סאנטיאגא האט געשריבן:קורקלענד האט געשריבן:סאנטיאגא האט געשריבן:טיכטיגער האט געשריבן:ריכטיג, ס'איז אוממעגליך פאראויסצוזאגן, אבער ווען א פירמע שפרינגט ארויף מיט אן אבנארמאלן שנעלקייט איז עס נישט פויגלדיג, און רוב מאל נאר א "הייפ" און אפילו זייער סטאק גייט ווארשיינליך פארבלייבן גאר ווערדפול, גייט זיך די עקסטאז אויסוועפן, און ס'גייט זיך סטאביליזירן
עמעזאן איז אויך אזוי געווען פרעג סיי ווער וואס האט דעמאלט אינוועסטירט אין די מארקעט, ס'איז געשטיגן און געשטיגן אן קיין פארדינסטן און מיטאמאל האט עס אויפגעריסן. און דערווייל האט עס נאכנישט סטאביליזירט.
אגב וואס האלטן די מבינים דא אויף מיוטשועל פאנדס? וואס זענען די מעלות און וואס זענען די חסרונות? פארהאן צענדליגע מינע, אבער מ'מיינט די וואס טוען אנגעבליך איבערשטייגן די index funds ווי די דאו און די עס ענד פי
האט איר ערפינדן איין ביישפיל פון צען טויזנט פירמעס וואס האט מצליח געווען שלא כדרך הטבע. וואס מאכט אייך גלויבן אז די נעקסטע איינצעלער פירמע וואס גייט אזוי ארויפשפרינגן וועט טאקע זיין יענע וואס איר גייט וועלן?
אויף מיוטשעל פאנדס האלטן די מבינים אז די מבינים פארשטייען נישט און דעריבער איז געאייגענט אז מ'זאל זיצן אין פשוטע אינדעקס פאנדס, אמווייניגסטנס די ספּ500 אדער די מהדרין טוען די גאנצע אמעריקאנער מארקעט און די מהדרין מן המהדרין טוען די גאנצע וועלט מארקעט.
ני דאס איז וואס איך זאג, מ'קען נישט וויסן! היות די מארקעט איז א היבשע guessing game דארף מען האבן הלל'ס געדולד. דער שארט סעלער וויינט טאקע ווייל ער האט פארפאסט אריינצוגיין ער האט עס געמוזט פארקויפן למען השם ווען ס'איז ארויף פון 400 צו 500 (ווי כאילו ס'איז אין זיינע הענט און ס'האט מיט זיין חכמה...) און דער וואס האט די קאפ אויפן פלאץ האלט אן ווען ער זעהט אז ס'איז דא growth איך זאג נישט יעדער האט אמאל אן אימפאולס, אבער טאקע ווייל ס'איז נישט מעגליך צו וויסן טאקע פארדעם פארלאנגט זיך אויסצווארטן קויפן און אנהאלטן אפילו א יאר... און אוודאי נישט נעמען די שולד אויף זיך
און עמעזאן איז געוואקסן גאנץ קאנסיטענט איינער וואס האט געהאלטן אן אויג פון '16 - '17 האט געקענט האבן א הווא אמינא צו דעס גייט ארויפארן צו נישט, מאך עס נישט ווי כאילו ס'איז אנגעקומען צו 3,000 פון איין טאג אויפן צווייטן
שתי תשובות בדבר און עס ווענט זיך וואספארא סארט מהלהך אין טרעדינג די טשאס choose צו טרעידן.
א יעדע מהלך אין טרעדינג צו עס זאל מצליח זיין צו נישט ווענט זיך בכלל נישט אין דיין געס אויב די גייסט אויס פיגערען אויף וועלעכער וועג די סטאק גייט זיך ווענדן.
ממנפש״ך קויפסטו לאנג טוירם שערס צו זיין אן אינוועסטירער, טאמער פארשטייסטו נישט די פאנדימענטאלס אויף די קאמפעני אדער די פראדוקט אין וואס די קויפסט איין איז דאך אזוי ווי די קויפסטנאיין א טרעילער לאוד שיכן בענדעל האפענדיג, אדער געסענדיג אז סטעפ-אין שיך גייט ארויס גיין פון סטייל, אדער גייט עס שוין ארויס.
אבער טאמער האסטו געקויפט מיט א ידעיה אז עס גייט ארויס קומען א שיך וואס גייט זיין עפעס מאורעדיג און א יעדער גייט לויפן קויפן, די בעיסד אף די ידועה פון די פראדאקשען אויף די קאמפאני וואס פראדעצירט די שיך, אין דיין ריסערטש איז קראנט האסטו אווענטועל געמאכט א גוט געשעפט אויבן אויף.
איצטערט קענען געשעהן צוויי זאכן.
אז די ידועה איז נישט געווען קראנט. אדער עס האט זיך פשוט נישט אויס געארבעט אין א צווייטער קאמפאני איז פארלאפן דעם וועג און געמאכט די זעלבע געדאנג שיך יא אין סטעפ-אין פארמאט. (איך וועל נישט יעצט אריין גיין וואזוי און מיט וויפיל זופן מען דארף ריסערטשען א סטאק, עס איז נאר די געדאנק) דאס איז טאקע די ריסק אייביג אז עס קען זיין אנדערש פאר סיי וועלעכער אומפארשטענדליכער סיבה, אבער נארמאלערהייט 80% וואלט עס, אדער גייט עס אזוי זיין.
אדער איז דיין שיכען בענדעל לאוד ארויף מיט די פרייז ווייל דיין ריסערטש האט טאקע פריוועילד אין שיכען מיט בעמדל ביקעים די זאך.
געוואלדיג פארדינט שיין פארקויפט די שעירס ביי די אף.
אוי טאטע פארוואס האב איך פארקויפט אזוי פרי?
מיט דעם וועלן מיר ממשיך זיין לכעשע. טאמער איינער וועט זיין אינטערסירט איבער די נושא קען ער מיך פרעגן אין מיין אישי.
Sent from my iPhone using Tapatalk