די הילכיגע שטילשווייגעניש בשעת דעם קאראנא-קריזיס
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 378
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 12:17 am
- האט שוין געלייקט: 262 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1509 מאל
אבטולמוס האט געשריבן:לו יצוייר נאך דעם קריזיס וועט יעדער מסכים זיין אז די מנינים האבן גע'הרג'עט מענטשן, וועלן די רבי'ס זאגן אז זיי האבן טאקע פארשפארט די בתי מדרשים (היות זיי האבן דאך טאקע אפיציעל פארשפארט די הויפט בתי מדרשים). אויב וועט זיך צום סוף ארויסשטעלן אז ס'איז געווען איבערגעטריבן, וועלן זיי זאגן אז דערפאר האבן זיי געלאזט שטילע מנינים, און אז זיי האבן טאקע אליין געהאט מנינים ביי זיך אין שטוב. און די אלע וואס האבן נישט געדאוונט מיט מנין דארפן זיך פודה זיין.
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9706
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
איך האב גראדע געהערט אז דער סקווערער זעלבסט האט זיך זייער פיין אויפגעפירט לגבי די קורונא. שוין פורים וואס ער האט נישט געגעבען די האנט פאר קיינעם, און פארמאכט האט געמיינט טאקע פארמאכט. עכ"פ אזוי האב איך געהערט פון סקווערער חסידים.
דא רעדט מען פון דער וועלטס באקאנטע ווענגרובער, פון וועמען קיינער האט נישט געהערט ביז היינט.
דא רעדט מען פון דער וועלטס באקאנטע ווענגרובער, פון וועמען קיינער האט נישט געהערט ביז היינט.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- פאליטיקאנט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1413
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
- געפינט זיך: אין דמיון
- האט שוין געלייקט: 766 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
Re: די הילכיגע שטילשווייגעניש בשעת דעם קאראנא-קריזיס
די נישט געבן די האנט ווייזט אויף היפאקריטיע.ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך האב גראדע געהערט אז דער סקווערער זעלבסט האט זיך זייער פיין אויפגעפירט לגבי די קורונא. שוין פורים וואס ער האט נישט געגעבען די האנט פאר קיינעם, און פארמאכט האט געמיינט טאקע פארמאכט. עכ"פ אזוי האב איך געהערט פון סקווערער חסידים.
דא רעדט מען פון דער וועלטס באקאנטע ווענגרובער, פון וועמען קיינער האט נישט געהערט ביז היינט.
ער האט נישט געגעבן די האנט און געווען אפגעזונדערט פונעם עולם 6 פיס, צוליב "זיין" געזונט, אבער טיש איז ווייטער געפירט געווארן, און די בני שישים ומעלה האט מען גארנישט געווארנט.
די זעלבע מיט'ן זיין אינגאנצן פארמאכט, איז אויך נאר געווען ווייל ער האט זיך געהיטן פאר זיין געזונט.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 627
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 29, 2020 4:44 pm
- האט שוין געלייקט: 487 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 595 מאל
עס קומט בכלל נישט אריין אין די אשכול דא. אבער היות אין דעם אשכול האב איך געשריבען שפאט רייד אויפ'ן רב קום איך אהער אים איבערבעטן.אינגערמאנטשיקל האט געשריבן:פאליטיקאנט האט געשריבן:אב"ד סיקסא שיקט א בריוו צום גאווערנער........
א בפירוש'ע סיקסא רב! ווען משוגע וואלט געמאכט פליען וואלט ער דאך געוואונען א נאבעל פרייז אין אסטראנאמיע און געהאט טעגליכע פלייטס צו די לבנה...
איך בין לעצטענס באקאנט געווארן מיט א קעיס וואו דער רב איז דער עמוד השדרה און ווען נישט איהם וויל איך מיר נישט פארשטעלן וויאזוי עס וואלט אויסגעקוקט די מצב דארט. און איך הער נישט אויף צו הערן די גדלות און חכמה פונעם רב.
קום איך אהער, במקום החטא. און איך בעהט מחילה פונעם רב אויף די דברי זלזול.
טעיתי.