אין ליכט פון דעם היסטארישן שלום מיט די פאראייניגטע אראבישע עמיראטן, און די ידיעות איבער א ברייטערן שלום מיט מערערע אראבישע מדינות אין דער געגנט, האב איך זיך דערמאנט אין א קליינינקען אהין-און-צוריק ויכוח וואס איך האב געהאט דא אמאל אויף קאווע-שטיבל. פאלגנד איז א קורצער אויסצוג, וואס משום מה איז מיר פונקט דער טייל געבליבן איינגעקריצט אין זיכרון. פרעג פארוואס...
פלאוויוס האט געשריבן:דערווייל קניפט מדינת ישראל כסדר אן אלס ווארעמערע באציאונגען מיט ארומיגע אראבישע מלוכות אין דער סביבה (...) דער עתיד פון מדינת ישראל, ווי א חבר פאר דער אראבישער סביבה (אבער ליידער נישט פאר פאלעסטינע) איז פול מיט האפנונג.
פלאוויוס האט געשריבן:
ישראל קאפקע האט געשריבן:דיין חלום פון אנגעווארימטע באציאונגען צווישן מ.י. מיט די אראבישע און מוסלעמענער פאפולאציעס אין מיטל מזרח איז בלויז דאס א חלום פון חלומלאנד.
איך פארשטיי אז דו האסט געשלאסן די מעגליכקייט פון דעבאטירן דעם פרט. בין איך מכבד דיין רצון...
דער קאנטעקסט פונעם ויכוח איז געווען בערך אזוי: פלאוויוס האט געהאלטן אז מ'קען נישט אפטיילן דעם ישראל-אראבישן קאנפליקט פונעם אלגעמיינעם מזרח-מערב ציוויליזאציע צוזאמענשטויס. קאפקע האט מיט דעם נישט מסכים געווען. בתוך הדברים האט פלאוויוס געצייגט אז א נייע ריכטונג דערקענט זיך אויפ'ן האריזאנט, אין וועלכער די אראבישע וועלט אנערקענט דאס פלאץ פון מדינת ישראל אלס א היימישע צו דער סביבה און נישט ווי א פרעמדע פלאנץ. ד.ה. אז דער מיטאלאגישער קאנטעקסט פון אזויגערופענער מערב קאלאניאליזם וואס האט אפגעהאלטן די צוויי זייטן פון נאנט-ווערן (מדינת ישראל האט נישט געזען קיין צד אין א גרופע וואס אנערקענט נישט די אידישע נאטירליכקייט צו ארץ ישראל, בשעת אראבער האבן נישט געוואלט קיין דין ודברים מיט אנגעבליכע אינוואדירער, וחוזר חלילה) ווערט צוביסלעך אויסגעוועפט. קאפקע האט מיט פלאוויוס'נס אפשאצונג נישט מסכים געווען און אויך אפגעווארפן זיין באמערקונג אז די פאליטיש-געזעלשאפטליכע קלימאט טוישט זיך. היות אז ס'האט זיך מיר איינגעקריצט אין קאפ יענער אהין-און-צוריק בין איך שוין אויסן דאס אויפצוברענגען יעצט. הלואי זאל טאקע דער יעצטיגער אפמאך מיט די UAE זיין דאס ערשטע קאפיטל אין א ברייטער געשיכטע פון שלום אין דער גאנצער סביבה.
זייט מיר מוחל וואס איך וועל נישט קענען צופיל ווייטער רעאגירן/קאמענטירן, צוליב פארנומענקייט אינעם טאג. נאר אז מ'זעט זיך שוין ווינטש איך דעם קאווע שטיבל הארציגע גרוסן.