הייליגע ברסלב'ער חסידים: פארט נישט היי יאר קיין אומאן
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 391
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 9:12 pm
- האט שוין געלייקט: 1302 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1322 מאל
הייליגע ברסלב'ער חסידים: פארט נישט היי יאר קיין אומאן
דער חסידישער קיבוץ אין אומאן יעדעס יאר אום ראש השנה איז פון די שענסטע אידישע מאורעות פונעם גאנצן קיילעכיגן יאר. א פלאץ וואו טויזנטער אידן יראי ה' קומען זיך צוזאם ווייל זיי האלטן זיך נאנט צו א רבי'ן וואס לערנט זיי אויס וויאזוי צו לעבן מיט אמונה בה' און תמימות און שמחה און שטארקייט אין אלע מצבים. א הייליגע ליכטיגע אהבת ישראל'דיגע קיבוץ וואו טויזנטער אידן קומען זיך אויסוואשן דאס הארץ, זאגן די צען קאפיטלעך תהלים מיט השתפכות הנפש, איבערלאזן דעם פארגאנגענהייט פון הינטערוויילעכטס און אנהויבן א בלעטל פונדאסניי מיט תקוה, בטחו בה' עדי עד און פאזיטיווקייט.
א ליכטיגקייט פילט אן די הייליגע געסלעך אין דעם קרתא דשופריא. א פלאץ וואו אלע זענען גלייך, די זשאדזשמענטלקייט לאזט יעדער איבער אינדערהיים און אין אומאן זענען אלע אייניג און הייליג. יעדער איד איז באליבט און חשוב, נישט קיין חילוק צי ער טוט שיינע שידוכים אדער נישט אזעלכע שיינע שידוכים, צי ער איז א בחור אדער פארהייראט אדער גע'גט, צי ער איז פרום אדער ער דארף נאך חיזוק אין אידישקייט, צי ער איז דער גרעסטער צדיק אדער דער פשוטסטער איד, אלע קומען כאיש אחד בלב אחד, יעדער וויל זיך מתאחד זיין און ווערן פאראייניגט מיט די טויזנטער אידן וואס זענען דארט און בשם כל ישראל אויס'פועל'ן א גוט יאר פאר זיך און פאר דער משפחה. ווען מ'האלט מיט די גריסן פון אומאן וויל זיך וואונטשן א גאנץ יאר אומאן. הלואי ווען מ'קען ווען אביסל אנפילן די געסלעך פון לי עוועניו, דרייצנטע עוועניו, מעין סטריט און פארעסט ראוד מיט אביסל פון דעם אומאנער גייסט.
יעדעס יאר ווען ס'קומט אזא צייט קוק איך מיט קנאה אויף די הייליגע אידן וואס לייגן זיך אוועק א דאלאר אויף א דאלאר און פארן פארברענגען א ראש השנה מיט ווייניג מאטעריאליזם און אסאך רוחניות, מיט ווייניג גאווה און אסאך ענווה און ביטול צום צדיק. ווען איך זע די ווידעאס פון זכור ברית אין קלויז אדער תיקון הכללי ערב ראש השנה איבער די גאסן, פאלן פון מיינע אויגן הייסע טרערן און פון הארץ פארבינד איך מיך מיט די טויזנטער הערצער. איך בין מקנא דעם איד וואס איז דארט, איך בין מקנא דעם איד פאר די שוועריקייט און מניעות וואס ער האט געהאט אנצוקומען אהין. איך וויל אויך האבן די מניעות. איך בין מקנא דעם איד פאר זיינע געגועים א גאנץ יאר קיין אומאן. איך בין מקנא דעם מלמד וואס מ'זאגט אים אפ פון זיין פאסטן ווייל ער האט א רבי'ן וואס לערנט אים א דרך חיים ותוכחות מוסר, און אפילו איך בין נישט אין אומאן בין איך זיך מקשר מיט די אידן און איך רעכן מיך ווי זייערס ברידער וקְבִיעִין כֵּן תֶּהֱווּן, בְּהַנְהוּ חֲבוּרָתָא אז אפילו איך בין נישט אין אומאן זאל איך כאטש אריינברענגען אומאן אין מיין הארץ.
מיט דער הקדמה וויל איך ארויסקומען מיט א ביטערע כרוז צו מיינע הייליגע ברסלבער ברידער: פארט נישט היי יאר קיין אומאן!
אין פרידנסצייטן וואלט געווען ווארעמהארצנד צו זען די בילדער ווי אידן פארשטעלן זיך ווי גוים, שלאפן אין וועלדער און פעלדער, זענען נע ונד פאר וואכן לאנג און לאזן זיך קאסטן גרויסע געלט פאר גרעניץ שווערצערס אלעס צו זיין ביים רבי'ן אויף ראש השנה. היי יאר שמעקט עס פון א טראגעדיע.
עס איז נישט קיין ספק אז פאר א ברסלבער חסיד איז זיין ראש השנה ביים רבי'ן די וויכטיגסטע זאך סיי ברוחניות און סיי בגשמיות, אבער אלעס ביז ס'קומט לידי סכנה און מ'לייגט אריין אין געפאר זיך אליין, די אייגענע משפחה, די אייגענע קהלה און חברים וואס פארבלייבן אין זייערע היימען.
עדיין השטן מרקד ביננו, עס זעט דאך יעדער איינער אז דער קאראנא ווירוס איז נאכנישט קיין פארגאנגענהייט. ליידער הערט מען יעדן טאג שלעכטע בשורות פון ארץ הקודש און אין אנדערע לענדער איז מען נאך אויך נישט אינגאנצן פטור. עס איז נישט קיין סוד אז אין אומאן קומען צו פארן אלע מיני מענטשן פון אלע ערליי לענדער און ווען מ'רעדט פון אזא גרויסן ציבור זענען ליידער אויך פארהאן אומפאראנטווארטליכע פארשוינען וועלכע גיבן נישט אכטונג אויף זיך און אויף אנדערע.
ווי דער פאקט האט געוויזן האט די ווירוס א שטערקערע שאנס זיך צו פארשפרייטן אין ערטער ווי מ'טרעפט זיך אן מיט מענטשן וואס קומען פון איבער די גרעניצן. ס'איז שרעקעדיג צו טראכטן, אבער דער קיבוץ אין אומאן קען זיך אויסשטעלן צו פארוואנדלט ווערן אין א מאנסטערישע עפי-צענטער וואס וועט פון פריש פארשפרייטן די ווירוס אין די היימישע געגנטער ותוצאותיה מי ישורנה.
דערפאר קום איך ארויס מיט א הייסע כרוז און א הייסע בקשה צו מיינע הייליגע ברסלבער ברידער, מיט'ן גרעסטן רעספעקט און אנערקענונג פאר די חשיבות פון פארן קיין אומאן, במר נפשי אבקש, אל נא אחי תרעי תלך בדרך איתם! נישט דאס האט דער רבי געמיינט, אז מ'זאל קומען צו פארן קיין אומאן ווען ס'איז חלילה חב לאחרינא און ס'איז דא א צד סכנה פאר'ן גאנצן יהדות החרדית.
און צו מיין טייערער ברסלבער ידיד וואס נייגט צו אן אויער צו מיין הארציגער געבעט: דו ווייסט דאס בעסער ווי מיר אז גאנץ תורת ברסלב איז געבויעט אויף פנימיות ווי איידער חיצוניות, אויבער דער רבי האט געוואלט פועל'ן עפעס ביי זיינע תלמידים איז עס געווען אז מ'זאל לעבן מיט אמונה און מקבל זיין סיי וועלכע גזר דין באהבה. דער גאנצער עמל פון רבי'ן איז געווען אז א איד זאל וויסן אז באשר הוא שם קען ער ממליך זיין דעם אויבערשטן און טון זיין רצון. אין ספרי ברסלב דערציילט מען אז רבי נחמן האט מקיים געווען כל התורה כולה אין תפיסה (אדער אויף א שיף) ווייל כל לבבות דורש את ה'. וואס איז ווערד זיך צו פאררופן א ברסלבער חסיד אויב מ'דארף אויספירן און זאגן כוחי ועוצם ידי און מוזן זיין אין אומאן אפילו ווען דער רצון ה' איז אנדערש. ווייז פאר'ן רבי'ן אז דו ביזט אן אמת'ער חסיד וואז איז מבטל רצונו מפני רצונו של מקום און ברענגט אריין אין אומאן אין זיין הארץ ווי איידער זיין הארץ אין אומאן.
טייערע הייליגע ברידער, איך וויל נישט אז איר זאלט מיינען אז איך זוך סתם איבערצוטרייבן און מחמיר זיין. מ'איז שוין זעקס חדשים אין דער ביטערער תקופה און באיזה אופן מוז די וועלט אנגיין. אויך מעג מען אנערקענען דעם פאקט אז די היימישע געגנטער שטייען אין א פארהעלטניסמעסיג בעסערן מצב. איך וואלט נישט געזאגט מ'זאל נישט קומען אין שול הגם כ'וואלט יא געזאגט מ'זאל זיך וואשן די הענט און מענטשן מיט קאמפראמיזירטע אימיון סיסטעמס אדער זענען עלטער פון 65 יאר זאלן באזונדער אכט געבן, כ'וואלט נישט געזאגט מ'זאל פארשפארן חדרים, איך וואלט אבער יא געזאגט מ'זאל לייגן זייפלעך ביי אלע קראנען, באזייטיגן האנטוכער און ברענגען וויש פאפיר און אויסלערנען די קינדער זיך צו וואשן די הענט. איך וואלט נישט פארשפארט די שולעס, איך וואלט אבער יא גע'עצה'ט אז מ'זאל טשעקן די טעמפעראטורן פון די תלמידות פון צייט צו צייט.
פארשטייט אבער אז מ'קען נישט ארויסלערנען פון וואס מ'איז זיך מורה היתר אנצוגיין מיט'ן לעבן צו ערלויבן דעם קיבוץ קיין אומאן, וואו עס וועלן זיך צוזאמקומען טויזנטער אידן צעקוועטשט ווי סארדינען פון צענדליגער לענדער, אין א פלאץ וואו ס'איז כמעט אוממעגליך צו קאנטראלירן דעם המון עם, און עס פעלט נישט אויס מער ווי איין אנגעשטעקטער וועלכער זאל פארשפרייטן די מגיפה און אנצינדן א פרישע קאראנא פייער אין יעדע איינציגע חרדישע געגנט פון איבער די גאנצע וועלט וואס האט די פאטענציעל פשוט צו קאסטן אידיש לעבנס רח"ל.
אזויפיל האבן מיר שוין געזען אז מיר אפערירן אויף אן אייגענע גאלאפ. מיר זענען שנעלער אנגעשטעקט געווארן צוליב פורים און דערפאר האבן מיר שנעלער באקומען "הוירד-אמיוניטי" (לפי ערך) ווי די אלגעמיינע גאס. לאמיר אבער נישט אויסנוצן אונזער אייגנארטיגע כאראקטער אז עס זאל אונז שטויסן אין פנים אריין, לאמיר זיך באהיטן. לאמיר נישט אנברענגען א צווייטע כוואליע בידים ה"י.
לאמיר זיך מונע זיין צו פארן איבער גרעניצן, בפרט צו א פלאץ ווי אזויפיל מענטשן פון אזויפיל לענדער קומען זיך צוזאם, לאמיר געדענקען די רייד פון הייליגן רבי'ן אז א ברסלבער חסיד רירט זיך נישט אוועק פונעם שלחן ערוך קיין קוצו של יו"ד און זיכער איז ער זיך נישט מקיל ווען ס'קומט צו חמור שבחמורות ווי פיקוח נפש און ונשמרתם מאוד לנפשותיכם.
דערפאר הייליגער ברסלבער ברודער וואס האט די זכי' זיך אנצוקערן צום נחל נובע מקור חכמה און זיך אנטרינקען מבאר מים חיים, בעט איך אייך פון טיפן הארצן: בלייבט היי יאר אינדערהיים, מאכט אייער שטוב און אייער שול און אייער שטענדערל פאר דעם רבינ'ס קיבוץ. עס איז נישט קיין ספק אז תלמיד שגלה גלה רבו עמו און דער צדיק וועט זיך געפינען אינאיינעם מיט זיינע תלמידים באשר הוא שם, און די אלע וואס וועלן חס זיין אויף זייער געזינט און אויף דעם געזונט פון כלל ישראל און פארציכטן אויף די אייגענע רוחניות -- כידוע אז פאר'ן אויבערשטן דארף מען אוועקגעבן אפילו די רוחניות אויך -- וועלן געהאלפן ווערן מיט א שנת גאולה וישועה און אלע השפעות טובות, און מה התם אף כאן, דער צדיק וועט אויס'פועל'ן א זיס לעכטיגע יאר און א כתובה וחתימה טובה לנו ולכל בני ישראל אמן.

- ידיד ותיק
- הודעות: 755
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 10, 2020 5:47 pm
- האט שוין געלייקט: 479 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 679 מאל
איך בין נישט קיין גרויסע אומאן פארן שטיצער כמו שכתבתי בענין אחר
איך האב געמיינט, אנהויבנדיג ליינען, אז די וועסט זאגן נישט צו פארן צוליב די סכנה פון שווערצן גרעניצן און שמירן באהערדע וואס דאס איז נישט קיין גוטע זאך
אבער וועגן קאראנע?
כידוע מאכט מען דארט גרויסע הכנות אנצוגיין נוסח קאראנע אויף וויפיל ס'שייך
און אז עירפארטס קענען זיין אפען און קרוב צו א מיליאן מענטשן זענען געפלויגן דורכאויס דעם לעיבארדעי סעזאן
און אז די סאבוועיס זענען העווי אין באנוץ
וויסעך נישט וויפיל מען ברויך מורא האבן
נעמען באווארענונגען, יא, לאמיר זיך נישט נער'ן, דער עולם וועט זיין ווייט פון וואס זענען דא אלע יארן, און מיט די באווארענונגען וועט עס זיין אקעי מיט'ן אויבערשטנ'ס הילף

- מאנשי שלומינו
- הודעות: 50
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 13, 2019 5:59 pm
- האט שוין געלייקט: 19 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 11 מאל
איך וויל עפעס פארשטיין איך ווייס נישט וועלכע חסידות די ביזט אבער די האלטסט אז מען זאל נישט פארן קיין אומאן און פאריאר ווען דעי סקווערער האט אנגעברענגט מיזעלס איז געווען אין פוצה ואין פיו יעצט אז עס איז שוין לאנג דא דעי קאראנע כלומפערשט צווייטע כוואליע האלטסטו פליצלינג אז מען טאר נישט פארן ןואס איז די חילוק?
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 755
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 10, 2020 5:47 pm
- האט שוין געלייקט: 479 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 679 מאל
איך זאג נישט אז מען יא אדער נישט פארן, איך האב גראדע געטראכט פון דער פאל אין סקווירא,
אבער איצט ווען מען נעמט באווארענונגס מיטלען וואס די העלט דעפארטמענטס אלוועלטליך שטיצן, און פלאס וואס גרויסע פארזאמלונגען זענען טעגליכע ערשיינונגען אלל אווער דע פלעיס, איז איינער וואס האלט ביים פארן, זאל ענדערש מורא האבן פון שווערצן גרעניצן, וואס קען אים אראפ האלטן אין דעם פריצ'נס לאך אין א דערפל אין אוקריינע, און ווארטן אז דער שפאלע זיידע זאל קומען אין א בערן פעל -איך מיין בצורת חיד"ו ווייס - אים אויסלייזן
קאראנע העט ער כאפן אין לופטפעלד
עקטשועלי אויפן סאבוועי אויפן וועג אהיים פון דער ארבעט איידער ער לאזט זיך ארויס צום לופטפעלד

- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
וואס איז דער רייץ צו שפרינגן אויף יענעם? אז דער עירפארט איז געווען אפן, מיינט עס אז אומן איז נישט קיין סכנה? אז סקווער האט געטון עפעס ראנג, מיינט עס אז אומן איז בסדר?
עפען אן אשכול וועגן עירפארטס און סקווער, און רעד דארט דערוועגן. מה ענין שמיטה אצל הר סיני?

The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 50
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 13, 2019 5:59 pm
- האט שוין געלייקט: 19 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 11 מאל
ניין מיר באדערט נישט וואס רימון האט געשריבן איך רעד בכללית וואס מיינע חבירים שרייען זאלן דעי ברעסלעב'ע נישט פארן וועם אונטערעסירט עס און פאריאר בי מיזעלס האט מען נישט געהערט קיין פיפס וועגן סקווער אדער קעגן חסידים וואס זענען געפארען אויף ארץ ישראל צי זייערע רבי'ס אז היתכן די ברענגסט דאך צוריק מיט דיר מיזעלס ווי איז דעמאלטס יעדער געווען
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
לויט וואס איך געדענק, האט מען זיך נאר דערוואוסט פון דער אויסברוך נאך יו"ט, און עס איז שוין געווען צו שפעט. ווי אויך אז דעמאלס איז וואקסינעישען געווען אן אפציע, און יעצט נישט. בקיצור, עס מאכט נישט אויס וואס איז דעמאלס געשען. יעצט איז דא אן אויפוואכונג אין די עניינים פון אחריות צום כלל, און דער וואס שפעט אין דעם מאכט פראבלעמן, אפגעזען צו סקווער האט יא צו נישט עפעס געטון.
און קיינער אין שטיבל האלט מיר נישט פון עפעס א סקווערער אנהענגער.
און קיינער אין שטיבל האלט מיר נישט פון עפעס א סקווערער אנהענגער.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 148
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אוגוסט 29, 2020 11:35 pm
- האט שוין געלייקט: 97 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 149 מאל
לויט די קליפּס װאס מ'האט ארומגעשיקט, זעהט אויס װי די ארטיגע איינװאוינער (נישט נאר די "אנטיסעמיטישע" רעגירונג), װילן נישט מ'זאל קומען היי-יאר (על אף װאס לכאו' פארדינען זיי נאָר עקאָנאָמיש).
מילא איז בפּשטות אַלס מענטשלעכקייט, און אנצוהאַלטן גוטע באַציאונגען אויף להבא, איז כדאי מ'זאל דאס יאר נישט פאהרן
נאך אלעם װאוינען זיי דארט א גאנץ יאר. ס'נישט שיין צו שפּייען ביי יענעם אינדערהיים.
ס'איז נאר לצורך השעה, א ירידה לצורך עליה.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום נײגעריגער, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Just another nerd
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 221
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 25, 2019 10:40 am
- האט שוין געלייקט: 74 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 127 מאל
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 50
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 13, 2019 5:59 pm
- האט שוין געלייקט: 19 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 11 מאל
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 714
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 04, 2017 7:32 pm
- האט שוין געלייקט: 58 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 790 מאל
איך כאפ נישט ווי מיזעלס קומט דא אריין אין בילד? נישט קיין פארגלייך די צוויי מחלות.
עס איז באוואוסט ביי יעדע באזעסענע מענטש אז איינע פון די גרעסטע זאכן וואס קענען צוברענגן א פרישע כוואליע איז טרעוועל. רוב נייע קעיסעס אין די היימישע געגענטער איצט אין ניו יארק קומט דורך טרעוועל אדער זיין אין בארירונג מיט איינער וואס האט געטרעוועלט לויט רוב עקספערטן. עס איז פשוט אז אויב קומען זיך צוזאם אזויפיל אידן אויף איין מאל, און מען קומט דאך פון אזויפיל לענדער, די באשעפער זאל אפהיטן וואס דאס קען ברענגן. ספעציעל אזא פלאץ ווי מען שטייט שעות פארשטופט אינעם אוהל, אדער מען טאנצט צוזאמען פארשוויצטערהייט.
עס איז זייער שיין צו זעהן ווי ברעסלעווער חסידים האבן אזא מסירות נפש צו זיין ר"ה אין אומאן, אבער ביטע, נישט ווען עס איז אויף די חשבון פון אייער אידישע ברודער ארום די וועלט.
איי, ר"ה מוז מען דאך זיין אין אומאן. גערעכט, אבער איר זענט אין די זעלבע מצב ווי דער רבי שמעון איד וואס האט היי יאר די ערשטע מאל אין זיין לעבן פארפאסט ל"ג בעומר אין מירון, דער חסיד בעלזא, וויזניץ, גור, סטאלין, וואס וועלן היי יאר די ערשטע מאל פארפאסן ר"ה ביים רבי'ן, דער פשוטער עמך איד וואס האט היי יאר די ערשטע מאל געדאווענט ביחידות אינדערהיים. עס איז נישט געווען קיינעמס רצון, אבער מען האט געוואוסט אז דאס וויל דער באשעפער פון אונז איצט, און עטס דארפטס נישט זיין אנדערש.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום היכי דמי, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1003
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 4:42 pm
- האט שוין געלייקט: 565 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 524 מאל
Re: הייליגע ברסלב'ער חסידים: פארט נישט היי יאר קיין אומאן
אויב זענען זיי גרייט זיך צו שלעפן דריי וואכן אויף די וועגן, זענען זיי נישט גרייט זיך איינצושפארן פאר צוויי וואכן?
פארטס יא, און שפארסט ענק איין ווען עטץ קומטס אהיים.
פארטס יא, און שפארסט ענק איין ווען עטץ קומטס אהיים.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 50
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 13, 2019 5:59 pm
- האט שוין געלייקט: 19 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 11 מאל
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 123
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 26, 2019 9:18 pm
- האט שוין געלייקט: 240 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 120 מאל
Re: הייליגע ברסלב'ער חסידים: פארט נישט היי יאר קיין אומאן
לויטן טיטל פונעם אשכול האט ער גארנישט אזוי גוט געטוהן ער איז יא געפארן און קומט צוריק פיהרן א עולם (יכול להיות אנגעשטעקטער הייט).
Sent from my SM-T113 using Tapatalk
Sent from my SM-T113 using Tapatalk