ונשלמה אומאַן שפתינו

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
קטלא קניא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 127
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 08, 2018 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 70 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 607 מאל

ונשלמה אומאַן שפתינו

שליחה דורך קטלא קניא »

מיט אַ היפּשע פּאָר יאָר צוריק (תש"ס\1999) בין איך געווען אין אומאַן אויף ראש השנה. איך ווייס אַז מענטשן רעדן דערפון מיט עקסטאַז נאָר פאַר מיר האָט עס נישט געאַרבעט. איך בין אַוועקגעקומען מיט ווייניקער נישט מער אהבת ישראל, אַנטוישט ווייל את שאהבה נפשי בקשתיו ולא מצאתיו.

איך פלעג אַמאָל געהערן צו אַ חסידות, און אין אַ געוויסער זינען געהער איך נאָך אַלץ דאָרט, ווייל פון חסידים געזעגנט מען זיך נישט אַזוי לייכט, נאָר אַ פּאָר יאָר נאָך איך האָב חתונה געהאַט האָב איך אויפגעהערט צו פאָרן צום רבין. פאַר ראש השנה און יום כיפור פלעגט מיך אייביק כאַפּן אַ בענקעניש און איך פלעג מיך יישובן, יאָ פאָרן אָדער נישט פאָרן. אַ דריי יאָר איידער איך בין געפאָרן קיין אומאַן האָט מיר געכאַפּט אַ שטערקערער חשק און איך האָב מיך אויפגעהויבן און איך בין געפאָרן אויף ראש השנה צו מיין רבי צו זען צי איך קען מיך אפשר צוריקכאַפן.

צוריק גייט אַ קאָזע, זאָגט די וועלט, און איך בין טאַקע אהיימגעקומען אומעטיק מיט אַ באַשלאָס אַז דאָרט האָב איך שוין נישט קיין פּלאַץ. איך געדענק אַז איך האָב געזאָגט פאַר אַ חבר מיט וועם איך האָב מיך דאָרט באַגעגנט, אַז עס נישט מער ווי אַ נומער שפּיל. כך וכך בחורים אין די ישיבות פּראָדוצירן אין אַ יאָר כך וכך חתנים און, מיט אַ יאָר שפּעטער, כך וכך יונגעלייט. פון זיי ווערן באַשאַפן זיבן צי אַכט מאָל אַזויפיל קינדער אין די תלמוד תורהס און אין די מיידל שולעס און מיט אַ פּאָר יאָר שפּעטער ווערט פון זיי ווידער חתן בחורים און כלה מיידלעך און ווידער פרישע קינדער געדאָפּלט מיט זיבן מאָל אַזוי פיל, וחוזר חלילה. דעמאָגראַפיע מעג זיין מושל בכיפה, אָבער איך בין גורס לא מרובכם חשק ה' בכם.

אין יענער יאָר האָב איך אויך מיטגעלעבט וואָס דאָס מיינט, ווען דער רבי טאַנצט טאַנצן אַלע חסידים. וואַרעמקייט איז ווען דער רבי גיט אַ קרעכץ, לעבעדיקייט איז ווען דער רבי באַוועגט זיך און התעוררות איז ווען דער רביס קול ברעכט זיך און עס דאַכט זיך אַז ער וויינט. און ווען דער רבי איז נישט דאָ וואַלגערט מען זיך אַרום און מען פרעגט, "ווען קומט דער רבי אַריין?"

אין אומאַן האָב איך געקלערט איז מן הסתם עפּעס אַנדערש און עס איז טאַקע אַנדערש נאָר אויך נישט פאַר מיר. אפשר וועל איך צוריק פאָרן, אפשר נישט, אָבער ווי נאָר ברענט עס מיר נישט.

די ימים נוראים צינדן אייביק ביי מיר אָן אַ פחד פון די קומעדיקע טעג, נישט אַזוי ווייט אימת הדין ווי אימת הסקוטשנע פון לאַנגע שעות אין שיל, אויסגעצויגענע שווייגענדיקע שמונה עשרהס און אַן אָנגעצויגנקייט אין דער בריאה. די טונקעלע, קילע פרימאָרגנס מאַכן אַ רושם אַז עס איז טאַקע היום יעמיד במשפט כל יצורי עולמים און מענשטן מיט פאַרגלייזטע אויגן און בייזע אויגן ברעמען כאַפּן אָן די הענט און ווינטשן אָן אויפהער.

די חשבון הנפש רעכנט זיך פון זיך אַליין. די נישט אויסגעפירטע החלטות פון דער פאַרגאַנגענער יאָר באַשולדיגן און רופן לדין, און אויך שפּעטן זיי פון די הבטחות וואָס מען זאָגט צו צו דער נייער יאָר. עס הערשט אַ פאָרכט אַז מען פירט נישט אויס געהערן די פילע פליכטן פון די טעג. איך וויל זאָגן סליחות, נאָר זאָגן ביי נאַכט און נישט פאַרטאָגס מאַכט זיך שפּירן ווי אַ שווינדל, אָבער אויפשטיין פאַרטאָגס קומט מיר אָן שווער. אַז איך קום יום הקדוש אָן אין שול צו אדון עולם איז דער שחרית מיר צו לאַנג, אָבער אַז איך פאַרפעל המלך האָב איך שוין אויף וואָס צו קלאַפּן על חטא. האָט איך מיך געקלערט, איך וועל מיך פאָרן קיין אומאַן און אפשר דאָרט וועל איך געהאָלפן ווערן.

וואָס זאָל איך אייך זאָגן? איז עס אַנדערש, דיפערענט? אָוי יעס. דאָרט איז נישט אַזוי ווייט אור וחושך משתמשים בערבוביא, נאָר שגעון און שכל, עקסטאַז און געלאַסנקייט כאַפּן זיך אָן די הענט און הערן נישט אויף צו טאַנצן. אַז אויף צו הייסן אַ קאַרלעבאַכניק מוז מען בלויז ליב האָבן זיינע ניגונים, קענט איר מיך מצרף זיין. אָבער טאָמער מוז מען צו דעם איבערחזרן הונדערט מאָל "ביוטיפול", "פּרעשעס", "מײַ האָוילי בראָדערס אַנד סיסטערס", און נאָכאַמאָל "מאָוסט פּרעשעס" איז עס נישט צו מיין טעם. טאָמער אָבער האָט איר דאָס ליב און אייך געפעלט רופן יעדן "צדיק" און לייגן כסדר די הענט אויף אַ צווייטנס פּלייצע און זיך הייבן פון דער ערד, איז כאַפּט אייך די געפּעק און לויפט קיין אומאַן.

דער דאָמינאַנטער עולם איז פון ישראלים און, אָן זיך צו פאַרזינדיקן, בין איךז פון זיי נישט דער גרעסטער חסיד. איך האָב געזען פּראָפעסיאָנעלע מענטשן אויסגעלייגט אויף מאַטראַצן אפשר זעקס אָדער אַכט צו אַ שטוב, טאַטעס מיט קליינע קינדער וואַלגערן זיך ווי ציגיינער, אין מיטן גאַס שטייט איינער מיט פאַרב און שפּריצט אַ געלע פּאַס נוסח גראַפיטי אַז ביז אַהער קומט אָן דער עירוב, כאילו דער שאָסיי געהער זיינס. דער תירוץ וואָס איך האָב כסדר געהערט איז, אַז מען טוט פאַר דער אומאַנישער באַפעלקערונג גאָר אַ טובה ווייל זיי זענען אָרעם און "צוריקגעבליבן" און מיר קומען מיט גרייצער, און אויך, זיי האָבן אונז סייווי פיינט. און אַז איר מיינט אַז נאָר פאַר די לאָקאַלע האָט מען נישט דרך ארץ האָט איר אַ גראָבן טעות ווייל אפילו דער פשוטער סידור איז נישט פטור. ברוך ה' לעולם זאָגט מען נישט אין אומאַן פאַר שמונה עשרה ביי מעריב ווי אין חוץ לארץ ווייל ווייס איך ווער האָט געפסקנט אַז אין אומאַן איז קדושת ארץ ישראל.

פאַר די וואָס קדושת ארץ ישראל באַשטייט פון גאולה אויף ערב יום־טוב האָט מען עס טאַקע דאָרט אַהין גענצלעך אַריבערגעפירט. נאָך פאָרן אַ פּאָר טעג אויף די אוקריינישע באַנען און שאָסייען און מען שפּירט זיך בארץ ציה ועיף בלי מים מיט פרעמדע מענטשן און אַ פרעמדער שפּראַך, קומט מען אָן קיין אומאַן און די גאַסן האָבן דער אווירא דארץ ישראל פון ככר השבת אויף ערב פסח און ערב סוכות צוזאַמען. מוזיק און בעטלערס, ספרים טישלעך, סי די פאַרקויפערס, יאַרמולקעס, טליתים קטנים און אַלעס וואָס נויטיקט זיך צו זיין גאָטס אַ מענטש קענט איר דאָרט איינהאַנדלען בכסף מלא. מיקראָפאָנען הערן נישט אויף צו שרייען און וווּ איר דרייט זיך טאַנצט מען, ווייל ווי איך האָב געזאָגט אַז עס גלוסט זיך אייך טאַנצן – און איר זענט אַ מאַן און מער ווייניקער פרום געשטימט - איז נישט פאַראַן אַ בעסערע פּלאַץ.

נישט נאָר אויף דער גאַס געוועלטיקן די חסידים. מיין בעל אכסניא איז געווען אַן אוקריינישער פּאָר פאָלק מיט אַ צענערלינג זון, וואָס ווי אַנדערע בעלי אכסניא שטיין זיי אויף דער גאַס און דינגען אַרויס צימערען נאָך מען דיננגט זיך מיט זיי אויפן פּרייז. איך האָב מיך איינגעעקשנט אַז איך גיי נאָר אויף אַ פּלאַץ מיט אַ צימער פאַר צוויי, און יגעת ומצאת תאמין. אויפן טיר פון דער דירה האָט געהאָנגען אַ ברעסלעווער צעטל אַז די פרוי טאָר זיך נישט געפינען אין דער היים. האָב איך געזאָגט פאַרן בחור, אַז מיר שטערט עס נישט און די מאַמע זיינער מעג אַהיימקומען.

סליחות ערב ראש השנה בין איך פאַרשלאָפן, און ביי דער תיקון הכללי אויף ערב ראש השנה בין איך אויך נישט געווען. איך האָב קיינמאָל נישט פאַרשטאַנען ר' נחמנס אָבסעסיע מיט אָנאַניזם און פון די מעשיות וואָס איך האָב געהערט דערציילן פון די אַקטיוויטעאן פון דער וועד הצניעות האָט מיר אויסגעזען אַז איך בין אין דעם נישט קיין יחיד. נאָך זיך אַביסל אַרומדרייען אויף די גאַסן, און מסדר געווען עסן און אַ פּלאַץ אין שול בין איך געגאַנגן אין מקווה. איך בין באַלד אַרויסגעלאָפן נאָך איידער איך האָב מיך געטובלט ווייל אַזוי געשטויסן איז עס געווען. אין דער דירה האָט מען מיר אויפגעקאָכט אויף דער גאַז אין דער קיך אַ ריזיקע טאָפּ וואַסער און אַזוי האָב איך מיך געקענט באָדן.

ערב יום־טוב נאָכן זמן בין איך נאָך געווען אין מיין דירה אָדער אונטערוועגנס אין שיל און איך הער אַ דונער וואָס איך האָב אין מיין לעבן נישט געהערט און וואָס האָט מיך אויפגעטרייסלט די ביינער. סך הכל איז עס געווען אַ יהא שמיה רבא פון עטלעכע טויזנטע מענטשן געשריגן בכל כוחם. אויפן ערשטן טאָג יום טוב האָב איך געטראָפן נאָך עפּעס אַ פאַרלוירענער נשמה פון דרום אַפריקע. ער האָט חתונה געהאַט קיין ישראל, זיך געגט פון זיין פרוי און ער פאָרט פון דאָרט אַוועק וווינען, אַנטוישט אַז ער האָט נישט זוכה געווען אַז דאָס לאַנד זאָל אים וועלן. איך האָב מיך אויך אַרומגעדרייט און פון אַלעס טועם געווען. אויבן, אונטן, ספרדים, מאָדערנע, חסידים. איך בין אַריינגעגאַנגען צום מוהרא"שס מנין, זיך אומגעקוקט און באַלד זיך אויסגעדרייט. איך בין נישט געקומען קיין אומאַן צו זען נאָך אַ רבי וואָס מען שטופּט זיך אַרום אים.

שפּעטער האָב איך געטראָפן וואָס מען רופט היינט אָטידיס און מיט זיי האָב איך געקענט פאַרברענגען אויף יידיש. דער ערשטער טאָג יום־טוב איז געווען שבת האָבן מיר געקענט רעדן אַפּאָר ווערטער ביי מוסף און מיר האָבן געשפּעט פון די נאַקעטע לייבער וואָס האָבן זיך געטובלט אין דער טייך סמוך ונראה צום גרויסן שיל.

ביי תשליך האָט עס אויסגעזען ווי כלל ישראל איז אַריין אין אַ טענצל. דער זון איז אונטערגעגאַנגען איבער דער אומאַנסקאַ טייך און דאָ הוליען אַ חברה געשטריקטע יאַרמולקעס און זינגען קאַרלעבאַך ניגונים. אַ פּאָר פיס אַוועק כאַפּן זיך אָן די הענט אַ גרופּע ווייסע זאָקן וואָס זענען גענוג אַנטוישט מיט זייער סיסטעם אין דער היים אַהערצוקומען אָבער נאָך נישט גענוג צו קענען טאַנצן מיט יעדן. מוזן זיי האָבן זייער אייגענער קאָן, איווכײַן צדיקעם, ייִראיִ ויִשמעכי, ווישאָרעם, ווישאָרעם יאַלויזי, וואַכסידים....

באַלד נאָך יום טוב האָבן מיך די אָדיטיס למחצה לשליש ולרביע געשלעפּט פאַר אַ רייזע איבער נאַכט צו קברי צדיקים. מען האָט אָנגעהויבן אין ברעסלאוו ביי ר' נתנס קבר און פון דאָרט איבערנאַכט קיין מעזבוז וווּ מען האָט געכאַפּט אַ צום־גדליה סליחות, און דערנאָך קיין באַרדיטשוב צו זינגן רבש"ע לאָמיר מאַכן אַ בייט אויף ר' לוי יצחקס קבר. ווידער האָט מיך געשטערט זייערע אמונה. זיי זענען געווען עולי רגל און איך בין געווען אַ טוריסט. זיי האָבן זיך אָנגעוואַרעמט אין דער בעל שמס מקווה און מיר האָט געגרוילט וויאַזוי מען האָט פאַרשוועכט אַ שיינע צאַרטיקע שטעטל ווי מעזבוז מיט אַ ברוטאַליסטישע געביידע נוסח בני ברק.

אַהיים בין איך צוריקגעקומען מיט אַ פּאָר שיינע ניגונים וואָס איך האָב מיך דאָרט אויסגעלערנט. כל הנשמה תהלל יה וואָס מען האָט געזינגען ביי מוסף, וידע כל פעול כי אתה פעלתו, אומאַן אומאַן ראש השנה און אויך דער ליד:

טייערע ברודער
לעכטיקע ברודער
ווען וועלן מיר זיך ווייטער זען?
ווען וועלן מיר זיך ווייטער זען?
אַז גאָט וועט געבן
געזונט און לעבן
דעמאָלט וועלן מיר זיך ווייטער זען
אַז גאָט וועט געבן
געזונט און לעבן
דעמאָלט וועלן מיר זיך ווייטער זען

דאָס איז אַלעס געווען מיט אַ היפּשע פּאָר יאָר צוריק. דעמאָלט האָט מען געזאָגט עס זענען דאָ אפשר אַכצן טויזנט און היינט קען שוין זיין אַכציק טויזנט, אָבער צוריק בין איך נישט געווען. יעדער יאָר אַרום די טעג ווען עס טוט זיך אַ געפאָרעכץ טראַכט איך, אפשר די אָ יאָר. איך האָב אויך צוגעזאָגט מיינע קינדער אַז איך וועל נאָך אַמאָל מיט זיי פאָרן. דערווייל איז אָבער נאָך אַ יאָר און איך בין דאָ און נישט דאָרט.

(ערב ר"ה תשע"ה)
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום קטלא קניא, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
העלפט פאַררעכטן דער עתיד פון אונזערע ייִנגלעך!
וְתִינוֹק לְלַמְּדוֹ סֵפֶר
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

Re: ונשלמה אומאַן שפתינו

שליחה דורך מי אני »

זעהענדיג די כותרת שטעל איך זיך פאר אז מ׳וויל מרמז זיין צו וואס מ׳מאכט חוזק אז דאס יאר׳ס פאָרן קיין אומאן, ווי מאנכע פארשטעלן זיך, איז כעין ״פורים״ [ונשלמה אומאן, אנשטאט ״פרים״, שפתינו].
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
קטלא קניא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 127
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 08, 2018 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 70 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 607 מאל

שליחה דורך קטלא קניא »

סהדי במרומים אז איך האב צו דעם נישט מכוון געווען ולא עלתה על לבי. איך וואלט געקענט שרייבן, כל העוסק בתורת אומאן כאילו הגיע לאומאן, נאר ונשלמה אומאן שפתינו איז די זעלבע אידעי אין דריי קארגע ווערטער.
העלפט פאַררעכטן דער עתיד פון אונזערע ייִנגלעך!
וְתִינוֹק לְלַמְּדוֹ סֵפֶר
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

און אין דעם אליין קען מען זאגן א פשט... דהיינו, די גמרא זאגט דאך (פסחים ג:) אז לעולם ישנה אדם לתלמידו דרך קצרה ע״ש. און היי יאר אז די תלמידים פון רבי נחמן זצ״ל האבן זיך געדארפט ״משנה״ זיין און נישט נעמען א געהעריגע ״דרך קצרה״ אנצוקומען אהין, איז דארף מען טאקע צוקומען צו ונשלמה וגו׳... ;)

viewtopic.php?p=78419#p78419
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
פארשפארט