די עירוב שערורי' אין ברוקלין
- פראפעסאר שפירא
- היימישער באניצער
- הודעות: 389
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 03, 2012 6:27 pm
- האט שוין געלייקט: 38 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 173 מאל
Re: די עירוב שערורי' אין ברוקלין
איש חסיד די רעגסט דיר סתם אין די וועלט אריין,
לאמיר זאגען אז ביסט גערעכט אז רוב רבנים זענען קעגען דעם עירוב,
לאמיר זאגען אז קלוזענבורג האט געמאכט דער עירוב פאר זייער קהלה, אין זייער רב געבט א השגחה, יעצט פין ווי האסטו די רעכט צי גיין נאכשרייען פרעמדע פרויען אין די גאס וואס זייער רב איז מתיר דעם עירוב, דאס איז די פארקערטע פין צניעות אין א גרויליכע אויפפירונג אין מיט דעם האסטו נישט קיין פראבלעם, ווייל נישט דער באשעפער אין זיין תורה טוט ענק דא וויי, נאר די פארטיי, אין צי ווייזען ווער ס'איז בעל הבית אין וויליאמסבורג,
אין די מיאסע פאשקעוויל וואס איז ארויס געקומען ווען ס'געווען די עקסידענט פין וואס א חשובע קלוזענבורגער איד איז ליידער אומגעקומען, ווייזט נאך מער מיט וואס פארא געמיינע ברואים מיר האבען דא ציטוהן, וואלסט דיר געדארפט שעמען צי רעפרעזענטירען אזא פארטיי וואס האט שוין אפגעטוהן אזוי פיהל שמוץ לעיני השמש, אין זיצען שוין יארען אין קארט וואס דאס איז מרים יד בתורת משה, אין ענק גייען קומען איינטיילען וואס תורת משה איז ?! היה לא תהי' .

- יידל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4922
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
- האט שוין געלייקט: 2328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל
Re: די עירוב שערורי' אין ברוקלין
איך האב אמאל געפרעגט אודווארי רב זצ"ל צו ער האט טאקע צוריקגעצויגן פון געבן אן הכשר אויפן עירוב, האט ער מיר געזאגט בזה"ל "נאך זעכציג טעלפאנען און פרעשוזירן האב איך געמוזט צוריק ציען, אבער מען קען רואיג טראגן, ס'איז א כשר'ע עירוב".
איש חסיד, לאמיר גיין איינס אויף אמאל. וויפיל פון די זעכציג רבנים ודיינים וועלכע האבן אונטערגעשריבן אויפן קול קורא קענען הלכות עירובין? הייב אן גיין איינס ביי איינס און זאג מיר צו די טרעפסט מער ווי פינף.
(לגבי 'אפפאל' פון די קהילות - טו מיר א טובה, פלאפעל נישט נאך ווי א פופעגיי וואס דו זעסט אין משמרת חומותינו.)

לא רעב ללחם. לא צמא למים.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 36
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 07, 2012 1:08 pm
- האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל
Re: די עירוב שערורי' אין ברוקלין
פראפעסאר שפירא האט געשריבן:איש חסיד די רעגסט דיר סתם אין די וועלט אריין,
לאמיר זאגען אז ביסט גערעכט אז רוב רבנים זענען קעגען דעם עירוב,
לאמיר זאגען אז קלוזענבורג האט געמאכט דער עירוב פאר זייער קהלה, אין זייער רב געבט א השגחה, יעצט פין ווי האסטו די רעכט צי גיין נאכשרייען פרעמדע פרויען אין די גאס וואס זייער רב איז מתיר דעם עירוב, דאס איז די פארקערטע פין צניעות אין א גרויליכע אויפפירונג אין מיט דעם האסטו נישט קיין פראבלעם, ווייל נישט דער באשעפער אין זיין תורה טוט ענק דא וויי, נאר די פארטיי, אין צי ווייזען ווער ס'איז בעל הבית אין וויליאמסבורג,
אין די מיאסע פאשקעוויל וואס איז ארויס געקומען ווען ס'געווען די עקסידענט פין וואס א חשובע קלוזענבורגער איד איז ליידער אומגעקומען, ווייזט נאך מער מיט וואס פארא געמיינע ברואים מיר האבען דא ציטוהן, וואלסט דיר געדארפט שעמען צי רעפרעזענטירען אזא פארטיי וואס האט שוין אפגעטוהן אזוי פיהל שמוץ לעיני השמש, אין זיצען שוין יארען אין קארט וואס דאס איז מרים יד בתורת משה, אין ענק גייען קומען איינטיילען וואס תורת משה איז ?! היה לא תהי' .
הער זיך איין פראפעסער,
ס'קוקט ווארשיינליך אויס אז דו נעמסט צום הארצן דעם גאנצען ענין ווי איך רעג מיך.
יעצט וועל איך רעדן דיין שפראך:
קודם א': א פשוטער קלאץ חשבון, פונקט ווי דו פארשטייסט אז דיין רב לאזט דיך טראגן ווייל עס איז דא א עירוב, זאלסטו אויך פארשטיין אז יענער שרייט ווייל זיין רב 'הייסט' אים אלס חיוב מחאה נגד חילול שבת וחיוב ערבות!
פארשטאנען?! אדער דו ווילסט נישט פארשטיין??!
און יעצט אז דו האסט אנגעכאפט די קהלה קלויזענבורג:
ווי האסטו די חוצפה צו שרייען אויף יענעם אז ס'גייט דיר נישט אין קאפ אריין אז יענער שרייט שבת....?
קום נאר אהער א מינוט!!!
זאג נאר, וואס טוט זיך טאקע אין 'קלויזנבורג'??? מיט וואספארא שגץ שטיק באגייט מען זיך דארט ווען ס'קומט צו אייגענע אינטערעסע און אייגענע פאליטיק??? ווען נישט סאטמאר איז די בר פלוגתא!
קענסט ציילן אויפן פינגער וויפיל מענטשען זענען געפלויגן ווי כלבים פון ענקער ביהמ"ד במשך די באזוך פונעם ארץ ישראל'דיגן רבין??? מיט וואסאפארא שגץ שטיק גייט מען צו צו די מענטשען וואס האבן נאר אריין געטרעטן צום אנדערען רבין?? הא?? מ'שרייט אים נאר נאך 'שבת' און פערטיג אדער ס'גייט נאך ווייטער???
קומען ארויס אט די היפאקריטען פונעם קל"ב שול מיט בלעכענע פנימ'ער נאכן זיך ענדיגן אפשלאגן ביי זיך, און שרייען דא 'געוואלד'!! מ'קען נישט פארשטיין וויאזוי מ'שרייט שבת....... חיות מטורפים וכו'...
קוקטס ענק אליינס אין שפיגעל....
נאכדעם העמיר רעדן....
- יידל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4922
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
- האט שוין געלייקט: 2328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל
Re: די עירוב שערורי' אין ברוקלין
איש חסיד, בארואיגט אייך.
לגבי קלויזענבורג - דערמאנסט מיר מיין זון ווען איך האלט אים פאר היתכן ער טוט דאס און יענץ, זאגט ער מיר "טאטי, יאנקי האט אויכעט".
לגבי קלויזענבורג - דערמאנסט מיר מיין זון ווען איך האלט אים פאר היתכן ער טוט דאס און יענץ, זאגט ער מיר "טאטי, יאנקי האט אויכעט".
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 36
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 07, 2012 1:08 pm
- האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל
Re: די עירוב שערורי' אין ברוקלין
יידל האט געשריבן:איך האב אמאל געפרעגט אודווארי רב זצ"ל צו ער האט טאקע צוריקגעצויגן פון געבן אן הכשר אויפן עירוב, האט ער מיר געזאגט בזה"ל "נאך זעכציג טעלפאנען און פרעשוזירן האב איך געמוזט צוריק ציען, אבער מען קען רואיג טראגן, ס'איז א כשר'ע עירוב".
איש חסיד, לאמיר גיין איינס אויף אמאל. וויפיל פון די זעכציג רבנים ודיינים וועלכע האבן אונטערגעשריבן אויפן קול קורא קענען הלכות עירובין? הייב אן גיין איינס ביי איינס און זאג מיר צו די טרעפסט מער ווי פינף.
(לגבי 'אפפאל' פון די קהילות - טו מיר א טובה, פלאפעל נישט נאך ווי א פופעגיי וואס דו זעסט אין משמרת חומותינו.)
איך וויל בלייבן ביי דעם 'איינעם' און טאקע איינס ביי איינס!
וויאזוי קען זיין במציאות אז אדווארי רב זאל קענען געבן א הכשר??...
ער האט נישט געקענט גיין קיין 5 טריט אהן זיך אנלאנען אויף 5 מענטשען!
כש"כ וכש"כ נישט געבן קיין הכשר אויף הונדערטער גאסן ארום וומ"ס...
קאם אן! זיי רעאליסטיש....
פלאפלען ארויף, פלאפלען אראפ, איך ווייס נישט וואס אין משמרת איז געשטאנען, בעיני ראיתי! מיך זאלסטו נישט פארקויפן קיין מעשיות... אפפאל איז א טיטול אויף זיי.. (אויב ביסטו איינע פון די פיל דיך נישט פארזענליך געטראפן!)
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 36
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 07, 2012 1:08 pm
- האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל
Re: די עירוב שערורי' אין ברוקלין
יידל האט געשריבן:איש חסיד, בארואיגט אייך.
לגבי קלויזענבורג - דערמאנסט מיר מיין זון ווען איך האלט אים פאר היתכן ער טוט דאס און יענץ, זאגט ער מיר "טאטי, יאנקי האט אויכעט".
הער אויף מיט דיין געפייגערטע שטיק... און דריי דיך נישט ארויס מיט קיין קינדערישע מעשיות!!
דו מיט אלע קלויזנבורגער מענטשען שרייען אז זיי קענען נישט פארשטיין וויאזוי מ'שרייט נאך מענטשן וואס זענען מחלל שבת!
האב איך דיר געגעבן צו פארשטיין און צולייגט אויף קליין געלט, אז דיין קורץ קעפיגער שכל זאל עס אויך פארשטיין אפילו דו ווילסט נישט....
פונקט ווי דו פארשטייסט אז ווען דיין שכן אין ביהמ"ד איז געגאנגען צום אנדערען רבין האסטו אים געטוהן ערגערע זאכן ווי שרייען שבת, "אהן קיין שום היתר און פסק פון א רב"!! זאלסטו אויך פארשטיין אז יענער שרייט שבת "מיט א היתר ופסק הלכה פון א רב"!!
איך פארשטיי כ'בין געגאנגן צו טיף אבער פארפאלן בע"כ וועסטו עס מוזן פארשטיין...
- פראפעסאר שפירא
- היימישער באניצער
- הודעות: 389
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 03, 2012 6:27 pm
- האט שוין געלייקט: 38 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 173 מאל
Re: די עירוב שערורי' אין ברוקלין
איש חסיד האט געשריבן:
יעצט וועל איך רעדן דיין שפראך:
קודם א': א פשוטער קלאץ חשבון, פונקט ווי דו פארשטייסט אז דיין רב לאזט דיך טראגן ווייל עס איז דא א עירוב, זאלסטו אויך פארשטיין אז יענער שרייט ווייל זיין רב 'הייסט' אים אלס חיוב מחאה נגד חילול שבת וחיוב ערבות!
פארשטאנען?! אדער דו ווילסט נישט פארשטיין??!
ניין, איך פארשטיי נאךכאלץ נישט פין ווי מען נעמט א היתר צי נאכלויפען פרויען אינמיטען די גאס, ס'איז אנבעליוועבעל, אין אז די זאגסט אז זיין רב הייסט מען זאל עס טוהן, אדרבה כ'וויל טאקע וויסען וועלכע רב הייסט נאכלויפען פרויען ?
איש חסיד האט געשריבן:און יעצט אז דו האסט אנגעכאפט די קהלה קלויזענבורג:
ווי האסטו די חוצפה צו שרייען אויף יענעם אז ס'גייט דיר נישט אין קאפ אריין אז יענער שרייט שבת....?
קום נאר אהער א מינוט!!!
זאג נאר, וואס טוט זיך טאקע אין 'קלויזנבורג'??? מיט וואספארא שגץ שטיק באגייט מען זיך דארט ווען ס'קומט צו אייגענע אינטערעסע און אייגענע פאליטיק??? ווען נישט סאטמאר איז די בר פלוגתא!
קענסט ציילן אויפן פינגער וויפיל מענטשען זענען געפלויגן ווי כלבים פון ענקער ביהמ"ד
זשאסט פאר יור אינפארמעשען כ'האב מיט קלויזענבורג גארנישט, אין כ'וואוין נישט אמאל אין וויליאמסבורג, כ'מיין כ'בין נאכאלץ בארעכטיגט צי זאגען מיין מיינונג,
איש חסיד האט געשריבן:במשך די באזוך פונעם ארץ ישראל'דיגן רבין??? מיט וואסאפארא שגץ שטיק גייט מען צו צו די מענטשען וואס האבן נאר אריין געטרעטן צום אנדערען רבין?? הא?? מ'שרייט אים נאר נאך 'שבת' און פערטיג אדער ס'גייט נאך ווייטער???
ס'קען זיי אז קלויזענבורג טוט עוולות, אבער טאמער דארפסטו בארעכטיגען ענקערע עוולות מיט זאגען אז יענער טוט גרעסערע עוולות, מיינט דאס אז ביסט חאטש מודה אז ענק טוען עוולות,
איש חסיד האט געשריבן:קומען ארויס אט די היפאקריטען פונעם קל"ב שול מיט בלעכענע פנימ'ער נאכן זיך ענדיגן אפשלאגן ביי זיך, און שרייען דא 'געוואלד'!! מ'קען נישט פארשטיין וויאזוי מ'שרייט שבת....... חיות מטורפים וכו'...
קוקטס ענק אליינס אין שפיגעל....
נאכדעם העמיר רעדן....
כאילו אין סאטמאר ענדיגט זיך אלעס ביי שרייען שבת אין ס'גייט נישט ווייטער צי מסירה, ערכאות,שלעגער, גניבה, גזילה, אין די ליסט איז ליידער גרויס
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 36
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 07, 2012 1:08 pm
- האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל
Re: די עירוב שערורי' אין ברוקלין
פראפעסאר שפירא האט געשריבן:איש חסיד האט געשריבן:
יעצט וועל איך רעדן דיין שפראך:
קודם א': א פשוטער קלאץ חשבון, פונקט ווי דו פארשטייסט אז דיין רב לאזט דיך טראגן ווייל עס איז דא א עירוב, זאלסטו אויך פארשטיין אז יענער שרייט ווייל זיין רב 'הייסט' אים אלס חיוב מחאה נגד חילול שבת וחיוב ערבות!
פארשטאנען?! אדער דו ווילסט נישט פארשטיין??!
ניין, איך פארשטיי נאךכאלץ נישט פין ווי מען נעמט א היתר צי נאכלויפען פרויען אינמיטען די גאס, ס'איז אנבעליוועבעל, אין אז די זאגסט אז זיין רב הייסט מען זאל עס טוהן, אדרבה כ'וויל טאקע וויסען וועלכע רב הייסט נאכלויפען פרויען ?איש חסיד האט געשריבן:און יעצט אז דו האסט אנגעכאפט די קהלה קלויזענבורג:
ווי האסטו די חוצפה צו שרייען אויף יענעם אז ס'גייט דיר נישט אין קאפ אריין אז יענער שרייט שבת....?
קום נאר אהער א מינוט!!!
זאג נאר, וואס טוט זיך טאקע אין 'קלויזנבורג'??? מיט וואספארא שגץ שטיק באגייט מען זיך דארט ווען ס'קומט צו אייגענע אינטערעסע און אייגענע פאליטיק??? ווען נישט סאטמאר איז די בר פלוגתא!
קענסט ציילן אויפן פינגער וויפיל מענטשען זענען געפלויגן ווי כלבים פון ענקער ביהמ"ד
זשאסט פאר יור אינפארמעשען כ'האב מיט קלויזענבורג גארנישט, אין כ'וואוין נישט אמאל אין וויליאמסבורג, כ'מיין כ'בין נאכאלץ בארעכטיגט צי זאגען מיין מיינונג,
איש חסיד האט געשריבן:במשך די באזוך פונעם ארץ ישראל'דיגן רבין??? מיט וואסאפארא שגץ שטיק גייט מען צו צו די מענטשען וואס האבן נאר אריין געטרעטן צום אנדערען רבין?? הא?? מ'שרייט אים נאר נאך 'שבת' און פערטיג אדער ס'גייט נאך ווייטער???
ס'קען זיי אז קלויזענבורג טוט עוולות, אבער טאמער דארפסטו בארעכטיגען ענקערע עוולות מיט זאגען אז יענער טוט גרעסערע עוולות, מיינט דאס אז ביסט חאטש מודה אז ענק טוען עוולות,
איש חסיד האט געשריבן:קומען ארויס אט די היפאקריטען פונעם קל"ב שול מיט בלעכענע פנימ'ער נאכן זיך ענדיגן אפשלאגן ביי זיך, און שרייען דא 'געוואלד'!! מ'קען נישט פארשטיין וויאזוי מ'שרייט שבת....... חיות מטורפים וכו'...
קוקטס ענק אליינס אין שפיגעל....
נאכדעם העמיר רעדן....
כאילו אין סאטמאר ענדיגט זיך אלעס ביי שרייען שבת אין ס'גייט נישט ווייטער צי מסירה, ערכאות,שלעגער, גניבה, גזילה, אין די ליסט איז ליידער גרויס
קום אראפ!!
מ'"לויפט" נישט נאך קיין פרויען...
ס"ה שרייט מען שבת אויף קערעדזשעס!!!
-
כ'האלט בכלל נישט אז שרייען שבת איז א עוולה, נאר פאר די קל"ב וואס פארשטייען נישט דארף מען עפענען די קאפ אז זיי טוען ערגערס פון שרייען וואס איז לשיטתם א עוולה.
-
איך האב נישט קיין שייכות ב"ה צו קיין איין צד פון דיין ליסטע פון ערכאות גניבה וגזילה וכו' וואס ליידער איז קיין איין קרייז נישט בעסער, נישט אויף דעם זענען מיר דא דן.
-
נחזור לענינינו!
- יידל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4922
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
- האט שוין געלייקט: 2328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל
Re: די עירוב שערורי' אין ברוקלין
הרב מאיר מאייעס דומ"ץ בעלזא
הרב יעקב זיידא דומ"ץ וויזניץ ב"ב
הרב הערשקאוויטש מו"ץ בקלויזענבורג (זון פון הג"ר פישעלע)
הרב יצחק גאלדבערגער מו"ץ בפאפא ובבית הוראה דקארלסבורג
הרב קרויז, אב"ד אודווארי
הרב יעקב זיידא דומ"ץ וויזניץ ב"ב
הרב הערשקאוויטש מו"ץ בקלויזענבורג (זון פון הג"ר פישעלע)
הרב יצחק גאלדבערגער מו"ץ בפאפא ובבית הוראה דקארלסבורג
הרב קרויז, אב"ד אודווארי
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 36
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 07, 2012 1:08 pm
- האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל
Re: די עירוב שערורי' אין ברוקלין
יידל האט געשריבן:הרב מאיר מאייעס דומ"ץ בעלזא
הרב יעקב זיידא דומ"ץ וויזניץ ב"ב
הרב הערשקאוויטש מו"ץ בקלויזענבורג (זון פון הג"ר פישעלע)
הרב יצחק גאלדבערגער מו"ץ בפאפא ובבית הוראה דקארלסבורג
הרב קרויז, אב"ד אודווארי
איך גיי נישט אריין צו ס'איז אמת צו נישט...
אבער ירא הקהל וישפוט! דאס איז די האלב אדער גאר רוב דיינים פון וומ"ס פון וואס מ'רעדט דא וואס פסקנע'ן להיתר....
- זר זהב
- חבר ותיק
- הודעות: 9465
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
- האט שוין געלייקט: 3508 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל
Re: די עירוב שערורי' אין ברוקלין
איך וויל פארשטיין עפעס אנדערש. וויאזוי קען א דיין/רב (ר' פישעל ה"וו) פון א קהילה פסק'נן ממש פארקערט אווי דער אייגענער מייסד הקהילה האט גע'פסק'ט ???
אין דברי יציב פסק'ט דער קלויזענבורגער רב בפירוש אומצוויידייטיג אז מ'קען נישט מאכן אן עירוב אין ברוקלין! ---- איך זעה אז ר' פישעל קען טאקע זאגן פארקערט, אבער וואספארא סענס מאכט דאס ? ס'איז אזוי ווי למשל ר' יח"מ פריעדמאן זאל היינט זאגן פאר סאטמאר חסידים אז מ'מעג גיין צום כותל...
דאס מאכט מיר טראכטן אז ס'איז יא עפעס טיפערס אין דעם עירוב.... עפעס א סארט שנאה מקלקלת.

איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 36
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 07, 2012 1:08 pm
- האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל
Re: די עירוב שערורי' אין ברוקלין
ווען ס'קומט צו תאוות הנצחון, ברעכן די סאטמאר'ער כח (כלשונם), איז נישט דא קיין תורה, נישט דא קיין מסורה ולית דין ולית דיין רח"ל, ורשעים שכהן יורדין יורדין עד לתהום.
זיי מעגן אלעס טוהן אלע איסורים זענען פאר זיי מותר, נאר דער וואס שרייט שבת ע"פ פסק הלכה פון זיין דיין דער איז א שגץ...
אוי לנו שכך עלתה בימינו! זאל נאר דער עולם זעהן מיט וועם מ'האט דא צו טוהן! ליידער ליידער.

- אךשמח
- היימישער באניצער
- הודעות: 362
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 24, 2012 5:34 pm
- האט שוין געלייקט: 48 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 206 מאל
Re: די עירוב שערורי' אין ברוקלין
זר זהב האט געשריבן:איך וויל פארשטיין עפעס אנדערש. וויאזוי קען א דיין/רב (ר' פישעל ה"וו) פון א קהילה פסק'נן ממש פארקערט אווי דער אייגענער מייסד הקהילה האט גע'פסק'ט ???
אין דברי יציב פסק'ט דער קלויזענבורגער רב בפירוש אומצוויידייטיג אז מ'קען נישט מאכן אן עירוב אין ברוקלין! ---- איך זעה אז ר' פישעל קען טאקע זאגן פארקערט, אבער וואספארא סענס מאכט דאס ? ס'איז אזוי ווי למשל ר' יח"מ פריעדמאן זאל היינט זאגן פאר סאטמאר חסידים אז מ'מעג גיין צום כותל...
דאס מאכט מיר טראכטן אז ס'איז יא עפעס טיפערס אין דעם עירוב.... עפעס א סארט שנאה מקלקלת.
האסט טאקע א שווערע שאלה אבער וועגן דעם ווערט נישט ר' פישל א ליידיגער אינג און ער וועט נישט פסק'ענען אנדערש ווי ער האלט איז די הלכה.
מסתם האסטו קיין השגה ווער דער איד איז, און האסט פון אים געהערט דאס ערשטע מאל נאך די עירוב פרשה.
ועוד, דאס איז נישט דאס ערשטע מאל וואס ער קריגט מיט קלויזנבורגער רבי זצ"ל.
אין קלויזנבורג האט מען געלאזט דעם דיין זאגן זיין מיינונג אויך אויב ס'נישט די זעלבע ווי דעם רבי'נס.
- זר זהב
- חבר ותיק
- הודעות: 9465
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
- האט שוין געלייקט: 3508 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל
Re: די עירוב שערורי' אין ברוקלין
אך, האסט מיר נישט גוט אפגעלערענט. איך האב נישט געזאגט אז ר' פישעל איז א ליידיגער אינג , און איך האב אויך נישט געזאגט אז ער איז אפגעפרעגט.
סך הכול האסטו מיר נאר שווערער געמאכט מיין קשיא. אין מיינע אויגן האט נישט קיין פשט אז א דיין זאל פסקנען פאר די בני הקהילה פארקערט פון וואס דער אייגענע מייסד הקהילה וועלכער איז אליינס געווען א רב א פוסק. דאס אז ער האט שוין אסאך מאל געפסקט פארקערט מאכט עס נאר שווערער און מער קשיא אויף די קלויזענבורגע אידן און זייערע מאטיוון.
סך הכול האסטו מיר נאר שווערער געמאכט מיין קשיא. אין מיינע אויגן האט נישט קיין פשט אז א דיין זאל פסקנען פאר די בני הקהילה פארקערט פון וואס דער אייגענע מייסד הקהילה וועלכער איז אליינס געווען א רב א פוסק. דאס אז ער האט שוין אסאך מאל געפסקט פארקערט מאכט עס נאר שווערער און מער קשיא אויף די קלויזענבורגע אידן און זייערע מאטיוון.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
- אךשמח
- היימישער באניצער
- הודעות: 362
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 24, 2012 5:34 pm
- האט שוין געלייקט: 48 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 206 מאל
Re: די עירוב שערורי' אין ברוקלין
פון דיינע ווערטער 'עפעס א סארט שנאה מקלקלת' האב איך פארשטאנען דיין מיינונג איבער ר' פישעלע'ן.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 86
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 03, 2012 11:53 pm
- האט שוין געלייקט: 25 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 48 מאל
Re: די עירוב שערורי' אין ברוקלין
יידל האט געשריבן:הרב מאיר מאייעס דומ"ץ בעלזא
הרב יעקב זיידא דומ"ץ וויזניץ ב"ב
הרב הערשקאוויטש מו"ץ בקלויזענבורג (זון פון הג"ר פישעלע)
הרב יצחק גאלדבערגער מו"ץ בפאפא ובבית הוראה דקארלסבורג
הרב קרויז, אב"ד אודווארי
פון וואו שטאמט די ליסטע? האבן זיי אמאל געגעבן א הכשר בכתב?
- זר זהב
- חבר ותיק
- הודעות: 9465
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
- האט שוין געלייקט: 3508 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל
Re: די עירוב שערורי' אין ברוקלין
ניין. איך רעד פון די קלויזענבורג חסידים, דאס אז זיי האבן זיך אזוי ציגעכאפט צום פסק פון זייער דיין ביז'ן עס מאכן פאר א מיסיע זיך צו שלאגן מיט א גרעסערע געמיינדע אידן (סאטמאר) וואס זיי פאלגן גאר אויס דיין אייגענעם רבינ'ס פסק אין דברי יציב...
אגב וואלט איך נישט געווען אפגעפרעגט אויב בין איך מסופק אין ר' פישל'ס מאטיוון אליינס. ווי ערליך ער זאל נאר זיין האט יעדער בשר ודם אן אגענדע, "כי השוחד יעור עיני חכמים" רעדט די תורה פון חכמים ערליכע אידן וק"ל. -- אבער גראדע האב איך נישט אים געמיינט.
אגב וואלט איך נישט געווען אפגעפרעגט אויב בין איך מסופק אין ר' פישל'ס מאטיוון אליינס. ווי ערליך ער זאל נאר זיין האט יעדער בשר ודם אן אגענדע, "כי השוחד יעור עיני חכמים" רעדט די תורה פון חכמים ערליכע אידן וק"ל. -- אבער גראדע האב איך נישט אים געמיינט.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
- אךשמח
- היימישער באניצער
- הודעות: 362
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 24, 2012 5:34 pm
- האט שוין געלייקט: 48 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 206 מאל
Re: די עירוב שערורי' אין ברוקלין
ר' יעקב זיידא שליט"א האט מיר אמאל געזאגט אז אין דער אלטער היים איז נישט געווען אזא מהודר'דיגע עירוב ווי היינט אין וויליאמסבורג.
בשם ר' ישראל דוד הארפענעס שליט"א האב איך געהערט אז ער האט געענטפערט פאר אידן וואס האבן אים אנגעפרעגט אויב מען מעג טראגן אז ר' יעקב זיידא איז א איד א ת"ח וואס ווייסט ווער עס זענען די וואס קוקן איבער דעם עירוב יעדע וואך, און מען קען זיך אויף אים פארלאזן.
היינט קען זיין וועט ער אנדערש זאגן, אבער ער האט בשעתו מפרסם געווען אז דאס וואס זיין נאמען פיגורירט אויף דעם איסור העירוב איז געווען אן ארויסגעצווינגענער און ער האט זיי קלאר געהייסן ארויסנעמען פארשידענע ווערטער וואס זיי האבן יא אריינגעלייגט.
בשם ר' ישראל דוד הארפענעס שליט"א האב איך געהערט אז ער האט געענטפערט פאר אידן וואס האבן אים אנגעפרעגט אויב מען מעג טראגן אז ר' יעקב זיידא איז א איד א ת"ח וואס ווייסט ווער עס זענען די וואס קוקן איבער דעם עירוב יעדע וואך, און מען קען זיך אויף אים פארלאזן.
היינט קען זיין וועט ער אנדערש זאגן, אבער ער האט בשעתו מפרסם געווען אז דאס וואס זיין נאמען פיגורירט אויף דעם איסור העירוב איז געווען אן ארויסגעצווינגענער און ער האט זיי קלאר געהייסן ארויסנעמען פארשידענע ווערטער וואס זיי האבן יא אריינגעלייגט.
- אךשמח
- היימישער באניצער
- הודעות: 362
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 24, 2012 5:34 pm
- האט שוין געלייקט: 48 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 206 מאל
Re: די עירוב שערורי' אין ברוקלין
זר זהב האט געשריבן:ניין. איך רעד פון די קלויזענבורג חסידים, דאס אז זיי האבן זיך אזוי ציגעכאפט צום פסק פון זייער דיין ביז'ן עס מאכן פאר א מיסיע זיך צו שלאגן מיט א גרעסערע געמיינדע אידן (סאטמאר) וואס זיי פאלגן גאר אויס דיין אייגענעם רבינ'ס פסק אין דברי יציב...
אגב וואלט איך נישט געווען אפגעפרעגט אויב בין איך מסופק אין ר' פישל'ס מאטיוון אליינס. ווי ערליך ער זאל נאר זיין האט יעדער בשר ודם אן אגענדע, "כי השוחד יעור עיני חכמים" רעדט די תורה פון חכמים ערליכע אידן וק"ל. -- אבער גראדע האב איך נישט אים געמיינט.
השוחד יעוור גייט אויך פארקערט, נעמליך די אלע דיינים וואס זענען אונטערגעווארפן די קהילות וואס זיי מוזן דאך פאלגן וואס זייער מנהיג הייסט.
- זר זהב
- חבר ותיק
- הודעות: 9465
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
- האט שוין געלייקט: 3508 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל
Re: די עירוב שערורי' אין ברוקלין
גערעכט, אבער דאס אז דער בעל דברי ויואל משה איז געווען משוחד דאס קענסטו נישט זאגן, ער האט בשעתו דן געווען צי מ'זאל מאכן צי נישט און ווי באקאנט איז פארגעקומען א זיצונג מיט ר' יונתן שטייף און פאפא רב (וועלכער האט לכתחילה נוטה געווען אויף יא צו מאכן אן עירוב) און די רעזולטאטן איז געווען אז מ'אט נישט אן עירוב געמאכט.
און דאס אז א סאטמארע דיין לערנט אפ אז זיין רבינ'ס מהלך איז געווען אויף נישט צו מאכן קיין עירוב קענט איר שוין ווייטער נישט זאגן אז ער איז משוחד לכאן או לכאן. אבער דאס אז א דיין וועט גיין אנטקעגן די פסק פון די מייסד הקהילה - און דאס אין א קהילה וואס האט אן אלטע מערכה מיט די קהילה וואס איז קעגן דעם עירוב - ווילט זיך זייער שטארק אריינכאפן א געדאנק אז סיז עפעס מער אינוואלווד דא...
און דאס אז א סאטמארע דיין לערנט אפ אז זיין רבינ'ס מהלך איז געווען אויף נישט צו מאכן קיין עירוב קענט איר שוין ווייטער נישט זאגן אז ער איז משוחד לכאן או לכאן. אבער דאס אז א דיין וועט גיין אנטקעגן די פסק פון די מייסד הקהילה - און דאס אין א קהילה וואס האט אן אלטע מערכה מיט די קהילה וואס איז קעגן דעם עירוב - ווילט זיך זייער שטארק אריינכאפן א געדאנק אז סיז עפעס מער אינוואלווד דא...
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6959
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
Re: די עירוב שערורי' אין ברוקלין
זר זהב האט געשריבן:איך וויל פארשטיין עפעס אנדערש. וויאזוי קען א דיין/רב (ר' פישעל ה"וו) פון א קהילה פסק'נן ממש פארקערט אווי דער אייגענער מייסד הקהילה האט גע'פסק'ט ???
דא ליגט די קוה באהאלטן, איר קענט ממש נישט מסיג זיין ווי אזוי א דיין וואס האט דורך געטוהן די נושא איז אנגעקומען צו אן אנדערע מסקנא ווי זיין מייסד הקהילה? איר טוט דאס נישט באגרייפן? יעצט פארשטיי איך שוין ווי אזוי אלע דיינים וואס באלאנגן צו איין קהילה פסק'נט אז אריזאנא ווייץ איז כשר אין אלע דיינים וואס באלאנגען צום צד שכנגד פסק'ן אז ס'איז חמץ גמור, מן הסתם האבן זיי אלע דורך געטוהן די נושא און בהשגחה פרטית אנגעקומן צום זעלבן מסקנא. ממש ווי די מעשה פון תלמי המלך מיט די שבעים ושנים זקנים וואס האבן געשריבן צעירת הרגלים אנשטאט ארנבת, און ווער האט געזאגט אז בזמננו איז נישט דא קיין אפענע ניסים?
- אךשמח
- היימישער באניצער
- הודעות: 362
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 24, 2012 5:34 pm
- האט שוין געלייקט: 48 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 206 מאל
Re: די עירוב שערורי' אין ברוקלין
איך וועל נישט יעצט אריינגיין אין וואס דער בעל ויואל משה האט געהאלטן, דאס וועל איך לאזן פאר די וואס קענען זיך בעסער אויס אין זיין מיינונג, ווי ר' יחזקא'ל ראטה און פילע אנדערע.