וועט טראמפ באווייזן צו נאמאנירן זיין דריטער ס.ק. ריכטער?
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2367
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
- האט שוין געלייקט: 268 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

[justify]דעם פארגאנגענעם ר''ה ביינאכט, די נאכט וואס כלל ישראל האט זיך געגרייט מיט א הייליגער פארכט, פונדאסניי צו באקרוינען דעם מלך מלכי המלכים אויף די גאנצע וועלט לכבוד דעם אנהייב פונעם נייעם יאר, איז אין וואשינגטאן נפטר געווארן די הויכגעשעצטע און העכסט געערטע ריכטערין פון די פאראייניגטע שטאטן, הרבנית הצדיקות, מרת יוטא רחל גינזבערג ע''ה, אדער ווי זי איז געווען באוויסט ביי די אמעריקאנע מאסן, רות באַדער גינזבורג.
ריכטערין גינזבורג איז געווען גאר שטארק באליבט און געשעצט ביי די אמעריקאנע מאסן, צוליב איר גערעכטיקייט און אירע גוטע טעטיקייטן, הויפטזעכליך אין די עזרת נשים. זי איז געווען א לעגאלע קאפשטיק. אירע לעגאלע ווערק און געריכטליכע אורטיילן האבן אין אלגעמיין שטארק אויסגענומען ביי אלעמען, אפילו ביי די קאָנסערוואַטיווער . זי האט געהאלטן אז די קאנסטאטוציע איז א לעבעדיגע דאקימענט און עס קען אפגעטייטשט ווערן לויט די היינטיגע אומשטענדן. אין שארפע קאנטראסט צו די קאָנסערוואַטיווער וואס זענען ביי די מיינונג, אז די קאנסטאטוציע דארף מען אפלערנען גענוי ווי אזוי ס'איז געשריבן געווארן. און אז די צילן פון די שרייבער פון די קאנסטאטוציע זענען געווען אראפצושטעלן די וויזיע ווי אזוי די פאראייניגטע שטאטן זאל זיין פארמירט.
איר נאנטע פריינדשאפט מיטן לעגענדארער ריכטער און געזעץ גאון, טשיף יוסטיץ אַנטאָנין סקאַליאַ האט ארויסגערופן שטוינונג ביי יעדען. אפגעזען פון דעם וואס די צוויי האבן געהאט גענוי דאס פארקערטע מיינונג אין יעדע לעגאלע הינזיכט, פארט האט געהערשט צווישן זיי א קעגנזייטיגע שעצונג. סקאַליאַ פלעגט זיך אויסדרוקן אויף איר: די קליגסטע מענטשן קענען האבן די זינלאזטע מיינונגען. און זי פרעגט זאגן: איך ארגומענט בלויז מיט מיינונגן, און נישט מיט די מענטשן וואס באזיצן עס.
איר טויט האט אויסגערופן שטורם אין וואשינגטאן. נעמליך, לויט די קאנסטאטוציע איז דער פרעזידענט באפולמאכטיגט צו נאמענירן א נייע ריכטער צו פארפולן דאס ליידיג ארט אויפן געריכט באנק, און דאס סענאט דארף עס באשטעטיגן. פרעזידענט טראמפ האט טאקע זיך באלד געלאזט הערן אז ער גייט פארפולן זיין קאנסטאטוציאלע פליכט, און ער גייט נאמענירן זיין דריטער ריכטער צום סופרים קארט. און נאר דאס האט נאך אויסגעפעלט...
די ליבעראלן גייען באנקערס, זיי שעלטן און שרייען ווי שווארצע געשאסענע הונט. שקאלפטע פעלאוסי שרייט אז זי גייט ווידער אומפיטשען דעם פרעזידענט, שוואק שומער סטראשעט אז אויב די דעמאקראטן נעמען חלילה צוריק איבער דעם סענאט, גייט ער ספאנטאן צולייגן נאך פינף און צוואנציג ליבעראלע אקטיוויסטן צו דינען אלס ריכטער פון העכסטע געריכט אין לאנד. און די צוקאשקעטע לאפע טאנצערין אלעקסאנדריע קאָרטעז, סטראשעט אז דער פירער פון סענאט מיטש מעקאנעל שפילט ממש מיט פייער, אזוי צו זאגן. די צוחושטע ליבעראלע שוויינען רייסן דאס טעפיך מיט די ציין פאר צארן און פארלוירנקייט... אזש ס'איז א נחת דאס מיטצוהאלטן.
די ליבעראלע היפאקריטן באשולדיגען די ריפובליקאנער אלס היפאקריטן, ווי ס'איז זייער שטייגער שטענדיג צו באשולדיגען אנדערע מיט דאס וואס זיי זעלבסט זענען געשלאגן. ווען פרעזידענט כאסעין האט נאמענירט ריכטער מעריק גאַרלאַנד צום סופרים קארט, האט מיטש מעקאנעל נישט געלאזט אז דער סענאט זאל אים באשטעטיגן. מעקאנעל האט ארגומענטירט אז אין א וואלן יאר באשטעטיגט נישט דער סענאט קיין נייע ריכטער. וואס איז אצינד אנדערש פרעגן די סאציאליסטן מיט גרומצארן? די אנטווארט פון די רעפובליקאנער איז, אז דאן איז דער פרעזידענט געווען פון איין פארטיי און דאס סענאט פון א צווייטע פארטיי, אבער אצינד איז דער סענאט מיטן פרעזידנט פון די זעלבע פארטיי, אלזא פארוואס זאל מען נישט אויסנוצן די גינסטיגע געלעגנהייט און אריינשטעלן א לעגעטימע קאנסטעטוציאלע ריכטער אין סופרים קארט? וואלטן דען די דעמאקראטן דען נישט געטאן די זעלבע? זיכער אז יא! אלזא פארוואס האקט איר טשייניק? איר ווילט אימפיטשען? געזונטערהייט. איז דען פארהאן עמיצער וואס געדענקט נאך די אויסגעפארצסטע פעלאוסי אימפישטמענט ספעקטאל?
אייגנטליך, די ליבעראלן שרייען אז אמעריקע איז אין א געפאר אויב פרעזידענט טראמפ נאמאנירט א קאָנסערוואַטיווע ריכטער. א געפאר פון וואס? טיפוש שומער האט דאס גוט עקלערט. ער האט געוויינט אין סענאט אז זיין טאכטער וואס האט געהייראט א מיידל רח''ל איז באזארגט פאר איר צוקונפט... ער האט געוויינט אז דער געריכט וועט עטוואס איינצוימען די ברוטאלע הריגות פון קינדער אינעם מיטער-טראכט... פשיהא... טאקע א שרעקליכער געפאר... א געפאר פאר די ליבעראלע אונטערוועלטניקעס, א געפאר פאר די חזירים, א געפאר פאר פארברעכער... א געפאר פאר די קינדער מערדער...[/justify]

- ידיד ותיק
- הודעות: 755
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 10, 2020 5:47 pm
- האט שוין געלייקט: 479 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 679 מאל
ווייס איך נישט צו איך קען מסכים זיין מיט זאכן וואס זענען געשריבן בשעת כעס
אבער מיט דאס בין איך זיכער נישט מסכים, אז די רעפוליקאנער זענען איצט פעסטע היפאקריטן, און זיי שעמען זיך נישט דערמיט זיי זאגן עס גאנץ אפן, פארפאלן מיר זענען יעצט ביי די מאכט און אז איר זענט געפאלן אין 16' פאר אונזער דרוק איז דאס אייער פראבלעם

- חבר ותיק
- הודעות: 3541
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
- האט שוין געלייקט: 121 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
דער סענאט איז דעמאלטס געוועהן רעכטס פארקערט פון דער פרעזידענט, עס איז נישטא קיין גערעכט און נישט גערעכט, עס האט מיט צו דער פרעזידענט קען אדער קען נישט.
ב.ד.וו. וואס איז פשט אז קאך איז מסופק אויב טראמפ וועט קענען נאמינירן א ריכטער אדער נישט, הייסט אז קאך ווייסט אז טראמפ וועט נישט געווינען?

א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 755
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 10, 2020 5:47 pm
- האט שוין געלייקט: 479 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 679 מאל
וואס מאכט אויס וועלכע פארטיי פירט דאס ווייסע הויז און סענאט?
האלסט אז מען קען נאמינירן א קאנדידאט? ניין האסט נישט געלאזט
איז איצט מאי שנא? נאר ווייל דו פירסט ביידע פליגלען און "דו קענסט"? איז הוא הדבר אשר דברנו, זיי וויסן אז זיי שפעטן פון זיך אליין, נאר ווייל דו האסט די מאכט קענסטו טוהן וויאזוי דיר שמעקט
האלסט אז מען קען נאמינירן א קאנדידאט? ניין האסט נישט געלאזט
איז איצט מאי שנא? נאר ווייל דו פירסט ביידע פליגלען און "דו קענסט"? איז הוא הדבר אשר דברנו, זיי וויסן אז זיי שפעטן פון זיך אליין, נאר ווייל דו האסט די מאכט קענסטו טוהן וויאזוי דיר שמעקט
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 755
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 10, 2020 5:47 pm
- האט שוין געלייקט: 479 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 679 מאל
נאכאמאל, איך האב נישט קיין טענות ווייל די דעמאקראטן וואלטן זיך נישט געפירט אנדערש, הדא הוא דכתיב פאליטיקס, עיין אימפיטשמענטס ומשם תדרשנו, ווי יענעם'ס נעכטיגע שפייען זענען מיינע היינטיגע געשרייען
אבער קום מיר נישט אן מיט דער פרומער מאסקע ווי "היפאקריטיש" די דעמס זענען, ווען די אליין ביסט דיר אויך ווערד דיין מילה
אבער קום מיר נישט אן מיט דער פרומער מאסקע ווי "היפאקריטיש" די דעמס זענען, ווען די אליין ביסט דיר אויך ווערד דיין מילה
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 214
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 10, 2018 3:51 am
- האט שוין געלייקט: 304 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 481 מאל
מנחם ציון האט געשריבן:ווייס איך נישט צו איך קען מסכים זיין מיט זאכן וואס זענען געשריבן בשעת כעס
אבער מיט דאס בין איך זיכער נישט מסכים, אז די רעפוליקאנער זענען איצט פעסטע היפאקריטן, און זיי שעמען זיך נישט דערמיט זיי זאגן עס גאנץ אפן, פארפאלן מיר זענען יעצט ביי די מאכט און אז איר זענט געפאלן אין 16' פאר אונזער דרוק איז דאס אייער פראבלעם
געוועזן 29 מאל אין היסטאריע אז א זיץ זאל ליידיג ווערן אין א וואל יאר.
19 פון דעם איז די סענאט און די פרעזידענטשאפט געהאלטן געווארן דורך די זעלבע פארטיי, און די נאמינאציע איז דורך געגאנגען 17 מאל פון די 19.
10 מאל איז עס געהאלטן געווארן דורך אנדערע פארטייען, און ס'איז נישט דורך געגאנגען אין סענאט בלויז צוויי מאל.
אזוי ארבייט עס.
אבער סטראשענען מיט אימפיטשן פאר דעם? אנפילן די געריכט אויב מען געווינט? אזאנס מיינעך איז נאך נישט געוועזן.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום גבור חיל, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
“Tell the world Johnny, tell them I, Johnny Depp, a man, I'm a victim too of Domestic Violence and see how many people believe or side with you.” - Amber Turd
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1098
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 3:53 pm
- האט שוין געלייקט: 619 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 916 מאל
Re: וועט טראמפ באווייזן צו נאמאנירן זיין דריטער ס.ק. ריכטער?
גבור חיל האט געשריבן:געוועזן 29 מאל אין היסטאריע אז א זיץ זאל ליידיג ווערן אין א וואל יאר.
19 פון דעם איז די סענאט און די פרעזידענטשאפט געהאלטן געווארן דורך די זעלבע פארטיי, און די נאמינאציע איז דורך געגאנגען 17 מאל פון די 19.
10 מאל איז עס געהאלטן געווארן דורך אנדערע פארטייען, און ס'איז נישט דורך געגאנגען אין סענאט בלויז צוויי מאל.
און וויפיל מאל האט די סענאט דערקלערט אז א פרעזידענט האט בכלל נישט די רעכט צו נאמינירן א קאנדידאט פאר סקאוטוס?
איך פרעג, פשוט ווייל דו קענסט אזוי גוט היסטאריע.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 214
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 10, 2018 3:51 am
- האט שוין געלייקט: 304 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 481 מאל
החוקר האט געשריבן:און וויפיל מאל האט די סענאט דערקלערט אז א פרעזידענט האט בכלל נישט די רעכט צו נאמינירן א קאנדידאט פאר סקאוטוס?
איך פרעג, פשוט ווייל דו קענסט אזוי גוט היסטאריע.
נישט דא אזא זאך. א פרעזידענט קען אייביג נאמינירן א קאנדידאט, קיינער קען עס נישט אפהאלטן.
וואס מען קען יא טון, און שוין געטון עטליכע מאל, ווי למשל אין 2016 האבן די רעפאבליקאנער גארנישט געטון, דהיינו זיי האבן זיך אנטזאגט צו מאכן א הירינג אדער א וואוט, און נאך 293 טעג עקספייערט די נאמינאציע קען די נעקסטע פרעזידענט נאמינירן א צווייטן ווי טראמפ האט טאקע געטון.
אבער אזוי ווי די רעפאבליקאנער האבן יעצט די סענאט קענען די דעמאקראטן קיין סך נישט טון, און טראמפ וועט טון ווי מען האט געטון אייביג, נאמינירן א קאנדידאט, און סענאט וועט עס לכאורה באשטימען זייענדיג פון די זעלבע פארטיי פון די פרעזידענט.
“Tell the world Johnny, tell them I, Johnny Depp, a man, I'm a victim too of Domestic Violence and see how many people believe or side with you.” - Amber Turd
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3541
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
- האט שוין געלייקט: 121 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
עמינדב האט געשריבן:איז דאס נאמאנירן א ס.ק. ריכטער די מערסטע לאנג-שטרעקיגע כח וואס א פרעזידענט פארמאגט?
ער נאמינירט אסאך זאכען, אלע פעדעראלע פאזיציעס וואס דארפען נאמינירט ווערען. די הויפט פין יוסטיץ, און אלע ריכטער פין פעדעראלע געריכטן, איך מיין אז די וויכטיגערע פאזיציעס ציילען פיר טויזענט.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
אישתישבי האט געשריבן:עמינדב האט געשריבן:איז דאס נאמאנירן א ס.ק. ריכטער די מערסטע לאנג-שטרעקיגע כח וואס א פרעזידענט פארמאגט?
ער נאמינירט אסאך זאכען, אלע פעדעראלע פאזיציעס וואס דארפען נאמינירט ווערען. די הויפט פין יוסטיץ, און אלע ריכטער פין פעדעראלע געריכטן, איך מיין אז די וויכטיגערע פאזיציעס ציילען פיר טויזענט.
זענען זיי אויף לאנג טערם אזוי ווי ס.ק. וואס גייט עד יום מותו?
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3541
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
- האט שוין געלייקט: 121 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
עמינדב האט געשריבן:אישתישבי האט געשריבן:עמינדב האט געשריבן:איז דאס נאמאנירן א ס.ק. ריכטער די מערסטע לאנג-שטרעקיגע כח וואס א פרעזידענט פארמאגט?
ער נאמינירט אסאך זאכען, אלע פעדעראלע פאזיציעס וואס דארפען נאמינירט ווערען. די הויפט פין יוסטיץ, און אלע ריכטער פין פעדעראלע געריכטן, איך מיין אז די וויכטיגערע פאזיציעס ציילען פיר טויזענט.
זענען זיי אויף לאנג טערם אזוי ווי ס.ק. וואס גייט עד יום מותו?
טעכניש יא, אבער רובא דרובא קען דער נעקסטע פרעזידענט מאכן אויס, ס"ק דארף אימפיטשמענט.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
- פאליטיקאנט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1413
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
- געפינט זיך: אין דמיון
- האט שוין געלייקט: 765 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
Re: וועט טראמפ באווייזן צו נאמאנירן זיין דריטער ס.ק. ריכטער?
יאפ, ריכטערן עמי קאני בערעט איז יעצט געווארן באשטעטיגט דורכן סענאט פארן סופרים קאורט!
- שמעון וואלף
- חבר ותיק
- הודעות: 3547
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
- געפינט זיך: אין דרום
- האט שוין געלייקט: 5476 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2367
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
- האט שוין געלייקט: 268 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל
עס איז היינט א גרויסע טאג פאר אמעריקע. דאס פאלק האט ווידעראמאל געוויזן דאס מיטלסטע פינגער פאר די סאציאליסטן און קאמאניסטן. דער פרעזידענט מיט צושטימונג פונעם סענאט האבן נאמענירט די הויכגעשעצטע ריכטערין עעמי קאוני בעררעט, צו די דינען אלס א ריכטערין אין סופרים קארט פון די פאראייניגטע שטאטן. דער סענאט האט באוויזן בייצוקומען אלע שטרויכלונגען פון די סאציאליסטן און קאמוניסטן שר''י, און נאמענירן א ערליכע ריכטערין און נישט קיין ליבעראלער עסקן אויפן באנק פון סופרים קארט. די סאציאליסטן און קאמוניסטן האבן ווי זייער פארפוילטער שטייגער געסטראשעט און געווארענט מיטן ארגסטן, אבער דער סענאט האט זיך נישט דערשראקן פון דעם הויפט קאמוניסט, דער גראנדיעזער מאנגאליאן פון ניו יארק טשאווק שומער, פארלוירן זאל ער ווערן פון האריזאנט.
יודו לשם חסדו ונפלאותיו לבני אדם
יודו לשם חסדו ונפלאותיו לבני אדם
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2367
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
- האט שוין געלייקט: 268 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל
דאס איז שוין אן אלט אויסגעדראשענע ארגומענט פון די איינוואוינער פון ליבעראלאנד וואס נעמט אריין די שטאטן ניו יארק, קארליפארניע, און אילונאוי. זיי זענען ביי די מיינונג אז אונזער ריפובליק דארף געפירט ווערן לויט ווי זייער קארטאפל קעפ פארשטייען, און די איבעריגע שטאטן דארפן געווארפן וווערן איבערן דראנג. די קאסטעטוציע שטעלט אראפ ווי אזוי מען שאצט א מערהייט אין אמעריקע. דאס איז דורך די עלעקטאָראַל קאלעדש סיסטעם. דער פרעזידענט וואס איז אריינגעוועלט געווארן אין אמט דורך דאס מערהייט פון פאלק האט די מאכט צו נאמאנירן ריכטער צום סופרים קארט ריכטער, און די מערהייט פון סענאט דארף צושטימען צו די נאמאניציע. און דאס האט אקוראשט פאסירט, און די פארשימלטע ליבראלן גייען ניסלך. זיי ווילן בלויז אזעלכע ריכטער וואס פארפליכטן זיך צו ערלויבן צו הרגנען קינדער און ערלויבן משכב זכר ברבים. דאס אלגעמיינער צווילער מענטשהייט האט נעכטן געהאט א מעכטיגער געווינס.
- פאליטיקאנט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1413
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
- געפינט זיך: אין דמיון
- האט שוין געלייקט: 765 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
Re: וועט טראמפ באווייזן צו נאמאנירן זיין דריטער ס.ק. ריכטער?
אפי' אויב ער רעפרעזענטירט יא דאס פאלק, האט די פאלק נאכאלץ גארנישט געטוען. די סענאט מיטן פרעזידענט האבן דא געטוען.
ווען איך שטים פאר פרעזידענט מיינט נישט אז איך בין מסכים מכאן ולהבא מיט אלץ וואס ער וועט טוען, נאר איך בין בוחר צווישן דעם קאנדידאט און זיין אפאנענט וועלכע איך האלט איז מער געאייגענט פארן פאזיציע, און וועט טוען א בעסערע דזשאב.

- הודעות: 1010
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
- האט שוין געלייקט: 641 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 989 מאל
קאך_לעפל האט געשריבן:דאס איז שוין אן אלט אויסגעדראשענע ארגומענט פון די איינוואוינער פון ליבעראלאנד וואס נעמט אריין די שטאטן ניו יארק, קארליפארניע, און אילונאוי.
ווער געדענק דען נישט עטליכע טעג בעפאר די 2016 וואלן, ווען טראמפ האט זיך אפגערעדט אויף די עלעקטארעל קאלעדזש אז ס'איז נישט יושר'דיג. די ליבעראלן האבן געקייכט מיט טרערן אז טראמפ טרעט אויף די קאנסטיטוציע... יעדער טרעט ווען אים איז געשמאק.
פאליטיקאנט האט געשריבן:אפי' אויב ער רעפרעזענטירט יא דאס פאלק, האט די פאלק נאכאלץ גארנישט געטוען. די סענאט מיטן פרעזידענט האבן דא געטוען.
ווען איך שטים פאר פרעזידענט מיינט נישט אז איך בין מסכים מכאן ולהבא מיט אלץ וואס ער וועט טוען, נאר איך בין בוחר צווישן דעם קאנדידאט און זיין אפאנענט וועלכע איך האלט איז מער געאייגענט פארן פאזיציע, און וועט טוען א בעסערע דזשאב.
אנקעטעס ווייזן אז א מערהייט בירגער האבן געוואלט אז ACB זאל באשטעטיגט ווערן, בערך 30 פראצענט דעמאקראטן האבן אזוי געוואלט, און רוב לאנד וויל נישט אז מ'זאל פעקן די קארט.
טראמפ טוט וואס ער פארשטייט אז זיינע וויילער ווילן ער זאל טון.