ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:לכאורה נישט, ווייל יענער איז געווען א ליובאוויטשער חסיד, און א אידיש שרייבער, נישט ענגליש.
איך מיין אז דו מישט. עס איז געווען דער חיים ליבערמאן בעל מחבר ספרי ''אהל רחל'', דער מהריי''ץ מליובאוויטש ז''ל'ס ביבליטעט סעקרעטאר, ער האט נישט ארויסגעגעבן די שינד ביך (הגם כהאב שוין געזען עטליכע זיך טועה זיין אין דעם, ביניהם 'קדם' ליציטאציע הויז). דערנאך איז געווען אן אנדערע חיים ליבערמאן, א אידישע שרייבער פאר די פארוועטס און נאך, וואס ער האט ארויסגעגעבן די ביך קעגן סאטמאר רב (ויהא מיתתו כפרתו).