סלינקי האט געשריבן:דאקומענטעריס
'AUSHWITZ: THE NAZIS AND THE 'FINAL SOLUTION
די געשיכטע פון די 'פיינעל סאלושען' עפאכע פון די האליקאוסט, איבערהויפט פון די מערסטע טרויעריג באקאנטע טויט לאגער, אוישוויץ. (6 חלקים)
EINSATZGRUPPEN: THE NAZI DEATH SQUADS
א זעלטענע דורכבליק אין די ראלע פון די טויט סקוואדס באקאנט אלס "איינזעצגרופן", נאציס וועלכע זענען פאראנטווארטליך אויף די מאסן מערדער פון אידן, ציגיינער און רוסישער ארעסטאנטן דורך שיסן, איידער די קאנצעטראציע לאגערן זענען געווארן די אפיציעלע מיטל פאר די הרוגות. (4 חלקים)
NUREMBERG: NAZIS ON TRIAL
היינטיגע אינטערוויוס, סצענעס פון די ארכיוון און דראמאטיש איבערגעשפילט, די סעריע דערציילט די געשענישן פון די נורעמבערג טרייעלס און די פראפייל פון דריי הויפט נאציס. (3 חלקים)
STEAL A PENCIL FOR ME
א ציענדע ראמאנטישע דאקיומענטערי פילם דורך אקאדעמי אווארד נאמאני מישעל אהייאן, אן עכטע געשיכטע איבער א פארפאלק וואס האבן זיך פארליבט בשעת'ן שמאכטן אין לאגער און צוזאמען האבן זיי איבערגעלעבט די גיהנום. עס ברענגט ארויס די כוח פון ליבע און די מעגליכקייט פון דאס מענטשליכע מין צו איבערקומען אומגעהויערע פּיין און ווייטאג.
THE SEVEN DWARFS OF AUSCHWITZ
א פאמיליע פון זיבן אידישע קארליקעס וואס האבן געלעבט אונטער די נאצי הערשאפט. וואס עס געשעט ווען זיי ווערן אנדעקט דערגרייכט אסאך ווייטער ווי מ'קען זיך נאר פארשטעלן. אקטיאר ווארוויק דייוויס דערציילט די געשיכטע פון די אָוויץ משפחה, אַ גרופע פון זיבן אינטערהאלטערס וואס זענען געווארן פארכאפט און, עווענטועל, גיני פּיגס צו די נאצי'ס מלאך המות דר. דזשאסעף מענגעלע ימש"ו און זיינע פינסטערע אבסעסיעס. ווארוויק'ס עקספאדיציע נעמט אונז צו מזרח אייראפע און פארשט אויס זייער מערקווירדיגע, אינספירירענדע געשיכטע פון מענטשליכע שטארקייט.
NAZI CONCENTRATION CAMPS
שוידערליכע סצענעס פון די נאצי קאנצענטראציע לאגערן באלד נאכן באפרייען, באשטייט בעיקר פון הויפענעס טויטע קערפער הי"ד און לעבעדיגע סקעלעטענס. פרעזענטירט געווארן אלס עדות אין די נורעמבערג טרייעל.
THE LAST NAZIS
דאקומענטירט פארבליבענע לעבעדיגע מלחמה קרימינאלן, אולי די לעצטע געלעגנהייט צו רעדן צו די מענטשן און אויפדעקן די אימפאקט זייער עקזיסטאנץ האט געהאט אויף אנדערע.
מאוויס
THE BOY IN THE STRIPED PAJAMAS
די חורבן דורך א אומשולדיג קינד'ס אויגן. א אכט יעריגער דייטשע אינגל באקענט זיך מיט א קינד וועלכער לעבט אויף די אנדערע זייט פון דעם צוים נישט וויסנדיג אז ער איז א אידישער ארעסטאנט.
כנ"ל.
NAKED AMONG WOLVES
א פילם באזירט אויף אן אמת'ע געשיכטע פון א פאר'יתומ'טע בעיבי וואס ווערט אריינגעשווערצט אין בוכענוואלד קאנצעטראציע לאגער און די השתדלות פון די ארעסטאנטן אים צו באשיצן פון ווערן אויפגעדעקט ווען די לאגער'ס נאצי וועכטער ווערט געוואר פון זיין אנוועזנהייט.
WINTER IN WARTIME
דערציילונג וועגן א בחור אין נאצי-אקופירט האלאנד וואס ווערט געפריווט מיט פאמיליע לויאליטעט, ווייטאגליכע בחירות צווישן סעיפטי און קוראזש, און די ביטערע מציאות פון מלחמה.
SCHINDLER'S LIST
איינער פון די היסטאריש וויכטיגסטעע פילמען אמאל ארויס געגעבן, סטיווען ספילבערג'ס שינדלער'ס ליסט איז א מאכטפולע געשיכטע וועמענס לעקציעס פון מוט און אמונה זעצן פאר צו באגייסטערן דורות. געווינער פון זיבן אקאדעמי אווארדס כולל בעסטער בילד און בעסטער דירעקטאר, די אומגלויבליכע אמת'ע מעשה פאלגט נאך דעם עניגמאטישער אסקאר שינדלער (ליאם נעסאן), וועלכער האט געראטעוועט די לעבן פון מער ווי 1,100 אידן בשעת דעם חורבן. עס איז די נצחון פון איין מענטש וואס האט געמאכט א דיפערענץ און די דראמע פון יענע וואס האבן איבערגעלעבט איינע פון די טונקעלסטע קאפיטלען אין מענטשליכע היסטאריע דורך זיינע פעולות.
RIPHAGEN: THE UNTOUCHABLE
א העכסט געקוקטער טריללער פון נידערלאנד וועגן אַ ברייט-באקאנטער האלאנדישער פאררעטער וואס האט געהאלפן די נאציס צוזאמברענגן אידן פון באהעלטעניש צו גנב'נען זייערע נכסים און איז פאראנטווארטליך אויף הונדערטער אומגעקומענע נפשות. א יוניק געשיכטע איבער די סארט צוזאמארבעט וואס האט געמאכט נאצי אקופאציעס אזוי סוקסעספול אין אייראפעאישע לענדער.
RUN BOY RUN
אן אכט יעריג אידיש אינגל אנטלויפט פון די ווארשע געטע און באהאלט זיך אויס צווישן די ביימער וואו ער נעמט אויסערגענליכע שריט צו איבערלעבן.
MASTERPIECE CLASSIC: THE DIARY OF ANNE FRANK
אין א צייט פון פיינטשאפט, גייט א פאמיליע אריין אין באהעלטעניש. ס'פארהאן א גייסט וואס מ'קען נישט צעברעכן. ס'פארהאן א קול וואס מ'קען נישט דערשטיקן. באזירט אויף די טאגבוך פון א אידיש מיידל.