בחצרות איבערראשט
נאטירליך ביים הערן איבער די נייע בחצרות אויסגאבע האב איך פרובירט צו האלטן מיינע ערווארטונגען וואס נידריגער. כ'מיין, א פאליטישער בילדער אימעיל ווערט א בלעטל צו שטופן אגענדעס, כ'האב מיך ממש געגרייט פאר'ן ערגסטן. כ'מוז זאגן אז נעמענדיג די אויסגאבע אין דער האנט האב איך מיך געטראפן איבערראשט און פון ארונישן פערספעקטיוו איז עס א הערליכער פראדוקט און פילט שוין איינמאל אן א חלל.
בחצרות פרעזענטירט א שענערע ווערסיע פון ארוניזם, אנגעהויבן מיט א פאקוס ארום דעם ברך משה זצ"ל (וועלכע איז א וואליד נאראטיוו און דער ברך משה איז נישט געווען ווייניגער ווי אנדערע רבי'ס אין זיין גאטונג און זיין מורשה מעג און זאל ברענען) ווי דרוקן תורות און זכרונות; דער קאלום "פניני תורה" טוט קלוגערהייט אינגעידזשן מיט די טויזנטער אנגעשלאסענע אין די חבורות פון "תורתך" און "יסודי התורה" וואס איז זיכער פון די שענסטע זיטן פון דער קהלה.
בחצרות האט אויך אן אפטיילונג פון חסידישע נייעס מהנעשה והנשמע אין דער פארטיי, אבער געשריבן ווי קהלה נייעס דארף געשריבן ווערן, קורץ און צום פונקט. אן די איבערגעיורענע קעפלעך און אויסצגעצויגענע ארטיקלען בלעטער אויף בלעטער, נאר פשוטע נאטיצן, געשריבן מיט איידלקייט. אינעם גאנצן ביכל האב איך נישט געזען דערמאנען אויפ'ן מהר"א די פארשטינקענע שמואל ווידער "הגה"ק" טיטל אדער אנדערע סופערלאטיוון נאר איידל "כ"ק מרן רבינו שליט"א", ווי עס פאסט חסידים זאלן שרייבן. אפילו די בילדער זענען שיין סעלעקטירט, נישט בלויז קלאוז אפס פונעם אדמו"ר, נאר אויך פון פארשידענע פיליאלעס פון דער חסידות ווי אויך פון סתם עמך חסידים און גאסן פאטאגראפיע ווי חסידים ואנשי מעשה קלויבן זיך זייערע ד' מינים.
איין ארטיקל איז כמובן איבער ציונות אבער דוקא א קלאסישע סארט ארבעט אין גאנג פון די מאנומענטעלע על גאולתינו ווערק וואס ווערט ארויסגעגעבן דורך נטרונא.
דער בארימטער בדחן, שליח ציבור און שריפטשטעלער הרב מרדכי דוד עסטרייכער שרייבט א קאלום מיט זיין נאמען.
אין ריכטונג פון סעלף העלפ און פאזיטיווע אידישקייט וואס איז היינט פאפולער, איז דא א קאלום מיט פראגן און ענטפערס ארום אמונה און בטחון דורכ'ן משפיע הרב עמרם כהן. -- אזא שריט איז זייער באגריסנדווערד. דאס ביכל היילייט די "חיינו" פראגראם פון קהלת מהר"א וואס איז געגרינדעט געווארן אלס ענטפער צו קרבתנו און זוכט צו פארשפרייטן פאזיטיווע אידישקייט.
הפולמוס קאלום זעט אויס צו דעקן אינטערעסאנטע קאפיטלען היסטאריע, און דיקא נישט דער קליווער גט אדער אנדערע קלישעי, נאר א הלכה'דיגע פולמוס איבער פארן מיט א באן אין שבת.
פון אן ארונישע קוק ווינקל פאר וועמען דער פראדוקט איז געצילט איז בחצרות א ברכה צו מאכן, ס'איז אידישליך, תורה'דיג, פאר יונג און אלט און איז קלאר אן ערזאץ פאר דער בלאט. אויפ'ן ערשטן בליק זעט עס אויס ריין פון אגענדעס אדער פאליטיק נאר דוקא עפעס וואס זוכט צו זיין אינהאלטסרייך. אויך געפינט זיך א שיינע אויסוואל פון ארטיקלען און אינטערוויוס.
יא, מ'קען נוצן אביסל בעסערע הגהה (בפרט ביי באריכטן, אזוי אויך די אריינפיר האט טייפאס) אבער באופן כללי איז עס שיין מוגה און שיין פרעזענטירט.
די צוויי באזונדערע אפטיילונגען טוען גענוי אלעס וואס זיי דארפן טון און קוועטשן די ריכטיגע קנעפלעך. די קינדער אפטיילונג האט קאמיקס,תורה'לעך און א געפינטלטע געשיכטע, די פרויען אפטיילונג אנטהאלט א רעצעפט, א פארזעצונג און א פרויערישע מחשבה ארטיקל.
די געשיכטע פון בויען די שול אין פערצן טעג איז זיכער עפעס ווערט צו באשריבן ווערן, ארויסשטעלן ר' יהושע מענדלאוויטש איז זיכער בכבוד'דיג און גיט א גוטן אימעדזש. א קליינע הערה, אין אריינפיר שיינט אז דער קאלום האט געזאלט הייסן "ימים מקדם" און איז געטוישט געווארן שפעטער צו בחצרות החסידים (טאקע א בעסערע נאמען), מ'דארף פשוט זיין קאהערענט. די גרויסע ווארט "מיר" אויף זייט 64 ווייס איך נישט זיין באדייט.
נאך א פראיעקט דערציילט איבער די סוכות אויפבוי ביי די סאטמארער רביים און זעט אויך אויס אינטערעסאנט פאר א סאטמארער חסיד.
דער בלאט איז די לעצטע יארן געווען אוט אוו טאטש פון יעדן הינזיכט. סיי עס האט נישט אנגעהאלטן די שמואל ווידער גייסט און סיי עס האט זיך נישט עוואלווד צו עפעס פאסיג פאר דער היינטיגער צייטגייסט. בחצרות ערפילט קלאר א חלל און שטעלט צו א שיינע, סאלידע, תורה'דיגע, תשפ"א'דיגע, מינוס-די-בני-ברק'ער-שייגעץ-ארויס-דרשה'דיגע ווערסיע פון ארוניזם, און עס שיינט ווי די רעדאקציע צילט צו רעספעקטירן דעם ליינער און גלייכצייטיג ארויסגעבן עפעס רייך אין אינהאלט.
כה לחי'.
אין יו"ט'דיגן קיאסק סעריע: בחצרות איבערראשט
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 73
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 8:10 pm
- האט שוין געלייקט: 125 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 312 מאל
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 160
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 25, 2020 6:38 pm
- האט שוין געלייקט: 167 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 323 מאל
איך גראדע נישט קיין ארויני, אבער אלס נייע אויסגאבע האב איך עס געקויפט, ווילנדיג זען וואס זיי האבן צו פארקויפן. כ'מוז צושטומען מיט דיר זיי האבן געמאכט זייער א שיינע ארבעט.
די שאלה איז נאר אויב זיי וועלן דאס קענען אהערשטעלן וועכנטליך, און אויך אויב זיי וועלן זיך קענען דעקן פינאנציעל פון בלויז זייער פארטיי. דער בלאט ווערט כאטש געקויפט דורך נישט-סאטמארע אויך.
מיט א צייט צוריק איז שוין געווען א מאגאזין אוצרות, וואס איז אויך געווען א פרומע ארוינישע אויסגאבע מיט שיינע ארטיקלען און גראפיקס, אבער נאך א קורצע צייט זענען זיי אונטערגעגאנגען, ווארשיינליך צוליב געלט.

- היימישער באניצער
- הודעות: 476
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 7:56 pm
- האט שוין געלייקט: 546 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 158 מאל
Re: אין יו"ט'דיגן קיאסק סעריע: בחצרות איבערראשט
for Somehow reasonקאווע קריטיק האט געשריבן:בחצרות איבערראשט
נאטירליך ביים הערן איבער די נייע בחצרות אויסגאבע האב איך פרובירט צו האלטן מיינע ערווארטונגען וואס נידריגער. כ'מיין, א פאליטישער בילדער אימעיל ווערט א בלעטל צו שטופן אגענדעס, כ'האב מיך ממש געגרייט פאר'ן ערגסטן. כ'מוז זאגן אז נעמענדיג די אויסגאבע אין דער האנט האב איך מיך געטראפן איבערראשט און פון ארונישן פערספעקטיוו איז עס א הערליכער פראדוקט און פילט שוין איינמאל אן א חלל.
בחצרות פרעזענטירט א שענערע ווערסיע פון ארוניזם, אנגעהויבן מיט א פאקוס ארום דעם ברך משה זצ"ל (וועלכע איז א וואליד נאראטיוו און דער ברך משה איז נישט געווען ווייניגער ווי אנדערע רבי'ס אין זיין גאטונג און זיין מורשה מעג און זאל ברענען) ווי דרוקן תורות און זכרונות; דער קאלום "פניני תורה" טוט קלוגערהייט אינגעידזשן מיט די טויזנטער אנגעשלאסענע אין די חבורות פון "תורתך" און "יסודי התורה" וואס איז זיכער פון די שענסטע זיטן פון דער קהלה.
בחצרות האט אויך אן אפטיילונג פון חסידישע נייעס מהנעשה והנשמע אין דער פארטיי, אבער געשריבן ווי קהלה נייעס דארף געשריבן ווערן, קורץ און צום פונקט. אן די איבערגעיורענע קעפלעך און אויסצגעצויגענע ארטיקלען בלעטער אויף בלעטער, נאר פשוטע נאטיצן, געשריבן מיט איידלקייט. אינעם גאנצן ביכל האב איך נישט געזען דערמאנען אויפ'ן מהר"א די פארשטינקענע שמואל ווידער "הגה"ק" טיטל אדער אנדערע סופערלאטיוון נאר איידל "כ"ק מרן רבינו שליט"א", ווי עס פאסט חסידים זאלן שרייבן. אפילו די בילדער זענען שיין סעלעקטירט, נישט בלויז קלאוז אפס פונעם אדמו"ר, נאר אויך פון פארשידענע פיליאלעס פון דער חסידות ווי אויך פון סתם עמך חסידים און גאסן פאטאגראפיע ווי חסידים ואנשי מעשה קלויבן זיך זייערע ד' מינים.
איין ארטיקל איז כמובן איבער ציונות אבער דוקא א קלאסישע סארט ארבעט אין גאנג פון די מאנומענטעלע על גאולתינו ווערק וואס ווערט ארויסגעגעבן דורך נטרונא.
דער בארימטער בדחן, שליח ציבור און שריפטשטעלער הרב מרדכי דוד עסטרייכער שרייבט א קאלום מיט זיין נאמען.
אין ריכטונג פון סעלף העלפ און פאזיטיווע אידישקייט וואס איז היינט פאפולער, איז דא א קאלום מיט פראגן און ענטפערס ארום אמונה און בטחון דורכ'ן משפיע הרב עמרם כהן. -- אזא שריט איז זייער באגריסנדווערד. דאס ביכל היילייט די "חיינו" פראגראם פון קהלת מהר"א וואס איז געגרינדעט געווארן אלס ענטפער צו קרבתנו און זוכט צו פארשפרייטן פאזיטיווע אידישקייט.
הפולמוס קאלום זעט אויס צו דעקן אינטערעסאנטע קאפיטלען היסטאריע, און דיקא נישט דער קליווער גט אדער אנדערע קלישעי, נאר א הלכה'דיגע פולמוס איבער פארן מיט א באן אין שבת.
פון אן ארונישע קוק ווינקל פאר וועמען דער פראדוקט איז געצילט איז בחצרות א ברכה צו מאכן, ס'איז אידישליך, תורה'דיג, פאר יונג און אלט און איז קלאר אן ערזאץ פאר דער בלאט. אויפ'ן ערשטן בליק זעט עס אויס ריין פון אגענדעס אדער פאליטיק נאר דוקא עפעס וואס זוכט צו זיין אינהאלטסרייך. אויך געפינט זיך א שיינע אויסוואל פון ארטיקלען און אינטערוויוס.
יא, מ'קען נוצן אביסל בעסערע הגהה (בפרט ביי באריכטן, אזוי אויך די אריינפיר האט טייפאס) אבער באופן כללי איז עס שיין מוגה און שיין פרעזענטירט.
די צוויי באזונדערע אפטיילונגען טוען גענוי אלעס וואס זיי דארפן טון און קוועטשן די ריכטיגע קנעפלעך. די קינדער אפטיילונג האט קאמיקס,תורה'לעך און א געפינטלטע געשיכטע, די פרויען אפטיילונג אנטהאלט א רעצעפט, א פארזעצונג און א פרויערישע מחשבה ארטיקל.
די געשיכטע פון בויען די שול אין פערצן טעג איז זיכער עפעס ווערט צו באשריבן ווערן, ארויסשטעלן ר' יהושע מענדלאוויטש איז זיכער בכבוד'דיג און גיט א גוטן אימעדזש. א קליינע הערה, אין אריינפיר שיינט אז דער קאלום האט געזאלט הייסן "ימים מקדם" און איז געטוישט געווארן שפעטער צו בחצרות החסידים (טאקע א בעסערע נאמען), מ'דארף פשוט זיין קאהערענט. די גרויסע ווארט "מיר" אויף זייט 64 ווייס איך נישט זיין באדייט.
נאך א פראיעקט דערציילט איבער די סוכות אויפבוי ביי די סאטמארער רביים און זעט אויך אויס אינטערעסאנט פאר א סאטמארער חסיד.
דער בלאט איז די לעצטע יארן געווען אוט אוו טאטש פון יעדן הינזיכט. סיי עס האט נישט אנגעהאלטן די שמואל ווידער גייסט און סיי עס האט זיך נישט עוואלווד צו עפעס פאסיג פאר דער היינטיגער צייטגייסט. בחצרות ערפילט קלאר א חלל און שטעלט צו א שיינע, סאלידע, תורה'דיגע, תשפ"א'דיגע, מינוס-די-בני-ברק'ער-שייגעץ-ארויס-דרשה'דיגע ווערסיע פון ארוניזם, און עס שיינט ווי די רעדאקציע צילט צו רעספעקטירן דעם ליינער און גלייכצייטיג ארויסגעבן עפעס רייך אין אינהאלט.
כה לחי'.
געט מיר דיין ארטיקעל א פילונג אז די שטופסט עפעס אגענדעס ..
די נקודות וואס די ברענגס ארויס , שרייט ארויס שטארק וואס דיינע אזשענדעס זענען...
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום moneyminded, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
- אמת וצדק
- שריפטשטעלער
- הודעות: 180
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 17, 2019 3:28 pm
- האט שוין געלייקט: 611 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 559 מאל
בחצרות איז גאנץ פיין אבער בעיקר פאר א סאטמארע חסיד.
כ׳האב דאס געקויפט צו זען וואס דאס איז, כ׳האב קודם אויפגעמישט צום ארטיקל איבער ״די געשיכטע פון ציונות״, זע איך אז דאס איז באזירט אויף דעם ספר ״על גאולתנו״ פון נטרונא, נו דעם ספר האבעך שוין דורך געליינט איז די ארטיקל נישט אונטערסאנט פאר מיר.
דערנאך האב איך אויפגעמישט צום ״הפולמוס״ אפטיילונג, איבער׳ן ״איסור״ פון פארן מיט א באן אין שבת און יו״ט, זע איך קודם אז עס שטייט נישט ווער די שרייבער איז, אקעי, הייב איך אן ליינען, גאנץ פיין אבער מיט א היפשע פאר ספעלינג טעותים, אזוי אויך איז זיס צו זען אז אונטער די בילדער פון ספרים וואס זיי ברענגען צו איז נאך דא די וואטער-מארק פון אוצר החכמה..
אזוי אויך זענען די בילדער נישט דוקא אויפן זעלבען עמוד ווי דער גדול פונעם בילד אדער דעם ספר ווערן דערמאנט, ווי למשל אין עמוד 28 ברענגט די שרייבער צו א שטיקל שו״ת מנחת יצחק, און די בילד פונעם מחבר הספר איז אין עמוד 27, אזוי אויך שרייבען זיי אונטערן בילד ״הגה״צ ר׳ אברהם דוד הורוויץ זצ״ל שטראסבורגער רב ווערט געזען אינאיינעם מיטן מנחת יצחק״ ווי קומט דאס דא אריין? דער שטראסבורגער רב ווערט בכלל נישט דערמאנט אינעם ארטיקל, און אז ער וויל שוין דערמאנען די אנדערע אינעם בילד, זיצט דארט אויך הגרי״מ דושונסקי, איז ער נישט ווערד צו ווערן דערמאנט.
אזוי אויך ווערט דערמאנט אין עמוד 27 שו״ת יהודה יעלה פון הגאון מהר״י אסאד, אבער זיין בילד ווערט ערשט אראפגעברענגט אין עמוד 28, א חוץ א קליינע טעות אז די בילד איז פון דער כתב סופר.. איך פארשטיי פארוואס מען האט געמאכט אזא טעות היות די בילדער זענען זייער ענליך, אבער דאס ברענגט שטארק אראפ די קוואליטי פונעם ארטיקל.
עכ״פ קיין צייטונג איז דאס נישט, נאר ענדערש מער א תורה׳דיגע אויסגאבע און קאסט דאבעלט די פרייז פונעם בלאט, במילא איז דאס נישט אזא גרויסע קאמפעטישען צום בלאט, נאר די צוויי קענען לעבן צוזאמען האנט ביי האנט וואס די ערשטע האט נישט פארפילט דאס צווייטע.
![בילד](https://uploads.tapatalk-cdn.com/20201005/c31a7e697b47abd86f6765502082e81c.jpg)
דאס איז די בילד פונעם כתב סופר,אונטערגעשריבען אלץ דער מהר״י אסאד:
![בילד](https://uploads.tapatalk-cdn.com/20201005/9eef56e5925d36cdab08ebf5ced231df.jpg)
און דאס איז די אמת׳ע צורת קדשו פונעם מהר״י אסאד (שוין לאחר פטירתו):
![בילד](https://uploads.tapatalk-cdn.com/20201005/10013a3edd8f56d7939520f141648d69.jpg)