אין וועלכע עפאכע וואלט איר געוואלט לעבן?
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 755
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 10, 2020 5:47 pm
- האט שוין געלייקט: 479 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 679 מאל

איך דריי מיך אסאך ארום מיט דער געפיהל פון “אויב איך קען ווען איבער שפילן מיין לעבן אין סיי וועלכע תקופה וועלכע וואלט איך געוואלט אויסוועלן?”
אזוי סקראלן'דיג דא ארויף און אראפ, האב איך מיר אנגעשטויסן און דער אלי וויזעל אשכול, ליינענדיג אזוי ר' בערל'ס תגובה, האב איך ווידער אנגעהויבן קלערן דערין, נעמליך ווי מאדנע עס הערט זיך קריג איך זיך מיט ר' בערל…
איך האב עפעס אן אבסעסיע מיט דער דור פון בעפאר די קריג, און איך וואלט זיכער אויסגעוועלט מיין פלאץ אין א צווייטע לעבן, אין אייראפע, צווישן די וועלטס קריגן. און ווי מאדנע עס הערט זיך וואלט איך אפי' געוואלט דורכלעבן די קריג.....
איך בין שוין גענוג פארשריגן געווארן פון מיינע חבירים ביים אויפברענגן דעם אבסורדאלער געדאנק, אבער וואזשע זאל איך טוהן, איך שפיר אזוי....
דאס אידיש לעבן פון דאן איז דאך געווען עפעס מלא חן -כפי די שילדערונגען און די ביכער-. טראץ די שרעקליכע ארעמקייט אין מיינסטענס אידישע שטעט, אבער עפעס אן הימלישער חן רוהט אויף יענע תקופה אין מיינע אויגן, סיי פון א פרומער אידישער שטאנדפונקט, ווי אויך פון א סעקולערער שטאנדפונקט.
עס האבן זיך דאן געיאוועט טאלאנטפולע פאעטן, שרייבער, אקטיארן, און נאך, אזוי אז נישט קיין אונטערשייד אין וועלכע גייסט איך וואלט נאר אויפגעוואקסן, וואלט מען געהאט אויף וועם ארויף צוקוקן.
ווער רעדט נאך וועגן דעם חורבן זעלבסט, עס איז נישט מעגליך צו באשרייבן אלע געפילן און ניואנסן וואס אן איבערלעבער האט געהאט דורכאויס די מלחמה. די איינציגסטע וועג דאס צו וויסן איז דורך דאס מיטלעבן, חייב אדם לראות את עצמו וכו' איז א טייל פון דער חיוב פסח ביינאכט און פאר גוטע סיבות, איך וואלט געוואלט זיין א טייל פון די קריג איבערגאנג (פארשטייט זיך מיט רחמים….) זעהן, פילן, און מיט לעבן דעם חורבן אויף די אייגענע מאס.
ווי אויך וואלט איך געוואלט מיטלעבן מיט דער געבורט פון פארשידענע טערמינאלגיעס, ווי צום ביישפיל, ווען זענען אויפגעקומען די ווערטער טויט מארש, גאז קאמערן, סעלעקציע, זענען זיי טערמינען וואס מען האט עס אזוי גערופן בשעת מעשה? אדער זענען היסטאריקער אויפגעקומען דערמיט נאכ'ן קריג? (געטא, קאנצענטראציע לאגערן, און אנדערע, טרעפט מען שוין געשריבן אין טאג בוכער פון אידן אין די געטאס, אבער די אויבן דערמאנטע ווערטער בין איך נייגעריג צו אידן האבן עס אזוי גירופן בשעת מעשה)
סא…. ווען וואלט איר געוואלט לעבן?

- קאצקע ציקער
- חבר ותיק
- הודעות: 2203
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
- האט שוין געלייקט: 1052 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 221
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 25, 2019 10:40 am
- האט שוין געלייקט: 74 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 127 מאל
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1034
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 06, 2014 4:10 am
- געפינט זיך: אויפן גיט אין דער אלטע הײם
- האט שוין געלייקט: 714 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 512 מאל
Re: אין וועלכע עפאכע וואלט איר געוואלט לעבן?
איך טראכט אז די גאלדענע תקופה פון שפאניע מיט די גאונים און דוכטער. ווער רעדט נאך פון די רייכטום יענע צייט.
אבער למעשה מיינעך אז איך וויל בעסער טוילעט פעיפער סאו איך בין צופרידן איצטער.
Sent from my SM-G950U using Tapatalk
אבער למעשה מיינעך אז איך וויל בעסער טוילעט פעיפער סאו איך בין צופרידן איצטער.
Sent from my SM-G950U using Tapatalk
- קאצקע ציקער
- חבר ותיק
- הודעות: 2203
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
- האט שוין געלייקט: 1052 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל
מנחם ציון האט געשריבן:ווער רעדט נאך וועגן דעם חורבן זעלבסט, עס איז נישט מעגליך צו באשרייבן אלע געפילן און ניואנסן וואס אן איבערלעבער האט געהאט דורכאויס די מלחמה. די איינציגסטע וועג דאס צו וויסן איז דורך דאס מיטלעבן, חייב אדם לראות את עצמו וכו' איז א טייל פון דער חיוב פסח ביינאכט און פאר גוטע סיבות, איך וואלט געוואלט זיין א טייל פון די קריג איבערגאנג (פארשטייט זיך מיט רחמים….) זעהן, פילן, און מיט לעבן דעם חורבן אויף די אייגענע מאס.
מיט רחמים, אן רחמים, דו וואלסט געוואלט ליידן יסורים טאג טעגליך, אויסגעפייניגט און אויסגעהונגערט, צוקוקן מאסן רציחות און רשעות, נאר צו זיין א חלק דערפון?
אדער כאפסטו פשוט נישט אז עס האט שטארק שטארק וויי געטון צו זיין דארט?
אדער האסטו נישט קיין געפילן פון א יומען ביאינג + צער טאלירענס ביזן הימל?
כ'פרעג נישט סארקאסטיש. ס'גייט מיר נישט אין קאפ אריין אזא תאוה צו וועלן זיין אין איינס פון די ערגסטע סיטואטיציעס מעגליך.
- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
הונדערט פראצענט גערעכט!
איך טראכט צו מיך א סאך מאל וואס פאר א צילייגער איך בין. אין מיין קאפ רעד איך מיך איין אז איך בין א שטארקע כאראקטער און איך האב פון גארנישט מורא. נישט פון שטארבן, נישט פון קענסער, נישט פון יושב'ן אין חד גדיא וכו'. דערנאך טרעף איך זיך אנגעצויגן צוליב די פרעשור ביים ארבייט אדער דיפרעסט ווייל מ'קען נישט גיין אויף וועקעישאן און ס'קאסט מיך א ביטערע געלעכטער. אויך מיר א גיבור.

"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
נאסטאלגיע איז פון די מערסט קאמפליצירטע געפילן פונעם מענטשליכען ערפארונג, ס'איז א מענטשליכע איסטינקט צו בענקען צום "גליקליכן" אמאל, די דשאוק איז נאר אז ווען דו וואלסט געלעבט אין יענעם "אמאל" וואלסטו געהאט פונקט די זעלבע נאסטאלגישע געפילן פאר א נאך פריערן "גליקליכן אמאל", ואין לדבר סוף. איך קוק עס אן פון די פארקערטע ריכטונג, ווען איך וואלט ווען געלעבט אין יאר ו'תש"פ וואלט איך דאך אוודאי געוואלט לעבן אין ה'תש"פ, איז ווי גליקליך בין איך אז איך לעב טאקע אינעם "גליקליכן אמאל" פון ה'תש"פ...
למעשה גערעדט, כאטש וואס אין ריאליטעט קען איך מיך נישט זעהן הנאה האבן פון דורכשוויצן זומערס אן עירקאנדישן, ארויסגיין אין בית הכסא וואס איז נישט מער ווי א גרוב אין דער ערד און פאר די נעקסטע שעה צייט קען מען שמעקן אז איך קום פון דארט, שלאפן מיט ראטן און פיל-פיסיגע קריכעדיגע, דאך האב איך א געפערליכע פעטיש פאר'ן מיטלאלטער. די ווייקינגס, Rollo the walker, וויליאם דער ממזר, די הייליגע רוימישע אימפעריע, די האבסבורגס, די פראנקן, ווען דער פויפסט האט נאך געמיינט עפעס, קריסטאפער קאלאמבוס, די פייטנים און מקובלי אשכנז, רבי יהודה החסיד, דער מהרי"ל, די קעניגן און פירשטן מיט זייערע פאלאצן, שלעסער, און מלחמות, כ'מיין דמיונ'ען קאסט דאך נישט קיין געלט.
און אז מ'רעדט שוין פונעם מיטלאלטער איז מיר פונקט נעכטן אויסגעקומען צו וואטשן א יוטיוב ווי א גרופע היסטאריקער שפילן איבער היסטאריע פונעם דרייצענטן יארהונדערט. אין יענע צייטן איז פראנקרייך געווען די צענטער פון ארכיטעקטור אין מערב אייראפע, און ווען די ענגלענדער האבן געוואלט בויען פאלאצן און שלעסער אין זייער היימלאנד זענען זיי געפארן קיין פראנקרייך זיך לערנען די פאך פון די פראנצויזן. יעצט האבן אפאר ענגלישע היסטאריקער נאכגעמאכט זייערע אור-עלטערנ'ס רייזע און געפארן (געפלויגן) קיין Guédelon, פראנקרייך מיטצוהאלטן ווי פראנצויזישע היסטאריקער בויען אויף א שלאס אויפ'ן שטייגער פונעם דרייצענטן יארהונדערט, ס'איז נישט נארמאל אינטערעסאנט.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 8 אום רביה''ק זי''ע, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
און יעצט צום פותח האשכול.
איך וואלט געוואלט לעבן אין די צייטן פון די ערשטע מענטשן. פארוואס? צוליב אלע סיבות וואס דו גיבסט אויבן. דעמאלטס האט זיך נישט נאר אנטוויקלט טירמענאלידזשי, נאר אלע קאמיוניקאציע מיטלן, די ערשטע ווערטער און אותיות, געשריבנע און גערעדט, האבן זיך דאן אנטוויקלט. און נישט נאר דאס נאר די גאצע מציאות האט זיך דאן אנטוויקלט. ס'הייסט נישט נאר די מישוג פון הויז נאר אויך די עצם הויז זעלבסט. וכן בכל התחומים.
איך וואלט געוואלט לעבן אין די צייטן פון די ערשטע מענטשן. פארוואס? צוליב אלע סיבות וואס דו גיבסט אויבן. דעמאלטס האט זיך נישט נאר אנטוויקלט טירמענאלידזשי, נאר אלע קאמיוניקאציע מיטלן, די ערשטע ווערטער און אותיות, געשריבנע און גערעדט, האבן זיך דאן אנטוויקלט. און נישט נאר דאס נאר די גאצע מציאות האט זיך דאן אנטוויקלט. ס'הייסט נישט נאר די מישוג פון הויז נאר אויך די עצם הויז זעלבסט. וכן בכל התחומים.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
- כרם זית
- שריפטשטעלער
- הודעות: 942
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
- געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
- האט שוין געלייקט: 2702 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל
קודם כל עטץ אלע גלייבסט רח''ל נישט אינעם יאפאנעזישע גלויבונג פון גילגולים? כמיין אינז זעמיר אלע געווען סיי אמאל, און סיי היינט?!
ערנסט גערעד: איך וואלט געוואלט זיין אין די תקופה פון די גאונים. שוין נאכן מסדר זיין די מצות התורה ווי די חכמים האבן מקבל געווען. נאך פארן ווערן איבערגענומען פון אייגענע צרפתישע סברות, און דרויסענדיגע מיסטיקע. און פאר רביה''ק זי''ע: פארן ווערן איבערגענומען פון די פילוספיה הארורה.

וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
חס ושלום! רבי סעדיה גאון האקט דאך שוין אויף דעם נארישן גלויבונג. (ער רופט עס דעה יוונית, אפשר ווען ער וואלט געוואוסט אז די יאפענעזער גלייבן אויך דערין וואלט ער נישט געווען אזוי שארף דערקעגן...)כרם זית האט געשריבן:קודם כל עטץ אלע גלייבסט רח''ל נישט אינעם יאפאנעזישע גלויבונג פון גילגולים?
[tag]הוגה[/tag] מיינט אז מיט'ן זאגן אז ער וואלט געוואלט זיין פון די ערשטע מענטשן האט ער זיך ארויסגעדרייט פון מיין "אין לדבר סוף ארגומענט", ווען ער וואלט געווען פון די ערשטע מענטשן וואלט ער זיך צוריקגעבענקט צו די צייטן וואס אונז פלעגט נאך זיין עיפס...
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 755
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 10, 2020 5:47 pm
- האט שוין געלייקט: 479 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 679 מאל
עמינדב האט געשריבן:מנחם ציון האט געשריבן:ווער רעדט נאך וועגן דעם חורבן זעלבסט, עס איז נישט מעגליך צו באשרייבן אלע געפילן און ניואנסן וואס אן איבערלעבער האט געהאט דורכאויס די מלחמה. די איינציגסטע וועג דאס צו וויסן איז דורך דאס מיטלעבן, חייב אדם לראות את עצמו וכו' איז א טייל פון דער חיוב פסח ביינאכט און פאר גוטע סיבות, איך וואלט געוואלט זיין א טייל פון די קריג איבערגאנג (פארשטייט זיך מיט רחמים….) זעהן, פילן, און מיט לעבן דעם חורבן אויף די אייגענע מאס.
מיט רחמים, אן רחמים, דו וואלסט געוואלט ליידן יסורים טאג טעגליך, אויסגעפייניגט און אויסגעהונגערט, צוקוקן מאסן רציחות און רשעות, נאר צו זיין א חלק דערפון?
אדער כאפסטו פשוט נישט אז עס האט שטארק שטארק וויי געטון צו זיין דארט?
אדער האסטו נישט קיין געפילן פון א יומען ביאינג + צער טאלירענס ביזן הימל?
כ'פרעג נישט סארקאסטיש. ס'גייט מיר נישט אין קאפ אריין אזא תאוה צו וועלן זיין אין איינס פון די ערגסטע סיטואטיציעס מעגליך.
דאס איז דער טיפישער רעאקציע פון אלע וואס הערן וואס איך וואלט געוואלט
אבער זיך אביסל מער מסביר זיין איך וואלט געוואלט לעבן אין יענע תקופה מיט אלעס וואס דאס ברענגט מיט זיך מיט איז עס געווען אן ערע מיט שלוה און שפע איי וואלד 'ליוו' וויט איט
ס'איז דאך אבער נישט געווען קיין בא'טעמ'טע תקופה איז טאף ברויך מען עס אננעמען אויף אזא אופן אויך
אין אנדערע ווערטער איך וואלט געוואלט זיין א תר"נ-ס איד וכל אשר יש בה
( אגב איז בכלל נישט אויסגעשלאסן צו זאגן אז דער תקופה איז געפארמט געווארן דייקא צוליב די אומשטענדן וואס כלל ישראל איז דאן אריבער ממילא די גאנצע חן וואס עס טראגט איז דייקא צוליב צרות ודו"ק)
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 755
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 10, 2020 5:47 pm
- האט שוין געלייקט: 479 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 679 מאל
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:נאסטאלגיע איז פון די מערסט קאמפליצירטע געפילן פונעם מענטשליכען ערפארונג, ס'איז א מענטשליכע איסטינקט צו בענקען צום "גליקליכן" אמאל, די דשאוק איז נאר אז ווען דו וואלסט געלעבט אין יענעם "אמאל" וואלסטו געהאט פונקט די זעלבע נאסטאלגישע געפילן פאר א נאך פריערן "גליקליכן אמאל", ואין לדבר סוף. איך קוק עס אן פון די פארקערטע ריכטונג, ווען איך וואלט ווען געלעבט אין יאר ו'תש"פ וואלט איך דאך אוודאי געוואלט לעבן אין ה'תש"פ, איז ווי גליקליך בין איך אז איך לעב טאקע אינעם "גליקליכן אמאל" פון ה'תש"פ...
למעשה גערעדט, כאטש וואס אין ריאליטעט קען איך מיך נישט זעהן הנאה האבן פון דורכשוויצן זומערס אן עירקאנדישן, ארויסגיין אין בית הכסא וואס איז נישט מער ווי א גרוב אין דער ערד און פאר די נעקסטע שעה צייט קען מען שמעקן אז איך קום פון דארט, שלאפן מיט ראטן און פיל-פיסיגע קריכעדיגע, דאך האב איך א געפערליכע פעטיש פאר'ן מיטלאלטער, כ'מיין דמיונ'ען קאסט דאך נישט קיין געלט. און אז מ'רעדט שוין פונעם מיטלאלטער איז מיר פונקט נעכטן אויסגעקומען צו וואטשן א יוטיוב ווי א גרופע היסטאריקער שפילן איבער היסטאריע פונעם דרייצענטן יארהונדערט. אין יענע צייטן איז פראנקרייך געווען די צענטער פון ארכיטעקטור אין מזרח אייראפע, און ווען די ענגלענדער האבן געוואלט בויען פאלאצן און שלעסער אין זייער היימלאנד זענען זיי געפארן קיין פראנקרייך זיך לערנען די פאך פון די פראנצויזן. יעצט האבן אפאר ענגלישע היסטאריקער נאכגעמאכט זייערע אור-עלטערנ'ס רייזע און געפארן (געפלויגן) קיין Guédelon, פראנקרייך מיטצוהאלטן ווי פראנצויזישע היסטאריקער בויען אויף א שלאס אויפ'ן שטייגער פונעם דרייצענטן יארהונדערט, ס'איז נישט נארמאל אינטערעסאנט.
דיין תגובה איז בעיקר שטארק געבויעט אויף ארויסברענגען די מעלות פון היינט קעגן אמאל
אויף דעם בין איך אויך מודה און ווער קריגט זיך בכלל דערין אבער ס'וועט יעדער מודה זיין אז דער אמאל מיט אירע אלע פראבלעמען איז נישט קיין פינטל קעגן די היינטיגע פראבלעמען
און לגבי נאסטאלגיע, קיין צווייפל אז דער גאנצער געדאנק מיינער איז געבויעט אויף נאסטאלגיע די שאלה איז נאר ווי ווייט עס פירט אונז צוריק מיר טראגט עס סך הכל א הונדערטער צוריק אנדערע טויזענט יאר
איז דא עמיצער וואס וויל לעבן און טויזנט יאר ארום?
- כרם זית
- שריפטשטעלער
- הודעות: 942
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
- געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
- האט שוין געלייקט: 2702 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:חס ושלום! רבי סעדיה גאון האקט דאך שוין אויף דעם נארישן גלויבונג. (ער רופט עס דעה יוונית, אפשר ווען ער וואלט געוואוסט אז די יאפענעזער גלייבן אויך דערין וואלט ער נישט געווען אזוי שארף דערקעגן...)כרם זית האט געשריבן:קודם כל עטץ אלע גלייבסט רח''ל נישט אינעם יאפאנעזישע גלויבונג פון גילגולים?
גראדע האב איך אמאל געליינט אז כהיום ווייסט מען מיט א קלארקייט ערשיינונגען וועלכע שטימען זייער שטארק מיט די פאקט פון גלגול. וואס עס באדערט מיר אבער פון די אלע (בתוכם מיינע חדר רביס) וועלכע ניצן די מושג גולגול אויף פארענטפערן קשיות אין אמונה (ווי צדיק ורע לו וכדו') איז: לאמיר שוין זאגן אז עס איז אן אמת'ע מציאות איז דאס אבער נישט די תירץ אויף קיין קשיות, וויבאלד די גמרא ברענגט קיינמאל נישט אראפ די מושג מיז זיין אז זיי האבן געהאט אנדערע ביאורים אויף די שווערע קשיות, ודוק.
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 755
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 10, 2020 5:47 pm
- האט שוין געלייקט: 479 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 679 מאל
און אז מען רעדט שוין, די תקופה פאר די קריג איז שוין געווען גענוג א פארגעשריטענע און אסאך באקוועמליכקייטן וואס מיר האבן היינט איז שוין געווען דאן
גרויסע שטעט האבן שוין געהאט וואסער לייטונג, עלעקטריציטעט, אויטאס, באנען, און וואס נישט
ספעציפיש וועגן עיר קאנדישנס, פון די עלטערע אידן מיט וועם איך האב גערעדט איז פארשטאנדיג אז די וועטערס זענען ווייט נישט געווען אזוי הייס ווי היינט און דאהי
גרויסע שטעט האבן שוין געהאט וואסער לייטונג, עלעקטריציטעט, אויטאס, באנען, און וואס נישט
ספעציפיש וועגן עיר קאנדישנס, פון די עלטערע אידן מיט וועם איך האב גערעדט איז פארשטאנדיג אז די וועטערס זענען ווייט נישט געווען אזוי הייס ווי היינט און דאהי
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 755
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 10, 2020 5:47 pm
- האט שוין געלייקט: 479 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 679 מאל
כרם זית האט געשריבן:רביה''ק זי''ע האט געשריבן:חס ושלום! רבי סעדיה גאון האקט דאך שוין אויף דעם נארישן גלויבונג. (ער רופט עס דעה יוונית, אפשר ווען ער וואלט געוואוסט אז די יאפענעזער גלייבן אויך דערין וואלט ער נישט געווען אזוי שארף דערקעגן...)כרם זית האט געשריבן:קודם כל עטץ אלע גלייבסט רח''ל נישט אינעם יאפאנעזישע גלויבונג פון גילגולים?
גראדע האב איך אמאל געליינט אז כהיום ווייסט מען מיט א קלארקייט ערשיינונגען וועלכע שטימען זייער שטארק מיט די פאקט פון גלגול. וואס עס באדערט מיר אבער פון די אלע (בתוכם מיינע חדר רביס) וועלכע ניצן די מושג גולגול אויף פארענטפערן קשיות אין אמונה (ווי צדיק ורע לו וכדו') איז: לאמיר שוין זאגן אז עס איז אן אמת'ע מציאות איז דאס אבער נישט די תירץ אויף קיין קשיות, וויבאלד די גמרא ברענגט קיינמאל נישט אראפ די מושג מיז זיין אז זיי האבן געהאט אנדערע ביאורים אויף די שווערע קשיות, ודוק.
אויב עפעס איז משמע פארקערט פון גמרא בבא מציעא קז ועיין די באקאנטע רש"ש וואס האט געפירט צום בעלזא התנגדות צו לימוד הרש"ש
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
דער רש"ש דארט פרעגט נישט אפ די ענין פון גילגול, ער זאגט נאר אז ס'איז א "קצת קשיא" וואס מ'דארף פארענטפערן, בכלל האט מיר א בעלזער ידען אמאל געזאגט אז די התנגדות איז נישט געווען וועגן דעם, די אנגעבליכע טעם איז ווייל ער איז נישט געווען אויפ'ן זעלבן לעוועל פון אלע אנדערע מחברים וואס מ'האט זייערע הערות און פירושים אריינגעדרוקט אינעם ווילנא ש"ס, ער איז געווען א באלעבאס וואס האט געקענט אביסל לערנען און ער האט באצאלט אז מ'זאל אריינלייגן זיינע הערות (אדער עפעס אזוי).
צוריק צום נושא האשכול, די פוינט איז אז נאסטאלגיע וועט דיך אלץ טראגן צו א תקופה פריער פון דיר, דו וועסט אלץ בענקען צו א צייט וואו דו ביזט נישט, וואו דו וועסט נאר זיין וועסט בענקען צו אן אנדערע פלאץ, איז שוין בעסער צו בלייבן און בענקען אויף וואו דו ביזט. שטעל זיך פאר א מינוט אז דו קענסט צוריקגיין צום יאר תר"פ כאוות נפשך הטהור, דו גייסט קיין בעלזא, דו עסט נאכטמאל מיט די שלעפערס דארט המכונים "יושבים", ס'גייט נישט דורך קיין פאר טעג און דו פאנגסט זיך אן בענקען צום גלאררייכן אמאל פון תק"פ, ביזטו צוריק וואו דו האסט אנגעפאנגען, וואס האסטו אויפגעטון?
צוריק צום נושא האשכול, די פוינט איז אז נאסטאלגיע וועט דיך אלץ טראגן צו א תקופה פריער פון דיר, דו וועסט אלץ בענקען צו א צייט וואו דו ביזט נישט, וואו דו וועסט נאר זיין וועסט בענקען צו אן אנדערע פלאץ, איז שוין בעסער צו בלייבן און בענקען אויף וואו דו ביזט. שטעל זיך פאר א מינוט אז דו קענסט צוריקגיין צום יאר תר"פ כאוות נפשך הטהור, דו גייסט קיין בעלזא, דו עסט נאכטמאל מיט די שלעפערס דארט המכונים "יושבים", ס'גייט נישט דורך קיין פאר טעג און דו פאנגסט זיך אן בענקען צום גלאררייכן אמאל פון תק"פ, ביזטו צוריק וואו דו האסט אנגעפאנגען, וואס האסטו אויפגעטון?
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 216
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 23, 2020 9:26 pm
- האט שוין געלייקט: 95 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 389 מאל
עס איז גאַנץ נאַטירליך אַז מענטשן ראָמאַנטיזירן דעם אַמאָל וואָס זיי קענען נאָר פון דערציילונגען.
איך גלויב ניט אַז בשעת מעשה האָט אימיצער געפילט אַז ער לעבט אַדורך אַ ספּעציעלע תקופה, פּונקט ווי דו פילסט ניט איצט אַז דו לעבסט אין עפּעס אַ ספּעציעלער תקופה.
ווילסט הערן וואָס אַ בן התקופה האָט געטראַכט וועגן יענער צײט? הער ר' יו״ט ערליכס לידל „שוואַרצע וואָלקנס” אין חבלי משיח.
מיר איז עס קיין ספק ניט: פון יענעם אָרט וואו איך און מײן משפחה שטאַמען, איז יענע תקופה געווען פון די ערגסטע צו לעבן.

- ונבנתה העיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3795
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
- האט שוין געלייקט: 6591 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:נאסטאלגיע איז פון די מערסט קאמפליצירטע געפילן פונעם מענטשליכען ערפארונג, ס'איז א מענטשליכע איסטינקט צו בענקען צום "גליקליכן" אמאל, די דשאוק איז נאר אז ווען דו וואלסט געלעבט אין יענעם "אמאל" וואלסטו געהאט פונקט די זעלבע נאסטאלגישע געפילן פאר א נאך פריערן "גליקליכן אמאל", ואין לדבר סוף. איך קוק עס אן פון די פארקערטע ריכטונג, ווען איך וואלט ווען געלעבט אין יאר ו'תש"פ וואלט איך דאך אוודאי געוואלט לעבן אין ה'תש"פ, איז ווי גליקליך בין איך אז איך לעב טאקע אינעם "גליקליכן אמאל" פון ה'תש"פ...
למעשה גערעדט, כאטש וואס אין ריאליטעט קען איך מיך נישט זעהן הנאה האבן פון דורכשוויצן זומערס אן עירקאנדישן, ארויסגיין אין בית הכסא וואס איז נישט מער ווי א גרוב אין דער ערד און פאר די נעקסטע שעה צייט קען מען שמעקן אז איך קום פון דארט, שלאפן מיט ראטן און פיל-פיסיגע קריכעדיגע, דאך האב איך א געפערליכע פעטיש פאר'ן מיטלאלטער, כ'מיין דמיונ'ען קאסט דאך נישט קיין געלט. און אז מ'רעדט שוין פונעם מיטלאלטער איז מיר פונקט נעכטן אויסגעקומען צו וואטשן א יוטיוב ווי א גרופע היסטאריקער שפילן איבער היסטאריע פונעם דרייצענטן יארהונדערט. אין יענע צייטן איז פראנקרייך געווען די צענטער פון ארכיטעקטור אין מזרח אייראפע, און ווען די ענגלענדער האבן געוואלט בויען פאלאצן און שלעסער אין זייער היימלאנד זענען זיי געפארן קיין פראנקרייך זיך לערנען די פאך פון די פראנצויזן. יעצט האבן אפאר ענגלישע היסטאריקער נאכגעמאכט זייערע אור-עלטערנ'ס רייזע און געפארן (געפלויגן) קיין Guédelon, פראנקרייך מיטצוהאלטן ווי פראנצויזישע היסטאריקער בויען אויף א שלאס אויפ'ן שטייגער פונעם דרייצענטן יארהונדערט, ס'איז נישט נארמאל אינטערעסאנט.
פי כפיו. כאטש כ'וואלט געקענט באשטיין מיטצולעבן פארשידענע תקופות, אינקלאודינג די צווייטע וועלט מלחמה כדברי מנחם, איז דער מיטל-אלטער דער שפיץ. אה, די דארק עידזשעס.
לגבי די סוגיא פון נאסטאלגיע, און אירע לעכער, פרוביר איך אמאל א טראכט-עקספערימענט.
כ'נעם א זאך וואס וועט לכאורה נעלם ווערן אינעם עתיד, און כ'פרוביר צי כ'קען שפירען דעם נאסטאלגישן זיסקייט, אינעם הוה.
אז ס'כאפט דיר אמאל א בענקעניש נאכ'ן פערד און וואגן, לייג זיך אריין אין די עבודה פון דרייוון. אין רביה"ק'ס ו'תש"פ וועט דרייוון שוין זיכער זיין עקסטינקט, אלעס וועט זיין אטאמאטיש, און ס'וועט זיך טון א בענקעניש נאכ'ן דרייוון.
קענסטו יעצט שפירן דעם זיסקייט אין דרייוון?
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?

- הודעות: 651
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 14, 2020 2:14 pm
- האט שוין געלייקט: 238 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 275 מאל
Re: אין וועלכע עפאכע וואלט איר געוואלט לעבן?
מ׳ זאגט אז דער רש"ש איז געווען א איידעם ביי די אלמנה ראם די מאמע פון האלמנה והאחים ראם פון דפוס ווילנארביה''ק זי''ע האט געשריבן:דער רש"ש דארט פרעגט נישט אפ די ענין פון גילגול, ער זאגט נאר אז ס'איז א "קצת קשיא" וואס מ'דארף פארענטפערן, בכלל האט מיר א בעלזער ידען אמאל געזאגט אז די התנגדות איז נישט געווען וועגן דעם, די אנגעבליכע טעם איז ווייל ער איז נישט געווען אויפ'ן זעלבן לעוועל פון אלע אנדערע מחברים וואס מ'האט זייערע הערות און פירושים אריינגעדרוקט אינעם ווילנא ש"ס, ער איז געווען א באלעבאס וואס האט געקענט אביסל לערנען און ער האט באצאלט אז מ'זאל אריינלייגן זיינע הערות (אדער עפעס אזוי).
צוריק צום נושא האשכול, די פוינט איז אז נאסטאלגיע וועט דיך אלץ טראגן צו א תקופה פריער פון דיר, דו וועסט אלץ בענקען צו א צייט וואו דו ביזט נישט, וואו דו וועסט נאר זיין וועסט בענקען צו אן אנדערע פלאץ, איז שוין בעסער צו בלייבן און בענקען אויף וואו דו ביזט. שטעל זיך פאר א מינוט אז דו קענסט צוריקגיין צום יאר תר"פ כאוות נפשך הטהור, דו גייסט קיין בעלזא, דו עסט נאכטמאל מיט די שלעפערס דארט המכונים "יושבים", ס'גייט נישט דורך קיין פאר טעג און דו פאנגסט זיך אן בענקען צום גלאררייכן אמאל פון תק"פ, ביזטו צוריק וואו דו האסט אנגעפאנגען, וואס האסטו אויפגעטון?
ער איז טאקע געווען א בעה"ב אבער א גאון עולם, זיינע הגהות זענן מאיר עיני הלומדים, אויך געווען א גרויסער מתנגד (פון דאס שטאמט די בעלזע התנגדות)
אגב סאטמארער רבי זצ"ל אין דברי יואל פארענטפערט דעם רש"ש׳ס קשיא
לענין וועלעכער דור געוואלט זיין, איך מיין אז אין די צייטן פון שלמה המלך איז געווען די בעסטע פאר אידן ברוחניות ובגשמיות
Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 651
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 14, 2020 2:14 pm
- האט שוין געלייקט: 238 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 275 מאל
Re: אין וועלכע עפאכע וואלט איר געוואלט לעבן?
ווי איז דער מקור פון דעים ר׳ סעדי׳ גאון?רביה''ק זי''ע האט געשריבן:חס ושלום! רבי סעדיה גאון האקט דאך שוין אויף דעם נארישן גלויבונג. (ער רופט עס דעה יוונית, אפשר ווען ער וואלט געוואוסט אז די יאפענעזער גלייבן אויך דערין וואלט ער נישט געווען אזוי שארף דערקעגן...)כרם זית האט געשריבן:קודם כל עטץ אלע גלייבסט רח''ל נישט אינעם יאפאנעזישע גלויבונג פון גילגולים?