פיקוב האט געשריבן:אמאהלגעקעננט האט געשריבן:דער לעצטער סאדיגורער רבי האט מחשיב געװען דעם יוגערןס כח התורה לגבי די אנדערע, דאס איז ידוע לכל אז סאיז קײן פארגלײך נישט. אלע װאס קענען עם ,למשל פון געיטסהעד, װײסן דאס. משא״כ ..
איז נישט מובן מאליו װאס דער מנוח ז״ל האט געװאלט מצד תועלת החסידים . די ביסל װאס איך האב עם געהערט רעדן זע איך ער איז א natural. און אױב װיל מען זײן ביזי מיט כבוד חשבונות איז נישט דער כבוד בית אבותיו און כבוד החסידות פאר דער װעלט א רבי א מתמיד בתורה , פה מפיק וכו׳ ?
ער האט מחשיב זיינע אלע זיינע קינדער ער האט קיינעם נישט ווייניגער געמאכט
עפעס שטערט אייך, ביסט אויך אריינגעקומען אינעם אדערן אשכול עפעס צו זאגן וועגן צוואה מיט א קשיא,
לאמיר דיר זאגן איין זאך, איך בין נישט קיין סדיגורער, איך האב קיין איינע פון די רבי' ניטאמאל געזען,
די צוואה האב איך יא געזען, דארט שטייט אז זיין עלסטע זין ר' מרדכי שלום יוסף דארף זיין רב אין ירושלים אין אונטערגעווארפן אונטער זיין ברודער ר' יצחק יהושע העשיל 'כמו בחיים חיותי' [קען זיין נישט דאס איז די לשון, אבער דאס איז די מכוון], אין מיינע אויגן הייסט דאס אז מש"י האט נישט וואס צו זיכן אין סאדיגורא ממנפ"ש, אויב איז די טאטע געווען א רבי דארף מען פאלגן זיינס א ווארט אין אויב נישט נו וואס איז דיין חשיבות,
על כל פנים, איך וואלט גע'עצה'ט מש"י זאל זיך געבן א צווייט נאמען, 'פראביטש' לדוגמה, אין שלום על ישראל, יעצט וויל ער דוקא הייסן סאדיגורא האב איך אויך נישט קיין פראבלעם, אבער די קענסט נישט פארלאנגען אז כלל ישראל זאל דיר נישט אנקוקן דערפאר ווי א גנב,
אין מיין הבנה איז אז יא ער האט מער מחשיב געווען זיין יונגערן זוהן, פאר א סיבה האט ער אים געשטעלט אלס ממשיך, חוץ אויב מ'וויל זאגן די צוואה איז געפעלטשט וכו',
לדעתי האט די טאטע בא'עולה'ט מש"י, קען זיין מיט רעכט און קען זיין אן קיין רעכט, אבער טענות קען ער נאר האבן אויף איינעם אויף זיין טאטן, למעשה פירט ער טיש און טרינקט לחיים, אין זאגט תורה בשם זיין טאטע, אין טריצט בכל הכוחות אויף זיין ברודער די שטעקן,
נקודה למחשבה איך האב א ביסנעס מיט א גרויסע ווערט, ווי אזוי מאך איך זיכער אז מיין אונטערגעגראבענער זוהן הייבט נישט אן שרייען כקאזאק הנגזל אז מ'דארף אים געבן מער ווי ס'קומט אים [לויט די מיינונג פון זיין טאטן] כדי ס'זאל זיין שלום אין די משפחה, אין אויב נישט וועט נישט די מאמע קענען האבן שייכות מיט איבריגע קינדער ווייל מבא'עולה'ט אים,