איכה אוכל לעמוד לפניך,
מעוטף בטלית ובפאריך,
לבקש על נפשי חנניך,
כאשר בועטתי במצותיך.
לְהַגִּיד בַּבֹּקֶר חַסְדֶּךָ?
פי מתחיל סדר הקרבנות,
ומוחי נתהפך ככדיר-בנות,
למה לי זבחיכם למָנות,
אבירי לב בלא רחמנות.
שפתותי מרחשות פסוקי דזמרה,
לעמוד מתוך שמחה דמצוה,
אבל לבי אומר דבזה השעה,
לא טוב להיות שמֵחה.
וְלכֶּרֶם וְאֶל מִנְחָתוֹ לֹא שָׁעָה.
פי ממלל ברכת שמע,
ועיני מוריד שטף דמע,
מה שפיך מדבר אזניך ישמע,
את אלוקי אביך דע!
אתה עשית מעשה זמרי,
ואמרי א-ל אַתּ המרי,
ואת מבקש להתפלל כעברי,
להשתחות באבות לאלוקי אבי?
כִּי (-אלא) אָבִי וְאִמִּי עֲזָבוּנִי!
מכאן ומכאן אני קורח,
דאין להתפלל בשק לפני המלך,
ואם לשתוק כנציב מלח,
איכה אוכל מלפניו לילך?
סֹלּוּ סֹלּוּ פַּנּוּ דָרֶךְ!
להגיד בבוקר חסדיך?
- כרם זית
- שריפטשטעלער
- הודעות: 942
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
- געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
- האט שוין געלייקט: 2702 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל
להגיד בבוקר חסדיך?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 5 אום כרם זית, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
Re: להגיד בבוקר חסדיך?
כרם זית האט געשריבן:איכה אוכל לעמוד לפניך,
מעוטף בטלית ובפאריך,
לבקש על נפשי חנניך,
כאשר בועטתי במצותיך.
פי מתחיל סדר הקרבנות,
ומוחי נתהפך ככדיר-בנות,
למה לי זבחיכם למנות,
אבירי לב בלא רחמנות.
שפתותי מרחשות פסוקי דזמרה,
לעמוד מתוך שמחה דמצוה,
אבל לבי אומר דבזה השעה,
לא טוב להיות שמֵחה.
פי ממלל ברכת שמע,
ועיני מוריד שטף דמע,
מה שפיך מדבר אזניך ישמע,
את אלוקי אביך דע!
אתה עשית מעשה זמרי,
ואמרי א-ל אַתּ המרי,
ואת מבקש להתפלל כעברי,
להשתחות באבות לאלוקי אבי.
שיין. דיין חיבור ?
אדער קומט עס פון ערגעץ. אויב איז עס דיינס וויל איך בעטן רשות עס צו פאסטן אויף א גרופ.
Sent from my iPhone using Tapatalk
Re: להגיד בבוקר חסדיך?
100%כרם זית האט געשריבן:יישר כח. יא עס האט זיך ארויסגעקלאפט פון צווישן מיינע פינגער אין אן אלול'דיגע געמוט. קענסט עס פאוסטן להגדיל תורה בתנאי די שרייבט אז עס איז גענומען פון [tag]קאווע שטיבל[/tag].
Sent from my iPhone using Tapatalk
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
להגיד בבוקר חסדיך?
געוואלדיג!
די דריי (ערשטע) חרוזים קענען ארויפגיין אויף די דריי תפלות שמתפלל אדם בכל יום, וואס דער פייטן פיהלט אז ער איז נישט ראוי דערצו לשפוך שיחו לפני קונו.
לְהַגִּיד בַּבֹּקֶר חַסְדֶּךָ = שחרית שהיא בבוקר.
וְלכֶּרֶם וְאֶל מִנְחָתוֹ לֹא שָׁעָה = מנחה.
כִּי (-אלא) אָבִי וְאִמִּי עֲזָבוּנִי = ערבית שהיא בלילה (עיין ברש״י על פסוק זו בתהלים כז י מויק״ר יד ה).
נאך מער קען מען צולייגן אויפ׳ן מיטעלסטן חרוז, אז דאס אליין אז מ׳שפירט זיך אומ׳ראוי, דאס מאכט אים ראוי להתפלל. דהיינו, אז דער פייטן דא איז [tag]כרם זית[/tag], און די גמרא זאגט (ברכות לה.) אז סתם כרם מיינט של יין און נאר ווען עס שטייט צוזאמען מין ״זית״ נאר דעמאלטס מיינט עס א ״כרם״ של זיתים ע״ש. איז קען מען אפשר זאגן אז דאס איז דער רמז אז וויבאלד מ׳איז זיך מבטל לסתם ממש אז מ׳איז נישט ראוי, ווערט מען פון ״כרם זית״ צו סתם ״כרם״ וואס דאס איז גורם אז מען ווערט נתעלה ליותר משובח (עכ״פ ווען ס׳איז יין ווי איידער ענבים ועיין ברמ״א באו״ח סימן איר סעיף ד. און דאס גאנצע ענין פון נישט זיין ראוי לתפילה [היינט-צו-טאגס] טרעפט מען ביי די ענין פון יין ועיין בעירובין סה.).
און דאס ווערט טאקע מרומז ביים חלק וואס איז מרמז לתפילת מנחה כנ״ל, ווייל די גמרא זאגט (ברכות ו:) אז אליהו איז געענטפערט געווארן ביים נס אויף הר הכרמל ביי תפלת מנחה ע״ש. און די גמרא זאגט (מגילה כט.) אז הר כרמל איז אנגעקומען קיין א״י פון חו״ל וויבאלד ער האט למעשה געוואלט אז מ׳זאל געבן די תורה אויף אים. די סיבה פארוואס מ׳האט עס נישט געגעבן אויף אים איז וויבאלד ער האט זיך גרויס געהאלטן ע״ש. די מדרש זאגט נאך מער (שוח״ט סח ט; הובא ברש״י שופטים ה ג) אז וועגן דעם איז טאקע געשעהן די נס פון אליהו אויפ׳ן הר הכרמל ע״ש. איז לפי כל זה דאס טאקע די רמז, אז ביי תפלת מנחה איז מען דאס מרמז צו דעם ביטול וואס מ׳דארף פיהלן, וויבאלד אונז זעה׳מיר די גדלות פון תפלת מנחה ביים מעשה אויף הר הכרמל, וואס דאס איז צושטאנד געקומען אויף דעם בארג וויבאלד למעשה האט ער געוואלט אז מ׳זאל אויף אים גיבן די תורה, און עס איז נישט געגעבן געווארן אויף אים מחמת די העדר הביטול וואס ער האט נישט געהאט וואס דאס פעהלט זיך אויס ביי תפלה וככל הנ״ל.