[הבל Unleashed]
כ'בין אריינגעפאלן אין מוסדות נעץ,
צווישן ציין און נעגל פון הונט און קעץ,
די מחנכים, די וועד, די קאמיטע, פינסטערע לייט,
ווי טרף פאר א הונגעריגן לייב,
זיך געווארפן אויף מיין ווייב,
טאַפּן איר קאפ,
זוכן א טשאָפּ,
ווילן שניידן איר שייטל,
באקוקן איר קלייד'ל,
ווי מעלקער ביי די קיען,
בייגן זיך אויף די קניען
צו מעסטן איר סקירט,
צו קורץ, ווילן מער,
ברחימו ודחילו,
זיי באטראכטן איר מ*ילה,
ווי די בודקת ביים טבילה,
כ'היט זיך אין מקווה,
באלד באקוקט מען מיין מילה,
אויך אירע פיס,
איז נישט גענוג מיאוס,
מ'זעהט דורך די טייץ,
פארלאנגט דער מנהל - קענטיג הייס,
אירע אויגן די פארשמירטע, זיין שלום בית עס שטערט,
אירע ליפן די רויטע, זיין בליק עס פארשווערט,
און איר היפּס צו שמאלע, הייבט זיין געווער,
ביינינז, ערקלערט ער, שוויציג פון מאכט,
נעמט מען בלויז דעם אויסזעהן, די דרויסן, אין באטראכט,
מיאוס איז לכתחילה,
שטינק איז גאר מעולה,
יאנטשי א גדולה,
פרומקייט א סגולה,
הער יונגערמאן, ווי הייסטו נאר? דערמאן,
דו גייסט נישט מיטן שפאַן,
פארקיווערסט פון אפשטאם,
כ'האב געקענט דיין עלטער זיידן,
א ערליך איד געוועזן,
פון רעבין נישט געקענט שיידן,
געשלאגן די קינדער מיט א בעזעם,
א פארצייטישער איד מיט א חסידיש'ן חן,
א גרויסער ירא שמים נאר געגעסן אינדערהיים,
נו גוט, כ'פארשטיי,
ביסט א יודע ספר,
פארשטייסט אן עסק,
האסט די קאפ אויף די פלייצע,
נו פיין, כ'זעה, האסט א וואויל קינד,
פארמאגט א גוט קעפל, כאפט אויף געשווינד,
זיין צורה איז מכריז,
דא ליגט זיין תכלית,
ביז די ימי בחרות,
די הנהלה איז אבער צום החלטה געקומען,
מיר קענען דיינע קינדער דא נישט אננעמען,
ביינינז אין מוסד מ'שטעלט א הארטן דגוש,
אויף וואס די וועד ווערט אנגעצינדן, סיי וועלכן פעטיש,
ס'מער א געפיל, נישט דייקא לאגיש,
ביסט אן ערליך איד אינאמת'ן, כ'בין מיט דיר אויפריכטיג,
ס'טאקע נישט תורה,
פארט די מסורה,
צו גיין אפגעשוירן,
ווי ביים געבוירן,
דעם אל טיטויש בלויז דא וויכטיג,
אייגנארטיקייט האט דא קיין הערכה,
וואונטש איך דיר אבער העכסט הצלחה,
געפין א צווייטן מוסד, נאדיר א ברכה,
אזויפיל קען איך דיר אבער זאגן,
דיין וואוינארט וועט דיר שטענדיג פלאגן,
די עסט יעצט די פירות פון אפטרעטן פון דרך,
ביסט אן אויבערחכם יעצט זיי א קֵרחַ,
נו וואס זאל זיין מיין טענה,
דאס האב איך פארשטאנען,
בלויז געמיינע און הונגעריגע,
האבן אזא שטעלע,
פון אבזערווירן, סעלעקטירן,
וועמען ס'טוט געפעלן,
לויט די שמאלקעפיגע פארשריפטן,
וואס זיי טוהען אליינס שטעלן,
א בארד ביי דיזע מוסדות פון פּאָר פּיסטע לייט באשטייט,
וואס טוען בלויז אדרעסירן די פרוי'ס אויגן און קלייד,
ווילן בלויז אקצעפטירן וואס זייער מאגער הארץ פארשטייט,
און האבן קיין פראבלעם אפצוזאגן פאלנערהייט,
פרעג איך דיר מיין פריינט,
ווער וויל דען אזא פּאָסטן,
אז כדאי די טאג זאל גוט גיין,
דארף עס יענעם'ס געזונט קאסטן,
וועלכע בריה צווישן אונז קען יענעם אין פנים קוקן,
ווען א וואויל קינד מיט צוויי עלטערן טוט על לא עוול פראסט פארשיקן,
געבט נישט קיין ש*ט
שעפט יענעם'ס בלוט,
ביסט נישט גענוג גוט,
גייסט א שייטל נישט קיין הוט.
אפילו די חברא קדישא,
די דרייסטע, די אהן מורא,
קענען בלויז באגראבן,
די שטומע און טויטע,
כ'בין פילייכט גערעגט,
כ'וואלט ווען גענומען נקמה,
אויב זאגן איך מעג,
כ'וואלט זיי געשניטן די אמה,
אבער דער אמת איז,
אז פון דער אנדער זייט, קלער איך אריין,
דער פ**ער אויבנאן וואס פירט די קהילה,
ווייסט נאר פון טיילן פיש זינט ער איז עלה לגדולה,
דער חזיר פון וועד, וואס מאכט די החלטה,
האט קיין הייס נאכט מיטן ווייב, נאך אין זיין לעבן געהאט,
דער [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל], דער נבון, וואס ערקלערט אלעס מיט שיינעם,
האלט זיך א פארשטייער, פירט א שטוב א פיינעם,
איז א פראגע פון צייט,
ווען עפעס נישט גלאט,
וועט קומען זיין זייט,
און זיין אייגענע שמאלקייטן,
וועלן אים צום טויט באגלייטן,
וועד החינוך טייערע, אין שפיץ פון הפקר רב אייערע,
כ'האב א תאווה אייך צו שעלטן און א בייזן פ** יו בענטשן, אבער כ'ווייס ס'וועט נישט העלפן,
די וועלט טראגט וואלף און קעלבן,
איין זאץ איז מיר פארבליבן, דריי ווערטער צו זאגן:
כ'פארגין עס אייך.
כ'פארגין אייך אייער מוסד.
כ'פארגין ענק די הנאה פון אנטזאגן פאמיליעס,
ערליכע מענער, ווארעמע מאמעס, געלונגענע קינדער, אידישע דורות,
כ'פארגין אייך דעם גלייכגילטיגן ניין,
עלטערן'ס געוויין,
לאז אפ דעם פלאקער פון יענעם וועלט,
פארגעס פון די ברכות וואס יענער שעלט,
כ'פארגין אייך די קאלטבליטיגקייט און אומאחריות,
כ'פארגין ענק דעם זיסן טעם החיים,
וואס טרייבט אייך צו דעם אויפגאבע,
און גיבט אייך דעם חיות,
כ'פארגין ענק די שמאלקייטן וואס פארעמען אייערע החלטות,
די פינסטערניש און קלעם אין וואס דיין נשמה באד זיך,
כ'פארגין אייך דעם עולם הזה, ניצט דאס גוט אויס,
ווייל טראץ אייער איינרעדעניש,
איז אייער שכר ווייט פון גרויס,
--- האלט א רגע, מיין ווייב איז מעורר,
וואס שעלטסטו אזוי מיין מאן, דו ליבליכער משורר,
קלאפ דיר דעם בויך
און פארגין זיי דאס אויך.
(סירעסלי הבל, וואס מאכסטו א טראסק, ווארף זיי אפאר דאלער און שוין.)
אונזער מוסד
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 9
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 17, 2020 2:51 pm
- האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל
- הבל וריק
- שריפטשטעלער
- הודעות: 73
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2017 10:46 am
- האט שוין געלייקט: 209 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 826 מאל
Re: אונזער מוסד
א דאנק מ"ק.מפיל קינד האט געשריבן:ווייטאגליך אבער טאלאנטפול!
איך האב זיך ערשט געוואונדערט אויף דעם "אבער" אין דיין זאץ. ס'משמע אז 'ווייטאגליך' איז א מינוס, פארט איז דא עפעס דערין הנקרא טאלאנט.
אין מיינע אויגן האט בעסער געשטימט ווען דו וואלסט געזאגט ווייטאגליך "און" טאלאנטפול.
היינט צופרי, נאך וואס א פריינט האט מיר מעורר געווען איבער דעם ארטיקל, האב איך תופס געווען דיין כוונה מיט דעם אבער, און איך וויל דאס אדרעסירן.
דעם שטיקל טוט פארשטעלן ווייטאג, און ס'קען זיך ליינען ווי העיט, צו אויף מיין גורל, צו אויף די "סיסטעם", צו אויף רבנות וכו' וכדומה, וואס איז אינגאנצן נישט מיין כוונה.
איך פארשטיי ס'איז אזוי ארויסגעקומען, ווייל ס'איז טאקע געשריבן געווארן מיט רוגז, עפעס וואס איך טוה נישט געווענליך, ווייל דאס נעמט אוועק פונעם אינהאלט.
דאסמאל האב איך טאקע דייקא יא געוואלט פאבריצירן א Passionate ארטיקל, צו ארויסברענגן מיינע געפילן, און ס'טאקע נאר געפילן, נישט קאנצענטרירטע טענות.
והעיקר, אויב קוקסטו גרונטליך וועסטו זעהן אז איך רעד בלויז פון און צו אפאר יחידים אינערהאלב 'מיין' (בבחינת חכם מה הוא אומר) געזעלשאפט, נישט קעגן די געמיינדע.
די פאר יחידים זענען די וואס שטייען בראש פון מאכטפולע פאזיציעס און מאכן גרויסע באשלוסן באזירט ארויף קליינע מעגליכקייטן, און דאס איז מיין Frustration.
אלזא, ווייטאגליך? יא, אבער נישט די סארט ווייטאגליך וואס מען דארף שרייבן "אבער".. די סארט ווייטאגליך וואס ווען עפעס דרוקט שמועסט מען עס אויס.
איך בין מודה אז ס'האט אביסל סם וואס קען לייגן א שאטן אויפן תוכן.
אבער קלארצושטעלן, איז דאס בלויז א ווילדע אויסברוך פון Anger, און נישט אן אויסגערעכענטע אטאקע.
- פאליטיקאנט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1413
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
- געפינט זיך: אין דמיון
- האט שוין געלייקט: 765 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
Re: אונזער מוסד
בכלל זע איך נישט די פראבלעם פון ווייטאג, ווייל איינער רעדט פון ווייטאג פארמינערט עס פון זיינע טענות? פארקערט עס ווייזט אז ער מיינט עס אמת'דיג!
וואס איז די אוועקמאכונג "ער רעדט פון היינט"? אדרעסיר וואס ער זאגט!
וואס איז די אוועקמאכונג "ער רעדט פון היינט"? אדרעסיר וואס ער זאגט!
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1010
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
- האט שוין געלייקט: 641 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 989 מאל
חלילה וחס!! ווייטאג פארמינערט גארנישט.
נאר א ווייטאגליכע ארטיקל איז פשוט ווייטאגליך צו ליינען, אלס עמאציאנאלער בטבע, ווערט מיין מוט געטוישט פון א ווייטאגליכער ארטיקל, און ס'נעמט אוועק פון מיין הנאה.
דער אויסנאם אין דעם ארטיקל איז געווען, אז כאטש וואס איז ווייטאגליך, איז עס געשריבן טאלאנטפול און אדאנק דעם האב איך הנאה געהאט עס צו ליינען.
נאר א ווייטאגליכע ארטיקל איז פשוט ווייטאגליך צו ליינען, אלס עמאציאנאלער בטבע, ווערט מיין מוט געטוישט פון א ווייטאגליכער ארטיקל, און ס'נעמט אוועק פון מיין הנאה.
דער אויסנאם אין דעם ארטיקל איז געווען, אז כאטש וואס איז ווייטאגליך, איז עס געשריבן טאלאנטפול און אדאנק דעם האב איך הנאה געהאט עס צו ליינען.
- הבל וריק
- שריפטשטעלער
- הודעות: 73
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2017 10:46 am
- האט שוין געלייקט: 209 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 826 מאל
Re: אונזער מוסד
ווייטאג איז נישט קיין פראבלעם אויף וויפיל ס'פארבלייבט ווייטאג.פאליטיקאנט האט געשריבן:בכלל זע איך נישט די פראבלעם פון ווייטאג, ווייל איינער רעדט פון ווייטאג פארמינערט עס פון זיינע טענות? פארקערט עס ווייזט אז ער מיינט עס אמת'דיג!
וואס איז די אוועקמאכונג "ער רעדט פון היינט"? אדרעסיר וואס ער זאגט!
אבער ווען עס פארוואנדעלט זיך אין א געדאנק אדער מאניפולירט א געדאנקען גאנג, קען דאס צוטראגן צו אן אומריכטיג פלאץ.
מ'דארף וויסן און שטארק טיילן צווישן געפיל און לאגיק, דאס איז די נקודה.
צום ביישפיל ווען איך זאל ווען מיט דעם ארטיקל אויספירן אז דערפאר ברויך מען מופן פון דעם שטאט, אדער מ'ברויך שפייען אויף דעם רב, וכו' וכו' , וואלט דאס נישט געווען א קלוגע אנאליז אויף מיין צושטאנד, ווייל ס'וואלט נישט געווען באזירט אויף א לאגישע חשבון, נאר אויף א עמאציאנאלע אימפולס, וואס טאר נישט דיקטוטירן דעם מענטש.
אלזא לענינינו, האב איך געוואלט קלארשטעלן דא אויבן, אז דער ארטיקל איז א רויע געפיל ארטיקל, און ס'דארף נישט צוברענגן צו קיין שום החלטות.
איך האב געשריבן וואס איך האב געפילט (דאן), זהו.
(סובזשעקטיווע העיט, נישט אבזשעקטיוו)
(כ'קוק שוין באלד אויס ווי @מי אני...)
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1034
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 06, 2014 4:10 am
- געפינט זיך: אויפן גיט אין דער אלטע הײם
- האט שוין געלייקט: 714 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 512 מאל
Re: אונזער מוסד
דער עולם דא פאוקעסט אויף דיין טאלאנט, איך אויך אבער מיר באדערט עס און איך וויל יא נקמה! ניין איך פארגין זיי גארנישט.
Sent from my SM-G950U using Tapatalk
Sent from my SM-G950U using Tapatalk