משלים פין דער מיטל אלטער

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

משלים פין דער מיטל אלטער

שליחה דורך אישתישבי »

[justify]משל א.

געוועהן איז אמאהל א לעמפערט וואס איז זיך געזעצען רואיג און צופרידען און זיין ארט. נעבען אים האט געוואוינט דער פוקס, וואס איז אים געוועהן א גוטע פריינט און עצה געבער. איין טאג האט דער פוקס זיך געטראכט, מיין שכן דער לעמפערט איז דאך א נידריגע בריאה און גאר נאריש, ווער ווייסט, אפשר אין זיין הארץ האט ער מיר גאר פיינט און לאקערט אויף מיר, איין טאג ווען עס וועט אים פעלען זיין רויב וועט ער מיר מיט זיין שטארקייט פארצוקען און מיר דער'הרג'נען, און מיך געבען פאר זיך און זיינע קינדער צו עסען!!
איך מוז מיט אים האנדלען אויף א כיטרע וועג, און אים צורעדען דורך שווינדלעריי, אפשר וועט מיר געלונגען אזוי אים צו באזיגען, און איך וועל אזוי אראפווארפען זיין שווערע יאך פין מיין האלז, פירט אויס דער פוקס.
צומארגענס און דער פוקס געקומען באזוכען דער לעמפערט אין זיין שטוב, פרעגט אים דער לעמפערט, פין וואנעט קומט א פוקס? ענטפערט דער פוקס, פין א ווינדערליכע שיינע גוטע פלאץ, א פלאץ פין גערטנער און וויינגערטנער, רויזען און הדסים, ווידער און ציגען. זאגט דער לעמפערט מיט אימפעט, ווייז מיר עס ביטע, מיט פארגעניגען ענטפערט דער פוקס, און דער פוקס האט געפירט דער לעמפערט צו דער הערליכער פלאץ, דער לעמעפרט איז נישט בייגעפאלען אז ער טרעט אריין אין א סכנה. דער לעמפערט דערזעהנדיג דער שיינקייט מיט די גערטנער און שמעקידיגער בשמים און אלע בהמות, האט זיך גאר דערפרייט אויף דער גן עדן, און געזאגט איך וועל מיר גיין איבערעדען מיט מיין ווייב!
דער פוקס האט פין דעם גאר מורא געהאט, ווייל דער לעמפערטס ווייב איז געוועהן גאר א מוחכמת, האט ער געזאגט צום לעמפערט, לעמפערט לעבען, מען דארף זיך גאר שטארק אנהיטען פין פרויען'ס עצות, עס ברענגט נאר שוועריקייטען און עגמת נפש, א קלוגער מענטש הערט זיך נישט צו קיין פרויען, זייער דעת איז אויף זיי גרינג!!
זאגט דער לעמפערט, עס איז אמת וואס די זאגסט, ווייל צומאל טאקע מאכט זי פין ביטער זיס, און פין זיס ביטער, פין קליינע זאכען מאכט זי א גרויסע זאך, און א אמת'ע גרויסע פראבלעם מאכט זיך אוועק. אבער אפילו אזוי, וועל איך זי דאך פרעגען, און טאמער וועט זיך מיר אפהאלטען וועל איך צו עצה נישט צוהערען!
דער לעמפערט איז אהיים געגאנגען צופרידען און פריילעך, פרעגט אים זיין ווייב, וואס איז דאס דער שמחה? זאגט ער, מיין חבר דער פוקס האט מיר געוויזען א רואיגער גרויסער פלאץ, און איך קלער פין זיך דארט אריבער ציען! זאגט דער ווייב, היט דיר פין דער פוקס! ער זאגט דיר עצות וואס זענען גוט פאר אים! דער שלאנג און דער פוקס זענען די נידריגסטע בהמות! האסט אוודאי געהערט וואס דער שלאנג האט געטוהן צו אדם און חוה, ווי ער האט זיי מיט זיין צורעדען געברענגט צו די טויערען פין טויט! און זיין ווייב איז ממשיך, האסט אוודאי געהערט די מעשה וואס איז געשעהן צו דער לייב, וויאזוי דער פוקס האט אים געטויטעט? (דער מעשה וועלען מיר ברענגען באזונדער א.ת.)
דער לעמפערט האט זיך אומגעקערט צו דער פוקס, הערט זיך צו ר' פוקס, ביסט גערעכט געוועהן, מיין ווייב וויל טאקע נישט גיין נאך מיר, זאגט אים דער פוקס, איך האב מורא פאר דיר! איך וועל דיר פארציילען אפאר מעשיות וואס איז געשעהן צו די וואס האבען זיך צוגעהערט צו זייער ווייב! (דער פוקס האט פארציילט פיר מעשיות וואס מיר וועלען ברענגער באזונדער, א.ת.). דער לעמפערט האט זיך צוריקגעקערט צו זיין ווייב מיט א גרימצארן, און אנגעווארפען אויף זיין ווייב א פחד און א שרעק, און געזאגט, גיי ארויס פין דער פלאץ אזויווי איך האב דיר געזאגט, און אויב נישט, נעם איך דיין קאפ אראפ!!. און דער לעמפערט מיט זיין ווייב און קינדער האבען געמופט פין זייער ארט, און דער פוקס האט זיין געפירט אין וועג אריין. און זיי זענען אנגעקומען צו דער נייע ארט פין מיט טייכען, און זיי האבען דארט געוואוינט נעבען די וואסערען, און דער פוקס האט זיי געבענטשט און איז אהיימגעגאנגען זעהנדיג אז זיין פלאן איז געווארען אויסגעפירט.
נאך א וואך צייט, איז געפאלען א רעגען און די טייכען האבען זיך איבערגעפילט, און מיטען די נאכט ווען דער לעמפערט אין די הויזגעזינד זענען געשלאפען רואיג, האבען זיך די וואסערען געשטארקט און די טייך האט זיי ארום גענומען מיט א שנעלקייט, און דער לעמפערט האט זינגענדיג אויס געשריגען, "וויי איז פאר דער וואס געלייבט אין א פוקס און זיינע עצות און הערט נישט צו זיין ווייב" און דער לעמפערט איז געשטארבען.

השלמות וועלען בעזה"י נאכקומען.[/justify]
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
Billy
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 31
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 03, 2019 9:26 am
האט שוין געלייקט: 17 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 61 מאל

שליחה דורך Billy »

הערט זיך שטארק ווי א עיסאפ'ס פעיבל (Aesop's Fables). יענער בוך איז פול מיט משלים פון פוקסן און לייבן און אייזלען וכו'. געווענליך האבן די משלים א מעסעדזש זיך עפעס ארויסלערנען דערפון. וואס קען מען זיך לערנען פון דיין משל??
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

Billy האט געשריבן:הערט זיך שטארק ווי א עיסאפ'ס פעיבל (Aesop's Fables). יענער בוך איז פול מיט משלים פון פוקסן און לייבן און אייזלען וכו'. געווענליך האבן די משלים א מעסעדזש זיך עפעס ארויסלערנען דערפון. וואס קען מען זיך לערנען פון דיין משל??


עס איז נישט מיינער, עס איז פין דער מיטל אלטער, איך נעם עס פין א ספר וואס איז געוועהן געדריקט אלץ א אידישער ספר, און געשריבען דורך איינער פין די ראשונים. דערווייל שרייב איך נישט דער נאמען, אויב איינער וועט עס טרעפן כל הכבוד. טיפ, עס איז נישט אויף היברובוקס.

וואס קען מען זיך לערנען פין די מעשה? אוי, וואס נישט? אבער דאס איז נישט דער פוינט, דער פוינט איז צו ברענגען אויף אידיש מעשיות וואס מען פלעגט דערציילען אין יענער תקופה סיי פאר מוסר השכל, און סיי זיך משתעשע זיין (דא ליגט א טיפ צו דער נאמען פין דער ספר).
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

[center]דער פוקס און דער לייב[/center]

[justify]דער לייב האט זייער געליבט דער פוקס מיט זיין גאנצער הארץ, און ער האט אים מקרב געוועהן. דער פוקס האט אבער נישט געטראסט דער לייב, און האט געמאכט פלענער וויאזוי צו הארגענען דער לייב, ווייל ער שטארק מורא געהאט פין דער לייב.
איין טאג איז דער פוקס אריין געקומען צו דער לייב און געשריגען פין גרויס ווייטאג. דער לייב פרעגט דער פוקס, וואס איז דיר געשעהן מיין געטרייער חבר? זאגט דער פוקס, איך האב א שרעקליכער קאפ ווייטאג. פרעגט דער לייב, וואס קען איך דיר העלפען מיט דיין קאפווייטאג? זאגט דער פוקס, איך האב געהערט אז אז די אראבישער דאקטוירים האט באפוילען אז דער וואס האט קאפ וויי זאל זיך לאזן בינדען די הענט און די פיס, און ער וועט האבען א רפואה שלימה. זאגט דער לייב, נישט קיין פראבלעם, איך וועל דיר גערען בינדען די הענט און די פיס! אפשר טאקע וועט די רפואה ארבעטען. און דער לייב האט גענומען א נייער שטריק, און געבינדען די פוקס די הענט און די פיס. נאך אפאר מינוט זאגט דער פוקס, אה אה, אה מחי', די קאפ וויי איז ב"ה פארשווינדען. און דער לייב האט אויפגעבינדען די הענט און פוס פין דער פוקס.
נאך אפאר טעג האט דער לייב געהאט א שטארקע קאפ ווייטאג, ווי די שטייגער איז אז די לייבען האט כסדר קאפ וויי, איז דער לייב געגאנגען צו דער פוקס, און אים געבעטען, ברודער לעב, פוקס לעב, עס האט מיר געכאפט א שטארקע קאפ ווייטאג, איך בעט דיר ביים לעבען, בינד מיר די הענט און פיס, אפשר וועט די קאפ וויי פארשוואונדען אזוי ווי די קאפ וויי האט זיך פין דיר אפגעטוהן.
דער פוקס האט גענומען שטארקע קייטלעך, און גוט איינגעבינדען דער לייב ביי די הענט און די פיס, און איז געגאנגען זוכען גרויסע שווערע שטיינער, און האט געהאקט מיט די שטיינער אויף די קאפ פין די לייב, און אים דערהרג'ט.[/justify]
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

[center]דער שמיד פין בבל[/center]

[justify]געוועהן איז א שמיד אין דער לאנד פין בבל. ער איז געוועהן גאר א מייסטער אין דער ארבעט פין שמידען גאלד און זילבער, און איז געוועהן אויסגרופען אלץ דער בעסטער גאלדשמיד. איין טאג בשעת ער האט געטוהן דער ארבעט זאגט אים זיין ווייב, הער צו מיין עצה און טוה מיין באפעל, וועל איך דיר רייך מאכען און איך וועל פארמערן דיין כבוד. ווי אזוי? פרעגט דער מאן. זאגט זי, אונזער האר דער קעניג האט א בת יחידה וואס ער האט ליב מער פין זיך אליין, און היט איר אפ ווי דער שווארץ אפעל פין אויג, יעדעס טאג קומט זי און זיצט צו זיין רעכטע זייט.
הערט זיך צו מיר, טוט דער ווייב פארזעצען, מאך זי א סקולפטער פין איר אויסזעהן, עס זאל א שיינע פראכט, און איך וועל עס איר געבען פאר א מתנה, און אזוי וועסטו האבען פין דעם רייכטום און כבוד און רואיקייט.
דער שמיד האט אין זיין טפשות זיך צוגעהערט צו זיין ווייב, און טאקע געמאלען א הערליכער סקולפטער און געשיקט מיט זיין ווייב צו דער קעניג'ס טאכטער.
ווי נאר דער טאכטער האט דערזעהן די שיינקייט פין די סקולפטער האט זי זיך זייער דערפרייט, און האט געגעבען פאר דער ווייב איר נאזבענדער און איר האנט בענדער. און די פרוי האט זיך צוריקגעקערט גוטמיטוג און פריילעך צו איר הויז. דער מאן האט איר געפרעגט, נו, ווי אזוי איז געלונגען דיין פלאן? ווייזט דער ווייב צו די נאזבענדער און אנדערע טאטשקעס וואס זי האט באקומען, דאס אלעס האט איך באקומען. האט דער מאן געפרעגט און ווי איז דער רייכטום וואס די האסט מיר צוגעזאגט? צו דען האט מיר געפעלט נאזבענדער און טאטשקעס? דער סקולפטער וואס איך האב דיר געגעבען איז פיל מער טייערע פין אלע נארישקייטען וואס די האסט באקומען.
אינדערפרי האט דער בת המלך געוויזען פאר איר טאטע די זילבערנע סקולפטער, האט דער קעניג געפרעגט ווער האט דאס געמאכט און ווער האט עס איר געגעבען? האבען די קנעכט גענטפערט א מייסטער גאלדשמיד וואס איז נישטא אין דער גאנצער לאנד האט עס געמאכט, און געשיקט צו די געערטע בת מלך, צו ווייזען געטריישאפט.
דער קעניג האט זיך גערעגט אויף דעם וואס זיין טאכטער האט א סקולפטער, און אויסגעשריגען, שנעל האקט אפ די רעכטע האנט פין דער גאלדשמיד, ווייל אזוי איז דער דין פין יעדער איינער וואס וואגט צו מאכען א געשטאלט פין א מענטש קעגען דער געזעץ.
די קנעכט האבען געאיילט און אנגעשניטען די האנט פין דער גאלדשמיד, און ער האט זיך נעבעך צוריקגעקערט צו זיין הויז טרויעריג און דעפרעסד, און האט אויסגעשריגען מיט א ביטערע זעהל, "צו אייך מענטשען רוף איך אויס, היט אייך פין צוהערען צו דער עצה פין די ווייבער, מאכט טויב אייערע אוירען צו דער קול פין זייערע זאגעכצער, טאמער וועט אייך טרעפען מיין טרעפונג, און עס וועט אויף אייך קומען וואס איז אויף מיר געקומען, ווייל דער עצה פין מיין ווייב האט פארשוועכט מיין שיינקייט, און אנגעשניטען מיין האנט, און פארדארבען מיין הערליכקייט". און ער האט געשריגען יעדעס טאג ביז זיין גאל האט זיך געשפאלטען און זיין לעבער האט זיך אויסגעגאסען אויף דער ערד פין זיין ביטערקייט.[/justify]
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

[center]דער הינקעדיגע[/center]


[justify]אמאהל איז געוועהן א צדיק וואס זיין הויז איז געוועהן אויף דער וועג וואס האט געפירט צו דער בית הקברות פין שטאט. דער צדיק האט געהאט א מנהג, אז יעדעס מאל עס איז אדורך א לוי' פארנט זיין שטוב, האט ער באגלייט דער נפטר ביז צו זיין רוה ארט אין דער בית הקברות.
אויף דער עלטער איז דער צדיק שוואך געווארען און איז אריין געפאלען אין בעט, ער איז קראנק געווארען אויף די פיס ביז זיינע פיס האבען פשוט נישט געטראגען, און ער האט נישט געקענט מער אנהאלטען זיין מנהג פין באגלייטען יעדעס נפטר. האט דער צדיק א תפלה געטוהן צו דער אויבערשטער, "העלף מיר אז לכל הפחות ווען א חסיד שטארבט און מען פירט אים צום בית הקברות, זאל איך אים קענען באגלייטען ביז צו זיין רוה ארט". דער אויבערשטער האט צוגעהערט צו זיין געבעהט און אים געשענקט זיין בקשה, און אזוי איז געוועהן.
איין טאג איז אין דער שטאט געשטארבען א זקן וואס איז געוועהן באקאנט אלץ חשובער מענטש און גאט פארכטיגער מאן, און צו אלעמען'ס ווינדער ווען מען האט געפירט דער זקן צו דער בית הקברות, און מען איז אדורך דער הויז פין דער חסיד, האט דער חסיד זיך נישט געקענט ארויס רירען פין בעט מקיים צו זיין דער מנהג פין באגלייטען יעדעס נפטר צו זיין רוה ארט.
צומארגענס איז געשטארבען א קצב א קריגערישע מענטש וואס האט נישט געטוהן קיין מעשים טובים, און צו אלעמען'ס ווינדער ווען מען האט געפירט דער קצב צו דער בית הקברות, און מען אדורך דער הויז פין דער חסיד, איז דער חסיד ארויס פין בעט, און אויפגעשטאנען אויף די אייגענע פיס און באגלייט דער בעט פין דער קצב ביז צו זיין רוה ארט אין בית הקברות.
איז מען געגאנגען צו דער ווייב פין דער קצב, און געפרעגט, וואס זענען געוועהן די הנהגות פין דיין מאן דער קצב, און וואס זענען געוועהן זיינע געשעפטען? דער ווייב האט זיך גענומען שרייען אויף זיי, דערמאנט נישט דער רשע מיין מאן, ער האט אלץ געשלאגען און געקריגט, אבער איין גוטע זאך האט ער געהאט, ער האט געהאט אן אלטער פאטער פין הונדרעט יאר אלט, און ער האט אים באדינט און מכבד געוועהן ווי עס פאסט. האבען זיי פארשטאנען אז דער מצוה פין כבוד אב האט פארגעבען אויף זיינע זינד, און פארדעם האט דער חסיד געקענט פאר אים אויפשטיין און באגלייטען.
דערנאך זענען זיי געגאנגען צו דער ווייב פין דער זקן, און געפרעגט אויף די הנהגות פין איר מאן, און וואס זענען געוועהן זיינע געשעפטען? האט זי גענטפערט מיין מאן, איז געוועהן א צדיק, ער האט זיך געפירט מיט אלעמען מיט ריכטיקייט, קיינמאל האט ער נישט געהויבען קיין האנט, און קיינמאל האט ער זיך נישט גערעגט. וואס האט ער געטוהן דורך דער טאג? האבען זיי געפרעגט. דער ווייב זאגט, ער האט געהאט איין שטוב וואס דארט האט ער פארברענגט אגאנצע טאג ווען ער האט געהאט צייט. וואס האט ער געטוהן אין דער שטוב? איך ווייס נישט, ענטפערט דער ווייב. צוגעבענדיג, ער האט געהאט א שלאס אויף דער שטוב, קיינער האט נישט געטארט אריין גיין אין דער שטוב, אפילו איך. האט מען געפענט דער שטוב און געטראפען דארט נאר איין קליינע קעסטעלע, ווען מען האט עס געעפענט האט מען דארט געטראפען א סקולפטער פין א מענטש, און אין זיין האנט אין געוועהן א שתי וערב, א צלם'ל רח"ל. האט מען שוין אלעס פארשטאנען.[/justify]
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
פארשפארט