איך הער דיין טענה, איך לייקן נישט אין וואס דו זעהסט, דו נעמסט אבער נישט אין קאנסידירעישאן אין וואס דו זעהסט נישט, און די קומסט גאר מיט א טענה אז איך דארף גלייבן.
איך קען פשוט נישט גלייבן אנדערש, א טאג וואס עס זענען אזוי טראגיש אומגעקומען 3 פון זיינע חסידים גיין אויף שוואוילטאג? היעלה על הדעת? על כרחך מוז איך דאך זאגן אז ער קען נישט דערהייבן דעם פרעשור. איך וואלט נישט געזאגט אז ער איז סתם א ליידיגייער, אפי' א פשוטער מענטש ווען עס פאסירט אזא טראגעדיע אין די שוהל ווי ער דאווענט וואלט ער זיך נישט ארויסגעלאזט יענעם טאג אויף אזא הולטיי.
מעשה בהרב שמואל בירנבוים, וואס פלעגט פארן קיין א"י יעדע סוכות, צו פראוון מיט זיין שנור די אלמנה און זיין אייניקלעך בני בנו ר' אריה לייב ז"ל. איין מאל האט ראלף הערצקא להבחל"ח ערלעדיגט פאר אים אן ערשטע קלאס טיקעט, וואס ער האט אפגעזאגט. "יונגעלייט אין א"י גייען אויס פאר הונגער, און איך זאל זיך אזוי אנפאשן?!"
שוין, האט ראלף הערצקא געגעבן די געלט פאר יונגעלייט אין א"י, און ווידער מסדר געווען אן אפגרעיד. ביים לופטפעלד, ווען ר' שמואל האט דאס באמערקט, האט ער געזאגט צום פקיד אין זיין צובראכענע ענגליש, "people in Israel starving, I not sit in diss seat". אויפ'ן פלייט איז ראלף הערצקא אים צוגעקומען און געבעטן ער זאל זיצן מיט אים דארט. האט הרב שמואל געזאגט,"אה! זייער גוט! מיין רביצין וועט דארט גיין, און דו קום זיץ לעבן מיר און מיר וועלן צוזאמען לערנען א סוגיא". ומסתמא כן היה, ויהי לפלא. זכותו יגן עלינו.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ליטוואק פון בודאפעסט, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:מעשה בהרב שמואל בירנבוים, וואס פלעגט פארן קיין א"י יעדע סוכות, צו פראוון מיט זיין שנור די אלמנה און זיין אייניקלעך בני בנו ר' אריה לייב ז"ל. איין מאל האט ראלף הערצקא להבחל"ח ערלעדיגט פאר אים אן ערשטע קלאס טיקעט, וואס ער האט אפגעזאגט. "יונגעלייט אין א"י גייען אויס פאר הונגער, און איך זאל זיך אזוי אנפאשן?!"
שוין, האט ראלף הערצקא געגעבן די געלט פאר יונגעלייט אין א"י, און ווידער מסדר געווען אן אפגרעיד. ביים לופטפעלד, ווען ר' שמואל האט דאס באמערקט, האט ער געזאגט צום פקיד אין זיין צובראכענע ענגליש, "people in Israel starving, I not sit in diss seat". אויפ'ן פלייט איז ראלף הערצקא אים צוגעקומען און געבעטן ער זאל זיצן מיט אים דארט. האט הרב שמואל געזאגט,"אה! זייער גוט! מיין רביצין וועט דארט גיין, און דו קום זיץ לעבן מיר און מיר וועלן צוזאמען לערנען א סוגיא". ומסתמא כן היה, ויהי לפלא. זכותו יגן עלינו.
זייער א שיינע מעשה פון א ישיבישער גדול וואס האבן געהאט השגות וואס עס שטייט אין די משנה פת במלח תאכל, ווייל נאר מיט דעם זענען זיי געווען ביזי. מוסדות'ער, שידוכים, קוויטלעך פון צרות הכלל והפרט איז דאך ביטול תורה. קיין הונדערסטל פרעשור וואס א רבי האט, האט די גרעסטע ראש ישיבה.
און צו דיין שאלה ווען דו זעהסט איינעם אזוי זיך אויפפירן דארפסטו דאס פארענטפערן, די ענטפער אויף דעם זאגט דאך שוין די גמ' אין צוויי מהלכים.
אל תדין חברך עד שתגיע למקומו.
את"ל עס איז אן עולה, זאגט אויף דעם די גמ' אם רואה שת"ח חטא בלילה, אל יהרהר ע"ז ביום, שמא עשה תשובה, שמא עשה תשובה? וודאי עשה תשובה.
מיינונגזאגער האט געשריבן: זייער א שיינע מעשה פון א ישיבישער גדול וואס האבן געהאט השגות וואס עס שטייט אין די משנה פת במלח תאכל, ווייל נאר מיט דעם זענען זיי געווען ביזי. מוסדות'ער, שידוכים, קוויטלעך פון צרות הכלל והפרט איז דאך ביטול תורה. קיין הונדערסטל פרעשור וואס א רבי האט, האט די גרעסטע ראש ישיבה.
און צו דיין שאלה ווען דו זעהסט איינעם אזוי זיך אויפפירן דארפסטו דאס פארענטפערן, די ענטפער אויף דעם זאגט דאך שוין די גמ' אין צוויי מהלכים.
אל תדין חברך עד שתגיע למקומו.
את"ל עס איז אן עולה, זאגט אויף דעם די גמ' אם רואה שת"ח חטא בלילה, אל יהרהר ע"ז ביום, שמא עשה תשובה, שמא עשה תשובה? וודאי עשה תשובה.
ביסט צוקער זיס. ביזדערווייל איז דער 'ת"ח' נאך אין מאליבו, ממילא ווייס איך נישט ווען די תשובה איז פארגעקומען.
איך פארשטיי נישט וואס דאס מיינט 'ביזי מיט מוסדות, שידוכים, קוויטלעך'. עס נעמט צייט ביי אים, יא. ער ליינט קוויטלעך, זאגט אפ וואס ער זאגט, און ווייטער געגאנגען. איינער האלט אים דען פאר ווען ער מאכט א מיסטעיק? וואס דארף ער טון מיט די מוסדות? קלאפן מזוזות און בענטשן מטבעות? פלענטי ליידיגייערס וואס איך קען האבן מוסדות, און זיי לעבן א חיים טובים. וואס איז די גרויסע תורה? נאר טאמער דו רעדסט זיך איין אז די פערזענליכע צרה פון יעדער חסיד זיינער רירט אן זיין הארצן, ביסטו געקומען צו אזא מסקנא. איך האב נישט קיין סבה צו גלויבן אז סיי וועלכע פון זיי האבן אזא השגה בכלל, עס זעט בכלל נישט אויס אויף זיי אז זיי האבן אזא דאגה, ממילא איז קוויטל פראווען א חלק פון די דזשאב. וואס פעלט אויס אזא טאראראם? און דער ליובאוויטשער וואס האט געהאט אסאך מער טרדות אין זיינע טעג, האט זיך אן עצה געגעבן אן נעמען קיין שום וואקעישען א גאנץ לעבן. וויאזוי האט ער זיך אן עצה געגעבן?
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
מעשה בהרב שמואל בירנבוים, וואס פלעגט פארן קיין א"י יעדער סוכות, צו פראוון מיט זיין שנור די אלמנה און זיין אייניקלעך בני בנו ר' אריה לייב ז"ל. איין מאל האט ראלף הערצקא להבחל"ח ערלעדיגט פאר אים אן ערשטע קלאס טיקעט, וואס ער האט אפגעזאגט "יונגעלייט אין א"י גיין אויס פאר הונגער, און איך זאל זיך אזוי אנפאשן?!" שוין, האט ראלף הערצקא געגעבן די געלט פאר יונגעלייט אין א"י, און ווידער מסדר געווען אן אפגרעיד. ביחם לופטפעלד, ווען ר' שמואל האט דאס באמערקט, האט ער געזאגט צום פקיד אין זיין צובראכענע ענגליש, "people in Israel starving, I not sit in diss seat". אויפ'ן פלייט איז ראלף הערצקא אים צוגעקומן און געבעטן ער זאל זיצן מיט אים דארט. האט הרב שמואל געזאגט,"אה! זייער גוט! מייל רביצין וועט דארט גיין, און דו קוםזיץ לעבן מיר און מיר וועלן צוזאמען לערנען א סוגיא". ומסתמא כן היה, ויהי לפלא. זכותו יגן עלינו
זייער א שיינער מעשה פון א ישיבישער גדול וואס האבן געהאט השגות וואס עס שטייט אין די משנה פת במלח תאוכל, ווייל מאר מיטנדעם זענען זיי געווען בי. זי. מוסדותער, שידוכים, קוויטלעך פון צרות הכלל והפרט איז ביטול תורה. קיין הינדרעסטעל פרעשאר וואס א רבי האט, האו מיט די גרעסטע ראש ישיבה.
און צו דיין שאלה ווען די זעהסט איינעם אזוי זיך אויף פירן דארפסטו דאס פארענטפערען, די ענטפער אויף דעם זאגט דאך שוין די גמ׳ און צוויי מהלכים.
אל תדין חברך עד שתגיע למקומו.
עת״ל עס איז אן עולה זאגט אויף דעם די גמ׳ אם רואה שת״ח חטא בלילה, אל יהרהר ע״ז ביום, שמא עשה תשובה, שמה עשה תשובה? אלא ודאי עשה תשובה.
Sent from my iPhone using Tapatalk
ביסט צוקער זיס. ביזדערווייל איז דער 'ת"ח' נאך אין מאליבו, ממילא ווייס איך נישט ווען די תשובה איז פארגעקומן.
איך פארשטיי נישט וואס דאס מיינט 'ביזי מיט מוסדות, שידוכים, קוויטלעך'. עס נעמט צייט ביי אים, יא. ער ליינט קוויטלעך, זאגט אפ וואס ער זאגט, און ווייטער געגאנגן. איינער האלט אים דען פאר ווען ער מאכט א מיסטעיק? וואס דארף ער טון מיט די מוסדות? קלאפן מזוזות און בענטשן מטבעות? פלענטי ליידיגייערס וואס איך קען האבן מוסדות, און זיי לעבן א חיים טובים. וואס איז די גרויסע תורה? נאר טאמער דו רעדסט זיך איין אז די פערזענליכע צרה פון יעדער חסיד זיינער רירט אן זיין הארצן, ביסטו געקומן צו אזא מסקנא. איך האב נישט קיין סבה צו גלויבן אז סיי וועלכע פון זיי האבן אזא השגה בכלל, עס זעט בכלל נישט אויס אויף זיי אז זיי האבן אזא דאגה, ממילא איז קוויטל פראוון א חלק פון די דזשאב. וואס פעלט אויס אזא טאראראם? און דער ליובאוויטשער וואס האט געהאט אסאך מער טרדות אין זיין טעג, האט זיך אן עצה געגעבן אן נעמן קיין שום וואקעישען אגאנץ לעבן. וויאזוי האט ער זיך אן עצה געגעבן?
ישר כח שוין ווייטער ביסטו מדמה א מלאך אלוקים צו א בשר ודגים טייפ אף מענטש . מען קען נאר מדמה זיין מילתא למילתא
עס קען זיין אז ער האט אזוי געפלאנט צו טון, למעשה איז ער דאך אוועק מער ווייניגער פלוצלינג, סאו עס איז נישט געווען בכדי שיעשו.
אז ס'געווען בכדי שיעשו צו שרייבן צוויי צוואות, איז געווען בכדי שיעשו צו זאגן אז דו בכור זאלסט וויסן אז האסט נישט וואס צו ווארטן, ווייל דיין יונגערע ברודער וועט דיך אויסכאפן - אין מיין באפעל
מפיל קינד האט געשריבן:יא, דאס איז אמת אז די קינדער פון ר' אלתר פירן היינט די וועלט, פון די איבריגע ווייסט מען קוים.
[tag]מיינונגזאגער[/tag] וועלכע יאר זענען זיי געקומען נאך געלט? אפשר איז יענץ געווען נאך פאר ר' אלתר האט זיך דערקלערט רבי? ווייל פון ווען ער האט זיך דערקלערט רבי האבן זיי כמעט נישט געהאט קיין שייכות. כן שמעתי ברור מחסידי לעלוב.
לכאורה איז עס געווען מט׳ אדער נ׳ . איך ווייס נישט ווען ר׳ אלתר האט זיך דערקלערט לעלובער רבי ער האט זייער אסאך פארברענגט אין ב״פ אין זיין ביהמ״ד אויף די 50גער גאס.
ר׳ אהרן בידרמן פום ב״ש א זוהן פון ר׳ שמעון הצדיק זי״ע איז בכלל נישט אוועק צו מאכן. נישט ווי הר״ר מיילעך וואס דארף אראפ לייגען א שפיל, און טאנצען און שפרינגען ווי א מאלפע אין די זו צו האבן באזיכער. ר׳ נחמן א גוטער זאגער נישט קשה. הרה״צ דודל שליט״א א סובל יסורים כל ימיו אויסגעארבעט זיין גוף לעבודת בורא. אבער הכל תלוי במזל אפי׳ ספר תורה שבהיכל.
Sent from my iPhone using Tapatalk
1. ר' אלתר האט זיך דערקלערט רבי עטליכע יאר נאך זיינע צוויי עלטערע ברידער. ר' אברה'מעלע, דער עלטסטער זון פון ר' משה מרדכי, איז אויפגענומען געווארן אלס לעלובער רבי. ר' שמעו'לע, דער צווייטער זון, איז אויפגענומען געווארן אלס לעלוב-קארלינער רבי. ר' אלתר האט געהאט אסאך חסידים אין אמעריקע, און איינמאל זייענדיג אין אמעריקע האבן זיי אים געקרוינט אלס רבי און ער איז צוריקגעקומען קיין ארץ ישראל אלס רבי.
2. ר' אהרן בידרמן פלעגט וואוינען אין בארא פארק וואו ער איז געווען א מגיד שיעור אין סאטמאר. א וואוילער איד געווען, גארנישט מער. קיין איינער האט קיין איינמאל נישט געהערט קיין ברעקל גדלות פון דעם מענטש איידער זיין איבערנעמען רבי'סטעווע. ער האט געהאט מער מזל אז זיין ברודער אין ב"ב איז נישט געווען אהוד ביי די חסידים, און דערפאר האט אים יעדער אויפגענומען אלס רבי (ענליך צו דעם האט מען געזען ביי אנדערע רבי'ס. זיין פאטער זעלבסט איז אויך געקומען איבערנעמען רבי'סטעווע פון אמעריקע, וואו ער האט פריער געוואוינט. דער היינטיגער תולדות אהרן'ער איז אויך געקומען פון אמעריקע, ועוד).
3. ר' מיילעך בידרמן איז אן עובד ה' מנעוריו, און זיין טאנצן אויפן טיש איז טשיקאוו אבער אזוי לעבט ער אויף אן עולם. ער איז נישט קיין רבי און זוכט נישט קיין רבי'סטעווע און מאכט שטענדיג אוועק די וואס ווילן אים קליידן בגינוני אדמורו"ת. דיין איבעריגע שפראך אויף אים איז נישט נאר מיאוס און איגנאראנט, נאר עס צייגט אויך אויף דיין מאס שכל. במחילה.
4. ר' נחמן איז געווען דער משפיע אין לעלוב נאך בחיי אביו. ער האט געצויגן א פרעמדע עולם נאך בחיי אביו. ער האט אסאך מעריצים איבערן וועלט, ער איז א געוואלדיגער עובד און ער ענדלט אסאך בהתנהגותו אין ר' משה מרדכי, הגם אלץ גייט מיט אן אצילות. ער איז גראדע נישט דער גרעסטער זאגער צווישן זיינע ברידער. סיי ר' מיילעך און סיי ר' חיים יוסל זענען סאך גרעסערע מגידים.
5. ר' דוד'ל איז טאקע אן עובד ה' בסילודין ומדוכא ביסורים, כדבריך.
אין ארי נוהם מתוך קופה של תבן, אלא מתוך קופה של בשר(ברכות לב.)ובימינו אין ארי נוהם אלא מתוך קופה של תבן(ארי נוהם)
ארי נוהם האט געשריבן:1. ר' אלתר האט זיך דערקלערט רבי עטליכע יאר נאך זיינע צוויי עלטערע ברידער. ר' אברה'מעלע, דער עלטסטער זון פון ר' משה מרדכי, איז אויפגענומען געווארן אלס לעלובער רבי. ר' שמעו'לע, דער צווייטער זון, איז אויפגענומען געווארן אלס לעלוב-קארלינער רבי. ר' אלתר האט געהאט אסאך חסידים אין אמעריקע, און איינמאל זייענדיג אין אמעריקע האבן זיי אים געקרוינט אלס רבי און ער איז צוריקגעקומען קיין ארץ ישראל אלס רבי.
אביסל פון מיין זיכרון פון וואס איך געדענק פון זקני החסידים.
רבי שמעון איז אויפגענומען געווארן אלס ממלא מקום אביו אויף ביידע קהילות. אין חצר הקודש לעלוב אין בני ברק ווי אויך אלס ממלא מקום אין חצר הקודש קארלין. זיין ברודער רבי אברמ'לע איז אויפגענומען געווארן אלס אדמו"ר מלעלוב ירושלים.
נאך א יאר בערך האט רבי שמעון אויפגעגעבן קארלין און עס איז שפעטער געטוישט געווארן צו פינסק קארלין.
רבי אלתר האט נישט געהאט קיין סאך חסידים אין אמעריקע, נאר בערך וויפיל זיין זון פון 17 האט. רבי שמעון האט נאך בחיי אביו געהאט מער חסידים אין בארא פארק, און זיי האבן שפעטער אויך געהאט באזונדערע בתי מדרשים אין בארא פארק.

פארלאפענעם מאנטאג לסדר 'למען יאריך ימים על ממלכתו', שטייענדיג ככלות השבעה צו די הסתלקות פון כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא זצ"ל, האבן חסידי סאדיגורא אויפגענומען בנו יקירו הרה"צ רבי יצחק יהושע העשיל פרידמאן שליט"א אלס ממשיך דרכו וממלא מקומו בקודש בכתר אדמורו"ת שלשלת סאדיגורא. דאס קומט נאך אן אנגעצויגענע וואך בחצר הקודש סאדיגורא, נאכדעם וואס עס איז נישט געווען קלאר וועלכע פון די קינדער וועלן פאקטיש איבערנעמען די הנהגה. מיט יעדן פארבייגייענדן טאג איז קלארער געווארן, אז דער רבי זצ"ל האט אפגעשריבן א זייער דאטעלירטע צוואה וואו ער טוט קלארשטעלן מיט א זיכערקייט אז אין 'סאדיגורא' וועט בלויז זיין 'איין' ממלא מקום וועלכע וועט אנפירן די קהלה אין בני ברק, אין צוגאב וואס אלע מוסדות התורה והחינוך און בתי מדרשים פון קהלות סאדיגורא די בכל רחבי תבל, וועלן שטיין אונטער די אויסשליסליכע בעלות און נשיאות פון בנו חביבו וממלא מקומו כ"ק מרן אדמו"ר מסאדיגורא שליט"א.
די צוואה האט דער רבי זצ"ל אפגעשריבן פארלאפענעם ווינטער תש"פ וויילענדיג אין ארץ ישראל און דאס איז די איינציגסטע צוואה וואס דער רבי זצ"ל האט אפגעשריבן בחייו. לויט ווי קוועלער געבן איבער, האט דער רבי זצ"ל מכתיר געווען זיינע אנדערע קינדער אלס 'רבני הקהלות' אין עטליכע שטעט איבער די וועלט, וואס וועלן אנפירן די בתי מדרשים תחת דגלו ובנשיאתו פון זייער ברודער כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא שליט"א. אין די יעצטיגע טעג קומען פאהר נאכאנאנדע בארוטינגען צווישן גדולי הרבנים און מורי הוראה שליט"א איבער די רבנות-פאסטענעס וועלכע וועלן ווערן איינגעטיילט פאר די אנדערע קינדער, אין איינקלאנג מיט די צוואה פון רבי'ן זצ"ל.
מאנטאג נאכמיטאג, ככלות השבעה איז פארגעקומען אן 'עצרת התעוררות' אין שפיץ פון הרבנים הגה"צ שליט"א קינדער פון רבי'ן זצ"ל, וואו עס האט אויפגעטראטן הגאון ר' זאב צאללער שליט"א ראה"כ סאדיגורא. לויט די ארגינאלע פלענרע האט געהייסן אז מ'וועט פארליינען די צוואה, אבער למען השלום האט מען זיך ווידער צוריקגעהאלטן פון ארויסגעבן רצון קדשו פון רבי'ן זצ"ל פאר עדת חסידיו. דערנאך זענען די קינדער ארויס אויף הקפות כנהוג וועלכע האט נאכגעפאלגט מיט די עלייה לציון הק' אויפן ביה"ח אין גבעתיים.
צוריקקומענדיג פונעם ציון הק' האבן צענדליגע חסידים אפגעווארט דעם נייעם רבי'ן שליט"א פארנט פון ביהמ"ד הגדול אין בני ברק און האבן אים אנטפאנגען בשירה ובזמרה, זינגענדיג די ניגון 'אור זרוע לצדיק'. דערביי האט איינע פון די זקני החסידים אויסגערופן: "למען יאריך ימים על ממלכתו" און דער ציבור האבן אפגעענטפערט מיט א הילכיגן 'אמן'. דער רבי שליט"א מיט זיין באקאנטע ענוות חן, האט געוויזן מיט די הענט אז מ'זאל אויפהערן זינגען און די גבאים האבן זיכער געמאכט אויסצופירן דעם רבינ'ס רצון און האבן שטיל געמאכט די פארזאמעלטע וועלכע האבן אריינבאגלייט דעם רבי'ן בביתו נאוה קודש. אנקומענדיג אין שטוב זענען די זקני החסידים צוגעגאנגען און איבערגעגעבן קוויטלעך און געוואונטשן שיתחדש המלוכה שלו עוד ינובון בשיבה דשנים ורעננים. אין די נאנטע טעג וועט זיך דער נייע רבי שליט"א אריבערציען קיין בני ברק און אנפירן דאס חסידות על מי מנוחות. למען יאריך ימים על ממלכתו, ימים על ימי מלך תוסיף שנות דור ודור.
כ"ק אדמו"ר הרה"צ רבי יהושע'לע פרידמאן שליט"א מסאדיגורא, איז געבוירן כד' אייר תשנ"ו אין לונדון. אין זיינע קינדער יארן האט ער געלערנט אין תלמוד תורה דחסידי בעלזא אין לונדון ווי ער האט זיך פארהערט אויף גאנץ ששה סדרי משנה פון אויסענווייניג און האט דאס מסיים געווען ברבים ביי א קאנווענשאן פון 'אגדות ישראל' וועלכע איז פארגעקומען אין לונדון. דער רבי שליט"א האט זיך נישט באגעניגט מיטן ענדיגן ששה סדרי משנה אלס קינד, נאר אויך אין די שפעטערע יארן אלס בחור און אלס יונגערמאן האט ער אוועקגעשטעלט א ספעציעלע סדר צו ענדיגן ששה סדרי משנה יעדע יאר. אלס בחור האט ער געלערנט אין 'ישיבה קטנה דחסידי בעלזא' אין לונדון און ווען ער איז עלטער געווארן איז ער געגאנגען לערנען אין 'ישיבה גדולה געיטסהיד' בראשות הגאון רבי אברהם גוראביץ שליט"א ווי ער איז געווען פאררעכענט פון די חשובסטע תלמידים. דערנאך איז ער געגאנגען לערנען אין 'ישיבת מיר ירושלים'.
אין די מיר'ע ישיבה דער רבי שליט"א געווען פאררעכענט אלס תלמיד חביב ביי הגאון רבי אשר אראלי שליט"א מיט וועמען ער האט געלערנט בחבורתא. א באזונדערע קשר האט דער רבי פארמאגט מיט מרן ראש הישיבה הגאון רבי אליעזר יהודה פינקל שליט"א וועלכע איז ארויס מגדרו און האט זיך באטייליגט ביי זיין שמחת החתונה. אין ארץ ישראל האט דער רבי שליט"א גענאסן א קירבה יתירה ביי כ"ק אדמו"ר מקאפישניץ שליט"א וועלכע האט געלערנט מיט אים בחבורתא יעדן 'ליל ששי' אין ספר אוהח"ק, וואס ווי באקאנט פארנעמט דער לימוד אור החחיים הקדוש א גאר גרויסע ארט בחצרות רוזי'ן.
ביום ז' שבט שנת תשע"ח לפ"ק, האט דער רבי שליט"א חתונה געהאט מיט הרבנית תליט"א בת הגה"צ ר' אשר חיים שטערנבוך שליט"א רב ביהמ"ד אהל יעקב פשעווארסק אנטווערפן בן הגה"צ רבי אליהו שטערנבוך זצ"ל ראב"ד אנטווערפן חתן כ"ק אדמו"ר מאסטראוו-קאלאשין שליט"א פון סידערהורז. נאך די חתונה האט דער רבי שליט"א געוואוינט אין אנטווערפן און געלערנט פארמיטאג אין 'כולל הרבנים' בראשות הרה"צ ר' ישראל האגער שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מסאווראן שליט"א און נאכמיטאג אין 'כולל ש"ס' בראשות הגאון רבי בנימין יעקעבאוויטש שליט"א און ביינאכט אין די שטאטישע כולל בראשות הגאון ר' נחום הערץ לעווי שליט"א.
אין אנטווערפן האט זיך דער רבי שליט"א געהאלטן גאר שטארק מקושר צו כ"ק אדמו"ר מפעשווארסק שליט"א וועלכע האט אים ארויסגעוויזן אן אויסערגעווענליכע התקרבות וואס מ'האט נישט געזען פריער. אויך יעצט, איידער די הכתרה, האט זיך דער רבי שליט"א דורכגעשמועסט אלע איינצעלהייטן מיט כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א. וואוינענדיג אין אנטווערפן איז דער רבי שליט"א געווארן א צוציאונגס-קראפט פאר חסידי רוזין ואנשי מעשה וועלכע האבן זיך געקלאמערט ארום דעם רבי'ן און געוואלט מקבל זיין מבאר ההוא, נישט קענענדיג גענוג אפוואונדערן זיין געטליכע געשטאלט פון קדושה און צדקות אונטער א שלייער פון ענוה און באשיידענקייט. אויף די דירעקטע פארלאנג פון ידידים און מעריצים האט דער רבי שליט"א איבערגעגעבן 'שלש סעודות תורה' יעדע 'שבת מברכים' אין 'קלויז טשורטקוב' אין אנטווערפן און חסידים פלעגן ארויפקומען צו אים אין שטוב ווי ער האט געפראוועט באטעס און התוועדות'ן.
פון יונגווייז אן האט מען געזען אויפן רבי'ן שליט"א אז 'זה הקטן גדול יהיה', זיין אויסערגעווענליכע התמדה בתורה און זיינע גאלדענע מדות האט יעדעם באוואונדערט. אביו הגדול כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא זצ"ל האט זיך עטליכע מאל אויסגעדרוקט אויף אים: "מיין שיעלע איז קדוש מרחם!"... שוין אלס בחור אין ישיבה האט אים יעדער ארויפגעקוקט און געשעצט, זייענדיג פון די מצטייני הישיבה און א בחור וועלכע האט געלעבט מיט העכערקייט. די חבירים פון ישיבה דערציילן וואו ער איז געזעצן און געהארעוועט לאנגע שעות על התורה, אנדעם וואס ס'זאל אין אינטערסירן די נייעס אדער עפעס אנדערש אויסער תורה. מיט זיין גאלדענע הארץ האט ער אויפגענומען מיט א שמייכל יעדע איינציגסטע בחור אפגעזען וועלכע סארט בחור דאס זאל זיין. בחורים נשברי לב פלעגן טרעפן אן אפענעם אויער ביי יהושע'לע, וואוסענדיג אז ער וועט זיין דער איינציגסטער וואס וועט זיי אויסהערן מיט געדולד און ארויסהעלפן בעצה ובמעש.
נאך געבן איבער די חבירים פון ישיבה, איבער דעם רבינ'ס געוואלדיגע אפגעהיטענקייט און אויסטערלישע 'שמירת עניים' וועלכע איז געווען א מוסטער און לעבעדיגע 'מוסר ספר' פאר יעדן בחור. וואקענדיג אויף די גאסן פון ירושלים איז ער אלעמאל געגאנגען מיט די אויגן אויף אראפ און פרובירט צו פארמיידן זיך צו באנוצן מיט די שטאטישע באסעס. בכלל איז יהושע'לע קיינמאל נישט ארומגעפארן מיט חבירים אויף פארשידענע פארוויילונג-ערטער זיך אויסצולופטערן, נאר איז געזעצן טאג און נאכט אין ביהמ"ד ביי די גמרא. זיין גאנצע מהות און געטליכע געשטאלט איז 'כולו אומר כבוד' בנוסח רוזי'ן מיט א געוואלדיגע ערענסקייט און ישוב הדעת.
אן אויסטערלישע חיבה יתירה האט דער רבי שליט"א גענאסן ביי אביו הגדול כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא זצ"ל וועלכע האט זיך אויסגעדרוקט אויף אים גדולות ונצורות זאגענדיג: "מיין שיעלע איז געבוירן א רבי". ווען דער רבי זצ"ל האט אמאל באזוכט ביי כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א האט זיך דער רבי זצ"ל אויסגעדרוקט: "כלום אב מעיד על בנו. איך טאר נישט רעדן אויף אן אייגן קינד. אבער אזויפיל קען איך זאגן אויף מיין שיעלע, אז ער איז א דיימאנט וואס גלאנצט שענער ווי מיר!"... אין לויף פון די יארן האט דער רבי זצ"ל עטליכע מאל קלארגעשטעלט פאר די מקורבים און נאנטע משפחה אז 'שיעלע איז מיין ממשיך', און האט דאס אויך פארשריבן לדורות אין די איינציגסטע צוואה וואס דער רבי זצ"ל האט געשריבן בחייו, פארלאפענעם ווינטער תש"פ וויילענדיג בארה"ק, וואו ער טוט דייטליך קלארשטעלן אז בלויז זיין זון הרה"צ ר' יהושע שליט"א איז דער איינציגסטער יורש באדמורו"ת בית סאדיגורא.
זה הקטן גדול יהיה יונגע אדמורי"ם בשלשלת בית רוזין
שטייענדיג נאך די מעמד הכתרה פון כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא שליט"א, וועלכע איז בלויז פיהר-און-צוואנציג יאר, צוויי יאר נאך די חתונה, איז אינטערסאנט צו באטאנען איבער די גלאררייכע היסטאריע לבית רוזי'ן, ווען דורכאויס אלע יארן בשלשלת אדמור"י רוזי'ן, האבן די חסידים אויפגענומען די רבי'ס אין א יונגן עלטער:
הרה"ק הסבא קדישא מרוזין זי"ע איז געווארן רבי ביי די זעכצן יאר, הרה"ק ר' דוד משה מטשורטקוב זי"ע ביי די פיהר-און-צוואנציג יאר, הרה"ק מהוסיאטין זי"ע ביי די זיבעצן יאר, הרה"ק האדמו"ר הזקן מסאדיגורא זי"ע ביי די איין-און-דרייסיג יאר, הרה"ק בעל אור ישראל זי"ע ביי די איין-און-דרייסיג יאר, הרה"ק בעל קדושת אהרן זי"ע ביי די דרייסיג יאר, הרה"ק בעל אביר יעקב זי"ע ביי די איין-און-צוואנציג יאר, הרה"ק ר' שלומניו זי"ע ביי די ניינצן יאר, הרה"ק ר' יצחק מרימינוב זי"ע ביי די צוואנציג יאר, הרה"ק בעל כנסת מרדכי מסאדיגורא זי"ע ביי די זעכצן יאר, הרה"ק ר' אברהם מתתיהו משטעפינעשט זי"ע ביי די איין-און-צוואנציג יאר, הרה"ק מבוהוש זי"ע ביי די זיבעצן יאר, הרה"ק ר' מרדכי שלמה מבאיאן זי"ע ביי די זעקס-און-צוואנציג יאר, כ"ק מרן אדמו"ר מבאיאן שליט"א ביי די צוואנציג יאר. אויך כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא שליט"א איז אויפגענומען געווארן אלס רבי ביי די פיהר-און-צוואנציג יאר, להמשיך דרכם בקודש.
"הנני ממנה בזה את בני הרב יצחק יהושע העשיל פרידמאן שליט"א, שיהא לאחר אריכות ימי ושנותי ממלא מקומי, שישב על כסאי, כממשיך האדמורו"ת "אדמו"ר-מסאדיגורה" ויעמוד בראש אנשי שלומינו חסידי רוז'ין-סאדיגורה וינהיג אותם בכל הענינים כפי שהי' אתי-עמי, אליו יבואו במשאלותיהם והוא יעתיר בעדם לטוב להם, ואני בטוח בזכות אבותי ואבות אבותי הק' שתפילותיו תתקבלנה לרצון וברכותיו תפעלנה ישועות, ועצותיו תהיינה בחכמה בבינה ובדעת, כפי שידעתיו שהוא ראוי להיות איש על העדה, לחלות פני כל ולקבל כל אדם בסבר פנים יפות, עפ"י הדרך שהי' מקובל בבית אבותי ואבות אבותי הק' ובטוחני בעז"ה שימצא חן בעיני אלקים ואדם".
בסעיף ו' באותה צוואה כותב אביו דברים חדים ביותר על כך שאין לאף אחד זכות לערער על צוואתו זו: "אני מבקש בכל לשון לבל יהין מאן דהו לערער על צוואתי זו, ואבקש מכל אנ"ש וכן מבני, חתני וכל הנלוים עליהן ויוצ"ח שיחיו, להיות עם בני הרב יצחק יהושע העשיל פרידמאן שליט"א, לדבוק בו כמו שדבקו באבותי הק' ובי, לסייע בידו ולתמוך בו בכל העניינים למען תמשך השלשלת כפי שהי' מאז, ואכיר טובה לכם על כך כל הימים"
קען זיין אז וויבאלד אין ריזון איז געװען דער מנהג אז די אדמור פירט זיך אזוי עניותדיג האט ער דוקא געזיכט די איידעלערע סארט און דערפאר האט ער אויסגעוועהלט ר' יהושע העשיל
מפיל קינד האט געשריבן:יא, דאס איז אמת אז די קינדער פון ר' אלתר פירן היינט די וועלט, פון די איבריגע ווייסט מען קוים.
[tag]מיינונגזאגער[/tag] וועלכע יאר זענען זיי געקומען נאך געלט? אפשר איז יענץ געווען נאך פאר ר' אלתר האט זיך דערקלערט רבי? ווייל פון ווען ער האט זיך דערקלערט רבי האבן זיי כמעט נישט געהאט קיין שייכות. כן שמעתי ברור מחסידי לעלוב.
לכאורה איז עס געווען מט׳ אדער נ׳ . איך ווייס נישט ווען ר׳ אלתר האט זיך דערקלערט לעלובער רבי ער האט זייער אסאך פארברענגט אין ב״פ אין זיין ביהמ״ד אויף די 50גער גאס.
ר׳ אהרן בידרמן פום ב״ש א זוהן פון ר׳ שמעון הצדיק זי״ע איז בכלל נישט אוועק צו מאכן. נישט ווי הר״ר מיילעך וואס דארף אראפ לייגען א שפיל, און טאנצען און שפרינגען ווי א מאלפע אין די זו צו האבן באזיכער. ר׳ נחמן א גוטער זאגער נישט קשה. הרה״צ דודל שליט״א א סובל יסורים כל ימיו אויסגעארבעט זיין גוף לעבודת בורא. אבער הכל תלוי במזל אפי׳ ספר תורה שבהיכל.
Sent from my iPhone using Tapatalk
1. ר' אלתר האט זיך דערקלערט רבי עטליכע יאר נאך זיינע צוויי עלטערע ברידער. ר' אברה'מעלע, דער עלטסטער זון פון ר' משה מרדכי, איז אויפגענומען געווארן אלס לעלובער רבי. ר' שמעו'לע, דער צווייטער זון, איז אויפגענומען געווארן אלס לעלוב-קארלינער רבי. ר' אלתר האט געהאט אסאך חסידים אין אמעריקע, און איינמאל זייענדיג אין אמעריקע האבן זיי אים געקרוינט אלס רבי און ער איז צוריקגעקומען קיין ארץ ישראל אלס רבי.
2. ר' אהרן בידרמן פלעגט וואוינען אין בארא פארק וואו ער איז געווען א מגיד שיעור אין סאטמאר. א וואוילער איד געווען, גארנישט מער. קיין איינער האט קיין איינמאל נישט געהערט קיין ברעקל גדלות פון דעם מענטש איידער זיין איבערנעמען רבי'סטעווע. ער האט געהאט מער מזל אז זיין ברודער אין ב"ב איז נישט געווען אהוד ביי די חסידים, און דערפאר האט אים יעדער אויפגענומען אלס רבי (ענליך צו דעם האט מען געזען ביי אנדערע רבי'ס. זיין פאטער זעלבסט איז אויך געקומען איבערנעמען רבי'סטעווע פון אמעריקע, וואו ער האט פריער געוואוינט. דער היינטיגער תולדות אהרן'ער איז אויך געקומען פון אמעריקע, ועוד).
3. ר' מיילעך בידרמן איז אן עובד ה' מנעוריו, און זיין טאנצן אויפן טיש איז טשיקאוו אבער אזוי לעבט ער אויף אן עולם. ער איז נישט קיין רבי און זוכט נישט קיין רבי'סטעווע און מאכט שטענדיג אוועק די וואס ווילן אים קליידן בגינוני אדמורו"ת. דיין איבעריגע שפראך אויף אים איז נישט נאר מיאוס און איגנאראנט, נאר עס צייגט אויך אויף דיין מאס שכל. במחילה.
4. ר' נחמן איז געווען דער משפיע אין לעלוב נאך בחיי אביו. ער האט געצויגן א פרעמדע עולם נאך בחיי אביו. ער האט אסאך מעריצים איבערן וועלט, ער איז א געוואלדיגער עובד און ער ענדלט אסאך בהתנהגותו אין ר' משה מרדכי, הגם אלץ גייט מיט אן אצילות. ער איז גראדע נישט דער גרעסטער זאגער צווישן זיינע ברידער. סיי ר' מיילעך און סיי ר' חיים יוסל זענען סאך גרעסערע מגידים.
5. ר' דוד'ל איז טאקע אן עובד ה' בסילודין ומדוכא ביסורים, כדבריך.
קודם לאמיר אנהייבן מיט דיין פערזענליכער אטאקע איבער מעלת כבודי שאינן מן העניין בכלל. עס קען געזאגט ווערן אויף אן אויפן ווי די ״די פרעכער שפראך פעהלט בכלל נישט אויס, און ביטע שרייבט מער איינגעהאלטן אויף אן ערליכער איד״ עס ווייזט גארנישט אויף מיין יא אדער נישט שכל. די קענסט זאגען אז עס ווייזט אויף מיין פערסאנא און איך וואלט מעריץ גווען דעם פסק און עס איינגשלינגען.
והנה איך זעה אז די האסט עטוואס באקאנטשאפט אין די לעלובער דינאסטיע אבער נאך אלץ איז דיין אינפארמאציע נישט קאמפלעט. לאמיר דיך אנפילן די בלענקס.
ר׳ שמעו׳לע (גערופן אזוי בלשון חיבה) האט זיך געצויגן קיין אמעריקא (קראון הייטס, און דערנאך ב״פ) אין די שפעטע ל׳ יארן נאכן נישט האבן קיין לחם לאכול דארט אין ארץ הקודש, און ווי אויך איז ער געווען א שווערער קאמפיטעשאן צו זיין עלטערע ברידער ר׳ אברהם׳לע (אויך לשון חיבה)
ר׳ שמעו׳לע איז גיזעסען על התורה והעבודה יומם ולילה, ממש לא פסיק פימיה. זיין הייליגער פאטער רמ״מ ז״ל האט נישט זיך גיוואלט דרייען אין די געגענטווארט ווי מיין שמעון לערנט כדי עם נישט צו שטערן. די חסידים פון רמ״מ ז״ל האבן דאס אנגעמערקט האבן זיי צוביסלאך צוגעשארט צו עים בחיי אביו. וואס דאס האט שטארק מצער געווען ר׳ אברהם׳לע (וואס איז נישט געווען אוועק צו מאכן) דער פאטער האט דאס צוגעזעהן האט ער מייעץ געווען ר׳ שמעון זיין זוהן צו פארן קיין אמעריק און די אמעריקאנער אידן וועלן זיך אויף עים אומקוקען אןן מחשיב זיין, אזוי וועט ער האבן פרנסה בדרך כבוד און אויך נישט זיין א שטער פאר די עלטערער ברידער.
קומענדיג קיין אמעריקא האט די עם-ריקא נישט אנערקענט אדער געוויסט וואספארא לייב דער ר׳ שמעון איז, ער האט זיך ווייטער געפערליך געמוטשעט אויףפרנסה צו שטען לחם ךפי הטף וואס יר האט נאך דאן גיהאט אין שטוב.
אבער ר׳ שמעון איז זיך נישט מתרעם, און גייט ווייטער אן מיט די עבודת הקודש זיינער. תשמ״ז כ״ד טבת איז נצחו עראלים פון די לעלובער חסידים. אלע כאיש אחד האבן געשריגען ר׳ שמעון ימלוך עלינו שוין ביי די לויה. טא מעיק עי לאנג סטארי שארט, נאכן זיך איינבעטן פון די פני החסידים פון ר׳ זלמן בריזל ז״ל ר׳ אברהם שוורץ ז״ל און נאך. האט ר׳ שמעון זצ״ל אןנטער די דרוק איבער גענומען דאס שרביט הזהב.
מאוו פארווערד 35 יאר און די היסטאריע ריפיטס
אן עקסטערע תגובה פארוואס די חסידים האבן געהייערט ר׳ אהרן די מגי״ש פון סאטמאר. המשך יבוא
מיט יעדן פארבייגייענדן טאג איז קלארער געווארן, אז דער רבי זצ"ל האט אפגעשריבן א זייער דאטעלירטע צוואה וואו ער טוט קלארשטעלן מיט א זיכערקייט אז אין 'סאדיגורא' וועט בלויז זיין 'איין' ממלא מקום וועלכע וועט אנפירן די קהלה אין בני ברק, אין צוגאב וואס אלע מוסדות התורה והחינוך און בתי מדרשים פון קהלות סאדיגורא די בכל רחבי תבל, וועלן שטיין אונטער די אויסשליסליכע בעלות און נשיאות פון בנו חביבו וממלא מקומו כ"ק מרן אדמו"ר מסאדיגורא שליט"א.
צוריקקומענדיג פונעם ציון הק' האבן צענדליגע חסידים אפגעווארט דעם נייעם רבי'ן שליט"א פארנט פון ביהמ"ד הגדול אין בני ברק און האבן אים אנטפאנגען בשירה ובזמרה, זינגענדיג די ניגון 'אור זרוע לצדיק'. דערביי האט איינע פון די זקני החסידים אויסגערופן: "למען יאריך ימים על ממלכתו" און דער ציבור האבן אפגעענטפערט מיט א הילכיגן 'אמן'. דער רבי שליט"א מיט זיין באקאנטע ענוות חן, האט געוויזן מיט די הענט אז מ'זאל אויפהערן זינגען און די גבאים האבן זיכער געמאכט אויסצופירן דעם רבינ'ס רצון און האבן שטיל געמאכט די פארזאמעלטע וועלכע האבן אריינבאגלייט דעם רבי'ן בביתו נאוה קודש. אנקומענדיג אין שטוב זענען די זקני החסידים צוגעגאנגען און איבערגעגעבן קוויטלעך און געוואונטשן שיתחדש המלוכה שלו עוד ינובון בשיבה דשנים ורעננים. אין די נאנטע טעג וועט זיך דער נייע רבי שליט"א אריבערציען קיין בני ברק און אנפירן דאס חסידות על מי מנוחות. למען יאריך ימים על ממלכתו, ימים על ימי מלך תוסיף שנות דור ודור.
איז נישט די חסידות הויפט קווארטיר אויף שמואל הנביא אין ירושלים?