שטותים פין רעיונות
- טאמבל סאס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4290
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
- געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
- האט שוין געלייקט: 6640 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל
אבער ליפ'ס שלא עשנו גוי איז גאנץ אלט און נישט אזוי נאריש ווי דאס. איי מין, גוים זארגן זיך נישט פאר זייערע קינדער מער ווי פאר זיך אליינס און גויאישע קינדער ווילן נישט מאכן קיין נחת פאר די עלטערן... ווי טרעפט מען נאך א גרעסערע פאץ...?
כ'געדענק א חבר, וואס האט געלערנט מיט אים אמאל אין ישיבה, האט ער בסיכום געזאגט, מאטי האט זיך אליינס מוחל געווען זיינע חטאת נעורים כדי אונז צו קענען זאגן מוסר היינט..
כ'געדענק א חבר, וואס האט געלערנט מיט אים אמאל אין ישיבה, האט ער בסיכום געזאגט, מאטי האט זיך אליינס מוחל געווען זיינע חטאת נעורים כדי אונז צו קענען זאגן מוסר היינט..
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3541
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
- האט שוין געלייקט: 121 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
טאמבל סאס האט געשריבן:אבער ליפ'ס שלא עשנו גוי איז גאנץ אלט און נישט אזוי נאריש ווי דאס
. איי מין, גוים זארגן זיך נישט פאר זייערע קינדער מער ווי פאר זיך אליינס און גויאישע קינדער ווילן נישט מאכן קיין נחת פאר די עלטערן... ווי טרעפט מען נאך א גרעסערע פאץ...?
..
וואלסט נישט מודה געוועהן אז אידן לעבן מער א לעבן וואס איז באזירט אויף משפחה ווירדען, און אז אידן לעבן נאר פאר די קינדער, (וויפיל מענטשן לעבן מיט די ווייבער נאר פאר די קינדער? משוגע? אפשר, אבער דאך א פאקט). און אז קינדער לעבן מיט די עלטערען אין קאפ מער ווי גוים?
איך פארשטיי אז פאר מענטשן וואס פילען זיך קריטיקעל פין אונזער סיסטעם איז שווער אנצונעמען מעלות פין אונזער סיסטעם. ווילסט טענה'ן אז עס איז נישט א מעלה? קען מען זיך מפלפל זיין, אבער מציאות בלייבט עס.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
די "משפחה ווירדן" ענינים וכו' האט גארנישט מיט אידן VS גוים, ס'איז רעליגיעז VS סעקולער. ס'דא גאנצעטע שטעטלעך אין אמעריקע פון בלויז ווייסע קריסטן וואס דאווענען יעדן טאג, גייען יעדן ערליך יעדן זונטאג אין קירכע, ביי נאכטמאל רעדט מען נישט קיין לשון הרע און פאליטיק נאר מ'שמועס וועגן די בייבל און מ'פארציילט סיפורי צדיקים וועגן דעם סעינט און יענעם סעינט, די קינדער לערנען אין פריוואטע שולעס וואו מ'פרעדיגט אין זיי אריין די הייליגע ריינע אמונה, מ'ציעט אויף די קינדער אז די ציל פון לעבן איז אויפצוציען קינדער וואס וועלן אויפציען קינדער וואס וועלן אויפציען קינדער... וואס וועלן זיין נאמן ליאשקע ולתורתו, בקיצור, די קאמפאני פארט פונקט ווי ביי אונז.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
- טאמבל סאס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4290
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
- געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
- האט שוין געלייקט: 6640 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל
אויך נישט. ס'איז דא פרומע סעקולערע און פרייע סעקולערע מענטשן. אזוי ווי אסאך מענטשליכע התנהגותן און קאסטומס קען מען דאס אויך נישט גענוי אריינלייגן אין א באקס אין לעיבלען. פארוואס קען מען נישט זאגן אז ס'איז די וואס לעבן נישט אויף די וועלט בלויז פאר זיך אליינס VS די וואס לעבן אויך פאר אנדערע, חברים צו קינדער וכו'?
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
אישתישבי האט געשריבן:עס איז אמת, פארפאלען, ווען מען רעדט פין אונזערע אידן, זענען אונז בעסער פין דער געווענליכע גוי וואס האט נידריגער תאוות, אונזערע תאוות זענען בעסער און איידעלער. אוודאי איז עס נישט א כלל און עס איז דא אסאך אידן וואס האבן ערגערע תאוות, און אסאך גוים וואס האבן נישט אונזערע תאוות בכלל, זיי מאכן בכלל נישט קידוש אינמיטען זייער ליינען וכו', אבער אונז זענען מיר נישטא צו שטיפען אונזערע חסרונות. אויב זיי ווילען זאגן אז אונז אידן האבן א תאוות הממון, און עס איז גראדע אמת, אדער אז אונז פייטען מער, וואס איז אויך אמת, שיהיה, וואס איז אמת איז אמת, פארפאלען.
נייגעריג וואס אנדערע זאגן אויף דעם. אידן האבן טאקע אנדערע יצר הרע'ס ווי נישט אידן? צו אפשר האלט מען זיך נאר איין אביסל ווייל מ'וויל זיין גוט?
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1098
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 3:53 pm
- האט שוין געלייקט: 619 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 916 מאל
Re: שטותים פין רעיונות
@עמינדב לכאורה די גרעסטע פאקטאר איז סאציאלע/קולטורעלע סביבה.
פונקט ווי דו פארשטייסט אז (חרידישע) אידן ווערן נישט דווקא געבוירן מיט א גרעסערע שנאה צו 'אנדערע' ווי אנדערע. עס איז פשוט מיט וואס מען וואקסט אויף פון אלס קליין. וויאזוי די אתה בחרתנו ווערט איינגעבאקן.
די זעלבע איז מיט די ליבשאפט צו קינדער (און תוואה פאר נאך) וואס קומט פשוט ווייל מען וואקסט אויף דערמיט. אזוי אויך מיט די אלע אנדערע 'אידישע תוואות'.
אודאי איז דא נאך סיבות און פאקטארן אבער דאס איז לכאורה די שטערקסטע.
פונקט ווי דו פארשטייסט אז (חרידישע) אידן ווערן נישט דווקא געבוירן מיט א גרעסערע שנאה צו 'אנדערע' ווי אנדערע. עס איז פשוט מיט וואס מען וואקסט אויף פון אלס קליין. וויאזוי די אתה בחרתנו ווערט איינגעבאקן.
די זעלבע איז מיט די ליבשאפט צו קינדער (און תוואה פאר נאך) וואס קומט פשוט ווייל מען וואקסט אויף דערמיט. אזוי אויך מיט די אלע אנדערע 'אידישע תוואות'.
אודאי איז דא נאך סיבות און פאקטארן אבער דאס איז לכאורה די שטערקסטע.
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3541
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
- האט שוין געלייקט: 121 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:די "משפחה ווירדן" ענינים וכו' האט גארנישט מיט אידן VS גוים, ס'איז רעליגיעז VS סעקולער. ס'דא גאנצעטע שטעטלעך אין אמעריקע פון בלויז ווייסע קריסטן וואס דאווענען יעדן טאג, גייען יעדן ערליך יעדן זונטאג אין קירכע, ביי נאכטמאל רעדט מען נישט קיין לשון הרע און פאליטיק נאר מ'שמועס וועגן די בייבל און מ'פארציילט סיפורי צדיקים וועגן דעם סעינט און יענעם סעינט, די קינדער לערנען אין פריוואטע שולעס וואו מ'פרעדיגט אין זיי אריין די הייליגע ריינע אמונה, מ'ציעט אויף די קינדער אז די ציל פון לעבן איז אויפצוציען קינדער וואס וועלן אויפציען קינדער וואס וועלן אויפציען קינדער... וואס וועלן זיין נאמן ליאשקע ולתורתו, בקיצור, די קאמפאני פארט פונקט ווי ביי אונז.
די זאגסט גוט, ואין כוונתו אל הגוים ההם (שאנו יושבים בצלם ונהנים וכו'), מען מיינט גראבע גוים.
בדרך אגב, אונז זענען פיל מיט תורה'ליך וואס איז מסביר און ברענגט ארויס דער חילוק פין א איד ביז א גוי, די קינדער ברענגען עס אהן פין חדר, און די רבי'ס זאגן עס ביים טיש, און די מגידים ביי די דרשות, וואס זענען געבויט אויף הוילע דמיון, אדער לכל היותר ברענגט ארויס דער חילוק פין אפאר אידן ביז אפאר גוים, און די גמרא'ס קשיא פון לפלוג וליתני בדידה איז גילטיג.
עס קען זיין, אז אונזער גאות פין אונזערע מעלות וואלט נישט געדארפט זיין באזירט פין אידן לעומת גוים, כלומר, מען קען זיין א מענטש אפילו אויב מען וועט נאר זיין אזוי גוט ווי די אמיש גוים אויך. אונזער מעסטער מוז נישט זיין קעגן גוים.
טאמער די קריטיקירער מיינען דאס, בין איך מסכים.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 95
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 09, 2020 7:02 pm
- האט שוין געלייקט: 18 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 42 מאל
עמינדב האט געשריבן:ליין זיין ערשטע שורה "אונזער תאווות זענען איידלער". האבן מיר צוויי קאשעס:
איינס) איז דאס אמת? איז דא א חילוק צווישן א אידישער יצר און א נישט אידישער?
צוויי) וואס מאכט א תאווה איידלער אדער גראבער?
1) יא, וויבאלד א גוי האט נאר א יצר הרע און קיין יצר טוב
2) ווי מער ס׳תאווה איז מקושר מיט גשמיות לעומת רוחניות, שכל, תכלית איזעס מער מגושם = גראבער
גרעפיקסער האט געשריבן:1) יא, וויבאלד א גוי האט נאר א יצר הרע און קיין יצר טוב
2) ווי מער ס׳תאווה איז מקושר מיט גשמיות לעומת רוחניות, שכל, תכלית איזעס מער מגושם = גראבער
איר זענט אפשר א גר? פון וואנעט ווייסטו אז א אינו יהודי האט אנדערע פילינגס צי תאוות ווי א איד?
וואס עס שטייט אין ספרים האב איך שוין געהערט. איך וויל בעסער פארשטיין.