די עירוב שערורי' אין ברוקלין

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
פארשפארט
באניצער אוואטאר
אךשמח
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 362
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 24, 2012 5:34 pm
האט שוין געלייקט: 48 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 206 מאל

די עירוב שערורי' אין ברוקלין

שליחה דורך אךשמח »

די פרשה פונעם עירוב אין ברוקלין איז שוין א גאר אלטע און אויסגעדראשענע, אבער זעענדיג אז די מתנגדי העירוב לאזן עס נישט פארגעסן האב איך געקלערט אז אויך דא אין שטיבל איז ווערד אז מען זאל דאס אביסעלע צונעמען, ווייל נאך אלעם איז דאס א היסטארישע געשעעניש וואס א חלק פונעם ערליכן אידנטום האבן געוואלט אויסרייסן א שטיק פונעם שלחן ערוך אלעס כדי די אייגענע פארטיי זאל בלייבן מושל אינעם שטאט.

די יערליכע אסיפה איז געמאכט צו מחזק זיין די מאדנע און אומדערהערטער מנהג פון נאכשרייען אידן וואס זייער מורה הוראה האט זיי קלאר מתיר געווען דאס טראגן מיטן עירוב. עס איז בעיקר געצילט אויפצוהעצן די יוגנטליכע צו פארשעמען און דערנידערן די וואס ווילן זיך באנוצן מיט אן עירוב וואס חכמינו ז"ל האבן מתקן געווען.

עס מוז קלאר געזאגט ווערן אז עס זענען טאקע געווען געוויסע גדולי רבנים וואס האבן געהאט פארשידענע חששות איבער טראגן מיט אן עירוב אין די גרויסע שטעט, אבער נישט דאס איז דער מדובר דא, און קיינמאל איז נאכנישט געווען אז מען זאל אזוי נאכשרייען און מבזה זיין רבנים וואס ערשט נישט לאנג צוריק זענען זיי געווען פאררעכנט אלס די גרעסטע פוסקים אין שטאט, און איבערנאכט זענען זיי איבערגעדרייט געווארן אלס שפלים ונבזים און פון די נידריגסטע אידן וואס זוכן צו פארדרייען די תורה.

דער מצב כהיום איז אז די מערכה איז היבש שטיל געווארן און מען הערט שוין אויך פיל ווינציגער די געשרייען אין שטאט, און טאקע דאס איז די סיבה פונעם יערליכן אסיפה שלא לש"ש מחזק זיין און דערמאנען די יוגנטליכע אז מען דארף ארויסגיין און ווילדעווען אין די גאסן ווי אין הארלעם.
קרעקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1108
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 9:54 am
האט שוין געלייקט: 110 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 470 מאל

Re: די עירוב שערורי' אין ברוקלין

שליחה דורך קרעקער »

בלי ליכנס לגוף ההלכה
צי זאגען אז פרויען זענען מילעך קעסטלעך נאכדערצי א רב זאלעס זאגען ברבים
איז אזוי נידריג אין מישחתדיג
"וואויל איז צו די אויגען וואס האבען געזעהן אויגן וואס האבען געזעהן קאווע שטיבל..." (רביה"ק פר' נשא ת"ש-כ"ח)
gehlungen
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 681
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 03, 2012 8:05 am
האט שוין געלייקט: 154 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 51 מאל

Re: די עירוב שערורי' אין ברוקלין

שליחה דורך gehlungen »

The whole thing is because r" aron said YAY. Reb Z.L. Said. NAY. But the bottom line is evrybody knows its a kosher eiruv cause it has a SUPER great hechsher
איש חסיד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 36
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 07, 2012 1:08 pm
האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל

Re: די עירוב שערורי' אין ברוקלין

שליחה דורך איש חסיד »

נישט דא ווער ס'זאל לאכען... פאר מ'גייט אריין אין דיסקאשענס, עס איז שוין 9 יאר אדורך פונעם דערקלערונג פונעם וומ"ס עירוב, און ס'איז נאך אלץ נישט ארויסגעקומען איינער ברבים און צייגן פאר תושבי וויליאמסבורג: אט דא און דא געפינט זיך דער עירוב!...

איז פארהאן א גרעסערע ליצנות פוון דעם וואס עטליכע יחידים בקצה המחנה האבן געמאכט מיט רבנים און מיט סתם תושבי העיר?! א וואונדער אז די מערכה קעגן דעם עירוב גייט נאך אהן??
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3158
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
האט שוין געלייקט: 2648 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל

Re: די עירוב שערורי' אין ברוקלין

שליחה דורך ידען »

חסיד

שנעל פארבינד דיך מיט מיר אין אישי און איך וועל די ווייזן וועלעכע קארנער און גאס די עירוב איז כדי זאלסט קענען אויסרייסן דעם עירוב און מקים זיין ובערת הרע מקרבך.
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

Re: די עירוב שערורי' אין ברוקלין

שליחה דורך יידל »

איש חסיד האט געשריבן:נישט דא ווער ס'זאל לאכען... פאר מ'גייט אריין אין דיסקאשענס, עס איז שוין 9 יאר אדורך פונעם דערקלערונג פונעם וומ"ס עירוב, און ס'איז נאך אלץ נישט ארויסגעקומען איינער ברבים און צייגן פאר תושבי וויליאמסבורג: אט דא און דא געפינט זיך דער עירוב!...

איז פארהאן א גרעסערע ליצנות פוון דעם וואס עטליכע יחידים בקצה המחנה האבן געמאכט מיט רבנים און מיט סתם תושבי העיר?! א וואונדער אז די מערכה קעגן דעם עירוב גייט נאך אהן??

לאמיך דיך פרעגן: וויפיל שעה געסטו פארן שטריק, פון דעם מינוט וואס מען איז מפרסם ברבים ביז עס ווערט אראפגעריסן? איך גיב נישט קיין גאנצע שעה דערפאר.

אבער אז דו פרעגסט, לאמיר דיך צייגן: די ים + די תל המתלקט + די גדרים לענגאויס די האדסאן ריווער. דער גרויסער שיינער צורות הפתח אויף וואס די באנען פארען, דמתקריא "טרעינס", לענגאויס בראדוועי. בלייבט נאר איבער די גאסן פונעם ריווער ביזן טרעינס. ווי שווער איז שוין צו מאכן שטריקן 10 שטאק הויעך אריבער די גאס, און א קליינעם צען טפחיםדיגער לחי פון אינטען?

לאמיך דיך פארציילן א מעשה שהיה. די "עטליכע יחידים בקצה המחנה" זענען ארויפגעגאנגען צו איינער פון די רבנים וועלכע איז פון די גרעסטע מתנגדים צום עירוב (איך ווייס זיין נאמען אבער מחמת כבודו וויל איך עס נישט ארויסשרייבן דא. אגב, קענסטו מיר מסביר זיין וואס באדייט "יחידים בקצה המחנה"? יחידים - מילא. בקצה המחנה? פארוואס זענען קלויזענבורג און באיאן מער בקצה המחנה ווי שאפראן אדער איבראן?). הכלל, זאגט זיי דער רב "אן עירוב וואס קיינער ווייסט נישט ווי עס איז? הישמע כזאת בישראל?". זאגט אים איינע פון די עירוב חברה: "איך בין גרייט צו ווייזן פארן רב דעם גאנצן עירוב, בתנאי אז דער רב געט ארויס א בריוו אז דער עירוב איז כשר". זאגט אים דער רב "בשום אין אופן, מתיר זיין וועל איך עס קיינמאל נישט". עד כאן המעשה. איך מיין אז קאמענטארן זענען איבעריג.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
איש חסיד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 36
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 07, 2012 1:08 pm
האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל

Re: די עירוב שערורי' אין ברוקלין

שליחה דורך איש חסיד »

איך פארבינד זיך נישט מיט קיינעם אין אישי, און איך בין נישט אינטערעסירט צו רייסן און נישט אויפצוהענגן קיין עירוב בענדלעך.
מיט אלע תירוצים אינאיינעם, א מכלומר'שטע (לייען: אומזעהבאר) באהאלטענע עירוב איז א פורים עירוב! פינטעל.
איש חסיד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 36
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 07, 2012 1:08 pm
האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל

Re: די עירוב שערורי' אין ברוקלין

שליחה דורך איש חסיד »

יחידים בקצי המחנה איז גאר א שיינע טיטול אויף א גרופע פון עטליכע מחוצפים נישט קיין חילוק פון וועלעכע קרייז זיי געהערן וואס האבן זיך פארמאסטן בריש גלי אנקעגן רוב רבני העיר! אוודאי דארף די מערכה אנגיין אין פולען טעמפאו!

היות ס'איז ערב יו"ט וועל איך מקצר זיין, ועוד חזון למועד, כ'וועל מסיים זיין מיט די ווערטער פון מרן הגה"ק האדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א: די עסקנים וואס האבן געמאכט דעם עירוב וועלן נאך חרטה האבן!
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

Re: די עירוב שערורי' אין ברוקלין

שליחה דורך יידל »

איש חסיד האט געשריבן:יחידים בקצי המחנה איז גאר א שיינע טיטול אויף א גרופע פון עטליכע מחוצפים נישט קיין חילוק פון וועלעכע קרייז זיי געהערן וואס האבן זיך פארמאסטן בריש גלי אנקעגן רוב רבני העיר! אוודאי דארף די מערכה אנגיין אין פולען טעמפאו!

היות ס'איז ערב יו"ט וועל איך מקצר זיין, ועוד חזון למועד, כ'וועל מסיים זיין מיט די ווערטער פון מרן הגה"ק האדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א: די עסקנים וואס האבן געמאכט דעם עירוב וועלן נאך חרטה האבן!

איך הייב אן טראכטען אז דו טרייבסט סתם קאטאוועס פונעם עולם.

רוב רבני העיר - קודם זאג מיר ווער הייסט ביי דיר א "רב" און דערנאך וועלן מיר דן זיין אויף וועלכע זייט ס'דא רוב. לאמיר דיר נאר זאגן אז צווישן די דייני העיר (וואס קענען הלכות עירובין פארשטייט זיך, נישט די וואס קענען נאר קוקן מראות) איז עס בערך חצי חצי (וואס איז א שטארקע חידוש בעיר שרובו סאטמאר).
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
איש חסיד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 36
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 07, 2012 1:08 pm
האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל

Re: די עירוב שערורי' אין ברוקלין

שליחה דורך איש חסיד »

פארוואס זאגסטו נאר האלב? זאג שוין פאר די פרייז 'אלע'...

כ'בין מסופק פון וועם דו טרייבסט שפייז פון דיר אדער פון מיר?!
איש חסיד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 36
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 07, 2012 1:08 pm
האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל

Re: די עירוב שערורי' אין ברוקלין

שליחה דורך איש חסיד »

דער סך הכל פון דיין קינדערישע חשבון האלב אויף האלב(...) איז אזוי:

זה לעומת זה:

א קול קורא פון העכער 60 רבנים ואדמורי"ם שליט"א מנהיגי הקהילות פונעם עיר ואם בישראל וויליאמסבורג איבערן איסור צו מאכן אן עירוב אין שטאט!

א פסק הלכה פון העכער 30 גדולי התורה ופוסקי דורינו שליט"א אז דער עירוב האט נישט קיין 'שום' האפט אינעם הלכה'דיגן שטאנדפונקט!

מצד שכנגד:

א צוריק געצויגענע בריוו פון אדווארי רב זצ"ל (נאך א פאליטישע קאנפליקט מיט א אייניקעל-וואס האט געוויזן למפרע ווער עס האט געגעבן דעם א.ג. היתר דער זיידע אדער דער אייניקעל, וד"ל.)

א האט-ליין וואס זאגט קלאר אז ס'איז כשר...(אויב ס'גייט נאך בכלל אן)- האלט מיר שוין ביי האלב וומ"ס.... אנטשולדיגט: דריי און א פערטל..

איין מינוט!!! איידער איך פארגעס:
די יערליכע בילדער וואס ווערן יערליך פארשפרייט פון א מעמד זיכוי הפת (לאכטס נישט...) אמאל איז עס געווען מיט די ""פערזענליכע אנוועזנהייט"" (און פארשטייט זיך מיטן פסק הלכה...) פון אב"ד אדווארי ז"ל און היינט איז עס בנוכחת רבי פישעלע שליט"א (האלט מיר שוין ביי 'אלע רבנים פון שטאט...) ווי דארט באטייליגן זיך נאך גדולי פוסקי דורינו, ווי מ'זעהט אויף די בילדער ווי הוד מרן 'זאבליטוב'ער רבי' מיט 'הרב ווייסהויז' טאנצען האנט ביי האנט נאכן מזכה זיין דעם פת בשם 'גאנץ וומ"ס'..!!

נו? האלט מיר שוין ביי 150% דיינים פון וויליאמסבורג זאגן להיתר! נו, ווי וואג איך מיך צו שרייבן 'יחידים בקצה המחנה'????
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

Re: די עירוב שערורי' אין ברוקלין

שליחה דורך געפילטע פיש »

זעמער שוין דעם "חסיד" אבער פון ווי נעמט ער דעם "איש"?

במקום שאין איש השתדל להיות פיש...
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3158
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
האט שוין געלייקט: 2648 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל

Re: די עירוב שערורי' אין ברוקלין

שליחה דורך ידען »

איש חסיד

איך בין נישט קלאר מיטן עירוב, און ווייל איך בין אין א פלאץ וואס איז זיך נוהג נישט צו טראגן פיר איך זיך אזוי.

אבער אז די עיקר טענה איז אז מע וויל נישט אויסזאגן ווי די עירוב איז, דעמאלטס מיין איך אז די גאנצע קעגענשאפט צום עירוב הענגט אויף א דינען אומזעהבארן שטריק...

ביסט דאך קליגער ווי דעם. מיינסט טאקע איין מינוט אז דער עירוב בענדלעך וואלט געווען א טאג גאנץ אויב מע זאגט אויס ווי סע ליגט?

בבד״וו וואס אי ז געווען די מעשה מיטן אודווארי רב זצל טאקע? איך געדענק אז ער איז געווען פון די שטערקסטע פארן עירוב.
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
איש חסיד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 36
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 07, 2012 1:08 pm
האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל

Re: די עירוב שערורי' אין ברוקלין

שליחה דורך איש חסיד »

געפילטע פיש, האסט א תירוץ? נו רעדט!

סתם רעדן שלא כעניין, טענה בחטין והודה לו בשעורין איז נישט אינטערעסאנט.

אגב אז דו רעדסט פון די נעמען וויל איך דיר טאקע זאגן, אז איך ברעך שוין פון 'געפילטע פיש'... נאכן עסן אזויפיל דעם יו"ט...!

א לוסטיגן יו"ט.
איש חסיד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 36
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 07, 2012 1:08 pm
האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל

Re: די עירוב שערורי' אין ברוקלין

שליחה דורך איש חסיד »

ידען האט געשריבן:איש חסיד

איך בין נישט קלאר מיטן עירוב, און ווייל איך בין אין א פלאץ וואס איז זיך נוהג נישט צו טראגן פיר איך זיך אזוי.

אבער אז די עיקר טענה איז אז מע וויל נישט אויסזאגן ווי די עירוב איז, דעמאלטס מיין איך אז די גאנצע קעגענשאפט צום עירוב הענגט אויף א דינען אומזעהבארן שטריק...

ביסט דאך קליגער ווי דעם. מיינסט טאקע איין מינוט אז דער עירוב בענדלעך וואלט געווען א טאג גאנץ אויב מע זאגט אויס ווי סע ליגט?

בבד״וו וואס אי ז געווען די מעשה מיטן אודווארי רב זצל טאקע? איך געדענק אז ער איז געווען פון די שטערקסטע פארן עירוב.



אנטשולדיגט, איך ווייס נישט וואס מ'האט פארקויפט אין ענקער לאגע, אבער די צד האוסרים האבן אסאך אנדערע און שטערקערע טענות בהלכה פון רואה ואינו נראה עירוב!

קענסט דיך מאכן אויפגעקלערט אבער נישט פאנאטיש! זיי רעאליסטיש!
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

Re: די עירוב שערורי' אין ברוקלין

שליחה דורך יידל »

איש חסיד האט געשריבן:דער סך הכל פון דיין קינדערישע חשבון האלב אויף האלב(...) איז אזוי:

זה לעומת זה:

א קול קורא פון העכער 60 רבנים ואדמורי"ם שליט"א מנהיגי הקהילות פונעם עיר ואם בישראל וויליאמסבורג איבערן איסור צו מאכן אן עירוב אין שטאט!

א פסק הלכה פון העכער 30 גדולי התורה ופוסקי דורינו שליט"א אז דער עירוב האט נישט קיין 'שום' האפט אינעם הלכה'דיגן שטאנדפונקט!

מצד שכנגד:

א צוריק געצויגענע בריוו פון אדווארי רב זצ"ל (נאך א פאליטישע קאנפליקט מיט א אייניקעל-וואס האט געוויזן למפרע ווער עס האט געגעבן דעם א.ג. היתר דער זיידע אדער דער אייניקעל, וד"ל.)

א האט-ליין וואס זאגט קלאר אז ס'איז כשר...(אויב ס'גייט נאך בכלל אן)- האלט מיר שוין ביי האלב וומ"ס.... אנטשולדיגט: דריי און א פערטל..

איין מינוט!!! איידער איך פארגעס:
די יערליכע בילדער וואס ווערן יערליך פארשפרייט פון א מעמד זיכוי הפת (לאכטס נישט...) אמאל איז עס געווען מיט די ""פערזענליכע אנוועזנהייט"" (און פארשטייט זיך מיטן פסק הלכה...) פון אב"ד אדווארי ז"ל און היינט איז עס בנוכחת רבי פישעלע זשליט"א (האלט מיר שוין ביי 'אלע רבנים פון שטאט...) ווי דארט באטייליגן זיך נאך גדולי פוסקי דורינו, ווי מ'זעהט אויף די בילדער ווי הוד מרן 'זאבליטוב'ער רבי' מיט 'הרב ווייסהויז' טאנצען האנט ביי האנט נאכן מזכה זיין דעם פת בשם 'גאנץ וומ"ס'..!!

נו? האלט מיר שוין ביי 150% דיינים פון וויליאמסבורג זאגן להיתר! נו, ווי וואג איך מיך צו שרייבן 'יחידים בקצה המחנה'????


איש חסיד, טרייבן ליצנות דארף מען קענען. איר - במחילת כבודכם - קענט נישט די מלאכה. אייערע האלב אויסגעקאכטע וויצן קלעבן ווי ארבעס צום וואנט. גייט צוריק זיצן אביסל אין בית קויפמאן און קומט צוריק מיט בעסערע סחורה.

צום ענין: איר האט מיר אפשר פארענטפערט פארוואס זיי זענען "יחידים" (וואס ווי ערווענט איז די טערמין אויך אונטער פראגע צייכן, ווייל נישט יענער איינער וועלכע האט געהאט א זיידן א שוחט אין עפעס א שטעטל איז נחשב כמאן דאמר) אבער בקצה המחנה האט איר בכלל נישט פארענטפערט. ביטע פרובירט נאכאמאל. און דאסמאל פרובירט צו מינימיזירן אייער הומאריסטישע שטריך.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
פינטאו
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 83
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:44 pm
האט שוין געלייקט: 51 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 16 מאל

שליחה דורך פינטאו »

א נאנטער קרוב מיינער האט אמאל געארבעט ביי אודווארי רב זצ"ל אין שטוב. ער האט אויסגעניצט די געלעגנהייט און אנגעפרעגט דעם רב איבער'ן עירוב. דער רב האט אים געזאגט בזה הלשון: "קענסט טראגן, איך נעם די עבירה אויף מיר."

(איך טראג נישט מיט דעם עירוב.)
איש חסיד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 36
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 07, 2012 1:08 pm
האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל

Re: די עירוב שערורי' אין ברוקלין

שליחה דורך איש חסיד »

יידל האט געשריבן:
איש חסיד האט געשריבן:דער סך הכל פון דיין קינדערישע חשבון האלב אויף האלב(...) איז אזוי:

זה לעומת זה:

א קול קורא פון העכער 60 רבנים ואדמורי"ם שליט"א מנהיגי הקהילות פונעם עיר ואם בישראל וויליאמסבורג איבערן איסור צו מאכן אן עירוב אין שטאט!

א פסק הלכה פון העכער 30 גדולי התורה ופוסקי דורינו שליט"א אז דער עירוב האט נישט קיין 'שום' האפט אינעם הלכה'דיגן שטאנדפונקט!

מצד שכנגד:

א צוריק געצויגענע בריוו פון אדווארי רב זצ"ל (נאך א פאליטישע קאנפליקט מיט א אייניקעל-וואס האט געוויזן למפרע ווער עס האט געגעבן דעם א.ג. היתר דער זיידע אדער דער אייניקעל, וד"ל.)

א האט-ליין וואס זאגט קלאר אז ס'איז כשר...(אויב ס'גייט נאך בכלל אן)- האלט מיר שוין ביי האלב וומ"ס.... אנטשולדיגט: דריי און א פערטל..

איין מינוט!!! איידער איך פארגעס:
די יערליכע בילדער וואס ווערן יערליך פארשפרייט פון א מעמד זיכוי הפת (לאכטס נישט...) אמאל איז עס געווען מיט די ""פערזענליכע אנוועזנהייט"" (און פארשטייט זיך מיטן פסק הלכה...) פון אב"ד אדווארי ז"ל און היינט איז עס בנוכחת רבי פישעלע זשליט"א (האלט מיר שוין ביי 'אלע רבנים פון שטאט...) ווי דארט באטייליגן זיך נאך גדולי פוסקי דורינו, ווי מ'זעהט אויף די בילדער ווי הוד מרן 'זאבליטוב'ער רבי' מיט 'הרב ווייסהויז' טאנצען האנט ביי האנט נאכן מזכה זיין דעם פת בשם 'גאנץ וומ"ס'..!!

נו? האלט מיר שוין ביי 150% דיינים פון וויליאמסבורג זאגן להיתר! נו, ווי וואג איך מיך צו שרייבן 'יחידים בקצה המחנה'????


איש חסיד, טרייבן ליצנות דארף מען קענען. איר - במחילת כבודכם - קענט נישט די מלאכה. אייערע האלב אויסגעקאכטע וויצן קלעבן ווי ארבעס צום וואנט. גייט צוריק זיצן אביסל אין בית קויפמאן און קומט צוריק מיט בעסערע סחורה.

צום ענין: איר האט מיר אפשר פארענטפערט פארוואס זיי זענען "יחידים" (וואס ווי ערווענט איז די טערמין אויך אונטער פראגע צייכן, ווייל נישט יענער איינער וועלכע האט געהאט א זיידן א שוחט אין עפעס א שטעטל איז נחשב כמאן דאמר) אבער בקצה המחנה האט איר בכלל נישט פארענטפערט. ביטע פרובירט נאכאמאל. און דאסמאל פרובירט צו מינימיזירן אייער הומאריסטישע שטריך.


האסט גוט צוגעטראפען מיין ספעשעלטי איז נישט ליצנות און איך צייכן מיך נישט אויס אין טרייבן שפייס.

יעצט צום ענין:
יחידים זענען ענק = ווי שוין אויבן דערמאנט, ווייל רוב רובם רבנים ודיינים ופוסקי העיר ווילימסבורג האבן זיך ארויס געשטעלט לאיסור.

בקצה המחנה זענען ענק = פשוטו כמשמעו! בשנת תשס"ג איז ארויס געקומען א לעדער-העד 'ועד העירוב דוומ"ס' און דארט איז געווען א לאנגע ליסטע פון נעמען פון 'די אפפאל' פון יעדע קהלה פון וומ"ס = דאס מיינט ביי מיר 'יחידים בקצה המחנה'! פארשטאנען?! (אגב די ליסט האט אנגעהאלטן פון תענית אסתר ביז פורים... אבער ס'האט געגעבן א גוטע בליק צו וויסן מי ומי ההולכים!)

און צום שלוס:
איך ווייס נישט וואס דו מיינסט מיט די בית קויפמאן (קען זיין מ'האט דיך ארויס געווארפען פון דארט אמאל?!) ווארשיינליך קוקט עס מיר מער אויס ווי א געשאסענע סטעיטמענט שלא כענין ווען מ'האט נישט וואס צו ענפערען.
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

Re: די עירוב שערורי' אין ברוקלין

שליחה דורך געפילטע פיש »

איש חסיד האט געשריבן:געפילטע פיש, האסט א תירוץ? נו רעדט!

סתם רעדן שלא כעניין, טענה בחטין והודה לו בשעורין איז נישט אינטערעסאנט.

אגב אז דו רעדסט פון די נעמען וויל איך דיר טאקע זאגן, אז איך ברעך שוין פון 'געפילטע פיש'... נאכן עסן אזויפיל דעם יו"ט...!

א לוסטיגן יו"ט.

אויב שוין רעדן צום זאך וואלסטו געדארפט זאגן טענו בחיטים, לענינינו, כ'האלט נישט אז איינער וואס רופט אן א רב וואס האט געהייסן פוסק הדור אין וויליאמסבורג "יחידים שבקצה המחנה" נאר ווייל ער האלט אנדערש ווי דיר איז נישט ווערט דאס ענפער, ווייל וואס איך וועל נאר ענטפערן וועסטו אוועקמאכן אלס דיעות כוזבות, ווייל אזוי האט מען דיר מחנך געווען אין חדר, ביי די קרייז וואס פלעגט ליידער האבן די מאנאפאלי אין וויליאמסבורג.
איש חסיד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 36
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 07, 2012 1:08 pm
האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל

Re:

שליחה דורך איש חסיד »

פינטאו האט געשריבן:א נאנטער קרוב מיינער האט אמאל געארבעט ביי אודווארי רב זצ"ל אין שטוב. ער האט אויסגעניצט די געלעגנהייט און אנגעפרעגט דעם רב איבער'ן עירוב. דער רב האט אים געזאגט בזה הלשון: "קענסט טראגן, איך נעם די עבירה אויף מיר."

(איך טראג נישט מיט דעם עירוב.)


יפה דברת ובעתו דברת!
דו ווייסט נישט ווי גוט דו זאגסט... "נעם די ""עבירה"" אויף מיר!
נעבעך גענומען א רב לעת זקנתו און געמאכט פון אים ללעג ולקלס, הן ביים ארויף לייגן די הכשר און הן ביים אראפ נעמען!
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

Re: Re:

שליחה דורך געפילטע פיש »

איש חסיד האט געשריבן:
פינטאו האט געשריבן:א נאנטער קרוב מיינער האט אמאל געארבעט ביי אודווארי רב זצ"ל אין שטוב. ער האט אויסגעניצט די געלעגנהייט און אנגעפרעגט דעם רב איבער'ן עירוב. דער רב האט אים געזאגט בזה הלשון: "קענסט טראגן, איך נעם די עבירה אויף מיר."

(איך טראג נישט מיט דעם עירוב.)


יפה דברת ובעתו דברת!
דו ווייסט נישט ווי גוט דו זאגסט... "נעם די ""עבירה"" אויף מיר!
נעבעך גענומען א רב לעת זקנתו און געמאכט פון אים ללעג ולקלס, הן ביים ארויף לייגן די הכשר און הן ביים אראפ נעמען!

זה הדבר אשר דיברתי...
ווייל וואס איך וועל נאר ענטפערן וועסטו אוועקמאכן
איש חסיד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 36
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 07, 2012 1:08 pm
האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל

Re: די עירוב שערורי' אין ברוקלין

שליחה דורך איש חסיד »

געפילטע פיש האט געשריבן:
איש חסיד האט געשריבן:געפילטע פיש, האסט א תירוץ? נו רעדט!

סתם רעדן שלא כעניין, טענה בחטין והודה לו בשעורין איז נישט אינטערעסאנט.

אגב אז דו רעדסט פון די נעמען וויל איך דיר טאקע זאגן, אז איך ברעך שוין פון 'געפילטע פיש'... נאכן עסן אזויפיל דעם יו"ט...!

א לוסטיגן יו"ט.

אויב שוין רעדן צום זאך וואלסטו געדארפט זאגן טענו בחיטים, לענינינו, כ'האלט נישט אז איינער וואס רופט אן א רב וואס האט געהייסן פוסק הדור אין וויליאמסבורג "יחידים שבקצה המחנה" נאר ווייל ער האלט אנדערש ווי דיר איז נישט ווערט דאס ענפער, ווייל וואס איך וועל נאר ענטפערן וועסטו אוועקמאכן אלס דיעות כוזבות, ווייל אזוי האט מען דיר מחנך געווען אין חדר, ביי די קרייז וואס פלעגט ליידער האבן די מאנאפאלי אין וויליאמסבורג.


זאג נאר דו צולייגער!

און וואס האט מען אויסגעלערנט אין ענקער חדר?? הא??
די הארבסטע עבירות ווי חילול שבת איז מותר פאר אביסעל תאוות הנצחון??? נישט דא קיין תורה?????
אלעס אויף דער וועלט איז ביי ענק מותר אבי סאטמאר זאל נישט האבן די מאנאפלי אין וויליאמסבורג??????

דאס איז טייטש ריכטיג היפאקראטיע!!
איש חסיד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 36
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 07, 2012 1:08 pm
האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל

Re: Re:

שליחה דורך איש חסיד »

געפילטע פיש האט געשריבן:
איש חסיד האט געשריבן:
פינטאו האט געשריבן:א נאנטער קרוב מיינער האט אמאל געארבעט ביי אודווארי רב זצ"ל אין שטוב. ער האט אויסגעניצט די געלעגנהייט און אנגעפרעגט דעם רב איבער'ן עירוב. דער רב האט אים געזאגט בזה הלשון: "קענסט טראגן, איך נעם די עבירה אויף מיר."

(איך טראג נישט מיט דעם עירוב.)


יפה דברת ובעתו דברת!
דו ווייסט נישט ווי גוט דו זאגסט... "נעם די ""עבירה"" אויף מיר!
נעבעך גענומען א רב לעת זקנתו און געמאכט פון אים ללעג ולקלס, הן ביים ארויף לייגן די הכשר און הן ביים אראפ נעמען!

זה הדבר אשר דיברתי...
ווייל וואס איך וועל נאר ענטפערן וועסטו אוועקמאכן


ממילא אשר על כן??
וואס איז יעצט נאך דיין באמבע תירוץ 'זה הדבר אשר דיברתי'???
ס'האט שוין א תירוץ אויף דער וועלט און א היתר בעולם צו מאכן צו שאנד און צושפאט אזא רב בישראל בסוף שנות חייו לעת זקנתו???!!!
פארשפארט