פרישע קאוויד קעיסעס אין בארא פארק

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
[NAMELESS]

פרישע קאוויד קעיסעס אין בארא פארק

שליחה דורך [NAMELESS] »

ס'איז באריכטעט אין די נייעס אז עס זענען דא פרישע מערערע קאוויד קעיסעס אין בארא פארק. אויב איינער האט מער פרטים ביטע שרייבן.

די עיקר אז מ'דארף דאך אלץ זיין פארזיכטיג, און ווער ס'קען גיין מיט א מאסק הרי זה משובח.
מיינונגזאגער

Re: פרישע קאוויד קעיסעס אין בארא פארק

שליחה דורך מיינונגזאגער »

חתם סופר האט געשריבן:ס'איז באריכטעט אין די נייעס אז עס זענען דא פרישע מערערע קאוויד קעיסעס אין בארא פארק. אויב איינער האט מער פרטים ביטע שרייבן.

די עיקר אז מ'דארף דאך אלץ זיין פארזיכטיג, און ווער ס'קען גיין מיט א מאסק הרי זה משובח.
אבער אויך איז באריכטעט אז די סימפטאמען זענען גאר גאר שוואך


Sent from my iPhone using Tapatalk
מנחם ציון
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 755
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 10, 2020 5:47 pm
האט שוין געלייקט: 479 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 679 מאל

שליחה דורך מנחם ציון »

@חתם סופר איך און די קענען זיין פאזיטיוו דאס אז ס'דא נייע מיענס נאטינג
היכי דמי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 714
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 04, 2017 7:32 pm
האט שוין געלייקט: 58 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 790 מאל

שליחה דורך היכי דמי »

לויט ווי מען שמועסט איז געווען א חתונה אין די פעלעס חתונה זאל פאר צוויי וואכן צוריק ווי עס האבן זיך באטייליגט געסט פון אנדערע סטעיטס, און לכאורה האבן זיי מיטגעברענגט די וויירוס מיט זיך, ווייל עטליכע באטייליגטע האבן געטעסט פאזעטיוו נאכדעם.
שמעון_ברוך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 45
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יוני 02, 2017 11:00 am
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8 מאל

שליחה דורך שמעון_ברוך »

איך קען א משפחה אין ב"פ וואס די טאטע מאמע האבן זיך זייער אכט געגעבען, און יעצט ליגן ביידע אין בעט מיט פיבער און שוועריקייטן מיטן אטעמען.
אין אנדערע נייעס האט דער נייער ניו יורק סיטי העלט קאמישענער געזאגט אז עס איז נישט אמת אז די היימישע קאמיוניטיס האבן הערד אימיוניטי.

https://boropark24.com/news/new-nyc-hea ... recautions
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

מיט דעם קענמען מסביר זיין, עפ"י דרך הטבע, פאר די מאמינים. נישט פאר די אפיקורסים, וויאזוי ס'איז מעגליך אז די מכות אין מצרים אויפ'ן גוף ווי כינים און שחין האבן נישט געכאפט אויף אידן. נאר אויף די מצרים...! די אפיקורסים, ווי הוגה און אנדערע גלייבן דאך ממילא נישט אז ס'זענען געווען מכות אין מצרים. אזוי ווי ס'שטייט אין די תורה. נאר אויב ס'וועט קומען עפעס א סייענטיסט. אן ארכיאלאג. און ער וועט זאגן אז נאך גראבונגען אין געוויסע געגנטער האט ער פעסטגעשטעלט אז ס'זענען געווען די געשעענישן. דאמאלס וועט ער גלייבן. נאר אז ס'איז געשעהען מיט א פאר מיליאן יאר צוריק. נישט מיט 3 און א האלב טויזנט יאר צוריק.

זיי טענה'ן למשל אויף קריעת ים סוף אז בערך צוישן 12 און 50 מיליאן יאר צוריק איז געווען אן אונטערערישע , דאפלטע צונאמי. און ביידע טיילן פון די רויטע זעה האבן זיך גערוקט אין 2 פארקערטע דיירעקשאנס. און אין די זעלבע צייט איז אויך געווען א וואלקעינא ערופציע (אויסברוך) וועלכע האט געמאכט הייס די אויסגעטרוקנטע ערד. און אלס עווידענס, זאגן ווייטער די סייענטיסטן קענמען קומען צו די ...":תורה מוזעאום"... אין בארא פארק. און באטראכטן די וועגענער פון פרעה. וואס די ליאזנא רבי שליט"א האט אפגעקויפט פון א קארופטירטן מצרי'שן גענעראל.

ב.ד.וו. צווישן אנדערע אנטיק ארטיקלען האט די ליאזנא רבי שליט"א אויך די הערנער פון פרעה'ס קוען (פונ'ם חלום פון פרעה, אין פ' מקץ.) וואס די רבי שליט"א האט אפגעקויפט פון אן אור אייניקל פן די שר המשקה פון מצרים. וועלכער האט דאס געהאט בירושה פון זיין זיידן.

אויך. די וועגענער האבן נישט געהאט קיין רעדלעך. (לכה"פ א טייל פון זיי.) האט די רבי שליט"א זיך מטריח געווען און געגאנגען צו די הויפטקווארטיר פון די פייערסטאון טייער פעקטארי אין דעטרויט (אין שכינות מיט די אלטע פארד מאטאר קאמפעני) און ר'האט צוגעקויפט די רעדלעך פאר די וועגענער פון פרעה וועלכע זענען אראפגעפאללן ווען די מצרי'שע סאלדאטן האבן נאכגעיאגט די אידן אין ים סוף.

די ליאזנא רבי שליט"א זאגט אויך אז די בארימטע בילד פון משה רבנו זצוקללה"ה ווי ער ברענגט אראפ די לוחות פון בארג סיני איז נישט די עכטע בילד פון משה רבנו. נאר פון דעם בוטשער פון אלעקסאנדריא. וועלכע איז געליגן אין אפיס פון אגודת ישראל אין קאירא. און ס'האטציך פארמישט מיט דעם בילד פון דעם בוטשער...!
היכי דמי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 714
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 04, 2017 7:32 pm
האט שוין געלייקט: 58 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 790 מאל

שליחה דורך היכי דמי »

מען האט אריינגענומען היינט א איד פון וויליאמסבורג אין שפיטאל נאכדעם וואס ער האט געכאפט קאראנע פאריגע וואך.

לאמיר זעהן ווילאנג עס וועט נעמען פאר הצלה און עסקנים ארויסצוקומען מיט עפעס זיכערהייט מעסעדזשעס פאר'ן ציבור, צו ח"ו נישט אנקומען נאכאמאל צו אזא מצב פון מארטש און אפריל.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

הר"ר חילא פאזען פון המזמרים איז אריין אין שפיטאל מיט קאוויד. זיין טאטע איז נעבעך אוועק פון קאוויד און זיין מאמע איז געוועהן קריטיש
היכי דמי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 714
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 04, 2017 7:32 pm
האט שוין געלייקט: 58 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 790 מאל

שליחה דורך היכי דמי »

39C4498D-C080-4D6D-A5B2-B01E095AECCB.jpeg
מפיל קינד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1010
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
האט שוין געלייקט: 642 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 989 מאל

שליחה דורך מפיל קינד »

באבוב שטעלט זיך ווידער ארויס אלס די סאמע ערשטע קהילה קדושה אין אמעריקע וואס נעמט שריט צו באווארענען דעם ציבור.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

מפיל קינד האט געשריבן:באבוב שטעלט זיך ווידער ארויס אלס די סאמע ערשטע קהילה קדושה אין אמעריקע וואס נעמט שריט צו באווארענען דעם ציבור.

סטאלין אין אמעריקא דארף נישט נעמען קיין שריט, ווייל זיי האבען קיינמאל נישט אויפגעהערט צו נעמען שריט
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3204
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2629 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

מאנכע שמועסן אז ראובן ווערט א באבוב'ע חסיד.
מיינונגזאגער

Re: פרישע קאוויד קעיסעס אין בארא פארק

שליחה דורך מיינונגזאגער »

מפיל קינד האט געשריבן:באבוב שטעלט זיך ווידער ארויס אלס די סאמע ערשטע קהילה קדושה אין אמעריקע וואס נעמט שריט צו באווארענען דעם ציבור.
סתם פעניק !!


Sent from my iPhone using Tapatalk
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

קורקלענד האט געשריבן:מאנכע שמועסן אז ראובן ווערט א באבוב'ע חסיד.

:lol: האסטו מיר געמאכט לאכן :lol:
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

אסאך האבן געזאגט אז פארמאכן שולן און ישיבות איז אזא עוולה, אז די קליינע סכנה לאזט עס נישט צו. איך וואלט זיי געגלויבט אז די חשיבות פון תורה און תפלה איז דער עיקר, ווען זיי וואלטן מקפיד געווען אויף אלע אנווייזונגן, אחוץ פארמאכן שולן.

איך האב היינט באקומן די נ.י.טיימס אימעיל, און דארט שטייט ווי פאלגענד
[center]Wearing masks will save lives[/center][left]As my colleague Nicholas Kristof wrote last month, declining to wear a mask while near people outside your household is like driving drunk: It puts everyone around you in danger. That consensus did not exist in the early months of the pandemic, when many countries were urging their citizens to wear masks even as the World Health Organization was refusing to recommend their use for fear of insufficient evidence and potential supply shortages. In June, however, after months of confusion and criticism, the W.H.O. endorsed mask wearing, citing “a growing compendium of observational evidence.”
That same month, a meta-analysis of 172 studies published in the medical journal The Lancet found that “wearing face masks protects people” — partially — “against infection.” Masks may even be the key factor in slowing transmission, according to one recent study: “Our analysis reveals that the difference with and without mandated face covering represents the determinant in shaping the trends of the pandemic,” the authors concluded. “Other mitigation measures, such as social distancing implemented in the United States, are insufficient by themselves in protecting the public.”

Over 69,000: That’s how many lives could be saved by December if 95 percent of Americans started wearing masks, according to the University of Washington institute. Right now, though, it estimates, only about 50 percent of Americans are doing so. And as Kristof wrote, usage lags especially among men, who are more likely to to regard masks as “a sign of weakness.” In a count conducted at several spots across New York City at the end of July, Times reporters found that about one in six women were walking around unmasked. For men, that number was nearly one in three.[/left]
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
תרמב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1322
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 10906 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2379 מאל

שליחה דורך תרמב »

די פרישע אויסברוך דערמאנט מיר פון די קאוואסאקי ווירוס, וואס די מידיא און קאומא וכדומה האבן זיך געפריידט צו מאכן א מצב דערפון, אז די עולם זאל חלילה נישט וועלן צוריקגיין צום נארמאלן לעבנס שטייגער, ס'איז פארשווינדן געווארן שנעלער וואו ס'איז געקומען, די מצב יעצט איז לכאורה די זעלבע.
shefele
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 44
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 23, 2012 11:34 pm
האט שוין געלייקט: 129 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 14 מאל

שליחה דורך shefele »

[quote="ליטוואק פון בודאפעסט"]אסאך האבן געזאגט אז פארמאכן שולן און ישיבות איז אזא עוולה, אז די קליינע סכנה לאזט עס נישט צו. איך וואלט זיי געגלויבט אז די חשיבות פון תורה און תפלה איז דער עיקר, ווען זיי וואלטן מקפיד געווען אויף אלע אנווייזונגן, אחוץ פארמאכן שולן.

איך האב היינט באקומן די נ.י.טיימס אימעיל, און דארט שטייט ווי פאלגענד[quote]

https://wwwnc.cdc.gov/eid/article/26/5/19-0994_article

ליין ווי זיי אליין שרייבן אז עס איז נישט דא קיין שום עווידענס אדער סטאדי וואס צייגט אז מאסקעס העלפן בכלל.
סתם צו טעראריזירן דעם עולם
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

דאס איז פון פיר מאנאטן צוריק.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דאס איז פון פיר מאנאטן צוריק.



a meta-analysis of 172 studies published in the medical journal The Lancet found that “wearing face masks protects people” — partially — “against infection


wow איך האב געמיינט ס'דא עוועדנס אז ס'העלפט זיכער, (פאר ווער ס'האט נישט קיין אניטבאדיס) שטעלט זיך אויס אז נאכן איבער קיקען גאנצע 172 סטאדיס איז נישט דא קיין קלארע בילד

ווייסט וואס דאס מיינט "ס'העלפט אביסעל"??
ס'מיינט אז די data איז בכלל נישט קאלר!

אזא meta-analysis קען מען אויך שרייבן ווען א גרויס חלק פין ד סטאדיס שרייבן קלאר ס'העלפט גארנישט!
וואס מיינסטו די 172 סטאדיס זענען געמאכט געווארן אין די לעצטע 4 חדשים
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
shefele
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 44
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 23, 2012 11:34 pm
האט שוין געלייקט: 129 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 14 מאל

שליחה דורך shefele »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דאס איז פון פיר מאנאטן צוריק.


https://www.healthaffairs.org/doi/full/ ... 2020.00818

דאס איז פון לעצטע וואך.
מאסקעס העלפן "יא"!!!
עס רעדוצירט דאס פארשפרייטן דעם וויירוס מיט........צווישן איין און צוויי פראצענט!!!
מיינונגזאגער

Re: פרישע קאוויד קעיסעס אין בארא פארק

שליחה דורך מיינונגזאגער »

shefele האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דאס איז פון פיר מאנאטן צוריק.


https://www.healthaffairs.org/doi/full/ ... 2020.00818

דאס איז פון לעצטע וואך.
מאסקעס העלפן "יא"!!!
עס רעדוצירט דאס פארשפרייטן דעם וויירוס מיט........צווישן איין און צוויי פראצענט!!!
פון וועמען מאכט מען דא חוזק עקזעקטלי?

Sent from my SM-T867V using Tapatalk
גבור חיל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 214
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 10, 2018 3:51 am
האט שוין געלייקט: 304 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 481 מאל

שליחה דורך גבור חיל »

סאיז זייער פשוט פארוואס עס ארבעט נישט!

די סירדזשיקל מאסקעס (נישט די N95) זענען געמאכט געווארן צו אפהאלטן דראפלעטס אין די רעינדזש פון 5 ביז הונדערט מייקראומיטער.

די קאראונע וויירעס איז 0.12 מייקראומיטער אין דייעמעטער.

סאו סאיז נישט דא קיין שום סיבה פארוואס די מאסק זאל עס אפהאלטן.
“Tell the world Johnny, tell them I, Johnny Depp, a man, I'm a victim too of Domestic Violence and see how many people believe or side with you.” - Amber Turd
פארשפארט