בס"ד
די אויגן זיי קוקן איינס אין דעם צווייט
די מוחות פארבינדן ווי איינס עס פארשטייט
שפירן זיי נאנט אבער ווייטער פון ווייט
זעען זיך אלס אבער ווען איז די צייט
בליקן זיך ווארפן און שעמעוודיגע קרומען
די כימיע איז וואס מאכט עס שטימען
קענען זיי אויסזען ווי א גארטן פון בלומען
ווען וועלן זיי זיך צונויפקומען
זיצן אונטער איין שאטן זיי קענען
צוזאם אין איין ארט זיי קענען זיצן צוזאם
אין הארץ די פארבינדונג קען ברענען
אבער דאך טוט זיך פארלעשן דאס פלאם
און זיי ווילן, און זיי ווילן
ווי קליינע קינדער זיך שפילן
די געפילן, די געפילן
וואס וועלן קיינמאל זיך אפשטילן
און זיי בענקען, און זיי בענקען
ווילן זיך די הארץ גאר שטארק שענקען
זיי קרענקן, זיי קרענקן
פון די צייט זיי ווילן אלס געדענקען
און זיי קוקן, און זיי קוקן
גארנישט טוט זיך נישט רוקן
און זיי בליקן, און זיי בליקן
און די טרערן אינערליך זיך שטיקן
פון אונטער דעם וואנט פון שרעק
קוקן און באלד קוקן שנעל אוועק
ווילן שטארק אויסמיידן א פלעק
און גיבן מיט דאס הארץ א פארדעק
אבער די וואונדערבארע אויפפירונג
שענער און טייערער ווי דאס בעסטע צירונג
ווילן זיך ווי שנעלער טרעפן אין בארירונג
איידער עס ווערט א פארלירונג
קלערן זיי ביידע אייניג
און בענקען און גארן צום טאג
צווישן זיי טעכניש גאר ווייניג
אבער פאקטיש איז גאר גרויס די פלאג
און זיי ווילן, און זיי ווילן
ווי קליינע קינדער זיך שפילן
די געפילן, די געפילן
וואס וועלן קיינמאל זיך אפשטילן
און זיי בענקען, און זיי בענקען
ווילן זיך די הארץ גאר שטארק שענקען
זיי קרענקן, זיי קרענקן
פון די צייט זיי ווילן אלס געדענקען
און זיי קוקן, און זיי קוקן
גארנישט טוט זיך נישט רוקן
און זיי בליקן, און זיי בליקן
און די טרערן אינערליך זיך שטיקן