0נהורא נפישא האט געשריבן:ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ער ברענגט חז"ל טאקע, אבער לויט ווי איך געדענק האט ער געהאלטן מער ווייניגער ווי די קאנסערוואטיווע, אז די תורה איז א מקור פאר אונזער אידישקייט, אבער נישט די איינציגסטע און אנדערע מקורות קענען אויך זיך פארמעסטן דערמיט. דאס הייסט כפירה בתורה, ווייל ער זוכט אין אנדער ערטער אויך
דאס אז די תורה קען ווערן פארשטאנדיק פון אנדערע אמתע מקורות איז נישט עפעס וואס ער האט מחדש געווען דאס איז די קלאסישע רמב"ם צוגאנג אז אריסטאטליען פיליזאפיע קען מגלה זיין דעם אמת אין די תורה.
און פארגעס נישט אז אויך הרב קוק טיישט אריין זיין מיסטישע פאנטאזיעס אין די תורה און הלכה.
נהורא נפישא: ברענג נישט קיין ראיה פון הרב קוק. ער איז געווען א גדול בישראל. און א ירא שמים. נאר ער האט געזאגט געוויסע קאנטראווערסיאלע סטעיטמענטס. ער האט אבער נישט צוגערירט אין די עצם קיום התורה והמצוות. משא"כ ר' משה מענדלסון (דעסויער). וועלכער איז פערזענליך געווען אן ערליכער איד. אבער ער האט געוואלט ..."א ביסל"...רעפארמירן די תורה. און ראציאנאליזירן דעם קיום פון געוויסע מצוות. ער האט אבער אויפגעמאכט א טיר פאר די נאכפאלגענדע רעפארמירער וועלכע האבן רעפארמירט די גאנצע תורה וקיום המצוות. זאגאר די אמונה אז תורה איז מן השמים האבן זיי אויך געלייקנט. אין זייער גוטהארציגקייט האבן זיי (די שפעטערע רעפארמער) געזאגט אז ס'איז געטליך אינספירירט...!
אקעגן דעם האט דער חת"ם סופר געקעמפט...!