אין ליכט פונעם תגובה פון כ"ק מרן [tag]רביה"ק זי"ע[/tag] און אנדערע אין דעם אשכול וואס כ'האב פריער באמערקט, וואלט איך געוואלט עפענען אן אשכול אויסצושמועסן א שאלה וואס איז שוין מעגליך ערגעצוואו דא מבואר געווארן.
רביה''ק זי''ע האט געשריבן: כו"ע מודי אז אחרונים קענען זיך נישט קריגען מיט ראשונים, די שאלה איז נאר וואס די ראשונים האבן געהאלטן. איך האב אויפגעוויזן אז רוב ראשונים האבן געלערנט אז ס'נישט קיין ממש א דאורייתא וואס מ'באקומט מלקות דערויף, וואס לייגסטו יעצט צו צום שמועס?
כ'וויל עפעס פארשטיין; וואס איז א נפקא מינה ווער עס איז געווען א דור פריער (און ער הייסט א ראשון) און אפאר דורות שפעטער (און ער הייסט אן אחרון) אז איינער זאל נישט מעגן פרעגן אדער קריגן אויף א ראשון? פארוואס ווייסן מיר אז ווען איינער איז מפקפק אויף א ווארט פון א ראשון צריכים לבדוק אחריו. פארוואס מעג א כולל יונגערמאן נישט חולק זיין מיט א ראשון?
דער ראשון איז געווען הייליגער? אקעי, און?
א ת"ח מובהק מעג קריגן מיט ר' מלכיאל קאטלער? לכאורה יא. און מיט'ן חזון איש? אפשר. און מיט'ן ריטב"א? חלילה.
ממה נפשך, איז דער נקודה די עלטער (די מספר השנים), הייסט, דעמאלט אפילו דער יונגערער זאגט דברים של טעם הארכט מען נישט וואס ער זאגט און שרייבט וויבאלד ער קריגט אדער האלט אנדערש פון איינער וואס איז עלטער פון אים?
און אויב דער נקודה איז די חכמה, דאן וואס א חילוק ראשון אדער אחרון, תנא אדער אמורא? זאגט ער א דבר חכמה? קבל את האמת ממי שאומרו!
און דעם איז נכלל נאך א נקודה; ווען דער ט"ז און מג"א קריגן זיך, נעמט מען געווענליך אן ווי איינע פון די צוויי, און אז איך קום אריין מיט א זאכליכע הכרעה'דיגער פסק הלכה, פארוואס זאל מען אין די גאנצע וועלט נישט אננעמען מיין פסק הלכה?...
[במאמר המוסגר, מעג הרב פרידמאן פון גאלאנטא שרייבן אדער פסקנ'ען אנדערש פונעם רמ"א? --ביסט משוגע געווארן? איין מינוט, פארוואס נישט? וואס זענען די כללים לויט וועלכע מען איז מחליט יא אדער ניין? און בכלל, פארוואס האט דער כלל 'ובני ישראל יוצאים ביד רמ"א' א קראפט? וואס איז דער עומק הענין? און אז מ'לאזט זיך שוין יא אריין אין א שמועס איז אזוי, היינט קומען דאך ארויס הערליכע ליקוט ספרים אויף הלכה, און עס איז קיין ספק נישט, אז היינט האט יעדער יונגערמאן מער צוטריט צו אינפארמאציע וואס רבותינו הראשונים והאחרונים אשר מפיהם ומפי כתבם אנו חיים האבן נישט געהאט. אויב אזוי, אפשר מאכט מען אז פון היינט און ווייטער זאל מען איינפירן אין אלע ישיבות אז אנשטאט מחבר און רמ"א זאל מען לערנען טור און פסקי תשובות? (אפשר בית יוסף אויך, צו פארשטיין בעסער דעם פסקי תשובות...)].
כ'בין זיכער אז כ'פרעג א פשוט'ע שאלה, און ווער עס קען ענטפערן תבוא עליו ברכתי ברכת הדיוט.
ר' יצחק לאווי אין זיין מייסטער סעריע "ירידות הדורות" וועלכע איז געלאפן אין דער וועקער בארירט שטארק דער נושא עס איז ווערד צו כאפן א בליק (צופעליג פונקט דעם שבת איבערגעליינט)
עס איז נישט דא קיין כלל אדער חק אז איינער טאר זיך נישט דינגן אויף די צווייטע. נאר געווענדליך איז עס אזוי, אז די שפעטערע דורות בויען זייער תורה אויף פריערדיגע, יעדער איינער לויט זיין דרגה. עס איז דא מענטשן וואס יעדער פסק פון הרב שמואל וואזנער איז זיי מחייב, און עס איז דא אזעלכע וואס געבן די פאזיציע נאר ביז צום חת"ס מיט רעק"א. עס ווענד זיך אויף די מהלך הלימוד פון דער מענטש.
איך האב שוין ערגעץ געשריבן. 'הגיע להוראה' איז די טייטש, א מענטש וואס ענדיגט א סוגיא מיט א מסקנא וויאזוי די הלכה דארף זיין, און ער איז רואיג מיט זיין מסקנא אויף אן אמת (נישט ווייל ער איז א קל און עס גייט אים נישט אן די אמת, נאר פון אן ערנסטקייט), און געווענדליך טוישט ער נישט זיין מיינונג אויף מארגן. ער איז אנגעקומן צו א שטאפל אז זיין מסקנות בלייבן געווענדליך ביי אים.
אזא איינער קען פסקנ'ן וויאזוי ער פארשטייט. טאמער ער קומט אן צו די שטאפל דורך לערנן בלויז גמרא (א זאך וואס איז מיר כמעט אוממעגליך אנצונעמן אין היינטיגע דורות), איז ער טאקע נישט משועבד צו די ראשונים. טאמער ער דארף די ראשונים, איז ער משועבד דערצו. וכן הלאה צו די אחרונים. עס איז אייביג דא גרויסע וואס לערנן אויף אן אופן אז זיי פארמעסטן זיך מיט פריערדיגע, א שטייגער ווי הרב משה פיינשטיין וואס רעדט פאניע בראט מיט דער ב"ח און דער מג"א. אוודאי האט ער געהאט גרויס דרך ארץ פאר זיי, אבער אין די הלכה האט ער גערעדט מיט זיי ווי א חבר. אויף די ראשונים האט ער נישט אזוי געטון. ווידער דער ש"ך האט אזוי געטון צו די ראשונים אויך. יעדער לויט זיין שטאפל.
און אזוי אויך איז עס נישט סימפל. ווען אלע ראשונים זאגן עפעס, וועט דער ש"ך זיך נישט דינגן. ווען עס איז דא א מחלוקת, וועט ער מכריח זיין איין צד מיט ראיות פון די גמרא. אבער די מהלך הראשונים האט א שטארקן געוויכט ביי אים אויך.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
די תשובה אויף דיין שאלה איז בערך די זעלבע ווי אויף די פאקט אז טויזנטער אידן גייען אריין מיט קוויטלעך צו מענטשן וואס פארמאגן גארנישט מער ווי איך און דו...
אוודאי איז דא א שכל אין דעם, פונקט ווי הלכתא בתראי האט א שכל וואס איז נישט אבסאלוט, אזוי אויך די דרך ארץ פאר די פריערדיגע. טאמער מיר האבן נישט קיין שום וועג צו לערנען ש"ס אן די ראשונים, ט'ווי קען מען זיי ארויס ווארפן? איז דאס אן אבסאלוטע סברא? אוודאי נישט. און איז 'הלכתא כבתראי' אן אבסאלוטע סברא? אויך אוודאי נישט
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
א] דער מהר''ל אנהייב פונעם בארות רעדט ארים מיט אן אריכות אז עס איז נעריש און נישט תורה'דיג צו זאגן אז היינט'יגע ווייסן בעסער ווי אמאל, ע''ש (נישט ווייל איך בין פויל, נאר איך געדענק נישט די גאנצע אריכות).
ב] אבער מען טרעפט יא געציילטע שפעטערדיגע וועלכע האבן זיך געקריגט מיט פריערדיגע, ווי רב וואס איז תנא ופליג.
ג] אויסער די שאלה צי א שפעטערדיגע ''קען'' זיך קריגן מכח ההלכה, דארף מען וויסן צו ער קען זיך קריגן מכח לאגיג. כמיין פארוואס זאלסטו וויסן מער ווי א ראשון וועלכע איז געווען מער אידישלעך און ת''ח ווי רוב גרויסע היינט. ממילא אפילו וואלסט ווען ''געקענט'' קריגן וואלסטו אבער נישט אויפגעקומען מיט בעסערע סברות און ראיות ווי דער פריערדיגער. איז פארוואס זאל זיין נראין דבריך יותר מדבריו?
ג] ר''ח וואלאזשין זצ''ל האט מקבל געווען פון די גר''א נישט נושא פנים זיין בהלכה פאר קיינעם פון די ראשונים ביזן רא''ש. האט ר''ח אבער געזאגט אז דאס איז נאר ווען די ראשונים שרייבן ראיות, קען ער זיך קריגן מכח סברא. אבער ווען א ראשון שרייבט ''לבי אומר לי'' קען ער זיך נישט קריגן ''ווייל די הארץ פון א ראשון האב איך נישט''. איז דאס קען זיין א סיבה פארוואס אין סענסעטיווע אידישקייט ענינים, וועלכע פאדערן א אידישע געפיל, האט מען זיך נישט אוועגעריט פון די פריערדיגע. (ומענין לענין איז טאקע דא די פלאץ אויסצודריקן מיין מחאה אויף ר' דוד ליכטנשטיין וועלכע האט, אין זיין שאו לעצטע וואך איבער הארבע ענינים מדיני יוחסים, זיך אויסגעדריקט אז ''לבי אומר לי'' נישט ווי די שיטה פון איינער פון די גדולי בעלי הוראה. כ'מיין,ברענגט נישט אריין דיין הערצעלע אין הלכה. וכדי בזיון וצחוק.)
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אוודאי איז דא א שכל אין דעם, פונקט ווי הלכתא בתראי האט א שכל וואס איז נישט אבסאלוט, אזוי אויך די דרך ארץ פאר די פריערדיגע. טאמער מיר האבן נישט קיין שום וועג צו לערנען ש"ס אן די ראשונים, ט'ווי קען מען זיי ארויס ווארפן? איז דאס אן אבסאלוטע סברא? אוודאי נישט. און איז 'הלכתא כבתראי' אן אבסאלוטע סברא? אויך אוודאי נישט
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אוודאי איז דא א שכל אין דעם, פונקט ווי הלכתא בתראי האט א שכל וואס איז נישט אבסאלוט, אזוי אויך די דרך ארץ פאר די פריערדיגע. טאמער מיר האבן נישט קיין שום וועג צו לערנען ש"ס אן די ראשונים, ט'ווי קען מען זיי ארויס ווארפן? איז דאס אן אבסאלוטע סברא? אוודאי נישט. און איז 'הלכתא כבתראי' אן אבסאלוטע סברא? אויך אוודאי נישט
דרך ארץ איז "געפיל" נישט לאגיק.
עס איז ראטזאם צו ליינן ביז'ן סוף, ווי איך בין מסביר די שכל דערפון
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
צום נושא: איך ווייס נישט פארוואס מ'דינגט זיך נישט מיט ראשונים, די סיבה פארוואס איך דינג זיך נישט מיט ראשונים איז ווייל איך זעה נישט פארוואס ס'פעלט אויס, מ'קען טרעפן היתרים אן זיך פארפלאנטערן מיט דעם טאבו, והאשכול ההוא תוכיח. באמת דינג איך זיך כמעט נישט מיט קיינעם, אפילו ווען דו זאלסט זאגן א סברא וועל איך עס אננעמען. וואס יא, איך קען ברענגען ראיות אז דיין סברא אדער פסק הלכה איז נישט אמת, איך קוק עס אבער נישט אן ווי זיך "געדינגען". אויב זעה איך קלאר אין גמרא אז דיין פסק הלכה איז נישט אמת איז פארקערט, דו ביזט דער וואס דינגט זיך מיט די גמרא, און אויב דו האסט רעכט זיך צו דינגען מיט די גמרא איז נישט דא קיין שום סיבה פארוואס איך זאל מיך נישט מעגן דינגען מיט דיר.
נאכדעם איז דא א צווייטע פראגע, צו די ראשונים האבן זיך געקענט דינגען מיט די גמרא, און דער ענטפער איז אז יא. איין פאל וואס ליגט מיר יעצט אויפ'ן געדאנק איז די מצוה פון קריאת שמע, די גמרא זאגט אז קריאת שמע איז א דרבנן, און (כמעט) אלע ראשונים דינגען זיך און זאגן אז ס'איז א דאורייתא, און זיי ברענגען זיך ראיות פון משניות און ברייתות. כאטש וואס מ'קען די ראיות פארענטפערן זעהט מען אבער אזויפיל אז די ראשונים האבן געהאלטן אז זיי מעגן זיך דינגען מיט די גמרא. לויט דעם איז שווער, אויב די ראשונים האבן זיך געמעגט דינגען מיט די גמרא פארוואס טארן אונז זיך נישט דינגען מיט זיי? איין תירוץ קען מען ענטפערן אז מ'מעג זיך טאקע יא דינגען... אדער וועט מען מוזן זאגן ווי איך האב געזאגט אז זיך דינגען מכח ראיות הייסט זיך נישט געדינגען.
לדעתי וואלט איך געזאגט אז דער נישט קריגן מיט ראשונים קומט גרינגער מאכן. פארוואס?
די ראשונים כדי זיך צו פארלאזן אויף א גמרא האבן געמוזט קענען ש"ס כדי צו וויסן אױב איז נישט דא קיין סתירה צו דער הלכה פין ערגעץ אנדערש, און אויב איז דא א סתירה, עס מיישב זיין, און לויט דעם פסק'נען.
פאר אונז היינט איז אסאך גרינגער, מען דארף נישט געדענקן ש"ס מען דארף נישט געדענקן אפילו גאנץ שולחן ערוך, קוק נאך די הלכה, און די קענסט דיך פארלאזן אז די ראשונים האבן שוין אדורך געטוהן, און געזאגט אז אזוי איז די הלכה.
טאמער איינער קען ש"ס, און ער האלט אז אין א געוויסע פלאץ האבן די ראשונים נישט גוט מכוון געוועהן, אדער אז ער האט א בעסערע תירוץ, אדרבה, און אחרונים זענען פיל דערמיט.
לאידך גיסא, דער ריבוי התורה וואס איז צוגעקומען פין די תורת הראשונים, האט געטוישט דער דרך הלימוד דראסטיש, און כמעט וואס אונז קענען נישט ש"ס, נאר געוויסע חלקים, און ממילא גיבט עס כמעט נישט קיין אויטאריטעט צו קענען מחולק זיין בדרך קבוע.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
איך נעם עס נישט פון ערגעץ. איך זאג נאר אז אויב עס איז אזוי די פאקט דאן איז נישט שכל'דיג זיך צו קריגן מיט פריערדיגע. אדרבה, אז דו קענסט איינער פון היינטיגן דור וואס איז מער פון דער רשב''א, דאן געב אים א קוויטל בשליחותי.
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
הגה: מיהו י"א דאם נראה לדיין ולבני דורו מכח ראיות מוכרחות שאין הדין כמו שהוזכר בפוסקים יכול לחלוק עליו מאחר שאינו נזכר בגמרא (טור בשם הרא"ש)
ווי איך געדענק, שטייט דארט אז טאמער אן אחרון האט נישט געזעהן וואס די ראשון שרייבט און ער זאגט אנדערש, נעמט מען אן ווי די ראשון, אבער טאמער האט ער יא געזעהן און פונדעסוועגן פסק'נט ער אנדערש איז הלכה כבתראי
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שמעון וואלף, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
שמעון וואלף האט געשריבן:ווי איך געדענק, שטייט דארט אז טאמער אן אחרון האט נישט געזעהן וואס די ראשון שרייבט און ער זאגט אנדערש, נעמט מען אים מ'וויל ג'י ראשון, אבער טאמער האט ער יא געזעהן און פונדעסוועגן פסק'נט ער אנדערש איז הלכה כבתראי
די געדענקסט גוט. ז"ל רמ"א בסעיף ב': כל מקום שדברי הראשונים כתובים על ספר והם מפורסמים והפוסקים האחרונים חולקים עליהם כמו שלפעמים הפוסקים חולקים על הגאונים הולכים אחר האחרונים דהלכה כבתראי מאביי ורבא ואילך (מהרי"ק שורש פ"ד) אבל אם נמצא לפעמים תשובת גאון ולא עלה זכרונו על ספר ונמצאו אחרים חולקים עליו אין צריכים לפסוק כדברי האחרונים שאפשר שלא ידעו דברי הגאון ואי הוי שמיע להו הוי הדרי בהו (מהרי"ק שורש צ"ו):
די ש"ך אין יו"ד ס"ס קפ"ט, ברענגט עס צו כדי לפסוק להלכה.
סתם כדי אנצומערקן, אז די לשון הרמ"א איז, אין צריכים לפסוק כדברי האחרונים, און נישט אז מ'טאר נישט.
[justify]מיין תגובה דא איז א מהלך וואס איך קלער. איך ברענג נישט קיין ראיות פשוט ווייל כ'בין צו א גרויסער עם הארץ. אז ס'געפעלט אייך אפאר נקודות, נעמט עס אין באטראכט.
וואס איז דער ענין פון מחלוקות צווישן ראשונים און אחרונים? ס'הייסט אינעם זעלבן דור איז אלעמאל שייך מחלוקות? למשל קרח קען זיך קריגן אויף משה'ן? פארוואס נישט? ווייל משה קיבל תורה מסיני. קרח קען האבן די שענסטע סברות, אבער משה שמע מפי הגבורה. משה איז דער תורה. די תורה זאגט אנדערש פון קרח'ס סברות.
ס'דא א יסודות'דיגער הבדל פון תורה שבכתב און תורה שבעל פה. תשב"כ לערנען אלע פון דעם זעלבן ספר. דערפאר, ביי די קראים למשל, גילטיגט א כלל אז יעדער זאל זיך זעלבסט מתבונן זיין אינעם חומש און אויפקומען מיט זיינע אייגענע פשטים. יעדענס פשט איז פונקט אזוי חשוב ווי עונן'ס פשט אליינס. פארשטייט זיך ס'דא א מקום צו ברענגען ראיות אהער און אהין, און מ'קען אפווענדן א שוואכע פשט. אבער מילתא דתליא בסברא איז קיינעמ'ס פשט נישט בעסער ווי א צווייטענס.
ביי געוויסע פראטעסטאנטישע שטרעמונגען, ווי מעטאדיסטן און באפטיסטן, איז גאר קאפויער. די גלויבונגען זענען געשאפן געווארן פאר און דורך געווענטליכע ארבייטער קלאס מענטשן. דארט מוטיגט מען אלע עשרה יוחסין אליינס צו ליינען דעם ביבל און אליינס צו פארשטיין מה אלוקים שואל ממך.
נאכאמאל להבדיל, ביינונז רבנישע אידן האמיר א תורה שבעל פה וואס איז די קארפוס פון די משניות'ער. מ'מוז צוקומען צו די תנאים צו וויסן און צו קענען די תורה. ווען תנאים קריגן צווישן זיך, זאגט מען ס'טייטש אז ס'דא מסורות חלוקות. ער האט מקבל געווען אזוי און ער אזי. צו ס'ממש געווען אזוי איז אן אנדער שאלה.
צו דערגיין דעם דערהער, לאמיר מקדים זיין אז תנא האט צוויי באדייטן. איינס איז א חכם בזמן התנאים, דאס הייסט צווישן חורבן און רבנו הקדוש'ס צייטן. ווער איז א תנא? אלע חכמים וואס מקעמיר פון די משניות. וואס איז געווען זייער ראלע אין תורה שבעל פה? איבערצוגעבן די קבלה אויף ווייטער. האבן זיי געזאגט אייגענע סברות? אוודאי, וואס דען. רבי אליעזר הייסט עס ער פלעגט נאר זאגן ממה ששמע מפי רבותיו. אנדערע נישט. נאר מיר ווייסן נישט צו פונאנדערשיידן א הלכה פון איז מקובל צו א הלכה גע'פסק'נט. ממילא וועלן מיר אננעמען אלעס וואס תנאים האבן אונז געלערנט אלס איש מפי איש.
צוויי, א חכם וואס חזר'ט און קען משניות אויף אויסנווייניג. דאס הייסט, משניות האט זיך נישט אראפגעשריבן אין איין טאג. ס'געבליבן פילע ברייתות וואס מ'האט מסדר געווען און אראפגעשריבן און די קומעדיגע יארן. אינדערצווישן זיינע פילע משניות געליגן אין קאפ פון די אזוי גערופענע תנאים ביזן טיף אינעם תקופת אמוראים אריין. תכלית, איז נישטא קיין חילוק צווישן געשריבענע משניות אויף א ספר צו די משניות אין זכרון פון די תנאים. ביידע זענען מקור תורה שבעל פה.
וואס איז די ראלע פון אמוראים? צו אויסטייטשן. אין אנדערע ווערטער, צו זאגן סברות און אויס'פסק'נען הלכות. זיי קענען בייגן אסאך מיט אוקימתות, אבער קענען זיך נישט אוועקנייגען פון די משניות. נישט ווייל תנאים זענען געווען פריער, נאר ווייל די ווערטער פון תנאים הן הן גופי תורה. רב תנא הוא ופליג נישט ווייל רב איז געווען א סופער-אמורא אין די "דרגא" פון א תנא. נאר פשוט רב האט קבלות מפי רבותיו. ער ווייסט וואס אנדערע ווייסן נישט. תנא מיינט מען אינעם צווייטן זין.
דעת בעל הבית היפוך דעת תורה איז נישט פשט דער תורה איז אלעמעל קאפויער פון דעת בעה"ב. א דעת בעה"ב איז קאממען סענס, אדער א גוטע סברא. די תורה איז נישט אנטי קאממען סענס דוקא. נאר פשט איז, דו קענסט האבן די שטערקסטע ראיות צו מטהר זיין שרץ בק"נ טעמים, קומט דער תורה אין זאגט ונפל מנבלתם עליו טמא הוא. דו ביזט מורא'דיג שארף און קלוג, אבער די תורה זאגט נישט אזוי. דו ביסט קרח קעגן משה.
צוביסלעך פראגרעסירט די תורה פון בעל פה צו בכתב ווען מער און ווערט אראפגעשריבן. דערפאר הלכתא כבתראי הייבט זיך מזמן רבא. רבי יוחנן ווייסט קבלות וואס רבא ווייסט נישט, ממילא העמיר גיין מיט רבי יוחנן'ען. וואס ווייסט אבער רבא וואס רב אשי ווייסט נישט? ביידע האבן צוטריט צו די זעלבע מקורות. רב אשי איז ענדערש ווייל ער איז בתראי. (דער געדאנק איז א פרישע מסורה כאילו. די זעלבע סיבה פארוואס בני ברק'ע טוען ווי דער חזון איש און סאטמארע ווי דער רבי זיע"א. פארוואס טון ווי דער רבי ווען אנדערע פריערדיגע פוסקים זאגן אנדערש? ווייל ער איז מיין רבי, און איך פיר זיך ווי אים. דאס זעלביגע מיט סוף אמוראים. זיי זענען געווען תלמידי רב אשי.)
סוכ"ס האבן די אמוראים אין באזיס געצייגן פון אוקימתות און חסורי מחסרות. ווייל די משניות זענען נישט גענצליך מסודר, און ס'דא פילע סתירות. אן אמורא קען זאגן דאס איז פשט און פארטיג. קענסט נישט וויסן צו דער פשט איז זיינס א סברא אדער א קבלה. ווייל ס'מוכרח אז ס'מוזן זיין קבלות. אז נישט קלאפט נישט איין משנה מיט דער צווייטע. יעצט גיי ווייס. קענסטוך נישט טענה'ן מיט אן אוקימתא וואס סתמא דש"ס איז מסכים דערצו.
דאס הייסט אז חתימת התלמוד איז סוף הוראה. ס'דא איין ריזיגער קארפוס פון ש"ס וואס איז די פארקערפערשאפט פון תורה שבעל פה. פון דא אין ווייטער מוזן אלע פסקים האבן ערנסטע ראיות אין ש"ס. נישט קיין אוקימתות. לכאורה איז געענדיגט מיט תשבע"פ. הכל בכתב עלי השכיל.
נאר ס'דא א קעטש. די חסרונות פונעם ש"ס זענען, איינס ס'נישט גענצליך מבואר בכמה מקומות, צו פון נישט גענוג רעדאגירונג, אדער די מושגים זענען נישט פארשטענליך צו תלמידים אינדרויסן פונעם פומבדיתא – סורא צירקל. ס'א ספר החתום. צוויי די שנויי נוסחאות זענען ווילד. דריי, די לכאורה'דיגע סתירות זענען אבנארמאל, ווי יעדער מעיין בתוספות ווייסט. ממילא איז דער תלמוד נישט ממש "סוף הוראה" ווי ס'איז זיך מתיימר צו זיין.
מ'ברויך ערנסט די הילף פון גאונים וראשונים אשר מפיהם אנו חיים. ס'נישט בלויז אזא אויסדרוק, נאר ממש מפיהם. די ישיבות אין בבל האבן געהאט מסורות און קבלות וויאזוי אפצולערנען די סוגיות. וויאזוי קענסטוך אהערשטעלן און זאגן, כ'האב אן אנדער מהלך אין די סוגיא? מהיכי תתי דיין גירסא איז אפילו אויסגעהאלטן? פיל מחלוקות צווישן ראשונים איז תלוי אין גירסאות.
דאס איז דער איין ענין פון נישט קענען חולק זיין אויף פריערדיגע, סברא קעגן קבלה. און דאס איז שייך נאר ווילאנג ס'דא מסורות בעל פה. ווי מער די תורה ווערט אראפגעשריבן אלס ווייניגער גילטיג ווערט די טעם. תורה שבעל פה כמעט וואס ס'עקזיסטירט שוין נישט זינט זמן ראשונים.
ס'הייסט רש"י לאזט זיך הערן מיט א שפראך וואס טויזנט יאר און דריי גלוית'ער שפעטער איז נאכאלץ קריסטאל קלאר. רמב"ם איז קלאר. פילע ספרי ראשונים זענען ספרים פתוחים. איך קען'עס פונקט אזוי גוט פארשטיין ווי א גדול זיבן הונדערט יאר צוריק. פארוואס אז זיין פשט בעסער ווי מיינס? לאו דוקא אז ס'איז.
נאר ס'דא נאך א דערהער פון אם ראשונים כמלאכים. ס'איז ענין פון א פערזענליכקייט. זיין צדקות, פרישות, חסידות, קדושה, גאונות, מלומד בניסים, מנהיג הדור, נעציאנאלער העלד, א.א.וו. ס'נישט אז מען "קען" נישט טעכניש קריגן אויף אימיצן, נאר גיי וואג זיך. גיי דיך קריגן מיט חתם סופר, דו ראצער איינער. גאנץ אונגארן זענען זיינע תלמידים. זאגסט קעגן א בפירוש'ן ט"ז. ס'איז געדרוקט אינעם שו"ע בלאט אריין. קריגסטוך מיט'ן שולחן ערוך?
ס'מוז אפילו נישט זיין געווארצלט אינעם מציאות. מהיכי תתי אז דער ש"ך איז געווען ווייניגער קדוש וטהור ווי בעלי תוספות? אז דער דברי חיים האט זיך ווייניגער מוסר נפש געווען פאר א מצוה דער רמב"ם? אז רבי חיים קנבייסקי האט ש"ס שגור על פיו ווייניגער ווי דער בית יוסף? מ'קען נישט וויסן באמת. אבער דער קאנצעפט פון ירידת הדורות עקזיסטירט, צו ס'אמת אדער נישט. די גדולי עולם לדורותיהם האבן זיך ערווארבן אזא מין העלא, א פייער פון רעספעקט ארום זייער פערסאנא, אזש זיי זענען אנטאטשאבל.
אם ראשונים כמלאכים האבן שוין אמוראים געזאגט. ס'נישט קיין נייע זאכן. און ס'איז לאו דווקא א געפיל וואס ס'איז עקסטרעניוס צו די השלתלשלות התורה. אז דער רמ"א פסקנ'ט און די בני אשכנז פירן זיך שוין אזוי פאר דורי דורות, איז דאס געווארן די תורה. אויף דעם זאגן חז"ל לא תשיג גבול ראשונים. ס'איז געווארן א נעטורלייזט חלק פון די תורה.
דאס איז אויף אן אמת. ס'נישט קיין מאב רול. דאס הייסט גדול בחכמה ובמנין. א גדול הדור איז אין די פאזציע צו מבטל זיין דברי חבירו פשוט ווייל דער עולם גייט אים אויסהערן, ווייל ער איז דער גדול הדור און אלע רבני הדור זענען אדער כפוף צו'נ'אים אדער זיינע תלמידים. אז נישט קען ער נישט חולק זיין פשוט ווייל ס'גייט זיך אים נישט איינגעבן. ודו"ק.
און קורצן, צו קען אן אחרון קריגן? זאל ער פרובירן, לאמיר זען צו ער קען.[/justify]