דארף מען נאך אלץ אנהאלטן סאשעל דיסטענסינג-אידן נישט גוים יא?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
מיינונגזאגער

דארף מען נאך אלץ אנהאלטן סאשעל דיסטענסינג-אידן נישט גוים יא?

שליחה דורך מיינונגזאגער »

והסיר יהוה ממך כל חלי וכל מדוי מצרים הרעים אשר ידעת לא ישימם בך ונתנם בכל שנאיך.

דאס איז פונקליך וואס שפילט זיך אפ און אינזערע טעג,

גיווען א תקופה וואס קראנא האט געבוזשיוויט און אונזערע גאסן, און האט ליידער אנגעברענגט א חרבן זיי פיזיש און סיי גייסטיש, ס'האט ליידער אפגעקאסט אסאך קרבנות, און ברוך השם ס'איז שוין פאראיבער בקרב מחנינו, און מ'הערט שוין נישט קיין נייע פעלער און אונזערע גאסן, און אונזערע לעבן גייט צירוק צי נארמאל און אלעס וואס ליגט אויף אונז איז צי האפן אויף א נחמה בישועת השם אויף דער ביטערע פארלוסטן וואס כלל ישראל האט פארלוירן, און אינז זענען מיר שטארק פארזיכערט און די רבוש"ע, אז ער ווער ערפילן וואס ער האט אונז ציגעזאגט על ידי דוד משחינו אז ס'גייט זיין אז ימלא שחוק פינו בשיבת ציון ולשונינו רנה, און דאס דערהויבנקייט און שמחה וועט זיך שפירן און אלע ביינער בב"א,

אבער לאמיר נישט פארגעסן אז א חלק פון די מחלה איז גיווען אז מענטשן האבן פשוט פארלוירן די שכל און אט די דאזיגע תקופה פון חודש ניסן, מענטשן זענען פשוט אראפ פון זינען, און ס'האט גענומען גאנצעטע וואכן און חדשים פאר מענטשן צירוק ציקומען צי גראדן גלייכגעוויכט, אבער ברוך השם היינט מ'קומט אריין און ביהמ"ד דערזעט זיך נישט קיין שפיר פון די קראנא, יונגע, אלטע, מענטשן מיט קאנדישענ'ס, מענטשן אן קאנדישענ'ס, אלע שטיפן זיך קישן דעם זעלבן ספר תורה, אלער גריבלן אריין זייערע פינגער'ס און די זאפטיגע מארבל קעיק, אז איינע איז דעספרעט פאר א גלעזל ברוינפן און ס'שויניש דא א ריינע ווער ער טרינקען פון זיין חבר'ס גלעזל אהן קיין פחד, זאכן וואס א וואך פאר פסח האט מען זיך נישט גיקענט פארשטעלן אז מ'וועט זיך עס נאך אמאל ערלויבן צי טוהן, פשוט און קראנט וואס די פסוק זאגט אונז *והסיר ה' כל חלי וכל מדוי,*

אבער וואקענדיג ארייין און די גוי'שע גאס, זעה איך די עולם גייט מיט מאסקעס, מ'פארלאנגט סאושאל דיסטענס'ס, דאס איז וואס די פסוק איז ממשיך, *ונתנם בכל שנאיך* , אלע שונאי ישראל זענען נאך אלץ און דעם זינלאזע פחד, גייען נאך די אלע גיידליינ'ס כצאן לטבח, וואו אימער זיי גייען, האבן זיי די מאסקע, אזוי וואו זיי פלעגן לאכן פון אונז, פון אונזער בארד און פיאות, לאכן אונז היינט פון זיי פון זייערע מאסקעס, בהימות אקסן וואס זיי זענען, וואו אימער זיי זענען, שפירן זיי וואו אן אסקיפה הנדרסת צי אינפארסירן די סאושאל דיסטינס אנווייזונגען,

פארוואס זאג איך דאס ווייל אריין קומענדיג און מיין אפיס היינט ציפרי זעה איך וואו איינע פון די שונאי הדת ארבעטער האבן אנגעדרייט צי אנקלעבן די ערד מיט בלויע טעיפ צי אינדיקעיטן סאשאול דיסטינס, *עטס הערט'ס!!!* ביי מיר און אפיס וואס איז 2,880 סקווער פיס גרויס, און דארט ארבעטען 20 מענטשן, דארף מען אנדיקעטן ספאט'ס פאר סאושאל דיסטענס אויב עס אינפארמירט זיך ליין צי ניצן די טוילעט, ווען כ'האב עס גיזען האב איך גימייענט איך פלאץ, א מין אנשיקעניש, אבער נאך אביסל התבוננות מיט א ציגערעטל, האב איך געקלערט אז דאס מייענט טאקע די פסוק, ונתנם בכל שנאיך,

לאמיר אלע דאנקען די רבוש"ע אז מיר זענען בעלי דעת, מאמינים בני מאמינים, וואס האבן א תורה און וויסן וואו אזוי זיך צי פירן, און די גוים (און אפילי יודן וואס נישט בני תורה) ווייסן פשוט נישט פון עפעס אנדערש און פירן זיך וואו זינלאזע בהמות, נאכן פארלירן זייער גלייכגעוויכט טאקע ביי קראנא.......


Sent from my iPhone using Tapatalk
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

איך זעה נישט מיט וואס די גוים זענען אנדערש ווי אונז, אונז טאנצן נאך אונזערע מנהיגים און זיי טאנצען נאך זייערע מנהיגים. אז דער מנהיג זאגט גיין מיט א הוט און רעקל ווען ס'איז 90 דעגריס אינדרויסן איז עס א הוט און רעקל, אז דער מנהיג זאגט נישט אנצינדן קיין לעקטריק אין שבת וועט מען שוויצן אין די היצן, און אז דער מנהיג זאגט זיך מוסר נפש זיין פאר סאושעל דיסטענסינג איז עס סאושעל דיסטענסינג. סיי דער איד און סיי דער גוי טוען מאדנע זאכן, דער עיקר איז אז מ'פאלגט און מ'האלט זיך נישט קלוגער פון די מנהיגים און טאן-געבער.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

און טעכניש איז עס נאכאלס א שטיקעלע סכנה און עס איז נישט בארעכטיגט דאס עס אינגאנצן איגנארירן...
תרמב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1322
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 10906 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2379 מאל

שליחה דורך תרמב »

ווען וועט מען קענען צוריקגיין צום נארמאלן שטייגער? ווען עס וועט שוין נישט זיין קיין איין קעיס אין גאנץ ניו יורק? אדער גאנץ אמעריקע? אדער אפשר גאר אין די גאנצע וועלט?
מען הערט שוין נישט קיין פרישע קעיסעס אין די גאנצע אומגעגנט, מיינט אז מ'איז פערטיג מיט קאראנע, נעקסט, אראפ מיט אלע רעסטריקשאנס.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

תרמב האט געשריבן:ווען וועט מען קענען צוריקגיין צום נארמאלן שטייגער? ווען עס וועט שוין נישט זיין קיין איין קעיס אין גאנץ ניו יורק? אדער גאנץ אמעריקע? אדער אפשר גאר אין די גאנצע וועלט?
מען הערט שוין נישט קיין פרישע קעיסעס אין די גאנצע אומגעגנט, מיינט אז מ'איז פערטיג מיט קאראנע, נעקסט, אראפ מיט אלע רעסטריקשאנס.

אזוי זאגט אייער געפיל און אויך מיינע, למעשה האנדלט זיך דא איבער א שרעקעוודיגע וויירוס וואס האט זיך נאך קיינמאל אפגעשפילט זיינס גלייכן און עס איז זייער פארשטענדליך די סיבה פארוואס עס נעמט צייט זיך צו ערהוילן דערפון.
איך בין שוין אויך פעד אפ און איך ווער שרעקליך געשטערט פון דעם פאקט אז די רעגולאציעס ווערן מער און מער פארוואנדלט אין א רעליגיע און אז מענטשן נוצן דאס אויס פאר בייזוויליגע צוועקן ווי אנטיסעמיטיזם וכדומה, מען מוז זיך אבער היטן כדי נישט צו אנברענגען א פרישע שטורעם.
איך האף אז מען וועט שוין מער קיינמאל נישט הארגענען דזשארזש פלויד ווייל איך בין נאך טראומאטיזירט פון די כאאס פון יענע וואכן, איך דערמאן דאס נאר כדי זאלסט כאפן אז קאראנע איז שוין לאנג פארביי...
מיינונגזאגער

Re: דארף מען נאך אלץ אנהאלטן סאשעל דיסטענסינג-אידן נישט גוים

שליחה דורך מיינונגזאגער »

תרמב האט געשריבן:ווען וועט מען קענען צוריקגיין צום נארמאלן שטייגער? ווען עס וועט שוין נישט זיין קיין איין קעיס אין גאנץ ניו יורק? אדער גאנץ אמעריקע? אדער אפשר גאר אין די גאנצע וועלט?
מען הערט שוין נישט קיין פרישע קעיסעס אין די גאנצע אומגעגנט, מיינט אז מ'איז פערטיג מיט קאראנע, נעקסט, אראפ מיט אלע רעסטריקשאנס.
דער עולם גולם פאלגט נאך די פוליטיקה פון די פוליטיקאנטן וואס האבן זייערע פערזענליכע אגענדעס, וואס זיי זענען וואס איך טאקי נישט, דאס איז אבער קלאר אז זיי ווילן נישט צוריק שטעלן די נארמאלער ארדענונג ווי לאנג די מעיל-אין באלאטס זענען מוחלט. דערפאר דארף איך גיין א מאסק נאך וואס די קעיסעס זענען שוין רעדוצירט צו כמעט זערא ?

Sent from my SM-T867V using Tapatalk
מיינונגזאגער

Re: דארף מען נאך אלץ אנהאלטן סאשעל דיסטענסינג-אידן נישט גוים

שליחה דורך מיינונגזאגער »

מאך זיכער האט געשריבן:און טעכניש איז עס נאכאלס א שטיקעלע סכנה און עס איז נישט בארעכטיגט דאס עס אינגאנצן איגנארירן...
ריסערטש באטאנט אז די מאסקעס נישט נאר העלפן נישט נאר פארשווערט דאס אטעמען ריינע לופט. עיין פה
Right now, there’s no evidence that [wearing face masks] is going to help prevent that infection,” Chiu, a professor of laboratory medicine at the University of California, San Francisco, told CNN. “I would not recommend that someone in the US who does not have direct exposure, did not recently travel to China … or in general that you go buy a face mask.”

Sent from my SM-T867V using Tapatalk
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1413
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
געפינט זיך: אין דמיון
האט שוין געלייקט: 765 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

Re: דארף מען נאך אלץ אנהאלטן סאשעל דיסטענסינג-אידן נישט גוים

שליחה דורך פאליטיקאנט »

יעצט אין בארא פארק, די גאווערנמענט האט זיך ענדליך געכאפט אז מיט'ן רעדן צו די קאמיוניטי פירער גייען זיי אין ערגעץ נישט אנקומען, פרובירן זיי יעצט מיט א דירעקטע ווענדונג דורך אדווערטייזמענטס און טיילן ליפלעטן און מאסקעס אויפ'ן גאס - נישט אז דאס וועט יא העלפן.....

לדעתי איז עס אבער נאר ווייל דיבלאזיא האט באקומען גרויס דרוק הלמאי ער גייט פארשפארן היימישע געגנטער, היות אונז זעמער "ארימע און צוריקגעשטאנענע געגנטער" דארף ער זען זיך מער צו פארלייגן אויף צו 'אויפמערקזאם' מאכן דעם עולם (ליין: עדיוקעיט) און נישט נאר גיין בעורף קשה......בילדבילד
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

פאליטיקאנט:וויאזוי האט נאר היטלער ימ"ש געזאגט. ווען ער האט געפרעגט רעטאריש..."וויפיהל דיוויזיעס האט דער פויפסט"?!...וויפיהל טויזנטער רייאטערס און לאאטערס קענען די אידן צושטעללן. משא"כ זיינע מחותנים די שחורים און ציגיינער...!
מיינונגזאגער

Re: דארף מען נאך אלץ אנהאלטן סאשעל דיסטענסינג-אידן נישט גוים

שליחה דורך מיינונגזאגער »

berlbalaguleh האט געשריבן:פאליטיקאנט:וויאזוי האט נאר היטלער ימ"ש געזאגט. ווען ער האט געפרעגט רעטאריש..."וויפיהל דיוויזיעס האט דער פויפסט"?!...וויפיהל טויזנטער רייאטערס און לאאטערס קענען די אידן צושטעללן. משא"כ זיינע מחותנים די שחורים און ציגיינער...!
אומ זאגסטו גוט. די נעבעכדיגע אידן קענען נישט גארנישט, ווייסען נישט צו פייטן פאר רעכטן עניוועי.


Sent from my iPhone using Tapatalk
באניצער אוואטאר
כלבאשבוע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1028
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 03, 2014 10:12 am
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1082 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך כלבאשבוע »

יעצט נאכדעם וואס דיבלאזיא האט אפעקטירט racial profiling קעגן אונזער קאמיוניטי בפרטיות איז נישטא קיין ברירה סייווי, ממוז זיך האלטן צו די גיידס ווייל אונז זעמיר ארויסגעשטעלט געווארן נגד השמש כאילו סגייט אונז נישט אן דאס וואוילזיין פון די באלפעקערונג
לְבַר נַטְלִין, וְלָא עָאלִין, הַנֵי כִּלְבֵין דַחֲצִיפִין.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

טרעף איך היינט אן א חבר אן אנגעקלערטער און ער פרעגט מיך פארוואס דער היימישער עולם עקש'נט זיך נישט צו גיין מאסקעס, ס'זעהט אויס כאילו ס'איז ממש אן איסור דאורייתא, זאג איך איהם אז ס'איז א ב'פירוש'ע פסוק "סָרוּ מַהֵר מִן הַדֶּרֶךְ אֲשֶׁר צִוִּיתִם עָשׂוּ לָהֶם מַסֵּכָה..."
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1413
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
געפינט זיך: אין דמיון
האט שוין געלייקט: 765 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

Re: דארף מען נאך אלץ אנהאלטן סאשעל דיסטענסינג-אידן נישט גוים

שליחה דורך פאליטיקאנט »

הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

אין אן אנדער אשכול ברענג איך ארויס בנוגע טעסטינג און קאמפערען איין געגענט צי די אנדערע האט ממש נישט קיין האפט, און איז געבויט אויף ליפט, ווייל די געגענטער זענען אנדערע קאלטשערס און אנדערע הנהגות אן און ביהעווערס...

דא מיט די מאסקס איז דאס זייער קענטיג און איז א שטארקע ראיה צי מיינע ווערטער...

ס'איז באמת נישט דא קיין קלארע סיבה פארוואס אינזער עולם איז מער נוטה נישט צי גיין מיט די מאסקעס
דער ספאנישע גוי אינזערע שכינים האבן פינקט אזוי צי טריט צי די אינפערמאציע וואו למשל דאס:
As of this writing, 8,795 medical and public health scientists, and 22,290 medical practitioners, have signed the Great Barrington Declaration


פשוט אינזער הנהגה, באופן כללי, איז אנדערש!
גיי ווייס פארוואס...
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
שמערל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1129
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 982 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1336 מאל

שליחה דורך שמערל »

אינעם אנדערן אשכול האסטו גארנישט מסביר געווען, נאר כמנהגך אנגעפירקלט א באנטש ווערטער א חלק באלד און א חלק אנדערסקאורד, אבער כהצד שבהן א קוגל פון אומפארשטענדלעכע אויבערגעשפיצעלטע ווערטער.


אישתישבי האט געשריבן:
הקטן האט געשריבן:איך בין מסביר די חילוקים אין געגענטער גאר אנדערש וואו דיר, א מהלך וואס זאגט אז דיין אבזערוואציעס איז געבויט אויף ליפט.
לויט דעם איז נישט דא קיין פלאץ פאר וואס דו פרעגסט.

דיין פרעמיס: דא איז דא בפעול דא מער און דארט איז אויף אן אמת דא ווייניגער
און איך זאג האסט געטריקען די קאל-עיד


די ענטפערסט נישט די שאלה וואס מען פרעגט דיר. איך זיך נישט צו פארענטפערן קיין סתירות, עס איז אבזערוואציעס און חילוקים אין געגענטער.


הא גופא, ביסט נישט מסביר קיין שום חילוק, די זאגסט נאר עפעס וועגן לופט אסאך, דער חילוק וואס די זאגסט ברענגט נאר קשיות.

אנטשולדיגט פארען נישט פארשטיין אייך, איר זענט מן הסתם גאר קלוג און מן הסתם מיינט איר עפעס צו זאגן, אבער מחמת קוצר המשיג ועומק המושג קענט איר זיך נישט אראפלאזן צו אנשים קטנים כערכנו און דאס מסביר זיין אויף א וועג עס זאל זיין פארשטענדליך.

אלזא, טאמער איז אייער הסבר אז קאראנא איז אין די לופט, און פארדעם האט 11219 געהאט ווייניגער נפטרים, ווייל דער לופט איז אויסגעלייטערט דורך די הבל פיהם פין תשב"ר, פארשטיי איך, ואפשר לדון, טאמער מיינסט די עפעס אנדערש, זייטזשע מסביר, ואתכם הסליחה.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

מיינונגזאגער האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:פאליטיקאנט:וויאזוי האט נאר היטלער ימ"ש געזאגט. ווען ער האט געפרעגט רעטאריש..."וויפיהל דיוויזיעס האט דער פויפסט"?!...וויפיהל טויזנטער רייאטערס און לאאטערס קענען די אידן צושטעללן. משא"כ זיינע מחותנים די שחורים און ציגיינער...!
אומ זאגסטו גוט. די נעבעכדיגע אידן קענען נישט גארנישט, ווייסען נישט צו פייטן פאר רעכטן עניוועי.


Sent from my iPhone using Tapatalk

ס'איז נישט קיין ענין פון פייטן פאר רעכטן. וויפיהל ראיאטן האבן אידן אנגעדרייט וואו מענטשן זענען געהרג'ט געווארן און מ'האט איבערגעדרייט און פארברענט פאליס קארס...?!
פארשפארט