לולקע-ציבעך האט געשריבן:ברסלבער האט געשריבן:יעצט איז געווען א מחלוקת צווישן דעם הייליגן בעש"ט און דער הייליגער גר"א וועגן דעם ענין פון חלול הפנוי אויב עס איז כפשוטו אבער נישט כפשוטו.
דער גר"א האט געהאלטן אז די חלול הפנוי איז כפשוטו, דער אייבערשטער האט זיך טאקע מסלק געווען לצדדין, און ער שיקט נאר אריין דאס חיות צו די מענטשן אינסייד די חלל.
דער בעש"ט האט געהאלטן אז עס קען נישט זיין כפשוטו ווייל דער אייבערשטער איז מלא כל הארץ כבודו, מען קען אים נישט אפטיילן פון די זאכן וואס ער האט באשאפן, און דערפאר האט ער געהאלטן אז די חלל הפנוי איז באמת נישט געשעהן, עס איז נאר בדמיון אזוי געשעהן, אבער באמת איז נישטא גארנישט אויסער דעם אייבערשטן.
און מיר, קליינע מענטשן, מיט א השגה וואס איז סך מער מוגבל פון ביידן, דעם בעש"ט און דעם גר"א, בלייבן נישט מיט קיין אנדערער ברירה ווי זאגן "אלו ואלו". די צוויי זעען טאקע אויס ווי א סתירה. אבער מיר האלטן דאך נישט דארט. קודם לאזן מיר פארשטיין די צדדים, און דערנאך וועלן מיר זען צי די צוויי קענען שטימען. (באין ברירה וועלן מיר אפירנעמען דעם אלטן, אויסגעפרואווטן "תיקו".)
אויב איז דאס א זאך וואס מען קען זאגען דערויף תורה הוא וללמוד אני צריך, זאג איך אז בעניי פארשטיי איך דעם בעשה"ק מער ווי דעם גר"א. אויב מעג מען לערנען א תוס' אהן זאגען "קליינע מענטשען", איז דאך ה"ה כאן.
אה, דו זאגסט דאך אז מיר מעגן זעהן די צדדים און דערנאך גיין ווייטער. איז דאך גוט.