וואָס איז דאָס אַזוינס – תשובה?

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
דוראק
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 216
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 23, 2020 9:26 pm
האט שוין געלייקט: 109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 390 מאל

וואָס איז דאָס אַזוינס – תשובה?

שליחה דורך דוראק »

תשובה. אַ וואָרט. דגים שבים רועדים... קומט אין ליובאַוויטש וועט מען אײך זאָגן אַז ס'איז ראשי־תיבות „טרינקט ספּירט און בײסט הערינג”...

נאָר אויף אַן אמת, וואָס הייסט תשובה?

אין ישיבה קטנה האָבן מיר געהאַט זייער אַ צינישער משפיע, פלעגט ער אונז זאָגן „קינדערלאַך, ווען איר וויינט איבער אײערע עבירות, איז דאָס פּונקט ווי אַ blackboard, מ'האָט שוין געשריבן אַזוי פיל, מעקט מען אויסעט מיט טרערן און אָט... האָט מען אָרט אויף ווײטער צו זינדיקן”.

כ'האָב אַמאָל געקענט אַ פאַרצײטישן איד, געהייסן האָט ער ר' לייזער. דערציילט מיר ר' לייזער, אַז דעם ערשטן מאָל וואָס ער איז געקומען (נאָך דער מלחמה) אין אַ שול יום כיפור, האָט ער ניט פאַרשטאַנען. ער איז דאָך געוועזן אײנגעוואוינט אין דער אַלטער היים, אַז יום כיפור וויינען אַלע. מיטאַמאָל קומט ער אָנעט אין עפּעס אַ שול, און... קיינער וויינט ניט! גייט ער צו צו עפּעס אַן אַלטן איד מיט אַ הדרת פנים (שפּעטער האָט ער אויסגעפונען אַז דאָס איז געוועזן דער באַוואוסטער משפיע ר' מענדל פוטערפאַס), און ער פרעגט עם – פאַרוואָס וויינט קיינער ניט?

ר' מענדל (וואָס ווער עס האָט עם געקענט קאָן עדות זאָגן אַז ער האָט זיך מסתמא גוט אויסגעוויינט באַ זיך אין צימער...) גיט עם אַ שאַרפן בליק און זאָגט עם: „יונגערמאַן! מ'זינדיקט ניט און מ'וויינט ניט!”...

וואָס וויל איך דאָ זאָגן? ווייס איך ניט, מיר איז אַליין שווער אויסצוקומען קלאָר.

נאָר אַזוי. די ערשטע זאַך אין תשובה איז פּראָסט און פשוט „עזיבת החטא”... „והנה מצוַת התשובה מן התורה היא עזיבת החטא בלבד . . דהיינו שיגמור בליבו בלב שלם לבל ישוב עוד לכסלה למרוד במלכותו יתברך ולא יעבור עוד מצוַת המלך חס ושלום, הן במצוות עשה הן במצוות לא תעשה”.

דאָס איז דאָס! וואָס געווען איז געווען, אַזוינס וועט שוין מער ניט פּאַסירן!

כ'האָב זיך אַמאָל געטראַכט, אַז ווען מ'זאָגט „כתיבה וחתימה טובה לשנה טובה ומתוקה”, איז „חתימה” מלשון „חתימת הברכה”. היינו – וואָס געווען איז געווען, און שוין, ווײטער!

דאַרף מען דען ניט תשובה טאָן אויפן עבר? אוודאי דאַרף מען! ווי זאָגט דער רבי אין סאַמע אָנפאַנג פון תניא: „ואם לא ירע לבבו כלל מזה יכול לבוא לידי קלות חס ושלום”!

אוודאי מוזן מיר נעמען אחריות אויף אונזערע מעשים, נאָר דער ערשטער טריט איז אינגאַנצן זיך אָפּרײסן פון דעם וואָס איז געוועזן ביזל אַהער.

איך האָף אַז וואָס איך שרײב איז קלאָר, זאָל איך ניט מוזן אָפּמעקן...
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום דוראק, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 10 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר