הלכות, מיימרות וואס האבן נישט קיין פריערדיגע מקור

מחשבה, השקפה ועיון
א חסיד פון ווילנא
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 651
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 14, 2020 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 238 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 275 מאל

הלכות, מיימרות וואס האבן נישט קיין פריערדיגע מקור

שליחה דורך א חסיד פון ווילנא »

איך האב געזען א ליקוט פון 1) הלכות און מנהגים וואס האט נישט קיין מקור אפילו פון ראשונים 2) מאמרי חז"ל, מדרשים וואס ווערט אראפגעברענגט אין אחרונים אבער שטייט נישט אין ערגיץ 3) קשיות אויף פסוקים אדער מאמרי חז"ל פארוואס שטייט אזוי, אבער מ׳ קוקט אריין אין פסוק/מאמר חז"ל שטייט טאקע נישט אזוי וקושיא מעיקרא ליתא
און נאך מילתא דתמוהות אין אחרונים

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
א חסיד פון ווילנא
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 651
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 14, 2020 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 238 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 275 מאל

Re: הלכות, מיימרות וואס האבן נישט קיין פריערדיגע מקור

שליחה דורך א חסיד פון ווילנא »

איך וועל אנהייבן מיט איינס
אין די נאנטע טעג גרייט מען זיך צום יו"ו סוכות, אידן ווערן טרוד מיט די ד׳ מינים, די ערשטע זאך וואס די סוחרים אדווערטייזן און פארוואס עס איז דא הכשרים אויף אתרוגים איז אז עס איז בלתי מורכבים ווייל מיט א מורכב איז מען נישט יוצא די מצוה
מיר טרעפן נישט אין חז"ל אדער אין ראשונים די מינדעסטע ווארט וועגן א פסול אויף מורכבים, אלעס איז נאר אין אחרונים, שטעלט זיך די פראגע ווי און ווער איז דאס נתחדש געווארן?
מ׳ קען נישט זאגן אז עס איז נאך נישט געווען אזא באגריף ווי הרכבה ווייל אין חז"ל טרעפט מען אסאך דערוועגן, כלאים וכדומה, אבער קיין ווארט נישט וועגן אתרוג


Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

די אחרון האלט אז דער ראשון און דער פסוק וואלט אויך געהאט א פראבלעם מיט מורכב - ס'איז נישט קיין ריין אתרוג.
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
א חסיד פון ווילנא
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 651
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 14, 2020 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 238 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 275 מאל

Re: הלכות, מיימרות וואס האבן נישט קיין פריערדיגע מקור

שליחה דורך א חסיד פון ווילנא »

הקטן האט געשריבן:די אחרון האלט אז דער ראשון און דער פסוק וואלט אויך געהאט א פראבלעם מיט מורכב - ס'איז נישט קיין ריין אתרוג.
עס איז דאך געווען דעמאלס אויך, און זיי האבן גארנישט געזאגט

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

וויאזוי ווייסטו אז עס איז געווען? עס זעהט מיר אויס ווי שפעקילאציע.

דיין משל איז נישט קיין גוטע משל.

דער נידון איז גוט.

הלכות וואס מען האט גע'אסר'ט בזמן הזה, כאטש עס איז באמת מותר לויט דער גע'פסק'נטע כללים, איז בורט קאנטראל, און דער עירוב אין ב"פ און ווילי, (נישט לויט די וואס האלטען רשות הרבים - כאטש עס איז אויך נישט לויט די גע'פסק'נטע כללים, אבער איך רעד בעיקר לויט די חסידישע מחמירים), שייטלעך, סיי די וואס אסר'ן מחמת האר, סיי די וואס אסר'ן מחמת עבודה זרה.

מען קען אריין לייגן זאכן וואס זענען שוין איינגעפירט דורות לאנג אויך, למשל א קאפעל, וואס דאס איז היינט דער אידישער סימבאל, און איז בכלל נישט געוועהן איינגעפירט די ערשטע פאר טויזענט יאר נאך מתן תורה. און אוודאי די צוויי כיסוים משוגעת וואס איז אפשר הונדערט יאר אלט.

דער גאנצע הלכה פין א לאנגע שייטעל, דער הלכה פין קאלירטע זאקען ( מענער און פרויען), אז מענער מוזן גיין שווארץ, אז די קליידער פין פרויען טארן נישט זיין לאנג אדער קורץ, נאר עפעס פונקט אינדערמיט.

און דער תורה שרייט לא תוסיפו.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

דער משל איז שוין איין מאל א גוטע משל. א הלכה וואס מ'טרעפט ערשט יארן שפעטער איז א טשיקאווער זאך, און עס מאכט זיך זעלטן. עס איז א חידוש ביי אלעמן. צוויי כיסויים וכדו' זענען אפיציעל חידושים\חומרות\עניינים\חסידות וכדו', וואס קיינער קלערט נישט אז זיי זענען פון די מיטל-אלטער. קיינער האט נישט קיין הו"א אז דער ריטב"א האט געגעסן קרעפליך אום הושע"ר
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
מנחם ציון
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 755
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 10, 2020 5:47 pm
האט שוין געלייקט: 479 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 679 מאל

שליחה דורך מנחם ציון »

ליטוואק זאגט גוט
אתרוגים מורכבים פארנעמען ערנסטע שטחים אין די תשובות ספרים
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

אבער מורכבים איז א שאלה וואס איז אויפגעקומען שפעטער, איז קיינמאל נישט געוועהן א שאלה, דער הנחה אז אמאהל איז עס אויך געוועהן במציאות, איז סתם אהן א ראיה.

און ווען א שאלה קומט אויף איז מען דן אויב עס איז כשר. נישטא גארנישט ראנג.

מאכן נייע הלכות און איסורים ווייל מען וויל, דאס איז ראנג.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

איך מאך עס נישט אוועק, עס איז נאר אינטרעסאנט. איך זוך ערליכעהייט א תימנ'ער אתרוג, ווייל איך זארג מיר וועגן מורכבים. איך ווייס נישט צו איך וואלט געמאכט א ברכה אויף אן אתרוג פון דער עדה חרדית, צוליעב די פראבלעם. אבער אינטרעסאנט איז עס פארט. אזוי ווי קטניות ועוד, וואס מ'עסט נישט אבער דרוש וקבל שכר איז עס נאך.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
א חסיד פון ווילנא
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 651
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 14, 2020 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 238 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 275 מאל

Re: הלכות, מיימרות וואס האבן נישט קיין פריערדיגע מקור

שליחה דורך א חסיד פון ווילנא »

אישתישבי האט געשריבן:אבער מורכבים איז א שאלה וואס איז אויפגעקומען שפעטער, איז קיינמאל נישט געוועהן א שאלה, דער הנחה אז אמאהל איז עס אויך געוועהן במציאות, איז סתם אהן א ראיה.

און ווען א שאלה קומט אויף איז מען דן אויב עס איז כשר. נישטא גארנישט ראנג.

מאכן נייע הלכות און איסורים ווייל מען וויל, דאס איז ראנג.
פארוואס אן א ראי׳ די גמרא רעדט אסאך מאל פון מרכיב זיין פירות, איז משמע אז עס איז געווען אזא מושג ווי הרכבה, און דאך זעט מען נישט רעדן דערפון ביי אתרוגים

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
א חסיד פון ווילנא
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 651
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 14, 2020 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 238 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 275 מאל

Re: הלכות, מיימרות וואס האבן נישט קיין פריערדיגע מקור

שליחה דורך א חסיד פון ווילנא »

אישתישבי האט געשריבן:וויאזוי ווייסטו אז עס איז געווען? עס זעהט מיר אויס ווי שפעקילאציע.

דיין משל איז נישט קיין גוטע משל.

דער נידון איז גוט.

הלכות וואס מען האט גע'אסר'ט בזמן הזה, כאטש עס איז באמת מותר לויט דער גע'פסק'נטע כללים, איז בורט קאנטראל, און דער עירוב אין ב"פ און ווילי, (נישט לויט די וואס האלטען רשות הרבים - כאטש עס איז אויך נישט לויט די גע'פסק'נטע כללים, אבער איך רעד בעיקר לויט די חסידישע מחמירים), שייטלעך, סיי די וואס אסר'ן מחמת האר, סיי די וואס אסר'ן מחמת עבודה זרה.

מען קען אריין לייגן זאכן וואס זענען שוין איינגעפירט דורות לאנג אויך, למשל א קאפעל, וואס דאס איז היינט דער אידישער סימבאל, און איז בכלל נישט געוועהן איינגעפירט די ערשטע פאר טויזענט יאר נאך מתן תורה. און אוודאי די צוויי כיסוים משוגעת וואס איז אפשר הונדערט יאר אלט.

דער גאנצע הלכה פין א לאנגע שייטעל, דער הלכה פין קאלירטע זאקען ( מענער און פרויען), אז מענער מוזן גיין שווארץ, אז די קליידער פין פרויען טארן נישט זיין לאנג אדער קורץ, נאר עפעס פונקט אינדערמיט.

און דער תורה שרייט לא תוסיפו.
די וואס אסר׳ן שייטלעך מחמת ע"ז איז א נייע זאך? הנאה האבן פון ע"ז איז א נייע איסור?

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
א חסיד פון ווילנא
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 651
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 14, 2020 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 238 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 275 מאל

Re: הלכות, מיימרות וואס האבן נישט קיין פריערדיגע מקור

שליחה דורך א חסיד פון ווילנא »

קטניות איז א גזירה וואס מ׳ האט חושש געווען צולי א מכשול וואס קען ארויסקומען דערפוןש מ׳ האט געהערט אז מ׳ מאכט א איסור למיגדר מילתא
אבער א אתרוג מורכב איז בפשטות געקענט זיין אלע יארן ווייל מ׳ האט מרכיב געווען פירות, דאך האט קיינער נישט חייש געווען

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:
אישתישבי האט געשריבן:אבער מורכבים איז א שאלה וואס איז אויפגעקומען שפעטער, איז קיינמאל נישט געוועהן א שאלה, דער הנחה אז אמאהל איז עס אויך געוועהן במציאות, איז סתם אהן א ראיה.

און ווען א שאלה קומט אויף איז מען דן אויב עס איז כשר. נישטא גארנישט ראנג.

מאכן נייע הלכות און איסורים ווייל מען וויל, דאס איז ראנג.
פארוואס אן א ראי׳ די גמרא רעדט אסאך מאל פון מרכיב זיין פירות, איז משמע אז עס איז געווען אזא מושג ווי הרכבה, און דאך זעט מען נישט רעדן דערפון ביי אתרוגים

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk


די גמרא רעדט טאקע פין הרכבה, אבער האסט אמאהל געזעהן א שאלה פין די גמרא ביז היינט וואס די הלכה איז מיט טרויבן וואס זענען מורכב אױב דער וויין איז כשר פאר קידוש און ד' כוסות אדער איז אסור פאר א נזיר?

מען רעדט נאר פין זאכן וואס זענען שכיח.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:
אישתישבי האט געשריבן:וויאזוי ווייס


........

און דער תורה שרייט לא תוסיפו.
די וואס אסר׳ן שייטלעך מחמת ע"ז איז א נייע זאך? הנאה האבן פון ע"ז איז א נייע איסור?

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk


ניין.

אבער אויפטרייבען וועלכע איסור מען קען נאר אויף א שייטעל איז ראנג, און דער לעצטער איסור איז ע"ז, און עס איז ב"ש.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
באניצער אוואטאר
כרם זית
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 942
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
האט שוין געלייקט: 2702 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל

שליחה דורך כרם זית »

איך פארשטיי בכלל נישט די משל פון אתרוגים מורכבים. צי די ראשונים רעדן פון דעם צי נישט, איז נישט קיין שום ראיה אז די הלכה איז א געוויסע וועג, אדער אז די שמועס אין די גדולי אחרונים זענען ב''ש. כמיין אויב אזוי אין לדבר סוף. למשל די מדינה איז א זאך וועלכע ווערט נישט דערמאנט אין די ראשונים...

גראדע, דער ב''ח האלט אז אתרוג המורכב איז כשר.
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
א חסיד פון ווילנא
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 651
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 14, 2020 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 238 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 275 מאל

Re: הלכות, מיימרות וואס האבן נישט קיין פריערדיגע מקור

שליחה דורך א חסיד פון ווילנא »

כרם זית האט געשריבן:איך פארשטיי בכלל נישט די משל פון אתרוגים מורכבים. צי די ראשונים רעדן פון דעם צי נישט, איז נישט קיין שום ראיה אז די הלכה איז א געוויסע וועג, אדער אז די שמועס אין די גדולי אחרונים זענען ב''ש. כמיין אויב אזוי אין לדבר סוף. למשל די מדינה איז א זאך וועלכע ווערט נישט דערמאנט אין די ראשונים...

גראדע, דער ב''ח האלט אז אתרוג המורכב איז כשר.
קוק אויפ׳ן קעפיל פון אשכול
איך האב נישט געוואלט מכריע זיין קיין הלכה, די אשכול איז פאר זאכן וואס מ׳ זעט נישט קיין מדובר דערפון אין די ראשונים, אוודאי האבן די אחרונים א כח צו מחדש זיין הלכות

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

מאכן א מדינה איז א גוטע משל. האט נישט קיין מקור, און צענליגער טויזענטער האלטען אז עס איז ערגער פין די שלש חצוצרות.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
אויליגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 149
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 08, 2014 3:08 am
האט שוין געלייקט: 88 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 90 מאל

שליחה דורך אויליגער »

קען זיין אז סאיז געווען א דבר פשוט אז א פרי מורכב ווערט א נייט מציאות און ווערט א נייע פרי וועגן דעם זעט מען נישט רעדן פון א אתרוג מורכב ווייל סהייסט שוין נישט אתרוג (פונקט ווי א גרעיפפרוכט איז א נייע פרי נישט קיין ארענדזש מורכב אדער ביי א חיה למשל א פרד (mule) ווערט א נייע מציאות נישט קיין חמור מורכב אדער סוס מורכב)
לייקען לייקען איז א גוטע זאך ענטפערן א תגובה איז א בעסערע זאך
פארשפארט