די דעטאלן ארום די פרשה אין סאדיגורא
- ארי נוהם
- שריפטשטעלער
- הודעות: 479
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 3:13 am
- האט שוין געלייקט: 1139 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1918 מאל
די דעטאלן ארום די פרשה אין סאדיגורא
יעדער טומלט די לעצטע צוויי וואכן איבערן פרשה אין סאדיגורא, אז דער רבי וואס איז יעצט נפטר געווארן האט איבערגעלאזט א צוואה אז זיין פינפטער זון, רבי יצחק יהושע העשיל, זאל איבערנעמען די עדה און נישט דער עלטסטער זון.
פארשידענע ספעקולאציעס זענען דערמאנט געווארן דערוועגן, און אנדערע זענען סתם אזוי בייז "היתכן" דער רבי האט זיך דערוואגט אזוי אויסצושפילן זיין בכור, ווען אנדערע זענען גענצליך צומישט און פרובירן פארשטיין דעם ארטיגן הלוך-ילך.
עס איז טראגי-קאמיש אז מענטשן פאראינטערעסירן זיך אזוי שטארק אינעם ארטיגן פרשה, און מ'טראגט כלומר'שט די דאגות פון די סאדיגורער חסידים, ווען אין פאקט קען מען - מיט איין שמועס מיט א סאדיגורער חסיד - שנעל געוואויר ווערן אז זיי זעלבסט זענען גאר שטארק צופרידן פונעם צוואה. עס איז נאר שווער אויסצופירן, ווייל "גיי טרעף א סאדיגורער חסיד"...
האט דאך שוין אויף אן ענליכן פרשה, קראסנא-כוונת הלב, זיך אויסגעדרוקט דער הייליגער צדיק פון יארמע וגלילותיה: "א שאד, אזא שיינע מחלוקת איבער אזא קליינע קהילה".
נאכן מאכן אסאך בדק-הבית, און שמועסן מיט פארשידענע מענטשן מיט אינעווייניגסטע אינפארמאציע, בין איך מער-ווייניגער געוואויר געווארן וואס דא גייט פאר, אמווייניגסטנס צו פארשטיין די עיקרי הדברים. כ'וועל עס דא אראפברענגען אין קורצן, באזירט אויף פונקטן.
1. סאדיגורא איז אמאל געווען א פיצינקע חסידות [און איז נאכאלס...], מיט גאר ווייניג חסידים און גאר ווייניג געלט. איינע פון די גרעסטע שוויצערס פאר סאדיגורא איז געווען ר' חיים יצחק כהן, א איד אן עסקן און א נגיד פון א סאדיגורא משפחה, און איז באקאנט אין ארץ ישראל אלס גרויסער בעל צדקה און בעל חסד (ער איז דער שווער פונעם סאווראנער רבי, און אזוי אויך דער ברודער פונעם באקאנטן "באבא נחום" - רבי נחום כהן). ער האט געשאפן ריזיגע סכומים געלט, און איז געווען דער עמטליכער מנכ"ל המוסדות וואס על פיו ישק כל דבר ממש. אדאנק אים האט מען געבויט די ריזיגע בנינים אין ירושלים און ב"ב, און ער איז געווען סינאנים מיטן ווארט סאדיגורא.
2. פופצן יאר צוריק, בחיי רבי אברהם יעקב מסאדיגורא (דער זון פונעם סאדיגורא-פשעמישלער רבי, און דער פאטער פונעם יעצטיגן נפטר), האט מען ארויסגעטראסקעט חיים יצחק כהן, בבושת פנים ובשן ועין פון סאדיגורא. אין גאס האט זיך געשאקלט מיט די נייעס, און קיין קלארע אורזאכן זענען נישט געגעבן געווארן. מ'האט געוואוסט אז דאס האט דער רבי געטון אויפן ראט פון זיין בן יחיד, רבי ישראל משה - רב אין סאדיגורא לאנדאן (וואס איז שפעטער געווארן רבי און איז יעצט אוועק), און געוויסע זענען געווען בייז אז דער בן יחיד מישט א קאשע קעגן איינפלוסרייכע מענטשן אינעם חסידות. נאך א שטיק צייט איז אויסגעקלארט געווארן, אז דאס איז גאר צו פארדאנקען דעם בכור פון ר' ישראל משה, מרדכי שלום יוסף, וואס האט זיך געמישט אין עסקנ'ישע געלעגנהייטן פונעם זיידנס חסידות, און האט זיך צופיצקעט מיט חיים יצחק כהן. ווי פארשטענדליך איז דער אייניקל געווען ידו על העליונה און חיים יצחק איז געפלויגן.
3. אין סאדיגורא זעלבסט זענען מענטשן געווען זייער גערעגט. די ארטיגע עולם איז באשטאנען פון מער מאדערנע עלעמענטן, און זייער קשר מיט סאדיגורא איז געווען בעיקר צו פארדאנקען אז זיי זענען געבוירן צו אור-אלטע סאדיגורא פאמיליעס פון בעפארן קריג, אבער יעדער האט געוואוסט אז חיים יצחק כהן איז דער גרויסער מקים עולה של סאדיגורא, און דאס ארויסווארפן דעם מענטש האט געברענגט בייז בלוט אויף מרדכי שלום יוסף, א יונגערמאנטשיק וואס מישט א טאפ צו גרויס פאר זיינע הענט. אבער צום סוף האבן אלע איינגעשטילט. אלע? נישט ממש, אונטערן קארפעט האבן מענטשן געדענקט אז מ'דארף זיך נאך אפרעכענען.
4. זיבן-אכט יאר שפעטער, איז ר' אברהם יעקב נפטר געווארן נאכן ליידן פאר יארן פון פארקינסאנס ל"ע. זיין בן יחיד, דער געלונגענער רב אין לאנדאן, ר' ישראל משה, האט איבערגענומען די לייצעס. ער האט איינגענומען זיין עולם גאר שנעל, זייענדיג באמת א געשמאקע און געלונגענע מענטש. ער איז געווען א ת"ח, אן עסקן, און קלוג. ער האט געהאט א געוויסע פרומקייט צו זיך, און האט געצויגן זיין חסידות מער רעכט און היינט צוטאגס האט זיך עס נישט מיט וואס צו שעמען פון קיין אנדערע חסידות'ן. זיין עלטסטער זון מרדכי שלום יוסף - וועמען מיר וועלן רופן פון יעצט און ווייטער מש"י, ווי ער ווערט באטיטלט איבעראל - איז אצינד געווארן דער הויפט עסקן און כלבו'ניק פונעם חסידות. ער האט אפגעקויפט די סאדיגורער הויף אינעם שטאט סאדיגורא, ער האט פארהאנדלט מיט די איזרעאלישע אינסטאנצן איבערן ניסן ב"ק שול אין אלטשטאט ירושלים וואס ווערט אצינד איבערגעבויט, און ער איז געווען דער הויפט-קנאקער די לעצטע זיבן יאר.
5. מטבע הדברים האט ער זיך צו'הרג'עט מיט גאר אסאך מענטשן אינעם הויף. ער האט געקריגן שונאים מידידי ונגידי החצר, מיט עסקנים און מיט סתם מענטשן, אזש זיין בענקל האט זיך גענומען וואקלען. מענטשן האבן גענומען מסר'ן דעם זון צום טאטן, און דער טאטע האט געזען אז צוזאמען מיטן אויפבויען דעם הויף באגראבט ער זיך אליינס, ווייל דער עולם האט אים נישט ליב. אינצווישן איז געווארן א קאלטע שלום צווישן דעם רבי'ן און חיים יצחק כהן (נאך א ד"ת וואו דער רבי האט אביסל פארלוירן. זיי האבן דאן געמאכט א "לחיים" אינאיינעם צו פארגעסן אלטע חאזעריי), ווען דער לעצטער האט געפונען א שטיקל אויער צו ערקלערן אז ווען נישט מש"י מישט א קאשע וואלט קיינמאל קיין פרשה נישט אויסגעבראכן. חיים יצחק כהן האט געהאט - און האט נאכאלס - אסאך ידידים אין סאדיגורא, און צוזאמען האבן זיי געארבעט מסביר צו זיין פארן רבי'ן אז מש"י איז אן אנדרייער און מענטשן זענען זייער אומצופרידן מיט אים.
6. די ווערטער זענען נישט געפאלן אויף א ליידיג אויער, און זיין טאטע האט אים אסאך מאל געזאגט אז ער זאל זיך אפלאזן פון אלע עסקנות'ן און ענדערש נאר ליגן אין לערנען. עס דארף טאקע ארויסגעברענגט ווערן לשבח, אז דער טאטע האט שטארק צוגעשטופט זיינע קינדער צו לערנען - א חידוש פאר זיך אינעם רבי'שן וועלט - און עטליכע פון זיינע זין זענען ערנסטע ת"ח, און זיינע איידימער זענען אויך סאלידע ת"ח וגאונים. כ'האב געהערט אן עדות'שאפט אז דער רבי האט דערציילט פאר זיינס א חסיד אז ער האט פערזענליך געווארנט מש"י אז ס'איז אדער עסקנות אדער רבי'סטעווע, און אין געוויסע צייטן איז דארט געווען אזוי אנגעשטרענגט אז ער האט אים נישט מכבד געווען כערכו אלס בכור. מש"י איז אבער אן עסקן אין זיין בלוט, און מטבע הדברים האט ער געוואלט אויפבויען די הויף וואס ער האט נאך געדענקט אלס פיצעלע חסידות און איז פארוואנדלט געווארן אין אן ערנסטן פלאץ. געוויס האט ער געהאלטן אז ער וועט ירשנ'ען די חסידות, און אזוי ארום האט ער משקיע געווען אויפצובויען "זיין" פלאץ. די ווערטער פונעם טאטן האט ער נישט געזען אלס סטראשע נאר מער אלס מוסר דרשה, און ער איז אנגעגאנגען מיט זיינס.
7. דורכאויס די לעצטע פאר יאר, איז די מצב געווארן זייער אומבא'טעמ'ט. רוב עולם האט שוין ממש נישט געגליכן מש"י, און זיי האבן געזוכט אן אלטערנאטיוו. דער צווייטער זון, פישל (איידעם ביים היגער ראפשיצער רבי), זוכט נישט און איז טאקע נישט פאסיג פאר רבי'סטעווע. דער דריטער זון, אהרן דוב בער, איז א געלונגענע מענטש און גרויסער ת"ח, און האט געפירט דעם סאדיגורער קהילה אין לאנדאן - מקום אביו, און ער וואלט טאקע געווען א שיינע קאנדידאט, און געוויסע צייטן האבן מענטשן געקלערט אז ער וועט זיין דער ממלא מקום. דא איז אבער אריינגעקומען נאך א פאקטאר אין הויף: "שיעלע".
8. דער פינפטער זון ר' יצחק יהושע העשיל איז געווען דער באליבטער זון פונעם טאטן כל ימי חייו. ער האט זיך אויסגעדרוקט מיט גרויסע הפלגות אויף אים אסאך מאל, סיי פאר חסידים און סיי פאר אנדערע אדמורי"ם. איך האב געזען דעם לשון וואס ער האט געשריבן אין זיין פריוואטן לוח צום טאג פון חתונת שיעלע, און מ'זעט אז ער האט אלס געהאלטן פון אים קודש קדשים. און ס'איז געווען פאר וואס: אלס יונגל האט ער זיך פארהערט ששה סדרי משנה, און גאר געווינען דעם אויסצייכענונג צווישן אלע אנדערע קינדער נאך א בחינה מטעם אגודה. אלס בחור איז ער געווען א מתמיד עצום און א צדיק'ל, און פארט שטענדיג געהאט א קאפ אויפן פלייצע און איז געווען באליבט איבעראל מיט זיין איידלקייט און גוטע מידות. דער פאטער האט אנגעהויבן קלערן, אז אויב מש"י איז נישט פאסיג אלס ממלא מקום האט ער שוין נישט קיין חיוב צו גיין צום דריטן צי פערטן, ווען ער קען גלייך גיין צום פאסיגסטן: שיעלע.
9. די לעצטע צוויי יאר האט דער טאטע אנגעהויבן לאזן פאלן רמזים אז ער וויל אז שיעלע זאל זיין ממשיך דרכו. טאקע דעמאלט האט ער חתונה געמאכט שיעלע, און שוין ביים חתונה איז געווען א קלא דלא פסיק אז ער וויל אים אויפנעמען אלס עווענטועלער ממלא מקום. עס איז נישט געווען סתם גערעדט, נאר דער רבי האט שוין דעמאלט געליטן אויפן ביטערן מחלה, ווען אזעלכע רייד זענען געווארן נוגע למעשה ממש. זינט דאן האט ער עטליכע מאל געזאגט קלאר פארן רעביצין, פאר מש"י, פאר שיעלע, און פאר אסאך חסידים און גבאים, אז ער וויל אז שיעלע זאל זיין ממלא מקום. פאר די חסידים איז עס געווען פריידיגע נייעס, ווייל ער איז סיי בארימט אלס "מענטש", אן איידעלער מענטש מיט שכל הישר, און סיי ער איז פרומער ווי די אנדערע ברידער און די חסידות האט דאך שוין אנגעהויבן ציען רעכטס.
10. קראנקערהייט, ליידנדיג אויפן מחלה באופן סופי, האט זיך ר' ישראל משה סאדיגערער צוריקגעשלעפט קיין ארץ ישראל נאך טריעטמענטס אין אמעריקע, ווען חסידים האבן געמיינט אז ער וויל זיך נאר "געזעגענען" מיט זיי. ווייניג האבן געוואוסט אז ער האט דא נאך א חשבון. אליינס, אן באגלייטונג פון גבאים, איז ער אנגעקומען צום שטוב פון א טוען רבני און אויסגעארבעט א נוסח הצוואה, וואס זאל זיין וואליד מצד ההלכה ומצד הממשלה. ער האט עס דאן אפגעשריבן פארנט פון רבנים און עדים, און עס מפקיד געווען אין זייער האנט. עס איז אים געווען גאר שטארק וויכטיג, און וויסנדיג אז ס'קען אויפשאקלען די וועלט האט ער זיך אדורכגערעדט מיט אנדערע אדמורי"ם איבער די צדדים, און נאכן קריגן זייער הסכמה איז עס געבליבן אזויווי מיר קענען עס היינט.
11. די רעביצין האט געוואוסט פונעם קלארן נוסח הצוואה איידערן פטירה, און שיעלע און מסתם אויך מש"י האבן ווארשיינליך אויך געוואסט פונעם נוסח הצוואה בעפארן פטירה. דאס איז אבער זיכער, אז דער תוכן הצוואה, כלומר די רצון זיינע אז שיעלע זאל זיין דער איינציגסטער ממשיך דרך, האבן אלע ברידער געוואוסט. דא האט מש"י אנגעהויבן מאכן א טענטראם, וויסנדיג אז ס'איז אדער יעצט אדער קיינמאל. וואס עס איז פארגעקומען אין שטוב איז זייער שווער צו וויסן, וויבאלד אלעס איז געווען פארמאכט, אבער לויט קוועלער האט מש"י געסטראשעט זיך צו צוקריגן מיט די משפחה, און מעגליך גאר באשמוצן אנדערע. די מאמע האט געזוכט צו פארמיידן קאנפראנטאציע בכל אופן, און משפחה איז איר וויכטיגער ווי א נוסח הצוואה. צוערשט האט מען אפגעשטופט די פורעניות, נישט אויסצורופן קיין ממלא מקום ביים לווייה, דערנאך האט מען פארגעזעצט אונטער פארמאכטע טירן ביים שבעה, דן צו זיין כדת מה לעשות. אהרן דוב בער איז נישט קיין קטלא קניא, און האט שטארק אריינגעארבעט אין לאנדאן וואו די קהילה האט אים שטארק ליב, און ער האט געוואלט מאכן שבת פאר זיך. ער האט אנגעבליך דערציילט אז זיין טאטע האט אים צוגעזאגט אז לאחר מאה ועשרים וועט ער זיין רבי אין לאנדאן.
12. נאך אלע באראטונגען איז געבליבן אז מש"י וועט זיין רבי אין ירושלים, אהרן דוב בער וועט זיין רבי אין לאנדאן, און שיעלע וועט זיין רבי אין ב"ב. איי, ס'דאך דא א צוואה? איז אזוי: קודם כל, אסר'ט מען ארויסצוגעבן די צוואה, און אז מ'זעט נישט - עקזיסטירט עס נישט... צווייטנס, האט מען אריינגערוקט דיינים וואס זאל אזוי "אויס'פסק'נען" און אצינד האט מען דאך שוין א פסק אז דאס איז וואס דער טאטע וואלט געוואלט אין דעם מצב. דריטנס, לויט געוויסע אינפארמאציע וואס כ'האב געקריגן האט מען געמאכט א שטיקל, דורכן צווינגען שיעלע מקנה צו זיין זיין גאנצן פארמעגן צו זיין מאמען, און דאס באדייט אז אלע נכסי החצר וואס ער קריגט מטעם הצוואה ווערן אויטאמאטיש איר'ס, און אצינד קען זי ממליך מלכים זיין ולה המלוכה. זי דארף נישט גארנישט, סיידן שלום בית צווישן די קינדער, און אלעס קען ווייטער בלייבן שיעלע'ס ווילאנג מש"י און דוב בער קריגן זייערס.
13. שיעלע איז נישט קיין שלעגער צי טעראריסט, און מטבע הדברים וועט ער אראפשלינגען אסאך פרעש איידערן שמייסן. כדי אנצוהאלטן שלום וואלט ער מוותר געווען אויף סיי וואס, און ער האט געהאט א טעכנישע פראבלעם מצד הצוואה, אויף וואס די דיינים האבן גענומען אחריות און דערפאר האט ער גע'חתמ'עט מיט די אנדערע ברידער אויף זייער נוסח השטר איבער די רעכטן פון מש"י און אהרן דוב בער. זיין איידלקייט האט מען געקענט זען דורכאויס די שבעה טעג, ווען די חסידים האבן אים געוואלט זעצן אין צענטער - אלס אפיציעלער ממשיך דרך, אבער ער האט בשום אופן נישט מסכים געווען ארויסצואווייזן די סארט שררה (און הארץ וויי) איבערן ברודער. דאס זעלביגע האבן אלע געזען אינעם קליפ ווען ער האט שטיל געמאכט די וואס האבן געזינגען פאר אים "אור זרוע לצדיק", און אזוי האט ער געטון אין נאך פעלער.
14. מצד שני האב איך געהערט, הגם כ'קען עס נישט וועריפייען, אז שיעלע האט געמאכט א מסירת מודעה איידערן חתמנ'ען מיט די ברידער, וואס דאס באדייט אז ער זוכט סיי נישט קיין קאנפראנטאציע און סיי ער איז נישט קיין בטלן. כ'ווייס אבער נישט ווי קראנט עס איז.
15. סאדיגורער חסידים זענען געווען שטארק פארווייטאגט אויפן רעביצין און מש"י, און זיי האבן געלייגט דרוק אז די צוואה זאל ערשיינען, און עס האט טאקע ארויסגעליעקט. אצינד איז קלאר געווארן אז נאר שיעלע דארף זיין רבי, און געוויס קען ער נישט זיין נאר "סאדיגורא רבי פון בני ברק". דאס האט קודם כל אויפגעטון, אז ער איז געווארן דער אפיציעלער סאדיגורער רבי איבערן וועלט, און דערנאך האט עס געלייגט דרוק אויף די צוויי ברידער וואס זוכן רבי'סטעווע. די דרוק גייט נאך אן ביז יעצט, און מ'וויל אז זיי זאלן זיך טוישן די נאמען פון חסידות צו פשעמישל און אפטא. דאס איז אבער זיכער אז זיי בלייבן מיט זייערע בנינים, און זיי בלייבן אדמורי"ם.
פאר וועמען? איז אזוי: שיעלע איז אהוד וחביב איבערן גאנצן עדה, און רובם ככולם ממש זענען זיינע חסידים. ער האט א רוזשינע חן און אצילות, און זיינע תנועות דערמאנען מיר פון זיין באיאנער קוזין, וואס טאקע ווי אים האט ער אנגעהויבן אלס צוציק און פארוואנדלט זיין חסידות אין איינע פון די שענסטע הויפן איבערן וועלט. אהרן דוב בער איז געלונגען און פירט שוין זיין קהילה אסאך יארן און די לאנדאנע עולם וועט זיין זיינס (דער פראבלעם איז אז זיין קהילה איז מער מאדערן, ווי די אלטע סאדיגורער עולם. די שול איז טאקע אינעם מאדערנעם גאלדערס גרין און נישט אינעם היימישן סטעמפארד הילס. קיין עכט חסידישע עולם האט ער נישט אבער זיי וועלן כאטש זיין זיינע אנהענגער, ווי ר' אלחנן היילפרין בשעתו). מש"י האט זייער ווייניג חסידים, אבער ער קריגט ירושלים וואס באשטייט פון צוויי מעכטיגע געביידעס וואס ברענגען אריין גרויס געלט (איינס איז אויסגעדינגען פאר א ישיבה), פלוס די בעלות אויפן ניסן ב"ק שול אין אלטשטאט וואס ווערט אצינד איבערגעבויט.
קען זיין אז כ'האב פארגעסן צוצולייגן א פרט, און אדרבה, מ'קען פרעגן און דיסקוסירן און אויב כ'ווייס נאך עפעס וועל איך האפנטליך קענען מוסיף זיין.

אין ארי נוהם מתוך קופה של תבן, אלא מתוך קופה של בשר (ברכות לב.) ובימינו אין ארי נוהם אלא מתוך קופה של תבן (ארי נוהם)
- ארי נוהם
- שריפטשטעלער
- הודעות: 479
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 3:13 am
- האט שוין געלייקט: 1139 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1918 מאל
מיינס א חבר האט מיר גע'אישי'ט די פאלגענדע פרטים, וואס געבן אן אנדערן בילד אויפן פרשה. לויט אים איז עס א פערזענליכע מלחמה צווישן די גבאים/עסקנים און מש"י, און דער רבי איז געווען גענוג נאריש זיך צו לאזן פירן דורך זיינע גבאים.
אט זענען זיינע ווערטער, נאכן עס מסדר זיין דבר דבר על אופנו:
1. דאס וואס דו שרייבסט אז מש"י האט געטון פאר די מוסדות, ער האט גאר אסאך געטון, און נישט בלויז פאר די מוסדות. דער טאטע איז געזיצן אין לאנדאן און דא געלאזט א פאטער מיט פארקינסאן. דער מש"י איז פשוט געווען זיין משמש און נורס - א זאך וואס דער טאטע וואלט געדארפט טון. דער זיידע האט זיך נישט (געקענט) גערירט אן אים ברוח ובגשם, מיט א מורא'דיגע געטריישאפט וואס איך האב געזען מיט מיינע אויגן.
2. יעצט, יעדע אדמיניסטראטאר האט בעיות מיט א גוטע רבי'ש קינד אדער רבי, כמו שראינו אין אסאך הויפן ווען עס איז באקאנט צו זיין א פלאץ פאר אויפרייסן, בפרט ווען דער רבי'ש קינד אדער רבי וויל נישט לאזן זיך טרעטן. וכן הוה דא, מש"י האט געטון א ים. ווען נישט מש"י בלייבט היינט סאדיגורא אין ת"א, אפילו אויב חיים יצחק וואלט דא געווען כל הזמן כולו.
3. די גבאים פון דער רבי בעל עקבי ים, איך קאן זיי גוט, א חבורה פון יונגע און ווילדע בלוט, זיי טוען אסאך משוגע'נע זאכן, און א קליינע דוגמא: קוק ווער ס'איז געקומען באזוכן - מנחם אבל זיין - דער ערשטער, איינע פון די גרעסטע מאפיאנערן אין ארץ ישראל בשם מולנר. די סיבה ווייסט יעדער ווייל די חברה האבן גענומען הלוואות אויפן שווארצן מארקעט און אזוי משעבד געווען די חצר, און מש"י זייענדיג פארט א פעלדמאן-בערגער אייניקל האט שטארק לוחם געווען קעגן זיי, און דארט האט עס צופלאצט. נאך בחיים חיותו האבן זיי בשום אופן נישט געוואלט א רבי ווי מש"י וואס ווייסט וואס טוט זיך און קען ביזנעס בכל האופנים, און מען קען אים נישט ארום דרייען. דער רבי ז"ל איז געווען קראנק און שוואך, אים האט מען געקענט. און קיין פעלדמאן אין בלוט איז ער נישט, ער איז א זון פון דער טאטע וואס איז געווען א היפך ביזנעס-מאן אלע יארן.
4. ווידער שיעלע איז דער בעסטער פאפעט וואס מען קען מאכן פורים מיט אים, איידל טאקע און אומערפארן, און זיי גיייען מאכן א חייים טובים. מארק מיינע ווערטער: ביז אפאר יאר וועסטו הערן ווי סאדיגורא איז טיף אין חובות און סאיז צרות. טאקע דערפאר ווילן זיי אלע אלע מוסודות, ווייל וואס מער נדל"ן - אלץ מער שווארצע חובות קען מען מאכן.
5. זייער קאמפיין קעגן מש"י איז מורא'דיג, זיי זענען פעסטע חברה, און ווילן אים זען אויסגעמעקט. און עס וועט זיי נישט גיין. מש"י איז א תלמיד חכם, א רעספעקטפול מענטש מיט אסאך אוהדים, און שטארק ארויף געקוקט סיי אלץ חכמה סיי אלץ א "רבי" וכו'. אוודאי איז דא טענות אויף אים, אבער ... האט געהאט מער שונאים אין וויזשניץ ווי ער אין סאדיגורא, און קוק אים אן זיינע שונאים זענען היינט געשוואוירענע חסידים.
6. וואס מען האט דא געטון צו מש"י איז א רשעות שאין כדוגמתו, איך וואלט מש"י געגעבן א קוויטל בלויז פאר די רשעות וואס מען האט אים געטון. אויסגעפראקט בפני כל העולם כולו און מבזה געווען א לא עוול בכפו, בושות לכל העולם, אזא איינער איז יעצט נקי מן החטא. ער וואלט געקענט מאכן געוואלדעס ווען ער וויל, און ער האט עס נישט געטון, ער האט סך הכל געפאדערט "מאכט נישט קיין פורים פון מיר", ער האט דורש געווען וואס קומט אים, כאטש עפעס א חלק. קענסט נישט נעמען א מענטש וואס האט יארן געפירט א חסידות ווי א רב הצעיר, און שיקן יעצט עפענען א פלאפל געשעפט ווייל אפאר מאפיאנערן האבן אים פיין מסדר געווען. ער וואל געקענט קלעימען די גאנצע מעשה ווען ער וויל, ער האט אסאך קשרים גאר גרויסע, און אין א געוויסע זין מער ווי זיין טאטע אפילו. ער האט עס נישט געטון, אבער ער וויל נישט שלאפן אין גאס.
7. זיין מאמע ווייסט פון דעם אלעם, און טאקע דערפאר האט זי לוחם געווען. זי ווייסט די חורבן וואס די חבורה גייט ברענגען, בקרוב גייען זיי איר ארויסטראסקענען פון איר שטוב. זי ווייסט מער פון אונז אלע וויפיל עס קומט מש"י, און זי האט נישט געהאלטן ביים לאזן מאכן פון מש"י א פאלאפל פארקויפער, און צופליקן די משפחה אויף פיצלעך וועגן די חבורה. סא ממילא איז געשען וואס איז געשען. איך קוק שטארק ארויף אויף איר און אויף די משפחה אז אזא ווייטאגליכע מעשה איז אזוי שטיל מסודר געווארן (האפנטליך), כאטש ס'איז הימלשרייענד וואס מען טוט דא צו מש"י, סיי שולל זיין פון אלעם און סיי בארעדן אין אלע גאסן כדי צו מצדיק זיין דעם רשעות. אין אנדערע משפחות וואלט דאס געברענט בלוט און פייער, און דא איז אלעס אויסגעגראדט געווארן מאחורי הדלת ווי ערוואקסענע.
8. איי די גאס שטינקט? אוודאי שטינקט עס! מחמת שתי טעמים: א' - ווייל דער טאטע האט געטון א שרעקליכע זאך, ב' - ווייל די חבורה וויל אויסמעקן מש"י, לגמרי. דער סאדיגורער האט געשריבן א צוואה וואס פארשעמט אים און פארשעמט זיין קהילה און יעדעם איינעם. דאס וואס די רבנית האט געטון האט זי געראטעוועט און בצדק זיך אנגענומען פאר די בלוט פון איר מש"י וואס מען האט פארגאסן בראש כל חוצות. די בני ברק'ע וואס האבן שיעלע, זאלן טאנצן אז די דזשאוק איז געלונגען מיט 50% פראצענט. כאטש האבן זיי גוט צוגעפיקסט מש"י, זיי האבן א קאלב פאר א רבי, און האבן אלע בני ברק'ע מוסדות און דער עולם געפינט זיך אין ב"ב אדער אין מודיעין אביסל, און דאס האט ער סיי ווי. און די רשעים וואס "פייטן" לקיים הצוואה הקדושה הזו, שפילן עס ווי דער המן מן התורה מניין, כאילו סאיז עפעס א דבר קדוש דא אז מש"י זאל ארויס גיין אין גאס נאקעט, ווי כאילו סאיז א חוצפה גאר פון די רעבעצין, ווי כאילו זיי זענען גנבים, כאילו סאיז א הימל שרייענדע עוולה. איך בין געוואוינט צו הערן שלעגערס שלאגן און בשעת מעשה שרייען זיי "איי!!!"
9. דאס וואס ער האט "מוותר געווען", האט ער געטון זייער גוט, ווייל חוץ אז זיינע שלעגער זאלן קענען משעבד זיין נאך נדל"ן האט ער גארנישט דערפון. ווען ער גיבט עס נישט אוועק וואלט ער געמאכט דעם מש"י הונדערט מאל גרעסער, ווייל אסאך אידן וואס האבן גארנישט מיט סאדיגורא וואלטן אים נאכגעלאפן פשוט פארן ווערן אזא נרדף אלץ שכר וואס ער האט באדינט דעם זיידן (און דעם טאטן) ווי א שמס'ל, אן עטיאפישער נוירס, און אלץ שכר פארן בויען סאדיגורא בכל העולם, די מאמע וואלט אויסגעגאנגען פאר צער, די קינדער פון מש"י וואלטן געהאט אזא פנים ווי ר' ישראל'ס (וויזניץ ב"ב) קינדער, און דער טאטע וואלט פארשמירט זיינע הענט מיט די בלוט פון זיינע קינדער און אייניקלעך לדראון עולם. ער האט זייער גוט געטון פארן חתמנ'ען די צעטל, און אזוי גיבט ער פאר די משפחה א געלעגנהייט פאר שלום און יעדער וועט זיך בויען איש על מחנהו ועל דגלו, ווי די ווויזניץ מאנסיע רבי'ס.
חוץ מזה קומט זיך משי אלעס אין די וועלט פארן ליידן אזוי בחינם, און מכאן ילמדו אלע בנש"קים:
העלפט נישט אייער פאטער, די וואס העלפן - כאפן די גרעסטע שלעק.
לאזט דאס אפ, זיי זענען די ארגסטע מענשטן אויפן כדור הארץ.

מיין חבר איז גענוג רעספעקטירט אין מיינע אויגן אז כ'זאל אראפברענגען זיינע טענות און סברות. פארט אבער וויל איך קלארשטעלן אז אפילו אזוי איז דער אמת ערגעץ אינדערמיט.
1. נישט נאר גבאים און עסקנים זענען מיט שיעלע, נאר די גאנצע סאדיגורא עדה ממש. דאס באדייט אז דער ארטיגער עולם איז פארעקלט געווארן פון מש"י דורכאויס די לעצטיגע יארן. דאס באדייט אויך, אז דער ארטיגער עולם האט אויך באשלאסן אז שיעלע איז דער פאסיגער קאנדידאט. עס איז נישט נאר גבאים/מאפיאנערן ודומיהם.
2. דער נפטר איז נישט געווען קיין נאר, און געוויס האט מען אים נישט געקענט פירן ביי די נאז. אין פאקט איז ער געווען ביי זיך ביזן סוף, און הגם גבאים האבן מעגליך געקענט העצן - האבן זיי אבער נישט געקענט איינרעדן סתם אין די וועלט אריין (ווי ביים מקלל הנקרא ברך). דערצו, ווי דערמאנט אויבן, איז ער ספעציעל געפארן קיין ארץ ישראל צו ארלעדיגן א נוסח הצוואה, און ער האט עס געטון אן באגלייטונג פון גבאים [מידיעה]. דאס מיינט, אז דער רבי האט געוואוסט פונקטליך וואס ער וויל.
3. ימים יגידו וואס מש"י האט, אבער לפי השמועה בלייבט ער מיט אסאך געלט אבער אן קיין חסיד צו זיין נאמען. אויב דאס צייגט זיך ארויס ריכטיג, דאן איז דאס דער גרעסטער באווייז אויף וואספארא ת"ח און ערליכער איד ער איז. ער וואלט געדארפט בלייבן מיט א שיינע חלק עולם, אויב ער איז טאקע אזוי אומשולדיג.
4. עס איז אבער אמת אז מש"י האט גאר שטארק געשוויצט פארן הויף, פיל מער ווי מ'קען מיינען. ער האט עס ווירקליך ארויפגעברענגט עטליכע דרגות, און דערפאר איז די פראסק ספעציעל ווייטאגליך. די פראגע איז נאר, וויפיל ער איז געווען טעראריסט און וויפיל זענען טעראריסטן גאר געשטאנען קעגן אים. כ'האב דערווייל נאכנישט קיין קלארע מיינונג דערוועגן, אבער די תוצאות זענען פארט ווי אויבנדערמאנט.

כ'האב גראדע געקריגן יענעם מיאוס'ן ארטיקל, און כמובן אז כ'האב עס נישט אראפגעברענגט אדער אפילו גענוצט סיי וועלכע פונקטן דערפון. שאולזון איז נישט באגלייבט אפילו צו זאגן אז ער איז א איד. אין פאקט האב איך טאקע נישט אראפגעריסן דעם טאטן, אין קיין איינע פון די תגובות.
ס'דא וואס טענה'ן אויף א געוויסן מענטש (כ'גיי נישט אויספראקן ברבים ווילאנג כ'ווייס נישט פאר זיכער) אז ער שטייט אונטערן שמוציגן ארטיקל פון שאולזון, וכדי בזיון וקצף. לויט דעם איז יענער א פוסל במומו, ואכמ"ל.
ס'דא וואס טענה'ן אויף א געוויסן מענטש (כ'גיי נישט אויספראקן ברבים ווילאנג כ'ווייס נישט פאר זיכער) אז ער שטייט אונטערן שמוציגן ארטיקל פון שאולזון, וכדי בזיון וקצף. לויט דעם איז יענער א פוסל במומו, ואכמ"ל.
אין ארי נוהם מתוך קופה של תבן, אלא מתוך קופה של בשר (ברכות לב.) ובימינו אין ארי נוהם אלא מתוך קופה של תבן (ארי נוהם)
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
איך ווייס נישט צו ער איז געווען באליעבט ביי רביס צו נישט, אויף אזויפיל ווייס איך צוזאגן אז ס'אלץ געווען לאנדאנע אידן וואס האבן איהם נישט געקענט ליידן. כ'האב מיך נישט פונקטליך נאכגעפרעגט צו מ'קען אנווייזן א סיבה פארוואס איהם אנצוקוקן קרום, די לשונות וואס כ'האב געהערט פון מאנכע אויף איהם געדענק איך נישט פונקטליך, אזויפיל געדענק איך אז ס'נישט אויף איבערצוזאגן.
די שאלה איז נאר ווער האט באצאלט דעם שאולזאהן ארויסצוקומען מיט די שמוץ פונקט יעצט, ס'שמעקט עפעס פון מאפיאנערישע שטיק.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום רביה''ק זי''ע, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 391
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 9:12 pm
- האט שוין געלייקט: 1303 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1322 מאל
איך האב נארוואס אנגעהויבן ליינען אבער איך וויל רעאגירן צו די ערשטע פאר שורות.
כבודו של הגה"ק מיארמע במקומו מונח, אבער יארמע רבי מיינט אז ער זאגט בסך הכל א וויץ, אבער בעצם גיט ער א געוויסע אנאליז צו דער פסיכיק פון אונזער געזעלשאפט.
אלעס איז א וויץ, סאדיגורה, וואס איז שוין סאדיגורה, צוויי הונדערט משפחות, פופ, ס'איז דאך גארנישט. אלעס איז גארנישט, און גארנישט איז נישט רעלעוואנט אויב מ'איז נישט די סאמע גרויסע טייטלבוים סלעש האגער סלעש רוקח אליין.
אונזער סוסייעטי האט עפעס א קראנקע ציניזם וואס האט נישט קיין שום פשט. יא, סאדיגורה איז אן ערנסטע נושא, ס'איז א קהלה, ס'איז אפאר הונדערט נפשות בישראל, דער רבי דערפון מאכט באשלוסן איבער אפערירן און נישט אפערירן, יא שידוך נישט שידוך, יא קימא נישט קימא, יא אריינלאזן אין מוסד נישט אריינלאזן אין מוסד, ער פארעמט דאס לעבן פון הונדערטער מענטשן, ער קען זיי אויפהייבן לשמי מרום און פונקט אזוי באגראבן ד' אמות אונטער דער ערד.
און נניח, ס'איז נישט קיין קהלה, ס'איז סתם א פאמיליע וואס איז פארוויקלט אין א שווערע סיטואציע. וואס די ציניזם? ס'איז קינדער וואס זענען צעבראכן נאך די פארלוסט פון זייער טאטן און דא דארפן זיי זיך ספראווען מיט אזא שרעקעדוגע צוואה וואס מאכט זיי איבערקלערן ווער זייער טאטע איז געווען און וואס איז געווען זייער רעלעישאנשיפ מיט אים. ליבע ברידער זענען ביי די ברינק פון צעריסן ווערן, א מאמע שפירט ווי איר שיף גייט אונטער.
ס'איז נישט קיין לאכעדיגע נושא, אפגעזען צי ס'איז דא א וויץ מהפילאזאף אלוקי מיארמע אדער נישט.

מיין טעיק אויף די גאנצע פרשה.
1. דער רבי איז הוברר הדבר למפרע געווען אדער א מושחת, אדער א שוטה, אדער א נארסיסיסט. ער האט געהאט א מורא'דיגע שמאלע בליק ביים שרייבן צוואה און זיך אריינגעפאקט אין עפעס אן אוטאפישע לאלא לאנד כאילו די איינציגסטע זאך וואס מאכט יעצט אויס איז א סאדיגורה זאל בלייבן איינס (רשעות נומער איין, וואס פארגינסטו נישט דיינע קינדער, וואס ארט דיך אז זיי האבן אויך א קניפל, פארוואס נאר וויזשניץ און סקולען און יעדע רעכטדענקיגער מענטש פארשטייט אז בזמנינו אלה איז דאס דער פאסיגער וועג) און אז סאדיגורה זאל באקומען די חשובס'טע רבי (טפשות נומער צוויי, נעמען א צעיר שלא נפתחו עיניו פון 24 יאר צוויי יאר נאך דער חתונה) און אלע אנדערע פאקטארן זענען נישט נוגע. די געפילן פון די אנדערע קינדער, דער פאקט אז דו לייגסט אריין דיין פאמיליע און דיין גאנצע חסידות אין אן אוממעגליכע סיטואציע ווי די מציאות האט געוויזן אז ס'איז פשוט נישט געווען מעגליך אויסצופירן די צוואה.
2. א צוואה איז גארנישט ווערד. אלע רבי'ס וואס האבן נישט געשריבן קיין צוואות זענען גערעכט געווען. אין תולדות אהרן האט מען אויך געטון וואס מ'האט געוואלט און אין סאטמאר וואלט שלום האלפערט סיי ווי גארנישט געהאט אפילו ווען די צוואה בלייבט. די צוואה פון סאדיגורה איז אויך חספא בעלמא, קיינער האט נישט געקענט אדער געוואלט מיטארבעטן דערמיט און הוברר הדבר למפרע אז דער רבי האט געמאכט א פאטאלע טעות.
3. די רביצינ'ס בריוו איז א פערדעריי. פארואוס איז נישט גענוג אז די רבנים שרייבן אז למען השלום מוז מען עובר זיין אויף די צוואה. קודם כל פארוואס מוזטו בכלל שרייבן א בריוו. ווער האט דיך געפרעגט? פארוואס האסטו דא בכלל א ווארט? צוויי וואס פאר א מין שחצנות פון שרייבן אז דאס איז געווען דער רצון פון בעלי הקדוש, אונז זעמער סלאו? אדער שווייג אדער זאג אז ס'איז נישט מעגליך צו פאלגן ואונס רחמנא פטריה.
4. חסידים זענען שטורן אין שטאל. ווי יענער חכם האט אמאל געזאגט דער רבי איז דער יורש אבער איך בין נישט די ירושה...
טאף לאק, חסידים זענען יא די ירושה, דער רבי קען מיך הייסן יעצט דינען א 24יעריגער אברך משי וואס ווייסט נאכנישט וואס ס'ליגט אים צווישן די אויגן (טומער א טובה אז ער האט געלערנט משניות, די אלע יוניקא בלאף איז גוט פאר צוויי הונדערט יאר צוריק, א רבי איז היינט א סאשעל ווארקער און א מענטש מיט אחריות אויף א ציבור און אין עלטער פון 24 יאר האט א מענטש נישט די נויטיגע ערפארונג צו זיין דער איש על העדה אפגעזען וויפיל פרקים משניות ער האט געלערנט).
די רביצין, א פענסי בערגער אונגארישער ווייבל, מיט אויערינגליך און ליפסטיק איז בעל בית אויף א רוזשינער חסידות און קען מיר פינקטליך באשטימען וועלכע זון איך און מיינע קינדער און קינדס קינדער דארפן דינען עד סוף כל הדורות, די רבי'ס זון האבן אלע א פינקטליכע מיינונג אפגעזען ווען איז געווען זיין לעצטע פאסט אויף סטאטוס און אפגעזען וואס זיין טאטע וויל און וואס די תורה זאגט קען ער אלעס אוועררייטן און אפמאכן אז איך מוז יעצט זיין זיין חסיד און זיך ביקן צו די פאלעס פון זיין בעקיטשע, די רבנים קענען אפמאכן אז למען השלום גייט מען נישט פאלגן דעם רצון פון דעם רבי'ן ווייל זיי האבן נישט קיין כח צו דער טעראר און די גוואלדאטן פון א זון א בולי און פאר דעם גייט מען מקפח זיין און צונעמען די לעגטימע ירושה אין ווערד פון מיליאנען דאלארן פון איין קינד א רויבעריי תחת עיני השמש אלעס למען השלום.
אבער איך חסיד??????????? האט איינער מיך געפרעגט וואס איך וויל? גייט איינעם אן מיין שטעלונג??????
נאדא, זילטש, נאטינג און גארנישט. איך בין כחומר ביד היוצר פאר סיי וועלכן דרויסנדיגן כח און אויב האב איך חלילה וחס א הווה אמינה פון א מחשבה זרה בין איך א מהרס און א שייגעץ ארויס און שוין ארויס פון ביהמ"ד.

כ'בין מסכים מיט דיינע ערשטע דריי פונקטן (ווי אויך מיטן טענה איבערן יארמער ווערטל. די ווערטל איז פארט אין פלאץ נעמענדיג אין באטראכט אז אין געוויסע פעלער איז די מחלוקת גרעסער ווי אין פיל גרעסערע חצרות), אבער דיין פערטע פונקט איז נישט צום זאך, ואפרש:
1. א ינוקא קען זייער גוט ארבעטן. אין פאקט האבן דריי ינוקות זינט די קריג (נישט 200 יאר צוריק) געמאכט א בעסערע דזשאב ווי כמעט אלע וואס האבן איבערגענומען אין די עלטער. דער בעלזער, דער באיאנער און דער סטאלינער, זענען א חוט משולש פון אידן וואס האבן אנגעהויבן מיט פיצעלע הויפן און עס פארוואנדלט אין ריזיגע הויפן, וואס די חסידים זענען שטארק מקושר מיט זייער רבי'ן און דער רבי געבט זיך גאר שטארק אוועק פארן עולם.
לדעתי איז עס פונקט פארקערט ווי דו זאגסט, ווייל א יונגערמאנטשיק האט סיי נישט קיין סאך אייגענע דאגות און קען זיך מער אוועקגעבן פאר זיין עולם, און סיי ער זוכט צו געפעלן זיין עדה און פרובירט זיי באמת צו העלפן, אנדערש ווי א פופציג יעריגער וואס "עס קומט זיך מיר שוין" און האט דעם עולם אין באד.
2. די רעביצין האט נישט באשטימט וועמען די חסידים דארפן דינען, נאר ווער ס'בלייבט מיט וועלכע מוסדות און ווער ס'האט רעכט צום מכובד'דיגן טיטל אדמו"ר. ס'איז א ריין ירושה'דיגע אנגעלעגנהייט, טאטאל ירושה, און גארנישט מיט חסידים. ס'איז ווי ר' בערל נאדווערנער פון ב"ב וואס איז געשטארבן אפאר יאר צוריק און מכתיר געווען זיינע פיר זין אלס רבי'ס, יעדער אין זיין שטאט. אין אלעד - וואו איינער פון די זין וואוינט - איז ער געבליבן מיטן בנין, די חסידים אין אלעד זענען אבער געבליבן מיטן ברודער פון ב"ב און האבן געעפנט אן אייגענעם שטיבל אין שטאט.
3. חסידים זענען נישט אזעלכע שטורן ווי דו מאכסט עס (נאר אסאך אסאך גרעסער...), זיי האבן אוודאי יא א כח צו באשליסן וואס זיי ווילן, און אין פאקט זעט מען עס טאקע דא אין סאדיגורא ווען כמעט יעדער בלייבט מיט שיעלע, אפגעזען אויב דער עלטסטער מאכט שבת פאר זיך אין ירושלים. דער עולם אין ירושלים גייט בלייבן שיעלע'ס. אוודאי קומט זייער כח ההחלטה אויך נאר פונעם טאטנ'ס צוואה, אבער דאס איז פונקט ווי זייער כח צו באשלוסן יעדעס מאל צו פרעגן דעם רבי'ן פאר א שידוך וכדו'. דא איז גארנישט אנדערש ווי געווענליך.
4. דיין טענה איבער די דיינים און רעביצין רויבעריי לעיני השמש איז ריכטיג, און כ'האב מיך נישט געוואלט אריינלייגן אין באשמוצן די דיינים חותמי שטר הפשרה, אבער כ'האב נאך אסאך צו רעדן דערוועגן, וה' הטוב יכפר (איין רמז: דער דיין וואס האט עס אנגעפירט, איז געווען טויט-צוקריגט מיטן טאטן נאך ביים לעבן)

איז זי א טאכטער פון די רייכע א לאנדאנער בערגערס?
איי העוו נא ביעף אין דיס פייט אבער לגבי די טענה אז א יונגערמאן קען נישט זיין גוט - טאמער איז ער קלוג און ער האט א געפיל צו פארשטיין מענטשן, כאטש וועט ער זיין א סטאר צען יאר דאון די ליין.
ווידעראום א 50 60 70 יעריגער יורש איז שוין צומאל צו אלטגעזעסן צו טוישן זיינע מיינונגען.

- ידיד ותיק
- הודעות: 627
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 29, 2020 4:44 pm
- האט שוין געלייקט: 487 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 595 מאל
וואו. ארי נוהם דאס איז א מעסטער ארבייט. אביעקטיוו און צום זאך!
בנוגע שאולזוהן. איך האב איהם שוין נישט געליינט אין זייער א לאנגע צייט, אבער לאור די סאדיגורה מחלוקת האב איך יא געעפענט זיין טינופת בלאג די לעצטע וואך צייט. עס קען יעדער וואס האט נאר דזשעלי אין קאפ זעהן אז דער געלט-גייציגער מושחת שאולזוהן איז בעד מש"י. מכלומפרשט שיקן איהם מענטשן אריין זאכן אבער אך ורק בעד משי. בפשטות ווערט ער באצאלט דורך צד מש"י.
בנוגע די דיין וואס ארי נוהם איז מרמז, ער איז טאקע למיטב ידיעתי דער וואס האט געפירט די ד"ת מטעם חיים יצחק כהן וואס דו דערמאנטסט בתוך הדברים. דעמאלטס איז ער געווען אלל-אוט אקעגן די רבי ז"ל און דא נעמט ער די חוצפה צו מחליט זיין וועגן זיין צוואה. ס'אויך אינטערעסאנט צו דערמאנען זיין נעמען א צד אינעם באבוב'ן מחלוקת על ריב לו לא מיט א זעלטענע פרעכקייט.
בנוגע די "מומחה עצום" אין עניני צוואה. אויב פארשטייסטו אזוי גוט דעם רצון פינעם רבי'ן ז"ל פארוואס האסטו איהם נישט געבעטן ער זאל דאס שרייבן? פארוואס די גיהנום זאל נאך איינער אין די עתיד דיר נוצן פאר צוואה אויב דו שטייסט ניטאמאל ביהיינד צוואות וואס מען שרייבט ביי דיר? האסט נישט קיין גאטס זיך ארויסצושטעלן פולקאם ביהיינד די צוואה? ווי קענסטו פסקנען הלכות נטילת ידים (כדברי הרה"צ רח"ל כ"ץ שליט"א על הרה"צ רי"מ שטיינמעטץ בעניני בוני עולם) אויב דו האסט נישט די מינימאלע בצים??
(ס'איז אינטערעסאנט אז ער איז א ברודער מיט'ן טוען אין מחלוקת באבוב-צד האדמו"ר הרה"צ רבי מרדכי דוד שליט"א וואו ער האט נישט גע'חתמ'ט אויפן פסק ווייל ס'איז איהם נישט געפאלן און זיין ארבייט ביים ד"ת אין קרית צאנז-ירושלים וואו ער האט פוטער אויפן קאפ איז אויך ידוע)

- כרם זית
- שריפטשטעלער
- הודעות: 942
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
- געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
- האט שוין געלייקט: 2702 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל
[tag]ארי נוהם[/tag] כאטש די רבישע ספורט'ס אינטערעסירן מיר נישט געווענלעך, דאך האסטו אפגעשריבן א שיינע שטיקל ארבעט, וואס פאסט פאר אן אבדזעקטיוו פרפסור! יישר כח.
און אז מרעדט שוין איז מיר אומקלאר פארוואס עס האט אויסגעפעלט איבער 5 אשכולות איבערן סאדיגורא פרשה. כמיין, פארוואס האט נישט כאטש רוב פון די אשכולות געקענט אריינגיין אין די ערשטע בד''ה כ''ק אדמו''ר מסאדיגור זצ''ל אשכול?

וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 108
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 29, 2019 11:08 am
- האט שוין געלייקט: 24 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 60 מאל
כרם זית האט געשריבן:[tag]ארי נוהם[/tag] כאטש די רבישע ספורט'ס אינטערעסירן מיר נישט געווענלעך, דאך האסטו אפגעשריבן א שיינע שטיקל ארבעט, וואס פאסט פאר אן אבדזעקטיוו פרפסור! יישר כח.
און אז מרעדט שוין איז מיר אומקלאר פארוואס עס האט אויסגעפעלט איבער 5 אשכולות איבערן סאדיגורא פרשה. כמיין, פארוואס האט נישט כאטש רוב פון די אשכולות געקענט אריינגיין אין די ערשטע בד''ה כ''ק אדמו''ר מסאדיגור זצ''ל אשכול?
ווייל אין אייוועלט איז ניטאמאל דא איין אשכול...
- קאצקע ציקער
- חבר ותיק
- הודעות: 2203
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
- האט שוין געלייקט: 1052 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל
תפארת האט געשריבן:כרם זית האט געשריבן:[tag]ארי נוהם[/tag] כאטש די רבישע ספורט'ס אינטערעסירן מיר נישט געווענלעך, דאך האסטו אפגעשריבן א שיינע שטיקל ארבעט, וואס פאסט פאר אן אבדזעקטיוו פרפסור! יישר כח.
און אז מרעדט שוין איז מיר אומקלאר פארוואס עס האט אויסגעפעלט איבער 5 אשכולות איבערן סאדיגורא פרשה. כמיין, פארוואס האט נישט כאטש רוב פון די אשכולות געקענט אריינגיין אין די ערשטע בד''ה כ''ק אדמו''ר מסאדיגור זצ''ל אשכול?
ווייל אין אייוועלט איז ניטאמאל דא איין אשכול...
צוויי פארשפארטע...
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 391
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 9:12 pm
- האט שוין געלייקט: 1303 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1322 מאל
@ארי. מיין עיקר פונקט איז געווען אז מ'איז זיך מייחס צו חסידים ווי צו שטורן, ס'האט קיינער נישט געהאט די מינדעסטע הווה אמינה צו מאכן וויילן אדער בכלל אריינקוקן וואס דער ציבור וויל נאר אלעס ווערט געפירט פון "אויבן" און דער ציבור וועט הארכזאמען.
דאס אז דער ציבור גופא זענען נישט קיין שטורן איז אמת וחלילה לי צו זאגן אויף א עדה קדושה בישראל אלס שטורן און בכלל איז דער מציאות אז יעדע חסידות האט קלוגע מענטשן און נארישע מענטשן, עמי הארצים און תלמידי חכמים, שלעכטע און גוטע און דאס אנהענגערשאפט אין א חסידות האט ווייניג מיט דער פערזענליכקייט פון א מענטש און מער מיט ארומיגע פאקטארן.
איין זאך אבער קען מען זיך נישט פארהוילן אז רוב מענטשן האבן נישט קיין כח צו פארעמען אייגענע וועגן און וועלן בהכרח קאנפארמען פאר טויזנט און איין גערעכטע אדער אומגערעכטע סיבות און רוב מענטשן זענען געבענטשט אדער געשלאגן מיט א הוירד מענטאליטעט צו לאזן זאכן וויאזוי זיי זענען כמאמר החכם אז חזקה דמעיקרא איז די שטערקסטע חזקה און מיט דעם ליידער זענען מיר נאנטע קרובים צו אונזער פיר פיסיגע פריינט אין שטאל וה' הטוב יכפר.

- בת קול
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1421
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 2:34 pm
- געפינט זיך: אין מיינע געדאנקען
- האט שוין געלייקט: 1427 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1672 מאל
רימון האט געשריבן:3. די רביצינ'ס בריוו איז א פערדעריי. פארואוס איז נישט גענוג אז די רבנים שרייבן אז למען השלום מוז מען עובר זיין אויף די צוואה. קודם כל פארוואס מוזטו בכלל שרייבן א בריוו. ווער האט דיך געפרעגט? פארוואס האסטו דא בכלל א ווארט? צוויי וואס פאר א מין שחצנות פון שרייבן אז דאס איז געווען דער רצון פון בעלי הקדוש, אונז זעמער סלאו? אדער שווייג אדער זאג אז ס'איז נישט מעגליך צו פאלגן ואונס רחמנא פטריה.
אלץ די מאמע פון משפחה, וואס איז צופעליג נאך בין החיים, און וועט זיך דארפן ספראווען מיט די תוצאות, האט זי א ווארט.
ספעציעל אויב דער עלטסטער איז טאקע אזא באנדיט, קען זי זיך נישט ערלויבן די משפחה זאל דא ווערן צושפליטערט.
.I got voices in my head.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 391
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 9:12 pm
- האט שוין געלייקט: 1303 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1322 מאל
בת קול האט געשריבן:רימון האט געשריבן:3. די רביצינ'ס בריוו איז א פערדעריי. פארואוס איז נישט גענוג אז די רבנים שרייבן אז למען השלום מוז מען עובר זיין אויף די צוואה. קודם כל פארוואס מוזטו בכלל שרייבן א בריוו. ווער האט דיך געפרעגט? פארוואס האסטו דא בכלל א ווארט? צוויי וואס פאר א מין שחצנות פון שרייבן אז דאס איז געווען דער רצון פון בעלי הקדוש, אונז זעמער סלאו? אדער שווייג אדער זאג אז ס'איז נישט מעגליך צו פאלגן ואונס רחמנא פטריה.
אלץ די מאמע פון משפחה, וואס איז צופעליג נאך בין החיים, און וועט זיך דארפן ספראווען מיט די תוצאות, האט זי א ווארט.
ספעציעל אויב דער עלטסטער איז טאקע אזא באנדיט, קען זי זיך נישט ערלויבן די משפחה זאל דא ווערן צושפליטערט.
דער בריוו, אדרעסירט צו די חסידים, האט נישט קיין שום הגיון אפילו אז זי וויל נישט די משפחה זאל צעשפילטערט ווערן, פארקערט, שרייבן אזא בריוו ארבעט קעגן די אינטערעסן פון דעם בריוו זעלבסט, אויך האסטו נישט בארירט די אינהאלט פון דעם בריוו וואס איז סתם שקר.
אלנפאלס, א ישר כח פאר'ן פארטרעטן די פעמיניסטישע זייט דא אין שטיבל און אלעמאל פארטיידיגן די פרויען צד. ס'איז וויכטיג איינער זאל טון די ארבעט.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 158
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 19, 2017 4:03 pm
- האט שוין געלייקט: 3965 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 174 מאל
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9706
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
חמלה גדולה האט געשריבן:Here we go... there's no wisdom in a woman.
אלא בפלך, צו קענען ספינן א געוועב
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא