פלאנעטן וואס האבן מעגליך אין זיך לעבן
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
פלאנעטן וואס האבן מעגליך אין זיך לעבן
אין דעם געביט איז אינטרעסאנט צוצוצייכענען אז די אסטראנאטן וואס זענען געווען אויף די לבנה האבן דארט איבערגעלאזט זייער צואה אין דייפּערס בתוך פארמאכטע דזשעט בּעגס. סייענטיסטן וואלטן דאס געוואלט צוריקבאקומען און שטודירן. דאס איז וויבאלד בערך 55% פון צואה באשטייט פון די באקטעריע וואס לעבן אינ׳ם מענטש׳נס/באשעפעניש׳נס מאגן. סייענטיסטן וואלטן געוואלט זעהן אויב מייקראסקאפיק לעבן, וואס מ׳ווייסט איז געווען א לענגערע צייט אויף אן אנדערן סאָלער בּאַדי, קען לעבן אויף די אנדערע בּאַדי, אדער צו מ׳קען עס צוריק מחיה מתים זיין, אדער עכ״פ זעהן ווי לאנג ס׳האט געלעבט (אא״וו).
*
אין דעם איז אויך מערקווידיג צו דערמאנען אז טארדיגרעידס (״וואסער בערן״; א מין שרץ) זענען פון די מערסטע רעזיליענט באשעפענישן אויף די וועלט. אין 2007 האט מען עקספּוֺיזט טארדיגרעידס צו אפענע ספּעיס אין די ספערן [low earth orbit] פאר 10 טעג. 2/3 פון זיי האבן איבערגעלעבט (דהיינו מ׳האט זיי געקענט צוריק ערוועקן), און הגם רוב זענען דערנאך אויסגעשטארבן האבן זיי אבער געבוירן (פאר׳ן שטארבן נאכ׳ן זיין אין ספעיס) געהעריגע קינדער. דאס איז אלעס אבער נאר געווען ווען מ׳האט זיי דיהיידרעיטעד פאר דעם.
סייענטיסטן קלערן אויך אז עס איז מעגליך אז די (פארפרוירענע) טארדיגרעידס וואס מ׳האט ארויפגעשיקט מיט א״י׳ס בראשית לאנדער צו די לבנה האבן דארט געלעבט פאר א שטיק צייט.
*
ווי אויך אויף די רוסישע מיר ספעיס סטאנציע האט זיך גענומען וואקסן אינדרויסן [בשעת׳ן זיין אין ספעיס] א פאָנגוס (עס איז לכאורה געקומען מעיקרא פון אינווייניג אינ׳ם סטאנציע), ועכ״כ אז ס׳האט אנגעהויבן דורכעסן די פענסטערס פונ׳ם סטאנציע.
*
אין דעם איז אויך מערקווידיג צו דערמאנען אז טארדיגרעידס (״וואסער בערן״; א מין שרץ) זענען פון די מערסטע רעזיליענט באשעפענישן אויף די וועלט. אין 2007 האט מען עקספּוֺיזט טארדיגרעידס צו אפענע ספּעיס אין די ספערן [low earth orbit] פאר 10 טעג. 2/3 פון זיי האבן איבערגעלעבט (דהיינו מ׳האט זיי געקענט צוריק ערוועקן), און הגם רוב זענען דערנאך אויסגעשטארבן האבן זיי אבער געבוירן (פאר׳ן שטארבן נאכ׳ן זיין אין ספעיס) געהעריגע קינדער. דאס איז אלעס אבער נאר געווען ווען מ׳האט זיי דיהיידרעיטעד פאר דעם.
סייענטיסטן קלערן אויך אז עס איז מעגליך אז די (פארפרוירענע) טארדיגרעידס וואס מ׳האט ארויפגעשיקט מיט א״י׳ס בראשית לאנדער צו די לבנה האבן דארט געלעבט פאר א שטיק צייט.
*
ווי אויך אויף די רוסישע מיר ספעיס סטאנציע האט זיך גענומען וואקסן אינדרויסן [בשעת׳ן זיין אין ספעיס] א פאָנגוס (עס איז לכאורה געקומען מעיקרא פון אינווייניג אינ׳ם סטאנציע), ועכ״כ אז ס׳האט אנגעהויבן דורכעסן די פענסטערס פונ׳ם סטאנציע.
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
Re: פלאנעטן וואס האבן מעגליך אין זיך לעבן
עס איז דא אן איינפאל/קאנצעפט אויף ווי אזוי צו שיקן מאשינען צום נענסטן שטערן סיסטעם [פּראקסימא סענטארי] וואס רופט זיך בּרעיקטרוּ סטאַרשׁאַט. דאס איז אז מ׳וועט מאכן גאר אסאך גאר קליינע (נענאָ) טשיפּס און דאס צוקלעבן צו (סאלאר) סעילס; יעדע איינע צו איר סעיל פון בערך 5 מעטער. יעדע איינס, מיט איר סעיל, וועט נישט וועגן מער ווי אפאר גראמס. מ׳וועט זיי ערשט ארויפשיקן אין צו ארביט מיט א ספּעיסשיף און זיי ארויסלאזן דארט. דערנאך וועט מען דאס אקסעלערעיטן פון די ערד, דורך צילן און שיינען דערויף גאר גאר שטארקע לעיזערס.
די געדאנק איז אז בעצם איז ליכטיגקייט אויך א פארטיקל [פאָטאַן], און קען גיבן עטוואס עטוואס א טראָסט און שטופּ. און וויבאלד דאס וועגט אזוי ווייניג, איז מיט אזא שטארקע ענערגיע פון ליכטיגקייט וועט דאס קענען אקסעלערעיטן די סעילס אין די ארביט וואו ס׳איז נישטא קיין קעגנזייטיגע פאָרס פון פריקשען וכו׳ וואס זאל זיך קעגנשטעלן דערצו. דערנאך, עפ״י ניוטאן׳ס ערשטע געזעץ וועט עס בלייבן מיט די ספּיד (וואס מ׳שאצט וועט זיין ארום א 1/5 די שנעלקייט פון ליכטיגקייט) א גאנצע צייט; עס איז נישטא קיין קעגנזייטיגע פאָרס אין ספּעיס דאס אפצושטעלן. די קליינע קאמפיוטערס וועלן נעמען נענטער בילדער פון די פלאנעטן דארט (ווען זיי קומען אן אין בערך 30 יאר נאכ׳ן ארויסגיין) און וועלן דאס צוריקשוקן (וואס וועט נעמען בערך פיר יאר, ווייל אזויפיל ליכט-יארן איז עס ווייט; די אינפארמעישאן וואס ס׳שיקט זענען עלעקטראמאגנעטישע סיגנאלן וואס גייען אזוי שנעל ווי ליכטיגקייט, וואס איז אויך א חלק פון די ספּעקטראָם).
מ׳פלאנט ארויסצושוקן אזוי סאך, ווייל וויבאלד דאס פארט אזוי שנעל איז טאמער עס קראכט אריין אפילו אין קליינע שמוץ, דאָסט וכו׳ טוהט דאס א געוואלדיגע שאדן צום זאך. דעריבער שוקט מען ארויס מער צו הייבן די שאנסן אז עטליכע זאלן אנקומען.

- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
מי אני האט געשריבן:http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=438851#p438851
*
Two possibilities exist: either we are alone in the universe or we are not. Both are equally terrifying.
Arthur C. Clarke
No. Actually both possibilities have benefits. If we are alone in the universe we can build out and expand. And if we're not alone we can visit our neighbors...!
- במדבר
- ידיד השטיבל
- הודעות: 281
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 02, 2020 12:58 pm
- האט שוין געלייקט: 699 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 441 מאל
די אשכול איז איבער פלאנעטן וואס האבן לעבן; אויף זיך, אדער אין זיך? - כפי שיטות ה'גריכען, און, אין זייערע פוסטריט, גריכע-אידען.
אינטערסאנט אנצומערקען אז אזאליכע מיינונגען, זענען געווען אנגענימען, ביז אין די נישט ווייטע פארגאנגענהייט, זשעמס האטען וואס ווערט טיילמאל רעפערירט אלס די פאטער פון געאלאגיע, האט געזאָגט אין א לעקציע פאר דער ''רויאלע געזעלשאפט פון עדינבורג'' אין די 1790'ער יארן, אז ער באטראכט די ערד ווי א סופּער-אורגעניזם, און אז די ריכטיגע שטודיע אין באציג צו דער ערד, באדארף צו זיין פיזיאלאגיע.

הלוואי ויתמזגו מזרח ומערב (אהוד מנור).
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
Re: פלאנעטן וואס האבן מעגליך אין זיך לעבן
דאס קען מסתם גיין צוזאמען מיט די באקאנטע גייאַ היפאטעזיע, וואס לויטעט אז די אפילו די אינאָרגעניק חלקים פונ׳ם ערד פלאנעט ארבעטן אינאיינעם און אין הארמאניע מיט די ״לעבעדיגע״ אָרגעניק חלקים, און איינס טוהט פועל זיין ממש אויפ׳ן צווייטן ווי א צאמגעפארטע לעבעדיגע זאך.
און אזוי ווי דו זאגסט רירט עס אן אויף היילאָזאיזם/פּענסייקיסם.
עס איז געווען באשריבן פאריגע מארטש (2019) אין נעשאנעל דזשיאגרעפיק. ווי ווייט איך ווייס איז דאס מער אין די פלאנירונג סטעידזשעס; פון א לאדזשיסטיקס ענגעל [באדזשעט, בויען די לעיזערס וכו׳], ווי אויך פון א טעכנאלאגישע ענגעל [די טעכנאלאגיע איז נאך נישט אינגאנצן רייף]. ווי ווייט איך ווייס איז נאכנישט דא קיין געהעריגע טיימטעיבּל דערפאר (זיי האבן א קלער פאר אפשר 2036). דר. ניעל דיגרעס טייסאן האט דאס אויך דערמאנט אינ׳ם ערשטן עפיזאד פון קאַסמאָס: מעגליכע וועלטן.
במדבר האט געשריבן:די אשכול איז איבער פלאנעטן וואס האבן לעבן; אויף זיך, אדער אין זיך? - כפי שיטות ה'גריכען, און, אין זייערע פוסטריט, גריכע-אידען.
אינטערסאנט אנצומערקען אז אזאליכע מיינונגען, זענען געווען אנגענימען, ביז אין די נישט ווייטע פארגאנגענהייט, זשעמס האטען וואס ווערט טיילמאל רעפערירט אלס די פאטער פון געאלאגיע, האט געזאָגט אין א לעקציע פאר דער ''רויאלע געזעלשאפט פון עדינבורג'' אין די 1790'ער יארן, אז ער באטראכט די ערד ווי א סופּער-אורגעניזם, און אז די ריכטיגע שטודיע אין באציג צו דער ערד, באדארף צו זיין פיזיאלאגיע.
דאס קען מסתם גיין צוזאמען מיט די באקאנטע גייאַ היפאטעזיע, וואס לויטעט אז די אפילו די אינאָרגעניק חלקים פונ׳ם ערד פלאנעט ארבעטן אינאיינעם און אין הארמאניע מיט די ״לעבעדיגע״ אָרגעניק חלקים, און איינס טוהט פועל זיין ממש אויפ׳ן צווייטן ווי א צאמגעפארטע לעבעדיגע זאך.
און אזוי ווי דו זאגסט רירט עס אן אויף היילאָזאיזם/פּענסייקיסם.
הדסים האט געשריבן:מי אני האט געשריבן:עס איז דא אן איינפאל/קאנצעפט אויף ווי אזוי צו שיקן מאשינען צום נענסטן שטערן סיסטעם [פּראקסימא סענטארי] וואס רופט זיך בּרעיקטרוּ סטאַרשׁאַט.
איז דא עפעס נייעס דערפון, אדער האסט עס סתם געברענגט? (ש'כח אידער וועי, איך האב נאך נישט געהאט געהערט דערפון.)
עס איז געווען באשריבן פאריגע מארטש (2019) אין נעשאנעל דזשיאגרעפיק. ווי ווייט איך ווייס איז דאס מער אין די פלאנירונג סטעידזשעס; פון א לאדזשיסטיקס ענגעל [באדזשעט, בויען די לעיזערס וכו׳], ווי אויך פון א טעכנאלאגישע ענגעל [די טעכנאלאגיע איז נאך נישט אינגאנצן רייף]. ווי ווייט איך ווייס איז נאכנישט דא קיין געהעריגע טיימטעיבּל דערפאר (זיי האבן א קלער פאר אפשר 2036). דר. ניעל דיגרעס טייסאן האט דאס אויך דערמאנט אינ׳ם ערשטן עפיזאד פון קאַסמאָס: מעגליכע וועלטן.
- במדבר
- ידיד השטיבל
- הודעות: 281
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 02, 2020 12:58 pm
- האט שוין געלייקט: 699 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 441 מאל
הדסים האט געשריבן:מי אני האט געשריבן:עס איז דא אן איינפאל/קאנצעפט אויף ווי אזוי צו שיקן מאשינען צום נענסטן שטערן סיסטעם [פּראקסימא סענטארי] וואס רופט זיך בּרעיקטרוּ סטאַרשׁאַט.
איז דא עפעס נייעס דערפון, אדער האסט עס סתם געברענגט? (ש'כח אידער וועי, איך האב נאך נישט געהאט געהערט דערפון.)
סתם! סתם! איך בין אריינגעגאנגען אין דעם אשכול פארשטייענדיג אז מ'וועט ארימרעדן בשיטת די גריכע-אידישע חכמים וואס האבן פארשטאנען אז פלאנעטן האבן א נפש אין זיך (ווי ס'איז משמע פינעם קעפל) האב איך עס געוואלט קלארשטעלן.
אין א לייק איז דיר אזוי שווער צו געבן. ''ש'כח אידער וועי''.
הלוואי ויתמזגו מזרח ומערב (אהוד מנור).
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
ס'איז מיר יעצט בייגעפאלן. אז ס'נאך א מזל אז אויפ'ן פלאנעט מארס/מאדים וואוינען נישט קיין אידן. זיי וואלטן נישט געקענט קידוש מאכן.ווייל אויף אונזער פלאנעט דער כדור הארץ. האלטן זיך ערליכע אידן צוריק פון מאכן קידוש צווישן 6 און זיבן אזייגער ביינאכט. ווייל דאמאלס איז שולט דער מזל מאדים. יעצט אויפ'ן מאדים אליין, איז דאך א קל וחומר אז מ'קען נישט מאכן קיין קידוש...!
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
מי אני האט געשריבן:רש"י דארט אין מו"ק איז מפרש אז מרוז=כוכבא מיינט מען די מזל פון סיסרא (און "יושביה" 'עט מיינען די וואס זענען אונטער יענע מזל, ועיין בנימוקי יוסף שם).
כ׳האב געהאט געקלערט א שטיקל רמז אין דעם איבער דעם אז א נאמען ״מרוז״ פאר א כוכב. דהיינו, ווי באקאנט זענען בתוך שטערנס דא א כסדר׳דיגע קאמף צווישן די כח אויף ארויס וואס קומט מכח די ענערגיע פון די פיוּזשאן פון לייכטערע עלעמענטן צו שווערערע בתוך דעם שטערן, און די כח פון גראוויטי וואס ציהט אויף אריין מכח איר מאסע. ווען די פיוּזשאן לויפט אויס (ווייל עס קומט אן, מאקסימום, ביז׳ן עלעמענט פון אייראן וואס ס׳קען נישט פיוּז׳ן אויף ווייטער) דעמאלטס געווינט דאך גראוויטי און עס ציהט די גאנצע מאסע אריין [אן אימפּלאָזשען] מיט׳ן גאנצן קראפט. אבער ווען עס קומט אן צו א פונקט וואס עס איז נישט שייך צו גיין ווייטער ״אריין״, גייט די גאנצע קראפט אויף ארויס אין א געוואלדיגע עקספּלאזיע וואס רופט זיך א סוּפּערנאָווא [II]. דערנאך בלייבט אין אלגעמיין איבער פונעם שטערן א ווייסע דוואָרף מיט די איבערבלייבענישן פון אירע שווערע עלעמענטן.
יעצט, ווי באקאנט, בתוך יעדן אטאם איז דא די נוּקליִוּס, וואס אנהאלט די פּראטאנס [וואס האבן א פאזיטיוון טשארדזש] און ניוּטראנס [וואס האבן קיין טשארדזש], און ארום דעם זענען די עלעקטראנס [וואס האבן א נעגאטיוון טשארדזש]. בעצם (בפרט אויב באטראכט מען די עלעקטראנס ווי פארטיקלס) איז דא אזוי ווי (גאר היבשע) חלל צווישן די ארומיגע אָרבּיט פון די עלעקטראנס און די נוּקליִוּס. (וע״ע באשכול זו.)
טאמער איז די מאסע פונעם קאָר פונעם שטערן בערך 1-3 מאל אזוי סאך ווי אונזער זון, דעמאלטס קען די כח פון איר גראוויטי ווען ס׳אימפּלאָד גורם זיין אז אלע אירע עלעקטראנס זאלן ווערן ״אריינגעקוועטשט״ אין אירע פּראטאנס, אזוי אז אלע ווערן ניוּטראנס, ווייל עס קענסעלט זיך אויס די צוויי קעגנזייטיגע טשארדזשעס צו גארנישט. און נאר דערנאך, ווען עס איז נישטא קיין חלל אינעם אטאמישן לעוועל שטעלט זיך אפ די אימפּלאָזשען. וואס בלייבט איבער ווערט גערופן א ניוּטראן שטערן (אדער פּאָלסאַר, ווייל עס דרייט זיך משונה׳דיג שנעל און גיבט ארויס א פּעריאדישן מאגנעטישן ענערגיע פון אירע פּוֺילס). די דענסיטי דערפון איז אזוי אומגעהויער גרויס, וויבאלד עס האט נישט דעם ״חלל״ וואס איז דא ביי אלגעמיינע אטאמישע באשטיינדלן און מעטער/חומר, אז א קליין לעפל דערפון וועט וועגן בערך אזוי ווי א גאנצע שטאט דא אויף די וועלט.
(טאמער איז די מאסע פונעם קאָר נאך מער ווי דעם קען עס דעמאלטס גיין נאך ווייטער און ווערן אין צום באקאנטן שווארצן לאך.)
יעצט, עלעקטראנס און קווארקס, וואס פון דעם זענען צאמגעשטעלט פּראטאנס און ניוּטראנס, זענען (ווי ווייט מ׳ווייסט כהיום) עלעמענטערי פּארטיקלס, מיינענדיג אז דאס זענען פונדאמענטאלע חלקים וואס זענען נישט צאמגעשטעלט פון עפעס נאך קלענער. עס איז דא א טעאריע אז בתוך די קאָר פון א ניוּטראן שטערן, וויבאלד די גראוויטי ופּרעשור איז דאך דארט אומגעהויער ״ברעכן זיך״ די קווארקס פון די ניוטראנס און עס קומט אפיר ״מאדנע״ מין קווארקס, וואס ווערן א חומר/מעטער פאר זיך פון נאר קווארקס. עס ווערט גערופן ״חומר מוזר [סטרעינדזש מעטער]״. איז אינטרעסאנט אז אונז טרעפן מיר א שטערן מיט׳ן שם ״מרוז״ שהיא אותיות ״מוזר״ וואס קען אפירקומען פון אזא סארט שטערן וואס לאחר מותה ווערט א ניוּטראן שטערן.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
מי אני: יא. אבער עפעס חיות מוז דאך דארט יא זיין אין געוויסע (א פאר קווינטיליאן) שטערנס. ווייל די משנה זאגט דאך אין סוף מס' כלים. אז..."עתיד הקב"ה להנחיל לכל צדיק וצדיק ש"י עולמות"... נו, עפעס מוז מען דאך א הנאה האבן פון די ש"י עולמות. מיין איינציגסטע דאגה איז וויאזוי איך וועלל ארומפארן פון איין וועלט צו די צווייטע זיך אומקוקן אז אלעס קלאפט. 0אויב מ'עט מיר געבן ש"י עולמות). נאר מסתמא וועט זיין עפעס א ספעיס שאטל מיט וואס די צדיקים וועללן ארומפארן צו מאכן זיכער אז אלעס ארבעט אין זייערע ש"י עולמות...!
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
מי אני האט געשריבן:דער רס״ג אין האמונות והדעות (מאמר א פ״א בראיה הראשונה) האט געהאט אנגענומען פון א דזשיאוסענטריק (און ד יסודות) פערספעקטיוו אז ס׳זענען נישט דא נאך וועלטן ע״ש.
viewtopic.php?f=13&t=3166
אזוי האלט אויך דער רלב״ג אין מלחמות ה׳ (מאמר ו ח״א פי״ט).
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
אין 2017 איז א שמאלע אביעקט צווישן 300 און 3,000 פיס לאנג, גערופן אָאוּמוּעמוּע, אדורך אונזער סאלאר סיסטעם. עס איז געווען עפעס פון אינדרויסן פונעם סאלאר סיסטעם [אן אינטערסטעלאר אביעקט] און איז געגאנגען גאר שנעל, צי שנעל אז דאס שנעלקייט זאל זיין וועגן פעולות פון גרעוויטי. עס האט אויך נישט ארויסגעגעבן א ״וויידל״ [קאָמאַ] אזוי ווי קאמעטס ווען זיי קומען צו נאנט צום זון. דאס איז אן ארטיסט׳ס אימפּרעשׁאָן:
דער אסטראנאמער דר. אבי לוֺיבּ האט ארויסגעגעבן א בוך אין וועלכע ער טענה׳ט אז עס איז יתכן אז דאס איז א סאלאר סעיל געמאכט דורך עקסטרע-טערעסטיעלס פון אן אנדערן שטערן סיסטעם. רוב אסטראנאמער דינגען זיך מיט אים.
***
ווי מ׳האט געהאט דערמאנט איז דא עפעס וואס מ׳רופט די קארדאשעוו סקעיל וואס טוהט געבן א סארט מעסטונג אין די ווי ווייט א וועלטליכע ציוויליזאציע איז עדווענסד געוואנדן אין זייער יכולת פון באקומען ענערגיע און דאס עפישינטלי נוצן. עס ווערט איינגעטיילט אין 3 ראנגען איינס העכער ווי דאס אנדערע, אבער קען ווערן עקסטענדעד אויף נאך ווייטער:
1). א ציוויליזאציע וואס קען האַרנעסן און נוצן דאס גאנצע ענערגיע וואס איר פלאנעט פארמאגט. דאס קומט אויס צו בערך 10¹⁶ וואַטס פון ענערגיע. (אונז זע׳מיר נאך נישט ביי דעם לעוועל. לויט וויפיל ענערגיע אונז קענען פראדוצירן זענען מיר יעצט ביי אביסל מער ווי 0.7)
2). א ציוויליזאציע וואס קען האַרנעסן און נוצן דאס גאנצע ענערגיע פון איר פּלאנעטערי סיסטעם; איר שטערן אא״וו. דאס קומט אויס צו בערך 10²⁶ וואַטס פון ענערגיע.
3). א ציוויליזאציע וואס קען האַרנעסן און נוצן דאס גאנצע ענערגיע פון איר גאלאקסי. דאס קומט אויס צו בערך 10³⁶ וואַטס פון ענערגיע.
מ׳קען דאס דערנאך נעמען נאך ווייטער צו מער ווי איין גאלאקסי, צום גאנצן אוניווערס, ואפילו צו מער ווי איין אוניווערס [מאָלטיווערס].
דר. פריִמען דייסאן האט פארגעשלאגן אז א טייפּ 2 ציוויליזאציע וואלט געבויט א סארט סטרוקטור ארום איר זון כדי צו באקומען דאס ענערגיע דערפון; א דייסאן ספעיר. ער האט פארגעשלאגן צו קוקן פאר סימנים ארום אנדערע שטערנס פאר אזא כעין געבוי.
איינע פון די וועגן צו זוכן פלאנעטן ארום אנדערע שטערנס, עקסאָפּלאנעטן, איז צו זעהן א קליינע טויש אין די שטארקייט פון די ליכטיגקייט פונעם שטערן וואס קומט צושטאנד ווען די פלאנעט וואס גייט איר ארום איז צווישן אונז און דעם שטערן. די ״אפשוואכונג״ איז בערך 1%, ווי אויך איז דאס לעת קבוע לויט׳ן אָרבּיט פון יענעם עקסאָפּלאנעט. עס איז דא א שטערן וואס מ׳זעהט אסאך מאל א שוואכקייט פון 20% און עס איז נישט לעת קבוע; עס איז מער רענדאם. ווי אויך אז מ׳גייט צוריק צו עלטערע בילדער זעהט מען ווי עס פלעגט זיין ווייניגער אפגעשוואכט. מען קלערט אז אולי אולי איז עס א סימן פאר א ציוויליזאציע וואס בויט אזא סארט דייסאן ספעיר. מ׳נעמט אבער אן אנדערע הסברים, ווי למשל א פּראָטאָפּלאנעטערי דאָסט דיסק וואס נעמט דאס ארום [זייענדיג מעגליך א אינגערע שטערן] וואס פון דעם ווערן געבוירן פלאנעטן דורכאויס מיליאנען יארן, און דאס טוהט בלאקירן צומאל די שיין פונעם שטערן צו אונז.

אז מ׳האט אויבן דערמאנט וואס עס קען זיך מעגליך געפונען אינעווייניג פון א ניוטראן שטערן, איז אינטרעסאנט צו דערמאנען דעם היפאטיזירטן טאָרן-זיטקוֺי אביעקט. דאס איז ווען א רויטע ריזיגע שטערן איז צאמגעקומען מיט א ניוטראן שטערן, און די ניוטראן שטערן ווערט די קאָר אינעווייניג פונעם רויטן ריזיגע שטערן.
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
ענליך פאזיטירט מען בנוגע ווי אזוי סוּפּערמאסיווע שווארצע לעכער האבן זיך פארמירט (וואס די אוניווערס איז נישט גענוג אלט אז זיי זאלן זיך האבן פארמולירט אויף די אלגעמיינע וועג ווי אזוי זיי קומען צושטאנד). דאס איז אז אין אנהויב ווען מעטער איז געווען גאר נאנט און געדעכט האבן זיך דורכדעם פארמולירט "קוואסי שטערנס" וואס זענען געווען פי כמה גרעסער פון די גרעסטע שטערנס היינט-צו-טאג.
האבענדיג אזויפיל מאסע האט זיך אין זייערע קאָרס פארמולירט א שווארצע לאך וואס האט געהאלטן אין איין באקומען נאך מאסע פונעם שטערן און דאס איז וואס האט געגעבן פאר'ן שטערן די ענערגיע. דערנאך ווען די שטערן איז עווענטועל אויסגעגאנגען איז צוביסלעך די שווארצע לאך געוואקסן גרעסער און גרעסער.- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
אז מ'האט דערמאנט היילאָזאָאיזם וכו' איז אינטרעסאנט ווי די פיזיסיסט דר. סאבּיִן האסענפעלדער זאגט [13:52-16:57] אז ביים בערך פּלאנק לענג איז יתכן דא גאר קליינע וווּרמהוׂילס וואס באהעפטן די דזשיאמעטרי פונעם יוניווערס פון איין ווייטן מקום צום צווייטן, און דאס איז גורם אז די יוניווערס קען "טראכטן" כאטש אזוי ווי די מענטשליכע מח.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
אויפן ביל מאר שוי האט די סייענטיסט טייסן אויסגעשמועסט די לעצטיגע געפינסן פון מארס, און לויט דעם קען מעגליך זיין אז עס האט עקזעסטירט אויף מארס לעבן מיט מיליאנען יארן צירוק, און אפשר גאר זענען מיר די דיסענדענטס פון דארט דורך עסטרוידס וואס האבן געמאכט זייער וועג צו ערד קיגל.
https://youtu.be/gtomLCaXfa0
https://youtu.be/gtomLCaXfa0
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
בנוגע דעם אז די לבנה איז טיידעלי לאַקט צו די וועלט וואס זי אָרבּיט, וממילא האט דאס א סינקראנוס אָרבּיט דערמיט, אז ביי די צייט זי מאכט א פולע רעוואלוציע ארום די וועלט האט די וועלט זיך געדרייט/ראָטעיט א גאנצע מאל, קען זיך דאס אויך מאכן ביי פלאנעטן מיט זייער זון. אין אזא פאל וועט איין זייט פונעם פּלאנעט לעולם זיין געוואנדן צום זון און די אנדערע לעולם אוועקגעדרייט דערפון. דאס איז בפרט מער מצוי ביי רויטע קליינע שטערנס (וואס זענען בערך 70% פון אלע שטערנס) וואס לעבן לענגער און נעמען לענגער אויסצוברענען, וממילא איז דא א לענגערע זמן אז די טיידעל פאָרס פונעם שטערן זאל פועל זיין אויפ׳ן פּלאנעט, בפרט אויב איז דאס אינעם העבּיטעל זוֺין פונעם שטערן וואס איז דאך נענטער ווי גרעסערע שטערנס.
דעמאלטס, אפילו עס איז בתוך די העבּיטעל זוֺין פונעם זון/שטערן, וועט דאך איין זייט זיין לעולם טאג און צי הייס און דאס אנדערע לעולם נאכט און צי קאלט פאר לעבן צו דעוועלאפּן. די אסטראָבּיאלאגן האבן אבער געמאַדעלט אז לעבן קען זיך דעוועלאפּירן אויף אזא פּלאנעט ביים קו התאריך און מיטל-פונקט צווישן וואו עס ווערט צי הייס און צי קאלט. אבער די פּלאנעט וועט דארפן האבן ווייניג וואסער, אזוי אז עס זאל נישט גורם זיין א גרינהויז עפעקט.
ואולי קען דאס זיין א שטיקל רמז בהפסוק על לע״ל, וואו דאס מענטשהייט קען שוין דעטעקטן לעבן אינדרויסן פונעם וועלט, (זכריה יד ז-ח) והיה יום אחד הוא יודע לה׳ לא יום ולא לילה והיה לעת ערב יהיה אור, והיה ביום ההוא יצאו מים חיים וגו׳. והיינו, אז וואו עס איז נישטא קיין חילוף בין יום ולילה, נאר עס איז אויפ׳ן פּלאנעט אדער אלעמאל יום אדער אלעמאל לילה, דאן ״יצאו מים״ מוז זיין ווייניגער וואסער אויפ׳ן פּלאנעט כדי צו אנהאלטן ״חיים״.
דעמאלטס, אפילו עס איז בתוך די העבּיטעל זוֺין פונעם זון/שטערן, וועט דאך איין זייט זיין לעולם טאג און צי הייס און דאס אנדערע לעולם נאכט און צי קאלט פאר לעבן צו דעוועלאפּן. די אסטראָבּיאלאגן האבן אבער געמאַדעלט אז לעבן קען זיך דעוועלאפּירן אויף אזא פּלאנעט ביים קו התאריך און מיטל-פונקט צווישן וואו עס ווערט צי הייס און צי קאלט. אבער די פּלאנעט וועט דארפן האבן ווייניג וואסער, אזוי אז עס זאל נישט גורם זיין א גרינהויז עפעקט.
ואולי קען דאס זיין א שטיקל רמז בהפסוק על לע״ל, וואו דאס מענטשהייט קען שוין דעטעקטן לעבן אינדרויסן פונעם וועלט, (זכריה יד ז-ח) והיה יום אחד הוא יודע לה׳ לא יום ולא לילה והיה לעת ערב יהיה אור, והיה ביום ההוא יצאו מים חיים וגו׳. והיינו, אז וואו עס איז נישטא קיין חילוף בין יום ולילה, נאר עס איז אויפ׳ן פּלאנעט אדער אלעמאל יום אדער אלעמאל לילה, דאן ״יצאו מים״ מוז זיין ווייניגער וואסער אויפ׳ן פּלאנעט כדי צו אנהאלטן ״חיים״.
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
די שטודיע האט לעצטע חודש אידענטיפיצירט 7 שטערנס וועלכע האבן מעגליך ארום זיך דייסאן ספעירס. דא רעדט NBC צום אסטראפיזיסיסט דר. דזשאנא לעווין דערוועגן. זי איז מסופק דערין און עס קענען זיין אנדערע נאטורליכע הסברים דערפאר.