ינוקא ינוקא לגזירה שוה

אידישע און וועלטליכע היסטאריע
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

ינוקא ינוקא לגזירה שוה

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

אזויווי איך האב געזעהן אז מ'מאכט דא גזירה שוות ינוקא ינוקא און מ'פארט פון איינס צום צווייטן ביז מ'איז פארפארן ביז'ן צווייטן ינוקא פון סטאלין וועל איך פרובירן געבן אביסל היסטארישע קאנטעקסט מ'זאל כאפן וואס איז דארט פארגעגאנגען. ווי מיין שטייגער וועל איך מאכן א טשולענט פון אלע ווערסיעס וואס איך האב מיך צאמגעהערט און צאמגעליינט צאמגעשמאלצן מיט מיין אייגענע פרשנות, איך שרייב דייקא נישט קיין דבר השלם, און אדרבה, ווער ס'קען מיך פארבעסערן מיט די פאקטן זאל זיך ביטע אנרופן.

רבי אשר פון סטאלין דער צווייטער איז אוועק אין א מגיפה ביי די 46 יאר אלט נאכ'ן זיין אינגאנצן איין יאר רבי איבערלאזענדיג איין פיר יעריג זוהן, צוליב די גרויסע זאכן וואס זיין זיידע דער בית אהרן (דער צווייטער רבי אהרן פון קארלין) האט געזאגט אויף איהם האבן די זקני החסידים געטוהן די געוואגטע שריט און איהם ממנה געווען אלץ רבי, למעשה האט זיך ארויסגעשטעלט אז די באשלוס איז געווען א פארדריסליכע טעות. אין די ערשטע יארן האט דער ינוקא טאקע זיך אויפגעפירט ווי ס'באדארף צו זיין, ער איז ארומגעלאפן מיט די קינדער אין הויף און די חסידים זענען געזעצן אין שול און זיך צוזאמען מחזק געווען אין זיך געווייקט אין תורה און חסידות. די פראבלעמען האבן זיך אבער אנגעפאנגען ווען דער ינוקא איז עלטער געווארן און באקומען אן אייגענע דעת, וויבאלד קיינער האט איהם דאך נישט געקענט איינטיילן וואס צו טוהן איז ער צוביסלעך מאדערנעזירט געווארן, געטוישט די לבוש, ארומגעפארן אייראפע לאורכה ולרוחבה, זיך געדרייט אין אלע גוטע פלעצער. נישט אז ער האט חס ושלום געטון עבירות, אן ערליכע איד איז ער דאך געוועזן, אבער זעהט אויס אז אזויווי אסאך קינדער וואס זענען געצווינגען געווארן זיך צו מעטשורן צו שנעל איז ער קיינמאל נישט אויסגעוואקסן די קינדערישקייטן, ער האט פשוט ליעב געהאט פאן, ארומפארן און אויסטשעקן אינטערעסאנטע פלעצער, באזוכט כל מיני רביס, א.א.וו. פארשטייט זיך אז די חסידים האט עס זייער נישט געשמעקט, אבער ווילאנג דער רבי האט זיי נישט געשטערט האבן זיי איהם נישט געשטערט. דער רבי האט געטון זיינע מינימאלע פליכטן, געפירט טיש ווען ער איז געווען אין סטאלין, און געלאזט די חסידים זיך ווייטער פירן אויפ'ן אלטן שטייגער. פאר די קינדער האט מען געזאגט אז דער רבי איז העכער אונזערע השגות און איז מתקן תיקונים און מ'האט זיך ווייטער מחזק געווען מיט תורה און חסידות. דער רבי האט נישט געשטערט די חסידים, די חסידים האבן נישט געשטערט דעם רבי'ן, דער רבי האט געדינט דעם אויבערשטן אויף זיין שטייגער, געדאווענט שנעל און שטיל, די חסידים האבן געדינט דעם אויבערשטן אויף זייער שטייגער מיט קולות וברקים נוסח סטאלין, און די קאמפאני איז ווייטער געפארן על מי מנוחות.

ויהי אחרי מות ישראל, דער רבי איז אוועק אום ראש השנה תרפ"ב אין באד-נויהיים זייענדיג דארט פאר רפואה צוועקן, מ'האט איהם באגראבן אינעם דערנעבנדיגן פראנקפורט, און לכבוד דעם איז ער פארבליבן מיט'ן נאמען "דער פראנקפורטער" און פינעף פון זיינע זעקס זוהן האבן אנגעפאנגען פירן רביסטיווע.

דער פערטער זוהן רבי משה האט איבערגענומען זיין טאט'נס פלאץ אין סטאלין, אבער אזויווי ער האט נישט צופיל געהאלטן דערביי איז א גרויסער עולם חסידים געגאנגען צום פופטן זוהן ר' אברהם אלימלך וואס האט אלץ כבוד פון זיין עלטערער ברודער זיך אריבערגעצויגן צום דערנעבנדיגן שטעטל קארלין. דער צווייטער זוהן האט געפירט רביסטיווע אין ווארשע, דער דריטער זוהן האט געפירט רביסטיווע אין דעטרויט, מישיגען, און דער זעקסטער זוהן ר' יוחנ'טשע האט געפירט רבי'סטיווע אין שטעטל לויצק, אין אנפאנג איז ער געפאלן אין שאטן פון זיינע עלטערע ברידער רבי משה און רבי אברהם אלימלך, אבער ווי מיר וועלן באלד זעהן האט ער למעשה באוויזן איבערצונעמען די גאנצע זאך.

צו דער זעלבער צייט זענען אין אין ארץ ישראל און אמעריקע אויך געווען קיבוצים פון סטאלינע חסידים, אין וויליאמסבורג האט נאר רבי משה געהאט א שול, אין תל אביב זענען אבער געווען דריי סטאלינע שולן, איינס פון רבי מיילעך'ס חסידים, איינס פון רבי משה'ס חסידים (וואס ער האט געהאט די שטערקסטע באזע אין תל אביב), און איינס פון רבי יוחנן'ס חסידים. אזויווי מיר האבן אבער שוין פריער ערווענט האט רבי מיילעך געהאט די שטערקסטע באזע חסידים, נישט נאר אין רוסלאנד נאר אין ארץ ישראל אויך, בעיקר אין ירושלים, פיר מאל האט רבי מיילעך אפגעשטאט לענגערע באזוכן אין ארץ ישראל און געפראוועט פאר'ן עולם, אויך האט ער אויפגעשטעלט די ישיבה בית אהרן אין ירושלים, און דא פאנגט זיך אן די פאן/שטינק/פאליטיק.

די ירושלימ'ע חסידים זענען טאקע געווען פייערדיגע חסידים פונעם רבי'ן רבי מיילעך, אנדערש אבער ווי די חסידים אין רוסלאנד וואס האבן זיך שוין צוגעוואוינט צום רבינ'ס מאדערנקייט האבן די טשאלמערס נישט געקענט שלום מאכן מיט'ן מצב, זיי האבן זיך אויסגענומען א תנאי כפול ומכופל אז דער רבי קען קומען פראווען ביי זיי נאר אן דעם רעביצין מיט איר מאדערנע קליידונג, ווען רבי משה מרדכי לעלובער, פון די חשובי אנ"ש, האט זיך דערוואוסט דערפון איז ער געווען זייער בייז, טשאלמערישקייט האט אויך א שיעור, ס'איז שוין אבער געווען צו שפעט עפעס צו טוהן דערוועגן. איין טאג ווען דער רבי איז געגאנגען אין מקוה האבן אפאר צוהיצטע אינגעלייט אויפגעטוישט דעם רבינ'ס מאדערנע קליידונג אויף די ירושלימע לבוש, נישט האבנדיג קיין ברירה האט דער רבי עס אנגעטון, שפעטער האט מען איהם אויך ארייגעשטופט א זילבערנעם שטעקן אין די הענט. דער רבי זייענדיג א וואוילער און אן אפילו דער רעבעצין צו דער האנט האט עס געדארפט עסן, און די טשאלמערס זענען געווען פרייליך ביז'ן הימל.

צום ענדע איז רבי מיילעך דער קארלינער געהארגעט געווארן ביים קריג, רבי משה דער סטאלינער און רבי אהרן זענען אויך אומגעקומען ביים קריג, רבי יעקב חיים דער דעטרויטער איז סתם אזוי אוועק אין יאר תש"ה און מיטאמאל האט דער יונגסטער זוהן רבי יוחנ'טשע דער לויצקער זיך דערזעהן אלס דער איינציגסטער ממשיך. אין יאר תש"ו איז רבי יוחנ'טשע ארויף אויף ארץ ישראל מיט א מיסיע צו פאראייניגן אלע זיינע ברידער'ס חסידים אונטער זיין פירערשאפט. ער האט צאמגעשטעלט רבי מיילעך'ס ישיבה "בית אהרן" מיט רבי משה'ס ישיבה "פאר ישראל" ויקרא שמו "בית אהרן וישראל", ער האט צאמגעשטעלט די דריי חבורות אין תל אביב צו דאווענען אין איין שול, ער האט פאראייניגט די חסידים פון רבי משה סטאלינער מיט רבי מיילעך קארלינער'ס חסידים, און געמאכט א ריברענדינג און עס א נאמען געגעבן "סטאלין-קארלין". אנדערש ווי רבי מיילעך איז רבי יוחנ'טשע געווען א גרויסע אנדרייער און א שטארקע עקשן, ער האט זיך נישט געבויגן צו קיינעם אין דער וועלט, אפילו די טשאלמערס. ווען רבי מיילעך'ס חסידים זענען געקומען צו איהם מיט די ירושלימע קליידער זיך בעטנדיג ביי איהם אויסצוטוהן די מאדערנע קליידער האט ער געשטעלט א שטארקען ווידערשטאנד זאגנדיג: "א רבי מאכט חסידים, חסידים מאכן נישט א רבי, אז עטץ ווילטס מאכן א רבי גייטס ענק זוכן א צווייטן", דער רבי איז געבליבן מיט זיין מאדערנעם היטל, און די חסידים זענען אוועק בפחי נפש. צו דער זעלבער צייט האט דער רבי זיך אריינגעווארפן צו "מאכן חסידים" וואס וועלן איהם נישט איינטיילן וואס צו טוהן, ער האט אפגעטיילט די בחורים און בעיקר געארבעט אויף זיי, ער האט געמאכט אן עקסטערן שול פאר זיי, געהאלטן שמועסן פאר זיי, און געשטעלט אפאר געשוואוירענע חסידים אלס ראשי חבורה. בו בזמן וואס די חסידים האבן געקריצט מיט די ציין האט דער רבי פארארבעט מעשים אויף זייערע קינדער, מגדיים נעשו תיישים, און צוביסלעך איז אויפגעוואקסן א סטאדע פון פארברענטע חסידים. זעענדיג אין רבי יוחנ'טשע דער לעצטער ממשיך איז דער עלטערער דור ווייטער געקומען זיך פראווען בלית ברירה, אבער זיי האבן זיך קיינמאל נישט פולשטענדיג אונטערטעניגט אונטער'ן נייעם רבי'ן, אזוי איז די חסידות געווארן שארף צוטיילט צווישן דער עלטערער דור און דער אינגערער דור, דער פאראייניגונג פון קארלין מיט סטאלין האט זיך אויסגעלאזט מיט א דורכפאל, און מ'שמעקט שוין א מחלוקת אין די לופטן.

נאך צוויי יאר, זעענדיג אז ער האט שוין די אינגערע דור אין די הענט איז דער רבי אריבער קיין אמעריקע אויפבויען א באזע דארט אויך, אנקומענדיג קיין אמעריקע האט ער גלייך איבערגענומען די חסידים פון זיין ברודער רבי משה סטאלינער, דארט האט ער נישט געהאט קיין דאגות פון די פאר'עקשנ'טע טשאלמערס, ס'נישט דורך קיין לאנגע צייט און ער האט שוין אין אמעריקע אויך געהאט א שטארקע באזע געשוואוירענע חסידים.

שנעלער פארלויף ביז'ן יאר תשט"ז, אינעם הייליגן יום טוב פון כ"א כסלו האט דער רבי אויסגעהויכט זיין נשמה און די קארלינע חסידים זענען פארבליבן אן א רבי און די סטאלינע חסידים אן א מנהיג. זיבן יאר האבן די חסידים געשטופט אן קיין רבי ביז די זקני החסידים האבן איינגעזעהן אז ס'נישט קיין תכלית און אויפגענומען רבי משה מרדכי לעלובער, פון די זקני החסידים, אלס רבי. דער אינגערער עולם, די געשוואוירענע חסידים, האבן אבער נישט געוואלט הערן דערפון, א חסיד פון רבי מיילעך זאל ווערן זייער רבי? היו לא תהיה! זיי האבן זיך איבערגעקלערט און איבערגעקלערט פאר נאך א יאר צייט ביז איין טאג איז געפאלן די החלטה, "אונז האבן אויך א רבי!", ווער איז ענקער רבי? וואס הייסט ווער? דער רבי'ס 9 יעריג אייניקל ברוכ'ל שוחט! דער עולם האט געלאכט פון זיי אין די גאסן, א 9 יעריג קינד נעמט מען פאר א רבי? ענק ווילן יעצט איבערטוהן די פאטאלע טעות וואס ענקערע עלטער זיידעס האבן געהאט מיט'ן פראנקפורטער? ענק האבן נישט גענוג זיך צאמגעליטן און בושות געהאט פון איין ינוקא, נעמט עטס נאכאיינס? אבער די פארברענטע חסידים האבן זיך געהאלטן ביי זייערס, "אונז זאלן אויפנעמען א רבי פון אונזער אייגענער דעת?! א רבי מאכט חסידים, נישט חסידים מאכן א רבי! ברוכ'ל איז א געבוירענע רבי, אן אייניקל פונעם רעבעסעסעליינע, א קדוש מרחם, לאורו ניסע ונלך!"

ווען דער דייטשער קייסער ווילהעלם איז געווען באזוכן אין ירושלים איז ער דורכגעגאנגען די קארלינע שול, פונקט האט מען געהאלטן אינמיטן דאווענען מיט קולות וברקים נוסח קארלין. הערנדיג די קולות רופט זיך דער קייסער אן: "די אידן זענען א קלוג פאלק, זיי האבן גענומען אלע משוגעים און געמאכט פאר זיי אן עקסטערן שול." איי וואס פארשטייט דען אגוי. און דו מיינסט אז די קארלינע חסידים האבן זיך דערשראקן דערפון? וואס ווען וואו, זיי האבן עס גאר אנגענומען אלץ א קאמפלימענט! א חסיד דארף זיין פריש געזונט משוגע, אנדערש גייט עס נישט. זיי לאכן זיך אויס פון די שפעטערס, זאלן זיי אלע לאכן און אונז וועלן זיך טוהן אונזערס.

און אזוי איז טאקע געווען, רבי מיילעך'ס חסידים זענען פארבליבן ביי רבי משה מרדכי און דארט פארפירט ביז רבי שימעלע האט זיי שפעטער ארויסגעטראסקעט און זיי האבן געמאכט שבת פאר זיך אונטערן ברענד "פינסק-קארלין", און רבי יוחנ'טשע'ס חסידים האבן אויפגענומען זיין ניין יעריג אייניקל ברוכ'ל שוחט אלס רבי האפנדיג אז די שטות זאל געלונגען. ברוכ'ל איז געפלויגן קיין ארץ ישראל אין באגלייטונג פון זיינע עלטערן, ער האט געפירט טיש פאר די זיידנ'ס חסידים, וקריית סטאלין צהלה ושמחה.

ברוכ'ל האט פארברענגט אפאר וואכן אין ארץ ישראל, די יונגע חסידים האבן גע'יובל'ט פאר פרייד, אבער ווי יעדע גרויסע געשעעניש איז דאס אויך געקומען צו אן ענדע, די שטויב האט זיך געזעצט, די געמיטער האבן זיך אויסגעניכטערט אביסל, די דשאוק איז אווער, ברוכ'ל פארט צוריק גיין אמעריקע, און סטאלין האט יעצט א נייע פראיעקט, נעמליך, צוצוגרייטן ברוכ'ל פאר די רעביסטיווע. א שטאב פון אויסגערופענע מחנכים פליען אפ קיין אמעריקע מחנך צו זיין און צוצוגרייטן דעם פרישן ינוקא פאר זיינע צוקונפטיגע פליכטן, זיי פרעדיגן אריין אין איהם תורה און יראת שמים און ער נעמט אלעס אריין, ער מאכט טאקע אסאך טראבל און שפילט ארום מיט זיינע מחנכים, אבער ער וואקסט אויס א לייטיש בחור. פעסט פארווארד אפאר יאר, דער ינוקא האט חתונה מיט זיין קאזין, בת דודו מיט ביידע פשטים, ער ווערט געקרוינט אלס רבי פון קארלין-סטאלין, ס'גייט נישט דורך קיין לאנגע צייט און דער עולם זעהט איין אז דאס עפעלע פאלט טאקע נישט ווייט פון בוים, בנוסף צו זיין התמדה און יראת שמים האט ער אויך די מעלות סיי פון זיין זיידע און סיי פון זיין עלטער זיידע, אן עקשן איז ער ווי זיין זיידע, און א פאן-ליבהאבער איז ער ווי זיין עלטער זיידע, און איבער אלעם חלומ'ט ער פונעם טאג וואס ער וועט קענען די טשאלמערס וואס האבן געפייניגט זיין עלטער פעטער לערנען טאנצן. ער האט חתונה, גט זיך, האט חתונה נאכאמאל, פארט ארום דער וועלט, באזוכט מוזעאומס, זיין פאספארט ווערט פולער און פולער אזש מ'דארף האלטן אין איין צולייגן פאפירן, און ער הייבט אן לערנען די חסידים וואס מיינט "א רבי מאכט חסידים".

איין שיינעם טאג קומט דער רבי שליט"א אריין אין שול און שטאפט זיך צו דאס נאז, "דער עולם נעמט נישט קיין שאווערס דא?" - פרעגט ער מיט וואונדער, ברו"ך אומר ועושה, ער שטעלט אפאר גבאים זיכער מאכן אז דער עולם נעמט שאווערס און זייפט זיך ווי ס'דארף צו זיין. א צווייטער טאג קומט ער אריין אין שול און שטאפט זיך צו דאס נאז נאכאמאל, וואס איז יעצט? "דער עולם רייכערט דא?! ס'דאך נישט געזונט, ס'קאסט סתם אפ אידיש געלט, ס'מאכט א שלעכטן ריח, ?!what the hell is that", ברוך גוזר ומקיים, ער גיבט ארויס א נייע גזירה אז קיינער זאל זיך נישט וואגן מער אנצורירן קיין ציגארעטל, ס'איז פשוט א שאד אויף אידיש געזונט און געלד. די טשאלמערס זענען אין א גרויס פארלעגנהייט, נעמען שאווערס און נישט רייכערן?! מיט וואס וועלן זיי יעצט אנדערש זיין פון נארמאלע מענטשן?! אבער אז דער רבי הייסט פרעגט מען נישט קיין קשיות, ברוך משלם שכר טוב ליראיו, ומכלל הן אתה שומע פסק מפה קדשו. די עלטערע חסידים קריצן מיט די ציין אבער קענען גארנישט טוהן דערוועגן, די מכה בפטיש איז געווען ווען דער רבי האט זיך צוקריגט מיט די עדה החרדית. פארצייטנס פלעגט די עדה החרדית זיין דער שירעם ארגאניזאציע וואס פאראייניגט אלע פרומע אידן אין ירושלים, מיט די יארן זענען זיי אבער געווארן מער און מער עקסטערעם, און צוביסלעך צוביסלעך זענען זיי געווארן אויסגעשפילט, אגודת ישראל האט זיך שוין אפגעטיילט פון זיי, בעלזא האט עס שוין געטוהן, און יעצט איז אויך געקומען די רייע פאר סטאלין צו טוהן דעם קלוגן שריט און זיך אפטיילן פון די עקסטרעמיסטן. דאס האבן אבער די עלטערע חסידים נישט געקענט פארשווייגן, א קבוצה חסידים אין שפיץ פון רבי יאסל ציינווירטה האבן זיך אויפגעהויבן און געמאכט שבת פאר זיך אונטער'ן ברענד "קהל חסידי ירושלים", און אזוי איז סטאלין פטור געווארן פון נאך א קבוצה אנדרייערס. אנדרייען מעג נאר דער רבי, ווער ס'וויל אנדרייען זאל זיך זוכן א צווייטן פלאץ. ווי נישט וואו זענען דאך איבערגעבליבן אפאר אנדרייערס וואס האבן זיך געהאלטן געטריי צום רבי'ן, כאטש אויף אזוי ווייט אז זיי האבן נישט געקענט אפלאזן, איז דער רבי אויפגעקומען מיט אן עצה אויף דעם אויך. אין יאר תשנ"ו האט ער געקרוינט אלץ לויצקער רבי זיין ברודער רבי יוחנן וואס איז באקאנט אלס א פועל ישועות, צוזאמען מיט'ן הכתרה האט ער איהם געשיקט א קבוצה פון הונדערט חסידים, צווישן זיי האט ער אריינגעשמוגלט די פאר אנדרייערס, און אזוי איז סטאלין דורך איר דריטע קליענאפ, and they lived happily ever after.
בייגעלייגטע פיילס
מחלוקת סטולין-קרלין.pdf
(84.94 KiB) אראפגעלאדנט 241 מאל
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 5 אום רביה''ק זי''ע, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

איך האב שוין געוואלט שרייבן אז איך בין מוחה. ס'הייסט. אזא שיין און באלערנד און געשמאק ארטיקל. ואין קול ואין יונה. קיין איין לייק נישט. אבער איך זעה אז מי אני האט שוין געלייקט. ויסר חרון אפו מעליו...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

נאך איין באמערקונג: ווען איך האב געליינט די השתלשלות פון די סטאלינער גזע, האביך ארויסגענומען פון דארט אז די ינוקא'ס ביידע פון זיי( זענען געווען קדושים וטהורים למעלה מהשגתינו...לאל...!)
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

כ'האב שוין צוגעלייגט די פארזעצונג, ליינט און האט (אדער נישט) הנאה.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
cictim
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 385
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 14, 2015 3:13 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 254 מאל

שליחה דורך cictim »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:אזויווי איך האב געזעהן אז מ'מאכט דא גזירה שוות ינוקא ינוקא און מ'פארט פון איינס צום צווייטן ביז מ'איז פארפארן ביז'ן צווייטן ינוקא פון סטאלין וועל איך פרובירן געבן אביסל היסטארישע קאנטעקס מ'זאל כאפן וואס איז דארט פארגעגאנגען. ווי מיין שטייגער וועל איך מאכן א טשולענט פון אלע ווערסיעס וואס איך האב מיך צאמגעהערט און צאמגעליינט צאמגעשמאלצן מיט מיין אייגענע פרשנות, איך שרייב דייקא נישט קיין דבר השלם, און אדרבה, ווער ס'קען מיך פארבעסערן מיט די פאקטן זאל זיך ביטע אנרופן.

"די לערנסט היסטאריע פונקט ווי די לערנסט גמרא - וואס דו ווילסט ס'זאל שטייין דאס זעהסטו שוין בחוש. איך וועל פרובירן אביסל מכל דברי בלע פאריכטן מיט מיין שוואכע שרייבן טאלאנט".

רבי אשר פון סטאלין דער צווייטער איז אוועק אין א מגיפה ביי די 46 יאר אלט נאכ'ן זיין אינגאנצן איין יאר רבי איבערלאזענדיג איין פיר יעריג זוהן, צוליב די גרויסע זאכן וואס זיין זיידע דער בית אהרן (דער צווייטער רבי אהרן פון קארלין) האט געזאגט אויף איהם האבן די זקני החסידים געטוהן די געוואגטע שריט און איהם ממנה געווען אלץ רבי, למעשה האט זיך ארויסגעשטעלט אז די באשלוס איז געווען א פארדריסליכע טעות. אין די ערשטע יארן האט דער ינוקא טאקע זיך אויפגעפירט ווי ס'באדארף צו זיין, ער איז ארומגעלאפן מיט די קינדער אין הויף און די חסידים זענען געזעצן אין שול און זיך צוזאמען מחזק געווען אין זיך געווייקט אין תורה און חסידות. די פראבלעמען האבן זיך אבער אנגעפאנגען ווען דער ינוקא איז עלטער געווארן און באקומען אן אייגענע דעת, וויבאלד קיינער האט איהם דאך נישט געקענט איינטיילן וואס צו טוהן איז ער צוביסלעך מאדערנעזירט געווארן, געטוישט די לבוש, ארומגעפארן אייראפע לאורכה ולרוחבה, זיך געדרייט אין אלע גוטע פלעצער. נישט אז ער האט חס ושלום געטון עבירות, אן ערליכע איד איז ער דאך געוועזן, אבער זעהט אויס אז אזויווי אסאך קינדער וואס זענען געצווינגען געווארן זיך צו מעטשורן צו שנעל איז ער קיינמאל נישט אויסגעוואקסן די קינדערישקייטן, ער האט פשוט ליעב געהאט פאן, ארומפארן און אויסטשעקן אינטערעסאנטע פלעצער, באזוכט כל מיני רביס, א.א.וו. פארשטייט זיך אז די חסידים האט עס זייער נישט געשמעקט, אבער ווילאנג דער רבי האט זיי נישט געשטערט האבן זיי איהם נישט געשטערט. דער רבי האט געטון זיינע מינימאלע פליכטן, געפירט טיש ווען ער איז געווען אין סטאלין, און געלאזט די חסידים זיך ווייטער פירן אויפ'ן אלטן שטייגער. פאר די קינדער האט מען געזאגט אז דער רבי איז העכער אונזערע השגות און איז מתקן תיקונים און מ'האט זיך ווייטער מחזק געווען מיט תורה און חסידות. דער רבי האט נישט געשטערט די חסידים, די חסידים האבן נישט געשטערט דעם רבי'ן, רבי האט געדינט דעם אויבערשטן אויף זיין שטייגער, געדאווענט שנעל און שטיל, די חסידים האבן געדינט דעם אויבערשטן אויף זייער שטייגער מיט קולות וברקים נוסח סטאלין, און די קאמפאני איז ווייטער געפארן על מי מנוחות.

"פון אלע התנגדות וואס איך האב געזעהן האב איך זא געשמאקע שטיקל שקר נישט געטראפן מסתמא האסט עס גענומען פון די משכילים די חסידים איז אפגערעדט אז ער איז פארהייליגט אפילו די מנחת אלעזר מיטן ציעשנובער רב האבן געזאגט אויף אים מופלגות. גראדע סוף ימיו האט ער אנגעטוהן ווייסע זאקן שלא כמנהגו עד אז ער האט געזאגט די וועלט דארף חיזוק אין אמונה".

ויהי אחרי מות ישראל, דער רבי איז אוועק אום ראש השנה אויף איינס פון זיינע אויספלוגן אין דייטשלאנד,

"נישט אז ס'מאכט אויס נאר בעסיק סירטש האסטו נישט געמאכט עראיז געפארן פאר רפואה קיין פראנקפורט זאגענדיג אז דאס איז זיין לעצטע וועג יש אומרים ער האט געהאט יענע מעשה".

מ'האט איהם באגראבן אין פראנקפורט, און לכבוד דעם איז ער פארבליבן מיט'ן נאמען "דער פראנקפורטער" און פינעף פון זיינע זעקס זוהן האבן אנגעפאנגען פירן רביסטיווע.

דער פערטער זוהן רבי משה האט איבערגענומען זיין טאט'נס פלאץ אין סטאלין, אבער אזויווי ער האט נישט צופיל געהאלטן דערביי איז א גרויסער עולם חסידים געגאנגען צום פופטן זוהן ר' אברהם אלימלך וואס האט אלץ כבוד פון זיין עלטערער ברודער זיך אריבערגעצויגן צום דערנעבנדיגן שטעטל קארלין.

"ס'דא אצוואה פון זיין טאטע און די חסידים האבן פארשטאנען אז דאס מיינט ר' אברהם אלימלך וואס איז באוויסט אז אלע רביס זענען געגאנגען פון קארלין קיין דערנעבעדיגן סטאלין אהין און צריק און זיין טאטע האט געזאגט ביים לעצטען נסיעה אז קיין סטאלין קומט ער נישט צוריק איז עס געווען א כבוד צו גיין קיין קארלין."

דער צווייטער זוהן האט געפירט רביסטיווע אין ווארשע, דער דריטער זוהן האט געפירט רביסטיווע אין דעטרויט, מישיגען.

"ר' יעקב חיים אז געקומן וואונען אין וויליאמסבורג ווי ער האט געלעבט ביז אייר תש"ו און ער האט געהט הונדרטע חסידים אבער אמעריקע צווישן זיי צווי גרויסע שולן אין דעטרויט."

און דער זעקסטער זוהן ר' יוחנ'טשע האט געפירט רבי'סטיווע אין שטעטל לויצק, אין אנפאנג איז ער געפאלן אין שאטן פון זיינע עלטערע ברידער רבי משה און רבי אברהם אלימלך, אבער ווי מיר וועלן באלד זעהן האט ער למעשה באוויזן איבערצונעמען די גאנצע זאך.

צו דער זעלבער צייט זענען אין אין ארץ ישראל און אמעריקע אויך געווען קיבוצים פון סטאלינע חסידים, אין וויליאמסבורג האט נאר רבי משה געהאט א שול, אין תל אביב זענען אבער געווען דריי סטאלינע שולן, איינס פון רבי מיילעך'ס חסידים, איינס פון רבי משה'ס חסידים (וואס ער האט געהאט די שטערקסטע באזע אין תל אביב), און איינס פון רבי יוחנן'ס חסידים. אזויווי מיר האבן אבער שוין פריער ערווענט האט רבי מיילעך געהאט די שטערקסטע באזע חסידים, נישט נאר אין רוסלאנד נאר אין ארץ ישראל אויך, בעיקר אין ירושלים, פיר מאל האט רבי מיילעך אפגעשטאט לענגערע באזוכן אין ארץ ישראל און געפראוועט פאר'ן עולם, אויך האט ער אויפגעשטעלט די ישיבה בית אהרן אין ירושלים, און דא פאנגט זיך אן די פאן/שטינק/פאליטיק.

די ירושלימ'ע חסידים זענען טאקע געווען פייערדיגע חסידים פונעם רבי'ן רבי מיילעך, אנדערש אבער ווי די חסידים אין רוסלאנד וואס האבן זיך שוין צוגעוואוינט צום רבינ'ס מאדערנקייט האבן די טשאלמערס נישט געקענט שלום מאכן מיט'ן מצב,

"די חסידים אין ירושלים זענען שןין געווען פון די צייטן פון די בית אהרן און זענען כסדר צוריק געפארן צום רבין אויף יום טוב ווי אמונת צדיקים איז פון די שטארקע עיקרים אין קארלין די גאנצע מעשה מיט די רעבעצינס שייטל קומט פון איינער אדער צווי פון די הנהלת המוסדות וואס האבן זיך קעגן געשטעלט די רבי זאל קומען וואונען אין ירושלים מחמת פרנסה און שפעטער האט דער זעלבע געפירט די מערכה ווען ר' יוחנן איז גיקומען נאכן קריג."

זיי האבן זיך אויסגענומען א תנאי כפול ומכופל אז דער רבי קען קומען פראווען ביי זיי נאר אן דעם רעביצין מיט איר מאדערנע קליידונג, ווען רבי משה מרדכי לעלובער, פון די חשובי אנ"ש, האט זיך דערוואוסט דערפון איז ער געווען זייער בייז, טשאלמערישקייט האט אויך א שיעור, ס'איז שוין אבער געווען צו שפעט עפעס צו טוהן דערוועגן. איין טאג ווען דער רבי איז געגאנגען אין מקוה האבן אפאר צוהיצטע אינגעלייט אויפגעטוישט דעם רבינ'ס מאדערנע קליידונג אויף די ירושלימע לבוש, נישט האבנדיג קיין ברירה האט דער רבי עס אנגעטון, שפעטער האט מען איהם אויך ארייגעשטופט א זילבערנעם שטעקן אין די הענט. דער רבי זייענדיג א וואוילער און אן אפילו דער רעבעצין צו דער האנט האט עס געדארפט עסן, און די טשאלמערס זענען געווען פרייליך ביז'ן הימל.

צום ענדע איז רבי מיילעך דער קארלינער געהארגעט געווארן ביים קריג, רבי משה דער סטאלינער און רבי אהרן זענען אויך אומגעקומען ביים קריג, רבי יעקב חיים דער דעטרויטער איז סתם אזוי אוועק אין יאר תש"ה און מיטאמאל האט דער יונגסטער זוהן רבי יוחנ'טשע דער לויצקער זיך דערזעהן אלס דער איינציגסטער ממשיך. אין יאר תש"ו איז רבי יוחנ'טשע ארויף אויף ארץ ישראל מיט א מיסיע צו פאראייניגן אלע זיינע ברידער'ס חסידים אונטער זיין פירערשאפט. ער האט צאמגעשטעלט רבי מיילעך'ס ישיבה "בית אהרן" מיט רבי משה'ס ישיבה "פאר ישראל" ויקרא שמו "בית אהרן וישראל", ער האט צאמגעשטעלט די דריי חבורות אין תל אביב צו דאווענען אין איין שול, ער האט פאראייניגט די חסידים פון רבי משה סטאלינער מיט רבי מיילעך קארלינער'ס חסידים, און געמאכט א ריברענדינג און עס א נאמען געגעבן "סטאלין-קארלין". אנדערש ווי רבי מיילעך איז רבי יוחנ'טשע געווען א גרויסע אנדרייער און א שטארקע עקשן, ער האט זיך נישט געבויגן צו קיינעם אין דער וועלט, אפילו די טשאלמערס. ווען רבי מיילעך'ס חסידים זענען געקומען צו איהם מיט די ירושלימע קליידער זיך בעטנדיג ביי איהם אויסצוטוהן די מאדערנע קליידער האט ער געשטעלט א שטארקען ווידערשטאנד זאגנדיג: "א רבי מאכט חסידים, חסידים מאכן נישט א רבי, אז עטץ ווילטס מאכן א רבי גייטס ענק זוכן א צווייטן", דער רבי איז געבליבן מיט זיין מאדערנעם היטל, און די חסידים זענען אוועק בפחי נפש. צו דער זעלבער צייט האט דער רבי זיך אריינגעווארפן צו "מאכן חסידים" וואס וועלן איהם נישט איינטיילן וואס צו טוהן, ער האט אפגעטיילט די בחורים און בעיקר געארבעט אויף זיי, ער האט געמאכט אן עקסטערן שול פאר זיי, געהאלטן שמועסן פאר זיי, און געשטעלט אפאר געשוואוירענע חסידים אלס ראשי חבורה. בו בזמן וואס די חסידים האבן געקריצט מיט די ציין האט דער רבי פארארבעט מעשים אויף זייערע קינדער, מגדיים נעשו תיישים, און צוביסלעך איז אויפגעוואקסן א סטאדע פון פארברענטע חסידים. זעענדיג אין רבי יוחנ'טשע דער לעצטער ממשיך איז דער עלטערער דור ווייטער געקומען זיך פראווען בלית ברירה, אבער זיי האבן זיך קיינמאל נישט פולשטענדיג אונטערטעניגט אונטער'ן נייעם רבי'ן, אזוי איז די חסידות געווארן שארף צוטיילט צווישן דער עלטערער דור און דער אינגערער דור, דער פאראייניגונג פון קארלין מיט סטאלין האט זיך אויסגעלאזט מיט א דורכפאל, און מ'שמעקט שוין א מחלוקת אין די לופטן.

נאך צוויי יאר, זעענדיג אז ער האט שוין די אינגערע דור אין די הענט איז דער רבי אריבער קיין אמעריקע אויפבויען א באזע דארט אויך, אנקומענדיג קיין אמעריקע האט ער גלייך איבערגענומען די חסידים פון זיין ברודער רבי משה סטאלינער,
ר' יעקב חיים

דארט האט ער נישט געהאט קיין דאגות פון די פאר'עקשנ'טע טשאלמערס, ס'נישט דורך קיין לאנגע צייט און ער האט שוין אין אמעריקע אויך געהאט א שטארקע באזע געשוואוירענע חסידים.

שנעלער פארלויף ביז'ן יאר תשט"ז, אינעם הייליגן יום טוב פון כ"א כסלו האט דער רבי אויסגעהויכט זיין נשמה און די קארלינע חסידים זענען פארבליבן אן א רבי און די סטאלינע חסידים אן א מנהיג. זיבן יאר האבן די חסידים געשטופט אן קיין רבי ביז די זקני החסידים האבן איינגעזעהן אז ס'נישט קיין תכלית

"זיי האבן געזעהן ווי די חסידים נעמען צוביסלעך איבער האבן די זעלבע אלטע הנהלה גענומען רמ"מ טראכטענדיג אז ער וועט נישט שטיין אויפן קאפ וכך הוה ער איז אפילו נישט געקומען דאווענען ביי זיי."

און אויפגענומען רבי משה מרדכי לעלובער, פון די זקני החסידים, אלס רבי. דער אינגערער עולם, די געשוואוירענע חסידים, האבן נישט געוואלט הערן דערפון, א חסיד פון רבי מיילעך זאל ווערן זייער רבי? היו לא תהיה! זיי האבן זיך איבערגעקלערט און איבערגעקלערט פאר נאך א יאר צייט ביז איין טאג איז געפאלן די החלטה, "אונז האבן אויך א רבי!", ווער איז ענקער רבי? וואס הייסט ווער? דער רבי'ס 9 יעריג אייניקל ברוכ'ל שוחט! דער עולם האט געלאכט פון זיי אין די גאסן, א 9 יעריג קינד נעמט מען פאר א רבי? ענק ווילן יעצט איבערטוהן די פאטאלע טעות וואס ענקערע עלטער זיידעס האבן געהאט מיט'ן פראנקפורטער? איין ינוקא האט נישט גענוג קאליע געמאכט, נעמט עטס נאכאיינס? אבער די פארברענטע חסידים האבן זיך געהאלטן ביי זייערס, "אונז זאלן אויפנעמען א רבי פון אונזער אייגענער דעת?! א רבי מאכט חסידים, נישט חסידים מאכן א רבי! ברוכ'ל איז א געבוירענע רבי, אן אייניקל פונעם רעבעסעסעליינע, א קדוש מרחם, לאורו ניסע ונלך!"

פארזעצונג קומט אי"ה שפעטער אדער מארגן.
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

Re: ינוקא ינוקא לגזירה שוה

שליחה דורך מי אני »

מערקווידיג אז מ׳נוצט ביי דעם אינעם קעפל ״גזירה שוה״, ווייל אפילו תוס׳ אין סוכה לא. ד״ה ור״י איז מודה אז א פון די י״ג מדות קען מען נישט דרש׳ענען א גזירה שוה מעצמו אלא א״כ ״למדה מרבו״ ע״ש. והיינו, אין אונזער פאל וואו צו מכתיר זיין דעם ינוקא האט מען געמוזט צוקומען צום ווילן וכו׳ מרבו אים משוה צו זיין רבם...
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

א גרויסן דאנק הרב [tag]cictim[/tag] פאר די באלייכטענדע הערות, בעיקר די לעצטע, ס'שטימט זייער גוט אריין אין מיין נאראטיוו.. די היסטאריע פון דעם דעטרויטער זעהט מען קלאר אז איך קען נישט, כ'פרוביר אפילו נישט עס צו לייקענען, יישר כח פאר'ן קלאר מאכן. מה שנוגע דעם פראנקפורטן, כ'האב חלילה נישט געזאגט אז ער איז געווען א שגץ, און אוודאי איז ער געווען געשעצט ביי די גדול ישראל, איך מיין אבער אז ער האט געהאט אן אנדערן דרך אין עבודה השם ווי זיינע זיידעס, מעגסט זיך דינגען מיט מיר. די סיבה פאר'ן פארן קיין פראנקפורט האב איך טאקע פארגעסן, כ'על עס פאררעכטן. די מעשה מיט די ווייסע זאקן איז מיר זייער אינטערעסאנט, איך וואלט געוואלט וואוסן מער דערוועגן. איך וואלט מיך אויך געפריידט אויב דו וואלסט צולייגן הערות צו די פארזעצונג פון די דברי בלע...
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
cictim
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 385
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 14, 2015 3:13 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 254 מאל

שליחה דורך cictim »

קיינער קריגט זיך נישט אז ער האט געפירט א אנדערע דרך. דברי בלע איז די ליצנות וועג ווי דו שרייבסט דאס. די הערות אויף די צווייטע חלק האב איך געשריבן ביי די אשכול פון סדיגור וועגן ר' שימעלע. פארשטייט זיך פרשנות זאל יעדער אליין מאכן איך האב נישט געשריבן דערוועגן.

צוויי קליינע הערות אויף פאקטן חסידים האבן נישט אויסגעשלאסן רמ"מ אלס חסיד ווואס איז נאך געפארן קיין קארלין מיט זיין טאטען נאר האבן געווארט אויפן אייניקל עיין מה שכתבתי באשכול סדיגער.
די לוצקער האט נישט באקומן קיין הונדרט חסידים נאר מיטדערצייט נאטורליך גייען אהין מענטשען וואס געפינען זיך נישט די פלאץ ביי זיין ברודער.
באניצער אוואטאר
כרם זית
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 942
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
האט שוין געלייקט: 2702 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל

שליחה דורך כרם זית »

cictim האט געשריבן:קיינער קריגט זיך נישט אז ער האט געפירט א אנדערע דרך. דברי בלע איז די ליצנות וועג ווי דו שרייבסט דאס. די הערות אויף די צווייטע חלק האב איך געשריבן ביי די אשכול פון סדיגור וועגן ר' שימעלע. פארשטייט זיך פרשנות זאל יעדער אליין מאכן איך האב נישט געשריבן דערוועגן.



[tag]cictim[/tag] בדרך צחות: א רבי איז דאך תורה אליין, ממילא קען מען אים אפלערנען סיי על פי נסתר אז עס איז געווען העכערע זאכן, און סיי ע''פ פשטות אז וויבאלד מהאט אים אויסגעמענטשעלט יונג האט ער זיך אויסגעגעבן אלס יונגערמאן, ושבעים פנים לתורה.
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
cictim
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 385
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 14, 2015 3:13 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 254 מאל

שליחה דורך cictim »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן: דער רבי איז געבליבן מיט זיין מאדערנעם היטל,
לדיוקא די רוסישע רבי'ס למשל רוז'ין, טשערנאביל, ליובאוויטש און קארלין זענען אלע געגאנגען אזא סאמעטענע קנייטש מיט א שניפסל. די סקווערע איז פאר בעלזעט געווארן, די טאלנע רבי איז אזוי געאנגען אין קאנאדע און געטוישט ווען ער איז ארויף אין ארץ ישראל, די רוזינע זענען אויךאזוי געגאנגען נאר צוביסלעך געווארן אונגאריש עיין ערך בוהוש וסאדוגער ב"ב. עיין באלפסי בתמונות כולם אותו דבר.
מנחם ציון
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 755
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 10, 2020 5:47 pm
האט שוין געלייקט: 479 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 679 מאל

שליחה דורך מנחם ציון »

cictim האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן: דער רבי איז געבליבן מיט זיין מאדערנעם היטל,
לדיוקא די רוסישע רבי'ס למשל רוז'ין, טשערנאביל, ליובאוויטש און קארלין זענען אלע געגאנגען אזא סאמעטענע קנייטש מיט א שניפסל. די סקווערע איז פאר בעלזעט געווארן, די טאלנע רבי איז אזוי געאנגען אין קאנאדע און געטוישט ווען ער איז ארויף אין ארץ ישראל, די רוזינע זענען אויךאזוי געגאנגען נאר צוביסלעך געווארן אונגאריש עיין ערך בוהוש וסאדוגער ב"ב. עיין באלפסי בתמונות כולם אותו דבר.

איך בין נישט אזוי זיכער אין וואס די זאגסט וועגן די רוזינער היטלעך
קוק אויף אלע בילדער פון די רבי'ס פון די רוזינער גזע; באיאן לעמבערג, קראקע, טשערנאוויץ, אלע סאדיגורא רבי'ס, דער טשארטקאווער, קיינער גייט נישט אנדערש ווי דער אלגעמיינער גאליציאנער אידל
ס'איז נישט געטוישט געווארן נאכן קריג
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

פונקט היינט האב איך מיך אנגעשטויסן אין די בוך פון בנימין בראון אויף Academia.edu וואו ער גייט דורך אלע דעטאלן פון די מחלוקת לויט ביידע גירסאות האב איך מיך דערמאנט אז נעכטן האט איינער מיר געלייקט דא זעהט אויס אז ס'דא דא אזעלכע וואס זענען אינטערעסירט אין די פרשה, איך האב נישט קיין פרימיום קען איך עס נישט עפענען (נישט אז ווען יא וואלט איך עס יא געליינט...) אבער פון די מפתח קוקט עס אויס גאר גאר אינטערעסאנט.
בייגעלייגטע פיילס
LIKE_A_SHIP_ON_A_STORMY_SEA_THE_STORY_OF.pdf
(247.64 KiB) אראפגעלאדנט 83 מאל
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
פארשפארט