האסטו געטוישט דיין מיינונג וועגן טראמפ אין די לעצטע 4 יאר?

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
באניצער אוואטאר
בוטן
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 209
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 29, 2020 9:22 am
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 92 מאל

שליחה דורך בוטן »

ווען אונז האבן ווען א חורבן, און דאס האט פאסירט אין די צייט פון טראמפ, איז דא פלאץ צו שעלטן.
ווען אונז האבן ווען 'נישט' קיין חורבן, און טראמפ פירט אונז ווייטער אנעם חורבן, קען מען מטיל ספק זיין אין זיין יכולת.
ווען ס'איז געווען א חורבן פון א לאנד, אראבערס, רוסן, כינעזער, מאכן א לעבן אויף אונזער '''פרייהייט''' און ס'קומט א גיבור און שטעלט זיך ארויס ווי א פעלזן פעסטער געביין און פראסקעט אונזערע גרעסטע שונאים - פרצוף אריין!!! ווער איז דער משוגענער צו זאגן, אז ס'איז אבסורד וואס ער טוט, אז ער איז דער ראנג מענטש אויפ'ן בענקל?

מיינע געהירן ציטערן נאך פון 911 פון נאך צענדליגע טעראר אטאקעס, וואס יארן זענען אריבער און מ'האט נישט קיין נקמה גענומען, נאר מער איינגעשרימפפן אונזער פרייהייט.
מיין וואונדער אויפ'ן אויפגעקלערטע פאלק, וואס זעט גארנישט ווי פון רעגן ביז היינט איז איין גזירה שווה פון בארג אראפ!
מיין קלארע זע-קראפט, אז ווער ס'האט שוינט שווארצע, פרויען, בהמות, טרענסגענדער, טעראר, כפירה, איליגעל, רציחה, געוואלדטאטן - און די ליסטע איז א לאנגע... יענע אט יענע, זענען לינקע, און טאקע שונאים פאר'ן יושר און ישרות, געזעץ און סדר, מענטשליכקייט און שכל, אויפבוי און גרעניצן, פארדינסט און אויפבליה.

שנאת חינם האט חרוב געמאכט אונזער עבר, אבער דעטס-אלל! גאט האט נאך אפאר מענטשן מיט שכל זאפט אין די געהירן. גאט האט ליב זיינע באשעפענישן, און האט אונז געשיקט טראמפ אלץ קייזער, דער קייזער האט ליב דעם לאנד, און האט געשיקט די קרומע זאלן זיך אליינס אויפעסן דאס הארץ, ושלום יהיה בארץ
באניצער אוואטאר
כלבאשבוע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1028
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 03, 2014 10:12 am
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1082 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך כלבאשבוע »

כהאב נישט געוואט פאר קלינטאן און אוודאי נישט פאר טראמפ ביי די לעצטע עלעקשאנס, ער איבלט מיר געפערליך און כשפיר דערנידערט אלץ א אמעריקאנער בירגער אז דאס איז מיין פרעזידענט, ער קען נישט אנהאלטן קיין נארמאלע סטעף, ער צוקריגט זיך מיט יעדן נארמאלען געלונגענעם פערזענליכקייט ביז סזענען איבערגעבליבן נאר די שוואכלינגען אזוי אז די גאנצע אדמיניטסרעשאן איז יעצט פשוט דורכגעפוילט פון קאפ ביז פוס בשעת ער איז בעיקר ביזי טאג און נאכט מיט נערישע קינדערישע מערכות

אבער דאך, פאר ישראל (איראן וכו) און פאר אידן בכלל איז ער פיין געווען און כבין געווען אין ספק אז אפשר אלץ הכרת הטוב וואלט מען יא געדארפט וואטן פאר אים דאס מאל, אבער זיין האנדלונג אין קאראנע האט פיינעלי אפגעטון מיין ספק, כבין קאנווינסט אז ער איז מסוכן און אפילו אזא פשוטע זאך ווי דאס געזונטהייט פון אמעריקאנער בירגער גייט אים אן אין די לינקע פאה

סאיז א שאד אז פון די אנדערע זייט (סיי רעפובליקאנער סיי דעמאקראטן) איז נישטא בעסערס ווי ביידען, אבער כהאב נישט קיין שום האס פאר ביידען (ער איז נישט קיין קלינטאן) און ער איז א וועטעראן פאליטישאן, זיין פראבלעם איז בעיקר אז ער איז אלט און פלעין ווענילא, א נאטינג בורגער, אבער ער איז נאך אלץ טויזענט מאל בעסער ווי טראמפ
לְבַר נַטְלִין, וְלָא עָאלִין, הַנֵי כִּלְבֵין דַחֲצִיפִין.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3204
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2629 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

וואס מיינט דאס א 'וועטעראן פאליטישאן'? וואספארא מעלה איז דאס?
באניצער אוואטאר
כלבאשבוע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1028
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 03, 2014 10:12 am
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1082 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך כלבאשבוע »

די מעלה פון א וועטעראן פאליטישאן איז אז ער האט עקספיריענס, ער קען זיך מיט די אלע וואס זיצן ביים רודער און פארשטייט וויאזוי די גאווערמענט ארבעט אינסייד אאוט

סאיז זייער שווער און אפילו אוממעגליך דורכצופירן זאכן אן מאכן דיעלס און גוט פארשטיין וואס יענער וויל און וואס די קענסט אים געבן כדי די זאלסט באקומען וואס די ווילסט, מען דארף זיין אויסגעריבן אין יעדנס משוגעתן און עקשנות און מדארף זיך מיט יעדן קענען דורכקומען אויף עפעס א אופן, כגלייב אז דאס איז געווען א חלק פון די סיבה פארוואס אבאמא (וואס איז געוען יונג און אומערפארן) האט גענומען ביידען אלץ ווייס פרעזידענט, ער טויג זייער גוט צו דעם
לְבַר נַטְלִין, וְלָא עָאלִין, הַנֵי כִּלְבֵין דַחֲצִיפִין.
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

הסברים איז זייער פיין ס'איז אבער דיבעיטעבעל

מציאות איז אז טראמפ משיגענערהייט האט דורכגעפירט פאר וואס ער איז געשטאנען פאר

ווי אזוי מ'דארף זיך אומגיין מיט אימיגראנטן איז א שטארקע ענדלאזע דיבעיט צווישן די צוויי פארטייען

ס'איז אבער קלאר ווי דער טאג אז עימעצער וואס בלאקט אימיגרענטס אריין צו קומען 'איליגעל' איז נישט קיין ראסיסט און נישט אנטי אימיגרענט ער וויל פשוט נישט הפקרות און ער וויל נישט אז איליגעל אימיגרענטס זאלן אוועק נעמען זשאבס פון אלטגעזעסענע אדער פון לעגאלע אימיגראנטן וואס האבן זיך באזעצט ע"מ להשתקע וביקש לישיב בשלוה און זיי פרעגן די הארבע קשיא פון חוטא נשכר נישט גענוג ער איז איליגעל דארף איך ףיידן ווייל ער קען זיך עפארדן ביליגערס ווי מיר צוליב זיין אומרעכט די נישט פעירנעס פון דעם שרייט דאך עד לב השמים

קומט די מידיע און האבן א פראבלעים ווייל זיי נעמען אן א אנדערע צד האבן זיי דאך א כח פון פארשפרייטן די נייעס לפי רוחם הייבן זיי אן שפילן אויף געפילן מיט ברענגען נייעס וואס זיי ווילן בלאזן מיט די טייערסטע און שטערקסטע בלאז מאשינען מאכן זיי זייער צד מיט פראפעגאנדע פון פיקן און טשויזן וואס זיי ווילן פארפירן די נייעס און בלאף און מ'דארף נישט מאריך זיין

די פוינט איז אז פאליסי ווייס טוט ער נישט עפעס אויסערארדענטליך ס'איז נאר די מידיע וואס נעמט עניטינג וואס ער טוט און מאכן דערפון א היסטעריע ראסיסטיש פאשיסטיש יו נעים איט
צומאכן א בארדער אין טשיינע ווייל זיי האבן א ווירוס האט מיט ראסיזים נאטינג צו ער דארף שרייען און הייזעריג ווערן מיט דעם אז דער וויירוס איז א טשיינע וויירוס קען מען שוין דיבעיטן אבער אויב ביסט אקעי צו זאגן אז טראמפ איז א ראסיסט פאר'ן צומאכן די בארדער בין איך אקעי מיט שרייען טשיינע וויירוס פארשטייסטו און אויב ביסט אקעי ווען פעלאוסי ווי א קינד צורייסט א סטעיט אויף יוניאן און מאכט א צירקוס מיט פענעס נאכן אונטערשרייבן די אזויגערופענע העכסט וויכטיגסטע אימפיטשמענט בין איך אקעי ווען טראמפ גרעפצט ארויס א טוויט קייגען אבאמא

ס'איז מיר נאר א וואונדער אויף נארמאלע ניקס וואס זיי פארשטייען צו די מידיע בלאף זאלן פאלן פאר זיי
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום גאנצל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

וואס מיינט 'הפקרות' און 'נישט הפקרות'? פונקט ווי די געזעץ לאזט נישט געוויסע פארשוינן אריבער שווערצן די גרעניץ, אזוי אויך באגרעניצט די געזעץ די כח פון דער פרעזידענט. טאמער דע רפרעזידענט האלט אין איין זוכן זיך ארויס צו דרייען פון די באגרעניצונגן, און ער שפילט מיט די גבולות פון די באגרעניצונגן, איז עס פונקט אזא הפקרות ווי די מענטשן וואס שווערצו איבער די גרעניץ

און פאר דע רעקארד, קיינער האט נישט געוואלט סתם אפענע גרעניצן. די רעכטע מידיא האט פאבריצירט די ספין אויף די לינקע. די לינקע האבן קיינמאל נשיט געזאגט 'עפען די גרעניצן, זאל יעדער קומן'. זייער שטעלונג איז געווען אז אימיגרעישען איז א גוטע זאך פאר אמעריקא, לאמיר עס מאכן גרינגער געזעצליך. און אז די וואס זענען שוין דא זאל מען נישט סתם ארויס ווארפן כאילו זי זענען א באנדע הונט. זיי זענען אויך מענטשן, און מ'קען טרעפן אן עצה פאר יעדעם. טאמער אזא סארט געזעץ וואלט געקומן צוזאמען מיט געזעצן פון בעסער פארמאכן די גרעניצן, וואלטן זיי געשטימט דערפאר. אבער איינזייטיגע געזעצן, וואס פארמאכן די גרעניץ און רודפ'ן מענטשן, וואס נעמן נישט אריין די צווייטע חלק, איז ביי זיי הארצלאז.

די ראסיסטישע חלק פון זיין מהלך איז וויאזוי ער האט עס אועק געשטעלט. ריכטיג, אן אפענע גרעניץ איז אומגעזעצליך און הפקר. אבער אוועק צו שטעלן אז גאנץ אמעריקא ליידט בעיקר פון די אומלעגאלע אימיגראנטן, און אלע פראבלעמן שטאמן דערפון, אז די מעקסיקאנער וואס קומן אריבער דארף מען אנקוקן ווי מסוכנ'דיגע פארברעכערס, איז א ראסיסטישע שטעלונג. ווען גרעניצן וואלטן געווען א קליין חלק פון זיין פלאטפארם, וואלט מען עס געקענט האנדלן אלס בלויז א הפקרות ווס. נישט הפקרות נושא. למעשה איז עס א ראסיסטישע נושא.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

איך האב נישט געזאגט אז ס'איז נישט דא קיין צוויי צדדים

איך האב געזאגט אז ווען איינער נעמט א צד האט ער בס"ה גענומען א אנדערע צד און ער ווערט נאך נישט קיין ראסיסט דערפאר

די וועג ווי אזוי ער באהאנדלט עס איז ווי אזוי מענטשן וואס טוען אומלעגאלע זאכן ווערן באהאנדלט ראזער סטאון מעג מען באהאנדלן ווי א הונט אבער איליגעלס נישט פארוואס ?

איך האב נישט געהערט פון אים אז אלע פראבלעמען קומען פון אימיגראנטן ער האט ארויסגעברענגט די פראבלעים פון איליגעל אימיגרענטס וואס זיי שאפן אסאך פראבלעמען ער ברענגט עס ארויס מיט א ברייטע שפראך אזוי ער רעדט פון אלעם ער איז נשיט מקיים דעם ולא הלכתי בגדולות אבער קיין ראסיסט איז ער ניקס הערן הערט מען ווי אזוי מ'וויל הערן און דאס איז א חלק פון די מידיע

אימיגראנטן נוץ איך פאר א ביישפיל ועל הכלל כולו יצא
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

איך הייב שוין אן צו טראכטן אז די גאנצע קאראונע וויירוס האט טראמפ ערלעדיגט כדי ער זאל קענען פארלאנגען אפצושטופן די וואלן, פונקט ווי די קאראונע וויירוס שיגעון וועט ווארשיינדליך קיינמאל נישט קומען צו אן ענדע אזוי אויך וועט דאס אפשטופן פון די וואלן זיך קיינמאל נישט ענדיגן, מ'וועט עס אפשטופן און אפשטופן ביז זיין מאה ועשרים.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

איך זעי אז אן whataboutism ארבעט עס נישט.

וואס האט ראדזשער סטאון מיט ראסיסם איינגעלייגט? מה ענין שמיטה אצל הר סיני?

און ווער האט גערעדט פון צוויי צדדים? טראמפ ארבעט דורך הפקרות, אן די גרעניצן פון די געזעץ. און דאס איז מסתמא ווייל ער איז אזא ווילדער פרעמדע צו פאליטיק, אזש ער ווייסט ניטאמאל אז די גרעניצן עגזיסטירן. די צוויי צדדים זענען אפשר צו אימיגרעישען איז אזא גוטע זאך פאר די לאנד, אדער גענוי וואס צו טון מיט די אלע וואס זענען שוין דא. אבער באהאנדלן בארבאריש, אדער מפרסם זיין און שטופן אזא מין גלויבונג אז זיי זענען מענטשן פון וועמן מ'דארף זיך היטן, האט נישט מיט די צוויי מיינונגן, נאר סתם ראסיזם.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך זעי אז אן whataboutism ארבעט עס נישט.

וואס האט ראדזשער סטאון מיט ראסיסם איינגעלייגט? מה ענין שמיטה אצל הר סיני?

און ווער האט גערעדט פון צוויי צדדים? טראמפ ארבעט דורך הפקרות, אן די גרעניצן פון די געזעץ. און דאס איז מסתמא ווייל ער איז אזא ווילדער פרעמדע צו פאליטיק, אזש ער ווייסט ניטאמאל אז די גרעניצן עגזיסטירן. די צוויי צדדים זענען אפשר צו אימיגרעישען איז אזא גוטע זאך פאר די לאנד, אדער גענוי וואס צו טון מיט די אלע וואס זענען שוין דא. אבער באהאנדלן בארבאריש, אדער מפרסם זיין און שטופן אזא מין גלויבונג אז זיי זענען מענטשן פון וועמן מ'דארף זיך היטן, האט נישט מיט די צוויי מיינונגן, נאר סתם ראסיזם.


[שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]!
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

פשיאא! דאס איז די קלוגסטע זאך וואס דו האסט פאבריצירט. ביסט זיכער דו ביסט דא אריינגעסיינט מיט די ריכטיגע ניק?
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
כלבאשבוע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1028
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 03, 2014 10:12 am
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1082 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך כלבאשבוע »

גאנצל האט געשריבן:
מציאות איז אז טראמפ משיגענערהייט האט דורכגעפירט פאר וואס ער איז געשטאנען פאר


ווי איז די וואנט וואס ער האט צוגעזאגט?
לְבַר נַטְלִין, וְלָא עָאלִין, הַנֵי כִּלְבֵין דַחֲצִיפִין.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3204
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2629 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

ליטוואק וואו ווייט איך ווייס איז אובאמא פיל מער געארבעט מיט הפקרות איבערגייענדיג די גרעניצן פון געזעץ אין פיל מער פעלער פון טראמפּ. איך האב נישט ליעב זיך צו שלאגן אויף כללים. לאמיר גיין אויף פרטים. אין וועלכע ספעציפישע פאל האט איר געזען אז טראמפּ האט איבערגעטרעטן זיינע גרעניצן?
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3204
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2629 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

כלבאשבוע האט געשריבן:
גאנצל האט געשריבן:
מציאות איז אז טראמפ משיגענערהייט האט דורכגעפירט פאר וואס ער איז געשטאנען פאר


ווי איז די וואנט וואס ער האט צוגעזאגט?

ס'בויט זיך מיט א פעסטקייט.
באניצער אוואטאר
כלבאשבוע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1028
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 03, 2014 10:12 am
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1082 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך כלבאשבוע »

קורקלענד האט געשריבן:
כלבאשבוע האט געשריבן:
גאנצל האט געשריבן:
מציאות איז אז טראמפ משיגענערהייט האט דורכגעפירט פאר וואס ער איז געשטאנען פאר


ווי איז די וואנט וואס ער האט צוגעזאגט?

ס'בויט זיך מיט א פעסטקייט.


אזוי?

By May 2020, only 16 miles out of 194 miles of wall constructed under the Trump administration was not replacement fencing
לְבַר נַטְלִין, וְלָא עָאלִין, הַנֵי כִּלְבֵין דַחֲצִיפִין.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3204
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2629 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

לאמיר צוריק טרעטן א מינוט. די סיבה פארוואס דו וואלסט יא אדער נישט געהאלטן פון טראמפּ האט צו טוהן מיט די וואנט? אויב ווייז איך דיר אז ער האט יא געבויט טוישסטו דיין מיינונג? אדער ווילסטו מיר סתם דרייען די ......? אז דו ווייזט מיר אויף אז ער האט נישט געבויט גיי איך נישט טוישן מיין מיינונג, איך האב איהם נישט אריינגעוועלט פאר א וואנט. הגם וואס איך פארגין איהם עס.
באניצער אוואטאר
כלבאשבוע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1028
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 03, 2014 10:12 am
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1082 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך כלבאשבוע »

ניין, די סיבה פארוואס כהאלט נישט פון טראמפּ האט נישט מיטן וואנט, קלאר נישט

כהאב נישט קיין אישו מיטן געדאנק פון די וואנט, הגם כהאלט אז סאיז נישט רעאליסטיש אז סזאל געשען במציאות און בעיקר אז סוועט נישט אויפטון דאס וואס מזוכט סזאל אויפטון
לְבַר נַטְלִין, וְלָא עָאלִין, הַנֵי כִּלְבֵין דַחֲצִיפִין.
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך זעי אז אן whataboutism ארבעט עס נישט.

וואס האט ראדזשער סטאון מיט ראסיסם איינגעלייגט? מה ענין שמיטה אצל הר סיני?

און ווער האט גערעדט פון צוויי צדדים? טראמפ ארבעט דורך הפקרות, אן די גרעניצן פון די געזעץ. און דאס איז מסתמא ווייל ער איז אזא ווילדער פרעמדע צו פאליטיק, אזש ער ווייסט ניטאמאל אז די גרעניצן עגזיסטירן. די צוויי צדדים זענען אפשר צו אימיגרעישען איז אזא גוטע זאך פאר די לאנד, אדער גענוי וואס צו טון מיט די אלע וואס זענען שוין דא. אבער באהאנדלן בארבאריש, אדער מפרסם זיין און שטופן אזא מין גלויבונג אז זיי זענען מענטשן פון וועמן מ'דארף זיך היטן, האט נישט מיט די צוויי מיינונגן, נאר סתם ראסיזם.


טראמפ ארבעט דורך הפקרות, אן די גרעניצן פון די געזעץ.


אויף וועלכע גרעניץ פון געזעץ טרעיט ער ?

מיט ראזשער סטאון ברענג איך ארויס אז מיט א מענטשן מיט אומלעגאלע אקטיוויטעיטן פירט מען זיך אויף צו אלע די זעלבע ראסיזעם קומט נישט אריין דא
ליב צו וויסן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 981
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
האט שוין געלייקט: 2658 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1064 מאל

שליחה דורך ליב צו וויסן »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:און פאר דע רעקארד, קיינער האט נישט געוואלט סתם אפענע גרעניצן. די רעכטע מידיא האט פאבריצירט די ספין אויף די לינקע. די לינקע האבן קיינמאל נשיט געזאגט 'עפען די גרעניצן, זאל יעדער קומן'. זייער שטעלונג איז געווען אז אימיגרעישען איז א גוטע זאך פאר אמעריקא.


דאס וואס דו שרייבסט דא פארענטפערט אסאך וואס דו שרייבסט ערגעץ אנדערש...

זיך שלאגן קעגן בויען א וואנט,
די Abolishment אף ICE,
גיבן רעגירונגס פראגראמען פאר סיי וועלכער איליגעל אימיגראנט,
איז פון די זאכן וואס כל אשר בשם דעמאקראט יכונה איז Pro,
(חוץ מזה צווישן די לינקע אקטיוויסטן איז דא מערערע וואס זאגן אפן און קלאר "Open borders")
אבער דאס איז א רעכטע ספין...
שיין זעהן מיר אויס..
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3204
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2629 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

כלבאשבוע האט געשריבן:ניין, די סיבה פארוואס כהאלט נישט פון טראמפּ האט נישט מיטן וואנט, קלאר נישט

כהאב נישט קיין אישו מיטן געדאנק פון די וואנט, הגם כהאלט אז סאיז נישט רעאליסטיש אז סזאל געשען במציאות און בעיקר אז סוועט נישט אויפטון דאס וואס מזוכט סזאל אויפטון

סאו, אויב קיינער אויף ביידע זייטן אינטערעסירט עס נישט דאן וואו קומט עס אריין דא אין שמועס...
ליב צו וויסן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 981
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
האט שוין געלייקט: 2658 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1064 מאל

שליחה דורך ליב צו וויסן »

כלבאשבוע האט געשריבן:ניין, די סיבה פארוואס כהאלט נישט פון טראמפּ האט נישט מיטן וואנט, קלאר נישט

כהאב נישט קיין אישו מיטן געדאנק פון די וואנט, הגם כהאלט אז סאיז נישט רעאליסטיש אז סזאל געשען במציאות און בעיקר אז סוועט נישט אויפטון דאס וואס מזוכט סזאל אויפטון


אוודאי נישט, צו בויען א וואנט צוריקצוהאלטן מענטשן פון אריינקומען ערגעץ איז די נעריש'סטע געדאנק וואס לייגט זיך אויפן שכל..
די בעסטע וועג צוריקצוהאלטן טרעספעססערס איז "נישט" צו בויען א וואנט..
:lol:
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ליב צו וויסן, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

ליב צו וויסן האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:און פאר דע רעקארד, קיינער האט נישט געוואלט סתם אפענע גרעניצן. די רעכטע מידיא האט פאבריצירט די ספין אויף די לינקע. די לינקע האבן קיינמאל נשיט געזאגט 'עפען די גרעניצן, זאל יעדער קומן'. זייער שטעלונג איז געווען אז אימיגרעישען איז א גוטע זאך פאר אמעריקא.


דאס וואס דו שרייבסט דא פארענטפערט אסאך וואס דו שרייבסט ערגעץ אנדערש...

זיך שלאגן קעגן בויען א וואנט,
די Abolishment אף ICE,
גיבן רעגירונגס פראגראמען פאר סיי וועלכער איליגעל אימיגראנט,
איז פון די זאכן וואס כל אשר בשם דעמאקראט יכונה איז Pro,
(חוץ מזה צווישן די לינקע אקטיוויסטן איז דא מערערע וואס זאגן אפן און קלאר "Open borders")
אבער דאס איז א רעכטע ספין...
שיין זעהן מיר אויס..

ביטע מכבד זיין מיט לינקס.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
ליב צו וויסן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 981
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
האט שוין געלייקט: 2658 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1064 מאל

שליחה דורך ליב צו וויסן »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:און ווער האט גערעדט פון צוויי צדדים? טראמפ ארבעט דורך הפקרות, אן די גרעניצן פון די געזעץ. און דאס איז מסתמא ווייל ער איז אזא ווילדער פרעמדע צו פאליטיק, אזש ער ווייסט ניטאמאל אז די גרעניצן עגזיסטירן. די צוויי צדדים זענען אפשר צו אימיגרעישען איז אזא גוטע זאך פאר די לאנד, אדער גענוי וואס צו טון מיט די אלע וואס זענען שוין דא. אבער באהאנדלן בארבאריש, אדער מפרסם זיין און שטופן אזא מין גלויבונג אז זיי זענען מענטשן פון וועמן מ'דארף זיך היטן, האט נישט מיט די צוויי מיינונגן, נאר סתם ראסיזם.


זאג מיר דו מאכסט דיך אדער דו ביסט?
וועלכע בארבארישע אקטן שטיצט ער?
ער אינפאסירט סך הכל די געזעצן אויף די ביכער, די זעלבע געזעצן מיט וואס אבאמא האט זיך געפירט..
סתם פאר נייגעריקייט.. געדענקסט אפשר אז ער האט געוואלט א דיעל פאר דאק"א? ווער האט עס רעזשעקטעד און פארוואס?

ובכלליות:
וואלסט אפשר געקענט אויסשמועסן דיין בליק אויף מעקסיקאו? דו ווייסט אפשר פון דראג באנדעס דארטן?
איז פאלש צו זאגן אז אין מעקסיקאו כהיום איז דא א קולטור פון קריים אין מערערע פון אירע סטעיט'ס?
איז מעגליך אז אמעריקע'ס גענגס וועלן שטערקער ווערן אויב די גרעניץ ווערט שוואכער?
האמיר נישט גענוג קריים אין אמעריקע אז מיר זאלן דארפן אימפארטירן פון דארטן?
פארשפארט