָט עס געטאָן האָט ניט געקענט די מלאכה. פאָטאָגראַפיע אין נאַטירליכע קאָלירן איז מײן ספּעציאַליטעט . . נאָך פיל יאָר האָב איך דערגרייכט אויסערגעוויינליכע רעזולטאַטן אין פּראָדוצירן אַקוראַטע קאָלירן . . איצט וואָס מײן מעטאָדע אין פאָטאָגראַפיע געדויערט צווישן 1 ביזל 3 סעקונדעס, דערלויב איך זיך בעטן אײער רשות אײך צו באַזוכן אויף אַ צוויי-דרײ טעג...
העכסט אינטערעסאַנט איז צו פאַרגלײכן זײנע בילדער צו בילדער פון די זעלביקע ערטער הײנטיקע צײטן. אָט אַ שטייגער איז פון לינקס זײנער אַ בילד פון אַ פּאַלאַץ אין בוכאַראַ (1907), און פון רעכטס אַ בילד פון אָ יעניקן פּאַלאַץ אין 1959. מ'זעט כמעט ניט קיין אונטערשייד צווישן די צוויי פאָטאָגראַפיעס, און זײן פאָטאָגראַפיע איז אפילו קלערער פון דער צווייטער:
הײנט צוטאָג האָט מען שוין ראַמאָנטירט יענעם פּאַלאַץ, אָבער מ'קאָן עם נאָך דערקענען:
טאָלסטאָיס שטוב, 1908-2009:
טײך און בריק אין טווער, 1910-2010:
אַנדערע ערטער ווידער האָבן באַקומען אינגאַנצן אַ נײעם פנים־חדשות.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 755
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 10, 2020 5:47 pm
- האט שוין געלייקט: 479 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 679 מאל
דוראק האט געשריבן:געווען אַ מאָל אַ רוסישער גוי מיטן נאָמען סערגיי פּראָקודין־גאָרסקי. אַ קלוגער גוי איז ער געוועזן, האָט ער זיך אַ טראַכט געטאָן: אַזוי ווי ער ווייס דאָך אַז אַלע פאַרבן און שאַטירונגען וואָס די מענטשליכע אויג קאָן באַנעמען זײנען צוזאַמענגעשטעלט פון דרײ גרונטקאָלירן, הייסט עס, אַז אויב ער וועט מאַכן דרײ נאָכאַנאַנדיקע פאָטאָגראַפיעס פון איין בילד, נאָר אַרויפשטעלן אויפן פאָטאָ־אַפּאַראַט באַ יעדערן פון זיי אַן אַנדער פילטער וואָס וועט אַרויספילטערן איינעם פון די גרונטקאָלירן, וועט זיך דערפון – דורכן צונויפגאָס פון די דרײ פאָטאָגראַפיעס – באַקומען אַ קאָלירטער בילד.
אַזוי האָט עס געזאָלט אַרבעטן (ניט וואָס איך פאַרשטיי פּונקט ווי אַזוי מען האָט עס צונויפגעגאָסן וכו', אָבער דאָ איז אַ בײשפּיל פון די נעגאַטיוון):
אומר ועושה, ער איז אַרומגעפאָרן די גאַנצע רוסישע אימפּעריע, און פאָטאָגראַפירט פאַרשיידענע בילדער וואָס ער האָט אָנגעטראָפן. ער איז געוועזן פון די ערשטע זיך צו פּאָרען מיט קאָלירטע פאָטאָגראַפיעס. צום באַדויערן, בסיבת דער באָלשעוויסטישער רעוואָלוציע, ווייס מען ניט וואו רוב די בילדער זײנען אַהינגעקומען. אָבער אַ היפּש ביסל איז אונז פאָרט געבליבן, און דאָ וועל איך אַרויפשטעלן די בילדער וואָס איך האָב געטראָפן פון אידן.
אַ בוכאַרישער מלמד אין סאַמאַרקאַנד לערנט מיט קינדער (באַמערקט די פיאות באַם אינגל אויף לינקס) לערך 1905-1915.
פנחס קאַרלינסקי, 84 יאָר אַלט, 66 יאָר אין דינסט, אויפזעער פון טשערניגאָווער וואַסער־אויסגאָס:
(ער האָט אויכעט אַ בילד פון אַ בוכאַרישער אידישער מיידל ערגעץ וואו, איך קאָן עס ניט טרעפן איצטער).
אַ זעלבסט פּאָרטרעט פון פּראָקודין־גאָרסקי'ן:
וויאזוי פארעענפערט דאס די קלארקייט פון די בילדער? זיי זענען דאך ממש אויסנאם!
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 216
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 23, 2020 9:26 pm
- האט שוין געלייקט: 95 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 389 מאל
מנחם ציון האט געשריבן:וויאזוי פארעענפערט דאס די קלארקייט פון די בילדער? זיי זענען דאך ממש אויסנאם!
ווי ער שרײבט אין זײן בריוו צו טאָלסטאָי'ן, האָט דער פאָטאָגראַפירן געדויערט צווישן 1-3 סעקונדעס. זעט מען טאַקע אַז מענטשן וואָס קאָנען זיך אײנהאַלטן און זיך ניט געבן קיין ריר זעט מען אַלץ שאַרף, משא״כ די וואַסער אין די טײכן זעט מען איז טאַקע ניט אַזוי שאַרף. דאָס איז ספּעציעל בולט ווען מען פאַרגלײכט דעם אַמאָליקן בילד פון דעם טײך אין טווער צום הײנטיקן, די גראָז איז טאַקע זייער שאַרף אין דעם אַמאָליקן בילד, אָבער ניט די וואַסער:
דערפאַר אויכעט זעט מען באַ אַ פולע פון זײנע בילדער, אַז קינדער (וואָס זיי איז שווערער זיך אײנצוהאַלטן) זעט מען ניט אַזוי שאַרף (זע למשל איינע פון די מיידלעך משמאל הרואה האָט זיך משמעות גערירט בעתן פאָטאָגראַפירן):
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 216
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 23, 2020 9:26 pm
- האט שוין געלייקט: 95 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 389 מאל
דוראק האט געשריבן:ער האָט אויכעט אַ בילד פון אַ בוכאַרישער אידישער מיידל ערגעץ וואו, איך קאָן עס ניט טרעפן איצטער.
ערשט געפונען, ווײזט אויסעט אַז פון יענעם בילד האָבן זיך ניט אָפּגעהיט אַלע נעגאַטיוון, אָדער מעגליך איז עס געוועזן מלכתחילה שוואַרץ אויף ווײס. על כל פנים, טאַקע פאַראַנען אַ פולע שוואַרץ־אויף־ווײס אידישע בילדער פון יענער תקופה, נאָר אַזוי ווי איך האָב שוין דערמאָנט יענעם בילד אָט איז עס: