"וואטשען" א פילם
"וואטשען" א פילם
אין די לעצטע וועקער האט [tag]לאשיצער[/tag] געשריבן אז די היימישע אידיש האט געמאכט א נייע ווארט פאר שפאצירען, "וואקן"- וואס מיינט גיין מיט די פיס בכלליות, און שפאצירן מיינט דווקא גיין שטייט פאר א שפאציר.
איך מיין אז נאך אזא היימישע אידישע ווארט איז "וואטשען" פאר וואטשען א ווידיא אדער מאווי. די היימישע אידיש מאכט א חילוק צווישן "קוקן" וואס מיינט א קורצערע קוק, אפשר נאר אפאר מינוט. און "וואטשען" וואס מיינט זיך אוועקזעצן און קוקן א לענגערע צייט.
איך מיין אז נאך אזא היימישע אידישע ווארט איז "וואטשען" פאר וואטשען א ווידיא אדער מאווי. די היימישע אידיש מאכט א חילוק צווישן "קוקן" וואס מיינט א קורצערע קוק, אפשר נאר אפאר מינוט. און "וואטשען" וואס מיינט זיך אוועקזעצן און קוקן א לענגערע צייט.
- קאצקע ציקער
- חבר ותיק
- הודעות: 2203
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
- האט שוין געלייקט: 1052 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
כוכב האט געשריבן:קראסן.
("קענסט מיך פליז קראסן")
כוכב: ס'איז אמאל געקומען א איד פון אייראפע/יוראפ באזוכן זיין קרוב אין אמעריקע. ווען יענער קרוב האט איהם דערזעהן האט ער איהם באגריסט מיט דעם פאלגנדן פזמון...שלום עליכם. פליעס קומט אריין טוט אייך אויס דעם קאוט,נעמט אייך א טשעיר און מאכט אייך קאמפארטעבל. ווען דער קרוב האט איהם געפרעגט...וואס רעדט איהר? האט ער איהם געענטפערט...פלעין יודיש...!
בדידי הוה עובדה: איך בין פונקט געווען ביי מיין קרוב אין גראסערי ווען ס'זענען אריינגעקומען 2 זיסע קינדער'לעך א ברודער און א שוועסטער, פון ארץ ישראל און זיי האבן געזאגט אז זייער מאמע האט געבעטן אז זיי זאלן קויפן..."אפונים וגזר"... מיין קרוב, א וויליאמסבורגער יונגערמאן האט נעבעך נישט געוואוסט בחייכון צו זאגן וואס דאס מיינט. דאס איז דאך די שפה הטמאה, רחמנא ליצלן מהאי דעתא. האט ער זיי איבערגעפרעגט..."וואס"? האבן זיי ווידער געזאגט די זעלבע...האביך מיך אנגערופן..."Peas & Carrots"...!
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
- לאשיצער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 149
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2015 11:49 pm
- האט שוין געלייקט: 74 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 302 מאל
בת קול האט געשריבן:לבי ובשרי האט געשריבן:אגב, 'וואטשן' אדער 'וואטשען'?
אן די 'ע'.
מען לייגט נאר צו אן ע פאר אן ׳ן׳ נאך א מ׳ נ׳ נג׳ אדער נק׳ אדער ל׳ וואס האט א קאנסאנענט פאר דעם.
(נעמען, קענען, שענקען, זינגען) און (וועלן, פידלען)
ריכטיג [tag]בת קול[/tag]! און אויך נאך א וואקאל: זיך פרייען, נישט פריין. (פארהאן אויסנאמען: גיין, שטיין, פארשטיין; מיר/זיי גייען, שטייען, פארשטייען)
איך וויל אויך מוסיף זיין אז די אויבן דערמאנטע כללים זענען חל אויף ווערבן און סובסטאנטיוון (נאונס). אויף אדיעקטיוון זענען דא אנדערע כללים.
איך קוק ארויף אין בלויען הימל אריין. (וואקאל + -ען)
איך רעד מיט א פרומען איד. (מ' + -ען)
איך זיץ אונטער א גרינעם בוים. (נ + -עם; דאס איז אויך חל אויף איין אויסנאם, נייעם. פארגלייך: אינעם פרייען לאנד נישט פרייעם)
כ'עס א לאנגן לאקש. א הערעלע וואקסט ארויס פון זיין לינקן אויער. (נג/נק + -ן, נישט -ען)
איך רעד מיט אן איידעלן בחור. (קאנסאנאנט + ל [איידל], שטעלט מען צווישן זיי אן ע'; נישטא קיין צווייטע ע' נאכן ל')
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 187
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 08, 2015 4:48 am
- האט שוין געלייקט: 87 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 194 מאל
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:יאפ
[tag]רביה''ק זי''ע[/tag] דאס איז הילעריעס! אופס, נאך א ווארט אין ענגליש...
We buy things we don't need
with money we don't have
to impress people we don't like
(קרעדיט: @טייערע ברודער)
with money we don't have
to impress people we don't like
(קרעדיט: @טייערע ברודער)
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 148
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אוגוסט 29, 2020 11:35 pm
- האט שוין געלייקט: 97 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 149 מאל
חתם סופר האט געשריבן:איך מיין אז נאך אזא היימישע אידישע ווארט איז "וואטשען" פאר וואטשען א ווידיא אדער מאווי. די היימישע אידיש מאכט א חילוק צווישן "קוקן" וואס מיינט א קורצערע קוק, אפשר נאר אפאר מינוט. און "וואטשען" וואס מיינט זיך אוועקזעצן און קוקן א לענגערע צייט.
די פראגע איז, אויב א באגריף טוט אָפיציעל נישט עקזיסטירן אין די געזעלשאפט, (איסור אויף װידיאָו), צו קען מען דן זיין א װארט דערויף פאַרן אָפיציעלן לעקסיקאָן....
בּאַ אונדז װערט דאס װארט "װאַטשן" געניצט אלס היטן\שמירה\אָבּאַכט געבּן
למשל: שלוימי, קענסט מארגן נאכט װאטשן די קינדער? כ'װיל צוגיין צו מיין פרענדס שמחה
אינטערעסאנט, געװענלעך ניצט מען דאס נאָר אין באצוג צו א קרוב אדער שכן וכדו' װאס טוט עס אומזיסט
װידעראום א באצאלטע װעט מען טאקע זאגן "בּעיבּי-סיטן - בּעיבּי-סיטער
כ'בין אבער נישט באקאנט װי פארשפּרייט עס איז
די אנדערע באנוץ באנגלית פאַרן װארט watch, נעמלעך זייגער, איז דאכצעך נישט מצוי באַם היימישן עולם
Just another nerd