משלי שש - פרק ג'
משלי שש - פרק ג'
[center]משלי שש.[/center]
[center]פרק א': דאס מענטשליכע זעהל.
פרק ב': הבריאה - עבר הווה ועתיד.
פרק ג': האדם, מידותיו, ואלקיו.[/center]
א. דער נביא זעט דעם עתיד אין גאט'ס רייד, דער חכם עדיף מנביא זעט דעם עתיד אינעם הווה.
ב. ווען גאט איז בייז בלאזט ער; ווען איינער בלאזט שווייגט ער.
ג. דער דורכשניטליכער אומגלויביגער גלויבט אז ער גלויבט נישט.
ד. אין נאמען פון רעליגיע, זענען צענדליגע מיליאנען געשטארבן אין די לעצטע פאר טויזנט יאר; אין נאמען פון אטעאיזם [נאציזם און קאמוניזם], זענען צענדליגע מיליאנען געשטארבן אין די לעצטע זיבעציג יאר.
ה. 'עצביהם כסף וזהב מעשי ידי אדם' - מיינט, אז מיר טוען וואס מיר ווילן, און מיר הענגען עס אן אויף גאט.
ו. סיי גאט און סיי די מאראל לאזט נישט א מענטש זיין א רויבער. דער וואס רויבט נישט נאר צוליב גאט, וועט טרעפן וועם צו בארויבן לויט זיין גלויבן; דער וואס רויבט נישט נאר צוליב מאראל, קען שנעל טוישן זיין מאראל; גוט איז דער וואס גלויבט אין גאט און שפירט מאראל.
ז. דער מאראלישער דייטש האט געזאגט 'ביטע, היער', ביים שיקן פרויען און קינדער צו זייער טויט.
ח. רעגן איז א וועג פון גאט צו ווייזן פארן מענטש, ווי ווייניג ער וויל אנערקענען דער וואס געבט אים לעבן.
ט. צווישן דעם נפש אלוקית און דעם נפש הבהמית קומט כסדר פאר א שלאכט, אויב עס איז דא אזא זאך ווי א נפש.
י. דער מאלפע האלט זיך אויך פאר די קלוגסטע באשעפעניש; צו זיין מזל קען ער זיך כאטש איבערצייגן זיין טעות דורך אנטרעפן א מענטש. צו אונזער שלעכטע מזל, רעדן מיר זיך טאקע איין.
יא. ווען פיש וואלטן גערעדט, וואלטן זיי געזאגט 'לאמיר מתקן זיין די נשמות פון די רבי'ס'.
יב. שקר החן והבל היופי, א בפירוש'ע אסמכתא ליב צו האבן שיינקייט אין דעם עולם השקר.
יג. ליגנט איז נישט בקום ועשה, נאר א העדר פון אמת.
יד. דורכאויס היסטאריע, האט 'די רעליגיע פון רחמנות און ליבע' [קריסטנטום] פארשניטן מער לעבנס ווי סיי וועלכע אנדערע רעליגיע.
טו. די שיטה פון פאליטעאיזם [געצנדינעריי] איז נאר באגאנגען א פיצעלע טעות; זי האט פאלש אפגעלערנט דעם 'שערי היחוד והאמונה' פונעם תניא.
טז. רבי'שע קעדילעק'ס מיט בליצערלעך, זענען ווי קינדער מיט א 4 סלייס קאפל.
יז. צומאל וויל א שלעכטער זיין די איינציגסטער מענטש אויפן וועלט; צומאל וויל ער דווקא נאך מענטשן אויפן וועלט, ער זאל האבן וועמען צו פייניגן.
יח. דער אינטערנעט האט געברענגט מענטשן פון די גאנצע וועלט נאנט איינער צום אנדערן; אבער דער אינטערנעט האט דערווייטערט מענטשן פון די גאנצע וועלט - פון זיך זעלבסט.
יט. דער לינקער אנארכיסט מיטן רעכטער סופרעמעסיסט זענען ווי הודו מיט כוש; זיי שטייען ביי די צוויי עקן און דערפאר זענען זיי אזוי נאנט.
כ. א מענטש איז א מישלינג פון א בהמה און א קאמפיוטער.
כא. א יעדע קרומע סברא שטייט שוין אין א פילאזאפישע בוך; אויב קענסטו די בוך ביזטו א פילאזאף, אויב נישט – ביזטו א קרומער מענטש.
כב. עס איז נישטא קיין מער סוביעקטיווער באשלוס, ווי צו מיינען אז מ'קען עפעס באטראכטן גענצליך אביעקטיוו.
כג. ליבשאפט איז ווי א גלעזל הייס וואסער; צומאל דערווארימט עס און צומאל כאפט מען א ברי.
כד. הער שטענדיג אנדערע מיינונגען, ווייל אלע דיינע מיינונגען קומען פון אנדערע.
כה. צוויי פליגן לאכן צווישן זיך, פונעם אומגליקליכן מענטש וואס קען נישט פליען.

- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
אדנירם: ייש"כ. איך האב נאכנישט אויספיעט (פי'. אויסגעפייעט...
) אדורכצוליינען דעם גאנצן פרק ג'. אבער דאס ביסל וואס כ'האב געליינט האט מיך ארויס געברענגט פון די כלים פאר התפעלות. ספעציעל פסוק יא. און יב.! אויף פסוק ז' האב איך א הערה. והנה: דער דייטש ימ"ש וועלכער האט מיט א העפליכקייט געשיקט אידן צום טויט, האט נישט געארבעט פון א ווינקל פון מאראלישקייט. נאר דאס דייטשע פאלק, האט ברובו א מין תכונת הנפש וואס מ'זעהט נישט אפילו ביי די אנדערע פעלקער וועלכע האבן געמארדעט אידן. למשל ווי די פאלאקן, אונגארן און אוקראינער, ימח שמם וזכרם. די אלע פעלקער האבן געפיהלט א מין מאראלישע אויפשאקלונג, און זיי זענען בשעת מעשה געווען באוואוסטזיניג אז זיי באגייען א זינד און א קרימינאלן אקט. נאר זיי האבן דאס געטון צוליעב שטארקע שנאה אדער געלטגייציגקייט און קנאה אויף די אידן. משא"כ דייטשע (אפילו די היינטיגע, גוטע) האבן עפעס א מין מאראלישן סוויטש וואס טוט אויסשאלטערן זייער נפש אפילו פון די מינדעסטע געפיהל אז זיי באגייען א זינד. זייער קאנשיענס (מצפון) איז אינגאנצן נישט בארירט פון פארברעכן וואס זיי באגייען. איך וועל נאר ברענגען 2 עפיזאדן.1( ס'איז באוואוסט אז דער קאמענדאנט פון אוישוויץ האעסס, ימ"ש האט געפיהרט א נארמאלן סקעדזשול, און איז רעגולער געגאנגען צו זיין הויז אויפ'ן עק פון שטח פון אוישוויץ און ר'האט זיך אויפגעפיהרט ווי א נארמאלער מענטש. זיך נאכגעפרעגט וואס זיינע קינדער טוען אין סקול, און געזיצן רואיג אונטער א בארנבוים, און הנאה געהאט פון די גערוך פון די פירות בשעת אין אנדער'ן עק האט געברענט דער קרעמאטאריום און פארברענט די גופים פון אידן וועלכע זענען פארגאזט געווארן אין די גאז קאמערן.
2). לעצטנס איז אנטדעקט געווארן דער טאג-בוך פון הימלער ימ"ש.דארט שרייבט ער אריין צווישן פארשידענע זאכן ווי למשל זיין טעגליכן מאסאזש און די מעניו פון זיינע סעודות, אויך דאס באזוכן אין די טויט לאגערן און אנוועזנד זיין ביי די הריגות און פארניכטונג פון די אידן.
נאך איין פאל. אין די פילם..."שינדלער'ס ליסט"... ווייזט ער צווישן אנדערע זאכן אז ווען די נאציס האבן ארויסגעטריבן די אידן פון קראקא פון זייערע הייזער אין געטא אריין. זיי האבן דאס געטון מיט גרויס אכזריות און ברוטאליטעט. אין צווישן האט איינער פון די נאצי אפיצירן באמערקט א פיאנא אין איינס פון די הייזער, האט ער זיך נישט געקענט צוריקהאלטן פון זיך אראפזעצן און שפילן א שיינעם הערליכן שטיקל מוזיק. ווייל ער איז דאך געווען א קולטורעלער מענטש...אינמיטן דעם גאנצן ברוטאליטעט און רציחה...!

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
- פרייוויליג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1778
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
- האט שוין געלייקט: 1168 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 720
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 9:44 pm
- האט שוין געלייקט: 1480 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 646 מאל
Re: משלי שש - פרק ג'
@שש ס'איז ממש איינס בעסער פון צווייטען! וואלסט ווען ג'מעגט לייגן א יעדער פסוק אין א באזונדערע תגובה כדאי איך זאל לייקן די פסוקים וואס כ'האב שטארק הנאה.
למשל פסוק ב' ח' און ט' וואלטעך נישט געלייקט. כ'בין נישט קלאר וואס די מעסעדזש דארף צו זיין.
למשל פסוק ב' ח' און ט' וואלטעך נישט געלייקט. כ'בין נישט קלאר וואס די מעסעדזש דארף צו זיין.
- געוואלדיג
- חבר ותיק
- הודעות: 3930
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
- געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
- האט שוין געלייקט: 6582 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל
אוודאי האט נאציזם מיט אטיאיזם, היטלער האט געשטעלט זיין טעאריע אויף דעם אז דער קולטורעלאזער מענטש האט איבערגעלעבט זיינע נישט אנטוויקלטע פארגייער ווייל דער שטארקער לעבט איבער, און האט געהאלטן אז היות דער דייטשער אריער ראסע איז די ריינסטע דארף מען הרג'ענען אלע אנדערע כדי די ראסע זאל איבערבלייבן, ער האט קלאר געהאלטן אז אויב קען דייטשלאנד נישט געווינען טאר זי נישט עקזיסטירן ווייל אויב בין איך שוואך האב איך נישט רעכט צו עקזיסטירן.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...
-יין שרף-
-יין שרף-
נעגעל וואסער האט געשריבן:@שש ס'איז ממש איינס בעסער פון צווייטען! וואלסט ווען ג'מעגט לייגן א יעדער פסוק אין א באזונדערע תגובה כדאי איך זאל לייקן די פסוקים וואס כ'האב שטארק הנאה.
למשל פסוק ב' ח' און ט' וואלטעך נישט געלייקט. כ'בין נישט קלאר וואס די מעסעדזש דארף צו זיין.
בקיצור נמרץ.
פסוק ב' - גאט שטראפט נישט בקום ועשה, נאר ער בלאזט, דהיינו ער שווייגט. די העדר פון ארבעטן אויף הארמאניע ברענגט שוין אליינס די שטראף. ויש בזה העמק יותר שאינני רוצה לפרש.
פסוק ח' - זייער א שיינע נקודה, אז גאט שיקט רעגן וואס חיי אדם תלוי בהם, און דער מענטש איז זויער אז ס'רעגנט. דאס איז א וועג וויאזוי גאט ווייזט ווי ווייניג ער עפרישיעיט דער וואס גיבט אים לעבן. והרבה נמשלים יש בזה, ודוק.
פסוק ט' - דער אויפטו פון נפש אלוקית ונפש בהמית, מקורו בתניא. מהיכי תיתי אז ס'בכלל דא אזא מציאות. דאס איז אייגנטליך וואס דער נפש הבהמית קלערט, אז ס'נישטא אזא זאך.
- פרייוויליג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1778
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
- האט שוין געלייקט: 1168 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
יואב האט געשריבן:זייער שיין.
נאציזם האט לאו דווקא געהאט מיט אטיעאיזם. אפילו קאמיוניזם וואס איז געווען אויסגעשפראכן קעגן רעליגיע האט נישט גע'הרג'ט אין נאמען פון אטיעאיזם.
יואב: זיי האבן אבער געהרג'ט אין נאמען פון אויסראטן רעליגיע. ווייל דאס איז געווען א פונדאמענטאלע קעגנער פון זייער פראגראם און איז אויך פאררעכנט געווארן ווי א קאנטער-רעוואלוציאנערע אקט...!
יואב האט געשריבן:זייער שיין.
נאציזם האט לאו דווקא געהאט מיט אטיעאיזם. אפילו קאמיוניזם וואס איז געווען אויסגעשפראכן קעגן רעליגיע האט נישט גע'הרג'ט אין נאמען פון אטיעאיזם.
געוואלדיג און בערל האבן שוין געענטפערט. לאמיך אריינפולן מיין כוונה:
נאציזם און קאמוניזם, זענען געווען אטעאיסטישע שיטות. זה בכה וזה בכה האבן אבער נאר מכח זייער אידעאלאגיע - געטריבן פון אן אטעאיסטישער צוגאנג - געמארדעט אזויפיל מענטשן ווי רעליגיע האט גע'הרג'עט די לעצטע פאר טויזנט יאר.
ווען מ'זאגט אז רעליגיע האט גע'הרג'עט די לעצטע פאר טויזנט יאר, קען מען אויך מחלק זיין. די קרייצציגלער האבן געהאט זייערע כוונות וחשבונות שלא לשם יעזוס, די פאגראמען האבן מער געמיינט אידיש געלט ווי אידיש גלויבן, א.א.וו. פארט אבער ווערט עס באצייכנט ווי 'אין נאמען פון רעליגיע', ווייל אונטער אזא אידעאלאגיע האבן זיי אויסגעפירט זייערע שייגעץ שטיק. וה"ה כאן בנידו"ד בנאציזם וקאמוניזם.
[שוין אפגערעדט פון דעם, אז ביידע האבן סתם אזוי געפירט א מלחמת חורמה אנטקעגן רעליגיע. נאציזם קעגן קאטאליזם און אידישקייט, און קאמוניזם קעגן אלץ].
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
אדנירם האט געשריבן:י. דער מאלפע האלט זיך אויך פאר די קלוגסטע באשעפעניש; צו זיין מזל קען ער זיך כאטש איבערצייגן זיין טעות דורך אנטרעפן א מענטש. צו אונזער שלעכטע מזל, רעדן מיר זיך טאקע איין.
“Far from being the smartest possible biological species we are probably better thought of as the stupidest possible biological species capable of starting a technological civilization - a niche we filled because we got there first, not because we are in any sense optimally adapted to it.”
Dr. Nick Bostrom
אדנירם האט געשריבן:יב. שקר החן והבל היופי, א בפירוש'ע אסמכתא ליב צו האבן שיינקייט אין דעם עולם השקר.
viewtopic.php?p=455936#p455936
אדנירם האט געשריבן:כב. עס איז נישטא קיין מער סוביעקטיווער באשלוס, ווי צו מיינען אז מ'קען עפעס באטראכטן גענצליך אביעקטיוו.
viewtopic.php?p=433298#p433298