אז מ'הייסט, הייסט מען

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

אז מ'הייסט, הייסט מען

שליחה דורך ונבנתה העיר »

לא איש דברים אנכי, אבער אז פאליטיקאנט הייסט מוז מען קאטשקען עטליכע הרהורים.

כ'האב לעצטענס געמאכט אזא עקספערימענט:

כ'פרעג דעם היימישן עולם, ווער איז געווען פריער, נאפאליאן אדער וואשינגטאן. פרובירט עס אליין, איר וועט הנאה האבן.

וואס איז פשט? זייער פשוט, נאפאליאן איז סינאנים מיט אייראפע, דער אלטער רבי, דער רבי פון לובלין, קליפות, ענינים, מלחמות אין הימל, וכו' וכו'.

וואשינגטאן אבער, האט נישט געהאט די אלע דאגות. אין דער צייט וואס נאפאליאן האט געהאט אן אוידיענץ ביים שטן, האט ער געזוכט דעם אמעריקאנעם חלום אין די זומפן פון דעלעוועיר, דא ביי אונז, למטה מעשרה טפחים.

נו זאגט איר אליין, ווער איז געווען פריער?...

(מ'דארף טאקע מברר זיין ביי די אינדיאנער, צי זייערע רביס האבן נישט געפירט הימלישע מלחמות מיט וואשינגטאן.)

---------------

מנחם ציון זז"ג האט געפענט אן אשכול איבער וועלכע עפאכע איר וואלט געוואלט לעבן. רוב האבן עפעס א תקופה אינעם עבר, געוויסע ענלייטענד אידן - אינעם עתיד.

איר באמערקט אן אינטערעסאנטע זאך? קיינער קלויבט נישט אויס תש"פ.

תש"פ איז סתם נישט אינטערעסאנט. דאס לעבן אינעם הוה איז אלעמאל מאנדעין. וואס גייט שוין פאר? כ'דארף גיין אין געז-סטעישאן קויפן געז? כ'דארף געדענקן צו נעמען א שירעם ווייל עס רעגנט? עס גייט פאר אן עלעקשאן און א קאראנע? נו נו. נישט עפעס מורא'דיג.

די איינציגע אפציע – אלעמאל - איז טראכטן פונעם עבר, אדער חלומ'ען פונעם עתיד.

-----------

אמאל זענען געווען גרויסע אידן, היינט איז אלעס פארעווע, עפעס נישט אהין און נישט אהער.

אמאל זענען אידן געווען בעלי מדרגה. אפי' דער פשוט'ער תהילים איד, איז געווען א צדיק מופלג לגבי היינטיגע בעלי בתים.

כ'מיין אז די טענה איז נאכנישט אויפגעברענגט געווארן:

דאס ווייסן מיר דאך זיכער אז אמאל זענען אויך געווען רשעים מהודרים, לויט אלע שיטות. רוצחים מוסרים ואפיקורסים. אויב אזוי, וויאזוי פארבריקט מען דעם געפ צווישן די צדיקים נוראים און רשעים ארורים?

דער געזונטער שכל זאגט, אז ווען א סאסייעטי האט צוויי קצוות, דארף זי אויך האבן אלע מדרגות אינצווישן, וואס ערפילט דעם געפ, און ערלויבט אירע מעמבערס זיך צו געפונען וואו אימער פון איין קצה ביז'ן אנדערען.

------------

פונקט פריער איבערגעלערנט דעם פאום פון עליזעבט די ערשטע. יעדע מאל באזונדער גיי איך ארויס פון התפעלות פון די צוויי שורות:

My care is like my shadow in the sun --
Follows me flying, flies when I pursue it,

ענד איי טינק טו מייסעלף, דאס האט געשריבן א פרוי אין די 1500ס. א פרוי, מיינד יו.

פארוואס אין 2020 קענען אלע גויטעס הארץ, זיין נארמאל-ערצויגענע ברואים, פירן ערוואקסענע שמועסן מיט חכמה און וויט. נאר אז כ'גיי ביי אונז אין גאס, מוז די ברייט פונעם סיידוואק זיין פארשטעלט מיט קינדער בדמות נשים פארקוטשעט אין טורבאנס, העפטיג פארטון אין נארישע פראפלערייען, ווי זיי וואלטן זיך געפונען אינעם מיטל-אלטער.

בנות ישראל נאות הן, אלא שהצניעות מנוולתן.

----------------

ס'קומט א גרויסע טאג ביי אידן, עס איז סעפטעמבער דעם עלעפטן.

באטראכטענדיג דעם דור אשר לא ידע את יוסף, גאנצע שיפמענטס פון אינגעלייט וועלכע ווייסן פון 9/11 נאר מפי השמועה, פלעג איך אמאל טראכטן אז איך שטיי בעסער. איך האב עס מיטגעלעבט, זיי האבן נאר געהערט דערוועגן.

אבער לשיטתינו הייב איך אן טראכטן פארקערט. ביי מיר איז עס געווען א געשעעניש אין די ריעל ווארלד, כ'בין געגאנגען אין ישיבה, אנגעקומען באדעקט ווייס מיט אש, געהערט די נייעס וכו'.

די ריעל ווארלד איז קיינמאל נישט אינטערעסטינג. די ריעל ווארלד איז ניטאמאל אמת, פריער איז עס נישט געווען, א רגע שפעטער איז עס שוין נישט דא.

ביים נייעם דור איז עס א טייל פון היסטאריע, ניין עלעווען איז ביי זיי ווי ס'איז ביי מיר פורל-הארבאר. עס איז אן אמת'ע געשעעניש, עס איז פארשריבן אין היסטאריע.

-------------

ענד היער ווי גאו עגעין.

מ'האלט שוין ווייטער ביי סליחות, די דזשאוק קאנטיניוס.

מה שהי' הוא שיהי'. איטס אלל אין יור מיינד. באמת איז עס נישט אן עבודה פון צוויי חדשים. ווי זאגט דער רמב"ם, א בעל תשובה איז משנה שמו, כלומר, אני אחר, ואיני אותו האיש שעשה אותן המעשים, ומשנה מעשיו כולם לטובה ולדרך ישרה.

דזשאסט לייק דעט.

נאר וואס, אז דער ספליט-סעקאנד קליק זאל נקלט ווערן, דארף מען צוויי חדשים צערעמאניעס.

א חבר מיינער האט מיר לעצטענס געפרעגט א קלאץ קשיא. דער רמב"ם זאגט אז ווען אברהם אבינו האט משיג געווען אחדות ה' וכו' איז ער ארומגעגאנגען לקרות בשם ה', עד שנתקבצו אליו אלפים ורבבות, והם אנשי בית אברהם, ושתל בלבם העיקר הגדול הזה.

פרעגט ער, וואו זענען די אלע צענדליגער טויזענטער נעלם געווארן שפעטער, קיין מצרים זענען דאך אראפ נאר די זיבעציג אייניקלעך?

וואס דען, קיין שופר האבן זיי געבלאזן, קיין אתרוג האבן זיי געשאקלט, ניטאמאל א דזשי ענד דזשי רעקל איז געווען צו באקומען. איין דזשאב האבן זיי געהאט, ווען מ'פרעגט וויפיל געטשקעס זענען דא, מוזן זיי למען ה' ענטפערן – איינס.

ביז היינט פלעגט ער זאגן צען, יעצט האט מען גע'פועל'ט ער זאל זאגן איינס. העפי נאו?

גאט האט אונז צוגעשטעלט צוויי חדשים פון צערעמאניעס. פונקטליכע אינסטרוקציעס ווען מיר זאלן וויינען און ווען טאנצן, עס איז אן אויסגערעכנטער רעצעפט אז די זאפט זאל גוט אריין אין ביינער. למען תהי' יראתו על פניכם לבלתי תחטאו.

און ע"ד מוסר האביך גענטפערט, אז די אנשי בית אברהם זענען אלע געגאנגען צו ישמעאל. אז דער רבי שטארבט גייען די שטוב-מענטשן צום עלטערן זון. צום שייגעץ.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
יעקב מעקסוועל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 360
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 12:30 pm
האט שוין געלייקט: 930 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1187 מאל

שליחה דורך יעקב מעקסוועל »

פאליטיקאנט, ביטע הייס אים מער אפט.
Thoroughly conscious ignorance, is the prelude to every real advance in science - James Clerk Maxwell
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1413
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
געפינט זיך: אין דמיון
האט שוין געלייקט: 765 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

Re: אז מ'הייסט, הייסט מען

שליחה דורך פאליטיקאנט »

איך טראכט שוין פאר די לעצטע צען מינוט וואס קען איך דא צולייגן צום אשכול, כ'בין שוין דורכגעגאנגן יעדע שורה עקסטער, שוין עטליכע מאל געשריבן און געמעקט.... למעשה האביך נישט עכט צוצולייגן......


איז מיר נאר געבליבן צו ווארטן אז @מי אני זאל לינקן עפעס אויף וואס איך זאל זיך קענען ברעכן קאפ......



ייש"כ @ונבנתה העיר שיק אריין דיין קוויקפעי אין אישי......
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

ונבנתה העיר האט געשריבן:אמאל זענען געווען גרויסע אידן, היינט איז אלעס פארעווע, עפעס נישט אהין און נישט אהער.

אמאל זענען אידן געווען בעלי מדרגה. אפי' דער פשוט'ער תהילים איד, איז געווען א צדיק מופלג לגבי היינטיגע בעלי בתים.

כ'מיין אז די טענה איז נאכנישט אויפגעברענגט געווארן:

דאס ווייסן מיר דאך זיכער אז אמאל זענען אויך געווען רשעים מהודרים, לויט אלע שיטות. רוצחים מוסרים ואפיקורסים. אויב אזוי, וויאזוי פארבריקט מען דעם געפ צווישן די צדיקים נוראים און רשעים ארורים?

דער געזונטער שכל זאגט, אז ווען א סאסייעטי האט צוויי קצוות, דארף זי אויך האבן אלע מדרגות אינצווישן, וואס ערפילט דעם געפ, און ערלויבט אירע מעמבערס זיך צו געפונען וואו אימער פון איין קצה ביז'ן אנדערען.

אגב, איך האב געזעהן בשם איינעם (איך געדענק נישט יעצט פונקטליך וועמען. איך האב עס געזעהן צוגעברענגט אין זמירות שמן ראש; ווען ס׳עט אונטער קומען ת״י וועל איך אי״ה צושטעלן דעם מקור ממש) אז דאס איז טאקע די געדאנק; א סארט מיסטישע רוחניות׳דיגע השוואה בהמחלוקת ונידון איבער דאס געדאנק פון ירידת הדורות. דהיינו, אז עס ארבעט פראפארציאנאל. די סיבה פארוואס אמאל זענען געווען מער בעלי מדריגה ברוחני ווי שפעטערדיגע דורות, למשל נביאים אא״וו, איז אז בשעתם זענען לעומתם געווען די ״עוורידזש״ בני הדור רשעים גמורים ממש. אין די צייטן פון למשל די תנאים איז שוין געווען בעסער אבער דאך מער-ווייניגער שוואך, זענען די גוטע [תנאים] בדורם געווען מער במדריגה ווי שפעטער, אבער דאך נישט אזוי ווי זייערע פארגייערס, וויבאלד למעשה איז די אלגעמיינע עוורידזש וועלט/מענטשהייט געווען בעסער ווי זייערע פארגייענדיגע דורות בכלליות. דאס גייט אזוי ווייטער און ווייטער וואו פון איין זייט ווערט די דורות בכלליות בעסער [ברוחניות/תורה/קדושה וכו׳], אבער וועגן דעם טאקע אליין ווערן/זענען די קדושים/עליטע פון די דור שוואכער אויך.

מ׳קען דערויף אביסל פרעגן מדורו של חזקיהו המלך (סנהדרין צד:) ודורו של רשב״י (זוהר). אבער מ׳קען אפשר ענטפערן אז אין די גענעראלע טרענד פון די ״עליית״ הדורות בכלליות איז דאס ״ענאמעלאס״ וממילא האט דאס נישט געטוישט דעם גענעראלן טרענד. ועוד אז דאס איז נאר געווען בנוגע דאס אידישע פאלק דעמאלטס, אבער די וועלט בכלליות איז נאך געווען גאר שוואך. ווי אויך איז אביסל שווער דערויף דאס וואס מיר טרעפן למשל ״ראוי שתשרה וכו׳ אלא שאין דורו/ם זכו לכך״ - לויט די טעזע/מהלך איז דאך פונקט פארקערט.
ונבנתה העיר האט געשריבן:פונקט פריער איבערגעלערנט דעם פאום פון עליזעבט די ערשטע. יעדע מאל באזונדער גיי איך ארויס פון התפעלות פון די צוויי שורות:

My care is like my shadow in the sun --
Follows me flying, flies when I pursue it,

ענד איי טינק טו מייסעלף, דאס האט געשריבן א פרוי אין די 1500ס. א פרוי, מיינד יו.

פארוואס אין 2020 קענען אלע גויטעס הארץ, זיין נארמאל-ערצויגענע ברואים, פירן ערוואקסענע שמועסן מיט חכמה און וויט. נאר אז כ'גיי ביי אונז אין גאס, מוז די ברייט פונעם סיידוואק זיין פארשטעלט מיט קינדער בדמות נשים פארקוטשעט אין טורבאנס, העפטיג פארטון אין נארישע פראפלערייען, ווי זיי וואלטן זיך געפונען אינעם מיטל-אלטער.

בנות ישראל נאות הן, אלא שהצניעות מנוולתן.

מ'קען אפשר אביסל צולייגן אז די ערשטע סטאנזא פונעם צוגעצייכענטן פאום, וואו זי רעדט איבערן דאס דארפן באהאלטן און פעלשן אירע אמת'ע געפילן, איז א שטיקל לימוד זכות אויף היימישע פרויען בנוגע חכמה בנידון דידן. דהיינו, אז מה דאך ביי מענער אין אונזער געזעלשאפט איז דאס שמועסן פון סאבסטאנטיווע דברי חכמה, ווי נישט, מער אן אראפגעקוקטע זאך ["אויפגעקלערט"], איז דאס אין אונזער פאטריארכישע געזעלשאפט א כ"ש ביי פרויען, וממילא גיבט דאס צו א סיבה אז זיי זאלן נישט שמועסן דערין אפגעזעהן פון וואס זיי האלטן און קענען אינערליך באמת. און מיט דעם קען מען טייטשן דעם אריגינעלן מימרא פון רבי ישמעאל דארט אין נדרים סו. (און טאקע מיט טרערן...) בנות ישראל נאות הן אלא "שהעניות" מנוולתן, און פריער אין נדרים דארט (מא.) איז באקאנט אז נקטינן אין עני אלא בדעה. ולענינינו איז די רמז אז דאס "עניות" פון (היכר וחשיבות החכמה וה)דעת איז וואס איז מנוול בנות ישראל בנידון דידן.

אזוי ווי די כותרת לויטעט, אז [tag]פאליטיקאנט[/tag] הייסט פאלגט מען. ולכבודו, אז די אשכול איז צושטאנד געקומען אדאנק אים, קען מען דאס צושטעלן צום פריערדערמאנטן געדאנק אז מ'דארף גיין קעגן די עניות בדעת. די פסוק זאגט (קהלת ט טו) ומצא בה איש מסכן חכם ומלט הוא את העיר בחכמתו וגו'. ווי באקאנט איז די עטימילאגיע פונעם ווארט פאליטיק ["פאליטיקאנט"] פונעם גריכישן פאליס וואס מיינט א/די שטאט. וממילא לענינינו איז דאס די רמז "ומצא בה איש מסכן חכם", היינו די ענין פון חכמה/דעת וואס ווען עס פעהלט איז דאס די אמת'ע עניות/מסכן, "ומלט הוא את העיר בחכמתו", און די אשכול איז מעורר אויף דעם כנ"ל, וואס די אשכול איז צושטאנד געקומען אדאנק "[tag]פאליטיקאנט[/tag]" אשר תיבת פאליטיק מרמז במקורו לענין "עיר". (שוין! גייט דאס שוין צוזאמען מיט ונבנתה "העיר"...)
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
cictim
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 385
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 14, 2015 3:13 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 254 מאל

שליחה דורך cictim »

אמשינאווער רבי לאזט נישט זאגן "מיסטישע":
https://drive.google.com/file/d/1qVxF7H ... sp=sharing
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »



און ע"ד מוסר האביך גענטפערט, אז די אנשי בית אברהם זענען אלע געגאנגען צו ישמעאל. אז דער רבי שטארבט גייען די שטוב-מענטשן צום עלטערן זון. צום שייגעץ.



:like :like ועוד
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
חכמה גדולה
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 9
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 15, 2020 1:49 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 11 מאל

שליחה דורך חכמה גדולה »

און פון א בעלזער חסיד האב איך געהערט

אז ווען אברהם אבינו דער שר החסד איז אוועק, און דער נייע רבי יצחק האט אנגעהויבן א נייער דרך פון פחד יצחק, האבן די חסידים אויפגעהערט צו פארן צו איהם, ויצאו מה שיצאו..
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

חכמה גדולה האט געשריבן:און פון א בעלזער חסיד האב איך געהערט
אז ווען אברהם אבינו דער שר החסד איז אוועק, און דער נייע רבי יצחק האט אנגעהויבן א נייער דרך פון פחד יצחק, האבן די חסידים אויפגעהערט צו פארן צו איהם, ויצאו מה שיצאו..

מעגליך זיי האבן געזאגט אז די "רבי" לעבט און נישט געוואלט נעמען א נייער רבי
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום הקטן, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

cictim האט געשריבן:אמשינאווער רבי לאזט נישט זאגן "מיסטישע":
https://drive.google.com/file/d/1qVxF7H ... sp=sharing

א גרויסן דאנק פאר דעם קונטרס, ס'איז דאך צוקער זיס צו זעהן ווי צוויי מענטשן פון צוויי אנדערע פאראלעל יוניווערסעס טענה'ן זיך אויס איינער מיט'ן צווייטן, איך האלט מיך ביי די זייטן פון די הגהות צום סוף :lol:.

אגב האט עס מיר דערמאנט פון דעם קליפ, איך ווייס נישט פארוואס...
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
cictim
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 385
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 14, 2015 3:13 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 254 מאל

שליחה דורך cictim »

גארנישט קיין צוויי אנדערע יוניווערסעס, דער תפילינסקי איז א הייימישע טשאלמער פון שמאלץ טאפ ארויס כידוע וד"ל
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

יא יא, א רב פון א שול אין ביתר, ערגעץ אינמיטן האט ער געמאכט א שלעכטן (גוטן?) דריי און פארוואגלט געווארן צו א פאראלעל יוניווערס. :lol:
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
cictim
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 385
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 14, 2015 3:13 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 254 מאל

שליחה דורך cictim »

גארנישט געמאכט קיין דריי, ער האט אנגעפירט א גרויסע פראדזשעקט פון דירות פאר בעלי תשובה, ווען מ'האט עם ארויס געווארפן ווי א הונט איז ער געווארן אנגעווייטאגט אזוי ווי אלע אטד'ס פרעג דיר אליין וואס קומט נאר פון ווייטאג...
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

cictim האט געשריבן:אזוי ווי אלע אטד'ס פרעג דיר אליין וואס קומט נאר פון ווייטאג...

הדא הוא דכתיב "פרעג מיך אפ."

(זעהט אויס אז אונז ביידע לעבן אויך אין צוויי אנדערע פאראלעל יוניווערסעס.)
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
פארשפארט