בטחון און די Law of Attraction

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
באניצער אוואטאר
zurich
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 813
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 12:34 am
האט שוין געלייקט: 532 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 290 מאל

שליחה דורך zurich »

t
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום zurich, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
zurich
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 813
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 12:34 am
האט שוין געלייקט: 532 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 290 מאל

שליחה דורך zurich »

מיר קיקט אביסל אויס ווי די גאנצע לוו אפ עטרעקשיאן איז אן עבודה זרה, און די איידוע וואס דו זאגסט הוגה אז זיי נעמען עס פון די יודישע קאנסעפט פון בטחון, מיינט אויך נישט גארנישט,ווייל דו קענסט זאגן אויף יעדע רעליגיע אז זיי נעמען די איידיעס פון די יודישע רעליגיע, ממילה מעיג מען עס דינען??

און ס'קען אויך זיין אז ס'העלפט טאקע, מיט דעים אלעם טאר מען זיך לכאורה נישט באניצן דערמיט!! און חז"ל זעה מיר אסאך מאל אז מען האט זיך "געקענט" היילן מיט אן עבודה זרה ואסרו חכמים, איז דא נישט אנדערש! עבודה זרה מיינט דינען עפעס אנדערש חוץ גאט
מפארלירט די גאנצע ווארימקייט צום אייבערשטען, איך דארף שוין נישט דאווענען אז איך זאל זיין געזינט,פרנסה,שידוכים,שלום בית,קינדער, די לוו אפ עטרעקשיאן וועט שוין קערנעמען...... די יונעווערס וועט מאכן די דזאב.......... עפ"ל
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

לכארה האט הוגה גלייך אנהייב אשכול נישט גוט געלערנט פשט אין דער געזעץ.

דער געזעץ זאגט, אז א מענטש טוט אטראקטען אלע געשעהנישען אין זיין לעבען, כלומר, אלעס וואס געשעהט צו א מענטש איז ווייל ער האט זיך מכין געוועהן אז ער זאל זיין ראוי צו זיין א כלי צו קענען דאס באקומען, און ממילא האט ער עס באקומען, ווייל דער זאך איז געווארען אטראקטעט צו אים.

יעדער ווייסט א מאכלים טוהן אטראקטען הונגעריקע מענשטען, און פונקט אזוי וועט איינער וואס גיבט הדרכה אין א ענין וועט ער אטראקטען צו זיך מענטשען וואס ווילען וויסען דער ענין.

ממילא ווען א מענטש וויל פארקויפען לייף אינשארענס, טאמער וועט ער באמת האבען פאליסיס ווי א גביר וועט קענען פארדינען וועלען זיי פין זיך אליין אנקומען צו אים אהן קיין אדווערטייזמענט מיט ליגענט, ווייל ער האט זיי אטראקטעט.

דער עצה פין נאפאליאן טראכט רייך וועסטו זיין רייך, איז אמת נאר אין אמעריקא ווי מען קען ווערען רייך אויב מען ארבעט און מען וויל דאס באמת.

טאמער איינער איז זייער בעצבות און שעלט זיך אליין איז עס עלול עס זאל געשעהן, פארוואס? ווייל סאב קאנשיסלי טראכט ער דערפין און טוט זאכעלעך עס זאל געשעהן, למשל ער שעלט זיך ער זאל קראנק ווערען, וועט ער סאב קאנשיסלי נישט אכטונג געבען און קראנק ווערען.

וכן בכולן.

און דער איינער שאלה איז אויב עס ארבעט אויף למעלה מן הטבע. למשל קענסער ווייסען אונז נישט פין ווי עס קומט, קען איינער זיך אנברענגען קעמסער דורך אטראקטען?

לפי ידיעתנו לכאורה נישט, אבער די זעלבע מאמינים וואס גלייבען אז קענסער קומט ווייל פרויען לאזען זיך וואקסען ביי האר, קענען גלייבען אז מעןנהאט זיך אטראקטעט קענסער. ודו"ק.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

[justify]
zurich האט געשריבן:מיר קיקט אביסל אויס ווי די גאנצע לוו אפ עטרעקשיאן איז אן עבודה זרה, און די איידוע וואס דו זאגסט הוגה אז זיי נעמען עס פון די יודישע קאנסעפט פון בטחון, מיינט אויך נישט גארנישט,ווייל דו קענסט זאגן אויף יעדע רעליגיע אז זיי נעמען די איידיעס פון די יודישע רעליגיע, ממילה מעיג מען עס דינען? ס'קען אויך זיין אז ס'העלפט טאקע, מיט דעים אלעם טאר מען זיך לכאורה נישט באניצן דערמיט! און חז"ל זעה מיר אסאך מאל אז מען האט זיך "געקענט" היילן מיט אן עבודה זרה ואסרו חכמים, איז דא נישט אנדערש! עבודה זרה מיינט דינען עפעס אנדערש חוץ גאט, מפארלירט די גאנצע ווארימקייט צום אייבערשטען, איך דארף שוין נישט דאווענען אז איך זאל זיין געזינט,פרנסה,שידוכים,שלום בית,קינדער, די לוו אפ עטרעקשיאן וועט שוין קערנעמען...... די יונעווערס וועט מאכן די דזאב.......... עפ"ל


פרעגסט א גוטע שאלה רבי זרח ([tag]zurich[/tag]). איז אזוי. אויב רעדסטו בנוגע "הלכות ע"ז" איז דאך זיכער נישט קיין שאלה, לערן די הלכות וועסטו זעהן אז דאס האט מיט ע"ז אזוי ווי אן אוגערקע האט מיט דינא דבר מצרא. איך בין זיכער אז דו האסט ענדערש געמיינט פון א געפילישע שטאנדפונקט אז ס'זעהט אויס און פילט נישט אידישלעך, אז ס'האט א ריח פון כפירה וכדומה. קודם כל, קענסטו דאך פרעגן די זעלבע קשיא אויף די צדקת הצדיק וואס איך האב אויבן ציטירט, עיי"ש. לויט די צדקת הצדיק קען א מענטש אויך זאגן אז איך דארף שוין נישט דאווענען אז איך זאל זיין געזינט,פרנסה,שידוכים,שלום בית,קינדער, די "חשק" וועט שוין קערנעמען.

אבער מען קען פארענטפערן דיין קשיא מיט די באקאנטע משל. א מענטש האט אמאל געדארפט טרעפן א מענטש פאר א מאלטי מיליאן דאלערדיגע ביזנעס דיעל, דערווייל רוקט זיך אונטער די צייט פון די מיטינג און ער קען נישט טרעפן אן ארט צו פארקן די קאר. ער קען עס נישט גלייב אז צוליב א פארקינג ספאט וועט ער פארלירן מיליאנען דאלארן. פארנדיג ארום די ארומיגע גאסן שעפשעט ער זיך אונטער א ווארימע תפלה צום באשעפער פול מיט הבטחות אז ער וועט געבן געלט פאר צדקה, לערנען מער, זיין מער נזהר בשמירת עינים וכדומה, און אזוי שעפשענדיג די הבטחות זעהט ער ווי איינער פארט ארויס און עס איז דא א פלאץ פאר אים. גיבט ער זיך א רוף אן, "פארגעט איט באשעפער, ס'איז אקעי, איך האב שוין איינס".

דער מענטש האט נישט געיכאפט אז די באשעפער איז דער וואס האט מסבב געווען אז דער מענטש זאל פונקט יעצט ארויספארן. די זעלבע איז מיט די לאו אוו אטראקשען, די זעלבע איז מיט רבי צדוק'ס "חשק" און די זעלבע איז מיט אלע סגולות. א יעדע רעכטדענקיגע מאמין פארשטייט אז דאס אליינס האט אונז די באשעפער געגעבן, די חשק, די צמאון און די אטרעקשאן איז א מתנה פון גאט.


.[/justify]
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

Re: בטחון און די Law of Attraction

שליחה דורך מי אני »

IMG_7346.jpg
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

מי אני האט געשריבן:
IMG_7346.jpg


ווער שרייבט דאס און אויף וואס איז דאס באזירט?
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

בטחון און די Law of Attraction

שליחה דורך מי אני »

פון די בוך, אין די ענטרי איבער פּאזיטיוו טינקינג און די געזעץ. זיי צייכענען נישט צו ממש מקורות צו די שטודיעס (צו אנדערע יא, אין אלגעמיין). ווען יא וואלט איך דאס פרובירט דירעקט צוצוצייכענען...
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
גרעפיקסער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 95
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 09, 2020 7:02 pm
האט שוין געלייקט: 18 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 42 מאל

שליחה דורך גרעפיקסער »

מי אני האט געשריבן:
IMG_7346.jpg

זייער אינטערסאנט צו זעין אזא פארקערטע מהלך... עכ״פ לכאורה איז דער דרך הממוצע ס׳בעסט...

און בעצם לגבי LoA איז לדעתי פשוט טבע ביי אסאך ענינים, אפילו זאכן וואס זעיט נישט אויס אויבנאויף אז ס׳האט שייכות... גיב א קוק למשל ביי מחלות איז אפיציעל אנגענומען די כח פון placebo וואס דעריבער מאכט מען אייביג א ׳בליינד טרייעל׳

נאכדעים איז דא זאכן וואס נישט ווייל די ׳טראכסט׳ אזוי ׳געשעט׳ צו דיר אזוי, נאר ווייל ס׳האט דיר אזוי ׳פאסירט׳ דעריבער ׳טראכסטו׳ אזוי...

און לגבי די פאסירונג מיט די טרעפיק און פארקינג וואלטעך געזאגט אז ס׳האט קיין שייכות מיט LoA ווייל אויב יא וואלט יענער ׳קיינמאל׳ נישט געווארן סטאק אין טרעפיק...(זאג מיר נישט אז ס׳איז א פאל וואס ס׳דא טרעפיק יעדע פאר מינוט און יענער פארט אייביג ׳פונקט׳ ווען ס׳פארט).
בכלל ווי כ׳פארשייט די שיטה פון LoA איז נישט אז ס׳מוכרח אז ס׳זאל פאסירן לויט די מחשבות - ס׳נישט קיין כישוף (הגם ס׳דא זאכן וואס מ׳קען ממש פועל זיין במחשבה פונקט ווי מיטן האנט, בינעך אבער נישט זיכער אז ס׳דזעלבע זאך) בס״ה איזעס ׳איינע׳ פון די חוקי הטבע און ס׳גייט נישט אייביג געווינען געקגן אנדערע... למשל ׳גרעוועטי׳ איז א חוק בטבע, און אויב העליך וועלן מיט LoA פועל זיין אז דער שטיין זאל גיין פון אונטן ארויף וועט די Law of Gravity זיכער געווינען...

נאר כ׳וואלט געזאגט בדרך אפשר אז מ׳קען נישט מדמה זיין 2 דרייווער׳ס, ביי איינעם איז פארן זיג-זעג אין טרעפיק לכתחילה נארמאל, וכו׳

אלענפאלס וואלטעך (בדרך כלל) געראטן יוצא צו זיין חובות השתדלות לפרנסה מיט ארבייטן. פשוט ווייל ס׳גרינגער ווי טוישן די מחשבות און געפילן :P
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

גרעפיקסער האט געשריבן:זייער אינטערסאנט צו זעין אזא פארקערטע מהלך... עכ״פ לכאורה איז דער דרך הממוצע ס׳בעסט...

מיט דער דרך הממוצע איז מען גוט אנגעזעצט
מילתא דלא רמיא עליה דאיניש לאו אדעתיה

די זאך איז פשוט (און דארף נישט קיין מקור) די LoA און פעסעמיזעם האבן איין זאך אין-קאמען ביי ביידע טראכסטו פין די זאך
איינער טראכט איך גיי היינט מאכן אסך געלט (טראכט פין געלט) די צווייטע טראכט היינט גיי איך נישט מאכן קיין געלט, זארגט זיך וועט נישט האבן געניג געלט (טראכט פין געלט)
ביידע אבסעסען איבער געלט, ווען ס'קימט למעשה עפעס אינטער א געלעגנהייט פין געלט זענען ביידע פאלי דא דאס צי באמערקען און טון למעשה

גרעפיקסער האט געשריבן:נאכדעים איז דא זאכן וואס נישט ווייל די ׳טראכסט׳ אזוי ׳געשעט׳ צו דיר אזוי, נאר ווייל ס׳האט דיר אזוי ׳פאסירט׳ דעריבער ׳טראכסטו׳ אזוי...

דאס הא מיט די law גארנישט, די מחשבה איז שוין לאחר המעשה

placebo ארבעט אויף די מענטש זעלבסט נישט אויף עפעס אינדרויסען.
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
גרעפיקסער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 95
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 09, 2020 7:02 pm
האט שוין געלייקט: 18 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 42 מאל

שליחה דורך גרעפיקסער »

הקטן האט געשריבן:
גרעפיקסער האט געשריבן:נאכדעים איז דא זאכן וואס נישט ווייל די ׳טראכסט׳ אזוי ׳געשעט׳ צו דיר אזוי, נאר ווייל ס׳האט דיר אזוי ׳פאסירט׳ דעריבער ׳טראכסטו׳ אזוי...

דאס הא מיט די law גארנישט, די מחשבה איז שוין לאחר המעשה

אט דאס האבעך טאקע געמיינט. לאפוקי אז נישט אלץ ווען דו זעיסט א פרייליכע גביר און אן אנגעזעצטע ארעמאן זאלסטו ברענגן דערפון א ראי׳ אויף דעם LoA, נאר פשוט עולם כמנהגו נוהג אז מ׳האט נישט איז מען דערביטערט...

הקטן האט געשריבן:placebo ארבעט אויף די מענטש זעלבסט נישט אויף עפעס אינדרויסען.

כ׳זעי נישט דער חילוק; סיי וואס, ווען ס׳נישט בידו צו קאנטראלירן זאגט דער LoA אז מיט א פאזעטיווע אויסבליק קענסטו יא האבן אן השפעה דערויף.
מיינונגזאגער

בטחון און די Law of Attraction

שליחה דורך מיינונגזאגער »

הוגה האט געשריבן:[justify]איך וויל דא שרייבן א נושא וואס איז בעצם א טיפע, לאנגע און פארצווייגטע נושא. איך ווייס נישט אויב איך וועל אלעס קענען דעקן, איך האב מורא אז איך וועל אויסלאזן אסאך פונקטן, אבער לא עליך המלאכה לגמור. איך וועל אנהייבן יעצט און איבער די צייט, מיט די הילף פון די חברים וועט מען צולייגן וואס עס פעלט.

The law of attraction

עס זענען דא אסאך ביכער טעיפס און ווידיאוס מוקדש צו ערקלערן דער א.ג. געזעץ, ווי אזוי עס ארבייט, און איר היסטאריע. אין קורצן זאגט עס אונז אז די מענטש איז מושך צו זיך און אריין אין זיין לעבן אלעס מיט זיין מחשבה און טראכטן. סיי גוטס און סיי שלעכטס. אויב טראכט ער גוטס וועט ער האבן גוטס און אויב טראכט ער שלעכטס וועט ער האבן שלעכטס.

History of the law of attraction

דער גאנצע נושא איז זייער פאפולער געווארן אין די לעצטע הונדערט יאר, ספעציעל ווען די באקאנטע נאפאליאן הילל האט ארויס געגעבן זיין בעסט-סעלער בוך Think and Grow Rich וועלכער איז באזירט אויף די יסודות פון דער געזעץ. עס איז נישט קלאר פון ווי דער איידיע שטאמט, מאנכע זאגן אז דאס שטאמט פון בודהא און פון אנדערע אור אלטע מיטל אזיע'שע קולטורן פון טויזנטער יארן צוריק. אני הקטן האלט (ווי איך וועל באלד ערקלערן מער באריכות) אז עס שטאמט פון די אור אלטע "אידישע קולטור".

How it works

עס זענען דא מערערע הסברים ווי אזוי עס ארבייט. די מערסט סייענטיפיק הסבר איז (כאטש עס איז קיינמאל נישט באשטעטיגט געווארן סייענטיפיקלי לפי ידיעתי) אז די וועלט איז פול מיט ענערגיע און די מח שיקט ארויס ענערגיע סיגנאלן. די פאזיטיווע סיגנאלן טרעפן אן די פאזיטיווע זאכן אינעם אטמאספערע און ברענגן עס צוריק צום מקור – דער מענטש. די זעלבע איז ווען מען שיקט ארויס נעגעטיווע סיגנאלן.

אין די ווידיאו און אין די בוך The Secret זענען זיי מסביר אז עס ארבייט אזויווי טעליוויזיע. ווען די דרוקסט אויף די רעמאוט קאנטראל א געוויסע נומער וועט די טעליוויזיע כאפן א געוויסע טשאנאל. וואס טוסטו אויב דו האסט נישט ליב דער טשאנאל? דאן דרוק אן אנדערע נומער וועט אויפקומען אן אנדערע טשאנאל. מיין נישט ווייל עס שפילט יעצט איין טשאנאל אויפן טעליוויזיע ביסטו סטאק דאס צו וואטשען. ניין, דו קענסט טוישן די טשאנאל. ווי אזוי? דורכן דרוקן אנדערע נומערן אויפן רעמאוט, דאס שיקט ארויס סיגנאלן צו די טעליוויזיע טראנפארטערס צו שיקן א ניי טשאנאל צו דיין באקסעלע.

די זעלבע איז מיט דיין לעבן. אויב האסטו א שווערע טאג היינט, איז עס בידך צו טוישן די מציאות פונקט אזוי גרינג ווי עס איז צו טוישן א טעליוויזיע טשאנאל. לויט די וואס גלייבן אין דעם, קען א יעדער מענטש האבן וואס ער וויל, ווילאנג ער קען טראכטן און גלייבן בשלימות אז ער האט דאס שוין. ווילסט זיין א גביר? טראכט און גלייב אז דו ביזט איינס וועסטו ווערן איינס. ווילסט ווערן דאר? מוזט נישט גיין אין דזשים, קענסט ווייטער פרעסן הערינג מיט קעיק, ווילאנג דו טראכסט און דו גלייבסט בשלימות אז דו ביזט דאר. איי וועסטו טענה'ן אז דו האסט געטרייט און עס האט נישט געארבייט? די תירוץ איז אז דו האסט נישט עכט געטוישט די טשאנאל, האסט נישט געגלייבט בשלימות.

א קליינע סברא מדעת עצמי

אויב א מענטש קען זיך קאנווינסען אז ער איז רייך וועט ווערן רייך. ווי אזוי? ווייל ווען א מענטש איז קאנווינסד אז ער איז רייך פירט ער זיך אויף ווי א גביר אטאמאטיש (ווייל אויב נישט, איז א ראי' אז ער איז נישט עכט קאנווינסד), און אויב ער פירט זיך ווי א גביר וועט ער דאך ארבייטן ווי א גביר. נו, אז מ'ארבייט ווי א גביר ווערט מען דאך א גביר. (נישט יעדער איז מסכים מיט דער סברא, דאס איז אן אייגנס.)

א יעדעס מענטש האט בעצם אינערליכע כוחות צו זיין א גביר. נאר וואס דען? געוויסע פאראדיימס קענען בלאקירן פארן מענטש צו טון וואס ער דארף צו טון ארויסצוברענגן די כוחות אל הפועל. אבער אויב קען ער טוישן די טשאנאל און זיך קאנווינסן אז ער איז א גביר, דאן פאלן דאך די אלע פאראדיימס אוועק און די אינערליכע כוחות קומען ארויס און ער ווערט טאקע א גביר. איי, וואס געשעהט פלוצלינג צו דעם גביר אז יארן שפעטער האט ער פארלוירן זיין פארמעגן? עפעס האט געמוזט געשעהן א קליינע זאך וואס האט אויפגעשאקלט זיין קאנפידענס און געטוישט זיינע געדאנקן צו נעגאטיוו און דאס האט געצויגן צו אים דאס ארימקיימט און אי-הצלחה. וכן הדין בכל עניני עוה"ז ואולי גם ברוחניות, דו"ק ותמצא.

אין פשוט'ע ווערטער ווערט עס אראפ געלייגט אזוי: thoughts produce emotions, emotions produce actions and actions produce results, וכנ"ל והבן.

פאקטן

אין אלע ביכער, ווי אויך די אינטערנעט איז דא פול מיט מעשיות פון מעטשן וואס האבן זיך אויסגעהיילט פיזיש נוצנדיג די law of attraction, מענטשן זענען געווארן רייך, פארלוירן און אראפגעהאלטן וואג און נאך.

לאמיר אייך ווייזן איין דוגמא וואס איך האב נארוואס בייגעוואוינט. איך פאר – פון צייט צו צייט - א לאנגע וועג צוליב ביזנעס באדערפענישן. איך האב מיך לעצטענס אפגערעדט פאר א קאלעגע אז איך ווייס נישט פארוואס אבער די וועג נעמט מיר זייער לאנג, עס איז אלעמאל דא טראפיק אין דער צייט וואס איך פאר. אויך נעמט מיר אלעמאל א פינף צען מינוט ביז איך טרעף פארקינג. זאגט מיר יענער אז אינטערעסאנט, ער פארט די זעלבע צייט ווי איך פאר, אויף די זעלבע וועג, און טראץ די טראפיק נעמט עס אים נישט אזוי לאנג. אויך טרעפט ער עפעס אלעמאל פארקינג ווי נאר ער קומט אן ביים דעסטינאציע. מיר האבן אפגעשמועסט ארויסצופארן די זעלבע צייט און קוקן אויפן זייגער און זעהן צו עס איז טאקע אזוי. די רעזולטאטן זענען געווען אז ער איז אנגעקומען א שיינע פאר מינוט פאר מיך און ער האט באלד געטראפן פארקינג. וואס איז פשט? ער האט זיך געזעהן אנקומען שנעל, איז ער אנגעקומען שנעל, ער האט זיך געזעהן טרעפן פארקינג באלד, וכך הווה. איך, פון די אנדערע זייט, האב אלץ געטראכט אז איך וועל זיכער זיין סטאק אין טראפיק, און איך וועל זיכער נישט טרעפן פארקינג, וכך הווה.

עטליכע quotes פון חוקרים פילזאפן און שרייבער

“What we are today comes from our thoughts of yesterday, and our present thoughts build our life of tomorrow: Our life is the creation of our mind.” – Buddha


“A man is but the product of his thoughts. What he thinks he becomes. – Gandhi”


“To acquire love, fill yourself up with it until you become a magnet.” – Charles Haanel


“The vast majority of people are born, grow up, struggle, and go through life in misery and failure, not realizing that it would be just as easy to switch over and get exactly what they want out of life, not recognizing that the mind attracts the thing it dwells upon.” - Napoleon Hill


“If you’re thinking of debt, that’s what you’re going to attract.” - Bob Proctor



עס שטימט מיט תורה ויהדות

די מהלך און טעאריע ווערט ארונטערגערוסן דורך אסאך חוקרים, די שטערקסטע טענה איז א מען קען דאס נישט אויפווייזן סייענטיפיש. די שאלה פאר אונז איז צו איז דאס אויסגעהאלטן ע"פ תורה. מיר זעהט אויס אז די law of attraction איז איינס און די זעלבע ווי בטחון. נישט קיין ברודער נישט קיין קוזין נאר דאס איז ער אליין.

קודם כל איז דער נושא נישט קיין נייעס ביי אונז אידן. "טראכט גוט וועט זיין גוט" מיינט לכאורה דאס. "סוף מעשה במחשבה תחלה" מיינט זיכער דאס, און עס ערקלערט אונז אויך אז מיר זאלן עס קענען זעהן בחוש.

יעדער וואס ליינט דא זאל כאפן א בליק ארום זיך און זעהן צו זיי קענען טרעפן איין זאך וואס איז דא דארט וואס האט זיך נישט אנגעהויבן מיט א מחשבה. עס איז נישטא אזא זאך! אויב איינער איז רייך האט ער עס געצויגן צו זיך רייכקייט דורך זיין מחשבה. איך האב נאך נישט געטראפן דער רייכער מאן וואס האט געלעבט מיטן מחשבה אז ער איז א לא יצלח, אדער אז זיין ביזנעס דיעל וועט אדורך פאלן. פארדעם זענען גבירים אסאך מאל זייער אראגאנט און איבער-קאנפידענט.

כדאי מיר זאלן קענען אריינטראכטן און זעהן צו דאס איז טאקע בטחון מוזן מיר קודם פארשטיין וואס איז דאס בטחון און ווי אזוי עס ארבייט?

המשך אין געציילטע מינוטן......




.[/justify]
איך האב אמאל געזעהן אין די ספר שני לוחות הברית פונעם של״ה הקדוש, (איך קען נישט געדענקען ווי) אזא געדאנק.

דער מענטש איז מושך צו זיך אלעס וואס עס פאסירט צו עים איז דוקא נאר מיט זיין אייגענער מהלך המחשבה, ד״מ אז ווי אזוי ער טראכט אזוי ביהעיווט ער. זיין ביהעיווער ברענגט די רעזאלטאטן בין טוב למוטב.

אן אמת׳ער מעשה וואס אנכי הקטן קען פערזענליך דעם בעל המעשה און איך האב עס מיגעהאלטן, דארט האב איך געזעהן אז דאס איז אזוי ריכטיג אז עס קען גאר נישט אנדערש זיין.

[mention]הוגה [/mention] שרייבט דאס אויך אין זיין תגובה איך וועל נאר צו לייגן די מעשה דא וואס ווייזט אז יש דברים בגו.

א ידיד מיינער וואס דוקא איז א געלונגענער אינגערמאן. א ידען נפלא אין זייער אסאל וועלטליכע, ווי אויך געשעפטליכע ענינים.
דער אינגערמאן האט שוין די לעצטע צוואנציג יאר זיך אויסגעצייכענט אין כמה וכמה סיגיות אין ביזנעס.

קאמפיוטער אינדזשענערינג, (קאודינג) א דששיניעס אפ עי פראגרעמער.

אקאונטינג, ער האט געפעסד זיין סי. פי. עי. אין נאו טיים. פערזענליך ווייס איך צוויי ביזנעס לייט וואס ער האט געהאלפן פיילן עס. אי. סי. קוואדעלי פיילינגס צו קענען גיין פאבליק.

אינשורענס לייף ענד העלט, אזוי ווי ער האט געפעסד אקאונטיג דוקא נישט מצליח געווען האט ער מחליט געווען זיך אריין צו לייגן אין אינשורנס (פאר דער וואס ווייסט קען דאס זיין זייער א גוטער טעקס קאווערחנג וויעקעל) און ער איז געווארן א סי. עף. פי. (סערטעפייד פיינענשאל פלענער)
און דארט האט ער ארויס געהאלפן מענטשען מיט זיינע קענטעניסן און מיט די פעדעראלע לייסענסעס וואס ער האט אלץ פארמאגט.
דאס זענען די לייסענסעס וואס דער אינגערמאן האט אונטער זיין פאסיג
Series 6 & 7
Series 24
און נאך, וואס איך ווייס אפי׳ נישט.

מיט די לייסענסעס האט ער געקענט זיין א לאון ארידזשינעטאר, מיט דעם האט ער דיזיינט פרימיום פאנדינג פאר ריזן פאליסיס, וואס היינט זענען דא צוויי היימישע קאמפאניס וואס טוען פרימיום פיינענסינג מעט זיין סעט אפ.

ער האט בכבודו ובעצמו קריעטעט אן העדזש פאנד מענעדזשמענט קאמפאני וואס ווערט היינט געאונט ביי איינע פון גארפינקעלס סיסטער קאמפאניס וואס מענעדזשט הינדרעטער מיליאנען דאלארען אין סינדיקעשאן דיעלס. די ריעל עסטעיט העדזשפאנד איידיע (וואס ווערן היינט גענוצט ביי גרעסערע פראפערטי אינוועסטירונגען) האט ער שוין געמאכט פאר פראמענענט מענעדזשמענט קאמפאניס 10 יאר צוריק ווען קיינער האט נאך אפי׳ נישט געוויסט אז עס איז דא בכלל אזא געדאנק צו נעמען געלט פון העדזש פאנדס ווען די באנק וויל שוין נישט אדער קען שוין נישט געבען קיין לאונס.

טא מעיק עי לאנג סטארי שארט אזא אינגערמאן וואלט ווען מיט די כלים, און ראיונות געדארפט זיין א מאלטי מיליאנער. וואס בעצם פון יאר 2003 - 2008 איז ער יא געווען אן איש מוצלח (אבער ווייט פון פון וואס נארמאלערהייט איינער מיט די טאלאנטען וואלטן ווען געדארפט צו האבן)

2008 ווער עס געדענקט איז געווען א שווערע ראסעסיע יאר, די מארקעטס האבן געקראכט פון אלע זייטן. זיינע פרעדיקשאנס זענען געגאנגען אין די אפעסיט דירעקשאן פאר א קורצע תקופה (ווי נאר די מארקעט האט זיך סטעבלאזירט, האט זיך ארויס געוויזן אז זיינע פרעדיקשאנס זענען געווען ריכטיג.
אדרבה מען קען עס נאך גיין, אין חודש מארטש 2008 האט ער פרעדיקטעט אז עפל גייט ספליטן זייער סטאק און א חודש ארום און עס גייט ווערן דאבעל ווערט וויפיל עס איז געווען ווען עפל האט גיהאלטן ביי 60 דאללער.)

אבער אפריל 14 2008 צוויי וואכן פאר די רייז אפ די סטאק האט עס געטראסקעט מיט 25 דאללער וואס האט אין די איינע טאג געווישט אריבער 8% פון די סטאק פארטפאליא. ער דער שלימזל האט געהאט 85 טויזענט דאלער אינוועסטעט און א קלאוז עקספייערעישאן דעיט וואס האט עים איווענטועל ארויס געווארפן פון זיין פאזישאן יענעם טאג מיט א מארדזשען קאל אפ 3 טיימס. (דאס מיינט גאר אסאך געלט) בערך די זעלבע מעשה האט ער געהאט מיט לימען בראדערס (איינער געדענקט נאך אזא קאמפאני) וואס זייער סטאק איז דאן געאלטעט געווארן ביי די עס. אי. סי. פאר א גאנצער טאג. ווען די סטאק האט זיך צוריק געעפענט האט זיך עס געעפענט ביי צוויי דאלער, אראפ קומענדיגון 80 דאללער, איבער 1000שעירס האט דער אינגערמאן געהאלטן פון זיי. דאס איז אלעס אין א תקופה פון צוויי-דריי טעג.

די בראך וואס איז עים דאן באפאלן איז געוועהן נישט אויס צו האלטן, ער איז פשוטו כמשמעו אריין אין א סעמי דעפרעסיע, ער האט זיך אריין געלייגט אין בעט פאר אפאר וואכן, עס איז נישט געוועהן צו וועם צו רעדן.

פון דארט און ווייטער האט ער געספיירעלט אוט אף קאנטראל ביז די גאטשעס האט ער פארלוירן, ועד בכלל.

כדי צו ברענגען פרנסה פאר זיין געזונדעל איז ער יענער זומער געווארן א מענדזשער אין עפעס א קעמפ צו אויפהייבן די גארבעדזש פון די גראונדס (איך געדענק נישט וועלעכע)

ביז בערך 2015 איז ער געפלויגען פון איין דשזאב צום צווייטן, עס איז ממש נישט געווען קיין לחם לאכול אין שטוב. ער איז געווען אזוי דערנידערט, ער האט פשוט נישט געקענט פאוקעסען צו מצליח זיין ביי די ארבעטס פלעצער. די רדיפות פון בע״ח, יא גערעכט נישט גערעכט איז געווען עד אין לשער.

(אנטשולדיגט צו די לאנגע הקדמה דא קומט די פוינט. איך האב פשוט געוואלט ארויס ברענגען די שטארקייט פון די מחשבה, האב איך געדארפט מסביר זיין פון וואספארא סארט מענטש מען רעדט דא.)

אזוי ווי ער האט שוין נישט געהאט קיין גרייצער מיט וואס צו לייגען ברויט אויפן טיש, פארשטייט זיך האט ער זיינע דרייווינג וויאלעישאנס אויך נישט באצאלט, אדער בכלל אדרעסירט.
והנה, עטץ ווייסט דאך וואס געשעהט ווען מען איגנארירט די טיקעטס. יא די האסט געגעסט די דרייווערס לייסענס ווערן סוספענדירט.

פון די סקונדע וואס זיינע לייסענס איז געווארן סוספענדעט, איז א יעדעס מאל וואס ער האט זיך נאר אריין געזעצט צו דרייווען א קאר איז ער געווארן אפגעשטעלט פון א פאליס.
אני כשל עצמי האט עים דריי מאל ארויס געבעילט פארן ווערן ארעסטירט פארן דרייווען אנדער סוספענשאן. (נישט איבעראל שפארט מען איין. אסאך פלעצער נעמט מען נאר אוועק די קאר)

בקיצור אין 2015 האט דער רובש״ע געהאלפן. ער האט שוין נישט געקענט מער טרעפן א דשזאב (ווער דארף אן ארבעטער וואס פון 2008 ביז 2015 האט ער געארבעט אויף 20 פלעצער) איז ער אליינס אריין אין ביזנעס צוריק. די החלטה גמורה וואס ער האט געמאכט, גענוג געווען האט עים געטראגן גאר גאר ווייט, אינאף איז אינאף דאס מאל גייט ער עס מאכן. זייענדיג דריי חדשים אין די נייע ביזנעס האט ער געלאנטשט א ריזן קליענט (דאס איז א מעשה פאר זיך אליינס, ווי אזוי) וואס האט עים ארויף געשאסען ווי א ראקעט אין עולם המסחר צוריק, זייט דעמאלס איז ער גאר שיין מצליח, א שיינער בעל צדקה, באצאלט זיינע חובות, (וואס האט באטראפן אין די מיליאנען)

דא קומט די פאנטש ליין.
ווי נאר ער האט אן געהויבן פארדינען אביסעל האט ער געהייערט אן אטערני צו פיקסעם זיינע דרייווערס לייסענס פאר א סכום פון 12 טויזענט דוללער (ער האט געהאט 9 סוספענשאנס און 16 מיסדעמינארס פארן דרייווען אן א לייסענס. אפאר פון די דזשאבס האבן ריקווייערד דרייווען, נישט האבענדיג קיין ברירה מען דארף ברענגען ברויט אין שטוב אריין. האט ער איינגעשטעלט נישט ווייל ער איז א לייכטזיניגער מענטש, אפי׳ עס איז א לייכטזיניגער אקציע)
נאך א האלב יאר צו וויפיל זנאך וואס זיין לייסענס איז אווענטועל געווארן מסודר, פאקשטייט זיך,האט ער שוין צוריק געמעגט דרייווען איז שוין אריבער 4-5 יאר וואס מען האט עים נאך קיין איינמאל נישט אפגעשטעלט.

די פאליס האט ער בעצמו מושך געווען צי זיך א יעדעס מאל וואס ער האט זיך צוגעזעצט צום רעדעל. במחשבה האט ער געוויסט אז ער טוהט נישט קיין ריכטיגער זאך. אבוויעסלי, האט ער אכטונג געגעבן וויאזוי ער פארט אפי׳ הכי האט מען עים געסטאפט, אמאל געקייטעלט און אמאל פשוט אויף געהאלטן שעות. ווייל במחשבה האט ער געציטערט צו ווערן אפגעשטעלט. ער האט מושך געווען די פאליס צו זיך א יעדעס מאל וואס ער האט געזעהן א פאליס איז זיין קאפ געלאפן, אוי וויי וואס טוה איך אויב ער שטעלט מיר אפ. אייביג האט מען עים אפגעשטעלט ווייל ער האט צו שטארק געוואטשט. (געפארן שטייט, גענוצט בלינקערס. ווען איינער פארט צו שטייט און ער איז נישט אלט טויג עפעס נישט מעט עים.)איך ווייס נישט פארוואס און פארווען ער איז געווארן אפגעשטעלט אזויפיל מאל, אבערדאס איז דער מציאות.
היינט פארט ער נארמאל, ער קען אמאל פארגעסען א בלינקער, אדער אויף הייבן א טעלעפוין פאר א סקונדע און גאנישט פאסירט נישט. אין יענע טעג אויב האט ער נאר אויף געהויבן א טעלעפוין ווען דער בעה״ב האט גערופן פאר א סקונדע אפי׳, אפס א פאליס אונטער עים מיט די לעקטער. וואס קען דאס זיין אויב נישט זיין אייגענער מחשבה. אדרבה געב מיר א בעסערער הסבר.


Sent from my iPhone using Tapatalk
גרעפיקסער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 95
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 09, 2020 7:02 pm
האט שוין געלייקט: 18 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 42 מאל

שליחה דורך גרעפיקסער »

יאפ. זייער א קלאסישער ביישפיל, ובפרט די פאליס זענען אויף דעם טאקע געטרעינט צו דערקענען ווען איינער האט צופיהל מורא.

בכלל האסטו געברענגט זייער א ריכטיגער ביישפיל וויזוי LoA ארבייט, א געלונגענע אינגערמאן קען גיין חרוב צוליב וואס ער טראכט און גלייבט. זיין טעות איז געווען אז וויבאלד זיינע פראדיקשאנ׳ס האבן זיך נישט אויסגעארבייט האטער אנגעהויבן צו גלייבן אז ׳ער׳ איז א לא יוצלח...
מיינונגזאגער

שליחה דורך מיינונגזאגער »

נישט ממש, ער האט געשפירט לא יצלח נאך וואס ער האט פארלוירן א שיינע פאר מיליון לעבעדיגע געלט מיט א מארדזשען קאל, ער האט נישט געזעהן קיין וועג ארויס. דאן האט ער מחליט געוועהן אז ער איז דערנאך. און אזוי איז טאקע געווען ביז ער האט מחליט געווען גענוג, מען דארף גיין מאכען אפאר טאלער.
פארשפארט