בד"ה הגאון האדיר רבי עדין שטיינזאלץ זצ"ל
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 16
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 05, 2020 4:51 pm
- האט שוין געלייקט: 1 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל
בד"ה הגאון האדיר רבי עדין שטיינזאלץ זצ"ל
גענומען פון "איי וועלט":
עס איז יעצט אנגעקומען די ביטערע בשורה פון ארה"ק איבער די פטירה פון הגאון הגדול מגדולי פרשני התורה רבי עדין שטיינזאלץ זצ"ל.
הרב שטייזאלץ איז געווען פון די גרעסטע מפרשי התורה בכל מכמניה אין דעם דור, אנגעהויבן פון זיין ריזיגן ווערק אויף גמרא תלמוד בבלי, ווי אויך זיינע ביאורים אויף תנ"ך, 9 בענדער אויפן ספר התניא או נאך צענדליגער ספרים געשריבן בשפה ברורה ובטוב טעם ודעת. יהא זכרו ברוך.
איך האב נאר געקענט די איד פון זיינע ספרים אויב איינער ווייסט עפעס פערנעליך פון דעם גאון ז"ל, ווי אויך די פרשה איבער די קול קורא פון געוויסע רבנים אויף געוויסע פון זיינע חיבורים און די התנצלות זיינע און די תיקונים וואס ער האט געטוישט כפי הוראת גדולע התורה זאל ביטע צושרייבן.
א דאנק
יהא זכרו ברוך

- כרם זית
- שריפטשטעלער
- הודעות: 942
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
- געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
- האט שוין געלייקט: 2702 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל

אט איז וואס ר''ש לורינץ שרייבט אין זיין ביך ''במחיצתם'' ערך הרב שך ז''ל:
נגד הש''ס בהוצאות שטיינזלץ יצא מרן בחרב ובחנית ופסלו לחלוטין, משום שנמצאו בו דברים המנוגדים לעיקרי האמונה.
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
- כרם זית
- שריפטשטעלער
- הודעות: 942
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
- געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
- האט שוין געלייקט: 2702 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל
מנחם ציון האט געשריבן:קום אריין קלאר
ביזדערווייל זעהט מיר עס אויס ווי דער איסור אויף ר' שמואל ניימאן, אן קיין קאנקרעטע זאכן וואס באדערט אים מיט זיין פירוש
דאס איז די גאנצע וואס שטייט דארט. אדרבה אפשר זאל [tag]ליטוואק פון בודאפעסט[/tag] און [tag]ונבנתה העיר[/tag], מרחיב את הדיבור זיין, כגלייב זיי זענען ביידע באקאנט, דער פון הרב שך'ס זייט און דער פון ליובאוויטשע'ס זייט.
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
- כרם זית
- שריפטשטעלער
- הודעות: 942
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
- געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
- האט שוין געלייקט: 2702 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל
קול קורא האט געשריבן:עכ"פ פון וויפיל איך האב געליינט זיין פירוש און זיינע ספרים האב איך נישט געזעהן גארנישט שלעכט בכלל (בסה"כ אביסל א ברייטע מענטש)
הרב שך האט אבער זייער שטארק אדאפטירט די אונגערישע ''חדש אסור מן התורה'', ממילא לשיטתו ווען איינער געט ארויס א ש''ס מיט בילדער און איבערטייטשן איז עס געווען הריסת הדת.
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 755
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 10, 2020 5:47 pm
- האט שוין געלייקט: 479 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 679 מאל
כרם זית האט געשריבן:מנחם ציון האט געשריבן:קום אריין קלאר
ביזדערווייל זעהט מיר עס אויס ווי דער איסור אויף ר' שמואל ניימאן, אן קיין קאנקרעטע זאכן וואס באדערט אים מיט זיין פירוש
דאס איז די גאנצע וואס שטייט דארט. אדרבה אפשר זאל [tag]ליטוואק פון בודאפעסט[/tag] און [tag]ונבנתה העיר[/tag], מרחיב את הדיבור זיין, כגלייב זיי זענען ביידע באקאנט, דער פון הרב שך'ס זייט און דער פון ליובאוויטשע'ס זייט.
- כרם זית
- שריפטשטעלער
- הודעות: 942
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
- געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
- האט שוין געלייקט: 2702 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל
פון וויקיפידיא:
און דא איז די וויקי דף פאר דער וואס וויל זיך באקענען מיט די ביאגראפיע פון דער איש רב פעלים ז''ל. (זע אויך דארט אינטערן קעפל 'בקורות'.)
על פי עדותו של הרב אבן-ישראל, את הרעיון וההדרכה לצורת הדפסת תלמוד שטיינזלץ קיבל מהרבי מנחם מנדל שניאורסון מחב"ד[1].
למהדורת שטיינזלץ הסכמות מגדולי הרבנים, ובהם הרב משה פיינשטיין[2][3], הרב עובדיה יוסף[דרוש מקור], האדמו"ר מערלוי[דרוש מקור], הרב מאיר מאזוז[4], הרב זלמן מלמד[5] ועוד. הרב פיינשטיין כתב בהסכמתו:
בשמחה ראיתי הפירוש החשוב של הרב הגאון מוהר"ר עדין שטיינזלץ שליט"א מעיה"ק ירושלים, על מסכתות ביצה ור"ה... נוסף לעוד כמה חלקים, הם באמת עבודה גדולה, שיכולים להיות לתועלת לא רק לאלו שכבר מורגלים בלמוד הגמרא, ורוצים להעמק יותר, אלא גם לאלו שמתחילים ללמוד, להדריכם בדרכי התורה איך להבין ולהעמיק בים התלמוד.
מאידך, שורה ארוכה של רבנים, בראשם הרב אלעזר מנחם מן שך[6], הרב שמואל הלוי וואזנר, הרב יוסף שלום אלישיב, הרב חיים קנייבסקי, הרב אהרן יהודה לייב שטיינמן, הרב ניסים קרליץ, הרב שמעון בעדני, הרב חיים פינחס שיינברג, הרב חיים קרייזווירטה אב"ד אנטוורפן בבלגיה, הרב אליעזר יהודה ולדנברג וכן הבד"ץ של העדה החרדית, יצאו בחריפות כנגד מהדורת שטיינזלץ, מטעמים שונים. הרב שך התנגד באופן כללי למהדורות הכוללות ביאורים חדשים לתלמוד, כמו כן התנגד לתרגום התלמוד לעברית מודרנית, ואף יצא נגד ניסיונות אחרים לביאורים כאלה. לדבריו, על ידי הלימוד של התלמוד המבואר שטיינזלץ "סר כל זיק של קדושה ואמונה", והדבר יביא לשכחת התלמוד. כמו כן, התעוררה התנגדות בעקבות התבטאויות של הרב שטיינזלץ בספרים אחרים שלו, כגון כינויה של רחל אמנו כ"צעצוע רומנטי" של יעקב אבינו בספרו "נשים במקרא" - התבטאויות שנתפסו על ידי המתנגדים כפוגעות בכבוד אמהות האומה.
און דא איז די וויקי דף פאר דער וואס וויל זיך באקענען מיט די ביאגראפיע פון דער איש רב פעלים ז''ל. (זע אויך דארט אינטערן קעפל 'בקורות'.)
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
איך גלויב נישט אז ליובאוויטש האט זיך אנגענומן פאר אים, הגם אז מ'האט עס געוואלט מאכן א חלק פון די אלטע מחלוקת.
אויף וויקיפידיה שרייבן זיי אז די טענות אויף אים זענען צוליעב ציטאטן פון זיין ביכער וואס זענען נישט געשריבן דורך אים, נאר זיין אויסהערערס, וואס האבן עס געשריבן כפי רוחם. ער איז געווען גרייט צוריק צו געבן די געלט פאר יעדער וואס האט עס געקויפט, און ער האט געדרוקט א נייעם מהדורא פון די אלע ספרים.
עס איז אינטרעסאנט אז ווען דער טאשער רבי איז אוועק, וואס קיינער קען נישט אנצייגן וואס פאר א תועלת די וועלט האט פון אים, האט מען באשריגן יעדער פרואוו צו פרעגן פון דער עולם וואס גענוי איז געווען זיין מעלה. די גוף פון הרב שטיינזאלץ איז נאך ווארם און עס איז שוין בארעכטיגט צו שיקן לינקס צו שמוציגע סייטס פון 'ראביי' שפירא, דער ספאוקסמאן פון נטורי קרתא, באקאנט פאר זיין מעשים טובים. מ'קען גלייך אריין טאנצן אין די קאנטראווערסיא, אן געבן א שמץ ערע פאר זיין וואוילטעטן.
עולם הפוך ראיתי

The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
דאס איז געווען דיין איינציגסטע באווייז? אוודאי איז ער נישט פון אונזערע. אבער זיין פערזענליכע מעלות טוישן נישט דערפאר.
איך מיין אז עס איז דא גענוג קוועלער ווי מ'קען זיך דערוואסן זיין היסטאריא, וואס ער האט מיט חב"ד, און וויאזוי זיין לעבן האט זיך אנטוויקעלט. זיין פרוייקטן, זיין ספרים, זיין סנהדרין, ועוד ועוד. ער איז זיכער ווערט א באשרייבונג אין דער וועקער.
איך מיין אז עס איז דא גענוג קוועלער ווי מ'קען זיך דערוואסן זיין היסטאריא, וואס ער האט מיט חב"ד, און וויאזוי זיין לעבן האט זיך אנטוויקעלט. זיין פרוייקטן, זיין ספרים, זיין סנהדרין, ועוד ועוד. ער איז זיכער ווערט א באשרייבונג אין דער וועקער.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- גאלד
- חבר ותיק
- הודעות: 2379
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
- האט שוין געלייקט: 625 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך גלויב נישט אז ליובאוויטש האט זיך אנגענומן פאר אים, הגם אז מ'האט עס געוואלט מאכן א חלק פון די אלטע מחלוקת.
אויף וויקיפידיה שרייבן זיי אז די טענות אויף אים זענען צוליעב ציטאטן פון זיין ביכער וואס זענען נישט געשריבן דורך אים, נאר זיין אויסהערערס, וואס האבן עס געשריבן כפי רוחם. ער איז געווען גרייט צוריק צו געבן די געלט פאר יעדער וואס האט עס געקויפט, און ער האט געדרוקט א נייעם מהדורא פון די אלע ספרים.
עס איז אינטרעסאנט אז ווען דער טאשער רבי איז אוועק, וואס קיינער קען נישט אנצייגן וואס פאר א תועלת די וועלט האט פון אים, האט מען באשריגן יעדער פרואוו צו פרעגן פון דער עולם וואס גענוי איז געווען זיין מעלה. די גוף פון הרב שטיינזאלץ איז נאך ווארם און עס איז שוין בארעכטיגט צו שיקן לינקס צו שמוציגע סייטס פון 'ראביי' שפירא, דער ספאוקסמאן פון נטורי קרתא, באקאנט פאר זיין מעשים טובים. מ'קען גלייך אריין טאנצן אין די קאנטראווערסיא, אן געבן א שמץ ערע פאר זיין וואוילטעטן.
עולם הפוך ראיתי
למען הפונקטליכקייט, רב שפירא איז מעולם געווען אנטי נטורי קרתא, ער האקט אויף זיי אין זיין ספר THE EMPTY WAGON.
כזאג נישט גארנישט לכאן ולכאן, בלויז למען הפונקטליכקייט
צוריק צו רב שטיינזאלץ.
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
נו שוין, איז דער גאנצע שפע פון דער וועלט אדאנק הרב שטיינזאלץ, ווייל הן איז ער געווען א צדיק, און הן האט ער אויפגעטון בגשמיות מיט זיין ספרים.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
יא, וועגן די צווייטע האלבע
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3541
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
- האט שוין געלייקט: 121 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
ער איז געוועהן א בעל תשובה און האט נישט געוויסט דער חלק אז טאמער מען שרייבט אויף תנאים ואמוראים (מן הסתם ביז די היינטיגע רבי'ס) אז ער איז געוועהן א כעסן צו א עמאציאנאלע צו סיי וועלכע טערמין וואס מען ניצט אויך מענטשן ווערן מען פסול.
סך הכל האט ער גענומען די מעשיות וואס די גמרא פארציילט אויף די תנאים ואמוראים און געשריבן מעין תולדות אויף זיי, און עס איז ארויס א איסור, און דאס, זייענדיג ערגער ווי די חטא הידוע, האט נישט גע'פועל'ט קיין תשובה, כאטש ער האט כמה פעמים געזאגט אז ער איז גרייט צו טוישן די מיסטעיקס.
לויט ווי עס זעהט מיר אויס האבן די אוסרים נישט געשריבן בפירוש פארוואס זיי אסר'ן, ממילא האט ער נישט געקענט טוישן די מיסטעיקס, און זיי האבן נישט געקענט אין געבן א הכשר, ווייל אין פורסט פלייס האבן זיי געשריבן אז דער גאנצע איידיע פין מאכען אזא ש"ס ברענגט שכחת התורה, וואס דאס איז א גרויסע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל].
און יא, אלה אלקיך ישראל, דא רעדט מען שוין פין די גרויסע פין דער דור הקודם, וואס האבן זיך מיאוס אויפגעפירט.

א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
- כרם זית
- שריפטשטעלער
- הודעות: 942
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
- געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
- האט שוין געלייקט: 2702 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל
מאנכע ווייסן נישט אז זיין ש''ס המבואר האט געהאט א הסכמה פון ר' משה ז''ל.
אזוי אויך איז ער געווען די ערשטע אין די היינטיגע וועלט אריינצוברענגען די געדאנק פון גמרא המבואר, א געדאנק וועלכע איז נאכגעפאלגט געווארן דורך מסורה (ארטסקרול) און עוז והדור.
אזוי אויך איז ער געווען די ערשטע אין די היינטיגע וועלט אריינצוברענגען די געדאנק פון גמרא המבואר, א געדאנק וועלכע איז נאכגעפאלגט געווארן דורך מסורה (ארטסקרול) און עוז והדור.
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
- כרם זית
- שריפטשטעלער
- הודעות: 942
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
- געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
- האט שוין געלייקט: 2702 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל
אישתישבי האט געשריבן:למעשה איז זיין פירוש גוט?
איך קען נישט זאגן ווייל איך האב נישט צופיל געלערנט אין דעם, כהאב נאר אריינגעקוקט אין דעם צו וויסן וואס מטאר נישט וויסן.
אזוי פיל קען איך יא זאגן אז עס איז שטארק אקאדעמיש, דהיינו יעדע מאל א נאמען פון א תנא צי אן אמורא ווערט דערמאנט, איז דא אין די זייט די ביאגראפיע פון דער תנא כאליו בעל השמוע עומד כנגדו. אזוי אויך איז עס באגלייט מיט בילדער פון אומבאקאנטע כלים וכדומה.
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:נו שוין, איז דער גאנצע שפע פון דער וועלט אדאנק הרב שטיינזאלץ, ווייל הן איז ער געווען א צדיק, און הן האט ער אויפגעטון בגשמיות מיט זיין ספרים.
ליטוואק פון בודאפעסט: מ'קען נישט לייגן אויף א סקעיל. טאשער רבי ווס. הרב שטיינזאלץ. א יעדער פון זיי האט אויפגעטון אין אנדערע וועלטן. נאר די גרעסטע איראניע איז אז די אונגערישע רבנים (מערסטנס פון וויליאמסבורג) האבן אלע געקויפט די שטיינזאלץ גמרות מאסנווייז. און ווען זייער בד"צ העדה החרדית איז ארויסגעקומען אקעגן הרב שטיינזאלץ האבן זיי אלע געווארפן די גמרות אין שמות (הטובים שבהם.) די שמאלע קעפ האבן נישט אדורכגעליינט די הקדמה פון הרב שטיינזאלץ. אז ער האט נישט געשריבן די גמרות פאר זיי. (א ראיה, אז ער האט עס נישט געשריבן אויף אונגעריש.) ער זאגט בפירוש אין די הקדמה אז ער האט געמאכט דעם פירוש פאר סטודענטן וועלכע רעדן עברית. און זיי זענען נישט צוגעוואוינט צום לשון הגמרא. ער פארפולט דעם ..."געפ" צווישן דעם פארצייטישן לשון הגמרא און מאדערן עברית...! אבער די אונגערישע אידעלעך (די מערסטע פון זיי) קענען דאך נישט קיין עברית. ממילא האבן זיי נישט געהאט קיין שום נוצן פון אט די גמרות. נאר די שיינע פיקטשערס מיט די רויטע שריפט איז וואס ס'האט געצויגן זייער אויפמערקזאמקייט צו די גמרות...!