טעמו וראו: פארזוכטס אייער אייגענעם מעדיצין
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16680
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18071 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
טעמו וראו: פארזוכטס אייער אייגענעם מעדיצין
די "פרומע" קהלות פון סאטמאר עסן זיך לעצטנס די גאל, זיי זענען געקומען אונטער אטאקע, נישט פון די פושעים, נאר גאר פון היימישע פרומע אידן! ביז היינט זענען די קהלות געווען די פאן טרעגער פון פרומקייט און ערליכקייט, זיי – און בלויז זיי – האבן געטראגן די אויסשליסליכע רעכט צו פארקויפן די שיטה הקדושה פאר יעדן איינעם אין אלע אידישקייט הינזיכטן, און חוזק געמאכט פון יעדן איינעם וואס האט געוואגט צו טראכטן אנדערש. פון ציונות, צניעות, טעכנאלאגיע, ביז עירוב און כשרות, און וואס נישט?
קפצה עליהם רוגזו של האטליינס.
לעצטנס האבן זיך געיאוועט געוויסע פרומע קיצונים וועלכע זענען געווארן פויבסטליכער פונעם פויבסט, און זיך גענומען אטאקירן די היימישע מוסדות און האקן אויף זיי מיט א געפערליכע זלזול אז זיי זענען פוגם אין דעם פקדון פון תשב"ר און נעמען געלטער נישט אויסגעהאלטן און האבן גוי'אישע פראגראמען מיט געקינצלטע היתרים וואס קען חלילה האבן א שווערע עפעקט אויף די טייערע קינדערלעך. די האטליינס שטעכט זיי אריין "ביזן זיבעטן ריפ". פרומע מענטשן האקן אויף זיי! מען פרובירט זיי אפצומאלן ווי שקצים... פלוצלינג האבן זיי אנגעהויבן שפירן די ווייטאג פון די אנגעהאקטע און אומשולדיג חוזק-געמאכטע.
איך גראדע האלט (הגם ווער בין איך) אז זיי זענען טאקע אומשולדיג און די פרומע סיקריקים קריכן אויף די גראדע ווענט; אבער עס איז נישט משנה. איך פארשטיי אז זיי האבן זיך זייערע היתרים צו געניסן די געלטער פון די רעגירונג. איך פארשטיי אבער אויך אז אנדערע מענטשן האבן א רעכט צו נוצן געוויסע טעכנאלאגיע לצורך פרנסה, און נאך רעכטן וואס איך וועל נישט דא אויסרעכענען, אבער האט גארנישט מיט אידישקייט נאר מיט חיצוניות. אבער די מוסדות האבן אוועקגענומען אלע זייערע רעכטן, געהאקט און באצווינגען מענטשן מיט כל מיני טעראר צו גיין אין שפאן 100%.
ווי זאגן חז"ל אין פרקי אבות? על דאטפת אטפוך. די וועלט איז א גלגל החוזר.
עס איז ארומגעפארן דרשות פון אלע "תלמידי רבינו". אנגעהויבן א שטיק צייט צוריק פונעם גאלאנטער רבי'ן וואס האט זיך נישט געקענט גלייבן אז אידן נעמען אליינס שריט נאר ווייל זיי האבן אן אנדערע שיטה.... ווי העניך האט שוין שיין באשריבן, און דערנאך מנשה פילאפף און טשאטה'ער רב און נאך בני יואל תלמידים פון רבינו ז"ל.
די וואך אין 'דער איד' האט ארויסגעשפריצט אויפ'ן אויבערפלאך זייער שנאה און ווייטאג אנטקעגן די פארפרומטע, אונטער א קעפל "טול מקל והך על קדקדם".... יא יא... ווען עס טוט וויי שרייעט מען! וואס זאל איך ענק זאגן, טייערע אידן? דער באשעפער שטראפט נאר מדה כנגד מדה. פארזוכטס אביסל אייער אייגענעם מעדעצין, זעהט ווי אומבא'טעמ'ט עס איז, און נעמט אייך א לעססאן איר זאלט דאס מער נישט טון פאר אנדערע אידן.
תכלה שנה וקללותיה, אמן.

וירח ה' את ריח הניחוח
- קורקלענד
- חבר ותיק
- הודעות: 3204
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
- האט שוין געלייקט: 2383 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2629 מאל
זייער א שטארקע פוינט. איין זאך נאר לדעתי (ווער בין איך?), האבן די א''ג פארפרומטע א שטארקע תביעה, און באמת פארלאנגט זיך פון די מוסדות התורה א העכער סטאנדארט ווי צו זיין אנגעוויזן אויף די באפעלן פון די רעגירונג.
טייל פילן אז די סיקריקין זענען נישט גערעכט ווייל למעשה האלטן זיי אז ס'איז בעסער ס'זאל זיין מער לימודי חול וכו'. ווילסט מערערע און ברייטערער לימודי חול? זייער גוט איך אויך. אבער ס'איז פארט ראונג זיך אריינצולייגן אין די הענט פון די רעגירונג.

-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1003
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 4:42 pm
- האט שוין געלייקט: 565 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 524 מאל
Re: טעמו וראו: פארזוכטס אייער אייגענעם מעדיצין
וויאזוי האט מען אין אגודה קרייזן באהאנדלט די מחלוקת צווישן זיך? בעסער ווי סאטמאר?
אגודה שמוצט טאקע נישט אויף סאטמאר ווייל עס שפירט זיך זיי נישט פערזענליך, אבער סאטמאר באציט זיך צו זיי, אזוי ווי זיי באציען זיך צו די מזרחי.

- ידיד ותיק
- הודעות: 651
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 14, 2020 2:14 pm
- האט שוין געלייקט: 238 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 275 מאל
Re: טעמו וראו: פארזוכטס אייער אייגענעם מעדיצין
ווען אגודה מיט דגל האבן זיך געקריגט איז עס געווען אויפ׳ן זעלבן אופן באשמוציגן, בארעדן יענעמס גדולים וכדומה
סאטמארער רבי זצ"ל האט קיין איינמאל נישט געהאקט אויף די אגודה ברבים, אפילו נישט דערמאנט זייער נאמען ברבים (חוץ איינמאל ביי של"ס נשא תשכ"ז דרך אגב) און אוודאי נישט זייערע גדולים, דער איד בימיו האט אויך נישט מבזה געווען זייערע גדולים, געהאקט קעגן די אגודה, יא, אבער נישט פערזענליך
אין די זעלבע צייט האבן אלע צייטונגען אנגעהויבן פון די המודיע, מארגן דזורנאל, פארווערטס, חיים ליבערמאן, אוקלעט (ארטאדאקסישע צייטונג אויף אונגאריש) באשמוצט און מבזה געווען דעם רבי׳ן מיט די ערגסטע בלבולים, אזוי ווייט אז טשעבינער רב זצ"ל מיט נאך גדולים האבן געשריבן א מחאה, א געוויסער גו"צ זצ"ל האט צענדליגער מאל ברבים גערעדט אויף זיין געוועזענע פעטער ברבים, ועוד ועוד
ווען עס האט אויסגעבראכן די מחלוקות צווישן סאטמאר מיט ליבאוויטש אין די ל׳ס, האט דער אלגעמיינער זשורנאל וועכענטליך פערזענליך מבזה געווען רבנים פון התאחדות הרבנים, דאקעגן דער איד האט נאר געפאמפט קעגן די ענטעבע ניסים און ווען עס איז געקומען צו געשלעגן שש"פ (א עקסטרע קאפיטאל פאר זיך) האבן זיי אויך פארדאמט ליבאוויטש און קיינמאל דעם רבי׳ן אליין
לאחר פטירתו פון רבי׳ן ז"ל איז טאקע געווארן א שינוי אבער וועל דאס לאזן פאר א צווייטע מאל
יעצט צו די יעצטיגע מחלוקות צווישן צד מהרז"ל און די רעכטע (קיינער איז מיך נישט חושד אין סימפאטיע צו צד מהרז"ל) שטאמט פון א טעות וואס רז"ל האט געמאכט, מיינענדיג אז מיט מקרב זיין די עקסטרעמע וועט ער זיך איינקויפן חסידים, די מענטשן האלטן נישט דערביי, זיי ווילן אז מ׳ זאל טון וויאזוי זיי ווילן און אז נישט נעמן זיי די געווער קעגן זיי, די פרומע מיינען נאר זיך, און דאס קרענקט צד מהרז"ל אז די נעכטיגע גוטע פריינד שפייען זיי אין פנים
בור כרה ויחפרהו
המשך יבוא
Sent from my LM-X210CM using Tapatalk

- היימישער באניצער
- הודעות: 385
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 14, 2015 3:13 pm
- האט שוין געלייקט: 9 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 254 מאל
viewtopic.php?p=458332#p458332
בור כרה ויחפרהו - פארזוכטס אייער אייגענעם מעדיצין, מיינט מען דא סאטמאר, אז די אייגענע פייפן זיך אריין. עיין בהלינק.

- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9706
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
מ'דארפן צושטעלן עפעלס מיט עפעלס.
וואס האט דער סאטמארער רב געזאגט אויף די 'אנדערע' און וואס האבן זיי געזאגט אויף אים? האט איינער פון זיי געשריבן 'איש צר ואויב' אויף אים? ער האט עס געשריבן, אויף איינעם וואס ער האט בכלל נישט געקענט, ער האט נאר געהערט פון די אידן אין ירושלים אויף אים.
ווייטער, די אפיציעלע ארגאן פון מוסדות סאטמאר לגבי די אפיציעלע ארגאן פון די אגודה. וואס האבן די אגודה געשריבן פערזענליך קעגן דער סאטמארער רב, און וואס האט סענדער דייטש געשריבן פערזענליך קעגן דער סאטמארער רב און וואס האבן זיי געשריבן אויף זייערע גדולים?
וכן הלאה, א האטליין איז נישט קיין צושטעל צו א צייטונג וכ"ש נישט קיין תשובה ספר.
און אזוי מיט אגודה און דגל.
האט דער יתד געשריבן אויף דער גערער רבי א פיפס? האט דער המודיע געשריבן אויף הרב שך איין ווארט? אין גאס האט מען גערעדט, פאשקעווילן זענען אביסל געפלויגן. אבער רעדן פערזענליך אויף די אנדערע פירערס?! אדרבא, ווייז מיר אז יא. דער וויזניצער רבי האט זיך אויסגעדרוקט קעגן הרב שך בכלל? פארקערט, ווען יונגאטשעס האבן געטון מעשי אלימות, האט יעדער צד פארדאמט די אייגענע וואס האבן דאס געטון. מ'האט נישט געלייגט קיין ביילאגע צו ווייזן אז יענער איז פונקט אזוי שולדיג וכו' (עי' ערך מענדל וועכטער ועוד).
די טענה אויף סאטמאר איז נישט אז זיי שלאגן זיך, נאר אז זיי פירן זיך אויף ווי חיות טרף. און בשעת מחלוקת איז עס מער קענטיג.

The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 214
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 10, 2018 3:51 am
- האט שוין געלייקט: 304 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 481 מאל
שמעקעדיג האט געשריבן:די וואך אין 'דער איד' האט ארויסגעשפריצט אויפ'ן אויבערפלאך זייער שנאה און ווייטאג אנטקעגן די פארפרומטע, אונטער א קעפל "טול מקל והך על קדקדם".... יא יא... ווען עס טוט וויי שרייעט מען!
פאר וועם ס'איז אינטערעסאנט, מהאמיר אפגעפונען דעם בייזן ארטיקל אויפן ברייטן געוועב.
ליינט און האט הנאה.
“Tell the world Johnny, tell them I, Johnny Depp, a man, I'm a victim too of Domestic Violence and see how many people believe or side with you.” - Amber Turd
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 651
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 14, 2020 2:14 pm
- האט שוין געלייקט: 238 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 275 מאל
Re: טעמו וראו: פארזוכטס אייער אייגענעם מעדיצין
איין מענטש הרב קוק וואס סאטמארער רבי האט געשריבן פערזענליך און צענדליגער גדולי התורה ווי דער קרן לדוד און נאך האבן אויךליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:מ'דארפן צושטעלן עפעלס מיט עפעלס.
וואס האט דער סאטמארער רב געזאגט אויף די 'אנדערע' און וואס האבן זיי געזאגט אויף אים? האט איינער פון זיי געשריבן 'איש צר ואויב' אויף אים? ער האט עס געשריבן, אויף איינעם וואס ער האט בכלל נישט געקענט, ער האט נאר געהערט פון די אידן אין ירושלים אויף אים.
ווייטער, די אפיציעלע ארגאן פון מוסדות סאטמאר לגבי די אפיציעלע ארגאן פון די אגודה. וואס האבן די אגודה געשריבן פערזענליך קעגן דער סאטמארער רב, און וואס האט סענדער דייטש געשריבן פערזענליך קעגן דער סאטמארער רב און וואס האבן זיי געשריבן אויף זייערע גדולים?
וכן הלאה, א האטליין איז נישט קיין צושטעל צו א צייטונג וכ"ש נישט קיין תשובה ספר.
און אזוי מיט אגודה און דגל.
האט דער יתד געשריבן אויף דער גערער רבי א פיפס? האט דער המודיע געשריבן אויף הרב שך איין ווארט? אין גאס האט מען גערעדט, פאשקעווילן זענען אביסל געפלויגן. אבער רעדן פערזענליך אויף די אנדערע פירערס?! אדרבא, ווייז מיר אז יא. דער וויזניצער רבי האט זיך אויסגעדרוקט קעגן הרב שך בכלל? פארקערט, ווען יונגאטשעס האבן געטון מעשי אלימות, האט יעדער צד פארדאמט די אייגענע וואס האבן דאס געטון. מ'האט נישט געלייגט קיין ביילאגע צו ווייזן אז יענער איז פונקט אזוי שולדיג וכו' (עי' ערך מענדל וועכטער ועוד).
די טענה אויף סאטמאר איז נישט אז זיי שלאגן זיך, נאר אז זיי פירן זיך אויף ווי חיות טרף. און בשעת מחלוקת איז עס מער קענטיג.
אפשר ווייזט איר מיר ווי דער איד האט געשריבן פערזענליך קעגן גדולי האגודה בחייו פון רבי׳ן?
המודיע האב איך נישט געזען אבער די מחאה פון גדולי האגודה אויף מבזה זיין דעם רבי׳ן האב איך געזען
פון מארגןזשורנאל, אלגעמיינער זשורנאל, חיים ליבערמאן, און להבדיל קלויזענבערגער רבי ז"ל האסטו אפילו נישט גענטפערט
און וואס הרב שך האט געזאגט אויפן ליבאוויטשער ווייסטו אויך נישט?
און וואס ער האט געזאגט אויף סאטמארער רבי ביים הספד, אזל גברא רבא דמיסתפינא מיניה, אונז זענען וואס מיר זענן נאר ווייל עס איז געווען א סאטמארער רב
Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
- כרם זית
- שריפטשטעלער
- הודעות: 942
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
- געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
- האט שוין געלייקט: 2702 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל
ערבך ערבא בעי. מיטן פילן ריספעקט צום קל''ד און אנדערע רבני הונגריה נשפעים פונעם בעלזא קנאי מו''ל קובץ בית ועד לחכמים, איז אויך אויף זיי די קשיא ווי אזוי זיי האבן געקענט אפסקנן א ת''ח, וועלכע האט קלאר געהאט ערליכע שטיצער, שלא בפניו, בלויז פון ציטירטע שטיקלעך פון זיינע טיפע ספרים. און ווי דער אמרי אמת האט גענטפערט צום ארשעווע רב ווען ער איז געקומען שרייען צו אים אויף הרב קוק אין מארינבאד: ''האסטו שוין גערעדט מיט אים?'', און טאקע דער א''א וועלכע איז געגאנגען רעדן צו אים האט געהאט אן אנדערע בליק אויף אים און אויך מער אויפגעטון דורכן ארויסבאקומען א מכתב חזרה פון ה''ק.
און איך ווייס באמת נישט וואס דו ווילסט פונעם מארגען דזורנאל און חיים ליברמן, זיי זענען דען געווען די אפציעלע ווארטזאגער'ס פון אגודה? ניטאמאל צו אגודה האבן זיי באלאנגט?

וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
שמעקעדיג: איך שטיי און איך וואונדער. דו האסט ..."נאר"... באקומען 27 לייקס (דערווייל). דו זאגסט דאך אזעלכע אמת'ע דיבורים. ווייל ביי סאטמאר, איז נישט געווען אזא זאך ווי צוריק טענה'ן. וואס די קארפן קעפ און הוגי דיעות ווי מנשה פליפ פלאפ וסייעתו האבן באשלאסן. דאס איז געווען די ליניע צו וואס מ'האטציך געדארפט האלטן. ווייל אויב מ'קומט מיט'ן באשעפער איז דאך נסתתמו טענותיו...! און אין די זעלבע צייט האט מען אליינס געטון וואס נאר מ'האט געוואלט. ואין בודקין מן המזבח ולמעלה...! דא האט מען געשריגן אז אין מדינת ישראל נעמען די ישיבות און אנדערע מוסדות טמא'נע געלטער פון די רעגירונג. און אינדערהיים אין ניו יארק האט מען גענומען געלט און זיך משתתף געווען אין אלערליי פראגראמען וועלכע גרעניצן זיך מיט איסורי דאורייתא. מ'האט אנגעשריגן אדמורי"ם און מנהלים פון מוסדות וועלכע חנפ'נען די רשעים די ציונים. און אין אמעריקע האט מען געשטימט פאר אזעלכע קאנדידאטן וועלכע זענען נאך טויזנט מאל ערגער. מ'האט געברענגט צו די מאכט (מיט די שטימען פון די ערליכע אידן) ברואים וועלכע זענען אין זייער אייגענעם לעבן איין שטיק תועבה. און זיי האבן געמאכט געזעצן פון תועבה...ואין פוצה פה ומצפצף. איז יעצט געקומען די צייט וואס דערעוילעם האטציך אויפגעשטעלט און ווידערגעשפעניגט אין די זעלבסט געקרוינטע הנהגה...! אלעס קומט צו אן ענד...אכיה"ר...!
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
א קליינע הערה צום חסיד פון ווילנא (אפשר פון ראדני?): ווי ס'זעהט אויס האט מען אין וילנא נישט גערעדט קיין אונגאריש. אין ראדני, גראדע יא...!
דער נאמען פון די צייטונג וואס דו האסט דערמאנט איז...Uj Kelet... אוי קעלעט. דער נייער מזרח. אט דער צייטונג איז געווארן ארויסגעגעבן דורך מזרחי פארטיי מענטשן וועלכע האבן געשטאמט פון אונגארן. זיי האבן גראדע יא געהאקט זייער שטארק. און אויך חוזק געמאכט פון סאטמאר'ע רעבי'ן...!
דער נאמען פון די צייטונג וואס דו האסט דערמאנט איז...Uj Kelet... אוי קעלעט. דער נייער מזרח. אט דער צייטונג איז געווארן ארויסגעגעבן דורך מזרחי פארטיי מענטשן וועלכע האבן געשטאמט פון אונגארן. זיי האבן גראדע יא געהאקט זייער שטארק. און אויך חוזק געמאכט פון סאטמאר'ע רעבי'ן...!
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 651
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 14, 2020 2:14 pm
- האט שוין געלייקט: 238 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 275 מאל
Re: טעמו וראו: פארזוכטס אייער אייגענעם מעדיצין
איך האב געזאגט אנדערש? איך האב דאך אויסגערעכענט די אוקלעט צווישן די וואס האבן מבזה געווען דעם רבי׳ןberlbalaguleh האט געשריבן:א קליינע הערה צום חסיד פון ווילנא (אפשר פון ראדני?): ווי ס'זעהט אויס האט מען אין וילנא נישט גערעדט קיין אונגאריש. אין ראדני, גראדע יא...!