אויס מענטש האט געשריבן:פארוואס טאקע מיינסטו אז דער מהר"ם שיקס פסק איז געווען פאליטיק נניח אז עס איז געווען לשם שמים
אבער ווער זאגט אז עס איז געווען פאליטיק בכלל!
אם כן לא הנחת בי"ד עד רשב"ג אז אלעס איז געווען פאליטיק
און אפשר איז בעצם די גאנצע מושג פון הלכה למשה מסיני אויך א פאליטיק לשם שמים
איך מיין ווי ענדיגט זיך פאליטיק און ווי הייבט זיך אן אמתע הלכה?
די דעבאטע פון מציצה בפה האט שוין לאנג עקספייערד, א דעבאטע האט בדרך כלל דריי שטאפלען,
די ערשטע שטאפעל איז, ווען מענטשן באקימען און זאגען קעגען זייטיגע מיינוגען איבער א אישו,
די צווייטע שטאפעל איז, ווען מען שמיעסט צוזאמען און מען פראבירט איינער דעם אנדערן צו איבערצייגען,
די דריטע שטאפעל איז, ווען מען שמיעסט טאקע, אבער נישט צוזאמען, נאר יעדער פראבירט צו זאגען א פוינט העכער און שטערקער אפגעזען צו די פוינט האט מיט די מציאות אדער צו די פוינט קען איינעם איבערצייגן עפעס,
דא און שטיבעל האלט די דעבאטע ביים דריטען שטאפעל, ווי יעדער איז פעסט מיט זיין מיינוג טייל שרייבער האבן אנגענימען די זייט פון די רבנים, אנדערע האבן אנגענימען די זייט פון די העלט דיפארטמענט, במילא זאל עס דיר נישט זיין מאדענע אז די טרעפט ארגעמונטן וואס איז נישט ריכטיג און באלאנגט נישט אהער, ווייל די אישו ווערט מער נישט דעבאטירט אז איינער זאל ווערן הערן פינעם צווייטען,
עס איז א ערענסטע שאלה צו די דעבאטע האט בכלל אמאל געהאט א טשאנס, אבער לאמיר עס געבן די בענעפיט אוו די דאוט אז יא,