קריטיק אויפן ינוקא

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
לכבוד שבת קודש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 278
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 17, 2013 12:08 am
האט שוין געלייקט: 17 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 270 מאל

קריטיק אויפן ינוקא

שליחה דורך לכבוד שבת קודש »

איך האב עס געשריבן אלס תגובה אין דעם אנדערן אשכול, אבער ס'האט זיך פארלענגערט, האב איך באשלאסן צו מאכן דערפון א באזונדערן אשכול:

...
דער גאנצער וועלט איז אויף מיטן ינוקא, מען שמועסט איבער די וואונדערליכע צוואה, טייל דריקן אויס שטוינונג און עפענען אפאר אויגן, אנדערע קוקן ארויף מיט התפעלות אויפן אלטן (יונגן) רבי'ן וואס האט גענומען די קאראזש און געקוקט אויף ווער ס'איז באמת ראוי און נישט אויף זייטיגע חשבונות, ס'זענען אפילו דא וואס זענען חושד אז די גבאים האבן געוואלט צופיקסן דעם עלטערן און מען האט געטאן וואס מען האט געטאן (כפי השמועה איז דאס געווען די ערשטע רעאקציע ביים עפענען די צוואה, בשעת קיינער האט נישט געקענט גלויבן אז דאס איז ריכטיג). אזוי צו אזוי זענען אלעמענ'ס אויגן געוואנדן צום יונגן ממשיך, מען באטראכט אים, מען איז אים בודק די ציצית און מען שמועסט פון אים.

עס איז נישט קיין סוד אז אין פילע פלעצער האט זיך דאס הערליך איינגעגעבן, וויבאלד א יונגערמאן קען פיל אויפטון, ער האט נאך די כוחות, די אמביציעס, א יונגערמאן איז נאך פריש מיט א רתיחת הדם און קען שטיפן וועלטן, ער איז נאכנישט טרוד מיט קיין שטוב, פראבלעמען פון קינדער און אייניקלעך, ווי אויך געזונט, קען מען דאך אנהויבן און אויספירן ממש וועלטן. גיבט נאר א קוק אויפן בעלזער, באיאנער, סטאלינער און אנדערע אין דער מצב, האבן ממש אויפגעלויכטן זייערע פלעצער און געבויעט אן אימפעריע. ריכטיג, אין אנדערע פעלער האט זיך עס נישט אזוי איינגעגעבן, גיבט א קוק אויף פאפא, אבער רוב מאל איז דאס געווען א פיינער שריט, אויב דער זוהן איז טאקע ראוי געווען דערצו.

אין אונזער פאל, שמועסט מען אז דער זוהן איז טאקע ראוי דערצו. איבערגייענדיג זיין היסטאריע, איז יעדער איינער מלא שבח ותהילה אויף דעם יונגערמאנטשיק, וואס זיצט און לערנט, זיין איידלקייט און ענוות חן גלאנצט ארויס פון זיין פנים, יעדער וואס קען אים פון די בחורי'שע יארן, איז מעיד אז ער איז גאר א חשוב'ער זאך, ער האט זיך פארהערט ששה סדרי משנה אלס בחור, און זיין טאטע האט אים משבח געווען ביים בעלזער רב. נו, איז דאך זייער שיין אז א יונגער תלמיד-חכם וועט איבערנעמען די רבי'סטעווע.

אבער פאוואליע: גיבנדיג אביסל א קוק איבער די אקטיוויטעטן אין די לעצטע טעג, קען מען אויך קוקן דערויף מיט אן אנדערן בליק. עס איז גאנץ קלאר און פארשטענדליך, אז דער עסק איז ארויפגעפאלן מיט א שאק אויף די פלייצעס פון א יונגער בחור, קוים א חתימת זקן, וואס די מוטער מילעך דערקענט זיך אים נאך אויף די ליפן. עס איז גאנץ קלאר אז ער ווייסט נישט פונקטליך ווי אזוי דאס צו עסן, ער האט נאכנישט געלאנדעט פון די געשיכטע און ווייסט נאכנישט אויף וועלכער וועלט ער געפינט זיך. ער איז היבש פארלוירן. דאס ווייזט אסאך איבער זיין קוואליפיקאציעס און צי ער איז טאקע דער ריכטיגער מענטש צו פירן א פלאץ.

אין די לעצטע טעג, איז דער קינד געשטאנען פאסיוו, ער איז נישט געווען אקטיוו. ער האט נישט גענומען קיין שום שטעלע און ער האט גארנישט געטאן אדער געפירט, ער האט נישט גענומען קיין מיינונג און ער זאגט נישט קיין מיינונג. ווער געדענקט נאך ווי אזוי דער בעלזער איז אריינגעקומען מיט א טעצל אין קעשענע, דאס ארויסנעמענדיג פאר קידוש, צו ווייזן דעם עולם ווער ס'איז דא באלעבאס (ער איז געווען יונגער פונעם יעצטיגן בחור). ווער געדענקט נאך די קונצן פונעם סטאלינער אין די ערשטע שטיק צייט... די רבי'ס האבן געהאט די בצים צו טון וואס זיי געפעלט, צו ווייזן אז זיי זענען באמת באלעבאס. דער יעצטיגער ינוקא איז טאקע אן איידעלער יונגערמאן, אבער אפשר איז ער בכלל נישט ראוי לאותו דבר, ס'וועט האבן א פנים ווי פאפא...

איך וואלט ערווארטעט צו הערן, אז דער בחור'ל איז אריינגעקומען אין שוהל א טאג נאך די שבעה, אריין אין טאטענ'ס דאווען צימער, ארויסגעגעבן עפעס א קריאזן באפעל, ס'זאל זיין מיט וואס זיך צו באסמאקעווען... בכלל, וואס איז זיין מיינונג אויפן עלסטן ברודער? - מ'דארף אים מקרב זיין, מרחק זיין? - וואס איז דער סטאטוס? - מ'הערט נישט פון אים... ס'איז נישטא קיין הנהגה - ער זאגט נישט קיין מיינונגען אויף וואס ס'פאסירט אצינד ארום אים.

ס'איז נישט קיין חסרון, ער איז נאך יונג. אבער... איך פארשטיי אז ער זיצט און לערנט, אבער איז ער ראוי צו פירן א קהילה? - קען ער, פארשטייט ער דערצו? - דערווייל זעה איך, אז ער לאזט צו דעם עלטערן ברודער נעמען ירושלים און דעם אנדערן ברודער לאנדאן, און ווען ער טוט דאס ווען בדחילו ורחימו, דהיינו ער קומט אריין אין שוהל און זאגט אויפן מיקראפאן: "רבותי, מיין ברודער הרב מש"י איז א צדיק יסוד עולם, ער איז רבי אין ירושלים, קיינער זאל נישט פוגע זיין בכבודו, איך קען אים נאך פון די יונגע יארן וכו' וכו'..." נו, שוין, החרשתי, זאגט ער דאך זיין מיינונג. אבער דער רעדט דאך נישט... ער לאזט די גבאים, משפחה, מאמע, רבנים, אנדערע זאלן טון די ארבעט פאר אים. נו, אלא מאי אז ער איז נישט ממש מסכים, לאמיר זען אז ער זאל ארויסקומען מיט א שטיקל רמז, עפעס... איך גלייב אז אלע בחורים שטייען קאמפס-גרייט פאר זיין ווארט. דערווייל איז ער ווי מ'רופט עס אין עברית, א "מלך בובה" - מ'פירט אים... ער איז פאסיוו, נישט אקטיוו. אפילו אויפן דאקיומענט פון די קינדער, וואו מען שטעלט קלאר אז די מאמע'ס רצון איז געמאכט געווארן בהסכמת כל הבנים, שרייבט דער ינוקא זיין נאמען צום סוף, נישט פון אנהויב ווי ס'וואלט זיך געפאסט.

אויסער דעם, איך האב געהערט א דרשה פון דעם ינוקא, וואס ער האט געזאגט נאך אין אנטווערפן. כ'בין נישט אימפרעסט געווארן, רעדט ממש ווי א יונגערמאן פאר זיין עידזש, אפשר שוואכער אפילו... זאגט אביסל תורות וואס ער האט געליינט, א מעשה'לע, תוכן איז גאנץ שוואך, מאכט גענוג טעותים און שטאטערט אביסל ביים רעדן, ס'קוקט אויס ווי ער ליינט פון פאפיר... מאידך, זיינע אנדערע ברידער רעדן שטערקער, בפרט דער פון לאנדאן וואס פארמאגט גאנץ א ווארעמע וועג פון רעדן, און ער רעדט מערכות, דער אנהויב האט שייכות מיטן סוף (לאפוקי די דרשות פונעם ינוקא) - שוין אפגערעדט די דרשות פון הרב מש"י, ער רעדט דאך ווי א ממשיך... ער האט זיך דאך געגרייט דערויף אלע יארן. אבער במחילת כבודו, איך נעם נישט אוועק פון זיין התמדת התורה און איידעלע פנים, אבער די דרשות זענען מער ענדליך צו די דרשות פון מיין אכט-יעריגן ברודער ביים חנוכה מסיבה פון חדר, ווען די מנהל האט אים געשטעלט זאגן א דרשה ביים גרויסן חנוכה מסיבה.

יא, ער האט טאקע אן איידעלע צורה, און טאקע ווייל ער האט נאכנישט קיין בארד, גיבט עס צו, צו די מיסטישקייט און העכערקייט פון די "ינוקא'שאפט", אנדערש פון זיין עלסטער ברודער וואס איז שוין באוואקסן און זעט אויס "נארמאל", און מיר ווייסן דאך דעם כלל אז "נארמאל איז נישט אינטערעסאנט"... אויך, זיצט ער יעצט און לערנט. אבער א מינוט: לערנט ער יעצט מער ווי זיין עלטערע ברודער האט געלערנט אין זיינע יארן - צוויי יאר נאך די חתונה? - קען זיין, כ'ווייס נישט. ביסט אזוי זיכער אז ווען נישט ער וועט יעצט רבי, וואלט ער אזוי אנגעהאלטן נאך א צען יאר? - צי ער וואלט געווארן א געלונגענער ביזנעסמאן... ס'איז אבער מיסטיש, העכער, פאני... דער עולם איז היי, מען טאנצט אור זרוע לצדיק, און דער אפרוח וואס האט קוים באוויזן אויפצוקלאפן די אייער שאלאכטס, שטייט א פארלוירענער, דעקט זיך צו דעם פנים... ס'איז עפעס הייליגער, רוזשינ'דיגער, ס'מאכט אויך דעם פריעדיגן רבי'ן א הירא, סא פארוואס נישט...

דער עולם טאנצט דערווייל ארום דעם עגל, כ'פארשטיי, ס'איז ניי, ס'איז פריש, עקסייטינג, אבער ווען מ'וועט זיך דערזען אז דער נייער רבי האט נישט קיין ביצים, וועט עס זיין אן אנדערע מעשה...

דאס איז בלויז א מחשבה אויף דער יעצטיגער מינוט. ס'מוז נישט זיין אז דאס איז טאקע די מציאות, אבער דערווייל האבן מיר נאכנישט געזען אינעם נייעם רבי'ן, עפעס הנהגה, שטארקייט און סימנים אז ער איז ראוי דערצו. אינעם עלסטן האבן מיר יא געזען.
באניצער אוואטאר
בוטן
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 209
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 29, 2020 9:22 am
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 92 מאל

שליחה דורך בוטן »

רוב דברים זענען דברים של טעם, אבער געציילטע ווערטער זענען אביסל טא מאטש... במחילת כבודך!
חלילה שרייבן מ'טאנצט ארום דעם עגל.
מפיל קינד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1010
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
האט שוין געלייקט: 641 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 989 מאל

שליחה דורך מפיל קינד »

איך האב דירעקט יא הנאה פון זיין איינגעהאלטנקייט. א כשר קינד פון זיין טאטן. פארוואס עפעס זאל ער טרעטן אויף זיין ברודער'ס בלוט בפניו?!

גראדע האט ער קלאר געזאגט נאך אינמיטן די שבעה אז זיין עלטערע ברודער זאל יא ווערן רבי אין ירושלים. נאר ווי ס'שטייט אויף די משפחה בריוו איז דער אפהאלט געקומען מטעם מחרחרי ריב פון די קהילה.

איך גלייב אבער נישט אז זיין טאטן האבן גבאים געקענט דרייען א קאפ. ער איז געווען ביים פולן דעת ביזן לעצטן סעקונדע.

עס איז זיס געווען צו זען ווי דער ינוקא שטעלט אפ די 'אור זרוע' ניגון אין טאג פון זיין אומאפיציעלע הכתרה פארנט פון בית המדרש, כדי נישט וויי צו טון זיינע ברידער.

דער בעלזער האט אנגעהויבן מיט א טאץ אין טאש, און ממשיך געווען מיט זיין עזות ביזן חרם פון 70 רבנים וואס האט אים נישט געלאזט שלאפן פאר 30 יאר.

דער ינוקא וועט בעזרת השם פירן די קהילה על מי מנוחות, מיט יראת שמים און מידות טובות כדרכי אבותיו.

א רבי דארף נישט קענען לערנען, עס פעלט בכלל נישט אויס. זיי דארפן נאר יראת שמים, שכל און מידות טובות. דאס איז דא ב"ה.
באניצער אוואטאר
בוטן
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 209
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 29, 2020 9:22 am
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 92 מאל

שליחה דורך בוטן »

אוודאי וועט ער פירן, די שאלה איז צו די דעמעדזש איז נאך שייך צו פאר'רעכטן
באניצער אוואטאר
כרם זית
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 942
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
האט שוין געלייקט: 2702 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל

שליחה דורך כרם זית »

[tag]מפיל קינד[/tag] איך בין נישט מודה צו דיר. א רבי דארף אפשר נישט געבן קיין שיעורים, אבער מקיים זיין די באפעל פון ספר חומש (פון די ערשטע חסידישע ספרים) ודברת בם, דארף ער. די אנדערע פוינטס זענען שיינע.

(בכלל פארשטיי איך נישט וואס[tag]לכבוד שבת קודש[/tag] וויל. דער רבי איז ממש קרח מכאן ומכאן. פירט ער זיך אויף מיט חוצפה האט מען טענות אז ער איז נישט קיין מענטש. פירט ער זיך אויף מיט איידלקייט טענהט מען אז דאס איז נישט קיין רבי.)
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
באניצער אוואטאר
בוטן
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 209
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 29, 2020 9:22 am
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 92 מאל

שליחה דורך בוטן »

לדעתי גייט דא געשען אזוי; אז דאס ביסל חסידים וואס סאדיגער האט ביז היינט, גייט ווערן צוטיילט צווישן די ברודער, און אמת דעם פריערדיגן רבינס שול בלייבט ביי ר' שיעלע אבער חסידים וועט ער נישט האבן רוב.
בעל דרשן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 474
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 06, 2018 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 55 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 173 מאל

שליחה דורך בעל דרשן »

איך מאך נישט אוועק די צוואה חלילה אבער קוקט נישט אויס ווי ער איז עפעס מער ווי די עלסטע זון
די עלסטע זון איז גאר א חושבע יונגערמאן מיט די ריזינער חן ווי שיין וואלט געווען ווען ער נעמט איבער דאס גאנצע חסידות
ישן מלא חדש
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 123
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 26, 2019 9:18 pm
האט שוין געלייקט: 240 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 120 מאל

Re: קריטיק אויפן ינוקא

שליחה דורך ישן מלא חדש »

איך וויל פארשטיין עפעס אפשר האט די טאטע געהאלטן ער וועט נאך מאריך ימים ושנים זיין און דעמאלט זאל מען אויף נעמען זיין יונגסטע זוהן ווער זאגט אז ער האט געהאלטן אז אלץ יונגערמאן איז ער שוין ראוי?

Sent from my SM-T113 using Tapatalk
מפיל קינד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1010
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
האט שוין געלייקט: 641 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 989 מאל

שליחה דורך מפיל קינד »

בעל דרשן האט געשריבן:איך מאך נישט אוועק די צוואה חלילה אבער קוקט נישט אויס ווי ער איז עפעס מער ווי די עלסטע זון
די עלסטע זון איז גאר א חושבע יונגערמאן מיט די ריזינער חן ווי שיין וואלט געווען ווען ער נעמט איבער דאס גאנצע חסידות

דו וואלסט געדארפט האלטן פון די יונגערע, ער האט מער א באבובע חן...
מפיל קינד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1010
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
האט שוין געלייקט: 641 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 989 מאל

שליחה דורך מפיל קינד »

ישן מלא חדש האט געשריבן:איך וויל פארשטיין עפעס אפשר האט די טאטע געהאלטן ער וועט נאך מאריך ימים ושנים זיין און דעמאלט זאל מען אויף נעמען זיין יונגסטע זוהן ווער זאגט אז ער האט געהאלטן אז אלץ יונגערמאן איז ער שוין ראוי?

Sent from my SM-T113 using Tapatalk

ער האט עס געשריבן ווען ער איז שוין געווען גוט קראנק. ער האט געוואוסט אז זיין מחלה ווערט ערגער און ס'נישטא וואס צו טון.
לכבוד שבת קודש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 278
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 17, 2013 12:08 am
האט שוין געלייקט: 17 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 270 מאל

שליחה דורך לכבוד שבת קודש »

בעל דרשן האט געשריבן: ווי שיין וואלט געווען ווען דער עלטערער נעמט איבער דאס גאנצע חסידות


און ווי שיין וואלט געווען ווען דער יונגערער נעמט איבער די גאנצע.

לדעתי האט די רביצין פאר'הרג'עט די גאנצע שיינקייט פונעם הויף. און וואס קלערט זי, ס'וועט זיין שלום? - אויב עפעס וועט זיין נאך אסאך ערגער יעצט. ווען נאר די יונגערער נעמט איבער, איז דא אסאך ווייטאג, די אנדערע קינדער וואלטן געווען וויי געטון, געבלאזן און נישט געקענט מוחל זיין, מעגליך אפילו אפגעהאקט מיטן ברודער, דער רבי, אבער דאס איז עס. זיי וואלטן גארנישט געקענט טון. אפילו אויב מש"י עפנט אליין, וואלט ער נישט געהאט קיין ערנסטע מענטשן וואס וואלטן מיטגעגאנגען, סאדיגורא וואלט געבליבן א שיינע גרויסע פלאץ, און שלום וואלט דארט געהערשט.

און יעצט? - האלסט אז ס'וועט טאקע זיין שלום? - הרב מש"י וועט זיין רואיג און צופרידן פון דעם, אדער וועט ער קיינמאל נישט קענען קוקן דעם ברודער אין פנים, און חסידים ווי חסידים, וועלן זיך אננעמען פאר אים, וההמשך ידוע.

בכלל, איך בין דאס נישט תופס! - אלעס איז גערעכט, אבער וואו איז כבוד המת, די לעצטע ווערטער פון א מענטש? - איך מיין אז קיינער איז נישט חולק אז דער טאטע האט דאס געבעטן אין צוואה בצלילות-הדעת... אזוי ווייניג איז מען מכבד דעם רצון המת? - א מענטש האט נישט קיין לעצטע ווארט? - שוין אפגערעדט פון חסידים, וואו איז דער רעספעקט פאר א רבינ'ס א ווארט? - אזוי טוען חסידים פאר א רבי'ן? - איך וואלט געזאגט "רבן דקרו" ממש. וואו האט מען געהערט אז א רבי פארלאנגט א זאך און די חסידים זאגן "ניין"?!
באניצער אוואטאר
בוטן
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 209
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 29, 2020 9:22 am
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 92 מאל

שליחה דורך בוטן »

דער נעקסטער רבי וואס וויל עפעס, זאל עס זאגן שארף און קלאר בחיים, און נישט אינעם צוואה. ווייל אין משיבין את הארי לאחר מיתה.
יענער זאל אויסרופן הויעך און קלאר, יעך וויל עהם און עהם נישט, און ווער ס'וויל זאל יעצט זאגן וואס ער האט צו זאגן, ווי משה רבינו האט געטון, 'אתם ניצבים כולכם היום' אויב איינער האט טענות זאל ער מיר זאגן אין פנים נישט נאכן מיטה...
מפיל קינד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1010
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
האט שוין געלייקט: 641 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 989 מאל

שליחה דורך מפיל קינד »

דער ברך משה האט אזוי געטון, און מ'האט געשריגן אז ער וועפט.

דער ישועות משה האט אזוי געטון, און מ'האט אויך אנגעפיפן בסוף ימיו.

די עצה טויג שוין אויך נישט. נעקסט.
א חסיד פון ווילנא
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 651
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 14, 2020 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 238 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 275 מאל

Re: קריטיק אויפן ינוקא

שליחה דורך א חסיד פון ווילנא »

דער ברך משה,האט גארנישט געטון, פאר די גאנצע פרשה האט פאסירט האט מען שוין געוויסט אז אין דעתו צלולה, לכל היותר האט ער געמאכט רז"ל רב אין וומסב"ג, גארנישט געזאגט וועגן רביסטעווע, און אפילו אין דעם מכלומערשטן בריוו מיט עדים שרייבט ער נאר "ברוקלין" אבער די גאנצע וועלט איז זיכער פאר מהר"א וועם ער האט אפען געשטיצט און ארויסגעוויזן אהבה ברבים אלע יארן

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
מפיל קינד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1010
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
האט שוין געלייקט: 641 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 989 מאל

שליחה דורך מפיל קינד »

ווען מהר"א וואלט מסכים געווען צו די ברוקלין חלק וואלט לכאורה אלעס אנדערש געבליבן זיינס. ס'וואלט נישט געווען קיין סיבה זיך אפצוטיילן אין די גאנצע וועלט.
א חסיד פון ווילנא
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 651
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 14, 2020 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 238 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 275 מאל

Re: קריטיק אויפן ינוקא

שליחה דורך א חסיד פון ווילנא »

מפיל קינד האט געשריבן:ווען מהר"א וואלט מסכים געווען צו די ברוקלין חלק וואלט לכאורה אלעס אנדערש געבליבן זיינס. ס'וואלט נישט געווען קיין סיבה זיך אפצוטיילן אין די גאנצע וועלט.
קען זיין, העטיך פעטיך, וואס מ׳ זעט היינט אויף צוריק האט מען נישט געזען דעמאלס
סוף הכבוד לבוא, מהר"א, זיין עולם, און די וועלט שטייט היינט אסאך בעסער ווי ווען נישט די טיילונג

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
באניצער אוואטאר
בוטן
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 209
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 29, 2020 9:22 am
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 92 מאל

שליחה דורך בוטן »

כ'מיין מ'זאל טוישן די קעפל דא, צו; קריטיק אויפ'ן קטנות הדעת
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

comment removed
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום [NAMELESS], רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
לאמיר זאגן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 114
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 1:45 pm
האט שוין געלייקט: 53 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 59 מאל

שליחה דורך לאמיר זאגן »

א ריכטיגער בעל מדות, אזא איינער אויף מען קען ארויפקוקן, טוט פונקט פארקערט ווי דאס וואס דער פותח וויל אז ר' העשיל זאל טון. פארדעם אליין איז ראוי לאותו איצטלא.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

יאפ, דער רבי העשיל איז א ריכטיגע בעל מידות, און אן ערליכע אינגערמאן וואס מיינט עס ערנסט, נאר וואס דען, ער האט נישט קיין "קוואליפיקאציעס". צו וואס פונקטליך פעלט איהם אויס צו האבן קוואליפיקאציעס צו וואס? אז ער זאל קענען זיך צוקריגן מיט א האלבן וועלט ווי דער בעלזער? אז ער זאל זיך אנפייפן אויף יעדעם ווי דער סטאלינער? וואס האבן זיי געהאט דערפון? אויב איך מעג וואלט איך געצויגן א פאראלעל צווישן איהם און זיין קאזין דער באיאנער, ער איז אויך אן אויסערגעווענליכע בעל מידות, לערנט און דאוונט, טשעפעט נישט קיינעם, מיינט עס ערנסט, און שוין, מער פון דעם פעלט נישט אויס. ווען דער באיאנער רבי האט איבערגענומען די הנהגה האט די חסידות געהאלטן טיעף אינמיטן גסיסה און קוק ווי שיין ער האט עס אויפגעבויעט, מיט די יארן האט ער זיך אויסגעלערנט תורה זאגן אויך. פון א חסידות וואס האט געהאלטן אין איין שרינקען פון טאג צו טאג און מ'האט שוין כמעט געהאלטן ביים ארויפשטעלן א מציבה דערויף און איבערגעבן די ארכיוון פאר דוד אסף האט ארויסגעשפראצט אזא הערליכע קהילה, און דאס אלעס אן די "קוואליפיקאציעס" און אן זיך צוקריגן מיט קיינעם (אויסער מאיר פרוש). אז מ'גייט בתמימות, מ'הערט זיך צו צו די עלטערע מער עקספיריענסד חסידים, מ'האט די שכל וועמענ'ס ווערטער אנצונעמען און וועמענ'ס נישט קומט מען אן זייער ווייט. ס'גארנישט, רבי העשיל וועט זיך צוגעוואוינען נישט צו ווערן פארלוירן פון די אטענשאן, מ'וועט איהם אויסלערנען וויאזוי זיך צוצוגרייטן און האלטן א דרשה, ער וועט אריינפרעדיגן מידות און ערנסקייט אין די חסידים, און כלל ישראל וועט האבן נאך אן ערליכער איד אויף וועם ארויפצוקוקן.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום רביה''ק זי''ע, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

די גאנצע שיינקייט איז נאר דאס נאכגעבן...

היינט אין א צייט וואס מענטשן קימערן זיך גאנץ קנאפ מיט ווער עס איז רבי און ווער נישט, דוקא יעצט איז די צייט ארויסצואווייזן מידות טובות און נאכגיביגקייט און טאלעראנץ, קען זיין אז דער נייער רבי פון סאדיגורא איז פשוט יונג און פארמאגט נישט די ביצים צו זיך נישט צוהערן צו די וואס ווילן מאכן שלום געשפרעכן אבער סוכ"ס קומט ארויס א גוטע זאך דערפון.

די קרעדיט גייט פאר ר' מאטעלע ז"ל.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

פארגעס פון דאס נאכגעבן, פרעג זיך נאר נאך ביי די וואס קענען איהם, ער איז אלץ געווען א וואוילער, גערעדט איידל און געלאסן, און נישט ארומגעשפרינגען און קאמאנדעוועט.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
מפיל קינד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1010
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
האט שוין געלייקט: 641 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 989 מאל

שליחה דורך מפיל קינד »

מאך זיכער האט געשריבן:די קרעדיט גייט פאר ר' מאטעלע ז"ל.

נישט ממש ר' מאטעלע, נאר אין וויזניץ איז שוין אזוי איינגעפירט דורי דורות.

פון די לעצטע רבי'ס וואס האבן אזוי געטון, איז די ערשטע געווען נדבורנא בני ברק. דער תמים פון בני ברק וועמען מ'האט אויסגעלאכט אלס קליינער חכם, ער האט אויסגעשפילט דעם אלטן סיסטעם און אויפגענומען אלע קינדער. היינט טאנצט דאס יעדער נאך.
פארשפארט