עמעזאן האט געשריבן:ביי כינוס כלל ישראל זענען זיי געווען מלא ליצנות אנגעפאנגען ווי רש''ל וויי''ב פארשטאפט די אויערן און געפאויקעסט אויף בילדער מיט גרויסע לעכער ליידיג פון מענטשען וכו'
דא גייען זיי אויך לכאורה ווייזען די גרויסע לעכער ליידיג פון מענטשען וכדו'
פארפאלן זיי האבן נישט די זכי' זיך משתתף צו זיין אין ערנסטע מעמדים, דאס איז א הימל זאך, אנדערש האט עס נישט קיין ביאור
עמעזאן: ס'האט יא א ביאור. שכל און מענטשליכקייט. און קרוב אל האמת. נאך א זאך. אין די אפיסעס פון צה"ל וועט מען זיך שטארק צוקראצן אז א פאר אידעלעך האבן פארברענגט א זונטיג נאכמיטאג אין א ספארטס סטאדיום ביי פיינע עיר קאנדישאן מיט פרעטצלס און סאודע. הערנדיג דרשות פון די חכמי וגדולי ישראל א שטייגער ווי הרב הילל וויינבערגער שליט"א און הרב ראב"י שליט"א אין לשון הקודש בהברה האשכנזית/הונגרית...!
למעשה וועט ווייטער אנגיין די פראצעדור פון געבן דיחויים און פטור'ים פאר ווער ס'וועט זיך צו שטעללן אין די לישכת הגיוס. און אויב ס'וועט זיך מאכן שוועריגקייטן וועט מען נוצן די הילף פון די לישכת עזרה ויעוץ. ועולם כמנהגו נוהג...!
שמעקעדיג: יא. די אידן וועלכע זענען געקומען זענען טאקע צדיקים. אבער די תוצאות זענען די זעלבע. נאכדערצו פאר א פארטיי וועלכע האבן געטון אזוי ווי די גבעונים. זיי האבן אויסגעפאפט די אידן. די בני תורה פארטיי האבן געזאגט אז זיי גייען שוין מער נישט נעמען א טייל אין די בחירות. (הטמאות). און אין די לעצטע בחירות זענען זיי געלאפן פונקט ווי א יעדער אנדערע פארטיי...!
דער בלאט די פארגאנגענע וואך (פ' אמור) אין די אוצר אפטיילונג ברענגט די געשיכטע פון די 2 אנטלאפענע געפאנגענע פון אוישוויץ ווערבא און זיין חבר וועצלער. און דעם רעפארט איבער אוישוויץ. וואס מ'טוט דארט מיט די מענטשן...!
איך האב אדורכגעליינט דעם בוך. און דורכאויס דעם בוך האלט ער זיך אין איין בארימען ווי קלוג ער איז. אייביג צו זיין אין די ריכטיגע צייט און דעם ריכטיגן פלאץ.
די נעמען וואס ער נוצט פאר די נאצישע הויפט אויפזעהער אין דעם בילדינג וואס מ'האט גערופן קאנאדע איז , גראף און קעניג. אויך, דעם אומגליקליכן איד וועלכער האט געטרייט צו אנטלויפן. און די נאציס האבן איהם געשאסן, איז אויכעט פול מיט שקרים און גוזמאות. נאר איהם רופט ער אויכעט ..."אומגליק"...הכל לפי הענין. ער פארציילט דארט אזעלכע שטותים און גוזמאות. אז דער ..."אונגליק"...האט אייביג געהאט פרישע געקעכטסן ווי זופ און טשיקן ארויסגעשמוגלט פון די קאך. און אפילו אן אויסוואהל פון בראנפנס. און אין שכר וואס ער האט נישט אויסגעמסר'ט דעם קאפאו וואס האט איהם געשיקט פון איין עק בילדינג צו דעם 2'טן מיט געשמוגלטע סחורה צו זיין גוירלפרענד האט ער באקומען זייער א גוטן און גרינגן דזשאב. אלס רעגיסטראר. און ער האטציך געקענט ארומדרייען פריי א גאנצן טאג. און קיינער האט נישט גענומען דין וחשבון וואס ער טוט. אדער מיט וועמען ער טרעפט זיך.
ומעשה שהיה כך היה (לויט דעם ליגנער, ווערבא).: זיין דזשאב איז געווען אריבערצופיהרן זאכן וואס די נאציס האבן קאנפיסקירט פון די אנגעקומענע מענטשן קיין אוישוויץ פון איין עק פון דעם גרויסן בילדינג צו דעם צווייטן עק. וואו די פריזאנערס האבן עס געדארפט סארטירן. נאר אינמיטן וועג האט מען איהם געקענט אפשטעללן צו טשעקן אויב ער פיהרט נישט קיין אומלעגאלע סחורה. די ערשטע 3 מאל האט ער זיך געהיטן. און ווען זיי האבן איהם אפגעשטעלט האט ער גארנישט געהאט אומ-לעגאל. איז ער געווען זיכער אז זיי וועללן איהם שוין מער נישט אפשטעללן. דאמאלס האט איהם זיין אויפזעהער/קאפאו געגעבן א רענצל פול מיט אומ-לעגאלע סחורה אזוי ווי טייערע זייפן און טשאקאלאד וואס זיי האבן אוועקגענומען פון די אנגעקומענע אידן פון האללאנד. און פונקט דאמאלס האבן איהם די 2 נאצישע הויפט אויפזעהער געכאפט.און געהייסן אויפמאכן דעם רענצל. און די אומ-לעגאלע סחורה האטציך אנטדעקט. האבן זיי איהם געפרעגט ווער ס'האט איהם געשיקט. אויב ער וואלט אויסגעזאגט וואלט דער קאפאו געווען אין טראבל. האט ער נישט געזאגט קיין ווארט. האבן זיי איהם אנגעהויבן צו שמייסן מיט אכזריות'דיגע קלעפ. ביז ער איז פארחלש'ט געווארן. אבער ער האט נאכאלץ נישט אויסגעזאגט. און ער איז אריין אין שפיטאל. אדער סתם געבליבן אין בעט פאר א פאר טעג. און אין שכר פון דעם, האט דער קאפאו איהם באלוינט מיט פארשאפן א גרינגן דזשאב...!
דער עדיטאר פונ'ם בלאט וואלט געמעגט כאפן אז דער גאנצער בוך איז נישט מער ווי א נאוועל. אפשר פרי דמיונו פון עפעס א ליגנער און בארימער. און מ'קען נישט גלייבן קיין איין ווארט וואס ער שרייבט דארט...!
מודה בטפל: כ'עלל דיר אויסזאגן דעם אמת. נאכדעים וואס איך האב שוין אדורכגעליינט די גאנצע סאטמאר'ע פראפאגאנדע (בערך 5 מינוט.) און נאכ'ן אדורכקוקן די נעמען פון די נפטרים אין די ציבור אפטיילונג, איז מיר א שאד ארויסצו ווארפן דעם בלאט אין גארביטש. כ'האב דאך געצאלט 3 דאללאר...! בליק איך אריין אין די שטותים וואס ער ברענגט אין אוצר...!
אין דעם ערב פסח אישו איז געווען באשריבן קאלאמבוס, בתוך הדברים איז געשטאנען אז אין איינע פון קאלאמבוס'ס שיפן איז געווען א גענעראל מיט'ן נאמען אמעריגוס וועספוטשי און נאך אים הייסט דער קאנטינענט אמעריקע..
די לעצטע חלק איז ריכטיג אבער די ערשטע נישט. וועספוטשי איז געווען א איטאליענער ביזנעסמאן, און אין א געוויסע צייט האט ער אפילו געהאלפן קאלאמבוס, אבער ער איז נישט געווען א חלק פון קאלאמבוס'ס פלאטע. וועספוטשי איז אנגעקומען צו דרום אמעריקע אין 1501, 9 יאר נאך וואס קאלאמבוס איז אנגעקומען צו די קאריביען אינזלען.
אין דער בלאט אין דער בילדער זייט איז דא א בילד מיט'ן נאמען ר' עזרא זושע פאלמאן שליט''א (זצ''ל) ר''מ במתיבתא עץ חיים דבאבוב. ער האט געהייסן ר' עזריה זושע, געווען מנהל אין דער מתיבתא, ער לעבט שוין נישט, און להבדיל בין חיים לחיים דער אין די בילד הייסט הרב נחום מאיר גערמאן שליט''א וואס איז טאקע א ר''מ במתיבתא עץ חיים דבאבוב.
איך קען קוים ווארטן ווען די עדעטאריעל אין דער בלאט וועט אויסקלארן אז א צייטונג איז נישט געאייגנט פאר קיין מחלוקת און צו שטופן אגענדעס און פריוואטע אינטערעסן...