בד"ה הגאון האדיר רבי עדין שטיינזאלץ זצ"ל

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:עס איז אינטרעסאנט אז ווען דער טאשער רבי זצוק"ל איז אוועק, וואס קיינער קען נישט אנצייגן וואס פאר א תועלת די וועלט האט פון אים

'קיינער' מיינסטו צו זאגן אפאר ליטוואקעס וואס האבן אים נישט געקענט, ריכטיג?
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2379
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 625 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל

שליחה דורך גאלד »

וואסערע תועלת די וועלט האט פון דער ר"ר אלימלך און ר"ר זושא ווייסטו יא?

סיעריסלי מיסטער ליטוואק פון בודאפעסט. די טאשער רבי סטייטמענט האט לגמרי נישט אויסגעפעהלט, סאיז טייסטלעסס און אינעפראפריעט. חזור בך.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

גאלד האט געשריבן:וואסערע תועלת די וועלט האט פון דער ר"ר אלימלך און ר"ר זושא ווייסטו יא?

סיעריסלי מיסטער ליטוואק פון בודאפעסט. די טאשער רבי סטייטמענט האט לגמרי נישט אויסגעפעהלט, סאיז טייסטלעסס און אינעפראפריעט. חזור בך.

"טייסטלעסס" איז זייער א גוטע ווארט, עס פאסט דא ממש אריין. ווען הרב שטיינזאלץ איז אוועק, נאך אין די זעלבע טאג, האסטו געקענט לינקן און אויסרעדן שלעכטע זאכן אויף אים. יא, די גוף איז נאך ווארם און עס האט דיר נישט געשטערט. טייסטלעסס איז ממש די ווארט.

און ווען דער טאשער איז אוועק, און איך האב נאכנאנאד געבעטן מ'זאל אונז זאגן וואס זענען זיין מעלות און אויפהערן פלוידערן לאזונגן, האט מען מיר באשייגעצט אז דאס מעג מען נישט, ווייל די גוף איז נאך ווארם. מיט וואס איז דער טאשער הייליגער ווי הרב שטיינזאלץ? קען מען מיר נישט ענטפערן. וואס פאר א נוצן האט דער וועלט בכלל געהאט פון דער טאשער? מ'קען מיר באשייגעצן, אבער למעשה קען מען מיר נישט ענטפערן (איין זאך, דער באס קאמפאני וואס האט געפירט מענטשן קיין טאש צו זען גארנישט, ער האט פארדינט דערפון). אבער אויף אים מעג מען נאר זאגן 'הייליג הייליג הייליג' אן קיין שום טייטש וואס מיינט גאר די 'הייליגקייט', אבער אויף דער הייליגע הרב שטיינזאלץ, וואס האט פיל אויגעטון לתורה ולתעודה, איז הותר דמו, מ'מעג אלס שרייבן און זאגן. ער איז דאך נישט 'פון אונזערע', אלע הלכות בין אדם לחבירו גילטן נישט ביי אים.

איך ווייס אז די וואס האבן נישט קיין עמטליכע תשובה וועלן פראבירן צו פארדרייען אז איך רעד סתם אלס ליטוואק. איי, הרב שך איז דאך יא ארויס קעגן אים, מוז מיין נגיעה זיין קעגן אים? לפעטיציאנטן פתרונים.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2379
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 625 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל

שליחה דורך גאלד »

עצה עמי אות לטובה און לאז מנוחה טאשער רבי, ער איז דא גענצליך אומשולדיג, קענסט זייער שיין ארויסברענגן דיין פונקט אן באלעסטערן אנדערע ערליכע אידן,

און אויב זעהסטו נישט די מציאה פון פון א געוויסן רבי'ן איז לגמרי נישט קיין עולה, געזונטערהייט, פאר דעם מוזטו נאך נישט יענעם ציפליקן, ער זאגט דאך נישט לך עבוד עבודה זרה,

סדא טויזנטער זאכן אין די וועלט וואס מענטשן האבן ליב און זענען הייסע חסידים וואס איך בין לגמרי נישט משיג די מציאה, ווי למשל ספארטס אדער חזנים, סמיר קיינמאל בייגעפאלן צו פארהאלטן ספארטס פענס היתכן זיי האבן ליב ספארטס,
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

דו ביסט צו דו מאכסט זיך?

דו האסט אנגעהויבן מיט הרב שטיינזאלץ, ווייל דו זעסט נישט איין די חשיבות פון תלמוד בבלי. דריי עס נישט צוריק.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
במדבר
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 281
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 02, 2020 12:58 pm
האט שוין געלייקט: 699 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 441 מאל

שליחה דורך במדבר »

ר' עדין ביי א פארברענג און 770 ווי ער טרעט אויף אין אידיש, מיט זיין כאראקטעריסטישע בייסיגע הומאר און חבד''דסקע פופיק שפראך און נאכאלץ מיט אזא ''עדינ''ות.

https://www.youtube.com/watch?v=HzOUSVvdOHM
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום במדבר, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
הלוואי ויתמזגו מזרח ומערב (אהוד מנור).
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

במדבר האט געשריבן:ר' עדין ביי א פארברענג און 770 ווי ער טרעט אויף אין אידיש, מיט זיין כאראקטעריסטישע בייסיגע הומאר און חבד''דסקע פופיק שפראך אין נאכאלץ מיט אזא ''עדינ''ות איידלקייט.
https://www.youtube.com/watch?v=HzOUSVvdOHM

במדבר: דער גרעסטער חידוש ביי מיר איז אז הרב עדין שטיינזאלץ ז"ל האט גערעדט א גוטן אידיש. קומענדיג פון א בעקגראונד וואו מ'האט בכלל נישט גערעדט די שפראך. נאר ער האט זיך עס מסתמא דערלערנט זייענדיג אין די מירער ישיבה...!
טובה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 60
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 08, 2020 10:32 pm
האט שוין געלייקט: 24 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 17 מאל

שליחה דורך טובה »

במדבר האט געשריבן:ר' עדין ביי א פארברענג און 770 ווי ער טרעט אויף אין אידיש, מיט זיין כאראקטעריסטישע בייסיגע הומאר און חבד''דסקע פופיק שפראך און נאכאלץ מיט אזא ''עדינ''ות.

https://www.youtube.com/watch?v=HzOUSVvdOHM



זייער זיס
זיין געאונישע טשופ און לאנגע אומגעשניטענע האר איז מאדנע אויף "הגאון האדיר" "זצ"ל"...
באניצער אוואטאר
אמת וצדק
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 180
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 17, 2019 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 559 מאל

בד"ה הגאון האדיר רבי עדין שטיינזאלץ זצ"ל

שליחה דורך אמת וצדק »

אנטשילדיגט פארן אראפנעמען וואס איך האב דא געשריבען, עס וועט זיין אי״ה בקרוב נאכאמאל אוועליבעל.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 4 אום אמת וצדק, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

לאמיר מאכן א ביסל ארדענונג אין די גאנצע סומאטאכע פון הרב עדין שטיינזאלץ מיט גאלד און ליטוואק פון בודאפעסט און טאשער רבי און להבדיל, הרב ש"ך און להבדיל, ליובאוויטשער רבי. והנה: הרב עדין שטיינזאלץ איז געווען א גדול בישראל. אויסער זיינע געוואלדיגע אויפטוען. (נישט דירעקט פאר די אונגערישע/סאטמאר'ע/ווילאמסבורג'ע אידן.). אויך האביך געהאט אן עמאשיאנעל עטעטשמענט צו איהם. איך האב איהם ליעב געהאט. גאלד האט איהם נישט רעספעקטירט. ווייל אזוי האט מען איהם געלערנט אין זיין היימלאנד סאטמאר. כאטש סאטמאר איז גאר שטארק אויסגעארבעט אין די מידה פון צדקה, גמילות חסד און הכנסת אורחים. זענען זיי שטארק הינטערשטעליג אין די מידה פון רעספעקטירן א צווייטן גדול בישראל.סיי א גדול בתורה. און סיי א צדיק אמת ווי ליובאוויטשער רבי. אדער טאהשער רבי זצ"ל. ליטוואק פון בודאפעסט איז אן אמת'ער ליטוואק. ער האט נישט דעם טשיפ פון אן עמאשיאנעל עטעטשמענט צו א צדיק אמת. ווי ליובאוויטשער רבי אדער טאהשער רבי. וועלכע האבן אוועקגעגעבן זייער גאנצן מהות סיי בגשמיות און סיי ברוחניות פאר א צווייטן איד. איך האב יא סיי רעספעקט און סיי אן עמאשיאנעל עטעטשמענט צו בארימטע גדולי ישראל ווי הרב עדין שטיינזאלץ וועלכע האבן אויפגעטון זייער א סאך לתורה ולתעודה. און זענען געווען אמת'ע יראי ה' ומרביצי תורה לרבים. אויך האב איך אן עמאשיאנעל עטעטשמענט צו די צדיקי אמת. איך האב זיי זייער שטארק ליעב. איך האב נישט קיין עמאשיאנעל עטעטשמענט צו הרב ש"ך. איך האב איהם אפשר רעספעקטירט אלס גדול בתורה ומרביץ תורה. אבער אלס מענטש, און אלס אמת'ער עובד ה' האלט איך פון איהם ווייניגער ווי זיראו. כאטש ס'גייען ארום איבער איהם ליטווישע .."מופתים"... ס'איז אלץ בלאף (ווען מ'נארט זיך אליינס הייסט אויך געבלאפט.). אויסער זיין פערזענליכער התנהגות וואס האט נישט געפיהלט קיין טראפ אהבת ה'. כמו שבנו ה'"צאדיק"...מעיד בעצמו. ואכמ"ל. נאר ער האט געהאלטן אזא גרויסן צדיק אמת ווי ליובאוויטשער רבי ווי בלאטע. און א פשוט'ער שווינדלער. אזוי ווי ר' ליטוואק דנן האט זיך אויסגעדריקט אויפ'ן הייליגן טאהשער רבי זצוק"ל. איך בלעים איהם נישט. ער האט נישט דעם טשיפ. כמו שכתבתי לעיל...!
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

וואס האב איך געשריבן אויף דער ליובאוויטשער רבי?

און וואס האט דער ליובאוויטשער רבי אוועק געגעבן פאר אנדערע וואס הרב שך האט נישט? איך מיין אז ביידער האבן זיך אוועק געגעבן לייב און לעבן פאר א צווייטע איד. נישט פון דער רביסטיווע און ראש ישיבה, דאס איז זייער פאך געווען. נאר דער ליובאוויטשער רבי האט זיך אוועק געגעבן ווען ער איז ארויס פון זיין באקס צו טון פאר יענעם, און אזוי אויך הרב שך. זאגן דער שיעור און פירן דער ישיבה איז פשוט זיין פאך, אבער זיין גיין מחזק זיין אידן אין שפיטאל, נאכגיין יעדער בחור'ס אישוס און אים ארויס העלפן, און דאס אריין לייגן אין פאליטיק היפך זיין נאטור לטובת זיין סטאדע, איז יא זיך אוועק געגעבן פאר יענעם. ווי אויך דער ליובאוויטשער רבי'ס זיך זארגן פאר יעדער וואס ער האט נאר געקענט, און זיין געדענקן די פראבלעמן פון די וואס ער האט באגעגענט. איך זעי נישט קיין גרויסע חילוק צווישן די צווי אין דער געביט, נאר אין די חיצוניות'דיגן אויסשטעל.

איך ווייס נישט וואס דער טאשער רבי האט אוועק געגעבן פאר א צווייטן איד, אבער פון דיין שרייבאכץ זעט זיך אויס אז ווען דו וואלסט געגלויבט אין די מופתים פון הרב שך, וואלט עס געמיינט אז ער האט יא געטויגט, עפעס וואס איך פארשטיי פונקט נישט.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
א חסיד פון ווילנא
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 651
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 14, 2020 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 238 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 275 מאל

Re: בד"ה הגאון האדיר רבי עדין שטיינזאלץ זצ"ל

שליחה דורך א חסיד פון ווילנא »

berlbalaguleh האט געשריבן:לאמיר מאכן א ביסל ארדענונג אין די גאנצע סומאטאכע פון הרב עדין שטיינזאלץ מיט גאלד און ליטוואק פון בודאפעסט און טאשער רבי און להבדיל, הרב ש"ך און להבדיל, ליובאוויטשער רבי. והנה: הרב עדין שטיינזאלץ איז געווען א גדול בישראל. אויסער זיינע געוואלדיגע אויפטוען. (נישט דירעקט פאר די אונגערישע/סאטמאר'ע/ווילאמסבורג'ע אידן.). אויך האביך געהאט אן עמאשיאנעל עטעטשמענט צו איהם. איך האב איהם ליעב געהאט. גאלד האט איהם נישט רעספעקטירט. ווייל אזוי האט מען איהם געלערנט אין זיין היימלאנד סאטמאר. כאטש סאטמאר איז גאר שטארק אויסגעארבעט אין די מידה פון צדקה, גמילות חסד און הכנסת אורחים. זענען זיי שטארק הינטערשטעליג אין די מידה פון רעספעקטירן א צווייטן גדול בישראל.סיי א גדול בתורה. און סיי א צדיק אמת ווי ליובאוויטשער רבי. אדער טאהשער רבי זצ"ל. ליטוואק פון בודאפעסט איז אן אמת'ער ליטוואק. ער האט נישט דעם טשיפ פון אן עמאשיאנעל עטעטשמענט צו א צדיק אמת. ווי ליובאוויטשער רבי אדער טאהשער רבי. וועלכע האבן אוועקגעגעבן זייער גאנצן מהות סיי בגשמיות און סיי ברוחניות פאר א צווייטן איד. איך האב יא סיי רעספעקט און סיי אן עמאשיאנעל עטעטשמענט צו בארימטע גדולי ישראל ווי הרב עדין שטיינזאלץ וועלכע האבן אויפגעטון זייער א סאך לתורה ולתעודה. און זענען געווען אמת'ע יראי ה' ומרביצי תורה לרבים. אויך האב איך אן עמאשיאנעל עטעטשמענט צו די צדיקי אמת. איך האב זיי זייער שטארק ליעב. איך האב נישט קיין עמאשיאנעל עטעטשמענט צו הרב ש"ך. איך האב איהם אפשר רעספעקטירט אלס גדול בתורה ומרביץ תורה. אבער אלס מענטש, און אלס אמת'ער עובד ה' האלט איך פון איהם ווייניגער ווי זיראו. כאטש ס'גייען ארום איבער איהם ליטווישע .."מופתים"... ס'איז אלץ בלאף (ווען מ'נארט זיך אליינס הייסט אויך געבלאפט.). אויסער זיין פערזענליכער התנהגות וואס האט נישט געפיהלט קיין טראפ אהבת ה'. כמו שבנו ה'"צאדיק"...מעיד בעצמו. ואכמ"ל. נאר ער האט געהאלטן אזא גרויסן צדיק אמת ווי ליובאוויטשער רבי ווי בלאטע. און א פשוט'ער שווינדלער. אזוי ווי ר' ליטוואק דנן האט זיך אויסגעדריקט אויפ'ן הייליגן טאהשער רבי זצוק"ל. איך בלעים איהם נישט. ער האט נישט דעם טשיפ. כמו שכתבתי לעיל...!
דאס וואס די זאגסט אז סאטמאר האט נישט קיין געפיל צו צדיקים איז נישט ריכטיג, אטו כי רוכלא ניזיל ונחשיב?
בעלזער רב, פשעווארסקער רבי׳ס, ספינקא, טאש ועוד
זיי האבן נאר א אישו מיט די שיטה
לאמיר עס מסביר זיין, כו"ע מודי אז איינער וואס האט דיעות כוזבות און א אפיקורס, מעג ער קענן און לערנען כל התורה כולה איז עס גארנישט ווערט, אזוי שטייט אין די חורה, חז"ל (אחר) און נאך
די מחלוקה ווערט נאר וויאזוי ווערט מען א אפיקורס, לדעת סאטמארער רבי זצ"ל איז הודאה אין די מדינה בעצם כפירה ממש און אפילו מ׳ לערענט יומם ולילה און מ׳ דינט השי"ת במסינ"פ איז גארנישט ווערט
ווידעראום התחברות לרשעים איז אויך א גרויסע פראבלעם אויף נישט צו האבן א געפיל צו אזעלעכע גדולים, אבער ח"ו זיי בארעדן אדער שעלטן (בדרך כלל, אוודאי איז דא עקסטרעמע יוצאים מן הכלל)
אבער אזעלעכע ווי הנ"ל האבן באקומען כל הכבוד (און געלט שטיצע) אין סאטמאר
קען נישט יעצט מאריך זיין ועוד חזון למועד

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

א מחלוקת אין די שיטה, ווילאנג ביידער זוכן זייער שיטה אין די תורה, האט גארנישט מיט יענעמ'ס חשיבות אלס צדיק ועובד ה'. א מענטש וואס גלויבט אז די מדינה הציונית איז כפירה, ווערט נישט קיין שייגעץ. ער איז נאר א טועה. זיין פערזענליכע מעלות בלייבן זיינס. טאמער ער פירט זיך אויף איידעל צו אנדערע, און לערנט אויס זיין תלמידים זיך צו פירן איידעל, איז גוט. און אז נישט, פעלט אים עפעס.

די שיטה און דער מענטש האבן נישט קיין שייכות.

ווען אבער יענער זוכט זיין דעות אין זיין בויך, אדער אור-אלטע טראדיציעס, און עס גייט אים אן די תורה א רעטעך, מאכט בכלל נישט אויס וואס זיין פערזענליכע מעלות זיינען, עס קומט אים נישט קיין כבוד.

און דארט שטעקט דער סאטמארער טעות. מעגסט האלטן וואס דו ווילסט, דער ליובאוויטשער רבי און הרב קוק זענען נאכאלס נישט קיין אפיקורסים. נישט ווייל זיי זענען גערעכט, נאר ווייל זיי מעגן פונקט אזוי האבן א שיטה ווי דו. משה מנדלסון און גייגער ודעימיה זענען אפיקורסים, אפילו טאמער זיי האבן געוואלטן געהאלטן די גאנצע תורה, ווייל זיי גלויבן נישט דערין. פון שיטות אין די תורה ווערט מען נישט קיין אפיקורס, ופשוט.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
א חסיד פון ווילנא
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 651
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 14, 2020 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 238 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 275 מאל

Re: בד"ה הגאון האדיר רבי עדין שטיינזאלץ זצ"ל

שליחה דורך א חסיד פון ווילנא »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:א מחלוקת אין די שיטה, ווילאנג ביידער זוכן זייער שיטה אין די תורה, האט גארנישט מיט יענעמ'ס חשיבות אלס צדיק ועובד ה'. א מענטש וואס גלויבט אז די מדינה הציונית איז כפירה, ווערט נישט קיין שייגעץ. ער איז נאר א טועה. זיין פערזענליכע מעלות בלייבן זיינס. טאמער ער פירט זיך אויף איידעל צו אנדערע, און לערנט אויס זיין תלמידים זיך צו פירן איידעל, איז גוט. און אז נישט, פעלט אים עפעס.

די שיטה און דער מענטש האבן נישט קיין שייכות.

ווען אבער יענער זוכט זיין דעות אין זיין בויך, אדער אור-אלטע טראדיציעס, און עס גייט אים אן די תורה א רעטעך, מאכט בכלל נישט אויס וואס זיין פערזענליכע מעלות זיינען, עס קומט אים נישט קיין כבוד.

און דארט שטעקט דער סאטמארער טעות. מעגסט האלטן וואס דו ווילסט, דער ליובאוויטשער רבי און הרב קוק זענען נאכאלס נישט קיין אפיקורסים. נישט ווייל זיי זענען גערעכט, נאר ווייל זיי מעגן פונקט אזוי האבן א שיטה ווי דו. משה מנדלסון און גייגער ודעימיה זענען אפיקורסים, אפילו טאמער זיי האבן געוואלטן געהאלטן די גאנצע תורה, ווייל זיי גלויבן נישט דערין. פון שיטות אין די תורה ווערט מען נישט קיין אפיקורס, ופשוט.
ווען איינער שטעלט זיך אויף און איז כופר בגאולה איז ער א כופר וואס מורידן ולא מעלין? מעג ער זיין דער גרעסטער גאון וצדיק, דאס ביסטו מודה?
די אלע גדו"י האבן אזוי געהאלטן און סאטמארער רב האט עס מברר געווען אין זיין ספר, ווילסט קריגן אויף אים? מעגסט, אבער זיין מיינונג איז די זענן מינים ואפיקורסים (אנדערע האבן נישט געהאלטן צו אזא עקסטענד) און א מין שעלטסטו אויך יעדען טאג 3 מאל ביי ולמלשינים

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
א חסיד פון ווילנא
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 651
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 14, 2020 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 238 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 275 מאל

Re: בד"ה הגאון האדיר רבי עדין שטיינזאלץ זצ"ל

שליחה דורך א חסיד פון ווילנא »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:וואס האב איך געשריבן אויף דער ליובאוויטשער רבי?

און וואס האט דער ליובאוויטשער רבי אוועק געגעבן פאר אנדערע וואס הרב שך האט נישט? איך מיין אז ביידער האבן זיך אוועק געגעבן לייב און לעבן פאר א צווייטע איד. נישט פון דער רביסטיווע און ראש ישיבה, דאס איז זייער פאך געווען. נאר דער ליובאוויטשער רבי האט זיך אוועק געגעבן ווען ער איז ארויס פון זיין באקס צו טון פאר יענעם, און אזוי אויך הרב שך. זאגן דער שיעור און פירן דער ישיבה איז פשוט זיין פאך, אבער זיין גיין מחזק זיין אידן אין שפיטאל, נאכגיין יעדער בחור'ס אישוס און אים ארויס העלפן, און דאס אריין לייגן אין פאליטיק היפך זיין נאטור לטובת זיין סטאדע, איז יא זיך אוועק געגעבן פאר יענעם. ווי אויך דער ליובאוויטשער רבי'ס זיך זארגן פאר יעדער וואס ער האט נאר געקענט, און זיין געדענקן די פראבלעמן פון די וואס ער האט באגעגענט. איך זעי נישט קיין גרויסע חילוק צווישן די צווי אין דער געביט, נאר אין די חיצוניות'דיגן אויסשטעל.

איך ווייס נישט וואס דער טאשער רבי האט אוועק געגעבן פאר א צווייטן איד, אבער פון דיין שרייבאכץ זעט זיך אויס אז ווען דו וואלסט געגלויבט אין די מופתים פון הרב שך, וואלט עס געמיינט אז ער האט יא געטויגט, עפעס וואס איך פארשטיי פונקט נישט.
איך בין נישט קיין חסיד פון טאהשער רבי און אוודאי נישט פון ליבאוויטשער, אויך נישט קיין מתנגד פון הרב שך, אבער ווען מ׳ פארמעסט וואס זיי האבן אויפגעטון ווס. אים, איז עס א געלעכטער
טאהשער רבי חוץ וואס ער האט געדינט דעם אייבערשטן מיט מסינ"פ כמעט נישט געגעסן און געשלאפן האט ער אוועק געגעבן שעות ארוכות אויסצוהערן צובראכענע הערצער, פארטיילט מיליאנען דאלאר פאר צדקה און נאך, חוץ וואס ער האט אויפגעשטעלט א קהלה און ישיבה ווי עד היום איז מען מחנך אידישע דורות
ליבאוויטשער רבי, האט אויך 24 שעה אויסגעהערט בפה ובכתב אידן פון די גאנצע וועלט און געהאלפן בעצה ובתשיה, געארבעט איבערמידלעך צו פארשפרייטן אידישקייט (לפי דרכו) אין די גאנצע וועלט, אז יעדער יוד זאל האלטן תומ"צ
רב שך, כבודו במקומו מונח, זיין א ראש ישיבה און זאגן שיעורים? 100טער אזעלעכע טיען דאס לש"ש אדער שלא לש"ש נאר זיך צו בויען א מיליטער וכדומה
ער האט געפירט אגו"י ווייל ער האט זיך אוועקגעגעבן? ווער וואלט נישט געוואלט זיין ראש האגודה, זיך צוקריגט און געפענט א אייגענע פארטיי איז אויך
געווען ווייל ער האט זיך אוועקגעגעבן פאר יודן?
משום כבוד תורתו אקצר

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

ווען איינער זאגט אז אין תורה הייסט דאס נישט קיין כפירה אין די גאולה, און אזוי קומט די גאולה, איז ער נישט קיין אפיקורס. דאס 'מברר' זיין מיינט גארנישט, ווילאנג יענער דינגט זיך נישט אויף די תורה זעלבסט, נאר פארשטייט אנדערש, איז ער נישט קיין אפיקורס, פונקט ווי אביי האט נישט געהאלטן רבא פאר קיין גנב. און דער חולק אויף דער סאטמארער רב איז פונקט אזא עובד ה' ווען ער האלט אנדערש.

פארוואס איז ווערן א רבי און אויפנעמן מענטשן 'זיך אוועק געגעבן', און פארמאכן די גמרא זיך אריין צו טון אין נייטיגע עסקנות נישט? ער האט דאך זיבעציג יאר געלערנט טאג און נאכט, און פלוצלונג איז ער געלאפן עפעס אויפצוטון, מיינסט אז דאס האט ער טאקע געוואלט טון? ער האט זיך איינגעהאלטן זיבעציג יאר, אויף צו קענען עסקנ'ן? און נאכדעם געווארט צוואנציג יאר צו עפענן א מפלגה אין כנסת? ער האט עס געזען פאר נייטיג און געטון, היפך טבעו ודרכו. די יונגער דור וואס האט נאר געזען די מסקנא, קען זיך דוכטן אז דא רעדט זיך פון איינער וואס אגאנץ לעבן האט געווארט דערויף, אבער די וואס קענען אים פון פריער זענען נשתומם געווארן פון די טויש וואס ער האט געמאכט, און טאמער דו האסט נישט געהאט קיין הנחה קדומה, וואלטסטו געקענט פארשטיין אז נאר לש"ש טוט מען אזא זאך. און דאס ליגט אין דיין 'ווער וואלט נישט געוואלט זיין ראש האגודה'. איך קען דיר זאגן ווער וואלט נישט געוואלט זיין, יעדער וואס האט עפעס נייטיג צו טון, אזוי ווי לערנען תורה. נאר ווען מ'מוז, האט מען נישט קיין ברירה. ער האט נישט געהייסן טייטלבוים אדער רוקח, געוועלדיגן איז קיינמאל נישט געווען זיין תכלית אין דער וועלט. עסט נישט איין מענטש מיט די מעסטער פון א צווייטן.

עס איז דא טויזענטער רבי'ס, איך זעי נישט וואס דו ווילסט פון דער טאשער רבי. און טאקע אזוי איז, אז פון טויזענטער ראשי ישיבה האט מען אויסגעקליבן הרב שך, מיינט עס נישט דען אז ער האט עפעס וואס אנדערע האבן נישט? נאר היינט טעמא ד...., אז מ'איז צוגעוואינט צו רביס וואס פאררשכבהגן זיך מיט כח האגרוף, קען מען נישט איינזען וואס מיינט איינער וואס ווערט אנגענומן אן דעם. און דערנאך זוכט מען תהלים אידן מיט וועמן זיך צו צוקלעבן.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל

שליחה דורך נהורא נפישא »

ליטוואק פון בודאפעסט, פון וואו נעמסטו אז ר' משה מענדלסאן האט נישט געגלויבט אין תורה שבכתב אדער תושפע"פ. ער ברענגט כסדר חז"ל און איז אפילו מברר הלכה למעשה לויט תושבע"פ ( ענין הלנת קבורה שמורו ורבו היעב"ץ חולק עליו מובא בחתם סופר) אין ערגעץ מאכט ער נישט אוועק חז"ל און כידוע האט ער מקיים געווען אלע מצות מעשיות.
נאר אפשר מיינסטו דאס אז ווען איינער טוישט עפעס אויף א ראדיקאלן אופן נעמט מען אן אז יענער גלויבט מילא נישט אין די סמכות התורה און דערפאר איז ער מעיז לגלות פנים בתורה שלא כהלכה בכוונה והיינו טעמא דסאטמארע וואס האלטן אז הרב קוק האט געהאט אזוינע ראדיקאלע שיטות אז מסתמא נוצט ער די תורה כקרדום לחפור בו וכאדם העושה בתוך שלו.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

ער ברענגט חז"ל טאקע, אבער לויט ווי איך געדענק האט ער געהאלטן מער ווייניגער ווי די קאנסערוואטיווע, אז די תורה איז א מקור פאר אונזער אידישקייט, אבער נישט די איינציגסטע און אנדערע מקורות קענען אויך זיך פארמעסטן דערמיט. דאס הייסט כפירה בתורה, ווייל ער זוכט אין אנדער ערטער אויך
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל

שליחה דורך נהורא נפישא »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ער ברענגט חז"ל טאקע, אבער לויט ווי איך געדענק האט ער געהאלטן מער ווייניגער ווי די קאנסערוואטיווע, אז די תורה איז א מקור פאר אונזער אידישקייט, אבער נישט די איינציגסטע און אנדערע מקורות קענען אויך זיך פארמעסטן דערמיט. דאס הייסט כפירה בתורה, ווייל ער זוכט אין אנדער ערטער אויך

דאס אז די תורה קען ווערן פארשטאנדיק פון אנדערע אמתע מקורות איז נישט עפעס וואס ער האט מחדש געווען דאס איז די קלאסישע רמב"ם צוגאנג אז אריסטאטליען פיליזאפיע קען מגלה זיין דעם אמת אין די תורה.
און פארגעס נישט אז אויך הרב קוק טיישט אריין זיין מיסטישע פאנטאזיעס אין די תורה און הלכה.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

דער סאטמארער רב האט נישט געמעגט האלטן א קבלה איז מיסטישע פאנטאזיעס
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
א חסיד פון ווילנא
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 651
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 14, 2020 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 238 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 275 מאל

Re: בד"ה הגאון האדיר רבי עדין שטיינזאלץ זצ"ל

שליחה דורך א חסיד פון ווילנא »

איך האב נישט קיין נערוון אריין צו קריכן און איבערקייען, פארגעס פון סאטמארער רב, טאשער רבי איז א ׳תהלים יוד? מער האסטו נישט געטראפן אויף אים?
בד"וו רב שך׳ס הספד אויף סאטמארער רבי זצ"ל האסטו געהערט?

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
באניצער אוואטאר
כרם זית
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 942
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
האט שוין געלייקט: 2702 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל

שליחה דורך כרם זית »

אזיל גברא דמסתפינא מיניה.

-הגאון ר' אליעזר מנחם מן שך ז''ל בהספידו על האדמו''ר מסאטמאר ז''ל.
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל

שליחה דורך נהורא נפישא »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דער סאטמארער רב האט נישט געמעגט האלטן א קבלה איז מיסטישע פאנטאזיעס

האסט מיר נישט פארשטאנען פילפאכיג. ערשטענס, בין איך נישט דא צו דיליגימיטיזירן קבלה לא מיניה ולא מקצתיה. צווייטענס מיינעך נישט דא מיט מיסטעציזם דוקא די לערע פון קבלה נאר בכלליות די מיסטישקייט און כח הדמיון פון הרב קוק. דריטענס זאג איך עס נישט בכלל אויף א נעגעטיווע וועג נאר אלס א כאראקטעריסטישע שטריך פון הרב קוק.
פון סיי ווען אן אז עס איז געווען א אידישער מלומד אדער חכם וואס האט געהאט אומקאנווענציאלע דיעות האבן אים געוויסע פארשריגן אלס אן אפיקורס. נישט ווייל די דיעות קענען נישט אריינפאסן, אדרבה היסטאריש זענען פארהאן מערערע אויסטייטשונגען און צוגאנגען אבער בדרך כלל גייען אריבער שינויים אין דיעות בהדרגה . נאר אז עס מאכט זיך אז איינער באזיצט דיעות וואס זענען דראסטיש פארענדערט דאן וועט מען בדרך כלל אים חושד זיין מיט קלות הדעת און אפיקורסות. געווינער (אדער צו וועם די השגחה עליונה פירט צו) זענען אבער די וואס שרייבן היסטאריע און צומאל ווערן די דיעות במשך הימים גאר אדאפטירט אדער לעגיטימיזירט און עס ווערט אראפגענומען דערפין די אסאסיאציע צו אפיקורסות.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
פארשפארט