ספרים היפך שיטת ויואל משה

עולם הספרים און די וועלט פון ליטעראטור
נייעס, איבערזיכטן, קריטיק
פארשפארט
באניצער אוואטאר
כרם זית
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 942
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
האט שוין געלייקט: 2702 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל

שליחה דורך כרם זית »

הגם די אשכול איז געשטעלט אויף ספרים מיט אנדערע הבנות ווי דער סאטמערע רב ז''ל, דאך כיון דאדחי אדחי - אז די אשכול פארט שוין סיי ווי מענין לענין, וועל איך אנמערקן צוויי נקידות וועלכע באדערן מיר איבער סאטמערע רב'ס מהלך.

א] לאמיר אנעמען אז ציונות איז אסור, איז דאך דא נאך תרי''ב מצות אין די תורה. איז גיין אוועקשטעלן א חסידות וואס די עיקר זאך וואס מלערענט דארט איז איבער ציונות (וואס איז ניטאמאל נוגע אין א אמעריקאנער חסידות!), איז לכאורה א שטארקע עולה פאר די בני החסידות. חסידות דארף אריינגעבן א השקפה אויף יעדע מצוה און הלכה.
(די איינציגסטע אנדערע חסידות וואס קומט מיר אין געדאנק אז זיי מאכן א מצב פון איין ענין, איז ליובאוויטש מיטן השקפה פון דירה בתחתונים. אבער דירה בתחתונים קען מען כאטש ניצן אויף יעדע זאך אין רוחניות.)

ב] יעדער וואס קען נאר אביסל תשובה ספרים, ווייסט אויף טריט און שריט אז אויב עס איז דא א מנהג וואס אידן פירן זיך, וועט עס דער משיב פראבירן פארענטפערן כפילא בחודא דמחט (דוגמא ידוע היא תשובת הרמ''א אמאי אין בני אשכנז מקפידים על יין נסך). לעניניו, טויזנטע אידן זענען נאך געגאנגן די רעיון הציוני, איז פארוואס גיין מפלפל זיין און זיך מיטשענן צו טרעפן א איסור, ווען מקען ניצן די זעלבע כח הפלפל צו טרעפן א היתר דוגמאת שיטת האבני נזר והמשך החכמה?
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2379
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 625 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל

שליחה דורך גאלד »

גוט געפרעגט. אי"ה שפעטער העליך אלעס אדרעסירן בלנ"ד.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

די פירכא איז, אפילו לו יהא אז עס איז געפסקנ'ט להלכה, איז וואס? פון דעם ווערט מען אן אפיקורס? עס איז נישט מער א הלכה ווי טאקע אלע הלכות אין מסכת ברכות, אז מ'דארף דאווענען פאר פיר שעה אין טאג. פאר דעם טאר מען זיך נישט מתחבר זיין מיט איינער וואס פארלעצט די הלכה? מ'דארף ארויס ווארפן פון שטוב די ספרים פון אזא איינער?
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל

שליחה דורך נהורא נפישא »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:די פירכא איז, אפילו לו יהא אז עס איז געפסקנ'ט להלכה, איז וואס? פון דעם ווערט מען אן אפיקורס? עס איז נישט מער א הלכה ווי טאקע אלע הלכות אין מסכת ברכות, אז מ'דארף דאווענען פאר פיר שעה אין טאג. פאר דעם טאר מען זיך נישט מתחבר זיין מיט איינער וואס פארלעצט די הלכה? מ'דארף ארויס ווארפן פון שטוב די ספרים פון אזא איינער?

לאמיר נישט פארגעסן אז ציוניזם איז א רעאקציע צו לייזן די אידישע פראגע. ס'איז מיסודו א מאוומענט וואס האט פארלוירן ציטרוי אין גאולה דורך גאט. נאר צו דעם איז אויך אויפגעקומען די רעליגיעזע תנועת חובבי ציון וואס רבנים אירע האבן געטענהט מכמה מקורות אז עס דארף געטאן ווערן אתרעותא דלתתא (נישט נאר מכח דרישת ציון לזכות הגאולה וואס דאס האבן געטאן די פארשידענע עולים, צעווישן אנדערע אויך תלמידי הגר"א והבע"ש, נאר אויך טאקע בפועל מיט מאכט אויפצובויען א נאציאן און א מיליטערישע פלאן) פון דעם זענען מסתמא געווען וואס האבן געגלויבט בתמימות און מסתמא וואס נישט נאר געזיכט אויסרייד. עכ"פ דאס מאכן א נאציאנאלע מאוומענט צו לייזן די גזירת הגלות איז א ראדיקאלע טשעינדזש וואס איז טאקע אפשר אנגעגאנגן בהדרגה. אין פארשידענע מדינות זענען די גדולים געווען מער אפן אנצונעמען געוויסע אספעקטן פון די מאוומענט בפרט אז עס איז צוגעטשעפט דערצי חיבת ארץ ישראל. די אונגערישע און גאליציאנע רבנים און אזוי אויך רבנים פון טייל אנדערע מקומות זענען געווען מער קאנסערוואטיוו און געפסלט יעדעס סארט מאוומענט וואס טוט עפעס טשעינדזשן עפעס אין די הילוך ההשקפה פון פריער. דאס זעלבע מיט די רעפארמער. די חת"ס איז ארויס בחרב וחנית אקעגן די מאוומענט מיסודו ווען סך הכל טייל פון די מאוומענט האבן בפירוש געטשאלענדזשט די סמכות פון חז"ל אבער לאו דווקא יעדער פון זיי דאס האט אבער נישט אפגעהאלטן די חת"ס ארויסגיין אקעגן למשל ר' אהרן חורין, כאטש סך הכל האט ער זיך געקריגט אין עניני הלכה.
סאטמאר רב האט דאך געלעבט אין די צייט ווען די מאוומענט האט געברענגט טאקע בפועל צו פארווירקלעכן זייער טרוים. ס'איז זייער פארשטענדליך פארוואס ער אלס איינער וואס האט באטראכט אלע אספעקטן פון די מאוומענט אלס חזיר טריפה זאל מתריע זיין און מאיים זיין מיטן הארבסטן. אה"נ היינט זיבעציג יאר שפעטער נאך צו זיין ביזי אין סאטמאר וועגן ציונות ובפרט דאס צונישט מאכן גדולי ישראל ות"ח וואס האבן למעשה געהאט אן אנדערע דעה אין די ענינים דאס איז טאקע נישט מער ווי להפצת החסידות און האט נישט קיין שום תועלת אפציראטעווען קיינעם.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

אלע מתנגדי הציונות פון די רוסישע ליטווישע חדרים האבן נאר דאס געמיינט, אז דאס איז א נייעם באוועגונג וואס קומט אפצווארפן די אלטע, און דערמיט ארויס צו ווארפן תורה ומצוות. ובפרט אז עס זעט אויז אז זיי האבן געהאלטן אז עס איז בלויז א דמיון, עס איז אוממעגליך אז א מדינה זאל צושטאנד קומען. אויב אזוי האבען זיי געהאלטן אז די באוועגונג איז די עיקר, נישט די תועלת דערפון, און אויב אזוי איז עס טאקע א סכנה.

אין די בריוון פון דער רש"ב זעט מען דאס, ווי אויך אין די הקדמה פון די קונטרס ומעין. און אזוי אויך אין די מימרות פון ר' חיים בריסקער ועוד.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:די פירכא איז, אפילו לו יהא אז עס איז געפסקנ'ט להלכה, איז וואס? פון דעם ווערט מען אן אפיקורס? עס איז נישט מער א הלכה ווי טאקע אלע הלכות אין מסכת ברכות, אז מ'דארף דאווענען פאר פיר שעה אין טאג. פאר דעם טאר מען זיך נישט מתחבר זיין מיט איינער וואס פארלעצט די הלכה? מ'דארף ארויס ווארפן פון שטוב די ספרים פון אזא איינער?

אוודאי טאר מען זיך נישט מתחבר זיין מיט אזא איינער, ע"פ שולחן ערוך איז ברכות קריאת שמע נאך סו"ז תפילה געהעריגע ברכות לבטלה, דריי ברכות לבטלה איז עפעס א קלייניקייט?! די איסור פון מאכן א ברכה לבטלה לערנט מען ארויס פון לא תשא את שם השם אלקיך לשוא, דאס איז נישט סתם נאך אן הלכה, דאס איז א מאוומענט וואס קומט עוקר זיין יראת שמים און ביליג מאכן דעם הייליגן באשעפער'ס נאמען, דאס איז ערגער אפילו פון עבודה זרה! אפילו די עובדי עבודה זרה האבן געפארכט דעם הייליגן באשעפער, זיי האבן נאר געהאלטן אז מ'קען דינען אנדערע געטשקעס אויך, קיינער פון זיי וואלט זיך אבער נישט געוואגט אזוי בשאט נפש עובר צו זיין אויף איינס פון די עשרת הדיברות און עוקר זיין קדושת שמו יתברך! וויפיל כפירה מינות און אפיקורסת ליגט אין דעם דאווענען נאך סו"ז תפילה! דאס דארף מען עוקר מן השורש זיין!

דער עונש פאר'ן עובר זיין אויף לא תשא איז זייער הארב, ס'דאכצעך מיר די איינציגסטע עבירה וואס די תורה זאגט דערויף "כי לא ינקה השם", דער הייליגער באשעפער איז אויף קיין שום פאל נישט מוחל איינעם וואס פארשוועכט זיין נאמען! אפילו תשובה העלפט נישט דערפאר! ס'שטייט פראסט און פשוט "לא ינקה" אויף קיין שום פאל נישט!

איר פארשטייט, איך קען שוין באלד אנשרייבן א גאנצע ספר מיט'ן נאמען "ומשה יואל" מיט אזעלכע מיני לאזונגען, ארויסנעמען מאמרי חז"ל פון קאנטעקסט, צוגלייכן הודו צו כוש, אריינטייטשן אפיקורסישע כוונות אין מענטש'נס געפירעכצער און מאכן א נייע שיטה הקדושה, ואין קץ לדברי רוח.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום רביה''ק זי''ע, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2379
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 625 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל

שליחה דורך גאלד »

כרם זית האט געשריבן:הגם די אשכול איז געשטעלט אויף ספרים מיט אנדערע הבנות ווי דער סאטמערע רב ז''ל, דאך כיון דאדחי אדחי - אז די אשכול פארט שוין סיי ווי מענין לענין, וועל איך אנמערקן צוויי נקידות וועלכע באדערן מיר איבער סאטמערע רב'ס מהלך.

א] לאמיר אנעמען אז ציונות איז אסור, איז דאך דא נאך תרי''ב מצות אין די תורה. איז גיין אוועקשטעלן א חסידות וואס די עיקר זאך וואס מלערענט דארט איז איבער ציונות (וואס איז ניטאמאל נוגע אין א אמעריקאנער חסידות!), איז לכאורה א שטארקע עולה פאר די בני החסידות. חסידות דארף אריינגעבן א השקפה אויף יעדע מצוה און הלכה.
(די איינציגסטע אנדערע חסידות וואס קומט מיר אין געדאנק אז זיי מאכן א מצב פון איין ענין, איז ליובאוויטש מיטן השקפה פון דירה בתחתונים. אבער דירה בתחתונים קען מען כאטש ניצן אויף יעדע זאך אין רוחניות.)

דיין הנחה אז אין סאטמאר זאל זיין עפעס התרשלות אין שאר מצות התורה צוליב ציונות אין לו שום יסוד ושחר. פון ווי נעמסטו דאס? איז דען אין סאטמארע דא ווייניגער תלמידי חכמים אדער בעלי חסד, צו בעלי השגות, ווי למשל באבוב, צו פאפא, צו סקווירא, האסט עפעס א צייענטיפישער באווייז?

ב] יעדער וואס קען נאר אביסל תשובה ספרים, ווייסט אויף טריט און שריט אז אויב עס איז דא א מנהג וואס אידן פירן זיך, וועט עס דער משיב פראבירן פארענטפערן כפילא בחודא דמחט (דוגמא ידוע היא תשובת הרמ''א אמאי אין בני אשכנז מקפידים על יין נסך). לעניניו, טויזנטע אידן זענען נאך געגאנגן די רעיון הציוני, איז פארוואס גיין מפלפל זיין און זיך מיטשענן צו טרעפן א איסור, ווען מקען ניצן די זעלבע כח הפלפל צו טרעפן א היתר דוגמאת שיטת האבני נזר והמשך החכמה?

טעות מוחלט. במחילת כבודך הרמה, רוב חרדישע גדולים ומנהיגים זענען אלע געווען אויסגעשפראכענע אנטי ציונים, ממש רובם ככולם, פארקערט די מתירים זענען געווען די יחידים, אוואו מזרחי, רב קוק און אפשר גור, אפי' ליבאוויטשער רבי ז"ל האט זיך געהאלטן פאר א אנטי ציוני, די חילוק איז נאר אז סאטמאר רבי האט עס גענימען פאר א מיסיע אין לעבן, און אויך ער האט געהאט חילוקי דעות וויזוי צו דילן מיט די מדינה לאחר המעשה. לגבי בחירות און שיקן פארטרעטער אין פארלאמענט. וכדומה, אבער 90% פון ויואל משה איז איינשטימיג מיט רוב רובו גדולים מכל המחוזים.

ר' סנדר דייטש ע"ה (היינט געווען די יארצייט) שרייבט אין זיין ספר בוצינא קדישא אז דער רבי האט איהם געזאגט אז א חרדישע איד א ירא ושלם וואס איז בעצם אנטי ציוני אבער פאלגט זיין רבי לגבי בחירות וכדומה גייט אריין בגדר פון אומר מותר אנוס הוא און ווערט לגמרי נישט פסול.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום גאלד, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2379
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 625 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל

שליחה דורך גאלד »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:די פירכא איז, אפילו לו יהא אז עס איז געפסקנ'ט להלכה, איז וואס? פון דעם ווערט מען אן אפיקורס? עס איז נישט מער א הלכה ווי טאקע אלע הלכות אין מסכת ברכות, אז מ'דארף דאווענען פאר פיר שעה אין טאג. פאר דעם טאר מען זיך נישט מתחבר זיין מיט איינער וואס פארלעצט די הלכה? מ'דארף ארויס ווארפן פון שטוב די ספרים פון אזא איינער?

איר מישט אויס יוצרות,

דאס אז די מייסדי רעיון הציונית זענען געווען אפיקרוסים דאס האט גארנישט מיט קיין שלש שבועות,
זיי זענען געווען אפיקורסים ווייל זיי האבן נישט געגלייבט און קיין אייבירשטן קיין תורה קיין מצוות
דאס אז די מיסיע פון די מייסדי הציונים איז געווען - און נאכאלס - צו אפ'שמדן כלל ישראל האט גארנישט מיט קיין שלש שבועות.
דאס אז די מדינה איז א חורבן פאר כלל ישראל האט גארנישט מיט קיין שלש שבועות,
דאס אז די מייסדי ציונית זענען געווען fed-up פון אידישקייט האט גארנישט מיט קיין שלש שבועות
דאס אז די מייסדי ציונית האבן געהאלטן בשיטה אז תורה ומצות איז די חורבן פונעם אידישן פאלק האט גארנישט מיט קיין שלש שבועות.
דאס אז מ'טאר זיך נישט מחבר זיין מיט אזאלעכע רשעים האט גארנישט מיט קיין שלש שבועות

די רבי שרייבט אין ויואל משה מאמר ש"ש סי' פ"ב בזה הלשון בא"ד:

...ואף למי שלא יודה לביאורי על הרמב"ם בדין השבועות יש טעמים אחרים לחומר האיסור אשר א"א להסתפק בהן מאומה...
...אלא שטרחתי לבאר קודם חומר דין איסור השבועות בשביל שהאמת הוא כן, ויש נפק"מ מינה לידע האמת בהלכה זו...
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2379
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 625 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל

שליחה דורך גאלד »

נהורא נפישא האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:די פירכא איז, אפילו לו יהא אז עס איז געפסקנ'ט להלכה, איז וואס? פון דעם ווערט מען אן אפיקורס? עס איז נישט מער א הלכה ווי טאקע אלע הלכות אין מסכת ברכות, אז מ'דארף דאווענען פאר פיר שעה אין טאג. פאר דעם טאר מען זיך נישט מתחבר זיין מיט איינער וואס פארלעצט די הלכה? מ'דארף ארויס ווארפן פון שטוב די ספרים פון אזא איינער?

לאמיר נישט פארגעסן אז ציוניזם איז א רעאקציע צו לייזן די אידישע פראגע. ס'איז מיסודו א מאוומענט וואס האט פארלוירן ציטרוי אין גאולה דורך גאט. נאר צו דעם איז אויך אויפגעקומען די רעליגיעזע תנועת חובבי ציון וואס רבנים אירע האבן געטענהט מכמה מקורות אז עס דארף געטאן ווערן אתרעותא דלתתא (נישט נאר מכח דרישת ציון לזכות הגאולה וואס דאס האבן געטאן די פארשידענע עולים, צעווישן אנדערע אויך תלמידי הגר"א והבע"ש, נאר אויך טאקע בפועל מיט מאכט אויפצובויען א נאציאן און א מיליטערישע פלאן) פון דעם זענען מסתמא געווען וואס האבן געגלויבט בתמימות און מסתמא וואס נישט נאר געזיכט אויסרייד. עכ"פ דאס מאכן א נאציאנאלע מאוומענט צו לייזן די גזירת הגלות איז א ראדיקאלע טשעינדזש וואס איז טאקע אפשר אנגעגאנגן בהדרגה. אין פארשידענע מדינות זענען די גדולים געווען מער אפן אנצונעמען געוויסע אספעקטן פון די מאוומענט בפרט אז עס איז צוגעטשעפט דערצי חיבת ארץ ישראל. די אונגערישע און גאליציאנע רבנים און אזוי אויך רבנים פון טייל אנדערע מקומות זענען געווען מער קאנסערוואטיוו און געפסלט יעדעס סארט מאוומענט וואס טוט עפעס טשעינדזשן עפעס אין די הילוך ההשקפה פון פריער. דאס זעלבע מיט די רעפארמער. די חת"ס איז ארויס בחרב וחנית אקעגן די מאוומענט מיסודו ווען סך הכל טייל פון די מאוומענט האבן בפירוש געטשאלענדזשט די סמכות פון חז"ל אבער לאו דווקא יעדער פון זיי דאס האט אבער נישט אפגעהאלטן די חת"ס ארויסגיין אקעגן למשל ר' אהרן חורין, כאטש סך הכל האט ער זיך געקריגט אין עניני הלכה.
סאטמאר רב האט דאך געלעבט אין די צייט ווען די מאוומענט האט געברענגט טאקע בפועל צו פארווירקלעכן זייער טרוים. ס'איז זייער פארשטענדליך פארוואס ער אלס איינער וואס האט באטראכט אלע אספעקטן פון די מאוומענט אלס חזיר טריפה זאל מתריע זיין און מאיים זיין מיטן הארבסטן. אה"נ היינט זיבעציג יאר שפעטער נאך צו זיין ביזי אין סאטמאר וועגן ציונות ובפרט דאס צונישט מאכן גדולי ישראל ות"ח וואס האבן למעשה געהאט אן אנדערע דעה אין די ענינים דאס איז טאקע נישט מער ווי להפצת החסידות און האט נישט קיין שום תועלת אפציראטעווען קיינעם.

ציוניזם אז א רעאקציע פון א באנדע אידישע באמעס ל"ע נעבעך, אין יוראפ וואס זענען געווארן פעד-אפ מיט אידישקייט, פעד-אפ מיט וואס דער איד האט זיך אידענטיפיצירט, און האבן מחליט געווען צו איבערמאכן דעם אידישען פאלק צו פאלנע גוים, אזוי אז סהעט נישט שייך זיין קיין אנטיסעמיטיזם ווייל דער איד העט האבן דער זעלבער באדייט ווי א גוי, א איד וועט מיינען אז מ'געהער צו א געוויסער לאנד און א געוויסער קולטור פונקט ווי דער טאליענער און כינעזער.

די חובבי ציון באוועגונג איז געווען פאר די ציונים, און זענען שוין נישט געווען אקטועל ווען ציוניזם איז נולד געווארו אין די 1890ער יארן, און עס האט נישט געהאט קיין שום רעזעמבלענס צו די ציונים, זערא, די חובבי ציון וואלטן ע"פ שכל געקענט זיין אויסגעשפראכענע אנטי ציונים לפענ"ד, ס'קיינמאל געווען קיין שום רעדע ביי זיי פון אויפשטעלן א זעלבסשטענדיגער מדינה מיט א מיליטער, אדרבא זיי זענען געווען קעגן דעם אין רב קאלישער שרייבט עס מפורש, טאקע צוליב די שבועות, זיי האבן געוואלט אהערשטעלן קאלעניעס אונטער די טערקן.

ווי ווייט איך דענק האט קיין איינע פון די צדיקים בכל הדורות וואס האבן עולה געווען קיין אר"י מאבאליזירט איין ארמיי מיט געווער צו איבערנעמען דאס לאנד אדער מרמז געווען אז מ'זאל עס טאן, אדער אז ער האפט עס צו טאן, זיי זענען אלע געזיצן איידעלערהייט בבית ה' געדינט השי"ת אויסגעלעבט די יארן בקדושה וטהרה, ממש דאס פונקט פארקערטע וואס ציוניזם שטעלט פאר.
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2379
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 625 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל

שליחה דורך גאלד »

הרבה נשאר בקולמסי, ועוד חזון
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

ב"ה, דער נאראטיוו שטימט פערפעקט, און אויב אזוי איז שוין אלס גוט.

ניין, ציונות וואלט קיינמאל נישט אזוי געלונגן ווען נישט פאר די אנטיסעמטיזים. דער אידישע פאלק האט געשפירט אז מ'קען דא הייבן די קאפ און צוריק אויפבליען. יא, מאנכע פירערס זענען געווען אפיקורסים, מאנכע האבן גאר געוואלט אויסראטן אידישקייט, און מאנכע פירערס האבן נאר געוואלט העלפן אידן אין זייער פיזישע צושטאנד. הערצל האט לכאורה נאר געוואלט העלפן אידן גשמיות'דיג. ווען ער האט איינגעזען אז שמד'ן וועט גארנישט העלפן, האט ער איינגעזען אז אידן דארפן זיין אן אייגענע פאלק מיט א מדינה. פון תורה האט ער דאך גארנישט געוואוסט, און ממילא נאר דאס האט ער געקענט. נארדוי איז געווען אן אנטי-תורה, און זיין באוועגונג איז געווען אנטי-תורה.

אבער אן דיין שלש שבועות, פעלט אין דיין גאנצע שטיקל תורה. ווען דער 'עצם מדינה' איז נישט קיין כפירה, פאלן אוועק רוב סאטמארער געבוירענע איסורים. פונקט ווי מ'מעג גיין אין די אונגארישער מיליטער, מעג מען גיין אין די ציוניסטישע, מ'גייט זיך באשיצן און מ'איז א בירגער אין לאנד. וואס איז די מדינה ווייניגער ווי סיי וועלכע לאנד פון עובדי עבו"ז?

מ'קען גראדע ווייטער אנגיין מיט די קרומקייט פון סאטמאר, ווי זיי נעמן אידישע מושגים און מ'איז זיי משנה אזש מ'דערקענט זיי שוין נישט. ממש ווי די ציונים און מצות ישוב ארץ ישראל. אבער ווען די יסוד זייערע פאלט אוועק, דארף מען שוין נישט אנקומען צו דעם. נאר איין נקודה, דאס ציען דער 'מצוה' פון טיילונג, ביז מ'מוז זיך אפטיילן פון ערליכע אידן וואס האלטן גראדע אנדערש ווי דיר, איז א זיוף און א סילוף שאין כמוהו, און דאס ווייזט אונז אלע אז די תירוצים פאר די טיילונג זענען סתם שקר, עבדא בהפקירא ניחא ליה. מ'מעג זיך נישט אפטיילן פון אידן, נאר צומאל מוז מען נעביך. ווען מ'טוט עס שלא במקום מצוה, ווייזט זיך אויס אז מ'האט קיינמאל נישט פארשטאנן ווי געפערליך דאס איז מעיקרא, ווי בדיעבד'יג דאס איז אמאל געווען. מ'וויל זיך סתם אפשאקלן פון די אחריות פאר אידן, און מאכן שבת פאר זיך אן זיך דארפן ספראוון מיט מענטשן וואס טון אנדערש און האלטן אנדערש. A men's club ותו לא.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

הרב גאלד שליט"א: איך גיי ייעצט נישט אריין אין דעם עצם ויכוח איבער האלטן פון די שיטה פון ציונות אדער התנגדות דערצו. וואס איך האב אויסגעפונען זייער אן אינטרעסאנטן פאקט וואס די אריות (ניין, נישט מיט אן עיי"ן) שבחבורה האבן אייביג פארהוילן (בכונה או שלא בכונה) פון אונז, דעם (דאמאלס) יונגער'ן דור. נעמליך. אז אין א געוויסע תקופה. די תקופה פון טעאדאר (ניין. ער פארדינט נישט קיין שם קודש.) הערצל וסייעתו זענען גרויסע טיילן פון די גוי'אישע באפעלקערונג. סיי דער המון עם. און סיי די רעגירונגס פיהרער, געווען שטארק אינטרעסירט אז די אידן וועלכע האבן געוואוינט אין זייערע לענדער זאללן זיך אויפהייבן און גיין וואוינען קיין ארץ ישראל. עד כדי כך. אז א געוויסער פארלאמענט מיטגליד פונ'ם פוילישן סיים האט זיך אויסגעדריקט צו א אידישן פאליטישן פיהרער אז אויב די אידן וועללן פארשטערקערן זייער ווידערקער קיין ארץ ישראל/פאלעסטינע, געט ער אויף זיין אנטי סעמיטישע פלאטפארמע אויף וואס ער איז געלאפן .

ממילא נעמט עס אוועק לכה"פ 50 % פון די הארבקייט פון התגרות באומות. און שלא יעלו בחומה. ועוד חזון למועד.

אלא על של עתה באתי. כבודו הרמה. און דער הויפט פון די הוגי דיעות אין סאטמאר. הרב שמואל שלמה טעללער שליט"א (המכנה את עצמו ..."הרב"... ש.ב. מרגליות) מאכן דעם זעלבן פונדאמענטאלן טעות אין דיקדוק... ווען עטץ רעדטס איבער ..."ציונות"... אלס שם דבר, זאגט עטץ און עטץ שרייבטץ..."ציונית"...וואס איז טייטש די פרוי די ציונית. די ציוניסט'קע, רחמנא ליצלן מהאי דעתא...! ווי קענען אידן תלמידי חכמים מאכן אזעלכע גראבע, עמי הארצ'ישע טעותים. וואס וואלט געפאסט פאר א בעל עגלה אזוי ווי בערל. אדער שאלאם דער צייטונג פארקויפער, ע"ה...!
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל

שליחה דורך נהורא נפישא »

יעצט כאפ איך האב געמאכט א טעות. איך האב דא געצילט אויסציקלארן אביסל די השקפה פון ויואל משה וואס למעשה איז ער נישט אפירגעקומען אין א וואקיום. אפגעזען די מקורות אויף וואס ער האט אראפגעשטעלט זיין שיטה וואס מ'קען זיך דינגן אסאך דערביי. פאדערט אבער א היסטארישע אויסטייטשונג וויאזוי השקפות האבן זיך אנטוויקלט אין פארשידענע מקומות. אויב די ציל איז מברר צו זיין ווער ס'בעצם גערעכט איז ביי מיר זינלאז אנטיילצונעמען אין אזא שמועס.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2379
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 625 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל

שליחה דורך גאלד »

איים סארי איך בין נישט אין די ביזנעס פון סארקאזם אין לצנות, טראץ וואס איך עפרישיעט די קריעטיוויטי, שכוח, עכ"ז זוך איך אבער נישט אויפן מאמענט צו שפענדן ענערגיע אויף די סארט זאכן, עכ"פ נישט דא אויף דעם פלאטפארמע ק"ש. אפשר איין אנדערס מאל.
כעל מיך בלויז קאנצעטרירן אויף די פאר זאכן וואס זענען לפענ"ד מן הענין. ואתכם הסליחה.

הערצל'ס וכת דיליה לייזונג צום אידישן פראבלעם איז געווען צו מאכן דעם איד אויס איד, ווייל לשיטתם איז די חורבן פונעם איד געווען אז ער איז א איד, איינמאל ס'עקסזיסטירט נישט דעם ענטיטי וואס טרייבט דעם אנטי-סעמיט צו האסן דעם איד איז נישטא מער אויף וואס אין וועם צו זיין דערגעגען, פונקט ווי מענטשן אין מאנגאליע צו פידשי זענען קיין אנטי-סעמיטן ווייל זיי ווייסן נישט פון אזא מין באשעפעניש "איד". די זעלבע צילן די ציונים, צו מאכן די גאנצע וועלט ווי מאנגאליע, זייער תכלית איז צו אויסראטן דעם אידישן פאלק רח"ל היל"ת, און זיי מאכן פאר עפעס א פאלנער אור-אלטער ענטיסיטי, וואס געהערן צו א לאנד, מיט א אייגן שפראך, און ארמיי, ווי איטאליע אדער יאפאן, און האט זילטש מיט עפעס א פרימיטיווע רעליגיע.

ממילא איז נישט פשט אז זיי האבן געוואלט העלפן די איד בגשמיות, זיי האבן געוואלט אינגאנצן איבערמאכן דעם איד, צו א שפוגל נייער איידענטיטי און אויסראטן וואס מיר ווייסן א איד איז. רח"ל.

דער לאזונג אז "דער אידישע פאלק האט געשפירט אז מ'קען דא הייבן די קאפ און צוריק אויפבליען" שפילט אינגאנצן אריין אין אט דעם נאראטיוו, אדער ווי זיי זאגן אלס we can once again hold our heads up high.
דאס איז א גענצליכער קעפיטשולעשן צו די הערצל'ניקעס, סאיז באמת א ווייטאג צו זעהן פרומע אידן (כשטעל אויף די חזקה אז ק"ש איז א פרומע פורום) שפילן אזוי שיין גראד אריין אין די רעפורינטע שמד שטיק פון די ציונים,
הטרם טדע אז דער איד האט זיך אלס אויסגעלאכט און זיך פארמיאוס'ט פון דעם גוי'ס שטרעבונגען און שטאלץ? א איד הייבט די קאפ הויך ביזן הימל פון אונזער תורה ומצוות, אתה בחרתנו מכל העמים, אשר קדשנו במצותיו, א איד ווייסט אז ער איז א ביליאן שטאפלן העכער פונעם גוי זאל ער זיין דער שטערקסטער לאנד. אבער די אפיקורסים נעבעך גלייבן דאך נישט בכל הנ"ל זענען זיי ל"ע פארמיאוסט פון אידישקייט, זיי האבן געהאלטן אז דער אידיש פאלק ביז די מדינה איז געווען א טויטער ווערדלאזער פאלק, גארנישט צוגעגעבן צו די וועלט, איז נעבעך זייער שטאלץ דער זעלבער ווי דער גוי'ס. און ליידער פרומע אידן בלא יודעים, זאגן נאך די דברי ניאוץ, אן כאפן דער באדייט.

כאנאך אסאך צו זאגן איבער דעם און אנדערע פונקטן וואס זענען דא ערווענט געווארן, אבער מיין צייט איז באגרעניצט, ודי בזה,
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום גאלד, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2379
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 625 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל

שליחה דורך גאלד »

איין קריטישע זאך וויל איך צו געבן.

ווי איר זעהט אז כל הנ"ל האט גארנישט מיט קיין שלש שבועות.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

זייער גוט! דו קענסט רעדן פאר ביידע זייטן, און אזוי געוואונען די ארגומענט. און דאס איז אן סארקאזם...........

ליין וואס די שרייבערס פון די ציונים זעלבסט האבן געשריבן, נישט געציילטע פון זיי, נאר אלע, וועסטו זען אז דא איז געווען א שותפות פון פארשידענע מיינונגן, און עס איז נישט דא אזא זאך ווי די 'ציוניסטישע מייונג'.

און דו אליינס האסט מודה געווען. טאמער טויזענטער פרומע אידן ווילן א מדינה, מיינט עס עכ"פ לשיטתך אז זייער ציונות איז נישט קיין אפיקורסות.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

כ'האב הנאה פונעם שמועס דא, פון די סוגיא פון שלוש שבועות און אין למדין מן האגדות איז מען אריבערגעגאנגען אריינצוטייטשן טיפע גאונות אין אפאר ווערטער וואס הערצל האט אמאל יא אדער נישט געזאגט נאך אפאר גלעזלעך לחיים. גראדע האב איך אמאל באקומען אן אודיענץ ביי בנימין נתניהו אליינס, ער האט מיר קלאר געזאגט אז רוב פון די מדינה'ס אויסגאבן גייט אויף צו פארשפרייטן כפירה און אפיקורסת צווישן דעם עולם. אויך האט ער מיר געזאגט אז אויב ביז צוואנציג יאר איז מען נאכנישט אנגעקומען צום ציל אויסצו'שמד'ן אלע חרדים גייט מען גיין צוריקגעבן דאס לאנד פאר טערקיי און אלע ציונים מופן צוריק קיין פוילן און ליטא און פארמאכן דאס געשעפט. נאך א זאך וואס ער האט מיר געזאגט, און דאס איז שוין א מיליטערישע סוד וואס איך גיי מן הסתם ליידן פאר'ן עס אויסזאגן, אויב ליידער ליידער געלונגט זיי יא אפצו'שמד'ן אלע חרדים אין ארץ ישראל וועט די צה"ל גיין אייננעמען אויך ניו יארק און טוהן די זעלבע זאך דא, רחמנא ליצלן.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

רביה"ק זי"ע: איך מיין אז דו האסט געהאלטן נאך א פאר גלעזלעך לחיים ווען דו האסט דעיס געחלומ'ט...!

דו דארפסט פארשטיין אז מ'טאר נישט אויפגעבן דעם הייליגן קאמף אקעגן די פארשאלטענע
.ציונים פון יאר . 2020
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

איך זוך זיי אויך. נאר איך קען זיי נישט געפונען. דער לעצטער ציוני וואס איך האב געקענט איז געווען אריק שרון. ער איז שוין אויך געשטארבן מיט א שיינע פאר יאר צוריק. ס'איז היינט נישט פארהאן קיין ציונים. ס'דא אידן און גויים. ווער זאללן דען זיין די ציונים...? די רוסן. וועלכע זענען נאר אויס וואס זיי קענען ארויסשלעפן פון די מדינה. און דער חזיר פארקויף. מיט אנדערע גוי'אישע זאכן.

און די ערליכע אידן. זיי גייען זיך זייער וועג. יא. זיי נעמען טאקע געלט פון די מדינה. ווייל וואס ס'בלייבט פון די קרן הצלה געלטער אויף'ן וועג צו די ערליכע ישיבות, נאכ'ן געמעשר'ט ווערן פון די אנפיהרערס, איז נישט גענוג צו קענען פיהרן די מוסדות התורה אפילו איין חודש...!
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2379
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 625 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל

שליחה דורך גאלד »

נאכאמאל, שערי לצנות לא ננעלו, ליצנות מאכט נישט גערעכט.

לעצם הענין, דאס אז דער רעיון פון ציוניזם איז מיוסד - און נאך עד היום - אויף איבערמאכן דעם איד, איז נישט קיין השערות אדער קאנספיראציעס,
בזאת תבחנו, כידוע האבן רוב גדולים בימים ההם לוחם געווען קעגן דעם נייעם תנועה, סנאך דא עד היום כתבים, תשובות, באשרייבונגען, אלטע צייטונגען, פון די ווערטער פון די מנהיגי ישראל בימים ההם,
אז איר וועט מדייק זיין אינעם תוכן וסגנון דבריהם, פון למשל דער רבי דער רש"ב, מהרי"ד מבעלזא, הגר"ח מבריסק, מהרי"ל דיסקין, הרב מציעשנוב,
וועט זיך ארויסשיילן ווי כולם כאחד זאגן מיט אזא פשטות דעם דאזיגן פאקט אז די פינסטערע תכלית פון די ציונים איז צו איבערמאכן דעם איד, מ'דינגט זיך מיטאמאל איבער דעם.

להבדיל די ציונים אליין זאגן עס א ביליאן מאל, זאב זשאבאטינקי האט געזאגט אז אויב איר ווילט זיך מצייר א ציוניסט, דאן נעם דעם טיפישן איד אין מאך א "איפכא מסתברא", הערצל אין זיין ביכל יודנשטאט מיט א פרעכהייט בארעכטיגט די אטיסמיטן, כידוע האט ער לכתחלה געוואלט אויסשמדן די אידן די קאנווענשנעל וועג מיט טויפן כלל ישראל צו קריסטנטום, ער האט געזעהן אז לא עלתה בידו איז ער אויפגעקומען מיט א רעפונירטע שווינדלערישע מהלך,

פארגעס פון א אודיענץ ביי נתניהו, זייער פאני,
די גאנצע איידיע פון זייער סוכנות (דשואיש אדשענסי) צו אויפזוכן יעדן נברא בכל כדור הארץ וואס איז מזרע ישראל, און איהם איבערעדן אז מיטן ווערן א ישראלישע בירגער און פאטריאט ווערט מען מער א איד. דאס איז שמד.
צו פרעדיגן פאר די אייגענע בירגער יומם ולילה, אז פארדעם מוז מען זיין א פאטריאט פון איזראעל, נישט ווייל מ'איז א איזרעאלי בירגער, נאר ווייל מ'איז א איד. דאס איז שמד.
זייער סיפיסטיקרטע הסברה אפאראט בכל העולם צו וואשן די מוחות פון כלל ישראל, אז איזראעל און די צה"ל איז די איידענטיטי און שטאלץ פון א איד. דאס איז שמד.
די אלע זאכן זענען די מייסדי הציונים'ס וויזיע אין עקשן.

אגב נאכמאל, כל הנ"ל האט קיין שייכות מיט שלש שבועות.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

אוודאי אזוי, איך האב א חבר וואס די סוכנות האט איהם פערזענליך אויפגעזוכט און איבערגערעדט צו עובר זיין אויפ'ן הארבן איסור פון דאווענען נאך סו"ז תפילה און ווערן א פאטריאט פאר סאטמער, דאס איז שמד.

זיי וואשן די מוחות אז קנאות איז די אידענטיטעט פון א איד, מ'מיינט אז מ'איז שוין א קנאי און יעצט קען מען טרעטן אויפ'ן שולחן ערוך און אויסרייסן די תורה, דאס איז שמד.

די אלע זאכן זענען די וואטעווער אין עקשן.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום רביה''ק זי''ע, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2379
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 625 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל

שליחה דורך גאלד »

אזוי ענדיגן זיך כמעט אלע טענהרייען וועגן ציונים, קודם ווערט מען באליידיגט און מפרובירט צו אפשלאגן דעם גאנצן ויואל משה מיט כלערעליי דריידליך, צום סוף קומט מיט א שירה חדשה שבחו גאולים על שפת הים יחד כולם הודו והמליכו ואמרו, אז בימינו עקסיזטירט שוין מיטאמאל ציונים, איי פארוואס ביסטו א מינוט צוריק געווען אזוי דיפענסיוו? ווייסט איין באשעפער,
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום גאלד, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

לאמיר מאכן סדר פאר מינוט ווייל מ'פארט דא מענין לענין שלא באותו ענין, מ'האט אנגעפאנגען מיט א וויי געשריי וועגן דריי שבועות, ווען דאס האט זיך נישט אויסגעארבעט האט מען געטוישט הוטן צו "איבערמאכן אידישקייט" און שמד, און ווען דאס האט באנקראטירט איז מען אריין אין א חקירה פארוואס איינער האט זיך באליידיגט און געווארן דיפענסיוו, וואו גייט מען פון דא און ווייטער?