האלאו, פארסט קיין אומאן?
- הבל וריק
- שריפטשטעלער
- הודעות: 73
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2017 10:46 am
- האט שוין געלייקט: 209 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 826 מאל
האלאו, פארסט קיין אומאן?
מעמוארן פון די פארכטיגע טעג:
ליל ראש השנה, תש"ס - תש"ע:
איי ווי עס געדענקט זיך די קאזשמארן פון ארומלויפן מיט א טרוקענעם צינג און דיקע בגדי קודש אפנעמען לשנה טובה פון די רעכטפארטיגע מיט די ווייסע זאקן און ברייטע היטן די וואס זיצן אויף גרויסע בענקלעך, גיבן עצה'ס פאר פרנסה און וואונטשן בני בית מיט די אויגן צום טיש. די וואס חתמענען צעטליך פאר א ליווינג און זענען מוחה פאר שוואויל טאג. ערליכע אידן? קען זיין, וואוילע אידן? זייער מעגליך. אבער וואס האט מיר - דעם אנדערן וואוילער איד, געברענגט אהין צו זייער לאנגע ליניע איינמאל א יאר ראש השנה דאס וועט נאר א איד וואס נעמט זיך ארום אין א ברענעדיגן שבת אינדערפרי מיט א בעקיטשע, א טלית, און א ראזשעוואלקע דערויף, קענען פארשטיין געבן. מיט א רוח התחדשות פון א פרישער בעל תשובה אין נייע בגדים, פלעג איך ארומלויפן מיטן טאטן דעם לאנגן שפאציר פאר הייליגע מציאות. אויף בעדפארד עוועניו האמיר געשפאנט מיט א שנעלקייט ווערענדיג כסדר איבערגעהאקט דורך וגילו ברעדה'דיגע לאלתר לחיים וואונטשערס מיט סטאדעס קינדער פון די זייט. "איך לויף צו דא צום שפּאלער, נאך דא וואס צו גיין?" "הממ.. איך קום יעצט פון דארט אז דו לויפסט יעצט קענסטעים נאך כאפן". זעמיר געשטאנען ביים דיין דעם לאנגן וועג ארויף די שטיגן. דער עולם האט געמורמלט מיט פארכט און געשוויצט פון קדושה איבערגעבענדיג די באריכטן, יעדער פון זיין סוקסעספולן נאכט. וועלכע רב מען האט מחזק געווען און ווער ס'האט געהאט 'אזא' עולם.
דערנאך איז מען געלאפן צו די באבעס, ווערענדיג אנטפאנגען דורך א פלאטע פון וויגעלעך און איבער ענטוזיאסטישע מומעס וואס האבן מיר בלית ברירה געמאכט אויפגעבן דעם באהאלטענעם תענית דיבור.
אין א שארפע קאנטראסט פונעם גוף מיטן נשמה האט מען מיט א געשוואלענקייט פון א ליידיגע בויך און א זעקל השפעות ענדליך געהויבן דעם בעכער צו חצות.
ראש השנה בבוקר בבוקר:
די זייגער קלאפט דריי און פערציג נאך ניין אינדערפרי, מיין קאפ ליגט אנגעלעהנט אויפן לינקן האנט איבער א ווייסע טישטוך און א מידעקייט שוועבט ארום מיין גייסט. עס הערשט א שטילע מורמעלעריי אין שול און די ביסל גערודער פון גרישענדע בענק און טראסקענדע סידורים ווערט פארטייבט דורך די מאכטפולע אפקילונגס מאשינען וואס בוזשעווען שוין זינט די פריהע פארטאגס שטונדען.
איך הער דעם בעל בכי ביים עמוד אויפהייבן דאס שטימע מיט דעם באקאנטן יאמערישן פסוקי דזמרה נוסח. די קול דרינגט אדורך מיינע גלידער אויפטרייסלענדיג מיינע פארקלעפטע קערפער. אזוי ח'זרט זיך עס איבער יעדע פאר מינוט - ווי א סנוזט וועקער זייגער. דער טרויעריגער ציהט ארויף און יאמערט אראפ ניצענדיג א פסוק דערביי. דאסמאל בין איך שוין אויף מיינע צוויי פיס אויפן ריכטונג צום קאווע צימער.
איך האב שוין דאס מאגן מיינעם באגאסן היינט מיט צוויי דאוזעס קאפין, איינס אינדערהיים און איינס אין בית הכנסת. אין א געווענליכן טאג בין איך שוין אזא צייט לאנג ביי די כוחות. ס'מער די צייט וואס שטיפט מיר צו דעם עיר מקלט'ל ווי די קאווע בונדלעך וואס ציען. אין איינוועגס האף איך אויך צו טרעפן עפעס קאמפעני, איינער וואס איז וויליג צו גיין די עקסטרע מייל חוץ געבן א בייג מיטן קאפ און ארויסמורמלען א טיאָמטעוו, ווי אלע מיינע באגריסער דעם אינדערפרי.
איך ווייס נישט פון ווי די אידן ווייסן שוין זייער גזר דין אבער קוקן קוקט אויס ווי זיי נעמען עס גאר שווער. אקעי ווי נישט ווי איז דאך היינט די טאג וואס מען באשטימט פון אויבן וויפיל געלט מ'גייט מאכן דאס יאר, היינט איז א טאג וואס אויב פירט מען זיך אויף ווי א צדיק טיילט דער אויבערשטער זכותים קיופאן'ס מיט וואס מען קען זיך פארזיכערן א פערפעקט יאר. והשנית איז דאך גאנץ קלאר פאר יעדן אז ביפאר פירע פינעווע קען מען פארגעסן פון אריינעמען עפעס זאכליך אין מויל - וואס ווערט היינט גענוצט ריין פאר תשבחות צוועקן, אלזא פארשטיי איך אז ס'קומט נישט נאטורליך צו שמייכלען געמוטליך. ווי האט מיר אן עלטערער איד אויסגעמוסערט פריער: "די מיינסט סא קינדער שפיל.. סא יאם הדין היינט.. צדיקים פלעגן ציטערען אזא טאג.. נו וואס זאל מיר אונז קליינע מענטשעלעך טראכטן. אַה, היינט טוט זיך א פרעסעריי ביפאר תקיעת שופר, ביים רעבין זעמיר געזיצן א גאנצן טאג אויף איין פלאץ און זיך נישט גערירט פון אינדערפרי ביז ביינאכט, אפילו אויף ארויסצוגיין!" -- נישט זעהענדיג קיין התפעלות פון מיין זייט האט ער אנגעהויבן נוצן די א.ק סטראשע "די מיינסט אז אלעס גייט אייביג געשמירט.. העסט עלטער ווערן העסטו שוין זעהן אז ס'גייט נישט ווי אזוי מ'וויל.. יא יא, איך בין אויך אמאל געווען יונג.." פארוואס זיי רעדן זיך אייביג איין אז די יונגע מאכן שטענדיג איבער זייערע טעותים ווייסט איין באשעפער. איך געדענק נישט וואס האט דאס פאראורזאכט אבער די שמועס האט זיך גענדיגט מיט אים באזידלענדיג מיך מיט די טערמינען אויבער חכם, עזות פנים, ליטוואק וכו.
אלנפאלס, די סיבות פארוואס אנדערע זענען זויער זענען גאנץ קלאר, איך בין אבער דירעקט אין א פאזעטיווע גיסטע וואס ווערט פארגיפטעט פון די ביטערע זויערקייט וואס דער נחש ביים עמוד לייגט אריין אין מיין דאווענען און פון די פארכמארעטע פרצופים וואס זענען שרעקליך באזארגט יעצט אויב זיי לעקן כביכול גענוג אריין יעצט דעם אלמעכטיגן מטיב לבריותיו. דאס אז איך דארף בכלל אויסהערן פאר צוויי שטונדן דעם יעניגן זכר לחזנים פון די תקופת הנחושת איבערזאגן די שטיקלעך וואס איך ווייס ברור אז ס'נעמט נישט מער ווי מאקסימום א האלבע שעה צו זאגן - גיבט אויך גארנישט צו, נישט צו מיין הארץ און זיכער נישט צו מיין פארהונגערטן גוף יתירה.
אזוי שטיי איך מיר אליינס אין קאווע צימער, בייוואוינענדיג די שווערע פּארקער אהין און צוריק פון די אפּפאל שטיבער, די קאווע האט אויך יענץ טעם.
בלית ברירה זעץ איך זיך צוריק אוועק אויף מיין פלאץ מיטשלעפענדיג א תרי עשר'ל אויפן וועג. איינמאל א יאר וואס איך בליק אריין אביסל אין נביאים איז ימים נוראים ביים דאווענען און אין די לענגערע לילי טבת וואו איך פרוביר אנצוהייבן נ"ך פון דאסניי.
אין א ספּען פון עלף מינוט האב איך שוין אנגעיאגט אנצוהייבן, מיכה צפניה און חגי, קיין איינס גייט מיר עפעס נישט. פארפאלן, נאך אלעם יו קענט גאו ראנג מיט די טיפישע בענדער פון שמואל און מלכים. די בענדער האבן א געשיכטע-ליניע. מען ברויך נישט די הילף פון זיבן פרשנים צו אנטשיידן יעדעס ווארט.
איך בליק אויפן זייגער, מיט א שטילע האפענונג צו איבעראשט ווערן ווי שנעל די צייט איז געלאפן. ווייסטעך, מען פרובירט זיך אליינס צו נארן אז ס'נאך גאר פריה אזוי אז ווען מען זעהט ס'שפעטער איז אויטאמאטיש די צייט געפלויגן. ס'איז אויף די זעלבע גאנג פון האלטן א נטילת ידיים טעפל שיהף, זיך אליינס איינצורעדן אז ס'שוין פיל, נישט קוקן אויף די צייט כדי צו כאפן זמן קרישמע, ועוד. (קען זיין ס'בלויז סובזשעטיווע שגיונות..). שטילערהייט האב איך זיך אויך האלב פארלאזט אויף דעם ספעציפישן זייגער וואס פארמאגט די סארט סעקונדע שטעקן וואס דרייט זיך אהן אפשטעל, האלטענדיג אז ס'לויפט למעשה שנעלער. והנה, איך קוק ארויף, און גארנישט. ס'גאנצע צען זעקס און פערציג. ממש אויפן זעלבן פלאץ ווי איך האב אים פריער איבערגעלאזט. ס'בערך די זעלבע געפיל ווי ווען מען ספיד פופצן מינוט און וועיז געבט זעלבן עקשנות'דיגן איטיעי.
ווידעראמאל גיי איך צום שאנק פאר א פרישע און דאסמאל גרונטליכע זוך אקציע פאר א פאסיג ספר וואס קען שטיין צוהילף ביי לענגערע געלעגנהייטן. צוערשט געבט א בליץ אויף דאס פינטעלע בחור אין מיר און פרובירט מיט חוצפה ווידעראמאל אויפצווועקן די אלטע שאיפות פון דורכהאקן ראש השנה איבער יום טוב, יומא ביז יום כיפור און סוכה אמווייניגסטנס. אבער ער קען זיין אויסגעברענטן צדיק'ל וואס האט שוין עספיעט אין זיין קורץ לעבן אנצוהייבן יעדע מסכת אין ש"ס, תמיד גרייכענדיג נישט ווייטער פון דף גימל עמוד אלף דארט אונטן און ער ווייסט אויך אז זיין צדיק'ל האט נישט קיין איבעריג חשק אריינצולייגן צייט אין די אלע לימודים וואס עקספייערן א טאג נאך יום טוב, אלזא איז ער מסכים עטוואס נאכצולאזן און זיך באגניגן מיט א בלויזן רמב"ם זמנים אויך נאר מיטן חשבון אז צווישן שחרית און מוסף ביידע טעג וועל איך אניאגן צו קאווערן הלכות יום טוב און נאך.
פאר קרישקעלעך צוועקן געב איך א כאפ א מי השילוח און עפעס אן איזראלי ירחון וואס ענהאלט מסתם עפעס מאמרים אויף יהדות פון צוויי וואָנעבּי טראכטער, א שטיקל פון רח"פ שיינברג אויף תורם ממין על שאינו מינו און עטליכע קלישעי געשרייבאכטסער אויף די פאפולערע סגיות אין קידושין, דורך לומדישע אברכים פון עפעס א כולל.
דער בעל תפילה שמייסט ווי א באס דרייווער אויף א טונקעלע שאסיי, א טייל דרימלען א טייל האלטן מיט, א טייל שמועסן און א טייל קוקן אריין אין א ספר. חוץ פון די פּאר באמפּס דא דארט, די ואתה הוא מלך'ס וכו. איז עס היבש א שטילע רייזע.
מיין שכן צו רעכטס האט זיך שוין איינגעוויקלט אין די הייליגע דאכענע פאר אומגעפער פערציג מינוט צוריק און אזוי האט ער אפגעדרימלט ביז ותן תּן פחדך. ווען ער האט זיך שוין יא ענדליך אויפגעכאפט און א קוק געטאהן ווי מען האלט האט ער זיך אין אן אטעם צוריקגעלייגט..
פון אונטער מיר הער איך א טאטע אנזידלען זיין אכט יעריגס וואס איז נארוואס אנגעקומען מיט צושטרויבעלטע לאקן, פארן פארשלאפן זיין מזל. "אזוי האב דיך מחנך געווען?! ראש השנה אינדערפרי פּאפט מען ביז צעהנע?! ווילסטיר אנווערן דאס גאנצן מזל ל"ע? יא דאס ווילסטו?! א גאנצן אינדערפרי קען איך נישט קיין ווארט מכוון זיין. שטיי דא אויף איין פלאץ מיש אויף און נעם דיך דאווענען, קיין ווארט לאז נישט אויס!"
טיף אינמיטן א גאר דמיונות'פולען קלאץ הער איך פלוצים א שטארקע גערויש פון בענקלעך, ובכן לך הכל יכתירו.. דער עולם ווארפט ארויף די זילבערווארג איבער די פנימ'ער און ס'הייבט זיך אהן די 'ווער קען העכער' פראגראם. יעדער פרובירט איבערצושרייען דעם צווייטן אינקלודינג דער בעל תפילה וואס לייגט נאך צו דראמאטישע קרעכצן און דערשטיקט זיך ביי לצופה נסתרות, כדת משה וישראל. איך בין קאלט ווי א שטיין. איך פרוביר אויך צו זיין טרויעריג, צו באוויינען עפעס א צער מיינע אבער איך זעה נישט די ריכטיגע ווערטער ווי דאס ארייצושטיפן. אפשר ביי לחומל מעשיו. איך פרוביר צו זיין טרויעריג פארן נישט זיין טרויעריג אבער דאס גייט אויך נישט.
פארענט פון מיר שטייט א איד וואס ניצט אויס דאס לעצט ביסל קול מיט א ביטערניש און ציהט אויס יעדעס שטיקל מיט א האלבע מינוט לענגער פון יעדן. ער איז פון די נארסאסיטישע אידן. די זענען די וואס זאגן אהן די קינדער מיט וועם זיך צו חבר'ן און מיט וועם נישט. די וואס האבן גאר שלעכטע מידות ווען זיי זענען הונגעריג. די וואס קוקן תמיד אויף דיר מיט א דורכדרינגליכע באשילדיגונגס בליק, די וואס טראגן אהן שוואכע שידוכים זאגענדיג אז מען קען סייווי נישט באקומען בעסערס. די וואס זאגן ימח שמם ווען מען דיסקוסירט באמעס און ארויסגעפאלענע אינערהאלב די באפעלקערונג ביז זיי לערנען זיך אויף די אייגענע ביינער אז לא רחוקה הוא.
עס קומט צו שופר בלאזן, די יראים ושלמים זיצן שוין א האלבע שעה בעפאר מיט נאסע פיאות און א תהילים. אנדערע קוקן אריין אינעם מחזור די עובדות והנהגות פונעם רעבין פאר שופר בלאזן. א לויטערע אימה שוועבט אין די לופטן. יעדע צוויי מינוט קומט א צווייטע בלאסע אידענע צום טיר פרעגן ווען מען בלאזט.
א ווארימע שחרית כאפן די נשים אין ראדנע. ספעשיל ספעשיל מוידן זיצן אויף די באבעס געקויפטע זיצן זיך שאקעלענדיג לאנגזאם מיטן מחזור צוגעדריקט צום פנים. א שווערע סורוועלענס סיסטעם איז איינגעשטעלט מטעם לעידיס אוקזילערי און יעדעס געוויין ווערט פארצייכנט און צונומען שפעטער. "נעבעך דעי כ"ץ ווייבל, כ"ץ קליין - די מאמע איז א גראס, האט נעבעך אזוי געוויינט. זיטעך פארלוירן די מאמע פאריאר. איר שוועסטער האט נעבעך אן עלטער מיידל וואס גייט נישט קיין שידוך, אויך זייער ווארים געדאווענט. געשטאנען א גאנצן צייט. ווערי איידעלע גירל, אינטערסאנט פארוואס זיי גייט נישט קיין שידוכים. זיי האבן זיך געמוטשעט ביי די עלטערע אויך" מיט ווייעדיגע פיס שטייט מען און מען ווארט די ענדלאזע שטילע שמונה עשרה, לזכר אותו צדיק זי"ע וואס האט עקשעלי גענוצט דעם שטערבליך לאנגן צייט פאר עפעס א צוועק חוץ ענדיגן שפעט. דאס ווערט נאכגעפאלגט ביי א שטייט באוועגנדן אבינו מלכנו וואס פארמאגט די מאכטפולקייט צו ארויסנאגן דאס לעצט ביסל גלייכגעוויכט פון אן אפגעדינטן מתפלל און פארוואנדלען דעם אנוש אין א שק של עצמות. אלנפאלס נאכן אריינכאפן איין תפילה אין ראדנע/הופפער וכו. שפירן זיך שוין א טייל פון די מאוסים ליום אחד גענוג באקוועם צו הערן שופר בלאזן אין א קליינע שול. "טאקע נישטא דעי ווארימקייט, פארפאלן". טאקע דא אנדערע וואס גייען נישט אין ערגעץ חוץ פון גרויסן בית מדרש. "נע אהנע עולם האט דאס דאווענען יענץ טעם" זאגט באשקי - די וואס קומט אהיים יעדעס יאר מיט א פרישע ערשטוינונג ווי לאנג די רבי האט היי יאר געשלעפט.
דער עולם הייבט זיך אהן צאמצוקומען. מ'הייבט אהן למנצח, מ'שטעקט ארויס די פינגערלעך, ס'גייט קולות. די קלימאקס קומט ביי מן המצר, ס'הערשט א קוויטשעריי ווי ס'זאל ווען יעצט דורכפארן א טרעין הארט איבער די קעפ. איך הייב אהן שנעל צוזאמנעמען בקיצור נמרץ אלע כוונות וואס מחזור המפורש האט פאר מיר אנגעזאמלעט. די מאמענט איז אט אט דא. תקיעת שופר. איך הער "תקיעה!" איך האף צו שפירן עפעס א קדושה דורכדרינגען מיינע גלידער. אבער איך הער בלויז א קול. א גלאטע קוויטש. מיין קאפ הויבט אָן ארומטאנצן פון א געבונדענער יצחק ביי די עקידה ביז די דונערן ביים בארג סיני, איך פרוביר צו צומישן דעם שטן מיטשלעפענדיג יובל . דער בעל מקריא האלט שוין ביי תשרק און איך האב קוים עספיעט אריינצוטייטשן ר' סעדיה גאון'ס פערדע פשט. איך זאג היום הרת עולם. איך שפיר נישט גארנישט. איך ווייס נישט אויב עס איז דא א מער באדייטלאזע געפיל פון אט דיזע מאמענט און אירע קאזינעס - כל נדרי די דריטע מאל און איכה די צווייטע פרק. ביים צווייטן האלב תקיעות פרוביר איך שוין די גלייכע לומדישע גאנג, איך הער תקיעת שופר סתם ווייל די תורה הייסט (וואסע נייעס) אבער מיין נשמה ווערט נישט באגייסטערט. נאך ווייניגער ווערט עס באגייסטערט זעהענדיג דעם פרומאק טופּען מיט די פיס און ווארפן זיין צופלויגענעם פרצוף מיט פארמאכטע אויגן און גרימאסן וואס זענען געאייגנט פאר שוועריגקייטן ביים ארויסגיין.
ערב יום כיפור:
הנני העני ממעש, איך אפתח פי, ווי נעמט די קוראזש צו ביישרייבן אן ערב יום כיפור בימים ההם. געוואלד געוואלד...
נאך א גרייז גרויען פארנעפלטן פריהמארגן צווישן הונדערטער טשיקנס און פארשלאפענע אידן קומט מען אהיים צו א פארוואלקענטע סעודה. נישט ווייט פונעם האניג האלטער ליגט א קארדלעס פון ווי פארפרעמדטע פלומעניקעס און שעמוועדיגע שוועסטער קינדער קלינגען די מומע צו וואונטשן א גמר חתימה טובה. מען קייעט די חלה אונטער א שאטן פון ערנסטקייט און פארכט צוהערענדיג צום ערב יום כיפור סאונדטרעק. "יא. יא, יא, ברוך השם, שקויעך. שקויעך, אמן דו אויך. בעט אויס אלס גוטס און האב אינזין די גאנצע משפחה, יא אוודאי, דער עיקר איז אז מ'דאווענט.. יא, יא, גוט יום טוב.. שקויעך. אזוי קומט אריין איין קאל נאכן צווייטן.
א שמייכל איצט איז ווי א סטרעטש ביים דוכענען, ווי א געניץ אונטער א חופה, ווי א היקאפּ אינמיטן שלאף, און ווי (עיין ע"ז יז ע"א).
ווי פלעגט ר' לעמעלע איבראנער זאגן: איין שמייכל ערב יום כיפור איז מער ווערט פון אלע געוויינאכטסער פורים.
השם ישמרנו אז ס'פארגליסט זיך חלילה א לאַך פאר איינע פון די בני בית.
ווי באקאנט זאגן דאך שוין די פריעדיגע אז פון עצבות קען מען צוקומען צו כעס. ביז יאר 1969 איז דאס בלויז געוועזן א טעאריע. דאן, אין יענעם יאר איז אויסגעקומען פאר א גריכישער פראפעסאר, א איד, צו עסן א ערב יום כיפור סעודה ביי א היימישער איד פון איסט וויליאמסבורג.
איך העל בלויז ציטירן א שטיקל וואס איז דאן ערשינען אינעם נ.י טיימס:
"מיר האבן זיך געוואשן און געגעסן די ווארימע מאכלים וואס די רעבעצין האט צוגעגרייט און אביסל ארומגעשמועסט איבערן יום טוב. עס האט געהערשט א שטילקייט און בלויז דער ראש המשפחה האט נאכגעזאגט ווערטער און פארציילט סיפורי צדיקים, נעבן מיר איז געזיצן א קליין פינף יעריג יונגל וואס האט עפעס אריינגערוימט פאר זיין עלטערן ניין יעריגן ברודער, בשעת די טאטע האט גערעדט. פלוצים האט דער ניין יעריגס אויסגעבראכן אין א היליכיגן געלעכטער איבערהאקענדיג דעם פאטער. דעם טאטנס אויפגעברויזטע אויגן זענען גרעסער געווארן פון די קניידלעך אין טעלער און שארפער פונעם חריין המשולש. בליקענדיג פון די זייט האב איך געזעהן דעם פאטער אנזידלען דעם זוהן מיט שטרענגע פאקסן, וואס זענען געווארן ווילדער און קאכעדיגער עד כדי מאכל בן דרוסאי און ווען דאס אלעס האט נישט געקענט באיינפלוסן דאס קינד צו דערשטיקן זיין געלעכטער האט זיך דער אבי השולחן האסטיג אויפגעשטעלט מיט א הויפן ברעקלעך אויף די בעקישטע און א שלעפ געטאהן דאס קינד ביי די ארבלען - אריין אין ציממער.
פון דערווייטענס האב איך ארויסגעהערט יאמערליכע קולות און וויי געשרייען וואס האבן מיר גאר צושאקעלט. איך האב געהערט דעם טאטן אטעמען שווער שמייסענדיג. איך האב געהערט די אפגעהאקטע ווערטער האלב פארשלינגען אין זיין אטעם. ביי מיין.. סעודה.. לאכט מען.. נישט ארום.. נישטא קיין ליצנות... ביי מיר אין שטוב.. אין אזא גרויסע טאג... דער געשמיסענער האט נישט אויפגעהערט צו באשולדיגן דעם קליינעם וואס האט אים אריינגערוימט דעם וויץ.
נאך א דריי מינוט איז דער פאטער ארויסגעקומען האלב בלאס און פארשוויצט און אהנע פריעדיגע ווארענונג דערלאנגט דעם פיצי א פראסק וואס האט אים אזאנס געשאקט אז די געוויין האט זיך ערשט אנגעהויבן א צען סעקונדעס דערנאך" עד כאן.
און אויף דעם ארויף באזירט ער איינע פון זיינע שטארקע אויפווייזונגען אז די וואס ליידן אויף דערביטערטקייט קענען שנעלער צוקומען צו זיך פארלירן.
ווי האט זיך א איד צו מיר אפגערעדט פריער "ס'נישטא היינט די ערנסטקייט פון אמאל. היינטיגע יונגעלייט ווילן אלעס גרינג, מען דאווענט אין די קליינע שוהלן, מען פארט ווייסעך ווי ל"ע, זיי ווייסן נישט וואס א ימים נוראים האט אמאל געמיינט"
ווי פלעגט די רבי זאגן: זיי ווייסן שוין איינמאל..
(נישט די בעסטע ארבעט אבער מיר ברויכן דא אראפלייגן דאס פעדער אויף איצט. והנני חוזר על זה, קיינער זאל זיך נישט באליידיגן איך זאג אלעס על דרך בדוחא איבערטרייבענדיג צומאל. ווען איך גיי איבער די ליניע מעג מען מעורר זיין.)

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום הבל וריק, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1665
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
- געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
- האט שוין געלייקט: 6003 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל
Re: האלאו, פארסט קיין אומאן?
הבל וריק, ביזט שוין גאר קיין הבל וריק נישט! קודם דיין שריפט איז עפעס צוקער.
דאס אריין לייגן דעם ליינער אינעם מצב און ארויס ברענגן די אלטע קאשמארן, און אלעס ריפעקעדזשען און פינף מינוט, שטעל דיך פאר, האסט אראפ געשריבן א געשיכטע פון צען טאג, אבער נישט סתם צען טאג, נאר אנגעפילטע טעג פול אוו אקטיוויטי און ארטיקל וואס געדויערט פינף מינוט צו ליינען מיין מח איז געווען אויף ספין ווי א וואש מאשין.
פאר אזא ארטיקל אליין קומט זיך דיר א זאפטיג יאר, כ'האב ממש געפילט ווי כ'לעב איבער ראש השנה אין ראדני, מיט דעם ווייבער שול, די רעדסט שוין פונעם אבינו מלכנו, הוי האב איך מיך געפרייט ווען יום כיפור איז געפאלן אום שב"ק, אן אפקומעניש געווען, שוין ראה עני ועמלי...

- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
איך רייס מיך פאר געלעכטער, ווייל איך ווייס וואס דו מיינסט און וואוהין דו צילסט, און דיין שפראך איז עפעס נישט נארמאל...
איך מיין אז פאר 20 יאר צוריק וואלט די ארטיקל מער געקלעבט צום רעאליטעט ווי היינט; אבער ס'איז נאך נישט צו שפעט, מיר אלע ווייסן גוט וואס דו שרייבסט דא....
למעשה שרייב איך דיר ס'זעלבע וואס כ'האב דיר געשריבן דא: איך קען נישט מער ווי רחמנות האבן אויף דיר. ווי דו שרייבסט אליין, בפירוש און צווישן די שורות, ביסטו בטבע א קאלטער מענטש, התעוררות האט ביי דיר נישט קיין מיינונג, און ווארימקייט רעדט נישט צו דיר. ס'איז אקעי. א מענטש דארף זיך פירן נאר לויט זיין נאטור. אבער טאמער מיינסטו אז דו לאכסט פון דעם פרומען איד וואס טופעט מיט די פוס, זאלסטו נאר וויסן אז יענער האט דיר פארפאקט 100 מאל, יענער איז זיך מחי' און לעבט מיט'ן יו"ט, בעת דו גייסט נעבעך אדורך שבעה מדורי גיהנם יעדן יו"ט... און ביי אונז זאגט מען, לאכן לאכט דער לעצטער.
ר"ה ביים דאווענען איז נישט די צייט צו לערנען תרי עשר. יא, מען בעהט זיך אויס פאר א גאנץ יאר. קיינער איז נישט "טרויעריג" אבער יא אביסל אנגעצויגן צוליב די אימת הדין, ווי עס ווערט געברענגט אין אלע ספרי קודש. אביוסיוו טאטעס זענען ליידער אייביג און איבעראל דא און זיי נעמען נאר עדווענטעדזש פון די ימים טובים צו קענען פייניגן די קינדער; אבער מיינסטנס אידן זענען וואוילע און נארמאלע און טוען נישט אזעלכע אומרעכטן צו זייערע קינדער.
איך וואונטש דיר אן צום נייעם יאר פון טיפסטן הארצן: זאלסט אנהייבן שפירן א שטיקעלע טעם, העכערקייט, התעוררות אין די הייליגע תפלות, די הערליכע נוסח, דו וועסט זיך מחי' זיין!! נעם א ברכה פון א גוטן חבר און זאג אמן.

וירח ה' את ריח הניחוח
- הבל וריק
- שריפטשטעלער
- הודעות: 73
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2017 10:46 am
- האט שוין געלייקט: 209 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 826 מאל
הערצו @שמעקעדיג,
בעצם שפיר איך כעס צווישן דיינע ווערטער וואס איך בין נישט פעהיג אפצושטילן אבער היות דו האסט א רעקארד פון קאמענטירן מיט א געלאסנקייט, טאקע מער אזוי ווי פאריגע מאל וועל איך דיך ענטפערן בניחותא.
פאר אזעלכע ווי דיר און מער ספעציפיש פאר דיר האב איך באהאפטן א נ.ב צום סוף צו ערקלערן מיין כוונה הונטער דעם ארטיקל. געמיינט האב איך אז די פאר ווערטער וועלן גענוג זיין אויף צו בארואיגן די אויפגעברויזטע. יעצט אז איך זעה אז נישט, וועל איך זיך אביסל בעסער מסביר זיין.
דאס וואס איך שרייב איז נישט געווען קיינמאל מיין ריאליטעט עס איז מוגזם פון א פאקטישע שטאנדפונקט. (פון א געפילישע שטאנדפונקט איז נישטא אזא זאך ווי מוגזם)
איבערהויפט היינט צוטאגס איז דאס גאר ווייט, ממש אבסטראקט פון מיין ריאליטעט.
נאר וואס דען, איך באשרייב געפילן סיי וואס איך האב געשפירט און סיי וואס איך האב מיטגעהאלטן און געהערט פון אנדערע און סיי פון וואס קולטור אליינס איז עדות.
מיינע ווערטער זענען נישט פול מיט האס און איך האב נישט עכט פיינט דעם איד וואס טופעט מיט די פיס, נאר ווען איך האב אים נישט פארשטאנען האט ער מיך געשטערט און איך האב אביסל אזוי געשפירט, ס'מיינט נישט איך בין גערעכט און ס'מיינט נישט אז איך האב אים היינט פיינט, איך פארצייל עס דערפאר מיט א שמייכל נישט מיט אויפברויז.
מיין דאווענען קוקט שוין לאנג נישט אויס ווי אזאנס דא באשריבן. דאס האב איך ספעציעל געשריבן אלס אלטע מעמוארן פון צעהן צוואנציג יאר צוריק און נישט פאקטישע מעמוארן נאר אלטע געפילן וואס זענען בכח צו איבערטרייבן א מינעמאלע געשעהעניש.
מיין ציל איז נישט אראפצורייסן איינעם אדער פארשפרייטן דברי שנאה (אפשר דברי הבל..) נאר ארויסצוברענגען א בליק פון א געוויסע אויג וואס זעהט פאסירונגען אויף א געוויסע אופן.
הכלל איך ווייס נישט אויב איך זיך גענוג מסביר געווען אבער אין קורצן איז דער מענטש וואס דו זעהסט דא א קאלעקציע פון געפילן נישט מיך.. איך האב ב"ה געהאט א פיינעם טאטן און בין ווייט פון קאלט. ימים טובים זענען מיר א פלעזשור און דאס לעבן דאס גלייכן.. וואס דו קענסט זאגן איז אז איך בין צו דיטעילד און אז יו דאונט געט מי.
פאר א פאסיגן ביישפיל:
הבל שרייבט א פאסיוון ארטיקל געאייגנט פאר מענטשן מיט א סענס אוו יומער וואס קענען באשטיין צו געבן א שמייכל.
קומט שמעקעדיג און הייבט אהן פארפירן מיט אן עזות דקדושה אז איך בין א העיטער און אז מען האט מיך פארפאקט הונדערט מאל.. וכו.
וואס איז הבל'ס געפיל?
**ק יו טו
איז ער גערעכט? ניין. אוודאי נישט. ווייל מען רעדט פון א נארמאלער מענטש וואס שפירט זיך געטראפן פון עפעס וואס איך האב געשריבן און ס'וואלט געווען שיין ווען איך געב אים א נארמאלן ענטפער. איז ער א וויקטים אן אנגעגעסענער? ניין ער איז בסך הכל עקספרעסיוו. דאס איז עס, אזוי האב איך געשפירט..
איך באשרייב שטריכן פון איבערלעבענישן נישט לשם קריטיק, נישט אלס א פאקט און נישט ווייל ס'איז ריכטיג.
אויב האסטו מיך פארשטאנען לאז דיך הערן ביטע א דאנק.
#מירנעמעןאהןטעותים

- היימישער באניצער
- הודעות: 455
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 06, 2016 3:19 pm
- געפינט זיך: גיבראלטאר
- האט שוין געלייקט: 72 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 78 מאל
- הבל וריק
- שריפטשטעלער
- הודעות: 73
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2017 10:46 am
- האט שוין געלייקט: 209 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 826 מאל
Re: האלאו, פארסט קיין אומאן?
אישתישבי האט געשריבן:איך פראביר מיך צו טרעפען אין דעם ארטיקל, איך זעה מיך נישט. קענסט ביטע אריין לייגען נאך אפאר טיפ מענטשען אזוי איך זאל קענען טרעפען מיר מיט נאך אפאר? שעקוח
דער טאקטלאזער אינגערמאן וואס שטעלט זיך אפ אין פארענט פון מיין פלאץ דורכבליקן דעם ירחון וואס ליגט צו מיין זייט, פרובירענדיג מיט א געמאכטע כאריזמאטישקייט פון צינישע סארקאזם, אנצוהייבן א שמועס, פון וואס איך דריי זיך ארויס דורך'ן ראגירן טריקן.
גענוג?
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
הבל וריק האט געשריבן:איך שפיר נישט גארנישט. איך ווייס נישט אויב עס איז דא א מער באדייטלאזע געפיל פון אט דיזע מאמענט און אירע קאזינעס - כל נדרי די דריטע מאל און איכה די צווייטע פרק.
די געדאנק איז בכלל טרעפליך דא אינעם טעמע פון דאס זאגן אבער נישט שפירן/זעהן דעם טעם. דאס איז וויבאלד די גמרא זאגט (סנהדרין קד:) אז מ׳האט מקדים געווען אות פ׳ לאות ע׳ אין איכה בשביל מרגלים שאמרו בפיהם מה שלא ראו בעיניהם ע״ש. די הקדמה פון אות פ׳ לאות ע׳ הייבט זיך אן פון די צווייטע פרק אין איכה (וע״ש במהרש״א ובשפתי חכמים עה״פ איכה ב טז).
יעצט, דעמאלטס ביי חטא המרגלים איז דאס געווען זייער ״דריטע״ סירחון (עיין ברש״י במדבר טז ד), און דעמאלטס האט הקב״ה כביכול געמאכט א שבועה/״נדר״ אז זיי גייען נישט אריינגיין אויף א״י (שם יד כא).
ולענינינו איז דאס די רמז דא אויך אז ביי די פרק הייבט מען שוין אן ״אמרו בפיהם״, מ׳זאגט אבער דאך, ״לא ראו בעיניהם״, ״מ׳זעהט עס נישט״/מ׳שפירט עס נישט. און די רמז איז נובע(... ״אומאן״ בהכותרת...) פון וואס מ׳טרעפט ביי די חטא המרגלים, וואס דעמאלטס איז געווען די ״דריטע״ סירחון וואס האט צוגעברענגט צו א נדר קעגן זיי [״דריטע כל נדרי״].
- הבל וריק
- שריפטשטעלער
- הודעות: 73
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2017 10:46 am
- האט שוין געלייקט: 209 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 826 מאל
Re: האלאו, פארסט קיין אומאן?
@מי אני כ'וואלט דיר געזאגט ישר כח פארן אויפפרישן מיין אלטן געהענגל, אבער כ'בין נישט צו אנציקט פון דעם גאנצן שרייבעריי דא בכללות, דערפאר זאג איך דיר בלויז ישר כח פאַרן זיך קימערן מיט מיינע רייד, וואס כידוע איז דאס אן הנאה השווה לכל נפש.מי אני האט געשריבן:הבל וריק האט געשריבן:איך שפיר נישט גארנישט. איך ווייס נישט אויב עס איז דא א מער באדייטלאזע געפיל פון אט דיזע מאמענט און אירע קאזינעס - כל נדרי די דריטע מאל און איכה די צווייטע פרק.
די געדאנק איז בכלל טרעפליך דא אינעם טעמע פון דאס זאגן אבער נישט שפירן/זעהן דעם טעם. דאס איז וויבאלד די גמרא זאגט (סנהדרין קד:) אז מ׳האט מקדים געווען אות פ׳ לאות ע׳ אין איכה בשביל מרגלים שאמרו בפיהם מה שלא ראו בעיניהם ע״ש. די הקדמה פון אות פ׳ לאות ע׳ הייבט זיך אן פון די צווייטע פרק אין איכה (וע״ש במהרש״א ובשפתי חכמים עה״פ איכה ב טז).
יעצט, דעמאלטס ביי חטא המרגלים איז דאס געווען זייער ״דריטע״ סירחון (עיין ברש״י טז ד), און דעמאלטס האט הקב״ה כביכול געמאכט א שבועה/״נדר״ אז זיי גייען נישט אריינגיין אויף א״י (שם יד כא).
ולענינינו איז דאס די רמז דא אויך אז ביי די פרק הייבט מען שוין אן ״אמרו בפיהם״, מ׳זאגט אבער דאך, ״לא ראו בעיניהם״, ״מ׳זעהט עס נישט״/מ׳שפירט עס נישט. און די רמז איז נובע(... ״אומאן״ בהכותרת...) פון וואס מ׳טרעפט ביי די חטא המרגלים, וואס דעמאלטס איז געווען די ״דריטע״ סירחון וואס האט צוגעברענגט צו א נדר קעגן זיי [״דריטע כל נדרי״].
לעצם הענין, איבער הערן דעם תקיעה און גארנישט שפירן, איז אזוי:
דער וואס מאכט דעם תקיעה שפירט עס ווארשיינליך (אשה מרגשת בעצמה), מיט דעם שומע ווענד זיך, אמאל אזוי אמאל אזוי.
ובשני דרכים התקיעה נרגשת, בשמיעה ובהרחה,
דארף מען ערשט צונעמען וואס מיינט "שפירן" דעם תקיעה, שמעקן אדער הערן?
איז אז מ'שטעלט צו דעם "לא ראו בעיניהם" פון די מרגלים, מקיש שמיעה לראייה והרחה לראייה, (פון פסוק "עיניהם להם וכו' אזנים להם וכו' אף להם וכו") טרעפט מען ביי די מרגלים ביידע בחינות פון נישט אי ראייה - הערן און שמעקן, וואס איז מרמז צו דעם תקיעה אשר פיו וליבו אינם שווין, א קול אהן תוכן.
נאר די פירכא אויף דעם איז הימל שרייענד, ווי קען געמאלט זיין א תקיעה ללא קול וריח, ממה נפשך מוז זיין איינס פון זיי.
מוז מען אוודאי זאגן, כשיטת הנפיחה לא נודע למי, אז ווען מיר רעדן פון "שפירן" דעם תקיעה באציען מיר זיך בלויז צו שמיעה/ראייה וואס איז בבחינת דערהערן. דאס טייטש "שפירן" דעם תקיעה.
איז אוודאי רעדט מען אז דער שומע שפירט דעם ריח התקיעה, אבער דאס הייסט ניט שפירן דעם עצם תקיעה.
אבל דא עקא, מען קען נישט איינזעצן אז מ'רעדט פון א תקיעה שיש בו ריח ווייל הלא אמרו חז"ל אֵיזֶהוּ דָּבָר שֶׁהַנְּשָׁמָה נֶהֱנֵית מִמֶּנּוּ וְאֵין הַגּוּף נֶהֱנֶה מִמֶּנּוּ? הֶוֵי אוֹמֵר: זֶה הָרֵיחַ,
שטײט דא מפורש אז ריח איז גאר דעם טעם התקיעה אשר "הנשמה" נהנית ממנו,
און מרגלים איז דאך בחינת סירחון, מילא איז שווער די צושטעל צו די מרגלים.
ואולי יש להשיב אז די דין תקיעה איז אינעם גברא נישט אינעם חפצא, ס'טייטש דער שומע מוז הערן דעם תוקע נישט דעם תקיעה סתם, איז בעצם רעדט מען טאקע פון א תקיעה שיש בו ריח, אבער וויבאלד דער שומע קען נישט אידענטיפיצירן דעם בעל תוקע, כידוע, קען ער נישט יוצא דערמיט, און מילא הייסט אז ער שפירט נישט דעם תקיעה.
(אבער דאס קען מען נישט ענטפערן אז מ'רעדט פון א תקיעה אהן קול וריח בכלל, ווייל דאס האט בכלל קיין דין תקיעה נישט. ובדרך קארני יש ליישב דאיירי במצב קאראנא)
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
און אז מ׳שטעלט צאם די ענין פון ריח מיט די מרגלים פארשטייט מען שוין אז וויבאלד די חטא המרגלים איז געווען א גרמא לגלות כידוע (תענית כט.) דעריבער וועט דער גואל מזה זיין אזא איינער וואס (ישעיה יא ב-ג) ונחה עליו רוח ה׳ וגו׳ והריחו ביראת ה׳, ועיין בסנהדרין צג:. ווי אויך אז מ׳האט דאס אלס צאמגעשטעלט מיט די כל נדרי פון יוה״כ פארשטייען מיר אז דעריבער ביי לקיחת הד׳ מינים בסוכות וואס קומט דערנאך להראות על הניצוח בדין (ויק״ר ל ב) איז מען בפירוש שולל פלפלין מהגדרת פרי עץ הדר (סוכה לה.) ע״ש. דאס איז לרמז ווייל דער ש״ך אין נקודות הכסף אויפ׳ן ט״ז ביו״ד סימן קח ס״ק י האלט אז מ׳קען נישט נוצן פלפלין להריח בו לבשמים להבדלה ע״ש (ועיין במ״א באו״ח ריש סימן רצז). נו, איז דאך דאס דער רמז אז לאחר יוה״כ שתחלתו בכל נדרי מרמז לדרכינו(?...) למה שמצינו בחטא המרגלים, קען מען נישט נוצן ביי די ד׳ מינים, וואס זענען מרמז צו די ניצחון דערביי, פלפלין וואס טויג נישט לענין ריח ובשמים וואס דאס איז דאך טאקע געווען די פראבלעם מיט די מרגלים בנוגע זייער נישט ריכטיג ״שמעקן״ און זעהן די זאך.
נ.ב. לענ״ד האסטו דיך גארנישט צו שעהמען מיט די עסיי. ס׳איז א געוואלדיגע סעטייר איבער די געזעלשאפט. און הגם ס׳איז טאקע מגזים, אזוי ווי דו ביסט טאקע מודה, איז דאך דאס פּאַרט-ענד-פּאַרסעל פון א סעטייר, ובפרט ווען ס׳איז ע״י הומאר, דאס אזוי ארויסצוברענגען און שיינען א ליכט אויף וואס ס׳זוכט ארויסצוברענגען, ובפרט ווען דאס איז געאייגענט פאר אן אודיענץ וואס פארשטייט דאס שוין אליין בעצם און איז ממילא (אַן סאָם לעוועל; סאבקאנשעסלי) עוועיר דערפון.

- פאליטיקאנט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1413
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
- געפינט זיך: אין דמיון
- האט שוין געלייקט: 765 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
Re: האלאו, פארסט קיין אומאן?
יישר כח מי אני פארן אויפפרישן.
איך געדענק נישט האבן געליינט דעם אשכול דאן, און איך עפעס ליגט מיר פארוואלקנט די אווירה דא אינעם שטיבל דאן...... (שמעקעדיג)......
אבער דאס איז א מעסטערפיעס, ספעציעל די לעצטע דערציילונג פונעם פראפעסאר..........
איך געדענק נישט האבן געליינט דעם אשכול דאן, און איך עפעס ליגט מיר פארוואלקנט די אווירה דא אינעם שטיבל דאן...... (שמעקעדיג)......
אבער דאס איז א מעסטערפיעס, ספעציעל די לעצטע דערציילונג פונעם פראפעסאר..........
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
נאך מער האב איך געקלערט אין דעם אז חטא המרגלים היא בבחינת ריח אז דער אוהחה״ק זאגט (דברים א לז) אז די חטא המרגלים האט גורם געווען אז משרע״ה זאל נישט קענען אריינגיין אין א״י ע״י חטא מי מריבה ע״ש. און ביי דעם שטייט (דברים לב נא) על אשר ״מעלתם״ בי וגו׳. נו, איז דאך דאס געלעגן בתוך התנצלותו ותפלות של משה על זה ווייל וויבאלד חטא המרגלים, וואס האט געברענגט דערצו וכנ״ל, איז דאך בבחינת ריח וריח אין בו משום ״מעילה״ (פסחים כו.).
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
אישתישבי האט געשריבן:איך פראביר מיך צו טרעפען אין דעם ארטיקל, איך זעה מיך נישט. קענסט ביטע אריין לייגען נאך אפאר טיפ מענטשען אזוי איך זאל קענען טרעפען מיר מיט נאך אפאר? שעקוח
אישתישבי: אויב דו טרעפסט דיך נישט אין הבל וריק'ס ארטיקל מיינט אז דו ביסט נישט אדורך וואס 99% פראצענט פון די קינדער פון האלאקאוסט איבערלעבער זענען אדורך. וואס זיי האבן אריינגעלייגט זייער גאנצע פארכט, פחד און אנגעזאמלטע עצבות פון די לאגערן אין די טעג אנגעהויבן פון ראש השנה ביז מוצאי יום כיפור. איך האב אלס יונגל קיינמאל נישט פארשטאנען פארוואס מיין (שטארקער) טאטע האט אזוי שטארק מורא און ציטערט ממש. אז לאכן אדער אפילו געבן א שמייכל איז מיר קיינמאל נישט ארויפגעקומען אויפ'ן געדאנק...!
דער שרייבער חיים גראדע ברענגט ערגעץ וואו אין זיינע באשרייבונגען אז איינער א גרויסער בעל מוסר האט געזאגט אז זיך גוט אויסוויינען ביי א הספד איז פונקט אזא תאווה ווי אלע תאוות...!
ב"ה, אז (אזוי ווי שמעקעדיג האטציך באקלאגט) היינט זעהט מען שוין נישט די אמאליגע מחזות. די זיכרונות פונ'ם האלאקאוסט. אונז זעמיר היינט צוטאג מקיים דעם וגילו ברעדה. די אויסדרוקן פון שמחת יו"ט זענען מער באתגליא. און די רעדה איז מער באתכסיא.
היינטיגע צייטן האביך מער א הנאה פון די ימים נוראים ווען דער בעל תפילה פון שחרית און מוסף זאגט ארויס די ווערטער און דעם נוסח ווי ס'באדארף צו זיין. און דער בעל תוקע מוטשעט זיך נישט מיט די תקיעות. נאר ס'גייט גלאטיג...!
- הבל וריק
- שריפטשטעלער
- הודעות: 73
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2017 10:46 am
- האט שוין געלייקט: 209 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 826 מאל
א דאנק רעב בערל און א גוט קוויטל,
דער אמת איז אז איך בין נישט צופרידן פון דעם ארטיקל אין אלגעמיין.
די שרייבעריי געפעלט מיר סתם אזוי נישט צופיל כהיום (הגם ס'שוין חזקה בלי מחאה), אבער בעיקר טאקע צוליב דעם וואס ס'איז שוין צו ווייט פון מיר דעם גאנצן איבערלעבעניש. און ווי א יאר אריבער, אלס מער. ס'דרוקן מיך ממש מער נישט ס'רוב פון די באשרייבונגען דא. פארט, ווייל איך האב דאס אויסגעוואקסן/פארבעסערט מיינט נישט אז ס'נישטא קיין מענטשן וואס גייען דאס נישט איצטערט דורך אדער זענען יא פערמאנענט אפעקטירטע פון זייער ביטער איבערלעבעניש אין דעם האניג-זיסן מאנאט, און שפירן יא דיזע לעבעדיגע ווערטער אין זייערע קאלטע, טלית געוויקעלטע גלידער.
די אגענדע עכ"פ איז זיכער געווען בלויז אויסצולופטערן (לייען: נפיחה) דעם שטינק שבקרבנו, פאר געזונטהייט צוועקן, און פאר א נפיחה איז עס זיכער גוט.

- ידיד ותיק
- הודעות: 651
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 14, 2020 2:14 pm
- האט שוין געלייקט: 238 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 275 מאל
Re: האלאו, פארסט קיין אומאן?
בערל, זייער גוט געשריבן, אבער איך מוז/מעג קריגן מיט דיר אויף איין נקודה
די פחד און אנגעצויגנקייט אין די ימים נוראים האט נישט צוטאן מיט די איבערלעבער, אזוי איז געווען איבעראל אינדערהיים, מ׳ קען זען אין אלע ספרים ווי מען שרייבט פון די גרויסע פחד אין די טעג, איבערהויפט ביי אונז אין ליטע ווי גאנץ אלול איז שוין געווען אזא אנגעצויגנקייט, און אפילו ביי די חסידים וואס זייער דרך איז געווען מער מיט שמחה (צאנזער רב זי"ע האט מקפיד געווען חתונה צו מאכן אלול) אבער פון יו"ק קטן האט געהאנגען א אנגעצויגנקייט(פרעשור בלע"ז)
אויב די וועג ארבעט היינט דארף מען דן זיין, לכאורה נישט, היינט אזוי ווי אלעס דארף גיין מיט ליבשאפט און שמחה דארפן די טעג אויך זיין, אבער אמאל איז זיכער געווען אנדערש
זאל מען האבן געפויעלט אלעס גוטס
Sent from my LM-X210CM using Tapatalk