די שרעקליכע חוצפה פון די סאדיגורא רעביצין!

נייעס און פאסירונגען אין הויפן
באניצער אוואטאר
ישי שטיינמעץ
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 88
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 30, 2014 3:51 am
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 269 מאל

די שרעקליכע חוצפה פון די סאדיגורא רעביצין!

שליחה דורך ישי שטיינמעץ »

ס'איז אומגלויבליך זיך צוצוקוקן צו די אומדערהערטע און שמוציגע דראמא וואס שפילט זיך אפ די טעג בחצר סאדיגורא.

ס'קומט פאר א שרעקליכע גזילה לעיני השמש, א אומדערהערטע חוצפה ווי א פרוי פרובירט צו צוטרעטן מיט רשעות איר מאן'ס צוואה נאר ווייל זי אדער איר טאטע חיים משה פעלדמאן וויל אנדערש!

יעדער איז דאך מודה בלי שום ספק! אז די טאטע די סאדיגורא רבי ז"ל האט קלאר געוואלט אז זיין זוהן יצחק יהושע העשיל זאל אים איבערנעמען, און ער האט אזוי געשריבן קלאר אין א צוואה כדת וכדין בלי שום ספק ספיקא,

קומט צו גיין א רביצין א מחוצפת און א מושחת המדות, וואס מיינט אז ווייל זי איז א בת עשירים, די טאכטער פון חיים משה פעלדמאן, האט זי די רעכט לעיני כל העמים צו ווארפן איר מאן'ס צוואה אין בית הכסא אריין און צו מאכן וואס "זי וויל", און די חצופה האט נאך די חוצפה צו אונטערשרייבן איר נאמען אויף א אפיציעלע בריוו! ווי איז אזאנס געהערט געווארן אין א חסידיש חצר? ווער מיינט זי אז זי איז? א נארישע לאנדאנע מיידל! ס'איז א אנבעליוועבל חוצפה און עזות!

אבער די חוצפה איז אסאך טיפער.

ס'דאך זעהט אויס דא א סיבה פארוואס די טאטע האט אויסגעוועלט דעם קינד יצחק יהושע העשיל. ער איז א איידעלער און א בעל מידות, בשעת ווען זיינע ברודער שלאגן זיך צו זיין רבי'ס ווייל זיי ווילן פשוט די כבוד און די געלט אדער וואטעווער, עכ"פ נישט לשם שמים, און זיינע ברודער זענען גרייט צו צוטרעטן זייער טאטע'ס צוואה כאילו ס'וואלט געווען א שטיקל אשר יצר פאפיר.... און טרעטן אויף די עשרת הדברות ווי ס'שטייט כבד את אביך, אבי צו קענען "זיין א רבי" ...... וואט די העלל! ס'שטינקט דאך מסוף העולם ועד סופו!

אבער וואס ס'גייט פאר איז, אז ווייל די מאמע און די ברודער ווייסן אויך אז "שיעלע" איז א איידעלער, ממילא האבן זיי אים געפרעשורט צו "מוותר זיין" אז חאטשיג זיין טאטע האט געשריבן אז אלע מוסדות זאלן גיין צו אים, זאל ער מוותר זיין ירושלים פאר איין ברודער, מוותר זיין לונדון פאר א צווייטע.... און זיי ווייסן אז פאר אים איז שווער צו גיין מאכן א מחלוקת מיט זיין מאמע און זיינע ברודער די רודפים אחר הכבוד, זיי נוצן פשוט אויס זיין גוטסקייט צו אים "רעיפען" לעיני כל הקהל, און נאכדעם זאגן אהההה ער איז מסכים! ס'איז א עוולה שאין כמוהו וואס יעדע רעכט דענקנדע מענטש דארף שרייען דערקעגן!

ס'איז ליידער נישט קיין נייע זאך אז קינדער פון א פארשטארבענעם רבי זאלען זיך קלעבן צו רביסטעווע פאר די נישט ריכטיגע סיבות נאר פאר כבוד און געלט, אבער דא איז אנדערש, ס'איז אסאך נידריגער און אסאך שמוציגער, ווייל די טאטע איז אוועק יונג, ער איז געווען ביים פולן באוויסטזיין, און ער האט קלאר געזאגט זיין רצון אן קיין שום מקום פאר א ספק, אן קיין שום וועג צו טענה'ן אז ער איז געווען פארקאלעכט און מ'האט אים געזאגט וואס צו טאהן.....

דער טאטע האט אים פארשריבען אלעס! זיי האבן עס נישט ליב?! איטס זשאסט טו בעד!! זאלען זיי גיין ארבעטן פאר פרנסה פונקט ווי יעדער איינער..... און טאמער זיי ווילן ווערן א רבי ווייל ס'איז נפשם חשקה צו כבוד און געלט און גאוה און זיי האלטן נישט ביים פאלגן זייער טאטע זיך צו מכניע זיין פאר זייער ברודער, קענען זיי עס טוהן און זיך רופן א צווייטע נאמען, טאמער זיי האבן משוגעים וואס זענען גרייט זיי צו נאכלויפן.....

אבער די צווינגען "שיעלע" צו מוותר זיין אויף די מוסדות אין ירושלים און אין לאנדאן וואס זייער טאטע האט קלאר געשריבען אז ס'זאל זיין תחת נשיאותו, דאס איז א שרעקליכע גזילה לאור השמש!!! א אומדערהערטע שמוציגע טאהט!

טאמער חיים משה פעלדמן וויל, זאל ער זיי קויפען נייע מוסדות... אבער דאס ווילן זיי נישט..... וויייל זיי ווייסן אז די מוסדות וועלן בלייבען ליידיג..... קיינער וועט נישט אהין גיין....
זיי ווילן האבן בעלות אויף די אלטע מוסדות מיט די תלמידים כדי זיי צו קענען ברעינוואשען אז דער איז די "נייע רבי" וואס ער גייט זיי יעצט זאגען וואס איז די רצון ה'..... חאטשיג די גאנצע רביסטעווע האט זיך בכלל אנגעהויבן דורך טרעטן אויף די עשרת הדברות, אויף לא תגנוב און אויף די רצון ה', אוי לאותה בושה!! אוי לאותה כלימה!!! די רצון ה' איז די לעצטע זאך אין וואס זיי זענען אינטערעסירט, ס'איז א גרויל צו זעהן ווי נידריג געוויסע טיפן וועלן פאלן פאר אביסל נארישע כבוד און נארישע גאוה.

כ'רעד שוין נישט פון די שרעקליך היפאקריטישע חלק דערפון, די חסידישע חינוך (נישט אז איך האלט ס'איז ריכטיג...) גייט דאך אז מען דארף פאלגן דעם רבי'ן, און אזוי זענען זיי מחנך די קינדער און די חסידים, אבער ווען ס'קומט די מינוט ווען פאר זיי אליינס געפעלט נישט וואס די "רבי" זייער טאטע האט געוואלט, דאן זענען זיי גרייט צו טרעטן אויף די גאנצע "רצון צדיק" וואס זיי פרעפלען פאר אנדערע, און זיי זענען גרייט צו טרעטן אויך אויף די עשרת הדברות ווען ס'שטימט נישט מיט זייער רצון פון "אני אמלוך" און זייער רצון פאר כבוד און גאוה!!

און ס'וויכטיג צו פארשטיין נאך א נקודה. לויט ווי ס'קוקט אויס פון וואס מען הערט, איז עס בכלל נישט געווען קיין סוד אז די טאטע האט געוואלט "שיעלע", ער האט אלץ געהאלטן אז ער איז זיין געראטענסטע קינד, ער האט אים ליב געהאט, און ער האט עס נישט געהאלטן פאר א סוד אז ער וויל אז ער זאל זיצן אויף זיין בענקל נאך זיינע הונדערט און צוואנציג,
נאר וואס דען, די חצופה רביצין מיט אירע בנים האבן געטראכט "יקרבו ימי אבל אבי", ווען ער וועט שטארבן וועלן זיי טוהן וואס זיי ווילן! און זיי וועלן מסתם נאך זאגן אז דאס איז געווען זיין רצון.... און פארטיג...

האט אבער די טאטע דער סאדיגורער רבי דאס אויך פארשטאנען, ער האט פארשטאנען וואס די פלאן די רביצין מיט די בנים איז, ער האט געוויסט אז זיי ווילן נישט טוהן דאס וואס ער האלט אז ס'איז ריכטיג, פאר דעם איז ער געגאנגען און געשריבן א קלארע צוואה מיט דיינים אין מיט א עורך דין, כדי קיינער זאל נישט קענען נאכדעם פארקויפן וואס זיין רצון איז געווען,

זעהט אויס אז פארדעם האט די חצופה רביצין נישט געוויסט פון די צוואה, ווייל איר מאן האט געוואוסט אז טאמער זי ווייסט דערפון וועט זי מאכן געוואלדעס און אים פארביטערן דאס לעבן, ממילא האט ער עס געהאלטן בסוד, אז ס'זאל ארויסקומען ווען ס'דארף ארויסקומען.

און דאס איז וואס האט פאסירט פאר די לוויה. די צוואה איז ארויסגעקומען, און די חצופה רביצין מיט די בנים זענען געכאפט געווארען אין שאק און זיך דערזעהן מיט א פראבלעם, דער טאטע האט קלאר געשריבן וואס ער וויל, אין ס'איז אסאך שווערער זיך צו אויספייפען אויף אים, ממילא האבען זיי באשלאסן קודם צו אפלייגען די זאך און נישט מכתיר זיין קיינעם, און נאכדעם טרעפן א וועג זיך צו אויספייפען אויף זייער מאן/טאטע.

ס'אויך געווען זייער זייער נישט צום הארצן צו זעהן וויזוי "שיעלע" איז געשטופט געווארען צו די זייט דורכאויס די שבעה, ווען זיי האבען געוויסט קלאר אז די טאטע האט געוואלט אז ער זאל פירן, דער עלסטער האט זיך געזעצט אינדערמיט מיט זיינע עלטערע ברודער לעבן אים, און "שיעלע" איז געזיצן אין די זייט ווי כאילו עפעס א פיפטע רעדעל.....

שבעה זענען זיי געזעצן.... זיי קערן ניטאמאל וואס זייער טאטע וויל..... די גאנצע שבעה איז געווען א פריעוו צו זיך אהערשטעלן אלץ ממשיך קעגן זיין טאטע'ס רצון!!! ווי נידריג!!!

למעשה האמת יורה דרכו, זיי קענען זיך שלאגען אויף ריעל עסטעיט, זיי קענען זיך דערקלערען "רביס"..... אבער צום סוף ווענדט זיך עס וואו די חסידים וועלן גיין, און ווי ס'זעהט אויס גייט רוב עולם מיט "שיעלע", און די שמוציגע התנהגות פון די חצופה מיט אירע בנים האט מסתם נאר אויפגעטוהן אז מער מענטשן זאלען זיך פארעקלען פון זיי!!!

און פאר די וואס זענען אין שידוכים..... געבט ענק אכטונג פון לאנדאנע מיידלעך......
לכבוד שבת קודש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 278
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 17, 2013 12:08 am
האט שוין געלייקט: 17 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 270 מאל

שליחה דורך לכבוד שבת קודש »

גראד פון די ערשטע מינוט האט שיעלע געזאגט אז ער איז גערן מוותר די רבי'סטעווע, זיין ברודער קען נעמען ירושלים און אפילו בני-ברק אויב ער וויל. ס'האט זיך אנגעהויבן ווען דער לאנדאנער ברודער האט גע'טענה'עט אז דער טאטע האט אים צוגעזאגט לאנדאן און די אנדערע ברידער (וואס זענען נישט געווארן רבי'ס) האבן געזאגט אז ס'איז נישט פשוט סתם אזוי זיך אויסצופייפן אויף די צוואה, אפילו אויב שיעלע וויל, איז געווארן דערפון א שאלה.

איין זאך איז זיכער, יעדער זעט קליפ און קלאר ווי אזוי הרב מש"י האט זיך אויפגעפירט, און ווי אזוי ער איז געווען א תובע בפה... אבער, פארשטייסט אים נישט? - ער האט זיך אלע יארן גע'הרג'עט פאר די זאך, מיט דעם חשבון אז ער וועט עס באקומען... וואס זאל ער יעצט טון, ווערן א שנארער?

אגב; גיב אכטונג, מ'שישקעט זיך אז ער האט א ניק דא, סא...
באניצער אוואטאר
ישי שטיינמעץ
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 88
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 30, 2014 3:51 am
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 269 מאל

שליחה דורך ישי שטיינמעץ »

לכבוד שבת קודש האט געשריבן:
איין זאך איז זיכער, יעדער זעט קליפ און קלאר ווי אזוי הרב מש"י האט זיך אויפגעפירט, און ווי אזוי ער איז געווען א תובע בפה... אבער, פארשטייסט אים נישט? - ער האט זיך אלע יארן גע'הרג'עט פאר די זאך, מיט דעם חשבון אז ער וועט עס באקומען... וואס זאל ער יעצט טון, ווערן א שנארער?


לויט ווי ס'זעהט אויס האבען זיי שוין לאנג געוויסט אז זייער טאטע וויל שיעלע,
נאר זייער פלאן איז מסתם לכתחילה געווען צו זיך דערקלערען רבי .... זיך אויספייפענדיג אויף זייער טאטעס רצון ! וואס זיי האבען נישט געוויסט איז אז ס'דא אזא קלארע צוואה ! וואס דאס האט צימישט די פלענער.....

ס'נישט געווען קיין שאק פאר זיי וואס זייער האט געוואלט ! זיי האבען געוויסט ! די שאק איז געווען די קלארע צוואה וואס מאכט שווערער די גזילה !!!
לכבוד שבת קודש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 278
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 17, 2013 12:08 am
האט שוין געלייקט: 17 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 270 מאל

שליחה דורך לכבוד שבת קודש »

מאן יימר?
באניצער אוואטאר
ישי שטיינמעץ
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 88
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 30, 2014 3:51 am
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 269 מאל

שליחה דורך ישי שטיינמעץ »

לכבוד שבת קודש האט געשריבן:מאן יימר?


אזוי האב איך געליינט דא אין דארט, אז ער האט שוין א היבשע פאר מאל געזאגט פאר דעם אין פאר יענעם אז "שיעלע" איז זיין ממשיך,
ס'נישט געווען קיין סוד,
לכבוד שבת קודש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 278
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 17, 2013 12:08 am
האט שוין געלייקט: 17 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 270 מאל

שליחה דורך לכבוד שבת קודש »

ער האט געזאגט נאך זאכן אויף אנדערע קינדער. אויב זיי וואלטן געווארן רבי אין די צוואה, וואלסטו שוין געהערט.
באניצער אוואטאר
ישי שטיינמעץ
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 88
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 30, 2014 3:51 am
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 269 מאל

שליחה דורך ישי שטיינמעץ »

לכבוד שבת קודש האט געשריבן:ער האט געזאגט נאך זאכן אויף אנדערע קינדער. אויב זיי וואלטן געווארן רבי אין די צוואה, וואלסטו שוין געהערט.


ניין, איך זאג דיר ס'נישט געווען קיין סוד, ער האט אלץ ליב געהאט דעם קינד, ער איז אלץ געווען זיין "פעיווירעט", יעדער האט געוויסט !
ס'נישט זאכען וואס קומען יעצט ארויס אז ער האט געזאגט ..... ס'איז בכלל נישט געווען קיין סוד ! ס'געווען א סוד פאר גאנץ בראד.....

פארוואס מיינסטע האט ער געשריבען א צוואה אונטערן רוקען פון די רביצין אין די קינדער ??? ווייל ער האט געוויסט וואס "זיי" ווילען, און ער האט געוויסט אז זיי ווייסען וואס ער וויל און ווילען אנדרעש !
באניצער אוואטאר
בת קול
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1421
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 2:34 pm
געפינט זיך: אין מיינע געדאנקען
האט שוין געלייקט: 1427 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1672 מאל

שליחה דורך בת קול »

האט ער צוטיילט עפעס אין די צוואה פאר די אנדערע קינדער?
וועלכע נערמאלע טאטע געבט אלעס פאר איין קינד היינט צוטאגס?
לויט ווי איך פארשטיי איז אן ערסנטע שאלה אויב א צוואה פארמעקט די רעכטן פון א בכור.
שוין גארנישט א מחוצפת- די מאמע. זעהט אויס זי איז א קלוגע פרוי, וואס וויל עס זאל זיין שלום אין די משפחה.
.I got voices in my head.
בעל דרשן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 474
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 06, 2018 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 55 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 173 מאל

שליחה דורך בעל דרשן »

ישי שטיינמעץ האט געשריבן:ס'איז אומגלויבליך זיך צוצוקוקן צו די אומדערהערטע און שמוציגע דראמא וואס שפילט זיך אפ די טעג בחצר סאדיגורא.

ס'קומט פאר א שרעקליכע גזילה לעיני השמש, א אומדערהערטע חוצפה ווי א פרוי פרובירט צו צוטרעטן מיט רשעות איר מאן'ס צוואה נאר ווייל זי אדער איר טאטע חיים משה פעלדמאן וויל אנדערש!

יעדער איז דאך מודה בלי שום ספק! אז די טאטע די סאדיגורא רבי ז"ל האט קלאר געוואלט אז זיין זוהן יצחק יהושע העשיל זאל אים איבערנעמען, און ער האט אזוי געשריבן קלאר אין א צוואה כדת וכדין בלי שום ספק ספיקא,

קומט צו גיין א רביצין א מחוצפת און א מושחת המדות, וואס מיינט אז ווייל זי איז א בת עשירים, די טאכטער פון חיים משה פעלדמאן, האט זי די רעכט לעיני כל העמים צו ווארפן איר מאן'ס צוואה אין בית הכסא אריין און צו מאכן וואס "זי וויל", און די חצופה האט נאך די חוצפה צו אונטערשרייבן איר נאמען אויף א אפיציעלע בריוו! ווי איז אזאנס געהערט געווארן אין א חסידיש חצר? ווער מיינט זי אז זי איז? א נארישע לאנדאנע מיידל! ס'איז א אנבעליוועבל חוצפה און עזות!
קומט ציגיין א רביצין א מחוצפת אין א מושחת המידות, וואס מיינט אז ווייל זי איז א בת עשירים, די טאכטער פון חיים משה פלדמן, האט זי די רעכט לעיני כל העמים צו ווארפען איר מאן'ס צוואה אין בית הכיסא אריין אין צו מאכען וואס "זי וויל", אין די חצופה האט נאך די חוצפה צו אינטערשרייבען איר נאמען אויף א אופיציעלע בריוו ! ווי איז אזאנס געהערט געווארען אין א חסידיש חצר ? ווער מיינט זי אז זי איז ? א נארישע לאנדאנע מיידל ! ס'איז א אנבעליוועבעל חוצפה און עזות!


דו רעדסט נאריש און נישט קיין איין נארמאלע ווארט.

מ'שרייבט נישט קיין צוואה אן די דעת פון די ווייב.
א פרוי וואס האט זיך מוסר נפש געווען פאר דיר אלע יארן גייסטו און דו בא'עוול'סט איר אויף אזא שרעקליכע פארנעם.
זייער גוט אז די אנדערע ווערן רבי'ס, כל הכבוד.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

וואס איז פונקט דא פארגעקומן, און וואס דער סאדיגערער רבי ז"ל האט געזאגט פאר זיין ווייב פריוואט ווייס איך נישט. איך וויל נאר מעורר זיין הלכה'דיג אז הגם אז געווענדליך מוזן קינדער ענדערש פאלגן די טאטע ווי די מאמע, ווייל אתה ואמך חייבים בכבודו, אבער דאס איז נאר ווען זי איז מחוייב בכבודו. וויבאלד יעצט מעג זי גיין חתונה האבן מיט א צווייטן (נאך חודשי הבחנה), מוז זי אים נישט מכבד זיין, און זיי זענען ביידער אייניג. זי מוז אים נישט מכבד זיין, און די קינדער מוזן נישט אויסוויילן די טאטע איבער די מאמע.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:וואס איז פונקט דא פארגעקומן, און וואס דער סאדיגערער רבי ז"ל האט געזאגט פאר זיין ווייב פריוואט ווייס איך נישט. איך וויל נאר מעורר זיין הלכה'דיג אז הגם אז געווענדליך מוזן קינדער ענדערש פאלגן די טאטע ווי די מאמע, ווייל אתה ואמך חייבים בכבודו, אבער דאס איז נאר ווען זי איז מחוייב בכבודו. וויבאלד יעצט מעג זי גיין חתונה האבן מיט א צווייטן (נאך חודשי הבחנה), מוז זי אים נישט מכבד זיין, און זיי זענען ביידער אייניג. זי מוז אים נישט מכבד זיין, און די קינדער מוזן נישט אויסוויילן די טאטע איבער די מאמע.

עס קומט נישט אזוי ווייט אריין כיבוד אב צו אם די שאלה איז מער ווער עס האט די בעלות איבערצוגיבן ווייטער און איך מיין די ספק איז אלס די רבי צו די קהילה א רעביצין האב איך קיינמאל געהערט.
למעשה וויל זי נישט א צוקריגטע פאמיליע האט זי זיך געשטעלט דערויף צו גערעכט צו אומגערעכט ובדרך אפשר קאן זיין אז אין די צוואה שרייבט די רבי אז די נייע רבי קען משנה זיין לפי ראות עיניו דא האט איר די ערשטע שינוי עס איז מסתבר אז ר' מענדל שפרן האט זיך אויף דעם סומך געווען

אין א זייטיגע נאטיץ פארגין איך נישט פאר @ליטוואק די הנאה ווי די חסידישע רבי'ס זענען אזעלעכע תובע בפה'ניקס בריש גלי קעגן א קלארע צוואה פון די אלטע רבי...

ווי גייט די ניגון? איך וויל זיין א רבי...

#נעקסט לעוול בושות
תורה ומדע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 923
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 15, 2016 10:55 am
געפינט זיך: מידוועסט
האט שוין געלייקט: 483 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 667 מאל

שליחה דורך תורה ומדע »

דער סאדיגורער רבי זצ״ל האט געהאט א העכערע חסידישן בליק אויף זיין רביסטעווע אלץ המשך פונעם הייליגן רוזינער און ממשיך עד ביאת הגואל. לויטן צוואה, האט ער ווי א חסיד פון די דאזיגער גזע געלייגט די רביסטעווע אויף גאר א הויכן פעדעסטל אין איהר געדינט בנאמנות בשליחות קודש פון זיינע הימלישע אבות. ממילא האט ער אט די כוחות, אלץ חסיד, זיך ניט געקענט זעהן מוריש צו זיין נאר פארן מערסטען-געראטענעם און איידעלסטן זוהן - רב שיעלע שליט״א. די רעבעצין ווידער מיט די אנדערע זיהן גיבן די זאך מער א פראקטישן בליק. ווי קען מען צונעמען פונעם עלטסטן דאס וועלכער ער וואשט זיך שוין דערצו דרייסיג יאהר?
למעשה, היסטאריש אין רוזין זענען אלע זיהן געווארען רביס אין אנדערע געגנטער. ממילא קענען אלע זוהן עפענען אייגענע חצירות (כפי הצוואה, אן דעם נאמען סאדיגורא אדער רוזין), און זיי וועלען מצליח זיין לויט זייערע כשרונות און לויט וויפיעל כוחות זיי אינוועסטירן.
קבל את האמת ממי שאמרו (רמבם ה' קידוש החודש)
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

עמעזאן האט געשריבן:אין א זייטיגע נאטיץ פארגין איך נישט פאר @ליטוואק די הנאה ווי די חסידישע רבי'ס זענען אזעלעכע תובע בפה'ניקס בריש גלי קעגן א קלארע צוואה פון די אלטע רבי...

ווי גייט די ניגון? איך וויל זיין א רבי...

#נעקסט לעוול בושות

האסטיך יעצט אויפגעוועקט? עס איז שוין געווען פיל גרעסער בושות פון די פני פון די חסידישע וועלט. די פראבלעם איז נישט וואס זיי טון, נאר דאס אז יעדער מוז עס פארטיידיגן. אנשטאטס א פאר שלעכטע מענטשן, ווערט א גאנצע ציבור שלעכט. דא וואס קיינער פארטיידיגט עס, איז עס סתם א מציאות, אז עס איז דא ערגעץ אין דער וועלט מענטשן וואס לעכצן נאך עפעס.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
בוטן
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 209
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 29, 2020 9:22 am
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 92 מאל

שליחה דורך בוטן »

איינער שרייעט אז דאס איז ווי יעקב אבינו האט ליב געהאט יוספ'ל, און א צווייטער שרייעט אז דאס איז גענוי ווי אלטע פייגע זעצט זיך אויפ'ן בענקל און מאכט גערודער.
ירא העם וישפוט, וועמען זיי האבן ליב! גארנישט מער.
ס'דערמאנט מיך, ווען מ'האט געפרעגט א 'קלוגע' מענדעליסט, באלד נאכן הסתלקות פונעם ישועות משה, וואס האסטו געזען צו וועלען ר' מענדל איבער ישראל? האט ער געענטפערט א מיליאן דאלאר תשובה; ווייל מענדל האט מיך געלעקט!
מפיל קינד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1010
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
האט שוין געלייקט: 642 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 989 מאל

שליחה דורך מפיל קינד »

[tag]בעל דרשן[/tag] איינער זאגט מיר אז זייט די צוואה איז סדיגורא איז ארויס, קען רבי חיים שלום נישט שלאפן ביינאכט, און מיט רעכט...

ס'שטומט פיין מיט דיין אויסברוך.
מיינונגזאגער

שליחה דורך מיינונגזאגער »

.
באניצער אוואטאר
במדבר
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 281
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 02, 2020 12:58 pm
האט שוין געלייקט: 699 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 441 מאל

שליחה דורך במדבר »

ישי שטיינמעץ האט געשריבן: ווי איז אזאנס געהערט געווארען אין א חסידיש חצר ? ווער מיינט זי אז זי איז ? א נארישע לאנדאנע מיידל ! ס'איז א אנבעליוועבעל חוצפה אין עזות !


אין פאר דעי וואס זענען אין שידוכים..... געבט ענק אכטונג פון לאנדאנע מיידלעך......


א ''זייטיגע'' הערה (אדער נישט): @ישי איך גלייך נישט צו מישן אין אזאליכע טעפ, אבער סהאט מיר געגריצלט צו הערן עפעס וואס איך האב אייביג געוויסט די היפך אז ענגלישע מוידן זענען גווענדליך פון גאר א גיטע קוואליטעט און זענען מער געלערנט האבן מער קלאס און טאקט, געטריישאפט, איידלקייט וכדו' פון די דארוכשניטליכע אמעריקאנער מיידל (איך האב צוגעקימענע בני משפחה פון דארט), איך וועל אייך דאנקבאר זיין אויב איר וועט אביסעלע מער עלאברירען.
הלוואי ויתמזגו מזרח ומערב (אהוד מנור).
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

די איינציגסטע אמעריקאנער מיידעל וואס איך קען איז מיין טאכטער, און זי איז א פיינע מיידעל, אבער נאך גאנץ יונג. די ענגלישע מיידלעך וואס איך קען זענען אויך גאנץ פיין, כולל מיין שוועסטערס, שוועגערינ'ס, ווייב און ווער נישט. אפשר צו מיר קלעבן זיך נאר פיינע מיידלעך.

אלזא, בין איך דא מוחה אויף דער מענדעליסטישע אויסברוך אויף ענגלישע מיידלעך. און אגב וויל איך דיר זאגן אז מיין מומעס געדענקן מרס מענדל הגר אין סעמינארי אין געיטסהעד. זי האט נישט מורא געהאט פאר די ענגלישע מיידלעך.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
לך לך
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 339
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 2:51 pm
האט שוין געלייקט: 33 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 84 מאל

שליחה דורך לך לך »

איינער מיט א ס"ה וויפיל משפחות רעדט מען דא? 100 200 ?
מפיל קינד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1010
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
האט שוין געלייקט: 642 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 989 מאל

שליחה דורך מפיל קינד »

א איד איז אמאל געקומען צו זיין רבי'ן אז ער האט געהאט א מאדנע חלום. א זקן מופלג מיט א הדרת פנים איז געקומען צו אים און געזאגט אז ער מוז זיך דערקלערן אלס א רבי! ס'איז געקומען די צייט ער זאל זיך מגלה זיין און אנהייבן פראווען באדמורת.

זאגט אים דער רבי, אשריך וטוב לך. נישט יעדן טאג מאכט זיך אזא חלום. אבער אויב דו ווילסט ווערן רבי, דארפן די חסידים חלומ'ן אז דו ביסט רבי, נישט דו...

לעניננו? נישט נוגע. סתם זיך דערמאנט...
באניצער אוואטאר
בוטן
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 209
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 29, 2020 9:22 am
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 92 מאל

שליחה דורך בוטן »

מפיל קינד האט געשריבן:זאגט אים דער רבי, אשריך וטוב לך. נישט יעדן טאג מאכט זיך אזא חלום. אבער אויב דו ווילסט ווערן רבי, דארפן די חסידים חלומ'ן אז דו ביסט רבי, נישט דו...

היינט איז עס טאקע שוין נישט נוגע, ווייל מ'קען שוין היינט באקומען פון טשיינע אלעס פאר שפאט ביליג - אויך חסידים...

ואיבעית אימא, געב א קוק ספינקא, ווי פון דעם געקליבענעם ציבור ביי ר' הערשעלע האט זיך צעוואקסן זיבן קהילות, מיט גבאים, מיט קעכערס, מיט דרייווערס, מיט הויז בחורים, מיט שטוב מוידען, מיט רב הצעיר'ס, מיט אב''ד ואבק ואבד''ק...
ס'דא גענוג פאר יעדעם.
באניצער אוואטאר
לאמיר זאגן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 114
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 1:45 pm
האט שוין געלייקט: 53 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 59 מאל

שליחה דורך לאמיר זאגן »

בת קול האט געשריבן:האט ער צוטיילט עפעס אין די צוואה פאר די אנדערע קינדער?
וועלכע נערמאלע טאטע געבט אלעס פאר איין קינד היינט צוטאגס?
לויט ווי איך פארשטיי איז אן ערסנטע שאלה אויב א צוואה פארמעקט די רעכטן פון א בכור.
שוין גארנישט א מחוצפת- די מאמע. זעהט אויס זי איז א קלוגע פרוי, וואס וויל עס זאל זיין שלום אין די משפחה.

ווער זאגט אז ער נישט געהאט נאך נכסים צו געבן פאר די איבריגע קינדער לויט די הלכה? אדמורו"ת איז נישט אלעס.
איש פשוט
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 8
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 05, 2020 5:58 pm
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7 מאל

שליחה דורך איש פשוט »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:וואס איז פונקט דא פארגעקומן, און וואס דער סאדיגערער רבי ז"ל האט געזאגט פאר זיין ווייב פריוואט ווייס איך נישט. איך וויל נאר מעורר זיין הלכה'דיג אז הגם אז געווענדליך מוזן קינדער ענדערש פאלגן די טאטע ווי די מאמע, ווייל אתה ואמך חייבים בכבודו, אבער דאס איז נאר ווען זי איז מחוייב בכבודו. וויבאלד יעצט מעג זי גיין חתונה האבן מיט א צווייטן (נאך חודשי הבחנה), מוז זי אים נישט מכבד זיין, און זיי זענען ביידער אייניג. זי מוז אים נישט מכבד זיין, און די קינדער מוזן נישט אויסוויילן די טאטע איבער די מאמע.

און להלכה מוזן די קינדער פאלגען די מאמע וייל כיבוד אם איז דוחה מצות לקיים דברי המת.
פארשפארט