גוט געזאגט 1976 האט געשריבן:כבין נישט זיכער אז די יום טוב חלק איז געווען וועגן די טענץ פון די מיידלן, די גמרה דאכטזעך האט אנדערע סיבות אויך אסע געווען א יומ-טוב אפשר דאס האט אויך געהאט א יד אינם טוב פונעם יום,בכל אויפן כהאב אלץ געוואלט וויסן וואס איז געווען די אויספיר, וואס די גמרא זאגט דאך אלץ מיינונג אין דעה אויף יעדע זאך וואס ווערט געשמועסט,אין בכלל וויפיל שידוכים זענען למעשה געווארן אויב בכלל, קיין מושג פון שדכן אדער מזווג טרעפן מיר נישט אין די פריערדיגע ספרים איין מאל האב איך געזען די מושג פון שדכן אין תשובות משיב דבר, אפשר בין איך נישט באקאנט מיט די פאקטן, די גמרה רעדט פון א חיוב א טאטע זאל גוט קליידן א טאכטער כדי א בחור זאל איר וועלן זעט אויס אז בימיהם איז דער בחור געווען די אייגענע שדכן , ועוד צריך עיון גדול בכל הנל
מנחם ציון האט געשריבן:מיין אכשר דרא'דיגע מגיד שיעור, ווען ער האט פארגעלערנט די גמרא האט ער געזאגט אז שטייט נישט אין ערגעץ אז די בחורים זענען געגאנגן קוקן, עס שטייט נאר אז די מיידלעך זענען געגאנגן טאנצן...
שטייט דאָך בפירוש אין גמרא „מי שאין לו אשה נפנה לשם”

נפנה מיינט ביי דיר קוקן? איך האב מורא אז ביי דער מגיד שיעור, מיינט עס גאר עפעס אנדערש.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
גוט געזאגט 1976 האט געשריבן:כבין נישט זיכער אז די יום טוב חלק איז געווען וועגן די טענץ פון די מיידלן, די גמרה דאכטזעך האט אנדערע סיבות אויך אסע געווען א יומ-טוב אפשר דאס האט אויך געהאט א יד אינם טוב פונעם יום,בכל אויפן כהאב אלץ געוואלט וויסן וואס איז געווען די אויספיר, וואס די גמרא זאגט דאך אלץ מיינונג אין דעה אויף יעדע זאך וואס ווערט געשמועסט,אין בכלל וויפיל שידוכים זענען למעשה געווארן אויב בכלל, קיין מושג פון שדכן אדער מזווג טרעפן מיר נישט אין די פריערדיגע ספרים איין מאל האב איך געזען די מושג פון שדכן אין תשובות משיב דבר, אפשר בין איך נישט באקאנט מיט די פאקטן, די גמרה רעדט פון א חיוב א טאטע זאל גוט קליידן א טאכטער כדי א בחור זאל איר וועלן זעט אויס אז בימיהם איז דער בחור געווען די אייגענע שדכן , ועוד צריך עיון גדול בכל הנל
מ'דארף נישט גארנישט קיין שום עיון גדול. אמאל איז דאס געוען דער מנהג. און ס'איז שוין די העכסטע צייט אז מ'זאלל עס צוריק איינפיהרן. ווייל דער איצטיגער סיסטעם ארבעט נישט...!
מנחם ציון האט געשריבן:מיין אכשר דרא'דיגע מגיד שיעור, ווען ער האט פארגעלערנט די גמרא האט ער געזאגט אז שטייט נישט אין ערגעץ אז די בחורים זענען געגאנגן קוקן, עס שטייט נאר אז די מיידלעך זענען געגאנגן טאנצן...
משוגעים, איך האב געמיינט אז איך האב אנדעקט אמעריקא, איך האב שוין ווי צו גיין טאנצען ווען איך זיך ווי. ווער איך געוואויר אז די טאנצען פלאץ איז שוין פארמאכט מיט אריבער צוויי טויזענט יאר. ווייסט עטץ נישט אז אכשר דרא ?
אדנירם האט געשריבן:. למעשה איז עס אנגעקומען צו די אויערן פון אפאר חשוב'ע רבנים ודיינים אין שטאט, און די כעס אקעגן די ישיבה שטייגט עד לב השמים. איינע פון די רבנים האט זיך אויסגעדריקט, אז מיט אזא צוגאנג 'אפיציעל מטעם הישיבה', וועט מען נאך איין טאג אפיציעל אויסקלאפן אין ישיבה אז בחורים דארפן הייראטן מיידלעך נאכן פאלן אין 'ליבע', וואס דער טריפה'נער גוי'אישער מושג מיינט אין אנדערע ווערטער - שמוץ בעפארן חתונה, וד"ל. פון איינע פון די גרעסטע רבנים אין שטאט האב איך געהערט נאכזאגן, אז ער פלאנט ארויסצוקומען מיט א שארפע קול קורא קעגן די ישיבה, זאגנדיג אז זייער צוגאנג פאסט ענדערש פאר משכילים וקלי הדעת, און תוצאתיה מי ישורנה. .
א דאנק ר' אדנירם פאר אריינקומען מיט דעטאלן .איך בין נאר פשוט נייגעריג וועלכע ישיבה דעיס איז געווען ?
מה בכך האט געשריבן:א דאנק ר שש פאר אריינקומען מיט דעטאלן .איך בין נאר פשוט נייגעריג וועלכע ישיבה דעיס איז געווען ?
אפשר נעמסטו די מיה צו ליינען די גאנצע אשכול, נישט נאר די זאפטיגע רייצנדע שטיקל.
איך האב דורךגעליינט די גאנצע אשכול מדאשקע לדאשקע און זעך באלעקט די שנויץ מיט ענקערע הפלא"דיגע ידיעת התורה קען זיין אז ערגעצוואו איז געווען מרומז וועלכע ישיבה סאיז געווען און איך האב עס נישט באמערקט ...סאו וועגן דעם פרעג איך ..
גארנישט ראנג צו זיי חתונה מאכן. אוודאי זאל מען אכטונג געבן זאל נישט פאסירן אבער לאחר המעשה איז דאס וואס מען דארף טוהן. אגב שטייט אויך אזוי אין די תורה ולו תהיה לאשה לא יוכל לשלחה.
מיינונגזאגער האט געשריבן:משוגעים, איך האב געמיינט אז איך האב אנדעקט אמעריקא, איך האב שוין ווי צו גיין טאנצען ווען איך זיך ווי. ווער איך געוואויר אז די טאנצען פלאץ איז שוין פארמאכט מיט אריבער צוויי טויזענט יאר. ווייסט עטץ נישט אז אכשר דרא?
מיינונגזאגער: (אויב דו לעבסט נאך אויף קאווע שטיבל). ס'ווענדט זיך וואס דיין ציהל איז. וואס דו ווילסט עררייכן מיט דעם טאנצן. אויב דו ווילסט סתם אזוי טאנצן איז נישט קיין פראבלעם. ס'זענען נאך היינט אויך דא גענוג טאנץ זאלן אדער קלאבס. נאר אויב דיין תכלית איז צו טרעפן אן ערליכע, שיינע אידישע כלה, דאמאלס האסטו (און איך און איעדער) א פראבלעם. מיט 2,000 יאר צוריק אין די צייטן פון די גמרא האבן מענטשן (בד"כ) נאך געהאט א גראדן שכל. ס'איז אבער ליידער געווארן אכשר דרא. נאר נישט אויפ'ן ריכטיגן פלאץ. היינטיגע צייטן (ווען די ברעינוואשינג האט זיך אזוי שטארק גובר געווען) פרעגט מען נישט אויב דער איד איז א תלמיד חכם וירא שמים. אויב ער לערנט תורה . נאר מ'פרעגט איין זאך. האט ער א סמארט פאון אדער נישט. אויב ער האט א סמארטפאון (רחמנא ליצלן מהאי דעתא) איז ער א גוי גמור. פסול לעדות. און א שייגעץ. נאר איין זאך האבן אונזערע חשוב'ע רבנים נאכנישט ערקלערט. אויב איינער וואס האט א סמארטפאון איז א גוי לכל דבר. פארוואס קומען זיי נישט ארויס מיט א פסק דין אז מ'טאר נישט נעמען קיין געלט ביי איהם.