סענסיטיווקייט צו קייען הויעך ביים עסן

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
[NAMELESS]

סענסיטיווקייט צו קייען הויעך ביים עסן

שליחה דורך [NAMELESS] »

שוין פון ווען איך בין א קינד מוטשע איך זיך מיט א פראבלעם, זעלטן וואס איך האב געטראפן מענטשן וואס האבן מיר פארשטאנען.

איך קען נישט סובל זיין ווען איינער קייט הויעך עסן, דאס זיך נאר פארשטעלן פון א מענטש וואס טוט מיט זיינע פייכטע צאן שלינגען הוסטן און ווישן בשעת'ן פארציקן א מאלצייט קען מיר ארויסנעמען פון גלייכגעוויכט. איך האב שוין געזען אין אייוועלט אז מען האט גערעדט דערפון אבער קיינער האט נישט געגעבן דארט קיין גוטע עצות.

איך קוק אן א מענטש וואס קייט הויעך ווי א פראסטער פיגי, איך קען נישט פארשטיין וויאזוי א מענטש קען זיך נישט צוזאמנעמען און פשוט עסן ווי א נארמאלער מענטש. אבער פון די צווייטע זייט קלער איך אז איך בין דער איינציגסטער וואס ליידט דערפון, דאס האט מיר שוין פאראורזאכט אז איך עס כמעט קיינמאל נישט בציבור, און אז איך וויל נישט קוקן אויף קיין מענטשן ביים עסן בכלל, אפילו אין טיווי אדער אינמיטן א מאווי וועל איך מישן די פאזעס ווי זיי עסן ווייל עס קרענקט מיר ממש און דערגייט מיר די יארן.

איך בין שוין געווען ביי טעראפיסטן און דאקטורים און קיינער האט מיר נישט ארויסגעהאלפן בכלל.

איז דא דא איינער וואס קען זיך אויס אין די נושא אדער כאטש איינער וואס איז מיט מיר אין שיפל?
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

שליחה דורך ונבנתה העיר »

מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
מנחם ציון
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 755
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 10, 2020 5:47 pm
האט שוין געלייקט: 479 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 679 מאל

שליחה דורך מנחם ציון »

מאך זיכער האט געשריבן:
איך קוק אן א מענטש וואס קייט הויעך ווי א פראסטער פיגי, איך קען נישט פארשטיין וויאזוי א מענטש קען זיך נישט צוזאמנעמען און פשוט עסן ווי א נארמאלער מענטש.

ווי איך פארשטיי איז דער פראבלעם אפילו ביי מונדליכע קייען גערודער
אלזא, דער מענטש וואס קייעט הויעך איז סתם אזוי א "פיגי" אפילו אן דער פראבלעם
דער פראבלעם קומט צום אויבערפלאך בעיקר ביי איידעלע עסערס, גערעכט?
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

יא יא, אבער עס גייט אויף אזוי ווייט אז עס קען גאר זיין א פערזענליכקייט וואס איך רעספעקטיר אבער איינמאל איך וועל פון אים הערן עסן גערודער וועט ער נישט מער קענען פארנעמען אן ארט אין מיין קאפ ווייל איך וועל זיך פון אים גרוילן אויף א שענדליכער פארנעם.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ונבנתה העיר האט געשריבן:https://en.m.wikipedia.org/wiki/Misophonia

כ'האב שוין געהערט וועגן די קרענק אבער עס שטייט נישט קיין אפעקטיווע הילף...
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

מאך זיכער האט געשריבן:יא יא, אבער עס גייט אויף אזוי ווייט אז עס קען גאר זיין א פערזענליכקייט וואס איך רעספעקטיר אבער איינמאל איך וועל פון אים הערן עסן גערודער וועט ער נישט מער קענען פארנעמען אן ארט אין מיין קאפ ווייל איך וועל זיך פון אים גרוילן אויף א שענדליכער פארנעם.

וואס טוהט מען מיט שלום בית?
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

דו קענסט נישט וואטשן שטיסל דער שלום עסט אויף אלע באקן...
שמחהלע קאפשטיק
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 776
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2018 12:46 pm
האט שוין געלייקט: 1399 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל

שליחה דורך שמחהלע קאפשטיק »

הער מאך זיכער:
עמך אנכי בצרה, איך לייד דערפון שרעקליך, מיין אשת חיל און מיינע קינדער ווייסען דערפון, וויפיל מאל ביי א שבת סעודה זאג איך פאר מיין בחור'ל וואס זיצט לעיבן מיר "פליז עס אהן מיוזיק"
נאך מיין חתונה האב איך מגלה געווען דעם פראבלעם פאר מיין ווייב, איך האב עס איר ארויסגעברענגט אויף דעם אופן אז "איך" בין דער פראבלעם און נישט זי, ביז עס אפילו געווארן א וויץ ווען איך פלעג איר בעהטן "פליז סטאפ די כאטש כאטש (אזוי הערטזיך עס אסאך מאל ווען מען קייעט הויעך)
אסאך מאל וויל איך צורייסען אויף שטיקער דער מענטש וואס טרינקט קאווע אין מיין סביבה, אדער קייעט הויעך, ס'איז יסורים נוראים... וואס נישט יעדער פארשטייט עס....
דאס זעלבע ביי שמונה עשרה ווען איינער דאווענט תפילת הלחש מיט אלע באקציינער מוז איך אנטלויפן אינמיטען שמו"ע
ס'איז שוין העכסט צייט צו עפענען א סופארט גרופע בנוגע דעם פראבלעם
גרעפיקסער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 95
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 09, 2020 7:02 pm
האט שוין געלייקט: 18 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 42 מאל

שליחה דורך גרעפיקסער »

מ׳פראביר מער מיטצופיהלן מיט די ליידענדע, און איך ווייסן עמיצער פון דער נאנט מיט דעם סענסיטיוועטי.

אפשר אויב כ׳מעג פראבירן זאגן א עצה, וואלטעך מציע געווען ׳מעדיטעישאן׳,
כ׳האב אמאל געטראפן א סעיריע וואס איינע פון דעם איז ׳סאונד׳ מעדיטעישאן - אויף דער מעניט טרעפיך עס נישט, אבער באופן כללי לערנט עס אויס דער מענטש צו הערן עני סאונד ׳כמו שהוא׳ אן דעם וואס ס׳זאל טריגערן עני אימאוישענ׳ס...

אויב איינער פראבירט און זעיט הצלחה, ביטע לאזט וויסן...
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

מיך נערווירט אויך זייער שטארק ווען מענטשן קייען הויעך, איך האב אן ענדלאזע ליסטע פון זאכן וואס גייען מיר אויף די נערוון, אריינגערעכנט די פאקט אליינס אז די זאכן גייען מיר אויף די נערוון... איך מיין אז די אלע זאכן וואס נערווירן מיר קומען פון איין שורש וואס דאס איז entitlement וואס דאס איז א מחלה וואס 99 פראצענט מענטשן האבן, למשל דאס קייען הויעך זעהט מיר אויס ווי אזא געפיל פון וועלן אויפנעמען ווי מער פלאץ, און דאס וואס ס'גייט מיר אויף די נערוון קומט פון דעם זעלבן שורש אז איך פיל entitled צו מיין אייגענע space. די געפיל פון entitlement איז א סתירה מניה וביה (פארוואס ביזטו מער בארעכטיגט פון א צווייטער?) און סתירות גייען מיר אויף די נערוון כידוע כל באי בית הקפה. און אזוי גייט דאס לעבן, כ'קען זאגן אז כמעט יעדער וואס איך קען האט עפעס א נקודה וואס גייט מיר געפערליך אויף די נערוון, און דאס אליינס אז זיי גייען מיר אויף די נערוון גייט מיר אויך אויף די נערוון, און אז מ'לאזט נישט דעם טיפשות'דיגן אינסטינקט פון entitlement איבערנעמען דאס לעבן לעבט מען עס דורך, און אויב קומט מען צו א מצב וואס מ'פילט אז מ'דערהייבט עס מער נישט קען מען זיך אלץ אריבערכאפן צום ברוקלין בריק און פטור ווערן פון אלע פראבלעמען מיט איין שפרינג.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן:הער מאך זיכער:
עמך אנכי בצרה, איך לייד דערפון שרעקליך, מיין אשת חיל און מיינע קינדער ווייסען דערפון, וויפיל מאל ביי א שבת סעודה זאג איך פאר מיין בחור'ל וואס זיצט לעיבן מיר "פליז עס אהן מיוזיק"
נאך מיין חתונה האב איך מגלה געווען דעם פראבלעם פאר מיין ווייב, איך האב עס איר ארויסגעברענגט אויף דעם אופן אז "איך" בין דער פראבלעם און נישט זי, ביז עס אפילו געווארן א וויץ ווען איך פלעג איר בעהטן "פליז סטאפ די כאטש כאטש (אזוי הערטזיך עס אסאך מאל ווען מען קייעט הויעך)
אסאך מאל וויל איך צורייסען אויף שטיקער דער מענטש וואס טרינקט קאווע אין מיין סביבה, אדער קייעט הויעך, ס'איז יסורים נוראים... וואס נישט יעדער פארשטייט עס....
דאס זעלבע ביי שמונה עשרה ווען איינער דאווענט תפילת הלחש מיט אלע באקציינער מוז איך אנטלויפן אינמיטען שמו"ע
ס'איז שוין העכסט צייט צו עפענען א סופארט גרופע בנוגע דעם פראבלעם

ב"ה איך האב נישט דעם נפשיות'דיגן פראבלעם אז ס'זאלל מיך ארויסנעמען פון די כלים. צו מיינע אויערן איז עס שיינע מיוזיק. און איך שמייכל זיך אונטער.

מיין שכן 2 טישן אראפ אין ביהמ"ד האט אזא געוואוינהייט /מחלה/מיחוש. מ'זיצט שטילל אין ביהמ"ד און מ'קוקט אריין אין א גמרא אדער אן אנדער ספר. פלוצלינג הערט זיך די געשמאקע מיוזיק. ס'הערט זיך פארשידנארטיג. צו מאל הערט זיך עס ווי א הונגעריגער איד עסט הייסע זופ. אן אנדערס מאל דאכט זיך אז א איד טרענקט זיך (ח"ו) אין מקווה. און א דריט מאל מיינט מען אז איינער זעגט האלץ. אבער ס'איז אייביג דער זעלבער עלטערער איד וועלכער מאכט זיך א הייסע קאווע. און ער טרינקט עס בנעימות. און איך שמייכל מיר אונטער...!
באניצער אוואטאר
Chuchem
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 180
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 27, 2014 11:30 am
האט שוין געלייקט: 178 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 123 מאל

שליחה דורך Chuchem »

יש אומרים אז tinnitus retraining therapy קען זיין ווירקזאם. איך בין נישט באקאנט צי עס ווערט געדעקט פון אינשורענס.
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2379
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 625 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל

שליחה דורך גאלד »

[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

לאמיר איין זאך קלאר מאכן... דער פראבלעם איז זיכער אויפן זייט פון דער וואס קען עס נישט סובל זיין, ספעציעל ווען עס איז אויף אזא גראנדיעזער פארנעם אז איך האב שוין אמאל פיזיש אנגעגריפן א הויעכקייער, ומעשה שהיה כך היה:

איך בין געפארן מיט א חבר אין די קאר און איך האב געדרייווט, עס איז געווען טראפיק און עס האט שטארק גערעגנט, ווי איר אלע פארשטייט איז עס ווייט נישט די צייט ארויסצוציען פון טאשקע א טונא סענדוויטש... אבער מיין חבר האט דאס יא געטון, איך האב זיך אבער נישט אנגערופן ווייל ער איז מיר זייער א נאנטער ידיד.

אבער אין מיין מח האב איך זיך געפערליך גערעגט, ווען ער האט אנגעהויבן צו עסן האב איך אנטדעקט אז ער איז שרעקליך געשלאגן מיטן קייען הויעך, ערגעצוואו אויפן פאליסעידס האב איך אפגעשטעלט האסטיג דאס קאר און פיזיש ארויסגעריסן דעם סענדוויטש פון זיינע הענט און ארויסגעטראסקעט פון וויהיקל, דאס האב איך געטון טראץ וואס איך בין ווייט פון א מענטש וואס איז ווייאלענט.

דאן האב איך פארשטאנען אז עס איז מיין פערזענליכער אישו און איך מוז זיך נעמען ארבעטן דערויף כדי איך זאל נאך עטוואס קענען נהנה זיין פון מיינע קומענדיגע יארן אן ווערן געבאדערט פון די סארט זאכן.

א שטיק צייט פלעג איך אנמערקן פאר חברה וואס האבן געקייט הויעך, איך פלעג עס טון אויף א וויצלנדיגער אופן כדי נישט צו באליידיגן די מענטשן, אבער רוב האבן זיך יא באליידיגט וואס דאס האט מיר געמאכט אויפהערן אנמערקן נאר פשוט מער נישט גיין עסן ברבים.

ראטעוועט!
שמחהלע קאפשטיק
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 776
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2018 12:46 pm
האט שוין געלייקט: 1399 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל

שליחה דורך שמחהלע קאפשטיק »

מאך זיכער האט געשריבן:לאמיר איין זאך קלאר מאכן... דער פראבלעם איז זיכער אויפן זייט פון דער וואס קען עס נישט סובל זיין, ספעציעל ווען עס איז אויף אזא גראנדיעזער פארנעם אז איך האב שוין אמאל פיזיש אנגעגריפן א הויעכקייער, ומעשה שהיה כך היה:

איך בין געפארן מיט א חבר אין די קאר און איך האב געדרייווט, עס איז געווען טראפיק און עס האט שטארק גערעגנט, ווי איר אלע פארשטייט איז עס ווייט נישט די צייט ארויסצוציען פון טאשקע א טונא סענדוויטש... אבער מיין חבר האט דאס יא געטון, איך האב זיך אבער נישט אנגערופן ווייל ער איז מיר זייער א נאנטער ידיד.

אבער אין מיין מח האב איך זיך געפערליך גערעגט, ווען ער האט אנגעהויבן צו עסן האב איך אנטדעקט אז ער איז שרעקליך געשלאגן מיטן קייען הויעך, ערגעצוואו אויפן פאליסעידס האב איך אפגעשטעלט האסטיג דאס קאר און פיזיש ארויסגעריסן דעם סענדוויטש פון זיינע הענט און ארויסגעטראסקעט פון וויהיקל, דאס האב איך געטון טראץ וואס איך בין ווייט פון א מענטש וואס איז ווייאלענט.

דאן האב איך פארשטאנען אז עס איז מיין פערזענליכער אישו און איך מוז זיך נעמען ארבעטן דערויף כדי איך זאל נאך עטוואס קענען נהנה זיין פון מיינע קומענדיגע יארן אן ווערן געבאדערט פון די סארט זאכן.

א שטיק צייט פלעג איך אנמערקן פאר חברה וואס האבן געקייט הויעך, איך פלעג עס טון אויף א וויצלנדיגער אופן כדי נישט צו באליידיגן די מענטשן, אבער רוב האבן זיך יא באליידיגט וואס דאס האט מיר געמאכט אויפהערן אנמערקן נאר פשוט מער נישט גיין עסן ברבים.

ראטעוועט!

ווי שוין ערווענט בין איך אויך פון די מענטשן וואס ליידען דערפון, און דאס רואינירט מיין שלות הנפש,
אביסל עצות איז יא דא וואס איך פראביר און עס העלפט אביסל בקצה המזלג
זעה צו פארמיידען צוקער ווי ווייט מעגליך
פראביר צו שלאפן מער אזוי קען מען מער טאלארירן
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

איך מיין אז ס'האט צו טון מיט זיין אבסעסיוו. נישט או.סי.די. נאר א קרוב.

זיך דורכרעדן מיט א טעראפיסט וואלט נישט געשאדט...!
מיינונגזאגער

Re: סענסיטיווקייט צו קייען הויעך ביים עסן

שליחה דורך מיינונגזאגער »

שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן:
מאך זיכער האט געשריבן:לאמיר איין זאך קלאר מאכן... דער פראבלעם איז זיכער אויפן זייט פון דער וואס קען עס נישט סובל זיין, ספעציעל ווען עס איז אויף אזא גראנדיעזער פארנעם אז איך האב שוין אמאל פיזיש אנגעגריפן א הויעכקייער, ומעשה שהיה כך היה:

איך בין געפארן מיט א חבר אין די קאר און איך האב געדרייווט, עס איז געווען טראפיק און עס האט שטארק גערעגנט, ווי איר אלע פארשטייט איז עס ווייט נישט די צייט ארויסצוציען פון טאשקע א טונא סענדוויטש... אבער מיין חבר האט דאס יא געטון, איך האב זיך אבער נישט אנגערופן ווייל ער איז מיר זייער א נאנטער ידיד.

אבער אין מיין מח האב איך זיך געפערליך גערעגט, ווען ער האט אנגעהויבן צו עסן האב איך אנטדעקט אז ער איז שרעקליך געשלאגן מיטן קייען הויעך, ערגעצוואו אויפן פאליסעידס האב איך אפגעשטעלט האסטיג דאס קאר און פיזיש ארויסגעריסן דעם סענדוויטש פון זיינע הענט און ארויסגעטראסקעט פון וויהיקל, דאס האב איך געטון טראץ וואס איך בין ווייט פון א מענטש וואס איז ווייאלענט.

דאן האב איך פארשטאנען אז עס איז מיין פערזענליכער אישו און איך מוז זיך נעמען ארבעטן דערויף כדי איך זאל נאך עטוואס קענען נהנה זיין פון מיינע קומענדיגע יארן אן ווערן געבאדערט פון די סארט זאכן.

א שטיק צייט פלעג איך אנמערקן פאר חברה וואס האבן געקייט הויעך, איך פלעג עס טון אויף א וויצלנדיגער אופן כדי נישט צו באליידיגן די מענטשן, אבער רוב האבן זיך יא באליידיגט וואס דאס האט מיר געמאכט אויפהערן אנמערקן נאר פשוט מער נישט גיין עסן ברבים.

ראטעוועט!

ווי שוין ערווענט בין איך אויך פון די מענטשן וואס ליידען דערפון, און דאס רואינירט מיין שלות הנפש,
אביסל עצות איז יא דא וואס איך פראביר און עס העלפט אביסל בקצה המזלג
זעה צו פארמיידען צוקער ווי ווייט מעגליך
פראביר צו שלאפן מער אזוי קען מען מער טאלארירן
מיר האט אמאל א גרויסער רב געזאגט א גוט ווארט.
ווען דער ערשטער איז זיך מתחצף איז ער א חיה רעה און איז אן עזות פנים. דאס צווייטע מאל דעם זעלבן מיט צווייטער מענטש טאג איז ער סתם אן עזות פנים. דאס דריטער מאל דעם זעלבן טאג מיט א דריטן דארף איך גיין כאפן א דרימעל.
דרימעלס גענוג וויט איר דערהייבן מער


Sent from my iPhone using Tapatalk
פארשפארט