ויהי אחר המגפה
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
ויהי אחר המגפה
וואס האלטסטו וועט זיין אנדערש נאך דעם וואס די מגיפה שטארבט אויס און מיר קענען צוריק גיין צום לעבן.
לדעתי:-
אסאך האבען יעצט פארלוירען די פרנסה און צדקה ארגאניזאציעס מיט רעגירונג אינסטאנצן האבען עפעס משלים געווען. די צווייטע און דריטע כווואליע וועט זיין פיל ערגער. די וואס האבען פרנסה אבער פיל ווייניגער, וועלן דאס זען אין די קומעדיגע מאנאטן. מענטשן וועלן מוזן קויפן ווייניגער זאכען, עס וועט לכאורה ווערן א trickle up poverty וואס וועט נעמן צייט ביז אלס קומט צוריק צו נארמאל. זייטס געווארענט, גיב נישט אויס אלס וואס דו האסט יעצט.
טראמפ'ס שטיצערס וועלן אים ווייטער שטיצן, איך גלויב נישט אז שכל קומט אריין אזוי שנעל. מ'וועט ווייטער באשולדיגן זיין קעגענער פאר דעם אז ער האט געזאגט און זאגט ווייטער גרויסע טפשות, און מ'וועט זיך באנוצן מיט דעם אז ער האט אפגעשטעלט כינעזער בירגער אין אנהייב אלס א תירוץ פאר אלע זיין פעלערס. איך גלויב נישט אז ער גייט פארלירן די וואלן, דער עולם איז גענוג נאריש. זיין שטיצערס דא אויף קאוועשטיבעל רעדן פונקט ווי אלע זיין שטיצערס איבעראל, זיי זענען פונקט אזעלכע שוטים וואס פארדריין זיך אין פרעצעלס צו פארענטפערן די טרינקן דיסאינפעקטאנט וכדו'. זיי גלויבן אין אים נישט פאר עפעס וואס ער האט, נאר עפעס זייטיג. ממילא זאל מען נישט האפן אז פון די רעגירונג'ס זייט וועט עפעס ווערן בעסער.
א דור איז פון אונז אוועק גענומען, און עלטערע אידן וועלן זיין מער געשעצט.
די חרדישע קהלה וועט זיך פארדריין אויך אין פרעצעלס צו פארענטפערן זייער הנהגה. עס איז דא בילדער פון אסאך רביס וואס פירען זיך נישט אויף כפי די כללים, און מ'עט עס מוזן פארענטפערן. למשל, דער סאטמארער רבי (מהר"א) מיט זיין מנין מצומצם (פאר דאווענען? אויף קריאת התורה צו ברכת כהנים? ניטאמאל דאס, נאר פאר א סעודה לזכר נשמת זיין טאטע. אסאך מענטשן האבען יארצייט יעדן טאג, און קיין איינער פון זיי איז נישט בייגעפאלן דער מנין מצומצם איינפאל), דער קלויזענבורגער רבי פון נתניה וואס זאגט א דרשה פאר די צאנזער יארצייט (נעה! ס'איז זיין אייניקלאך, כאילו אייניקלאך איז עפעס אנדערש, אבער נאר פאר אים, נישט אונז אלע, מיר דארפן מאכן פסח אליינס, אפילו בשנה ראשונה און אלמנות), מיט א מנין אויף די ווידיאו. דער בעלזער רבי מיט זיין אייניקלאך (יעדער אלטע איד מוז מאכען א סדר מיט זיין ווייב ותו לא, נאר פאר עפעס א סבה מעג דארט שטיין דער הרה"צ מיט זיין קינדער און אלע זייער גבאים) און גבאים פארקויפן די חמץ פאר'ן גוי, און דער גוי איז דער איינציגסטער מיט א מאסקע, ועוד כהנה וכהנה. באמת וואלט מען עס געקענט לאזן לויפן, קיינער ווערט סייווי נישט איבערגעצייגט פון גארנישט, מ'האט דאך סיי ווי הנחות קדומות אין דעם און מ'קען זיך נישט טוישן לויט די נייע ידיעות, וועט מען זיך מוזן פארדריין די קאפ. די ארגאניזירטע געמינעד, כולל אגודת ישראל וכדו', וועלן פלוצלונג לאזן הערן א מיינונג, און מ'וועט ווידער זען גודל חכמתם ועומק הבנתם.
אשר יצר פאפיער וועט זיין זייער ביליג, ואין קונה.

The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1034
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 06, 2014 4:10 am
- געפינט זיך: אויפן גיט אין דער אלטע הײם
- האט שוין געלייקט: 714 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 512 מאל
Re: ויהי אחר המגפה
כופר נפש מיט תשובת המשקל פאר אלע פארלוירענע אמן'ס , יהא'ס וכו'. פעקליך מיט כל ערליי מינים אויף צו קענען מאכן צוויי הונדרעט ברכות משלים צו זיין. פארלאנגען אז מהיום והלאה זאלן מוסדות צושטעלן ברעקפיסט לאנטש מיט סאפפער פאר די גאנצע קהילה וואס פארשטייט זיך די עסקנים גייען ערלעידיגען ביי די פאליטישענס אז די רעגירונג זאל באצאלן פאר דעם נוסח סאציעליסטן טשאוועז וקאסטרא . און דערנאך וועט יוסי ג. מסביר זיין פארוואס אונז מוזן וואוטען פאר די ריפובליקענס ווייל די דעמאקראטן מיט זייער קאמיונעסטישער געדאנקען און געמיינע אויפירעכטס העט ברענגן א חורבן.
Sent from my SM-G950U using Tapatalk
Sent from my SM-G950U using Tapatalk
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 80
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2018 7:11 pm
- האט שוין געלייקט: 2 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 24 מאל
שקד האט געשריבן:הלוואי האלט מען שוין נאכדעם. אבער איינער ווייסט וויפיל יודען דאס האט אפגעקאסט דאס לעבן?
ביטע שרייבן א מער פונקטליכע נומער - ביז זונטאג אח''ק. [ליידער ווי פאסיג, אחרי מות קדושים]
איר זענט מכובד מיט מאכן די חשבון
ווילט איר וואקסן אין תורה ויראת שמים?
האנדלט אייך שיעורים פון כבוד הגה''צ הרב מאיר צוויבעל שליט''א
כדאי הוא רבי מאיר לסמוך עליו

- פאליטיקאנט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1413
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
- געפינט זיך: אין דמיון
- האט שוין געלייקט: 765 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
Re: ויהי אחר המגפה
בלויז א שטיקל השגה:
https://coronacampaigns.org/
נאר פון אזוינע וואס האבן געמאכט קאמפיינ'ס.
עלטערע אידן - ס'הייסט רוב הנפטרים - האבן נישט קיין קאמפיינען,
https://coronacampaigns.org/
נאר פון אזוינע וואס האבן געמאכט קאמפיינ'ס.
עלטערע אידן - ס'הייסט רוב הנפטרים - האבן נישט קיין קאמפיינען,
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
מיר דארפן נאך אריין טראכטן וועלכע זאכן גיין זיך טוישן.
לדעתי, וועט דער עולם זיך אזוי פריין צוריק צו גיין אין די שולן, אז דארט גייט זיך גארנישט ענדערן.
די מוסדות וועלן יא אריבער גיין אן ענדערונג. נאך מאנאטן לאנג פון נישט גיין אין חדר, האבן די קלוגע עלטערן געטראפן עצות פאר זיי. און נישט נאר דעם, זיי האבען געטראפן ביי זיך אז זיי האבן יא א כח מחנך צו זיין די קינדער, זיי האבן א מיינונג וואס זייער קינדער טון און דארף טון. איך ווייס נישט וואס יעדער האט זיך אויסגעלערנט, און מסתמא האט יעדער געלערנט עפעס אנדערש. אויב אזוי, וועלן די מוסדות האבן פון זיי א קאפוויי, זיי וועלן אנטדעקן א מאדנע סארט חוצפה אז די עלטערן האבן א רעכט עפעס צו פארלאנגן פון די מוסדות, זיי האבן אויך א דעה און דער מנהל איז נישט קיין אלצווייסער.
אגודת ישראל וועט כאפן א ריזיגע קלאפ. א ריזיגע סוקסעספול סיום הש"ס קענען זיי אנמאכן, אבער ווען מ'דארף זיי האבן, זענען זיי נישט דא. איינער האט געהערט פון זיי א פיפס? עפעס האבן זיי געטון פאר אונז? ווער וואס ווען? ווי זענען זיי? (גראדע ווייס איך פון איינער וואס האט געזוכט פאליטישע עסקנישע הילף, צוליעב קורונה וויירוס, ואין קול ואין עונה ואין קשב. זיי זענען נישט געווען אוועילעבל פאר גארנישט. יענער האט נישט געוואלט פארציילן קיין פרטים, ווייל מ'איז נישט מקטרג אין מיטן א צרה, אבער יענער איז ביי מיר פארלעסליך).
געוויסע ביזנעסער גיין פארדינן מער ווי אנדערע. לדעתי, קאר אינשוראנס קאמפאניס גיין שטארק פארדינען יעצט. יעדער צאלט ווי טאטעלעך, און מ'פארט אין ערגעץ נישט עס איז נישט דא קיין עקסידענטס און זיי געבן אויס פיל ווייניגער ווי נארמאל. אמאזאן ביזנעסער ווייסט דאך יעדער אז זיי בליען און וואקסן. די אלע קאמפאניס וואס פארקויפן ביליגע ענטערטעינמענט וועלן מאכען געלט, ווייל ווען מ'קען נישט גיין אויף א וואקעישען, קויפט מען כאטש ביליגערע ענטערטעינמענט. און דאס וועט זיין אפילו נאכ'ן עפענן די לאנד.

וואס איז למעשה געשען? עס האט זיך עפעס גע'ענדערט אין אונזער וועלט? א משהו?
עס זעט מיר אויס אז גארנישט, אבער גארנישט, האט זיך געטוישט. אסאך ליידן נאך פון די נאכוויין פון קאראנא, מענטשן זענען מיד וכדו', אבער באופן כללי איז אלס מפטירין כדאתמול. יחידים האבן געטוישט די סדר היום אביסל, אין לעיקוואד ווייס איך אז אסאך וותיקין מניינים האבן זיך גע'עפענט, איין גאט ווייסט וואס דאס האט מיט קאראנא. און עס איז דא וואס זענען נישט צוריק געקומן אין שול וכדו', אבער די סיסטעם גייט נאך אן מיט א חיזוק.
עס זעט מיר אויס אז גארנישט, אבער גארנישט, האט זיך געטוישט. אסאך ליידן נאך פון די נאכוויין פון קאראנא, מענטשן זענען מיד וכדו', אבער באופן כללי איז אלס מפטירין כדאתמול. יחידים האבן געטוישט די סדר היום אביסל, אין לעיקוואד ווייס איך אז אסאך וותיקין מניינים האבן זיך גע'עפענט, איין גאט ווייסט וואס דאס האט מיט קאראנא. און עס איז דא וואס זענען נישט צוריק געקומן אין שול וכדו', אבער די סיסטעם גייט נאך אן מיט א חיזוק.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1003
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 4:42 pm
- האט שוין געלייקט: 565 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 524 מאל
Re: ויהי אחר המגפה
עס האט זיך יא געטוישט, עכ"פ אין וויליאמסבורג, די אנטי סייענס איז סאך שטערקער ווי פארדעם, און די אנטי וואקסין געמיינדע האט באקומען א מעידזשאר בוסט.