סיפורי צדיקים
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
דייאדזשעניס איז אריינגעקומען אין אפלטון׳ס הויז און מיט זיינע שמוציגע פיס זיך גענומען צוטרעהטן אפלטון׳ס בעסטע קארפעט, און געזאגט דערביי, ״איך צוטרעהט אפלטון׳ס גאווה״. האט אים אפלטון צוריקגעענטפערט, ״וויפיל גאווה טוהסטו ווייזן מיט דעם וואס דו פרובירט צו צייגן אז דו אליין האסט נישט קיין גאווה״.
{א ווערסיע פון די מעשה מיט העראקליטוס ווען ער האט זיך באשמירט מיט צואה זיך צו היילן איז אז הונט האבן אים געזעהן און נישט דערקענענדיג אז דאס איז א מענטש האבן זיי זיך אים גענומען עסן.
דאכט זיך מיר אז דער חובת הלבבות ברענגט אראפ ערגעץ אן ענליכן אנעקדאט צו די מעשה פון אפלטון מיט׳ן שלאגן דעם עבד (נישט בשם אפלטון אדער סענעקא וואס ברענגט אראפ די מעשה).}

- כרם זית
- שריפטשטעלער
- הודעות: 942
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
- געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
- האט שוין געלייקט: 2702 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל
דער רמב''ם אין אבות דערציילט וועגן א חסיד וועלכע איז געווען אויף א שיף און זיך געלייגט שלאפן בירכתי הספינה. איז געקומען אן עושר א מחוצף, און געמאכט זיינע באדערפעפישן אויף אים. האט דער חסיד נאכדעם געזאגט:'' וואויל איז מיר וואס איך בין צוגעקומען צו אזא מצב, אז איך שפיר ניטאמאל שלעכט מיט אזא באנידערונג''.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום כרם זית, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
- כרם זית
- שריפטשטעלער
- הודעות: 942
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
- געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
- האט שוין געלייקט: 2702 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל
לשון הרמב''ם (אבות ד.ד.)
והנה ראיתי בספר מספרי המדות שנשאל לאחד מן החשובים החסידים ונאמר לו: איזה יום הוא ששמחת בו יותר מכל ימיך, אמר: יום שהייתי הולך בספינה והיה מקומי בפחות שבמקומות הספינה, בין חבילות הבגדים, והיו בספינה סוחרים ובעלי ממון, ואני הייתי שוכב במקומי, ואחד מאנשי הספינה קם להשתין, ואהי נקל בעיניו ונבזה שהייתי שפל בעיניו מאד עד שגלה ערותו והשתין עלי, ותמהתי מהתחזק תכונת העזות בנפשו, וחי השם לא כאבה נפשי למעשהו כלל ולא התעורר ממני כחי, ושמחתי שמחה גדולה כשהגעתי לגבול שלא יכאיבני בזוי החסר ההוא, ולא הרגישה נפשי אליו.
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 148
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אוגוסט 29, 2020 11:35 pm
- האט שוין געלייקט: 97 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 149 מאל
מי אני האט געשריבן:אריסטו למשל, פאר אלע זיין גרויסקייט, האט געהאלטן (אין זיין פּאליטיקס) אז ס׳זענען דא מענטשן וואס זענען ״נאטורליכע קנעכט״ (פארשטייט זיך אז נישט די יוונים...). לשיטתו זענען, און קענען, די מענטש׳נס ראציאנאלע פאקולטיס נישט דעוועלאפּירט אזוי ווי ״נארמאלע״ מענטשן און זיי ״באדארפן״, עס ״פעהלט אויס״, און עס איז ״בעסער פאר זיי״ אז, אן אדון זאל זיי דיקטירן וכו׳ את הדרך אשר ילכו בה וכו׳; ״ערגענצן״ זייער פעלערהאפטיגע ראציאנאל. ער האט אויך געהאלטן אביסל ענליך לגבי פרויען.
נישט זיין בעסטע מינוט... פאר זיינע צייטן איז עס נישט געווען אזוי אויסערגעווענליך אזוי צו האלטן. דאך א שוואכע אמתלא, ובפרט פאר א חכם כמותו.
דער געדאנק אז פאר געװיסע מענשן װעט עס באמת זיין לטובתם צו זיין אונטערטעניג, ("נאטורליכע קנעכט" װי איר זענט מדגיש), איז לדעתי נישט אינגאנצן מופרך, בדס"ם יוכיח װאװ פילע זענען בוחר מדעת עצמם לשיעובד, אױפצוגעבן דעם אייגענעם װילן כמעט אינגאנצן, אזש זיי האבן גאר א שטארקע הנאה דערפון
נאר, איינס ס'מוז זיין הונדערט פּראצענט מרצונם הטוב, און מיט א ברירה דאס מסיים צו זיין אויב דער מיינונג טוישט זיך. והשנית סע קען נישט זיין באזיהרט אויף א ראסע, רעליגיע, עלטער, מין אא"װ
ואכּמ"ל
Just another nerd
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
נײגעריגער האט געשריבן:דער געדאנק אז פאר געװיסע מענשן װעט עס באמת זיין לטובתם צו זיין אונטערטעניג, ("נאטורליכע קנעכט" װי איר זענט מדגיש), איז לדעתי נישט אינגאנצן מופרך.
די פירכא איז אז די אלע וואס קומען אויף מיט די סארט שיטות וועט עס אלץ זיין אויף א צווייטן, ס'נאך קיינעם נישט איינגעפאלן אז ער איז דער וואס דארף זיין אונטערטעניג
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 148
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אוגוסט 29, 2020 11:35 pm
- האט שוין געלייקט: 97 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 149 מאל
איך מיין אז במציאות זענט איר אינגאנצן נישט גערעכט, ספּעציעל באַם ביישפּיל װאס כ'האב געברענגט. וביודעי ומכּירי קא אמינא.
אבער אפי' לו יהא אז ס'זאל זיין הוכחות אז ס'איז שטענדיג דעם משתלט'ס געדאנק, א זאך װאס איז זייער שװער אויפצואװייזן אין פּראקטיק, װעל איך נאכאלץ זאגן אז שיעבוד מרצון קען זיין מאראליש אויסגעהאלטן.
שטייצעך אז דאס איז אלעס נאר טעארעטיש, ובפרט אין די מערב װעלט װי יעדע סארט קנעכטשאפט איז אומלעגאל
אבער אפי' לו יהא אז ס'זאל זיין הוכחות אז ס'איז שטענדיג דעם משתלט'ס געדאנק, א זאך װאס איז זייער שװער אויפצואװייזן אין פּראקטיק, װעל איך נאכאלץ זאגן אז שיעבוד מרצון קען זיין מאראליש אויסגעהאלטן.
שטייצעך אז דאס איז אלעס נאר טעארעטיש, ובפרט אין די מערב װעלט װי יעדע סארט קנעכטשאפט איז אומלעגאל
Just another nerd
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
כ'האב נישט געזאגט אז ס'נישט מאראליש אויסגעהאלטן, ביי מיר איז מאראל די גאלדען רול און פארשטייט זיך אז אויב דער באוועלטיגטער וויל דאס איז עס מאראליש, כ'האב נאר ארויסגעברענגט די לצנות פון די סארט און ענליכע שיטות. די ביישפיל וואס דו ברענגסט קומט נישט ממש אהער, אונז רעדן מיר דא פון שיטות אז "אזוי קומט עס", דו רעדסט פון מענטשן וואס האלטן נישט אז "ס'קומט אזוי" נאר זיי האבן פשוט ליעב די געפיל דערפון, ס'נישט קיין שכל זאך נאר א געפיל זאך, און אויף געפילן איז נישט שייך צו פילאזאפירן, ער האט עס ליעב און דאס איז עס.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
עס איז דא א גירסא אז דער סטאָאיק פילאזאף קרייסיפּוס איז געשטארבן ווען ער האט געזעהן א חמור עסן זיינע פייגן. ער האט זיך אנגערופן צו זיין עבד אז מ׳זאל דאס גיבן וויין צו טרינקן צו העלפן אראפוואשן די פייגן, און ער׳ט אזוי געלאכט דערפון אזש ער׳ט זיך נישט געקענט כאפן דאס אטעם און איז געשטארבן. אסור לאדם שימלא שחוק פיו בעולם הזה (ברכות לא.).
- פאליטיקאנט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1413
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
- געפינט זיך: אין דמיון
- האט שוין געלייקט: 765 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
Re: סיפורי צדיקים
דאס איז וואס די מתנגדים דערציילן, חסידים ווייסן איבערצוגעבן אז מ'האט געזען ער מיינט עפעס העכערס, און ער האט אהינגעצויגן ויצאה נשמות בטהרה.
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3541
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
- האט שוין געלייקט: 121 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
מי אני האט געשריבן:עס איז דא א גירסא אז דער סטאָאיק פילאזאף קרייסיפּוס איז געשטארבן ווען ער האט געזעהן א חמור עסן זיינע פייגן. ער האט זיך אנגערופן צו זיין עבד אז מ׳זאל דאס גיבן וויין צו טרינקן צו העלפן אראפוואשן די פייגן, און ער׳ט אזוי געלאכט דערפון אזש ער׳ט זיך נישט געקענט כאפן דאס אטעם און איז געשטארבן. אסור לאדם שימלא שחוק פיו בעולם הזה (ברכות לא.).
וואס איז אזוי פאני?
קען זיין אז ער האט גערעדט אראמיש, און מען האט געזאגט חמרא לחמרא.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 233
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 06, 2020 7:56 pm
- האט שוין געלייקט: 606 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 265 מאל
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:נײגעריגער האט געשריבן:דער געדאנק אז פאר געװיסע מענשן װעט עס באמת זיין לטובתם צו זיין אונטערטעניג, ("נאטורליכע קנעכט" װי איר זענט מדגיש), איז לדעתי נישט אינגאנצן מופרך.
די פירכא איז אז די אלע וואס קומען אויף מיט די סארט שיטות וועט עס אלץ זיין אויף א צווייטן, ס'נאך קיינעם נישט איינגעפאלן אז ער איז דער וואס דארף זיין אונטערטעניג
בדרך כלל חסידים פון א רבין, זענען זיך מרצונם הטוב, מכניע פאר דעם רבין, אויף א געוויסע שליטה, [למחצה ולשליש ולרביע סיי בנוגע די רצון און סיי בנוגע די שליטה].
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
מ׳פארציילט אז סקראט׳ס ווייב, קזענטיפּי, האט זיך אמאל אזוי אויפגערעגט אויף אים אז זי האט אויסגעגאסן אויף אים א גרף של רעי. ער האט דאס מקבל געווען און געזאגט, ״נאכ׳ן דונערן קומט די רעגן״.
אפלטון פארציילט אין זיין פיִדאָ אז פאר מ׳האט הינגעריכטעט סקראט איז קזענטיפּי דארט געווען מיט אים אין תפיסה האלטענדיג זייער אינגסטע קינד און געוויינט. האט ער געבעהטן מ׳זאל איר אהיים נעמען ווייל ער וויל נישט זעהן די הרגשים פון א פרוי און ער וויל ענדערשער האבן א פילאזאפישן שמועס מיט זיינע תלמידים/חברים. דערנאך ווען זיי זענען געווען צובראכן האט ער זיך געבייזערט אויף זיי אז זיי פיהרן זיך אויף ווי פרויען.
מ׳זאגט נאך משמיה: ״מ׳זאל חתונה האבן ממ״נ. אויב האט מען א גוטע ווייב וועט מען ווערן צופרידן. אויב נישט, וועט מען ווערן א פילאזאף״. אפשר קען מען מיט דעם אביסל טייטשן (שבת יא.) כל רעה ולא אשה רעה, און (ביצה לב:) מי שאשתו מושלת עליו חייו אינם חיים, ווייל אז ער האט אן אשה רעה איז ער א פילאזאף וואס איז זיך מתבונן אין די פיוּטילטי וכו׳ פון החיים און מהו ״הרעות״. ווי אויך דאס וואס די גמרא זאגט (עירובין מא:) מי שיש לו אשה רעה אינו רואה פני גיהנם, ווייל א פילאזאף איז נישט אזוי שנעל מודה אין גיהנם.

- ארי נוהם
- שריפטשטעלער
- הודעות: 478
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 3:13 am
- האט שוין געלייקט: 1139 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1918 מאל
מי אני האט געשריבן:מ׳פארציילט אז סקראט׳ס ווייב, קזענטיפּי, האט זיך אמאל אזוי אויפגערעגט אויף אים אז זי האט אויסגעגאסן אויף אים א גרף של רעי. ער האט דאס מקבל געווען און געזאגט, ״נאכ׳ן דונערן קומט די רעגן״.
אפלטון פארציילט אין זיין פיִדאָ אז פאר מ׳האט הינגעריכטעט סקראט איז קזענטיפּי דארט געווען מיט אים אין תפיסה האלטענדיג זייער אינגסטע קינד און געוויינט. האט ער געבעהטן מ׳זאל איר אהיים נעמען ווייל ער וויל נישט זעהן די הרגשים פון א פרוי און ער וויל ענדערשער האבן א פילאזאפישן שמועס מיט זיינע תלמידים/חברים. דערנאך ווען זיי זענען געווען צובראכן האט ער זיך געבייזערט אויף זיי אז זיי פיהרן זיך אויף ווי פרויען.
מ׳זאגט נאך משמיה: ״מ׳זאל חתונה האבן ממ״נ. אויב האט מען א גוטע ווייב וועט מען זייי צופרידן. אויב נישט, וועט מען ווערן א פילאזאף״. אפשר קען מען מיט דעם אביסל טייטשן (שבת יא.) כל רעה ולא אשה רעה, און (ביצה לב:) מי שאשתו מושלת עליו חייו אינם חיים, ווייל אז ער האט אן אשה רעה איז ער א פילאזאף וואס איז זיך מתבונן אין די פיוּטילטי וכו׳ פון החיים און מהו ״הרעות״. ווי אויך דאס וואס די גמרא זאגט (עירובין מא:) מי שיש לו אשה רעה אינו רואה פני גיהנם, ווייל א פילאזאף איז נישט אזוי שנעל מודה אין גיהנם.
כ'גיי יעצט סאונדן ווי [tag]מי אני[/tag] זעלבסט, מיטן צולייגן א הוכחה פונקט ווי זיין שטייגער, און דערצו מקשר זיין די דריי מעשיות וואס ער זעלבסט ברענגט אראפ, און זיי ביידע מיט א שטיקל גמרא...
די גמרא זאגט אז ווען א מענטש האט חתונה געהאט, במערבא אמרו מצא או מוצא, מצא דכתיב מצא איש מצא טוב, מוצא דכתיב ומוצא אני מר ממות את האשה.
פרעגן אלע מפרשים, פארוואס האט מען דאס געפרעגט פון א מענטש וואס האט אקארשט חתונה געהאט? אויב פאלט ער אריין מיט א מרשעת צעוואס צולייגן זאלץ אויף די וואונדן?
נאך איז שווער, פארוואס האבן זיי עס געזאגט? "במערבא אמרו". אזא זאך איז א פראגע: "מצא או מוצא"?!
אבער לויט די דריי מעשיות פון מי אני שטימט עס זייער גוט.
סאקראטעס האט געזאגט אז מ'זאל ממה נפשך חתונה האבן, ווייל אויב ס'איז א גוטע ווייב הרי טוב, און אז נישט קען מען ווערן א פילאזאף.
עוד אמר, אז אויב מ'באוויינט דאס טויט איז מען אזויווי א פרוי, און דאס האט אים געבאדערט מער פונעם פאקט אז ער גייט זעלבסט שטארבן.
צוגעקומען צו דעם הכרה איז ער נאר, דורכדעם וואס ער זעלבסט איז געווען א פילאזאף, און דערפאר האט ער אנגעקוקט די וועלט און דאס לעבן בכלל מיט פילאזאפישע אויגן.
און טאקע וויבאלד ער האט זעלבסט געהאט א שלעכטע ווייב, ומעשה בגרף של רעי, האט עס אים נישט צופיל געבאדערט, וויבאלד ער האט באטראכט די וועלט פילאזאפישערהייט, און דערפאר האט זיך אפילו געלוינט חתונה צו האבן מיט איר, און ווי זיין אייגענעם הגדרה אבער חתונה האבן.
אצינד שטימט זייער גוט, אז במערבא "אמרו" מצא או מוצא, זיי האבן נישט געפרעגט נאר געזאגט, אז אפגעזען וואספארא ווייב ער האט לוינט זיך אים די חתונה, ווייל אויב האט ער א גוטע ווייב, איז דאך "מצא איש מצא טוב", און אויב האט ער א שלעכטע ווייב, דעמאלט איז דאך מוצא אני מר ממות את האשה, און דאס טויט אליינס איז דאך נישט אזוי שרעקליך ווי דאס באוויינען די טויט, וויבאלד נאכן זיין א פילאזאף קימערט מען זיך נישט קיין סאך מיט דעם, און אויב אזוי - גיי ווער א פילאזאף וועט דיר נישט שטערן די פאקט אז דו ביסט אריינגעפאלן מיט א "מוצא".
ודפח"ח.
אין ארי נוהם מתוך קופה של תבן, אלא מתוך קופה של בשר (ברכות לב.) ובימינו אין ארי נוהם אלא מתוך קופה של תבן (ארי נוהם)
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
מי אני האט געשריבן:מ׳זאגט נאך משמיה: ״מ׳זאל חתונה האבן ממ״נ. אויב האט מען א גוטע ווייב וועט מען ווערן צופרידן. אויב נישט, וועט מען ווערן א פילאזאף״.
אוי איז דאס א גוטס, און ס'לאו דוקא אמת לגבי פילאזאפיע, ס'איז ביי יעדע זאך אזוי, איך האב מקובל אז מייסטנס פון די מענטשן וואס זוכן סיפוק אין זייטיגע שטותים קומט עס ווייל זיי באקומען נישט די אטענשאן אין שטוב, דוק ותשכח.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3541
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
- האט שוין געלייקט: 121 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
ארי נוהם האט געשריבן:מי אני האט געשריבן:מ׳פארציילט אז סקראט׳ס ווייב, קזענטיפּי, האט זיך אמאל אזוי אויפגערעגט אויף אים אז זי האט אויסגעגאסן אויף אים א גרף של רעי. ער האט דאס מקבל געווען און געזאגט, ״נאכ׳ן דונערן קומט די רעגן״.
אפלטון פארציילט אין זיין פיִדאָ אז פאר מ׳האט הינגעריכטעט סקראט איז קזענטיפּי דארט געווען מיט אים אין תפיסה האלטענדיג זייער אינגסטע קינד און געוויינט. האט ער געבעהטן מ׳זאל איר אהיים נעמען ווייל ער וויל נישט זעהן די הרגשים פון א פרוי און ער וויל ענדערשער האבן א פילאזאפישן שמועס מיט זיינע תלמידים/חברים. דערנאך ווען זיי זענען געווען צובראכן האט ער זיך געבייזערט אויף זיי אז זיי פיהרן זיך אויף ווי פרויען.
מ׳זאגט נאך משמיה: ״מ׳זאל חתונה האבן ממ״נ. אויב האט מען א גוטע ווייב וועט מען זייי צופרידן. אויב נישט, וועט מען ווערן א פילאזאף״. אפשר קען מען מיט דעם אביסל טייטשן (שבת יא.) כל רעה ולא אשה רעה, און (ביצה לב:) מי שאשתו מושלת עליו חייו אינם חיים, ווייל אז ער האט אן אשה רעה איז ער א פילאזאף וואס איז זיך מתבונן אין די פיוּטילטי וכו׳ פון החיים און מהו ״הרעות״. ווי אויך דאס וואס די גמרא זאגט (עירובין מא:) מי שיש לו אשה רעה אינו רואה פני גיהנם, ווייל א פילאזאף איז נישט אזוי שנעל מודה אין גיהנם.
כ'גיי יעצט סאונדן ווי [tag]מי אני[/tag] זעלבסט, מיטן צולייגן א הוכחה פונקט ווי זיין שטייגער, און דערצו מקשר זיין די דריי מעשיות וואס ער זעלבסט ברענגט אראפ, און זיי ביידע מיט א שטיקל גמרא...
די גמרא זאגט אז ווען א מענטש האט חתונה געהאט, במערבא אמרו מצא או מוצא, מצא דכתיב מצא איש מצא טוב, מוצא דכתיב ומוצא אני מר ממות את האשה.
פרעגן אלע מפרשים, פארוואס האט מען דאס געפרעגט פון א מענטש וואס האט אקארשט חתונה געהאט? אויב פאלט ער אריין מיט א מרשעת צעוואס צולייגן זאלץ אויף די וואונדן?
נאך איז שווער, פארוואס האבן זיי עס געזאגט? "במערבא אמרו". אזא זאך איז א פראגע: "מצא או מוצא"?!
אבער לויט די דריי מעשיות פון מי אני שטימט עס זייער גוט.
סאקראטעס האט געזאגט אז מ'זאל ממה נפשך חתונה האבן, ווייל אויב ס'איז א גוטע ווייב הרי טוב, און אז נישט קען מען ווערן א פילאזאף.
עוד אמר, אז אויב מ'באוויינט דאס טויט איז מען אזויווי א פרוי, און דאס האט אים געבאדערט מער פונעם פאקט אז ער גייט זעלבסט שטארבן.
צוגעקומען צו דעם הכרה איז ער נאר, דורכדעם וואס ער זעלבסט איז געווען א פילאזאף, און דערפאר האט ער אנגעקוקט די וועלט און דאס לעבן בכלל מיט פילאזאפישע אויגן.
און טאקע וויבאלד ער האט זעלבסט געהאט א שלעכטע ווייב, ומעשה בגרף של רעי, האט עס אים נישט צופיל געבאדערט, וויבאלד ער האט באטראכט די וועלט פילאזאפישערהייט, און דערפאר האט זיך אפילו געלוינט חתונה צו האבן מיט איר, און ווי זיין אייגענעם הגדרה אבער חתונה האבן.
אצינד שטימט זייער גוט, אז במערבא "אמרו" מצא או מוצא, זיי האבן נישט געפרעגט נאר געזאגט, אז אפגעזען וואספארא ווייב ער האט לוינט זיך אים די חתונה, ווייל אויב האט ער א גוטע ווייב, איז דאך "מצא איש מצא טוב", און אויב האט ער א שלעכטע ווייב, דעמאלט איז דאך מוצא אני מר ממות את האשה, און דאס טויט אליינס איז דאך נישט אזוי שרעקליך ווי דאס באוויינען די טויט, וויבאלד נאכן זיין א פילאזאף קימערט מען זיך נישט קיין סאך מיט דעם, און אויב אזוי - גיי ווער א פילאזאף וועט דיר נישט שטערן די פאקט אז דו ביסט אריינגעפאלן מיט א "מוצא".
ודפח"ח.
ובפשטות לויט דער מעשה אז ער האט נישט געוואלט רעדן מיט זיין ווייב פאר זיין טויט, איז אויך אלץ דער פסוק ומוצא אני מר ממות את האשה, צו וואס זאל ער רעדן מיט איר און האבן טאפעלטע עגמת נפש.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
Re: סיפורי צדיקים
ולפי״ז ווי מ׳האט דאס אלעס אריינגעטייטשט אין דעם מצא או מוצא קען מען אפשר זאגן אז די חילוק צווישן ״מצא״ און ״מוצא״ איז אינעם אות ו׳. והנה עס ווערט גע׳פסק׳נט (או״ח סימן שח סעיף לו) אז לגבי מוקצה בשבת והוצאת הגרף של רעי אין עושין גרף של רעי לכתחלה שיבא לידי כך ע״ש. ולפי״ז קען מען זאגן אז דאס איז די רמז אין דעם וואס מ׳לייגט צו ביים שלעכטן ווייב דעם ו׳ לרמז ולהוציא מענין שבת, יום הז׳, אז מ׳קען יא חתונה האבן אזוי מענין גרף של רעי אויף אים (ח״ו) לכתחלה.
מיט דעם קען מען סתם אזוי אביסל טייטשן (ישעיה נא יד) מהר צעה להפתח ולא ימות לשחת ולא יחסר לחמו. והיינו, ווייל אפילו מ׳גיסט אן מיט צואה דאך ״ולא יחסר לחמו״ זאל ער זעהן חתונה צו האבן אשר אשתו של אדם נקרא ״לחמו״ (רש״י בראשית לט ו). אין דאס איז די ״ולא ימות לשחת״ וואס ביי ״מוצא״ איז עס מר ממות ח״ו.
און אז מ'איז שוין מקשר די אות ו' מיט די ששת ימי המעשה, איז ווי אונז הא'מיר דא אראפגעברענגט אז פילון האט געהאט געזאגט אז די 6 ימי המעשה זענען מרמז צו דעם אז 6 איז א פערפעקט נומער, ווייל אירע דיווייזארס 1,2,3 זענען עולה צו 6. אונז זעה'מיר אין שבת קד. אז מ'טייטשט א',ב',ג' [1,2,3] אלף בינה גמול ע"ש. ולענינינו אז ו' שהיא 6 איז מרמז להחילוק בין אשה טוב לרעה, ובפרט בענין ששת ימי המעשה וואס דארט איז עס אלס רמז צו די דיווייזארס פון א',ב',ג', וואס דאס איז די רמז אז אדער איז זי א "גומל טוב" און אז נישט 'עט זיין "אלף בינה" בענין חכמה ופילאזאפיע.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום מי אני, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3541
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
- האט שוין געלייקט: 121 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
ואפשר להוסיף נופח, אױב דער אות ו' איז א שלעכטער ווייב, איז דער ז' דער גוטער ווייב, און אויף דעם שטייט "ושבת וכסית את צאתך" אז טאמער האסטו א שבת, א ז', א גוטער ווייב, דעמאלס קענסטו צודעקן די צואה, דארפסט נישט א גרף של רעי, קענסט הנאה האבן פין דיין ווייב.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3541
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
- האט שוין געלייקט: 121 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
ועוד יש לומר אויף דער פסוק, פריער ווערט געברענגט דער ענין פין חמת מלא צואה, אז טאמער מען האט א תאווה זאל מען זיך ממשיל זיין ווי א פרוי איז א קריגעל צואה.
ושבת, אױב האסטו א גוטע ווייב, און וועסטו האבן שלום בית, זאגען דאך די ברעסלבער אז מען זינדיגט נישט, וכסית את צאתך, וועסטו נישט דארפען ניצען דער טריק פין חמת מלא צואה.
ועי"ל, ושבת, אױב מען איז מקיים עונת שבת אגאנצע וואך, וכסית את צאתך, כלעיל, דארף מען נישט ניצען דער טריק פין חמת מלא צואה.
ושבת, אױב האסטו א גוטע ווייב, און וועסטו האבן שלום בית, זאגען דאך די ברעסלבער אז מען זינדיגט נישט, וכסית את צאתך, וועסטו נישט דארפען ניצען דער טריק פין חמת מלא צואה.
ועי"ל, ושבת, אױב מען איז מקיים עונת שבת אגאנצע וואך, וכסית את צאתך, כלעיל, דארף מען נישט ניצען דער טריק פין חמת מלא צואה.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 545
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 26, 2013 2:56 pm
- האט שוין געלייקט: 447 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 521 מאל
זייער באלערענדע אשכול.
ווען דער גרויסער מאטאמאטיקער Leonhard Euler האט פארלוירן די ראיה, האט ער רעאגירט מיט א זעלטענע גבורת הנפש און פשטות,
"Now I will have fewer distractions"
און איז ווייטער אנגעגאנגן מיט די עבודת הקודש.
בשעת מיתתו אמרו עליו, אז ער האט אויפגעהערט צו אטעמען און רעכענען אין די זעלבע סעקונדע.

"ווי דער גוטער בוך זאגט, אז מען שפייט אין די לופט, לאנדעט עס אין פנים"
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2595
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
- האט שוין געלייקט: 4455 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל
ממרום שלח אש האט געשריבן:זייער באלערענדע אשכול.
ווען דער גרויסער מאטאמאטיקער Leonhard Euler האט פארלוירן די ראיה, האט ער רעאגירט מיט א זעלטענע גבורת הנפש און פשטות,
"Now I will have fewer distractions"
און איז ווייטער אנגעגאנגן מיט די עבודת הקודש.
בשעת מיתתו אמרו עליו, אז ער האט אויפגעהערט צו אטעמען און רעכענען אין די זעלבע סעקונדע.
נייס טו סי יו.
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
א מאן האט געהאט געזאגט צום שרייבערין קריסטיִן דע פּיִזאן אז ״ס׳פאסט נישט פאר א פרוי צו זיין קליג וויבאלד דאס איז אזוי זעלטן״. האט זי צוריק געענטפערט אז ״ס׳פאסט נאך ווייניגער פאר א מאן צו זיין א נאַר וויבאלד דאס איז אזוי אפט.״
דאס גיבט אפשר א שטיקל קנייטש צום אמאלגאם פון (אבות א ה) אל ״תרבה״ שיחה עם האשה, און (משלי יז כח) גם אויל מחריש חכם יחשב. והיינו, אז מ׳זאל זיך נישט האלטן גרויס און רעדן מיט אן אשה חכמה איבער׳ן ״ריבוי״ אדער מיעוט פון חכמים אינעם מין. ווייל אין אזא פאל נאכ׳ן קאָם-אָפּענס זעהט מען שוין אויס בעסער מיט׳ן האבן געשוואוגן...
דאס גיבט אפשר א שטיקל קנייטש צום אמאלגאם פון (אבות א ה) אל ״תרבה״ שיחה עם האשה, און (משלי יז כח) גם אויל מחריש חכם יחשב. והיינו, אז מ׳זאל זיך נישט האלטן גרויס און רעדן מיט אן אשה חכמה איבער׳ן ״ריבוי״ אדער מיעוט פון חכמים אינעם מין. ווייל אין אזא פאל נאכ׳ן קאָם-אָפּענס זעהט מען שוין אויס בעסער מיט׳ן האבן געשוואוגן...
- פאליטיקאנט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1413
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
- געפינט זיך: אין דמיון
- האט שוין געלייקט: 765 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
Re: סיפורי צדיקים
אין אן אנדערע אשכול האט @הוגה געשריבן
זייער ענליך האט 'עמי קאני בערעט' אלץ געענטפערט יעצט ביי די סענאט פארהערונגען איבער איר דעה אויף געוויסע באקאנטע סופרים קאורט פסקים, "יעצט אז עס איז שוין גע'פסק'נט געווארן (דורך אזעלכע גדולים ווי די פריערדיגע ריכטערן), מאכט מיין דעה בכלל נישט אויס און איך בין אונטערגעבויגן צו זייערע פסקים".
הוגה האט געשריבן:
ביי די פרשה פון 'מי יהודי' האט בן גוריון געשוקט צו די גרעסטע אידישע דענקער איבער די וועלט אז זיי זאלן אים שרייבן וואס ביי זיי די ענטפער צו די מי יהודי שאלה איז. איינער פון די וואס ער האט געפרעגט איז געווען הרב שטיינזאלץ. ביי א געוויסע געלעגנהייט ווען הרב שטיינזאלץ איז געווען אין נו יארק האט דער רבי אים געפרעגט וואס ער האט געענטפערט פאר בן גוריון. האט ער געזאגט, "איך האב געענטפערט אז איך בין א חסיד פונעם רבי און די רבי האלט כך וכך". האט אים דער רבי ווייטער געפרעגט, "און וואס האלט איר זעלבסט?" האט ער געענטפערט אז עס איז נישט נוגע וואס ער האלט ווייל ער האט א רבי און ער איז מבטל זיין דעת פארן רבי. אבער דער רבי האט אים ווייטער געדרוקט אז ער זאל אים זאגן וואס ער וואלט געענטפערט ווען ער האט ווען נישט א רבי. האט ער מסביר געווען פארן רבי זיין אייגענע שיטה וואס איז געווען אנדערש פונעם רבינ'ס אבער ער האט באלד צוגעענדיגט אז יעצט אז ער ווייסט אז די רבי האלט אנדערש מוז זיין אז ער איז נישט גערעכט. האט אים דער רבי געזאגט מיט א שמייכל, "אן עכטע חסיד פארמאגט ניטאמאל אן אייגענע דעה".
זייער ענליך האט 'עמי קאני בערעט' אלץ געענטפערט יעצט ביי די סענאט פארהערונגען איבער איר דעה אויף געוויסע באקאנטע סופרים קאורט פסקים, "יעצט אז עס איז שוין גע'פסק'נט געווארן (דורך אזעלכע גדולים ווי די פריערדיגע ריכטערן), מאכט מיין דעה בכלל נישט אויס און איך בין אונטערגעבויגן צו זייערע פסקים".
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
מ׳פלעגט אפט קנס׳ענען גאלילעיאו גאלילעי פאר׳ן נישט גיין מיט די גאַוּן קלייד וואס די לעהרערס פלעגן דארפן טראגן אין די יוניווערזיטעטן. האט ער געשריבן א גאנצע פיוט אלס א סאטייר אז דאס שטערט פון משתין זיין און פון צו גיין אין בתי זונה. ווי אויך האט ער זיך דארט בכלליות געשטעלט כאילו ער טענה׳ט קעגן דעם גאנצן געדאנק פון דעם אז מ׳דארף גיין באקליידעט בכלל און אז מ׳וואלט מער געקענט דערקענען דאס עצם חשיבות פון א מענטש ווען מענטשן וואלטן ווען געגאנגען נאקעט; קעגן דעם געדאנק פון מאני מכבדותא. (ועיין במו״נ ח״ג פ״ח.)