אזוי צו אזוי?
- פאליטיקאנט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1413
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
- געפינט זיך: אין דמיון
- האט שוין געלייקט: 765 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
אזוי צו אזוי?
יעדע שטיק צייט באמערק איך א ווארט וואס איך בין רגיל צו ליינען און שרייבן איינוועג, אבער א געוויסע רעספעקטפולע שרייבער שרייבט אנדערש און עס וואונדערט מיך וועלכע אויסלייג איז די ריכטיגע.
א שטייגער ווי סאמאטוכע אדער סומאטאכע .
דעריבער עפן איך דעם אשכול צו פרעגן מיינע ספיקות דא.
ספעקטאקל אדער ספעקטאל?
איך האב אלץ פארשטאנען אז עס קומט פונעם ענגלישן ווארט spectacle, אבער כ'האב שוין א שיינע פאר מאל געליינט / געהערט אן די צווייטע ק', אבער יעצט אז אזא פרעסטיזשפולע שרייבער ווי [tag]קאך לעפל[/tag] האט עס געשריבן די צווייטע וועג, בין איך מסופק אפשר שטאמט עס פון א צווייטע שפראך און ענדלט מער אין יענעם דיאלעקט?
אלזא וועלכע איז די עכטע אויסלייג / אויסדרוק?
א שטייגער ווי סאמאטוכע אדער סומאטאכע .
דעריבער עפן איך דעם אשכול צו פרעגן מיינע ספיקות דא.
ספעקטאקל אדער ספעקטאל?
איך האב אלץ פארשטאנען אז עס קומט פונעם ענגלישן ווארט spectacle, אבער כ'האב שוין א שיינע פאר מאל געליינט / געהערט אן די צווייטע ק', אבער יעצט אז אזא פרעסטיזשפולע שרייבער ווי [tag]קאך לעפל[/tag] האט עס געשריבן די צווייטע וועג, בין איך מסופק אפשר שטאמט עס פון א צווייטע שפראך און ענדלט מער אין יענעם דיאלעקט?
אלזא וועלכע איז די עכטע אויסלייג / אויסדרוק?
- פאליטיקאנט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1413
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
- געפינט זיך: אין דמיון
- האט שוין געלייקט: 765 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
Re: אזוי צו אזוי?
@berlbalaguleh
איך זע דו שרייבסט אייביג וויל אדער זאל מיט א דאפעלטע למד (ווילל / זאלל), -וואס אגב מיך פערזענליך קריכט עס אביסל-, וואס איז פשט?

יא, אבער דאכצעך אז ווילן איז נישט א ענגלישע ווארט וואס האט זיך לעצטנס אריינגעכאפט אז מ'זאל(ל) עס שרייבן אזויווי אין ענגליש......
מיין שפעקולאציעַ איז, אפשר פלעגט מען עס אזוי שרייבן?

-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 148
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אוגוסט 29, 2020 11:35 pm
- האט שוין געלייקט: 97 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 149 מאל
מע פלעגט זעכער אזוי שרייבן,
א גוגל זוך װייזט אז "װילל" און "זאלל" טרעפט מען אָפט אין עלטערע אידישע שריפטן (צירקע 1840-1900), לדוגמא https://books.google.com/books/about/%D ... aPtgAACAAJ, די עקסטערע למ"ד האט אבער אין פלוג נישט קיין פּשט און קען טאַקע צומאָלל א קריך טאָן אויף די געהירן.
װילל איז מעגליך א טראַנסליטעראַציע פינעם דייטשן woll, וראיה לדבר אז מ'טרעפט עס אין שטאַרק דייטשמערישע ביכער. למשל די דאזיגע אָנװייזונגען איבער "מיטטעל צו פארהיטען דיא כאלערא" https://books.google.com/books?id=l8VXA ... 9C&f=false, (דבר בעתּו מה טוב)
די פראַגע איז אבער אז די דייטשע װארט פאר "זאָלל" איז lass, טאָ װי קומט דער צװייטער למדן אהער
כעין זה זעהט מען אמאָל (בעיקר) היימישע שרייבן "זוממער", לכאו' א דירעקטע טראַנסליטעראַציע פון ענגליש, װאס גייט אויף די נערװן.
נו שוין, קיינמאל קיין ערגערס "זאלל זיין" האט דער רבי געזאגט..

Just another nerd
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
נײגעריגער האט געשריבן:כעין זה זעהט מען אמאָל (בעיקר) היימישע שרייבן "זוממער", לכאו' א דירעקטע טראַנסליטעראַציע פון ענגליש, װאס גייט אויף די נערװן.
איך מיין אז אין אלע גערמאנישע שפראכן אויסער נעדערלענדיש שרייבט מען מיט א דאפעלטע מ"ם, אזוי איז אין הויכדויטש, שוועדיש, נארוועגיש/דעניש, און פריסיען.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that