גיימער זיך וואשן צו מלוה מלכה

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
מנחם ציון
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 755
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 10, 2020 5:47 pm
האט שוין געלייקט: 479 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 679 מאל

גיימער זיך וואשן צו מלוה מלכה

שליחה דורך מנחם ציון »

ווי טויזענטער אנדערע אידן גלאבאל, האבן מיר זיך געפונען אין מעטלייף סטעדיום יענעם קאלטן טבת טאג, פרובירנדיג אימערמידלעך זיך עטוואס דערווארימען פון די ברוטאלע קעלט.
געזיצן און געהערט לאנגווייליגע, און בעסערע רעדעס, געבראכן פון די מוזיק, און געלאזט א טרער פון דער חזן ביי קל מלא. געשאלטן אויף דער סיום פארוואלטונג פארן נישט קענען צושטעלן דאס מינדעסטע, ניטאמאל מילך פאר א לייטישע קאווע, און נתפעל געווארן פון דער רייכער ליטעראטור זעקל, פארטיילט פאר אלע באטייליגער.
בקיצור בתוך עמי ישבתי, און מיטגעהאלטן די פייערליכע מאמענטן, און פרובירט צו מאכן א כלי לקבל.

האמת יאמר, אז איך האב שוין מיטגעהאלטן מיטן דף נאך פון בעפאר, און געענדיגט מיט זיי די לעצטע פאר מסכתות, פון בכורות אן. אבער דאס אריינטרעטן אין א נייעם תורה צירקל פון זיבן יאר, האט מיר אויסגעזעהן היבש בערגיג.
וואס ווייס איך וואס וועט זיין די קומענדיגע זיבן יאר?!?
מעגליך עפעס א נייעם וויירוס וואס וועט שטעלן די פלאנעט אויף אירע קניען, ומוסדי הרים ירגזו?

ווער ווייסט וויפיל מיין געזונדל וועט זיך פארברייטערן? צו וועל איך נאך האבן דעם זעלבן שלוות הנפש זיך צו האלטן בינדנד ביזן ענדע?

אט די געדאנקן האבן גערוישט אין מיר דאן, ביז א פראזע פון רב פראנד האט מיר געכאפט:

"perfection is the enemy of the people”

אמת, מעגליך אז איר וועט נישט ענדיגן ש"ס אין דעם מחזור, אבער אויב פון 2700 בלאט וועט איר אריינכאפן "נאר" 2000 בלאט, האלט איר אויך אויף א שטיקל וועג.. אלזא פארוואס נישט אנהייבן?

ווי אויך האט ער צוטירט דעם מדרש פון דער חכם און דער שוטה, וואס ביידע שטייען ביים אנפאנגן לערנען, דער שוטה זעהט א 24 פרקים'דיגער מסכת שבת, א 30 פרקים אין כלים, ווי וועל איך דאס קענען ענדיגן?! ליבערשט נישט אנהייבן.

דער חכם זאגט, לאמיר קוקן אויף היינט, היינט וועל איך לערנען פרק אחד, און מארגן נאך איינס, ביז ער קומט אן ענדיגנדיג איין מסכת נאך דער צווייטער.

מיט א פרישע קבלה האט מען זיך געזעצט לערנאן מאימתי, דאן האט מען נאך פרובירט צו פארשטעקן דעם "העדער" אויפ'ן דף…
נאר דעס פעלט אויס, זיך צו באגעגענען מיט שפאטישע בליק, אה די האסט אויך אנגעהויבן? רוף מיר ביי כיצד מברכין..

אזוי איז עס געפארן בלאט נאך בלאט ווי אין א חלום, ווי אן אומאפשטעלבארער באן שלינגענדיג דפים.
און דאן אין די פארנימענע ערב פורים טעג האט מען געענדיגט ברכות, און מען דייווט אריין אין שבת..
אוי, ווען מען דערמאנט זיך צוריק ווי מען האקט האלץ, און מען קייעט שטרוי אין די ערשטע פאר בלאט פון יציאת השבת, ווי מען האט אראפגעשניטן אפאר שעה אין סאמע פורים, צו אויפכאפן מיט'ן סדר,
ווען מען דערמאנט זיך דעם לעצטן דף וואס איך האב געלערנט אין שוהל, ווען פלוצים האט מען יעדן ארויסגעשיקט ווייל עפעס א (דאן) ליצנות פון א וויירוס איז אונטערוועגנס, און נאך א פאון קאל פון ווייסן הויז האט מען מחליט געווען אפצושפארן די שוהלן.

ווען מען דערמאנט זיך דער טאג וואס מען איז צוריק אין די שוהלן, ווי איך זיץ און קלאץ, טראכטענדיג פון 2 מאנאטן פריער, אויף אט דעם פלאץ מען האט נאך דעמאלטס געהאלטן קוים אין די י' בלעטער, און יעצט האלט מען שוין אין די טיפע עין'נס..

און יא בעליעוו איט אר נאט מען האט פארעענדיגט מסכת שבת פאר'סך הכול'נדיג 8 % פון ש"ס!

ווער האט זיך געגלייבט, ווען איך פלעג דורך שפאצירן דעם שאנק פון שבת גמרות, האט עס נישט גערעדט צו מיר, פון היינט שמייכלען זיי צו מיר ווי אלטע גוטע פריינט, און איך האב טאקע אן אחריות זיך צו וויסענדיג מאכן פון זיי, און זיי ווארעם צוריק גריסן, הדרן עלך והדרך עלן…

וואס דאס זאגט פאר אויף דער צוקונפט. מסכת שבת איז א שווערע מסכת, אבער נישט אזוי ווייט שווער ווי גאר יסודות'דיג, און ברייט ארומנעמנד, און דעקט פארשידענע זייטיגע אספעקטן פון אנדערע מקצועות, א שטייגער ווי טומאה וטהרה, עירובין, און נאך.

וואס איך פיהל, פון איין זייט איז א שטארקע חיזוק, אז יא! איך האב עס געמאכט, און איך וועל עס ווייטער מאכן. פון די אנדערע זייט, איז דאס א שטארקע התחייבות, ווי דער רבי פלעגט זאגן, אז די קענסט יא….. העסטע כאפן…


איז יעצט נעמט איך זיך צוזאם, און מען שפאנט ווייטער פאראויס צום קומענדיג סטאנציע,.. עירובין,
צו וועל איך זי אויך ענדיגן? איין גאט ווייסט, אבער איך הייב אן!

איך לאדן איין אלע באזוכער, צו מיטטיילן זייערע געפיהלן, און פארשידענע גוטע, פראקטישע טיפס וואס האט זיי געהאלפן אויף דער תורה רייזע, און אי"ה צום ווידערזעהן ביים קומענדיגער סיום!

און אז ס'איז מוצאי שבת לאמיר זיך וואשן צו מלוה דמלכה….
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

מוצאי (מסכת) שבת - פאר די וועלכע כאפן נישט..

מזל טוב צום סיום און כה לחי, ביי מסכת עירובין אי"ה!
וירח ה' את ריח הניחוח
טיכטיגער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 160
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 25, 2020 6:38 pm
האט שוין געלייקט: 167 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 323 מאל

שליחה דורך טיכטיגער »

אשריך!
מיין בלאט איז נישט אזא סוקסעס סטארי.
ווי טויזנטער אנדערע האב איך אנגעהויבן ברכות מיט א פרישקייט און ברען, און עס בס"ד מסיים געווען. שבת, שוין די ערשטע פאר פרקים האט מען נאך אנגעצויגן, אפילו אויף וואקאציע, נאך א שמחה אין שטוב און פורים, אבער דאן האט זיך אונטערגערוקט קאראנא, און דער דף איז מיטגעפארן מיט'ן מנין, און ווי פארשטענדליך אויפ'ן פארטש לערנט זיך נישט...

ווען די שול האט זיך ווידעראמאל געעפנט, האבן מיר זיך ווידער אנגעשלאסן, אבער ס'שוין געווען מיט א גרויסן לאך, און נאכן נישט האבן די רגילות האב איך ווידער פארפעלט אסאך בלעטער, אבער ב"ה כ'בין אנגעקומען צום מלוה מלכה ווי דו רופסט עס, טאקע נישט מיט די גאנצע מסכת, אבער יא מיט צענדליגער בלעטער.
אצינד האבן מיר אנגעהויבן מסכת עירובין בשטו"מ, גיימער עס ענדיגן? מעגליך יא און גאנץ מעגליך אז נישט, אבער מיר גייען ווייטער.

די טיפ איז, איין טאג אויף אמאל, נישט קיין מסכת אויף אמאל, היינט לערן איך. מארגן? כ'וועל זען מארגן... אויך, ס'נישטא קיין השלמות. ווייל דאס פארשלעפט פון ווייטער פארזעצן.
מנחם ציון
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 755
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 10, 2020 5:47 pm
האט שוין געלייקט: 479 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 679 מאל

שליחה דורך מנחם ציון »

דאס איז זייער אינטערסאנט, און איך האב עס שוין געהערט פון אסאך אנדערע, אז ביי קאראנע האבן אסאך נאכגעלאזט, על אף וואס לכאורה האט מען געהאט מער צייט

ביי מיר אליין האב איך נאכגעלאזט פון די דרשו חלק, איך האב געהאט גענומען בחינות ביז קאראנע, אבער איך האב מתרשל געווען

איך האף צוריק אנצוהייבן
סאנטיאגא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 751
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 12:32 am
האט שוין געלייקט: 336 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 760 מאל

שליחה דורך סאנטיאגא »

ס'איז גראדע געווען פיין צו בריקענען אין די ווי אייפי סעקשן פון שר האופים מייקל שיק האקן שטיקער בשר בהמה ועוף און נאך אביסעלע גרינצייג אין די זייט 1:30 נאכמיטאג איז געווען א חידוש און איך בין נישט געווען אין די גאלד קופער איך ווייס דארט אינעם חדרי חדרים כיס בתוך כיס ווי ס'איז כלומרשט געווען נאך בעסער צוגעשטעלט...
Here’s how I think of my money – as soldiers – I send them out to war everyday. I want them to take prisoners and come home, so
.there’s more of them

Kevin O'Leary—
מיין אנאליז אויף Welcome to Eden
מנחם ציון
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 755
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 10, 2020 5:47 pm
האט שוין געלייקט: 479 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 679 מאל

שליחה דורך מנחם ציון »

יאפ! מיר שפאנען זיגרייך! מודים אנחנו ששמת חלקינו מיושבי ביהמ"ד
הדרן עלך מסכת עירובין! זכות כל התנאים ואמוראים יעמד לנו ולכל ישראל אמן
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום מנחם ציון, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
פארשפארט